ענדרויד נייעס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לויט א באריכט, ווייזט א געליקטע מעמאו פון גוגל'ס ענדרויד טיעם, אז ענדליך ענדליך גייט גוגל אדרעסירן איינער פון די גאר גרויסע פראבלעמען וואס פלאגט דער ענדרויד אפערעיטינג סיסטעם, נעמליך די 'פרעגמענטעישען' [דאס הייסט 'צעשטיקעלטקייט'], ווייל אנדערש ווי IOS פון עפל וואס יעדע מאל זיי געבן ארויס אן אפדעיט קומט עס אן צו אלע זייערע מאשינען אלטע און נייע צוגלייך, איז ענדרויד מורא'דיג צעטיילט און צעשפליטערט ווייל עס איז דא צענדליגער מאניופעקטשערער וואס פראדעצירן ענדרויד דעווייסעס און ביז יעדער דערמאנט זיך צו צופאסן דער אפדעיט צו זייער מאשין נעמט א יאר מיט א מיטוואך אויב בכלל, און אוודאי נישט פאר די ביליגע פאונס וואס קומען נאך ארויס לאנג נאכן אפדעיט מיטן אלטן ווערסיע.

דער פראבלעם שטערט גאר גאר שטארק פאר דעוועלאפערס פון עפפס, וואס דארפן סיי אינאכט נעמען די גאר אלטע ענדרויד ווערסיעס [וואס אין פאקט לויפן נאך א ריזיגע צאל דעווייסעס אויף 2.2 דזשינדזער-ברעד] און סיי לייגן די פיוטשערס און מעלות וואס מ'קען מאכן פאר די נייע ווערסיעס.

יעצט זאגט דער מעמאו - וואס האט לויט דער באריכט געדארפט געשיקט ווערן צו אלע OEM'ס [א'רגינעלע ע'קוויפמענט מ'אניופעקטשערער] - אז פון יעצט אנגעהויבן, פון א געוויסע באשטימטע צייט נאך א נייע ענדרויד ווערסיע קומט ארויס, וועט קיין איין נייע פאון נישט ווערן באשטעטיגט צו באקומען גוגל'ס עפפ פעקל [וואס אינקלודעט דער פלעי סטאר - מעפס - ועוד ועוד...] אויב ס'פארמאגט נישט דער נייער ווערסיע ענדרויד.

בעצם איז דער עכטער סיבה צו דער פראבלעם ווייל ענדרויד איז אן אפען סארס סאפטווער וואס יעדער קען נעמען בחינם אן קיינעם'ס רשות און הילף [און ווי נאוקיע האט יעצט געטון אויסקראסענדיג גוגל און געמאכט אן אייגענע עפפ סטאר און אייגענע מעפס], סאו טרייעט גוגל צו סטראשענען מיט זייער עפפ פעקל וואס דאס איז שוין יא א זאך וואס מ'קען נישט נעמען אן זייער רשות.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

זייט מוחל נעמט אראפ די ווארט קנאפער פון אייער ניק און טוישט דאס אויף ריזיגער
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חברה, פליז טייטן יור סיט-בעלטס...

וואס איז די מערסטע מעגא-פיקסעל וואס עס איז צום געפונען אין סיי-וועלכע סמארטפאון? דער געלעקסי עס5 האט 16 מפ, דער סאני עקספיריע האט דאכטצעך 20 מפ, אבער מער פון דעם איז נישט דא.

אבער נישט פאר צו לאנג גייען די נאמבערס הייסן אסאך....

לויט רומערס גייט 'אפפא' (א גאר שנעל-וואקסענדע כינעזער פאון פראדוצירער) אין זייער נעקסטער פלעגשיפ, דער 'פיינד 7' - וואס גייט אנאסירט ווערן אום מארטש 19 - אריינצושטעלן נישט ווייניגער ווי פ-ו-פ-צ-י-ג מעגא-פיקסעל!

