אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

הערליך שיין היכי, איך האלט נאך ביי די פריערדיגע, איך ליין עס אין שרייבער, ס'איז זייער אינטערעסאנט, און מ'קען זעהן דא ליגט אסאך האראוואניע.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

א גרויסן שכ'ח פאלעקס, יש הנאה, נארמי, ענדזשוי, בעל מדרגה, און עירוב. יעדעס קאמפלימענט ווערט געגעסן מיט אפעטיט און גיבט צו נאך א גאלאן גאזאלין. מיט די איצטיגע גאזאלין פרייזן, איז גאר שיין פון אייך.

----

יש הנאה, איך פרוביר שטארק אנצוהאלטן די סעריע אז עס זאל טאקע אנגיין לאנג אהן ווערן אומעטיג, און איך האף אנצוגיין און נישט אנטוישן די ציבור.

היסטאריע איז פון מיין מערסט באליבטע נושאים ווען עס קומט צו וועלטליכע וויסן, און דורכאויס די יארן האביך כסדר געליינט גאר אסאך היסטאריע. אסאך וואס איך שרייב איצט זענען געשענישען וואס איך האב שוין געליינט פון עטליכע מאל דורכאויס די יארן, דעריבער איז עס גרינגער צו ווידער נאכזוכן און אראפשרייבן בא'טעמ'ט, א זאך וואס איך האב זיך געלערנט אן לערן זיך נאכאלטס דא אויף אייוועלט.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אנבעליוובל סטאף, וואוו.

גוטע מאטריאל, הערליכע שריפט, סופער פלוס און געוואלדיג צוזאמגעשטעלט.

א ריזן יישר כח
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

היכי תמצא האט געשריבן:א גרויסן שכ'ח פאלעקס, יש הנאה, נארמי, ענדזשוי, בעל מדרגה, און עירוב. יעדעס קאמפלימענט ווערט געגעסן מיט אפעטיט און גיבט צו נאך א גאלאן גאזאלין. מיט די איצטיגע גאזאלין פרייזן, איז גאר שיין פון אייך.

----

יש הנאה, איך פרוביר שטארק אנצוהאלטן די סעריע אז עס זאל טאקע אנגיין לאנג אהן ווערן אומעטיג, און איך האף אנצוגיין און נישט אנטוישן די ציבור.

היסטאריע איז פון מיין מערסט באליבטע נושאים ווען עס קומט צו וועלטליכע וויסן, און דורכאויס די יארן האביך כסדר געליינט גאר אסאך היסטאריע. אסאך וואס איך שרייב איצט זענען געשענישען וואס איך האב שוין געליינט פון עטליכע מאל דורכאויס די יארן, דעריבער איז עס גרינגער צו ווידער נאכזוכן און אראפשרייבן בא'טעמ'ט, א זאך וואס איך האב זיך געלערנט אן לערן זיך נאכאלטס דא אויף אייוועלט.

ש'כח פארן מעלדן דגיטע נייעס אז ס'ליגט נישט אויף אייער סדר היום צו אונז לאזן הענגן.
איך האב אביסל צוריק געבלעטערט אביסל דא אויף אייוועלט פאר אזעלכע געדאנקן ארטיקלן פון דעם און איך געטרפן זייער שיינע זאכן די פראבלעם איז ס'איז נישט געענדיגט ס'איז האלבע זאכן וועגן דעם דערפרייד מיר צו הערן פון דיר אז די פלאנסט צו מאכן א דבר השלום

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הערליך שיין און געשמאק!!!
א נחת צו לעזן!

איין פיצי הערה, די הגדרה פון שאקלען די וועלט שטייט אויף אבנר בן נר, און נישט אויף יואב בן צרויה.
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

מעכטיג: תוכן, שפראך, זאפטיג, און וואס נישט.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הגות תבונות האט געשריבן:מעכטיג: תוכן, שפראך, זאפטיג, און וואס נישט.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

הערליך שיין געשמאק! שכח!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

מעגא מעגא.... די ידיעות, מיטן שפראך איז נעקסט לעוועל!!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

א זעלטן רייכער באשרייבונג אזוי געשמאק אראפגעלייגט! שכח
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

שכ'ח יאנאש, ענדזשוי, און שוין, הגות, אורי, יקוש, יש לו, און בר גריזים פאר די ווארעמע קאמפלימענטן, עס איז מיר א פארגעניגן און עהרע.

ווי אויך גיבט יעדע קאמפלימענט באזונדער א שטופ ווייטער צו שרייבן.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

די יאר איז 1946 (תש"ו). די לוילעכע פריינטשאפט צווישן רוסלאנד און די מערב וועלט הייבט אן אויסוועפן. סטאלין האט צוגעזאגט אז ער וועט נישט אנהאלטן די לענדער וואס ער האט איינגענומען, ער וועט צו לאזן דעמאקראטיע און פרייע וואלן, אבער איינהאלטן זיינע צוזאגן טוט ער נישט.

לאנד נאך לאנד ווערט קאמוניסטיש אדער עמטליך א חלק פון די אויסגעברייטערטע סאוויעט פאראיין.

אסאך לענדער זענען פארבליבן אהן הערשער, אהן רעגירונג סיסטעמען, אהן א קלארע אויסבליק וואסערע סארט רעגירונג זיי גייען אויפשטעלן, אדער וועלכע באוועגונגען וועלן אויפשטעלן די רעגירונגען.

א באוועגונג בלאזט א ווינטל און שאפט א רעגירונג וואס דויערט אפאר חדשים צו א יאר צוויי, ביז די קומענדיגע באוועגונג פרובירט זייער מזל.

אבער א רעגירונג וואס ווערט אויפגעשטעלט איבער אש און פארעך, אדער פון די וואקיום וואס די ביז איצטיגע אויסלענדישע געוועלטיגער האבן איבערגעלאזט, אזא רעגירונג ברויך פיס (אויב נישט א סטעידזש). עס ברויך א יסוד אויף וואס צו זיצן, א פילאזאפישע געדאנק, א הערשן מעטאד.

עס ברויך א באוועגונג מיט שטיצער וואס גלייבן און אנערקענען די מעטאד אלס דאס בעסטע, עס ברויך איבערצייגן די באפעלקערונג אז דאס וועט זיין די בעסטע סארט רעגירונג פאר זיי. בעסער ווי די פריערדיגע דיקטאטורן, מאנארכן, אדער אויסלענדישע געוועלטיגער.

