ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

אחראי: יאנאש

אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

זייער באלערנד די שמועסן פון די מומחים דא.

מנהלים, אפשר קען מען עס אפטיילן פאר די אידן וואס טרעטן נישט אריין אין בחצרות אשכולות זאלן אויך וויסן פונעם באהאלטענעם אוצר?
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

איין זייער שטארקע נקודה וואס כ׳שפיר אז ס׳איז ארויסגעקומען פינעם גאנצן שמועס.

מענטשן מיינען אז צו מאכן א סאונד דשאב איז ווי אריינדרייען א לייט בּאָלבּ, אנצינדן דעם סוויטש און ס׳איז לעכטיג. אה, ס׳איז צו טינקל? נו שטעל אריין נאך א באלב. האסט נישט געניג לעקטער? לייג צו א דשענערעטאר. נאך אלץ נישט געניג ליכטיג ביי געוויסע פלעצער, ווייסטו וואס? מ׳דארף האבן א נארמאלע קאמפעני וואס ווייסט וויאזוי מען האט געניג לעקטער, און אויך ווי צו לייגן די באלבס. וואס איז אזוי שווער? יעדער האט באלבס מיט לייטס און סוויטשעס אינעדערהיים, דארף מען דא אביסל מער..

סאו יעצט ״כאַפּט״ מען אז ס׳איז נישט אזוי פשוט!
אנצידן ליכטיגקייט אין א הויז איז קיין פארגלייך צו א מעמד וואס מ׳דארף אנצינדן סאונד פון די גרעסטע אידישע פארזאמלונג וואס איז נישט אין א זאל/סטעדיום/טענט ווי מען דארף צושטעלן סאונד, נאר א גרויסע גאס געדרייט ארויף און אראפ הינדערטער פיס צו יעדע זייט. ריזן הויעכע פארענטשעס מ׳קען נישט סתם אזוי געבן א צו ארויף ספיקערס און אלעס איז מסודר! דא איז געקניפט און געבינדן א ים מיט לאדשיסטיקס און טעקניקאליטיס, וואס אלעס האט א השפעה איינס אויפן צווייטן. טוסטו אזוי? דארפסטו דילן מיט יענץ, דילסטו מיט יענץ דארפסטו דילן מיט דעם, ס׳איז א שווערע פעלד וואס נאר איינער וואס ענדשויעט עס קען עס טוהן.
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

דברים אלו האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז סאיז געווען גאר שיין צוגעשטעלט ברוחניות ובגשמיות חוץ די הויפט זינגער און שפילער מעג זיין די טאפ טאפ פאר אזא מעגא מעמד

ואני הקטן בין משיגע געווארן פון עמרם׳ס טאלאנטן! דער יוד האט ארויס דעם עולםס געפילן אויף אויסעווייניג! ברצותו מרחיב וברצותו..

כבין שוין נישט געווען פארגאנגענע יארן ביים הדלקה, געקימען היי יאר, און כבין זייער אובערגענימען פון רב אקער׳ס ארבעט. בעיקר ביי דו ווארעמע ניגונים.
אויב איינער האט ביי ׳אלקה דיליה..׳ געטראכט, איך וויל דאס הערן פון זאנווייל וו״ב אדער שמולי אונגאר, איז ביי די מעמד נישט געווען.. אדער איז טאקע די מעמד נישט געמאכט פאר זיין תכונת הנפש..

לגבי די סאונד, פאר מיר האט זיך עס געהערט קריסטאל קלאר. שטארק הנאה געהאט פון די מנגנים. ובעיקר ובעיקר ווי זיי האבן ארויס דעם עולם׳ס געפיל בשעת׳ן מעמד, און ווי איידעל זיי רייטן דערויף….

איין קריטיק נאר, וואס איז שוין באמת דערמאנט געווארן אויבן, מיר פרזענליך מאכט נערוועז די ניגונים ווי ער שטופט אריין ל״ג בעומר ווערטער. אויב סאיז באקאנטע ווערטער ווי ׳דו תנא רבי שמעון זאל זיך מיען..׳ מילא, אז נישט איז דא געניג שיינע ניגונים אפילו רבי שמעון ווערט נישט דערמאנט אינדערמיט.

