מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
זעמיר געקומען צו שמייסן מיט די שליסלעך, גרייט צו אפדעיטן ס'קעפל, בלויז צו זעהן (שמעקן) א זעקל האנטוכער...

זאג, איבער די פערד האט מען אויך פארהאנדלט?
די פערד איז נישט ממש געוועהן אונז, בלויז א גרמא פון די העדלייטס, גייט אריין אין אשו משום חציו. אפשר איז ער גאר שולדיג אין אונזער צער און בושת פארן נישט מאכן נטירותא יתירתא. גיי ווייס.
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

וואנדער איך זיך שוין אגאנצע וואך, וואו תינוק'ס באשרייבונג איז נעלם געווארן, ביז א וואוילער איד האט מיר צוגעוויזן אז סליגט אין דזשורנאל.

יעצט אפגעליינט די לעצטע דריי קאפיטלען...
מאסיוו איז נישט דאס ווארט. וואס יא ווייס איך נישט
א בחינה פון דבר אין בפי ובלשוני מילה
מלכי צדק
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:06 am

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלכי צדק »

תינוק האט געשריבן:
איך וועל פראבירן אז די נעקסטע פרק זאל זיין גרייט פאר צום גדליה. כאטש וואס די זמן איז ערנסט דאן, אבער ארויסהעלפן מיטן תענית איז געראטן.
א תינוק פאסט דאך נישט.. אונז יא... נו, בל תאחר!
בד"וו, א גוט געבענשט יאר!
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

תינוק האט געשריבן:
איך וועל פראבירן אז די נעקסטע פרק זאל זיין גרייט פאר צום גדליה... ארויסהעלפן מיטן תענית איז געראטן...
מ'פאסט שוין באלד אויס..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

באקסער בוים האט געשריבן:
תינוק האט געשריבן:
איך וועל פראבירן אז די נעקסטע פרק זאל זיין גרייט פאר צום גדליה... ארויסהעלפן מיטן תענית איז געראטן...
מ'פאסט שוין באלד אויס..
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

ער האט נישט געזאגט וועלכע יאהר..

אונז ווארטן מיט שפאנונג
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

פרק ט'

די פלאן האט געלויטעט אז מיר גייען אצינד זעהן דעם גייזער, אבער די פארלענגערטע הפסקה ביים געשעפט האט גערויבט די צייט דערפאר. א יישר כח פאר שמערי, בשם כל הקהל הקדוש. א גייזער איז בריעדיגע וואסער וואס פליעט ארויס פון די ערד צו אסטראנאמישע הויעכקייטן און מיט מאכטפולע קראפט. צוויי וואכן צוריק ווען עס האט שרעקליך גע'מבול'ט אינמיטן די נאכט אין נוא יארק האט מיין בעיסמענט סינק געהאט א מיני-גייזער.

דעם ספעציפישן גייזער הייסט Geysir [מיט א צירי בנוסח סקווירא], און איז די אריגענעלע גייזער וואס על שמו הייסן אלע ענליכע שפריצעראציעס אויפן כדור העולם מיטן נאמען גייזער [צירי ווי געהעריג]. מענטשן שטעלן זיך אין א רינג ארום דעם פי הארץ, און איינמאל יעדער האלבע שעה שפריצט דאס וואסער ארויס. זיי טענה'ן אז די וואסער קען שפריצן צו א מאקסימום פון 600 פוס, אבער עס האלט זיך וואונדערליך צום פופציג פוס מינימום.

מיר זענען גראדע דורכגעפארן דעם פלאץ ביים הייוועי, אבער היות מ'האט נישט געוואוסט ווען די נעקסטע ארויסשפריץ וועט פאסירן, האט מען זיך נישט געקענט ערלויבן אן אפשטעל דארט. מיינע ליפן האבן געשעפשעט א תפילה חרישית אז פונקט יעצט זאל גיין דעם שפריץ מיר זאלן עס לפחות זעהן פון דערווייט, און דער באשעפער האט טאקע אנגענומען מיין תפילה מיט ליבשאפט און וויליגקייט, מיטן פלאן עס צו נוצן פאר אנדערע צוועקן אין א שפעטערדיגע געלעגנהייט.