די באפעלקערונג וויל א לאנד וואס באלאנגט צו זיי, פאר אלע גלייך. א לאנד מיט א רעגירונג וואס וועט זיך רעכענען מיט זייערע געברויכן, א הערשאפט וואס וועט האלטן סדר אבער מיט יושר.

מ'רעדט נישט נאר פון לענדער וואס זענען געווען פארמישט דירעקטליך אינעם קריג, אבער אויך לענדער וואס האבן פארלוירן זייער הערשאפט צוליב וואס זייערע אויסלענדישע געוועלטיגער זענען געווען פארמישט אינעם קריג.

געוועזענע קאלאניעס און טעריטאריעס פון בריטאניע, איטאליע, פראנקרייך, האלאנד, יאפאן, און כינע האבן זיך געטראפן אהן פירערשאפט. נישט נאר אהן פירערשאפט, אבער אהן די וויסן ווי אזוי זיך צו פירן און זיך צו הערשן.

וואס נישט צו טאן זענען אלע בירגער איינשטימיג, נישט די געוועזענע מעטאד און קיין אויסלענדישע געוועלטיגער.

וואס יא?

***

דאס איז נישט געווען א גענצליך נייע פענאמען. עס איז שוין אנגעגאנגען אזוי זינט בערך 1900. אבער נאך די צווייטע וועלט קריג זענען ארויסגעקומען צוויי אויבערמאכטן (Superpowers) - סאוויעט רוסלאנד און די פאראייניגטע שטאטן.

מיט גענצליך קעגנגעזעצטע הערשונג מעטאדן האבן ביידע אויבערמאכטן געוואלט האבן ווי מער איינפלוס, נאכמער, די לענדער מיט די 'וואסערע סארט רעגירונג ברויך איך' פראבלעם האבן געזען צוויי הויפט מעטאדן - קאמוניזם און דעמאקראטיע (איך ווייס אז די קעגנזייטיגע מהלך פאר קאמוניזם איז קאפיטאליזם, אבער אין דיזער פאל ארבעט דעמאקראטיע בעסער).

דאס האט געשאפן א קעלט צווישן אמעריקע און רוסלאנד. אלע לענדער וואס האבן געהאט קאמוניסטישע באוועגונגען, האט רוסלאנד געזען אלס א רוף פאר הילף און זיי האבן געשפירט א חיוב צו העלפן די אויסלענדישע קאמעראדן.

אמעריקע האט געפארכט ווען קאמוניסטישע לענדער האבן זיך אנגעהויבן מערן. עס האט געשפירט ווי א שטריק ארום די האלז, מיט קאמוניסטישע לענדער דא און דארט, ארום און ארום וועט אמעריקע דערשטיקט ווערן.

עס איז פארגעקומען אינערהאלב אמעריקע א פחד וואס מ'האט גערופן די 'רויטע שרעק'. מ'האט חושד געווען רעגירונג איינגעשטעלטע, פאליטיקאנטן, אדער סתם ציווילע באוועגונגען אלס קאמיוניסטן.

קאמוניזם איז א געדאנק, און א געדאנק פארשפרייט זיך שנעלער ווי פייער. אמעריקע האט מורא געהאט פון קאמוניסטישע איינפלוס, פון קאמוניזם אלס א געדאנק איבערצונעמען די וועלט.

עס איז געווארן קעלטער און קעלטער צווישן אמעריקע און רוסלאנד, אבער היציגער און היציגער אין די ארטיגע לענדער וואו רוסלאנד האט געשטיצט די קאמוניסטישע באוועגונגען. אמעריקע איז גרייט געווען איינצוגיין אויף סיי וועלכע רעגירונג סיסטעם אבי נישט קאמוניזם.

וואו רוסלאנד האט געשטיצט קאמוניסטן, האט אמעריקע געשטיצט סיי וועלכע ארטיגע קעגנער צו קאמוניזם. עס האט אנגעהויבן פליען פעטש, ביני לביני, נישט מיר נישט דיר, האט זיך עס צופלאקערט אין א הייסע געפעכט, דערנאך מיט די הילף פון רוסישע און אמעריקאנע וואפן איז עס פארוואנדלט געווארן אין א שלאכט, און פון דארט צו א קריג.

***

אנהייב און דורכאויס די קאלטע קריג האט אמעריקע געזען יעדעס ביסל פארשריט וואס רוסלאנד האט געמאכט אין וואפן און טעכנאלאגיע אלס א דראונג צו איר עקזיסטענץ.

אמעריקע האט נישט אויסגעהאלטן ווי רוסלאנד אנטוויקלט טעכנאלאגיע וואס אמעריקע האט הערשט אנטוויקלט א יאר צוויי פריער.

די אטאם באמבע, די היידראדזשען באמבע, פארגעשריטענע טאנקן, עראפלאנען, מיסילס, וכו'.

אמעריקע לויפט און דער רוס יאגט נאך. אבער אין 1957, ווען רוסלאנד איז אנגעקומען קיין ספעיס פאר אמעריקע, דאס איז שוין געווען עפעס וואס אמעריקע האט נישט געקענט אראפשלינגן.

ספעיס אהין ספעיס אהער, די פראבלעם איז אז דער רוס איז דאס מאל אנגעקומען פריער. אין די זעלבע צייט איז דער רוס אויך אנגעקומען פריער מיט'ן אינטערקאנטינענטאל באליסטיק מיסיל. א יאר בעפאר אמעריקע.

גייט עס אזוי זיין פון היינט און ווייטער? וועט רוסלאנד זיין פאראויס און אמעריקע וועט נאכלויפן?

***

דער ענטפער דערצו איז ארפא!

וואס איז די אויפטו?! ס'דאך דא וויסנשאפט און טעכנאלאגיע פראגראמען. אין פאקט, יעדע מיליטערישע אפטיילונג האט באזונדער הונדערטער פראגראמען (כ'מיין, וואס נאך טוען זיי מיט 700 ביליאן דאלאר א יאר. עסן און מונדירן פאר די סאלדאטן קאסט נישט אזויפיל געלט…).

דערנאך האבן אלע אנדערע אגענטורן זייער אייגענע פראגראמען. די סי.איי. עי. ארבעט אויף דערשפירירן אלגאריטמען, די ען.עס.עי. ארבעט אויף ********* (מ'קען עס נישט ארויסשרייבן אלץ א מעטטער אָף נעשאנעל סעקיוריטי), און אלע אנדערע אגענטורן שונים.

נאך אן אגענטור?! הערט זיך סתם ווי נאך פראגראמען, נאך געלט, און נאך א שטיינדל אין וועג פאר צוזאמענארבעט.

