געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

אחראי: יאנאש

אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

העתירו אל ה'
ALBANY: The Board of Regents said they are preparing new regulations on yeshivas by fall, and it will then be subject to a 60-day comment period.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

רידזשענטס וועלן פּובליצירן נייע גיידליינס
unnamed - 2021-05-11T093439.082.jpg
unnamed - 2021-05-11T093439.082.jpg (70.42 KiB) געזען 3834 מאל

ניו יארק – עסקנים האבן נעכטן רעאגירט מיט איינגעהאלטענעם אפּטימיזם נאכדעם וואס די "ניו יארק סטעיט באורד אוו רידזשענטס" האט געמאלדן אז זיי גייען ארויסגעבן באלד נאך זומער נייע גיידליינס פאר פּריוואטע שולעס, אריינגערעכנט מוסדות התורה והחינוך. די נייע גיידליינס וועלן קומען נאכדעם וואס די באורד האט געהערט פון די 150,000 עלטערן פון אידישע מוסדות די קעגנערשאפט צו די פריערדיגע גיידליינס וואס האט געזוכט ח"ו צו שטערן דעם ערליכן און ריינעם חינוך. עסקנים זאגן אז מ'דארף א סאך תפילה טאן אז די נייע גיידליינס זאלן נישט זיין שעדליך.
Der Yid Daily
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גוט »

1400056595011326000.jpg
1400056595011326000.jpg (191.29 KiB) געזען 3149 מאל
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

כ''ק מרן אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א (מהר''יי) איז זיך יעצט משתתף ביים אסיפת הרבנים איבער'ן גזירת החינוך אין ניו יארק, אין שטוב פון האדמו"ר מ'מונקאטש שליט"א.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

*ואספת את זקני ישראל*

*היינט מיטוואך חקת איז פארגעקומען א גאר ערנסטע אסיפת הרבנים ווי די ראשי האדמורי"ם פון אלע גרעסערע קהילות איבער גרעיטער ניו יארק זענען זיך צוזאמגעקומען דן זיין בכובד ראש איבער די אנגייענדע און ווייטערדיגע פעולות צו שטיין על המשמר אויף די שווארץ אפעל פון אונזער אויג די ריינע חינוך פון אונזערע טייערע קינדער, רבבות אלפי ישראל וואס לערנען
און אלע מוסדות התורה והחינוך וואס קלאמערן זיך בדרך המסורה.

ווי יעדער האלט מיט איז אין די לעצטע יארן אויפגעשטאנען א כת משולי המחנה פון מוסרים אין מלשינים וואס לא די זיי האבן זיך ליידער אפגעקערט פון די דרך התורה ווילן זיי מיט אלע ציין אין נעגל צוברעכן און חרוב מאכן די הייליגע מוסדות התורה ה"י.

די נידריגע מוסרים ארבייטן מיט אלע סארט מלשינות ביי די רעגירונג און זיי ווילן צווינגען מיטן כח פון געזעץ זיך צו אריינמישן אין איבערנעמען שליטה אויף די חינוך פון די הייליגע תינוקת של בית רבן היל"ת.*

במקום שיש פורצים יש גודרים ווי יעדער ווייסט האבן זיך תיכף אלע מוסדות התורה איבער גרעיטער ניו יארק פאראייניגט אינטער די הייליגע ארגענעזאציע "פיערלס" וועלכע ווערט אנגעפירט מיט א ספעציעלע סייעתא דשמיא דורך די חשובע לאנגיעריגע עסקנים און בראשם די מנהיגי הקהילות הרבנים הגאוה"צ שליט"א וואס שליחותא דקמאי קעבדינן און קעמפן מיט ציין און נעגל מיט אלע מיטלען בדרך התורה והמסורה צו שטיין כחומה בצורה אז די מוסדות התורה זאל קענען אנגיין אומגעשטערט אזוי ווי אמאל, אזוי ווי עס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך די מייסדי הישוב מוסדי דור ודור מרנן ורבנן זצללה"ה נאך די צווייטע וועלט מלחמה.*

*מען קען זאגן אז בעזר השם חפץ ד' בידם הצליח ווען אין די לעצטע פינף יאר האט מען שוין דורכגעפירט עטליכע זיגן אין געריכט, אויף פילע הינזיכטען, און מען האט בכלליות געקענט אפשטופן די באלדיגע געפאר געבענדיג דעם געלעגנהייט לטכס עצה וגזירה עבידא דבטלי, תלי"ת מיט די ריכטיגע שריט.*

*פון די צווייטע זיייט איז די גזירה נאכנישט אראפ פון טיש די מוסרים און מלשינים זענען מקיים דעם לא ישנו אם לא ירעו און טוען אלעס אויף די וועלט צו עוקר זיין דעם חינוך*

*פון די צווייטע זייט שלאפן נישט די עסקנים קיין נעכט און זיצן כסדר מיט מיטינגען, און מען טוט פארשידענע פעולות אין די זעלבע צייט זיצט מען מיט די ריגענטס און פאליטישע באאמטע, זיי צו קלארשטעלן אונזער הערליכע חינוך און זיי ערקלערן אז די מוסרים מיינען גארנישט אונזער טובה, די אלע מוסדות התורה האבן געשיקט שלוחים צו זיצן מיט די ריגענטס און זיי אויפקלערן און די פעולות האט ב"ה עושה פירות געווען לטובה די אייבערשטער זאל העלפן ווייטער*