בילד פונעם גייזער וואס מיר האבן 'נישט' געזעהן


א שעה'לע שפעטער און מיר קומען אהן צום Þingvellir נעשענעל פארק. דער פארק פארמאגט נישט גליטשערס און סווינגס אבער עס האט יא טעקטאניק פלעיטס, מ'לייגט איין פוס אויף איין פלעיט דער צווייטער אויפן אנדערע און ס'איז א הויפן מיט פאן. די פלייסיגע ליינער זענען שוין מצייר וויאזוי די מאדנע פארק רייד קוקט אויס, ווי גרויס איז עס, וועלכע קאליר און מאטעריאל, השמנה היא אם רזה.

וועל איך זאגן. יעדער פלעיט איז היבש גרויס. כ'וואלט אפילו געזאגט, גרעסער ווי א געווענליכע תקנות בר מצוה זאל. און פאקט, צו זיין מער פונקטליך, פיל גרעסער ווי רוסלאנד און אוקריינע צוזאמען. הערט זיך מאדנע, וואס? כדי איר זאלט דאס פארשטיין, דארפט איר הערן א שיעור כללי וואס וועט אביסל אויסקלארן אן אינטרעסאנטע מקצוע אין דעם טיפן סוגיא פון נפלאות הבורא.

אונזער פלאנעט האט דער בורא ית' געמאכט פון שיכטן. אונז מענטשעלעך לעבן און שאפן אויף די דרויסענדיגע 'קראסט', וואס איז טיף בערך 25 מייל אונטער די קאנטינענטס און 6 מייל אונטער די אושענס. אונטער דעם קראסט איז דא א שיכט פון געדעכט-פליסיגע שטיין, טיף 1800 מייל. דערונטער איז דא 1430 מייל טיף פון ברענעדיגע און רינעדיגע שטיין, און 900 פוס פון ניקל און אייזן. [נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט]

די קראסט איז נישט איין גרויסע שיכט. עס איז צאמגעשטעלט פון זיבען גרויסע - און נאך עטליכע קליינע - פלעיטס. די פלעיטס רוקן זיך אביסעלע, און ביי די פלעצער צווישן צוויי פלעיטס פאסירן ערד-ציטערנישן און וואלקעינאוס. ווען זיי דערווייטערן זיך אביסל, גייט מעגמע [די רינעדיגע פליסיגע שטיין פון אונטער דעם] ארויסקומען צום אויבערפלאך. ווען עס קומט ארויף, טוישט זיך די נאמען צו לאווא. ווי איר פארשטייט געוויס, איז אייסלאנד פונקט צווישן די פלעיט וואס האלט אמעריקא דערויף און די פלעיט וואס באזיצט אירופא און אזיע. דערפאר זענען דא דארט וואלקעינאוס. דערפאר שפריצן ארויס הייסע גייזערס וואס ווערן אנגעהיצט פון די בריעדיגע שטיין, דערפאר איז אונזער ספרינג-קוואל געוועהן נאטורליך געהייצט פון די מעגמע, און דערפאר זענען מיר געגאנגן צו אט דעם פארק.

די טעקטאניק פלעיטס זענען דארט אויסגעשפרייט אינעם פארק, און צוליב די פילע ערדציטערנישן וואס געשעען דארט, זענען דא אסאך טיילונגען אין די ערד, און ס'איז נישט עכט קלאר גענוי וועלכע שטיינערנע ווענטל געהערט קיין צפון אמעריקא און וועלכע איז שוין אירופא-איזע. די גאנצע אומגעגנט ווערט פאררעכנט אלס א נאו-מען'ס-לענד, ווייל געאגראפיש געהערט נישט די פלאץ צו קיין שום קאנטינענט, כאטש וואס פאליטיש איז עס אייסלאנד וואס איז א חלק פון יוראפ. יעדע יאר רוקן זיך אוועק די קאנטינענט איינער פון צווייטן מיט עטליכע אינטשעס, וואס מיינט די וועג קיין ארץ ישראל ווערט אלס לענגער און לענגער [איך שפיר עס...]