מיט וואס גייט דאס זיין אנדערש? אויב עס גייט טאקע זיין אנדערש, ווער גייט זיכער מאכן אז עס גייט טאקע זיין אנדערש?

דאס צו פארענטפערן ברויך מען כאפן א בליק איבער ווער עס איז אויפגעקומען מיט די געדאנק.

***

אום אקטאבער 9, 1957 האט פרעזידענט אייזענהאוער אויפגענומען א נייע סעקרעטארי אָף דעפענס, 'ניעל מעקעלרוי'.

וואס איז געווען מעקעלרוי'ס ערפארונג? זייף! יא, כ'רעד פון זייף וואס מ'נוצט צו רייניגן דעם קערפער, נישט עפעס א פארגעשריטענע זייף וואס לייגט אריין טשיפס אונטערן הויט…

מעקעלרוי איז געווען דער פרעזידענט פון 'פּראַקטער ענד געמבל'. זיי מאכן אלע סארט זייפן, דיטערדזשענט, ציין פוץ אד"ג. אויב נוצט איר Old Spice, Head & Shoulders, Tide, Crest, Olay, Ivory און נאך קענט איר כאפן א בליק אויפ'ן אונטערשטן לעיבעל און איר וועט זעהן דעם P & G סימבאל.

אלענפאלס, ווען מעקעלרוי האט אנגענומען זיין פאזיציע האט דער עולם געלאכט, מ'פלעגט זיך ווערטלען אז ער וועט צושטעלן די בעסטע זייף פאר די סאלדאטן…

געוויסע זאגן אז אייזענהאוער האט אים אויפגענומען ווייל ער האט געוואלט איינער וואס זאל נישט אנקומען מיט אייגענע געדאנקן, אבער פאלגן וואס ער הייסט. אנדערע זאגן אז ער האט אים אויפגענומען צוליב זיין פירונג קוואליטעט.

אזוי צי אזוי איז מעקעלרוי נישט געווען א בטלן, דער האט אנגעהויבן פון אונטן און זיך געטראפן אויבן. אנגעהויבן האט ער אלץ אן ארבעטער אין די עדווערטייזמענט אפטיילונג פון פראקטער און געמבל, ער האט געקראכן די לייטער ביז'ן ווערן דער פרעזידענט פונעם פירמע.

זיין ערפארונג אין ווירטשאפט האט אים געגעבן די פארשטאנד ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די פענטאגאן. איך וואלט געזאגט אז ער איז געווען א גוטע פארטיידיגונגס סעקרעטאר.

אבער די פענטאגאן פירער - גענעראלן און אדמיראלן - האבן אים אונטערגעשאצט און געטראכט אז ער וועט זיין סתם א לאצי וואס מ'גייט פירן ביי די נאז.

ווי די מנהג אין די פענטאגאן גייט, קושט מען זיך צום פרישן פארוואלטער וואס גייט באשלוסן ווער עס באקומט וואס, און אויפזעהן אלע פראגראמען, א וואך פאר ער ווערט איינגעשוואוירן.

געווענליך נעמט מען ארום דעם פרישן סעקראטאר צו די מיליטערישע איינריכטונגן וואו מ'גרויסט זיך דורך צייגן די באריכטן, שטודיעס, און פארשפילן פארגעשריטענע געצייג, מיט'ן האפענונג אז עס וועט לאזן אן איינדרוק וואס וועט פירן צו מער פינאנצירונג.

מיט מעקעלרוי, טראכטענדיג אז א רייכע ביזנעסמאן ווי אים וועט זיכער מער אינטערעסירן אונטערהאלטונג און לוסט, האט מען אים גענומען אויף אן אנדער סארט אויספלוג. יא, מ'האט אים נאכאלטס ארומגענומען צו די מיליטערישע איינריכטונגן, אבער מיט א באזונדערע סארט באנעמונג.

זיינע געהילפן האבן שפעטער פארציילט ווי אזוי זײער רייזע איז צוגעגאנגען.

***

ערשטע באזוך, סטראטידזשיג עיר קאמענד אין אמאהא נעבראסקא: ביים טיר האט מען ענטפאנגען מעקעלרוי מיט א טישל, באדעקט מיט א לויטער ריינע טישטוך, און משקה כרצון איש ואיש. אן אפיציר אין מונדירן איז געשטאנען גרייט צו סערווירן וויסקי אדער וואדקע, מיט ספעציעלע געטראנקען צו מישן מיט די וואדקע.

דערנאך האט מען געברענגט דעם שמויגערס באערד מיט זיבן שטאקיגע טארט, ראלאש און קרעימאש קעיק.

און אזוי, פארשנאָשקעט (קרעדיט: גרשון), האט מען זיך אריינגעלאזט צום מיסיל קאנטראל צימער וואס האט דעם רויטן נוקלעארן 'שיק' קנעפל (משלוח מנות פאר רוסלאנד? טאקע נישט פורים, אבער געטרינקן האט מען).

דערנאך האט דער גענעראל אפגעהאלטן א דעמאנסטראציע פונעם נייעם פליגער ווען ער האט פערזענליך געפלויגן דעם עראפלאן.

אין עדווארדס עיר פארס בעיס אין קאליפארניע האט מען אויפגענומען מעקעלרוי מיט א שפיל פון גאַלף. פאר מעקעלרוי איז זייער געפאלן דעם ארטיגן גענעראל ווייל ער איז זייער טויגליך אין גאַלף..

באזוכנדיג 'נארעד' (נארד אמעריקאן עראספעיס קאמענד צענטער) וואס געפינט זיך אין קאלאראדא, האט מען אריינגעזעצט מעקעלרוי מיט זיין גאנצן סוויטע אינעם העכסט עלעגאנטע 'בראעדמאאר רעזארט' אין 'קאלאראדא ספרינגס', וואו פון די פענסטער אין די צימער האבן זיי באקומען א הערליכן בליק פון די בערג.

די שווים באסיין איז נישט געווען אוועקצומאכן, די שוויץ האט געשוויצט ווי עס ברויך צו זיין, די מיני-פרידזש האט אנטהאלטן די בעסטע סארט שנאפס, די מאלצייטן פריש, די טעלער מיט א דעקל וואס מ'נעמט הערשט אראפ ביים טיש, ווען מען אנטדעקט די גאמבא שיקט די פארע א געשמאקע גערוך צום נאז מיט קראפט, די וויין באטל אין א שיסל מיט אייז. עולם הזה במלוא מובן המילה.