אפשר מאכט עס מיר נערוועז ווייל געווענליך בין איך אין מירון, און אז דארט טוט מען עס נישט און דא יא, קריצט עס אביסל, און שפירט זיך פאלש.
אוועטאר
וואקאציאנער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 05, 2021 10:30 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואקאציאנער »

ציגאנער האט געשריבן:
וואקאציאנער האט געשריבן:
דא האסטו בערך וויאזוי עס האט זיך געהערט:
פערפעקט
צו הויעך
צו שטיל
אומקלאר
unnamed.jpg

איך וואלט געטוישט פארנט פון ביהמ''ד - די סטעפס און פארקינג לאט, צו א שטארק בלויע קעסטעלע

איך האב נאר אנגעצייכנט די עריעס ווי ס'איז געווען סטריקטלי בלוי, (נעבן די צוויי גרויסע ספיקערס אויף מזרח וואלט טאקע דער קעסטל געמעגט זיין היבש ברייטער...) אבער יא, קענסט אריינשטעלן אין יעדע פאר פוס א בלויע פינטל...

איך האב געמיינט צו זאגן אז כ'וואלט געטוישט די גאנצע גרינע צו בלוי.
אוועטאר
וואקאציאנער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 05, 2021 10:30 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואקאציאנער »

פישל האט געשריבן:אבער איך האב א פילינג אז קהל האט יא געהאלטן אז דער עולם אנערקענט נישט דעם סוקסעס פון דעם טייערן סיסטעם וואס זיי האבן אין באזיץ. און אז עס האט זיך יא אויסגעפעלט א שינוי לטובה. קען זיין אז מען האט נישט מצליח געווען צום סוף, אבער צו זאגן אז ביז יעצט איז אלעס גוט געווען איז פשוט אריינגעשטעקט דעם קאפ אין זאמד.

מ'קען אפשר מאכן א אנדערע עצה, אז די געלט וואס ס'קאסט אפ צו אראפברענגען אזא פירמע, זאל מען איין אדער צוויי מאל אינוועסטירן און אריינלייגן פאר זיך, טאקע פארדעם זיך אליינס אויפצובויען און בעסער צו מאכן; ווי למשל, קויפן גוטע עקוויפמענט, נארמאל באצאלן פאר ארבעטער, און אראפברענגען נאך מומחים ארויסצוהעלפן אדער מיקסן די מוזיק (דאס דארף נישט צו קאסטן צו טייער, ווייל די עיקר געלט איז פאר אראפברענגען עקוויפמענט).

און די אויפטוה וועט זיין זייער פשוט, אז עווענטועל וועט קהל האבן א אייגענע מעכטיגע אויפגעסעטע סאונד סיסטעם, און נישט דארפן אויסווארפן טויזנטער דאלארן ביי יעדע גרויסע מעמד, כ'מיין, וואס איז די פלאן אויף קומענדיגן יאר? $75,000 איז דאך א הון תועפות!
יואל פארקאש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 12:02 pm

תגובה דורך יואל פארקאש »

הרב יואל קליין האט געשריבן:איין זייער שטארקע נקודה וואס כ׳שפיר אז ס׳איז ארויסגעקומען פינעם גאנצן שמועס.

מענטשן מיינען אז צו מאכן א סאונד דשאב איז ווי אריינדרייען א לייט בּאָלבּ, אנצינדן דעם סוויטש און ס׳איז לעכטיג. אה, ס׳איז צו טינקל? נו שטעל אריין נאך א באלב. האסט נישט געניג לעקטער? לייג צו א דשענערעטאר. נאך אלץ נישט געניג ליכטיג ביי געוויסע פלעצער, ווייסטו וואס? מ׳דארף האבן א נארמאלע קאמפעני וואס ווייסט וויאזוי מען האט געניג לעקטער, און אויך ווי צו לייגן די באלבס. וואס איז אזוי שווער? יעדער האט באלבס מיט לייטס און סוויטשעס אינעדערהיים, דארף מען דא אביסל מער..