אדער ווי איינער האט זיך גוט אויסגעדריקט: "א ספעציעלע גוטע קעמרע געאייניגט פאר די וואס ווילן זען צו ס'איז דא וואסער אויף פלאנעט מארס..."
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

נאקיע האט ערגעץ 40 מגעפיקסל מיין איך
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

דא האט איר א בילד פין די נאקיע
אטעטשמענטס
image.jpg
image.jpg (9.01 KiB) געזען 7483 מאל
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שמעק_טאביק האט געשריבן:נאקיע האט ערגעץ 40 מגעפיקסל מיין איך

private האט געשריבן:דא האט איר א בילד פין די נאקיע

גערעכט גערעכט... דער נאוקיאו לומיע ווינדאוס 8 קעמרע פאון איז אויסגעשטאט מיט אן איין-און-פערציג מעגא-פיקסעל קעמרע.
כ'האב נישט געדענקט דערפון אויפן מינוט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

מען ברויך נאר געדענקען וואס די עקספערטן ווארענען כסדר אז א העכערע מפ מיינט נישט א בעסערע קלארערע בילד, עס מיינט נאר אז מען קען עס גרעסער מאכן אן פארלירן קוואליטעט. די קלארקייט און שארפקייט פון א בילד ווענדט זיך אין א צאל אנדערע פאקטארן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א בילד גענומען מיט די קעמערע פון די נאקיע לומיע 1020

דרוקט דא
WOW!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
null
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2014 4:33 pm
לאקאציע: dev/null/

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך null »

Microsoft to release Android-powered Nokia X2 handset
http://www.bbc.com/news/technology-27992439
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

Google Debuts Android Auto for the Connected Car
Today, 1:42 PM by Eric M. Zeman

Google today announced Android Auto, its new platform for connecting smartphones to select cars. Similar to Apple's CarPlay, Android Auto will project a simplified version of key apps to the car's infotainment system. Like Android Wear, Android Auto relies heavily on Google Now and its voice-based commands for interacting with the system. It brings over the phone app, Google Maps, Play Music, Search, and a handful of others that drivers can access when in their car. Android Auto will be baked into the L release of Android, which is expected to arrive this fall. According to Google, two dozen car makers have agree to support the platform and will roll cars off assembly lines with Android Auto preloaded by the end of the year.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

סעמסאנג האט היינט אנאונסד זייער נאוט עדזש, די עיקר חידוש דערפון איז אז ס'איז געבויגן אין די זיי.
דערווייל פארמירן זיך פראטעסטן פון אלע לינקע (איטר), ווייל דערווייל איז עס נאר פאר רעכטע מענטשן..
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ווער געדענקט נאך 'קאודעק'? זיי פלעגן מאכן די אור-אלטע פילם-בעיסט קעמרעס פאר אונזערע באבעס...

יעצט מעלדן זיי אז זיי גרייטן זיך צו רי-אינווענטן זייער פארוועפטער ברענד אריין אין דער ענדרויד סמארטפאון מארקעט.

זיי זאגן אז ביי דער CES (וועלכער עפענט זיך אין בערך אין א וואך) גייען זיי ווייזן זייער ערשטער ענדרויד כלי, וואס - זיך האלטענדיג צום מסורה - זאגן זיי אז עס וועט אנטהאלטן די בעסטע קעמרע פון סיי וועלכע סמארטפאון, ווי אויכעט גייט עס זיין שטארק געפאוקעסט אויף א סימפל יוזער-אינטערפעיס.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

מעמיר געוואר ווערן....
...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איך קען באמת נישט פארשטיין פארוואס זיי טוען דאס, זיי בויען דאך מיט דעם אויף דער שטארקער טענה אנקעגן אנדרויד - ווען קאמפערד צו IOS - אז עס ווערט נישט אפדעיטעד מיט די נייע ווערסיעס ענדרויד.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

איין פאון מיט צוויי סקרינס - YotaPhone 2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

האט איר אמאל געקוקט ביי ענדרויד סעטטינגס>בעטטערי? וואס איז דארט אייביג דער ערשטער אויפן ליסטע? נעוואדע דער סקרין. דער דיספלעי סקרין מיט די בעקלייט איז דער גרעסטער בעטערי פרעסער פון די טעלעפאנען, אבער וואס זאל מען טון אז מען מוז דאך עס האבן? מען מוז?! אבער נישט פאר אלעס...