צומארגנס, פיין אויסגערוהט און דערפרישט, האט מען דיסקוסירט די פראצעדורן אין פאל פון א נוקלעארע אטאקע. די גענעראלן האבן פארגעשטעלט מעקעלרוי מיט א שאלה פון א פאל אין וואס מ'ברויך שוקל זיין צי מ'זאל ראטעווען דריי מיליאן ציווילע אדער באשיצן א מיליטערישע איינריכטונג (די שקלא וטריא און אויסקום איז נישט רעקארדירט).

אזוי איז עס אנגעגאנגען א וואך צייט פון מיליטערישע שבעת ימי המשתה (איר ווייסט שוין צו וואס אייער שטייער געלט ווערט גענוצט, עה?). מעקעלרוי האט זיך שוין פארגעשטעלט א קארעריע גלאט און גלאנציג ווי זיידן, פול מיט איינגענעמע באנקעטן..

***

דעם לעצטן באזוך איז געווען זייער טרוקן (תרתי משמע) אהן גאלדענע טעץ, שארפע געטראנקען, אדער שפילן. ארמיי גענעראל מאַדעריס פון רעדסטאון ארסענאל אין האָנטסוויל אלאבאמא איז געווען אן ערנסטער פערזאן. אים האט גלייך נישט געשמעקט א ביזנעסמאן אין זיין שטייפע מיליטערישע באזע.

ער האט אויפגענומען מעקעלרוי העפליך אבער אהן א קנאק, ער האט זיך באצויגן צו אים מיט רעספעקט אבער שפעטער האט ער געשריבן אז א ביזנעסמאן ווייסט געווענליך נישט וואס טוט זיך אינדרויסן פון זיין קרייז, די גרויסע שישקעס.

מעקעלרוי איז אויך נישט געווען ספעציעל באיינדרוקט. סך הכל האט גענעראל מאַדעריס זיך אראפגעזעצט מיט אים צוזאמען מיט א דייטשע וויסנשאפטלער 'וואן ברוין' ביי א פשוט'ע טיש אינעם מיליטערישן אפיס.

גערעדט האבן זיי צו אים וועגן א ראקעט וואס זיצט גרייט אויפ'ן פעלד, עקספלארער 1 האבן זיי עס גערופן. די ראקעט, האבן זיי ערקלערט, האט די מעגליכקייט אנצוקומען קיין ספעיס אבער איצט איז עס פול מיט זאמד וואו די ברענשטאף דארף ווען זיין, ווייל זיי האבן נישט באקומען רשות פונעם פענטאגאן עס אויסצןפרובירן.

זיי האבן אויך געשמועסט מיט אים וועגן די באליסטיק מיסילס וואס זיי ארבעטן אויף, מיט ווייניג שטיצע פון די ארמיי מיליטערישע פירער אין וואשינגטאן.

מעקעלרוי האט צוגעלייגט קאפ און באמת אויסגעהערט און פרובירט צו פארשטיין דאס בעסטע וואס ער קען, אבער ער האט נישט קלאר געזען פארוואס ספעיס איז אזוי וויכטיג. אין דער זייט האט אים אויך געבאדערט די צווייפלהאפטיגע קאריערעס פון דער וואן ברוין מיט זיינע וויסנשאפטלער, פארנעפלט מיט נאצישע פארבינדונגען.

די זיצונג איז שוין אט געקומען צום ענדע ווען א פארסאפעטע פאבליק רילעישאנס אפיציר קומט צו לויפן מיט נייעס אז די סאוויעטן האבן ארויפגעשאסן א סאטעליט קיין ספעיס..

***

די הוליען און שוואוילטאג איז אפיציעל געקומען צו אן ענדע. מעקעלרוי האלט נאך אפאר טאג פאר'ן ווערן איינגעשוואוירן אבער ער ווייסט שוין אז ספוטניק פאנגט איצט אן זיין קאריערע. באלי ספוטניק איז זיינס זיך צו ספראווען מיט.

וואן ברוין ווערט געמאלדן אז די ניו יארק טיימס וויל א קאמענטאר פון אים. אלץ ספעיס ראקעט עקספערט ווילן זיי וויסן אויב עס איז טאקע מעגליך, אויב ס'שעדליך, אויב ס'האט גענזן פיס, וכו'

וואן ברוין ענטפערט יא, ניין, מסתמא, לכאורה, שייך, זאגאר, וכו' אבער אים אינטערעסירט נישט איצט די פרעסע, ער מוז איבערצייגן מעקעלרוי צו נוצן זיין 'עקספלארער 1' פאר'ן אמעריקאנעם סעטאליט.

מ'זעצט זיך צו א לייטישע נאכטמאל, גענעראל מאדעריס זעצט זיך רעכטס פון מעקעלרוי און וואן ברוין לינקס מיט אפאר וויסנשאפטליכע שוואנצן פון אונטען און מ'הייבט אים אן מורמלען פון אלע זייטן "ראקעטס, ספעיס, מיסילס, זאמד, און ברענשטאף…".

מעקעלרוי איז שוין אביסל צומישט ער פארשטייט נישט אלע טערמינען (כ'מיין איך און אייך פארשטייען אויך נישט, חוץ אויב איר זענט א ראקעט וויסנשאפטלער). אויב עס קען ווען נאר זיין אזוי פשוט ווי שיקן א שאכטל זייף צו די עליענס, שלום ושלווה און פטור אן עסק. אבער, זענען זאכן סיי ווען פשוט?!

וואן ברוין האט זיך צופייערט "ווענגאַרד (די נעווי'ס ראקעט) גייט קיינמאל ארבעטן, מיר האבן די סחורה אויפ'ן שעלף, ביטע לאז אונז עפעס טאן. מיר קענען שיקן א סעטאליט אין זעכציג טעג, מר. מעקעלרוי! גיב אונז די גרין לייט און זעכציג טעג!"

די רעשט פונעם נאכט האבן זיי אים גענודזשעט און פרובירט איבערצוצייגן אז ער זאל זיי לאזן ארויפשיסן די ראקעט.

***

מעקעלרוי האט טאקע נישט אלעס פארשטאנען, אבער איין זאך האט ער איינגעזען, אז די סעטאליט איז זייער וויכטיג און מ'מוז עפעס אויכעט שיקן. וואס, וואו, ווען, און ווער ווייסט ער נאכנישט אבער עס זעהט אויס וויכטיג פאר די מיליטער צו האבן א סעטאליט אין ספעיס.