סאו יעצט ״כאַפּט״ מען אז ס׳איז נישט אזוי פשוט!
אנצידן ליכטיגקייט אין א הויז איז קיין פארגלייך צו א מעמד וואס מ׳דארף אנצינדן סאונד פון די גרעסטע אידישע פארזאמלונג וואס איז נישט אין א זאל/סטעדיום/טענט ווי מען דארף צושטעלן סאונד, נאר א גרויסע גאס געדרייט ארויף און אראפ הינדערטער פיס צו יעדע זייט. ריזן הויעכע פארענטשעס מ׳קען נישט סתם אזוי געבן א צו ארויף ספיקערס און אלעס איז מסודר! דא איז געקניפט און געבינדן א ים מיט לאדשיסטיקס און טעקניקאליטיס, וואס אלעס האט א השפעה איינס אויפן צווייטן. טוסטו אזוי? דארפסטו דילן מיט יענץ, דילסטו מיט יענץ דארפסטו דילן מיט דעם, ס׳איז א שווערע פעלד וואס נאר איינער וואס ענדשויעט עס קען עס טוהן.

סאונד ענערגיע איז זייער קאמפלעקס. ווען מען פארשטייט דאס, קען מען מער האבן אן השגה וואס די באדייט פון "תרי קלא לא משתמע" פשיטו כמשמעו. און ווען מען לערנט אין די תורה "וכל העם רואים את הקולות" קען מען עס עכט פארשטיין.

ביי לייוו-סאונד איז דא א כלל וואס מען רופט "טעסטאפאל" TASATAAFL וואס איז ר"ת: There ain't such a thing as a free lunch. אין אידיש: "עס איז נישט פארהאן אזא זאך קיין אומזיסטע מאלצייט" דער קאנסעפט פון דעם איז אז יעדע זאך וואס מען זאל נאר טוהן קאסט דאס א פרייז. יעדע ספיקער/אויסשטעל האט מעלות און האט חסרונות. נישט קיין חילוק צו דאס איז ליין-ארעי, פוינט סארס, אדער מולטי סעליולאר ארעי. דעריבער איז יעדע וועג א פשרה. די ארבעט און חכמה איז זיך צו דארפן ספראווענען מיט ווי ווייניגער פשרות.

די טעכנעגלאגיע פון ליין-ארעי איז באזירט אויף פשרות. עס דירעקט די סאונד דורך constructive and destructive interference. וואס ברענגט מיט זיך פארשידענע טשעלענדשעס. פוינט-סארס האט דאס נישט. פון די אנדערע זייט איז פוינט-סארס געבינדן צום געבוי פון די קעסטעלע ווען ליין-ארעי איז סקעילעבל און פלעקסעבל. נאך איין נקודה: ליין-ארעי, וואס מען מיינט אז דאס וואס מען זעהט בפשטות אז די אויבערשטע ספיקערס דעקן די ווייטע שטחים און די אונטערשטע דעקן די נאנטע, איז נישט קיין כלל. ליין-ארעי ביהעיווט נישט אזוי פשוט. ווען מען פארשייט גוט דער באשעפערס וואונדער ווי אזוי א ליין פון ספיקערס טראגט און דירעקט די קול קען מען זיך ארומשפילן דערמיט און עס נוצן פאר די אייגענע בענעפיט. מען קען דאן מאכן אייגענע פשרות.

א דוגמא: די פארנט שורה ליין-ארעי, 12 L-acoustic K2 יעצט ל"ג בעומר. די ערשטע 250 פיס האט נישט געהאט קיין הייס (שארפע קול), אפילו ווען מען איז געשטאנען 75 פיס אן-עקסיס (אנטקעגן איבער) פון די ספיקערס. אבער ווען מען איז געגאנגן ווייטער מער צום ראוט נעבן די פרויען האט מען באקומען די הייס פון די ספיקערס (מער אינמיטן וואס האט נישט געהאט קאווערידש פון די פילס האט מען עס געקענט זייער גוט הערן) פשט איז: די הייס האבן נישט אזוי געפאלגט ווי מען האט עס געהייסן גיין אויף אראפ, נאר זענען געגאנגן מער ארויף. וואס ווען מען קוקט פשוט אויף די ספיקערס-ארעי פארשטייט מען נישט פארוואס דאס איז אזוי. אבער ווען מען נעמט אין באטראכט די וועג ווי אזוי ליין-ארעי ביהעיוועט מיט די פארשידענע זייטיגע פאקטארן, אזוי ווי: די דענסיטי פון מענטשן'ס אבסארבשן (איינזאפן), די היץ און יומידיטי, דאס אז עס גייט בארג אראפ. קען מען זיך ארומשפילן מיט די ליין-ארעי צו האבן די הייס ווי מען דארף עס די מערסטע.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

וואקאציאנער האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:אבער איך האב א פילינג אז קהל האט יא געהאלטן אז דער עולם אנערקענט נישט דעם סוקסעס פון דעם טייערן סיסטעם וואס זיי האבן אין באזיץ. און אז עס האט זיך יא אויסגעפעלט א שינוי לטובה. קען זיין אז מען האט נישט מצליח געווען צום סוף, אבער צו זאגן אז ביז יעצט איז אלעס גוט געווען איז פשוט אריינגעשטעקט דעם קאפ אין זאמד.