מיר פארן צו א שטח ווי עס זיצן עטליכע טרעילערס וואס דינען אלס אפיסעס פאר די סנורקלינג קאמפעניס למיניהם. מיר גייען אצינד סנורקלען צווישן די צוויי קאנטינענטן. סנורקל איז טייטש אריינגיין אין וואסער [נישט טיף אריין ווי סקובע-דייווינג] מיטן פרצוף אויף אראף. א פייפ מחובר צום מויל דינט ווי אן עקסטעריער קנה וואס שטעקט זיך ארויס פונעם וואסער און דאדורך אטעמט מען. גרויסע גאגגעלס העלפן גוט זעהן וואס ס'טוטצעך מתחת פני המים.

ווען מ'רעדט פון קעלט, איז עס דארט. די ווינטן און פרעסט האבן געשניטן ווי ערב ראש השנה מעסערלעך. די חברה דארט הייסן אויסטוהן אלע אויבערשטע בגדים, די ציצית האבן מיר איינגעבעטן נאך פרוכטבארע השתדלות, ווידער די סניעקערס, מאנטלן און אויגן-גלעזער דארף אלע אריינגיין א דעזיגנירטע בעג. בחסדי ה' פארמאג איך לענסעס, חילי האט אבער שטארק פארפירט אויף אן ערלויבעניש צו טראגן זיינע ברילן, און אין די קאר האט ער אפילו גאגגעלס מיט א פרעסקריפציע, אבער ביידע וועלן נישט איינשטימען מיט די גרויסע גאגגעלס וואס זיי שטעלן צו. א סקרוך איז אדורכגעלאפן מיינע ביינער ווען דער גוי האט באפוילן אויסצוטוהן דאס קאפל. די סקרוך האט זיך בארואיגט נאכן איינזעהן דאס זייער מלבוש דעקט אויך צו די קאפ.

די גופים אונזערע שאקלן זיך ווי צפת'ע ערבות אדער מאה-שערים'דיגע הענג וועש, ווען דער גוי ברענגט ארויס דעם ערשטן מלבוש, געמאכט אויף צו ווארעמען. א גרויסן סטרעטשי סארט וואס באדארף אסאך כוח עס צו קענען אויסציען און אנטוהן. דער גוי, וואס האט נאך קיין ווארט תורה נישט באגעגנט, האט די כוחות דערפאר און העלפט אונז תורה לערנערס דערמיט. די צווייטע שיכט איז די טרוקן-אנצוג וואס האלט די גוף טרוקן, און ווי אויך האלט עס דעם גוף אויפן אויבערפלאך. אויפן פיס טוט מען אהן פליפפערס ווי די קאטשקעס. מוישי, וועלכע איז צו הויעך פאר זייערע אנצוגן, פארבלייבט אינדרויסן צוזאמען מיט גערשי וואס איז נישט בידידות מיט וואסער כדלעיל און ער לאזט אונזערע בקשות נמרצות טראסקענען אויף זיינע טויבע אויערן. צו זייערע רייען איז זיך שפעטער מצטרף מתתי' וואס שוין נאכן אריינגיין אין די וואסער האט זיך באוואויגן אפצוטרעטן דערפון.