וואס איז אים אבער נישט געפאלן איז די גאנצע אמפעריי. ווענגאַרד, עקספלארער 1, אדער וואס נישט. ער ווייסט נישט וועלכע איז בעסער, זאל ער גיין ביי ווער עס שרייט העכער?!

אויף דערווייל האט שוין דער פאריגער פארטיידיגונגס סעקרעטאר געלייגט דעם נעווי'ס ווענגאַרד ערשט, האט ער עס אזוי געלאזט, אבער ער האט מחליט געווען אז אויב ער פירט די פארטיידיגונגס דעפארטמענט, דאן קען נישט פארקומען 3-4 פראיעקטן גענוי אינעם ציל אבער געפירט ביי אנדערע אפטיילונגן מיט רייבערייען.

נאך א זאך האט אים געבאדערט. ער האט געזען די ספעיס פראיעקטן אלץ א גאר פארגעשריטענע פראיעקט, א פראיעקט וואס איז נישט פאר היינט, מארגן, נעקסטע יאר, אבער א פראיעקט וואס גייט נעמען יארן.

אנדערע פראיעקטן האט אים אויך אויסגעזעהן ווי עס איז נישט אין ריכטיגן פלאץ, פארגעשריטענע באליסטיק מיסילס, נוקלעארע פראבעס, און נאך וואס יעדער מאכט שבת פאר זיך און עס איז געמישט מיט געווענליכע פראיעקטן ווי פראדוצירן ביקסן.

אים האט דאס אויסגעזעהן אומ-מסודר, אהנע חשבון וואס עס קומט פאר, וואו מ'האלט, און וואס מ'פארמאגט. נישט אזוי פארקויפט מען זייף.

איז אים בייגעפאלן א פלאן אויפצושטעלן א באזונדערע אנטשטאלט וואס גייט זיך אפגעבן נאר מיט פארגעשריטענע פראיעקטן, פראיעקטן וואס זענען ווייט און ניטאמאל אין האריזאנט, ספעציעלע פראיעקטן, נישט טאג טעגליכע פארטיידיגונגס פראיעקטן.

***

דערווייל איז פרעזידענט אייזענהאוער געווען פארנומען מיט בארואיגן די מאסן וועגן די רוסישע אויבערהאנט.

אייזענהאוער האט געוואוסט געוויסע פרטים וואס אפילו די זיכערהייט קאמיטעטן און די מיליטער אין אלגעמיין האבן נישט געוואוסט פון.

אין עריע 51 האט די סי.איי.עי. געהאט צוויי פראיעקטן און צוזאמענהאנג מיט שפיאנאזש אויף רוסישע טעכנאלאגיע.

די סי.איי.עי האט געארבעט אויף א שפיאנאזש סעטאליט, נישט סתם א סעטאליט וואס פייפט, דעריבער איז ער נישט געווען אין א יאג ארויפצושיסן סתם א סעטאליט וואס קען אויך פייפן.

די צווייטע פראיעקט איז שוין דאן פארגעגאנגען אין פולן שוואונג. די U2 שפיאנאזש עראפלאנען.

די U2 עראפלאנען זענען געווען מער פארגעשריטן ווי סיי וועלכע עראפלאן וואס האט דאן עקזיסטירט. זיי זענען געפלויגן אינעם ערד-קוגל'ס 'סטראַטאָספער', זיבעציג טויזנט פיס העכער די ערד, א הייך וואו ראדאר קען נישט אויפכאפן.

די עראפלאנען זענען געמיטלעך געפלויגן איבער רוסלאנד, אהן פחד אז זיי וועלן אראפגעשאסן ווערן, און זיי האבן גענומען ספעציפישע בילדער פון רוסלאנד וואס איז געווען סטראטעטיגיש וויכטיג פאר אמעריקע.

איינע פון די מיסיעס וואס זיי האבן נארוואס געפארטיגט איז געווען א מיסיע אויסצוגעפינען די ריכטיגע צאל פון 'דזשעט באמבארדירער' וואס די סאוויעטן פארמאגן.

כדי נישט צו פארפארן (וואס טו איך דען חוץ פארפארן… מ'האלט שוין ביי '4' און איך רעד פון אלעם נאר נישט ארפא…) וועלן מיר מסביר זיין אין קורצן.

***

אין 1954 (תשט"ו) האט רוסלאנד פראדוצירט א פרישע סארט באמבארדירער עראפלאן, א דזשעט, עס האט געהייסן 'בייסאן'. די באמבארדירער האט געזאלט האבן די מעגליכקייט צו קענען פליען פון רוסלאנד ביז אמעריקע מיט נוקלעארע וואפן און צוריק קיין רוסלאנד.

דאס איז א ווייטע שטרעקע (אין די 50 יארן) פאר אן עראפלאן צו קענען פליען אהער און צוריק אהן זיך אפשטעלן.

די היסטעריע האט זיך אנגעהויבן ווען די מידיא האט באריכטעט אז לויט די רעגירונג עקספערטן פראדוצירט רוסלאנד די עראפלאנען אין די מאסן און ביז אפאר יאר וועלן זיי האבן 800 שטיק.

די סיבה פארוואס עס איז דאן געווען אזוי שווער צו מעסטן וואס די ריכטיגע צאל איז, וויבאלד סעטאליטן האבן נאכנישט עקזיסטירט, און מ'האט נישט געקענט זעהן פונקטליך וויפיל דער שונא פארמאגט אויפ'ן לופטפעלד.

דעריבער, פלעגט מען רעכענען לויט וויפיל פאבריקן זיי האבן און וויפיל זיי קענען ווען מעגליך פראדוצירן…

אייזענהאוער האט געשיקט די U2 עראפלאנען צו כאפן בילדער פון אלע זייערע פארבריקן און דערגיין דעם אמת. פאר איבער פיר יאר האבן זיי שפיאנירט און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז אפילו זיינע אייגענע מאטעמאטיקער און מבינים האבן זיך שטארק טועה געווען.

די רוסן האבן פראדוצירט נישט מער ווי 30 שטיק, אבער פאר זיינע חרטומים האט ער נישט אויסגעזאגט דעם אמת ווייל די U2 פראגראם איז געווען אזוי געהיים אז נאר געציילטע האבן געוויסט דערפון, און אויב וועט ער זיי זאגן וואס ער האט אויסגעפונען דאן וועט עס שטעלן די U2 פראגראם אין געפאר.