מ'קען אפשר מאכן א אנדערע עצה, אז די געלט וואס ס'קאסט אפ צו אראפברענגען אזא פירמע, זאל מען איין אדער צוויי מאל אינוועסטירן און אריינלייגן פאר זיך, טאקע פארדעם זיך אליינס אויפצובויען און בעסער צו מאכן; ווי למשל, קויפן גוטע עקוויפמענט, נארמאל באצאלן פאר ארבעטער, און אראפברענגען נאך מומחים ארויסצוהעלפן אדער מיקסן די מוזיק (דאס דארף נישט צו קאסטן צו טייער, ווייל די עיקר געלט איז פאר אראפברענגען עקוויפמענט).

און די אויפטוה וועט זיין זייער פשוט, אז עווענטועל וועט קהל האבן א אייגענע מעכטיגע אויפגעסעטע סאונד סיסטעם, און נישט דארפן אויסווארפן טויזנטער דאלארן ביי יעדע גרויסע מעמד, כ'מיין, וואס איז די פלאן אויף קומענדיגן יאר? $75,000 איז דאך א הון תועפות!

גוט מארגן, די אלע חשבונות האט מען שוין אויסגערעכנט, און נאך אלץ האט מען איינגעזען אז עס איז ביליגער מיט דעם סיסטעם ווי איידער האבן אן אייגענע
יואל פארקאש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 12:02 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פארקאש »

לא לנו האט געשריבן:

איך בין נייגעריג פון ווי דו נעמסט אז מען האט גערעכנט? ווער האט איינגעזעהן?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פ' לך לך האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז סאיז געווען גאר שיין צוגעשטעלט ברוחניות ובגשמיות חוץ די הויפט זינגער און שפילער מעג זיין די טאפ טאפ פאר אזא מעגא מעמד

אויף צו טאנצן אויף אויף אריינגעבן א חיות און א לעבעדיגקייט אין די טענץ, זענען לענ"ד די איצטיגע זינגער'ס און שפילער'ס זייער פיין געווען. און ביי אזא מעמד בפרט קומט א 'היימישע זינגער' פאר אלעם, ס'איז וואלט זיך זייער נישט געשמאק געטאנצט ווען ס'זינגט א פרעמדע זינגער וואס האט נישט קיין געפיל צו די רבי און צו די קהלה, און זינגט בלויז פאר געלט און שטעלט אהער א פלעי. ובפרט ביי שטאטע ניגונים, ווען עס איז איינער וואס איז דא בדעה אחת, און האט די ריכטיגע הארץ און געפיל, איז אלעס אנדערש.

;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

מי יודע האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז סאיז געווען גאר שיין צוגעשטעלט ברוחניות ובגשמיות חוץ די הויפט זינגער און שפילער מעג זיין די טאפ טאפ פאר אזא מעגא מעמד

אויף צו טאנצן אויף אויף אריינגעבן א חיות און א לעבעדיגקייט אין די טענץ, זענען לענ"ד די איצטיגע זינגער'ס און שפילער'ס זייער פיין געווען. און ביי אזא מעמד בפרט קומט א 'היימישע זינגער' פאר אלעם, ס'איז וואלט זיך זייער נישט געשמאק געטאנצט ווען ס'זינגט א פרעמדע זינגער וואס האט נישט קיין געפיל צו די רבי און צו די קהלה, און זינגט בלויז פאר געלט און שטעלט אהער א פלעי. ובפרט ביי שטאטע ניגונים, ווען עס איז איינער וואס איז דא בדעה אחת, און האט די ריכטיגע הארץ און געפיל, איז אלעס אנדערש.