דער רוסיש-בעיסד קאמפאני YotaPhone זאגט אז זיי האבן דער אויסוועג פאר דעם. דאס קומט און פארעם פון איין טעלעפאן וואס קומט מיט גאנצע צוויי סקרינס. פון איין זייט האסטו דער געהעריגער קאלירטער לעכטיגער סקרין ווי אלע סמארטפאונס ביז היינט. און פון דער צווייטער זייט האט ער א פול סייז E-Ink שווארץ-און-ווייסע סקרין.

דער אי-אינק סקרין וועט זיין אייביג אנגעצינדן - עס נוצט סייווי ממש גארנישט קיין פאוער - און עס וועט האבן היבש אביסל בעיסיק פאנקשענס, קוקן נאוטיפעקעישענס און נאך פולע אפציעס. ווען מען וויל דוקא וועט מען עס ארומדרייען און נוצן געהעריג. זיי זאגן אז מיט דעם וועט עס שפארן אזויפיל בעטערי אז דער בעטערי וועט האלטן אונטער נארמאלע באנוץ גאנצע 48 שעה!

yotaphone-2-100533863-primary.idge.png
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אוי איז געווען א שרעקליכער וואך פאר ענדרויד... צוויי עכט נעסטי באגס אינעם ענדרויד אפערעטינג סיסטעם זענען ארויסגעגעבן געווארן דורך סעקיורעטי ריסערטשער.

דער ערשטער איז נעכטן ארויסגעגעבן געווארן דורך סעקיורעטי ריסערטשערס פון דער טרענד-מייקראו סעקיורעטי פירם. דער באג קען פאראורזאכן צו מאכן דער דעווייס ממש ווי א טויטער, עס לעשט אויס אלע סאונדס אדער ווייברעישאנס, און דער גאנצער דעווייס ווערט סלאו און וואקעלדיג און צומאל ווערט דער גאנצער סקרין פארלאשן, און מען קען גארנישט טון. דאס איז דורך אפאר שורות קאוד וואס קען ליגן אין א מעלישעס עפפ אדער אין א וועבזייטל, וואס ווען דער מאשין ליינט דער קאוד (וואס זאגט אים צו שפילן א געוויסע סארט אודיאו פייל וואס ער ווייסט נישט וויאזוי צו שפילן) קראכט דער מידיע סערווער סערוויס און מיט דעם קראכט מיט דער רוב דעווייס. און אויב עס איז דורך אן עפפ איז נאך ערגער ווייל דער עפפ קען זיך אריינלייגן אינעם סיסטעם אז ער זאל זיך אנצינדן גלייך מיט דער דעווייס און אזוי קראכט אלעס גלייך און דער דעווייס איז בעיסיקלי יוזלעס. דער באג אפעקטירט ארום האלב פון אלע ענדרוידס אויפן מארקעט, פון ענדרויד 4.3 דזשעלי-בין בין דער נייסטע ווערסיע ענדרויד. טרענד-מייקראו זאגט אז זיי האבן עס געמאלדן פאר גוגל איבער צוויי חדשים צוריק און גוגל האט עס קלאסעפיצירט אלץ לאו פריארעטי וואלנערעבילעטי און דערווייל גארנישט געטון עס צו פעטשן.