***

דאס מאל נאכ'ן ספוטניק, האבן זיך די חרטומים צוזאמגענומען פונדאסניי צו אנאליזירן די פראדוקציע. דאס מאל זענען זיי אויך ארויסגעקומען מיט שטוינענד איבערגעטריבענע ציפערן, זאגנדיג אז רוסלאנד וועט אין א פאר יאר פראדוצירן 800 אינטערקאנטינענטאל באליסטיק מיסילס (עס נוצט די זעלבע טעכנאלאגיע ווי ספעיס ראקעטס, און אמעריקע האט דאס דאן אויך נישט געהאט).

אייזענהאוער האט זיך אויסגעלאכט און נישט אנגענומען די באריכט.

איז געגאנגען איין אויבער-חכם וואס האט געהאלטן אז אייזענהאוער נעמט נישט ערענסט דעם געפאר, און ער האט ארויסגעלאזט די באריכט צו די מידיא. דאס האט אנגעדרייט א טארנעידא פון היסטעריע. אבער אייזענהאוער האט נישט געקענט בארואיגן די מאסן ווייל ער האט נישט געקענט אויסזאגן וואס ער ווייסט.

לאמיר כאפן א בליק ווי אזוי איין רעפארטער, א שרויפן ציער (ער ציט זיין אייגענע שרויפן צוזאמען מיט די ליינער..) האט דאן געשריבן זיינע טרוימען "די זעלבע ראקעט וואס האט ארויפגעשיקט ספוטניק קיין ספעיס, זאגן אונזערע עקספערטן, קען אויך שיסן א ראקעט 239,000 מייל ביז'ן לבנה. די רוסן גייען ארויפלייגן א שאכטל מיט רויטע פארב אויפ'ן שפיץ פונעם ראקעט און פארבן א רויטע שטערן אויף די לבנה (די סאוויטישע סימבאל)"...

אייזענהאוער האט פרובירט צו האלטן די מאסן רואיג. אום אקטאבער 9 1957 האט אייזענהאוער ארויסגעגעבן א דעקלעראציע אין וואס ער האט גראטולירט די רוסישע וויסנשאפטלער פאר זייער היסטארישע דערגרייכונג, און ער האט צוגעלייגט אז פאר די פאראייניגטע שטאטן איז קיינמאל געווען א געלויף און מ'וועט ווייטער גיין לויטן פלאן אנטשטאט זיך יאגן.

עס האט גארנישט געהאלפן, די ווינטן פון היסטעריע האבן ווייטער געבוזשעוועט.

***

אינעם זעלבן טאג איז מעקעלרוי איינגעשוואוירן געווארן אלץ פארטיידיגונגס סעקרעטאר. זייענדיג א וועטעראן פון עדווערטייזונג האט ער פארשטאנען אז די רעדע דא איז נישט באמת טעכנאלאגיע, נאר פסיכאלאגיע.

די רוסן, מיט'ן אנקומען פריער צו ספעיס, האבן געפליקט די אמעריקאנער פסיכאלאגיש. די רוסן האבן פארשטאנען אז עס וועט אנדרייען א נישט געשטויגענע און נישט געפלויגענע מהומה, און דאס האבן זיי געוואלט, מצער זיין די אמעריקאנער פסיכאלאגיש.

מעקעלרוי האט עס אויך פארשטאנען און ער האט זיך גלייך גענומען צו די עבודה פון טרעפן א לעזונג, צו מוטערן דעם אמעריקאנער פאלק. אבער מעקעלרוי האט געהאט א ווייטע בליק, ער האט נישט געוואלט מסיים זיין מיט נאר א ספעיס פראיעקט, ער האט געוואלט איינמאל פאר אלעמאל אויסראטן די ביוראקראטיע שטויסעריי, ווען אלע אפטיילונגן שרייען מיינס, מיינס ווי קליינע קינדער.

צוויי טעג נאך מעקעלרוי'ס איינשווערונג האט ער געהאט זיין ערשטע זיצונג מיט פרעזידענט אייזענהאוער. ביידע האבן מסכים געווען אז מ'מוז אפטיילן די מיסיל/ראקעט פראיעקטן פון אלע אנדערע מיליטערישע אפטיילונגן, דאס הייסט אז עס גייט זיין זעלבסטשטענדיג פון די דריי מיליטערישע ברענטשס. עס גייט זיין א פראיעקט פאר זיך דירעקטליך אונטער די פארטיידיגונגס סעקרעטאר.

די פראגע איז נאר געווען פונקטליך ווי אזוי דאס אויסצושטעלן. אייזענהאוער האט פארגעשלאגן אז עס זאל ארבעטן די זעלבע ווי די אנדערע מיליטערישע פראיעקטן, אבער אפגעטיילט פון די מיליטער גופא. מעקעלרוי האט פארגעשלאגן צו אויפשטעלן עפעס ענליך צו די מאנהעטן פראיעקט וואס איז געווען אזוי ערפאלגרייך.

אבער, די נושא איז נאך דערווייל געווען נאר איבער מיסילס/ראקעטן. די זיצונג האט זיך געענדיגט אזוי ווי אלע רעגירונג זיצונגן ענדיגן זיך, 'מען גייט מער טראכטן און טון דערין'.

איין וויסנשאפטלער, ערנעסט לאָרענס, וואס האט ערפינדן די סייקלאטראן דורכאויס די מאנהעטן פראיעקט, איז געקומען צו לויפן צו מעקעלרוי און ער האט פארגעשלאגן אויפצושטעלן אן ארגענעזאציע באזירט אויף די מאנהעטן פראיעקט סטיל, שטייצעך מיט לאָרענס בראש.

מעקעלרוי האט דאס אפגעשלאגן, זאגנדיג אז געוויסע אפעראציעס קען מען דערגרייכן אין קריגס צייטן, אבער נישט אין פרידליכע צייטן. 125,000 פערזאנען און צוויי ביליאן דאלער קומט נישט אזוי גרינג אין פרידליכע צייטן.

לאָרענס האט אים אבער געזאגט איין זאך צום לעצט, אז אויב וויל ער אויפשטעלן אן ארגאניזאציע וואס גייט האבן א וויסנשאפטליכע אפטיילונג, זאל ער אויפנעמען זיינס א יונגע מיטארבעטער פון דורכאויס די מאנהעטן פראיעקט, מיט'ן נאמען הערבערט יאָרק.