די וואסערן דא האבן זיך ממש לעצטנס אפגעזעגנט פון די גלעישערס, און זענען זייער זייער קאלט. ממש הארט העכער דעם פריזינג פונקט. די גוף וועט בלייבן ווארעם, זאגט אונז דער עכו"ם, אבער די הענט לאו דווקא, צוליב וואס די הענטשוך איז נישט גענוג אינסולירט. די פנים, ארום די גאגגעלס און מויל שלאס, איז אפן צום וואסער און גייט בעיקר שפירן די אייזיגע קעלט. אבער זאת נחמתי, טוט ער אונז בארואיגן, אז נאך א מינוט וועט מען נישט שפירן די קעלט, ווייל די פנים גייט ווערן נאמ[ב]. איין שאד כ'האב נישט ערלעדיגט דארט מיין היבש אפגעשטופטע רוט-קאנאל פראצעדור זייענדיג נאמבע אונטערן וואסער.




מ'גייט אין וואסער אריין, און מיר ציטערן ווי ליטווישע פיש אום חודש אלול. די וואסער איז טאקע אייז קאלט. פראבירט אריין לייגן א האנט אין די גארבעדזש קען וואס איז אנגעפולט מיט אייז און ביר באטלעך פאר די שלום זכר בבית רבינו שליט"א. אזוי קאלט איז עס געוועהן. צוליב די מויל שלאס איז מעגליך צו רעדן אונטערן וואסער, עס איז אבער אוממעגליך נישט צו כאפן שלונגן פון מים קרים דא און דארט. צו מיינע אויערן גרייכט א ברכת שהכל וואס חילי זאגט דארט אונטען און צו זיינע אויערן גרייכט מיין הילכיגע אמן.

וואסער אין אלגעמיין האט א זעה-שטרעקע פון ארום אכציג פוס ווייט. דא ביי דעם מקום, איז די סאמע קלארסטע וואסער אויפן כדור העולם. [ביי די סאמע געדעכסטע בין איך שוין אויך געוועהן, שבועות נאכן תיקון אין שכנות'דיגן שוהל.] די אויגן זעה קראפט גרייכט דא ביז צוויי הונדערט פוס. די מחזה איז פלאי פלאים, זעענדיג די געוויקסן צווישן די פעלזן ביז אראפ פינעף און זיבעציג פוס טיף. [מ'וואלט געקענט זעהן טיפער כאמור, אבער דאס איז געוועהן דעם טיפסטן פונקט מיר זענען געשווימען.]

ביי איין פלאץ זענען די טעקטאניק פלעיטס גאר נאנט איינער צום אנדערן, און ווען מיר שווימען דארט אדורך קען מען אנכאפן איין קאנטינענט מיטן רעכטן האנט און די צווייטע מיטן יד כהה. די גוי האט א אונטערוואסער קעמרע און בעט מיר זאלן שמייכלען צו איהם'ן. כ'גיב מיר דאן א דערמאן דאס די פריעדיגע בעלזער רב זי"ע האט זייענדיג אויפן אונטערערדישן באן גענוצט דעם געלעגנהייט צו ממליך זיין קודשא בריך אויך אונטערן אדמה. דאס איז איינמאל זיכער ביי מיר, אז ביי אט די פלאץ, צווישן אמעריקא אין אזיע-אירופא, אונטער די אייזיגע וואסער, האט נאך קיין בר נש נישט ממליך געוועהן דעם אלמעכטיגן ג-ט, און איך שפיר זיך ווי א פאסיגע במקום-שאין-איש'ידיגע קאנדידאט צו מאכן היסטאריע אצינד.

איך האלט אהן אמעריקא מיטן רעכטן און יוראפ-אזיע מיטן לינקן, איך גיב זיי א לייכטע טרייסל און זאג זיי אויפן נוסח: זאלט איר וויסן מיינע ברודער אין אמעריקא, און אויך אין גאנץ יוראפ און אזיע, אז עטץ וועטס גלייבן אין ג-ט וועט אייך גוט זיין! "שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד"! [דעם פסוק האב איך געזאגט עטוואס שטיל, כדי מיינע חברים זאלן נישט מיינען אז ס'איז דערנאך...] איז יא, ווען איר האט געשפירט דאנערשטאג ראה אינדערפרי [אמעריקאנע זייגער] א התעוררות אין אמונה וואס איר האט נישט פארשטאנען פון וואו עס קומט פלוצלינג, אט דאס איז עס געוועהן!