;l;p-

;l;p-
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
וואקאציאנער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 05, 2021 10:30 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואקאציאנער »

לא לנו האט געשריבן:
וואקאציאנער האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:אבער איך האב א פילינג אז קהל האט יא געהאלטן אז דער עולם אנערקענט נישט דעם סוקסעס פון דעם טייערן סיסטעם וואס זיי האבן אין באזיץ. און אז עס האט זיך יא אויסגעפעלט א שינוי לטובה. קען זיין אז מען האט נישט מצליח געווען צום סוף, אבער צו זאגן אז ביז יעצט איז אלעס גוט געווען איז פשוט אריינגעשטעקט דעם קאפ אין זאמד.

מ'קען אפשר מאכן א אנדערע עצה, אז די געלט וואס ס'קאסט אפ צו אראפברענגען אזא פירמע, זאל מען איין אדער צוויי מאל אינוועסטירן און אריינלייגן פאר זיך, טאקע פארדעם זיך אליינס אויפצובויען און בעסער צו מאכן; ווי למשל, קויפן גוטע עקוויפמענט, נארמאל באצאלן פאר ארבעטער, און אראפברענגען נאך מומחים ארויסצוהעלפן אדער מיקסן די מוזיק (דאס דארף נישט צו קאסטן צו טייער, ווייל די עיקר געלט איז פאר אראפברענגען עקוויפמענט).

און די אויפטוה וועט זיין זייער פשוט, אז עווענטועל וועט קהל האבן א אייגענע מעכטיגע אויפגעסעטע סאונד סיסטעם, און נישט דארפן אויסווארפן טויזנטער דאלארן ביי יעדע גרויסע מעמד, כ'מיין, וואס איז די פלאן אויף קומענדיגן יאר? $75,000 איז דאך א הון תועפות!

גוט מארגן, די אלע חשבונות האט מען שוין אויסגערעכנט, און נאך אלץ האט מען איינגעזען אז עס איז ביליגער מיט דעם סיסטעם ווי איידער האבן אן אייגענע

יעצט פארשטיי איך שוין נישט... ביליגער גאר?? מילא אז דו וועסט מיר זאגן אז מ'קען נישט האבן אזוי גוט, קען איך הערן, הגם כ'האלט נישט אזוי. אבער ביליגער?? ס'דאך טייערער!
אוועטאר
וואקאציאנער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 05, 2021 10:30 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואקאציאנער »

לא לנו האט געשריבן:
וואקאציאנער האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:אבער איך האב א פילינג אז קהל האט יא געהאלטן אז דער עולם אנערקענט נישט דעם סוקסעס פון דעם טייערן סיסטעם וואס זיי האבן אין באזיץ. און אז עס האט זיך יא אויסגעפעלט א שינוי לטובה. קען זיין אז מען האט נישט מצליח געווען צום סוף, אבער צו זאגן אז ביז יעצט איז אלעס גוט געווען איז פשוט אריינגעשטעקט דעם קאפ אין זאמד.

מ'קען אפשר מאכן א אנדערע עצה, אז די געלט וואס ס'קאסט אפ צו אראפברענגען אזא פירמע, זאל מען איין אדער צוויי מאל אינוועסטירן און אריינלייגן פאר זיך, טאקע פארדעם זיך אליינס אויפצובויען און בעסער צו מאכן; ווי למשל, קויפן גוטע עקוויפמענט, נארמאל באצאלן פאר ארבעטער, און אראפברענגען נאך מומחים ארויסצוהעלפן אדער מיקסן די מוזיק (דאס דארף נישט צו קאסטן צו טייער, ווייל די עיקר געלט איז פאר אראפברענגען עקוויפמענט).

און די אויפטוה וועט זיין זייער פשוט, אז עווענטועל וועט קהל האבן א אייגענע מעכטיגע אויפגעסעטע סאונד סיסטעם, און נישט דארפן אויסווארפן טויזנטער דאלארן ביי יעדע גרויסע מעמד, כ'מיין, וואס איז די פלאן אויף קומענדיגן יאר? $75,000 איז דאך א הון תועפות!

גוט מארגן, די אלע חשבונות האט מען שוין אויסגערעכנט, און נאך אלץ האט מען איינגעזען אז עס איז ביליגער מיט דעם סיסטעם ווי איידער האבן אן אייגענע

אין אנדערע ווערטער מ'פלאנירט צו אויסגעבן יערליך די געלטער??