דער צווייטער - אשר בשם "סטעידזש-פרייט" יקרא - איז שוין אסאך מער וויידספרעד און אויכעט אסאך ערגער, עס איז אנדעקט געווארן דורך דער ענדרויד סעקיורעטי ריסערטש פירם Zimperium. דאס אפעקטירט איבער 95% ענדרויד דעווייסעס. דער חורבן דערמיט איז אז דער יוזער מוז אפילו גארנישט טון! מען שיקט אריין א טעקסט מעסעדזש מיט דער נישט גוטער זאך און דער שגץ האט קאנטראל איבער א גאנצע בארג זאכן אויף דיין פאון! מען דארף נישטאמאל עפענען דער טעקסט אז עס זאל געשען (נישט אין אלע מעסעדזשינג עפפס, אבער אין אסאך יא) זינט דער פריוויאו וואס קומט ארויף ביי די נאוטיפיקעישאן טריגעט שוין דער קאוד. זיי האבן איינגעמאלדן פאר גוגל פאר א וויילע שוין און גוגל האט גלייך ארויסגעשיקט א פעטש פאר די פאון מאניופעקטורער, אבער... דא קומט דער חורבן... ווען פאר א שווארץ יאר גייט עס אנקומען צו די שווערע מיליאנען באנוצער? פאר א גרויס חלק פון זיי מסתם קיינמאל! דא ווערט נאכאמאל געזען דער בראך פון ענדרויד פרעגמענטעישאן אז נישט יעדער איז אפדעיטעד (ווייל עס ווענדט זיך אין דער קערירער און נישט אין גוגל, און זיי האלטן נישט ביים ארבעטן פאר אלטע דעווייסעס) און אזא באג קען זיין א חורבן אינעם עתיד, ימים ידברו.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

נייערע ענדרויד וועלען קומען מיט ווייניגער פריאינסטאלעד עפפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

נאכדעם וואס גוגעל האט געמאלדען אז די קומענדיגע אפערעיטינג סיסטעם וועט הייסען מארשמאלאו, ווערט באקאנט אז גוגעל האט נאכגעלאזט אירע פארלאנג איבער פרי אינסטאלעד גוגעל עפפס.

גוגעל האט א פארלאנג אז אויב וויל מען נוצען זייערע עפפס, אז מען מוז אריינלייגען א גאנצע ליסט פון עפפס, דאס מיינט אז טעלעפון קאמפאניס ווי סאמסונג און העידזש.טי.סי. וואס ווילן נוצען נוצליכע עפפס ווי צב"ש דזשימעיל אויף די ענדרויד, איז כדי צו באקומען א לייסענס, מוז מען אנשטאפען די טעלעפון מיט כל מיני עפפס וואס נישט יעדער איז אינטרעסירט, און פארשטייט זיך נעמט צו פלאץ אויפן טעלעפון.

דער ליסטע פון די פריאינטאלעד עפפס איז געווארען קלענער, צווישן די וואס געפונען זיך מער נישט אין די ליסטע איז גוגעל פלאס, וואס גוגעל האלט אינמיטען צו אראפ נעמען איר אנגעוויזנקייט אויף איר.

אנדערע עפפס וואס איר וועט מן הסתם מער נישט געפונען פריאינסטאלעד ווען איר קויפט א נייע טעלעפון איז גוגעל ניוס-סטענד, גוגעל פלעי געימס און גוגעל פלעי בוקס.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

קנאפער ידען האט געשריבן: טרענד-מייקראו זאגט אז זיי האבן עס געמאלדן פאר גוגל איבער צוויי חדשים צוריק און גוגל האט עס קלאסעפיצירט אלץ לאו פריארעטי וואלנערעבילעטי און דערווייל גארנישט געטון עס צו פעטשן.

90 טעג עניבאדי?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אין א נייע פאזעטיווע מעלדונג פאר דער ענדרויד wearable פלאטפארמע, האט גוגל געמאלדן אז אינעם קומענדיגע אפדעיט פון 'ענדרויד wear' פאר קלוגע-זייגערס וועט עס ארבעטן נישט נאר מיט ענדרויד טעלעפאנען נאר אויך מיטן אייפאון! כמובן אז עס וועט נישט קענען טון אלעס אלעס אויף אן אייפאון וואס דער עפל וואטש קען טון, ווי אויכעט נישט וואס ער קען טון אויף אן ענדרויד, אבער זען נאוטיפיקעשאנס און אוועקסווייפן (עס וועט אויכעט אוועקגיין פונעם אייפאון ווען מען קוקט עס אויפן זייגער) סערטש אימעיל קאלענדער וכו' וועט ער קענען טון. דאס ברענגט אריין ענדרויד ווער אלץ א שטערקערע קאנקורענץ פארן עפל וואטש און דער Pebble קלוגע-זייגער (וועמענס איינע פון די גרעסטע מעלות איז געווען אז עס ארבעט מיט אלע יעצטיגע.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