צו זיין אויפריכטיג מיט ענק, די קעלט איז געוועהן אזוי ביטער, בעיקר אויף די הענט, אז כ'האב געשפירט אזא 'שוין יוצא געוועהן' בחינה [געוועהן-דארט-געטוהן-יענס בלע"ז], און כ'האב געווארט מיט שפאנונג צו פארטיגן דעם שפיל. דער אייבערשטער האט אונז נישט פארלאזט, און נאך אביסל מער ווי א האלבע שעה זענען מיר אנגעקומען צום ענדע, און זיך דערזעהן אינדרויסן. נאך די לענגליכע פראצעדור פון אויסטוהן די שיכטן בגדים און נאך די ווייטאגליכע פראצעדור פון טיפ'ן די באאמטע, קומט מוישי אונז אפנעמען מיטן קאר. פארוואס ער שמייכלט אזוי יעצט? גוט געפרעגט! ווייל ווי דערמאנט אין פרק ד', האט ער יעצט געטראפן און פאראייביגט זיין 1022'סטע פייגל.

לויט ווי דער צייט האט אונז רשות געגעבן, זענען מיר געגאנגן באטראכטן די פלעיטס פון דערנאנט און אויף די טרוקעניש. ביי געוויסע פונקטן קוקן זיי אויס ווי מויערן פון ירושלים להבדיל, אבער זענען סך הכל די טעלערלעך פון די קאנטינענטן. כ'טרעף זיך דאן זאגן פאר מוישי אז מיין רצון נאגט מיר צו כאפן א בילד פון סיי וואס מיט זיין אסטראנאמישע קעמרע. בעסער געזאגט, כ'וויל א בילד פון מיין קעמרע ווי איך כאפ יא-אדער-נישט א בילד מיט מוישי'ס געצייג. ער האט מיט זיין גענאדע צוגעשטימט. גערשי האט געפילט פאר וויכטיג צו לאכן פון מיר, אבער איך בין ארויס מיטן בילד.




פארוואס הייסט עס 'פיקניק'? ווייל מ'עסט עס אויף א פיקניק טיש! און טאקע דאס האבן מיר געטוהן. מוישי האט מיטגעברענגט צוויי עלעקטראנישע ווארעמערס וועלכע זענען געוועהן מחובר צום קאר, און דערין איז געלעגן סארטירט א קליינע אקס צושטיקעלט לנתחיו, וועלכע מיר האבן איינגעלאדענט צו אונז אריין. די ווינטל האט אוועק געבוזשעוועט די נעפקינס אבער האט צוגעגעבן צום געשמאק. דערנאך זענען ארויסגעקומען טעצער פון טשיקן קאטלעטס און קאלד קאטס מיט פיטאס און רעפפס, מ'זאל האבן עפעס צו טועם זיין אויפן פליגער.
אן אומשולדיגע כינעזער מאן, אין די מיטעלע זיבעציגער יארן, האט זיך אפגעשטעלט דארט מיט זיין קאר וועלכע איז אויך אין זיין יארגאנג. מיר האבן איהם געגעבן אלע איבעריגע עסן, עטליכע טעצער פארשידנארטיגע פלייש און רייז, און ער האט זיי שנעל גענומען, פלינק באדאנקט, און געשיקט אפגעיאגט אויס מורא אז מיר זאלן נישט חרטה האבן.