למשל מ'האט גערעכנט אז אויב מ'נעמט 10 יאר א קאמפאני פאר $75,000, אין א טאטאל פון $750,000 איז עס נאך אלס ביליגער ווי אויפהאלטן א אייגענע סיסטעם?
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4645
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

יישר כח פאר הרב קליין און יואל פארקאש פארן שערן אייער פראפעשנעליזם. זייער געשמאק צו לעזן
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

יואל פארקאש האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:איין זייער שטארקע נקודה וואס כ׳שפיר אז ס׳איז ארויסגעקומען פינעם גאנצן שמועס.

מענטשן מיינען אז צו מאכן א סאונד דשאב איז ווי אריינדרייען א לייט בּאָלבּ, אנצינדן דעם סוויטש און ס׳איז לעכטיג. אה, ס׳איז צו טינקל? נו שטעל אריין נאך א באלב. האסט נישט געניג לעקטער? לייג צו א דשענערעטאר. נאך אלץ נישט געניג ליכטיג ביי געוויסע פלעצער, ווייסטו וואס? מ׳דארף האבן א נארמאלע קאמפעני וואס ווייסט וויאזוי מען האט געניג לעקטער, און אויך ווי צו לייגן די באלבס. וואס איז אזוי שווער? יעדער האט באלבס מיט לייטס און סוויטשעס אינעדערהיים, דארף מען דא אביסל מער..

סאו יעצט ״כאַפּט״ מען אז ס׳איז נישט אזוי פשוט!
אנצידן ליכטיגקייט אין א הויז איז קיין פארגלייך צו א מעמד וואס מ׳דארף אנצינדן סאונד פון די גרעסטע אידישע פארזאמלונג וואס איז נישט אין א זאל/סטעדיום/טענט ווי מען דארף צושטעלן סאונד, נאר א גרויסע גאס געדרייט ארויף און אראפ הינדערטער פיס צו יעדע זייט. ריזן הויעכע פארענטשעס מ׳קען נישט סתם אזוי געבן א צו ארויף ספיקערס און אלעס איז מסודר! דא איז געקניפט און געבינדן א ים מיט לאדשיסטיקס און טעקניקאליטיס, וואס אלעס האט א השפעה איינס אויפן צווייטן. טוסטו אזוי? דארפסטו דילן מיט יענץ, דילסטו מיט יענץ דארפסטו דילן מיט דעם, ס׳איז א שווערע פעלד וואס נאר איינער וואס ענדשויעט עס קען עס טוהן.

סאונד ענערגיע איז זייער קאמפלעקס. ווען מען פארשטייט דאס, קען מען מער האבן אן השגה וואס די באדייט פון "תרי קלא לא משתמע" פשיטו כמשמעו. און ווען מען לערנט אין די תורה "וכל העם רואים את הקולות" קען מען עס עכט פארשטיין.

א דוגמא: די פארנט שורה ליין-ארעי, 12 L-acoustic K2 יעצט ל"ג בעומר. די ערשטע 250 פיס האט נישט געהאט קיין הייס (שארפע קול), אפילו ווען מען איז געשטאנען 75 פיס אן-עקסיס (אנטקעגן איבער) פון די ספיקערס. אבער ווען מען איז געגאנגן ווייטער מער צום ראוט נעבן די פרויען האט מען באקומען די הייס פון די ספיקערס (מער אינמיטן וואס האט נישט געהאט קאווערידש פון די פילס האט מען עס געקענט זייער גוט הערן) פשט איז: די הייס האבן נישט אזוי געפאלגט ווי מען האט עס געהייסן גיין אויף אראפ, נאר זענען געגאנגן מער ארויף. וואס ווען מען קוקט פשוט אויף די ספיקערס-ארעי פארשטייט מען נישט פארוואס דאס איז אזוי. אבער ווען מען נעמט אין באטראכט די וועג ווי אזוי ליין-ארעי ביהעיוועט מיט די פארשידענע זייטיגע פאקטארן, אזוי ווי: די דענסיטי פון מענטשן'ס אבסארבשן (איינזאפן), די היץ און יומידיטי, דאס אז עס גייט בארג אראפ. קען מען זיך ארומשפילן מיט די ליין-ארעי צו האבן די הייס ווי מען דארף עס די מערסטע.