***

נאך פארשידענע זיצונגן און באראטונגן איז מעקעלרוי אויפגעקומען מיט א שטיקל מהלך פאר א פרישע אגענטור. גערופן האט ער עס די 'ספעציעלע פראיעקטן אגענטור'. די ערשטע און גרונד פרינציפן זענען געלאפן אויף די פאלגענדע ליניעס:

- די אגענטור גייט האבן פארשידענע יוריסדיקציעס. געוויסע פראיעקטן וואס די מיליטער ארבעט אויף אדער וויל ארבעטן אויף, מעג די נייע אגענטור איידער איבערנעמען אדער דירעקטירן. פון די אנדערע זייט וועט די אגענטור אויך נישט קענען ארבעטן אויף סיי וואס, אבער נאר אויף פראיעקטן וואס פאלן אונטער זייער יוריסדיקציע.

די חכמה פון די דאזיגע פרינציפ איז אז עס וועט נישט זיין מעגליך פאר די אגענטור צו ארבעטן אויף א פראיעקט וואס אן אנדער מיליטערישע אפטיילונג ארבעט שוין אויף, און דאס זעלבע מיט די מיליטער.

- די אגענטור וועט נאר האבן רעכט צו פארשן און דערגיין די וויסנשאפטליכע פרטים פון א פראיעקט, ווי אויך אנטוויקלן די טעכנאלאגיע אויף א פארנעם וואס גיבט די מעגליכקייט דורכצופירן פראבעס, און העכסטנס אנטוויקלן א פראטאטיפ.

אבער, פון דארט און ווייטער מוזן זיי עס איבערגעבן פאר די מיליטער, סי. איי. עי., אד"ג וואס קען אפמאכן אויב זיי ווילן עס פראדוצירן אדער וויפיל, אא"וו.

די חכמה דערפון איז אז די נייע אגענטור וועט ברויכן ארבעטן אויף פראיעקטן וואס זיי גלייבן אז די מיליטער אדער אן אנדער רעגירונג אגענטור וועט זיין אינטערעסירט אין נוצן, אזוי וועט די אגענטור נישט גענצליך פארפאטשקן געלט און ארבעטן אויף שטותים.

(עס האט זיך שוין מער ווי איינמאל געמאכט אז ארפא האט אנטוויקלט א געוויסע געצייג/טעכנאלאגיע ביז'ן סוף, הארט פאר פראדוקציע, אבער קיין מיליטערישע אפטיילונג אדער רעגירונג אגענטור האט דאס געוואלט קויפן…)

- די אגענטור האט רשות צו אויפנעמען אהן די אויפזיכט פון די מיליטער נאר גענצליך אונטער די אגענטור, רעגירונג קאנטראקטער.

דאס הייסט סיי צאלן געוויסע אוניווערסיטעטן און לאבאראטאריעס וואס קאנטראקטן מיט די רעגירונג צו פארשן און נאכזוכן פרישע וויסנשאפטליכע ערפינדונגען.

און סיי אויפנעמען פירמעס וואס קאנטראקטן מיט די רעגירונג צו אנטוויקלן די פרישע טעכנאלאגיע כדי צו דורכפירן פראבעס און פראדוצירן א פראטאטיפ.

די אויפטו איז פשוט, דאס מאכט די אגענטור גענצליך זעלבסשטענדיג אהן אנקומען צו די מיליטער'ס טובות.

- איבער אלעם, איז די יסוד פון די אגענטור נאר פירערשאפט און ווירטשאפט, דאס מיינט אז זיי קענען אויפנעמען דירעקטארן, וויסנשאפטלער, און אגענטן וואס קענען אויפקומען מיט און פירן פראיעקטן. אבער פאר די פארשונג און אנטוויקלונג מוזן זיי אויפנעמען קאנטראקטער, וואס די אגענטור'ס איינגעשטעלטע וועלן דירעקטירן און אויפזעהן.

הארט פאר'ן עמטליך אויפשטעלן די אגענטור האט מעקעלרוי געטוישט דעם נאמען צו ארפא - אדווענסד ריסוירטש פראדזשעקטס אגענסי - פארגעשריטענע נאכפארשונג פראיעקטן אגענטור.

די סיבה פאר'ן טויש? צוליב וואס עס איז שוין געווען אן אנדערע אגענטור וואס איר נאמען איז געווען צו ענליך צו 'ספעציעלע פראיעקטן אגענטור'.

***

זא, מ'האט שוין דעם געדאנק, מ'האט שוין דעם אויסשטעל, די פלאן, און די נאמען פון די אגענטור. איצט ברויך מען עס אויפשטעלן עמטליך אלץ א רעגירונג אגענטור. פרעזידענט אייזענהאוער האט עס באוויליגט, און מעקעלרוי איז געגאנגען צום 'הויז ארמד סערוויסעס קאמיטעט' - House Armed Services Committee אין קאנגרעס.

די קאמיטעט האט געגליכן די פלאן, די סענאט אויכעט, אבער פארשטייט זיך אז יעדע אנדערע רעגירונג אגענטור, קאונסיל, און די מיליטער ספעציפיש האט עס שטארק נישט געגליכן (מילד געזאגט).

יעדער האט געשריגן אז עס וועט אוועקנעמען געלט און פראגראמען פון זיי, צוליב ארפא'ס נייע יוריסדיקציעס. אפילו די פרעזידענט'ס זיכערהייט קאמיטעט, וויסנשאפט קאמיטעט, און וואס נישט זענען געווען דערקעגן.

זיי האבן אלע גע'טענה'ט אז ארפא וועט זיין א קאטאסטראפע וואס וועט אין איין וועג אדער א צווייטע שעדיגן אלע אנדערע אגענטורן און מיליטערישע אפטיילונגן.

עס זענען געקומען געוויסע רעגירונג איינגעשטעלטע וואס האבן געטענה'ט אז א פארטיידיגונגס סעקרעטאר האט לעגאל נישט רעכט אויפצושטעלן אן אגענטור אהן ווערן דירעקטליך דורכגעפירט אין קאנגרעס אזוי ווי א געזעץ.

אבער די אדמיניסטראציע'ס לויער האט קלאר געמאכט אז אזא סארט אגענטור מעג די פארטיידיגונגס סעקראטאר יא אויפשטעלן אין סך הכל ברויך ער מודיע זיין קאנגרעס. די סיבה איז ווייל די אגענטור וועט נאר פארשן און אנטוויקלן, אבער נישט פראדוצירן, דערפאר איז עס לויט'ן געזעץ אויסגעהאלטן. ביידע הייזער האבן צוגעשטימט אז דאס איז אקוראט.