פון דארט פארן מיר צום עירפארט, מ'פוהלט אהן דעם קאר מיט געז, 150 דאללער געקאסט ליידער, מ'טשעקט אריין, מ'פארמיידט די טעקס אויף די מתנה'לעך, מ'גיסט אויס די ברוינפן וואס חילי האט בטעות מיטגענומען אינעם האנד באגאזש, מ'זעצט זיך אויפן עראפלאן, ווידער איין ליידיגע סיעט צווישן מיר און שמערי. מ'הייבט זיך מ'לייגט זיך. און דאן ווערן מיר ענטפאנגן דורך די רוישיגע, הייסע און גארנישט-צו-פארקויפן נוא יארקער לופט רוימען. אצינד דארף מען זיך אפרוהן, אראפלייגן, שלאפן און רילעקסן.

און פארשטייט זיך, מיטטיילן די עקספיריענס מיט אנדערע וואוילע אידעלעך.

ענדע!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

אההה אויסגעפאסט
אן פיינע טריפ געוועהן יישר כח
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
טשאלמיקא
שר האלף
תגובות: 1589
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 11:21 am
פארבינד זיך:

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלמיקא »

WOW

פיין געווען.........
יישר כח
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געוואלדיג, תם ולא נשלם!

דו פארבלייבסט אונזערס, פארסט אדער זיצסט!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

ווווואאאאווווו!
אזאלכע אויסדרוקן. געשמאקער ווי געשמאק אראפ געלייגט, מיטגעפילט די קעלט אין די הענט, מקבל געווען עול מלכות שמים, און נאך צו נאמ(ב) און איבערגענומען זיך צו קענען באדאנקן אויף'ן מינוט.
אפשר מארגן....
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: מיין נסיעה קיין Iceland, פרק ח' ארויף #8 - מינוטן פון שרעק -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

הערליך!

מאכסט מיר שוין וועלן גיין דארט.

די שורה איז זייער גוט:
“ און דער באשעפער האט טאקע אנגענומען מיין תפילה מיט ליבשאפט און וויליגקייט, מיטן פלאן עס צו נוצן פאר אנדערע צוועקן אין א שפעטערדיגע געלעגנהייט.“
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

הענגענדע מאה שערים וועש!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מיר רופן אויס הויעך, א גרויסע יישר כח... פאאאר... @תינוק!!!

אזא זיסע באשרייבונג געווען! נאך באגלייט מיט די אינו דומה קריאה לראיה...

איך געדענק שוין נישט פארוועם די קרעדיט פון די נסיעה קומט זיך.. אבער געב איבער א יישר כח פאר שמערי, מושי, מאטעס, און די גאנצע איבעריגע חבריא... א פיינע קאמפאניען געווען... ספעציעל מושי.. וואס טראצדעם וואס ער האט נעבעך פארפאסט א חלק פון די מיעוט תענוג, האט עס אבער צוגעגעבן א באזונדערע ספייס...

ווען די דעיט פון די קומענדיגע נסיעה איז פיינעלייזד, לאז וויסן. כ'האב שליח מצוה געלט צו שיקן...
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

כווייס נישט אויב כהאב גענוג באדאנקט הרב @תינוק, כהאב סייווי נישט די ווערטער..

אזאנס געדענק איך נישט צו האבן געליינט אויף אייוועלט. סאיז ממש א חידוש, הפלא ופלא

א ריזיגן ייש”כ מעומק לבבי
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

אחרון אחרון חביב, שטארק הנאה געהאט!

@תינוק; דיין נסיעה איז באמת געווען א סוקסעס - פאר אונז ליינער'ס, מיר האבן באמת מיטגעלעבט יעדן דעטאל, די אינפארמאציע, שפראך, סטיל, לשונות, הומאר, דראמא, און וואס נישט...

פון יעצט און ווייטער שלאגט מיר אין קאפ דעם סלאגאן; "אייסלאנד - אויך באקאנט מיטן צונאמען תינוק"...
אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

איך וויל נאכאמאל דאנקן די אלע דאנקערס, וואס נאר צוליב זיי האב איך געצויגן ביז צום ענדע. די קומענדיגע דאנקערס זענען לשמה.