און דיאס איז די אויפטוה פון דענלי, עס האלט אן די זעלבע סטודיאו קלארקייט סאונד נאנט, ווייט, און אינדערמיט, ווייל עס ארבייט נישט מיט אינטערפערענס
הער דעם קליפ, (מיט העדטפאונס איז נאך בעסער) מיט פארמאכטע אויגן. הער ווי די סאונד טוישט זיך נישט! דערנאך הער עס איבער און זעה ווי ווייט דאס איז!!
ס'איז א J6
מוזיק אלערט
https://www.dropbox.com/s/kdha8wzkygy2y ... t.mp4?dl=0
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

מער וויאזוי דענלי (פוינט סארס) ארבייט, אנשטאט לייגן ספיקערס זאלן פייטן, ארבייט עס צוזאמען פון איין באקס
https://www.dropbox.com/s/efwbqx2jcz2a4 ... e.mp4?dl=0
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

מיר האט דער בילד דאס מערסטע געכאפט,
קעיה"ר
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (120.86 KiB) געזען 5501 מאל
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

און דא האט איר די הערליכע קלארע פראפעשענעל ריקארדירונג פון די געהויבענע מעמד הדלקה תשפ״ב

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

כא כא כא האט געשריבן:און דא האט איר די הערליכע קלארע פראפעשענעל ריקארדירונג פון די געהויבענע מעמד הדלקה תשפ״ב

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing

ישר כח

פארקויפט מען עס נישט געווענליך פאר אפאר דאלער?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

Rak Tov האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:און דא האט איר די הערליכע קלארע פראפעשענעל ריקארדירונג פון די געהויבענע מעמד הדלקה תשפ״ב

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing

ישר כח

פארקויפט מען עס נישט געווענליך פאר אפאר דאלער?

די פארקויפער ווילן נישט ווארטן ביז מ׳גיבט ארויס די פראפעשענעל ריקארדינג, סא געבן זיי ארויס וואס ס׳קומט די ערשטע אונטער די האנט, סא דאס וואס זיי האבן שוין ארויס געגעבן איז פון די ריקארדינג פון די לייוו הוקאפ פון קול סאטמאר, וואס איז פארשטייט זיך זייער נישט שיין און זייער נישט דאס וואס ס׳איז עכט געווען.

סא דא איז די גוטע ריקארדינג
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

כא כא כא האט געשריבן:און דא האט איר די הערליכע קלארע פראפעשענעל ריקארדירונג פון די געהויבענע מעמד הדלקה תשפ״ב

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing

יישר כח!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

ציגאנער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 19, 2022 4:33 pm
שיינע שטריימעל האט געשריבן:
נאר בכלל די נושא פון קאנטלירען די טרעפיק מעג בעסער ווערן,
למשל מען וואלט געדארפט אוועקטראגן אלע באסעס פון די פארקינג לאט ביים ביה''ח פאר פארקינג,
יאפ. די וועג ארויס פון קרית יואל האט גענומען באלד לענגער ווי די גאנצע וועג אהיים...

אפשר מאכט מען טאקע אז סאטמאר דרייוו, מירון, און אלע גאסן וואס פירן ארויס פון שטאט זאלן ביידע לעינס זיין וואן וועי אויף ארויס? (אויסער די גארבידזש טראקס האט קיינער נישט גענוצט די אנדערע זייט...)
היי יאר פורים האט מען געמאכט א פיינע ארבעט פאר'ן טרעפיק, ראטזאם אויך צו מאכן אזאנס ל''ג בעומר.
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: הדלקה קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

גייט זיין א קלארינעט? אין דעם ווענד זיך מיין גיין
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3608
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: הדלקה קרית יואל תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

לאנטש טיים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 5:31 pm
גייט זיין א קלארינעט? אין דעם ווענד זיך מיין גיין
יא, ביודעי קאמינא
לעצט פארראכטן דורך להחיות אום דינסטאג אפריל 25, 2023 5:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

בילד
אטעטשמענטס
unnamed (387.jpg
unnamed (387.jpg (123.21 KiB) געזען 1114 מאל
unname.jpg
unname.jpg (65.03 KiB) געזען 1114 מאל
סאטמערע שוואנץ
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2023 6:29 pm

Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמערע שוואנץ »

געזען עטליכע וואכן צירוק און היימשטאט אז עס קומט אן אויסברייטערונג אויפ'ן שטח ההדלקה אויב איינער ווייסט מער פרטים קען איבערגעבן
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”