(פרעזידענט אייזענהאוער איז געווען א רעפובליקאנער, אבער ביידע הייזער זענען געווען אונטער דעמאקראטישע קאנטראל, דאך האבן זיי געארבעט צוזאמען דורכאויס זיינע טערמינען)

רוב רעגירונג אגענטורן האבן נאכגעלאזט, אבער נישט די מיליטער. גענעראלן האבן אויפגעטרעטן אין פארענט פון קאנגרעס און שארף גערעדט אנטקעגן די געדאנק פון ארפא, און ווי שעדליך עס וועט זיין (דאס מיינט עפנטליך ארויסגיין אנטקעגן זייער אייגענע פארטיידיגונגס סעקרעטאר).

אבער מעקעלרוי האט זיך געהאלטן פעסט.

אין א פראבע צו לייגן דרוק אויף מעקעלרוי האבן די קאמאנדירן פון אלע דריי מיליטערישע ברענטשס פארלאנגט א זיצונג.

***

מעקעלרוי האט זיך געטראפן מיט יעדע קאמאנדיר באזונדער אין זיין אפיס. די חברה האבן געשטויסן ווי אן אקס וואס וויל אנטלויפן פון שטייג. בעיקר האט זיי געבאדערט אז ארפא גייט צו נעמען 'ספעיס', דעם פרישן ריזן שטח וואס אלע ווילן האבן פאר זיך, נאר פאר זיך..

דער ערשטער איז געווען דער קאמאנדיר פון די ארמיי. זיין טענה איז געווען פשוט: די לבנה איז די צווייטע שטאק פון די ערד און אלע 'ספעיס' אינדערצווישן איז דאך קלאר די ארמיי'ס טעריטאריע. אין פאקט, די ארמיי האט פארגעשטעלט א פלאן צו האבן 500 סאלדאטן אויף די לבנה אין פינף יאר!

דער צווייטער איז געווען דער קאמאנדיר פון די עירפארס. זיין טענה איז אויך געווען פשוט: די לופט פון די וועלט באלאנגט שוין פאר אים, נו, ספעיס איז א שפאן אוועק. ער האט פארגעשלאגן אז אלעס זאל ווערן איין גרויסע חצר און אז מ'זאל אויפשטעלן אן 'עיראספעיס פארס' (נישט קשה).

דער לעצטער איז געווען דער קאמאנדיר פון די נעווי. זיין טענה איז גארנישט געווען פשוט, איך האב א חשש אז דער איז געווען אן עילוי…

איך וועל פרובירן מסביר צו זיין וויפיל איך האב פארשטאנען, אבער די גאונות איז אויף א העכערע שטאפל פון וואס איך קען פארשטיין.

ער האט גע'טענה'ט אז וויבאלד ספעיס איז דאך העכער די אקעאנען, און דא אויפ'ן ערד-קוגל באלאנגט אונטער די וואסער פאר'ן נעווי (סובמארינען וכו'), דאן ברויך ספעיס וואס איז העכער'ן וואסער אויך באלאנגען פאר זיי.

די דזשוינט טשיפס אף סטעף האבן רעגיסטרירט מיט'ן רעגירונג א 'נאן-קאנקארענס' אנטקעגן מעקעלרוי, דאס איז די העכסטע שטאפל פון זיך אויסדרוקן אומצופרידנהייט אנטקעגן זייער פארטיידיגונגס סעקרעטאר. עס האט קיין שוויות אויף הלכה למעשה, אבער עס ווייזט ווי שטארק די ריס איז.

אבער מעקעלרוי האט זיך נישט גערירט און איז ווייטער אנגעגאנגן מיט'ן פלאן אויפצושטעלן ארפא. פרעזידענט אייזענהאוער האט זיך אויסגעדרוקט "די פאקט אז די מיליטער וויל נישט ארפא, דאס איז די סיבה פארוואס איך וויל עס יא".

***

אין קומענדיגן טייל וועלן מיר ארומרעדן איבער די גרינדונג, די ערשטע איינגעשטעלטע, און פראיעקטן.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

וואו וואו וואו

מעכטיג!!!!!!

ביזט דאך נישט נארמאל!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

אנבעליוועבל וואסערע פארשונג דא ליגט! היכי א קניפ אין בעקל! גענוג?

די פראז פון אייזענהאוער "די פאקט אז די מיליטער וויל נישט ארפא, דאס איז די סיבה פארוואס איך וויל עס יא". איז ווערט כמעט אזויפיל ווי דיין גאנצע ארטיקל..
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יקוש פייוויש האט געשריבן:אנבעליוועבל וואסערע פארשונג דא ליגט! היכי א קניפ אין בעקל! גענוג?

זינט ווען קען א בחור'ל טיילן קניפעס?

דאס איז רעזערווירט פאר זיידעס!
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

דאס איז פיינע נייעס.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח הרב היכי תמצא.

אפגעליינט אין איין שאס!
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

זייער שיין, יישר כח.
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

געליינט אינעם שרייבער
אינטערסאנט און געשמאק!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

שעם איך זוך אז מ'האלט שוין די דריטע וואך (אין די שרייבער) און אונז זעמיר נאכנישט אנגעקומען צו באדאנקן די שרייבער פאר די גאר רייכע ארטיקלען..

דאס איז זייער שיין באשריבן און רייך אין היסטאריע...

מיר האבן גאר שטארק הנאה יעדע וואך באזונדער שבת נאכן צ'ולענט צו לעזן די זעלטען געמאקע סעריע..

קיעפ אן!!!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

נישט נארמאל וואס דא גייט פאר, דו שטייגסט מיט יעדעס ארטיקל. כ'האב אנגעפילט א גאנצע קאנע פון די זאפט וואס האט זיך ארויסגעגאסן פון דעם געשרייבעכץ.
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

מורא'דיג אינטערעסאנט! געליינט מיט שפאנונג! טענקס!!
__
די סי.איי. עי. ארבעט אויף דערשפירירן אלגאריטמען..

עי וואט? (בינעך נייגעריג וויפיל מענטשן האבן דאס אויפגעפאסט..)
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

נישט נארמאל, פיינע נייעס
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

א פלעזשור צו ליינען דיין פעדער אפדרוקן...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

וואוו, אזוינע הערליכע קאמפלימענטן די וואך, איך בין שוין ממש זאט (בכלל נישט...)

שכ'ח פאלעקס, יקוש, א נייער, צוקער וואסער, סעלפאון, קראקעווער, עללער, הגות, יש הנאה, אייפאון, און פלטיאל פאר אייערע ווארעמע קאמפלימענטן. פשיהא, אזא ליינאָפ.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”