אין די פרעסע ווערט אין די יעצטיגע טעג ברייט באריכטעט די פאקט אז "ביל געיטס" האט אוועקגעווארפן זיין ווינדאוס פאון און באנוצט זיך מיט אן ענדרויד...
...
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

גוגל באשטעטיגט ׳ענדרויד׳ סעקיורעטי טרעד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

פרישע אנדעקונג אז ענדרויד און סעמסאנג סמארט פאון׳ס זענען אויסגעשטעלט צו ווערן געהעקט אויף אן אופן וואס העקער׳ס קענען אקטיוועזירן דעם פאון׳ס קאמערע אן דעם וואס דער בעה״ב זאל עס באמערקן...

פאלגענד וואס א העקער קען אלץ טון:
• נעמען א בילד ניצענדיג דעם סמארט-פאון און עס אפלאודען צום קאמענד סענטער
• מאניטערן און ווארטן ביז ווען א פאון-קאל פאנגטסעך און דאן רעקאדירן ביידע זייטן פונעם געשפרעך
• בשעת דעם פאון-געשפרעך קענער אויך רעקאדירן א ווידיאו פונעם פאון אוינער בשעת רעקאדירן דעם קאל
• דורך GPS טעג׳ס פון די בילדער קענער אויסגעפונען ווי איבער דער וועלט דער פאון געפינטסעך
• גרייכן און קאפירן אוועקגעלייגטע בילדער און ווידיאו׳ס און עס ארויסקאפירן
• ער קען העקן דעם פאון נעמענדיג בילדער וכדו׳ אלעס פונעם בעקגראונד, שטילערהייט אז דער בעה״ב זאל גארנישט באמערקן
• ער קען אנהייבן דעם אטאקע און כאפן בילדער און ווידיאו אפילו בשעת דער פאון איז געלאקט

א ווארטזאגער פאר גוגל האט אדרעסירט דעם פראבלעם, פאלגענד איז וואס ער זאגט:
"We appreciate Checkmarx bringing this to our attention and working with Google and Android partners to coordinate disclosure. The issue was addressed on impacted Google devices via a Play Store update to the Google Camera Application in July 2019. A patch has also been made available to all partners."
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טו קלעריפיי... עס איז נישט עכט א אישו פון "העקן" דער פאון פון אינדרויסן, נאר אן עפפ אינסטאלירט אויפן דעווייס קען האבן עקסעס צו זאכן וואס מען האט אים נישט געגעבן עכט פערמישען. און צוויי פונקטן צו געדענקן:
  • מען ברויך סייוויאזוי אכט געבן וואס מען אינסטאלירט אז עס זאל נאר זיין פארלעסליך (סאו אפילו די עפפ העט ווען געקענט נוצן דער לאך נוצט ער עס נישט ווייל ער איז פארלעסליך.)
  • דער איינציגסטער לאך איז אז ער האט געקענט טון קעמערע זאכן מיטן האבן בלויז דער "סטארידזש" עקסעס רשות און נישט דער "קעמרע" עקסעס רשות. סאו אויב - און פאר דער פשוטער מענטש איז אז א זיכערע זאך... - דו קוקסט עניוועי נישט איבער די פערמישענס פון די עפפס וואס דו אינסטאלירסט קען דאס סייווי יעדע עפפ בעטן קעמרע פערמישענס אליינס און וועסט אים עס געבן... אפילו אן דער לאך.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ענדרויד נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

https://android.com/get-the-message/

קוקט אויס וואו ענדרויד האט אנגעהויבן א פייט מיט עפל.
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”