ספעציעלע שריי-אויס פאר ידידנו הרב ישי נאה שליט"א פארן מיר העלפן מיט די בילדער, שלא ע"מ לקבל פרס. אונז קענען זיך נישט אין ריעל לייף [ווער ווייסט? אפשר ביסטו יענער דארט?!] און זיין מסירות איז להפליא. א יישר כח פאר פרינדזשעס פארן העלפן פון אנפאנג [מיין נייע ציצית האבעך באשטעלט מיט פרינדזשעס אלס צייכן פון הכרת הטוב]. ווי אויך פאר פייטל'ן [כ'געדענק נישט זיין לעצטע נאמען].


+++
@יש האקט, לאמיר זעהן וואס
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

שכח !
ווען איז אייער נעקסטע נסיעה ?..
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

די תוכן רוחני אריינגעפלאכטן און די לומדישע מליצות ווייזט אז דער תינוק איז שוין גארנישט קיין בורח מבית הספר!

יישר כח פאר די שיינע רייכע ארטיקלען געווען זייער אנגענעם זיי צו לעזען!

פאר אפטער און רוף מיר בעפאר..
אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

עטליכע וואוילע אידן האבן מיר געשטעלט פראגן, דא אדער אין אישי, און כ'האב נישט געענטפערט דערווייל.
יעצט צום סיום, ווערן סיי וועלכע שאלות נתקבל באהבה, און כ'וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

Wow! Wow! Wow!
ערגעצוואו צווישן געלעכטער און שפאנונג ליגן צוויי פלאטעס אויף וועלעכע @תינוק זיצט מיט א פעדערל און איז מהנה דעם עולם...
איך מיין אז איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי הנאה געהאט פון א געשרייבעכץ ווי דאס!
איך האף אמת'דיג אז דו גייסט ממשיך זיין מיט די ארטיקלען מיט נאך זכרונות פון דעם זיידנס קעמפינג וכו'
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

צוויי גאר וויכטיגע פראגן ביטע:
ווען פארט איר נעקסט? און פארוואס האט איר נאכנישט אנגעהויבן א נייע פארזעצונג?

א ריזן דאנק אייך.
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

וואוו וואוו וואו.....
מיר גענומען אויף א רייד קיין אייסלאנד ווירטואל, און היצט וויל איך שוין גיין לייוו.

די ענדיגסט צו, אז נוי יארק האט גאארנישט צו פארקויפן. זאלסטו וויסן, אז נ.י. האט דיר אסאך צו פארקויפן..
ווען די וואוינסט ווען אין אייסלאנד, וואלסטו קיינמאל נישט געוויסט אפצושאצן (און שעצן) די אלע פלעצער, פונקט ווי רוב נוי יארקער האבן נאכנישט באזוכט דעם סטאטוע פון פרייהייט, און אסאך א''י אידן גייען אסאך ווייניגער צו פלעצער אין א''י, אווי די אמעריקאנע געסט.


נו אויב אזוי, האט דיר נוי יארק פארקויפט....... אייסלאנד
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6206
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

די סאמע בעסטע טאג בוך וואס איך האב ביז היינט געליינט. אויסטערליש רייך און זאפטיג! ישר כח תינוק.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: מיין נסיעה קיין Iceland - ענדע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

תינוק האט געשריבן:
עטליכע וואוילע אידן האבן מיר געשטעלט פראגן, דא אדער אין אישי, און כ'האב נישט געענטפערט דערווייל.
יעצט צום סיום, ווערן סיי וועלכע שאלות נתקבל באהבה, און כ'וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.
יישר כח תינוק.

דיין מליצות און אויסדריקן זענען אנריעל. ווי פאלט דיר אפילו ביי דיע אויסשפרעכן?!?

אפשר לייגסטו אלע קשיות מיט די תירוצים דא אין פאבליק, סיי סזאל זיין אינטערעסאנט פארן עולם. און סיי אז מזאל דיר נישט איבער פרעגן די זעלבע שאלות 30 מאל.
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”