*אין די זעלבע צייט קומט כסדר פאר קלענערע און גרעסערע אסיפות מיט די רבנים הגאונים מנהיגי הקהלות והמוסדות ווי מען שמועסט דורך און מען ארבייט אויס אלע פעולות כקטן כגדול און על פיהם ישק כל דבר*

*היינט מיטוואך איז ווי געזאגט פארגעקומען די אסיפה בביתו נאוה קודש אחד מזקני האדמו"רים כ"ק מרן אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אין בארא פארק עס האבן זיך משתתף געווען אין שפיץ כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און אלע אנדערע אדמו"רים כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, *כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א , כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א,* *כ"ק אב"ד באבוב 45 שליט"א, הגה"צ ר' ברוך אברהם האלבערשטאם שליט"א ראש ישיבת באבוב חדב"ן הרה"ק מהר"ש זצ"ל מטעם קהלת באבוב,כ"ק אדמו"ר ור"מ מקאשוי שליט"א און הגאון הגדול רבי מרדכי בעק שליט"א - ראש ישיבת תפארת משה פון די חברי וועד הרבנים בעניני חינוך. אזוי אויך הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, הגה"צ רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש שליט"א.*

*ווי אויכט האבן זיך משתתף געעווען די ראשי העסקנים הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן שליט"א שר העסקנים והשתדלנים, ר' חיים דוד צוויבעל און דער געניטער לויער מר. אבי שיק הר"ר הערשל פריעד הי"ו מגדולי העסקנים און נאך חשובע עסקנים*

*אנהייב פון די אסיפה האט כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א געבעטן היות ביי די פאריגע אסיפה זענען ליידער געווען וואס האבן מפרסם געווען האקעלע פרטים פון די אסיפה, וואס ווי יעדער פארשטייט זענען אזעלעכע ענינים נישט קיין נחלת הכלל, און בפרט איז אס ליידער אויכט אנגעקומען צו די מוסרים ודי על כן האט דער וויענער רב שליט"א פארבעטן אלע גבאים זאלן ארויסגיין אן א אויסנאם.

*עס איז געווען א מחזה הוד ווי די רבנים שליט"א עיני העדה וועלכע זענען טאקע טרוד בעניני הכלל והפרט האבן זיך אוועקגעריסן פון זיייער צייט אין דן געווען בכובד ראש איבער די שווארץ אפעל פון די אויג די עתיד החינוך פון די הייליגע תשב"ר.*

*ביי די אסיפה האט אופגעטרעטן כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אדמו"ר מוויען שליט"א, אדמו"ר מקאשוי שליט"א.*

*הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן שליט"א שר העסקנים והשתדלנים האט אויפגעטרעטן מיט די לעצטערע אנטוויקלינגען און די פלענער אויף ווייטער און פארגעלייגט פאר די רבנים פארשידענע שאלות וואס ס'איז עומד על הפרק און געפרעגט כדת מה לעשות בחובת השעה.*

*אזוי אויך האט הר"ר הערשל פריעד הי"ו מגדולי העסקנים וואס זיצט מיט די ריגענטס – איבערגעגעבן פאר די רבנים וואס עס טוט זיך אויפן פראנט, און פארגעלייגט פארשידענע שאלות און געפרעגט הדרכות.*

*אויכט האט דער געניטער לויער מר. אבי שיק געענטפערט פאר די חשובע רבנים פארשידענע שאלות וואס איז אויפגעברענגט געווארן און פארגעלייגט פארשידענע פלענער אויף ווייטער.*

דערנאך איז פארפירט געווארן א לענגערע שמועס צווישן די גדולי הרבנים שליט"א און דערנאך געמאכט די החלטות - נאכ'ן זיצן 2 שעה און דן זיין בכובד הראש - אויף די ווייטערדיגע פעולות*

*כלל ישראל איז מתפלל אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי אין מען זאל ווייטער קענען מחנך זיין די קינדער ע"ד התורה והמסורה אומגעשטערט*
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

עפעס דארף בקרוב ארויסקומען די פיינעל גיידליינס? איינער ווייסט עפעס מער?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

ווי עס הייסט גייט ארויסקומען גיידליינס אין די נאנטע טעג און זיי האבן שוין געזאגט אז די גיידליינס גייט נישט שמעקן פארן חרידישן ציבור און אויך אריינגעווארפן אז עס וועט נישט שמעקן פאר יאפעד מסתמה וועט עס נהאבן ביידע זייטן טוישינגען און די עסקנים גרייטן זיך פאר ערנסטע פעטיציע קאמפין (געהערט פון די rpac עסקנים) צו גרייכן נאך מער אינטערשריפטן פון פאריגע מאל
ווי אויך זיצט מען מיט לויערס איבער א פונדימענטאלע קעיס איבער די עצם סובסטענשל עקוויוולענט געזעץ צו זאגן אז די סטעיט קען נישט זאגן פאר איינעם אז ער מיז זיין ענליך צום צווייטן אבער די עסקנים ווארטן צו זעהן וואס די גיידליינס גייט זיין ווי אויך אויב דיפלאמאטישע דריק וועט העלפן
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

אפדעיט מען זאל נישט ערווארטן פאר יום טוב סוכות
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

as.JPG
as.JPG (87.74 KiB) געזען 2116 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”