אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ישר כח אלע קאמפלימענטירער! איך ארבעט אויפ'ן צווייטן טייל, העמיר זעהן ווען עס וועט זיין גרייט
נארמאליזעם האט געשריבן:היכי שוין לאנג געווארט פאר דיינע סחורה
גאר גאר גוט געשריבן
כווארט אויף נאך


גייסט שרייבן איבער פיוטשער זאכן וואס זיי האלטן אינמיטן מאכן?

שכ'ח! ניין, איך פלאן נאר צו שרייבן היסטארישע אנעקדאטן. אדרבה, שרייב דו די היינטיגע ווארע, דו קאנסט גוט די מלאכה.

יש הנאה האט געשריבן:;l;p- ;l;p-
זייער שיין! גוט אראפגעלייגט!
__
איך האב עפעס נישט קיין מיטלייד מיט זייערע דורכפעלער, זינט זיי אליין געבן ארויס די אינפארמאציע.. מיט דעם חלק וואלטן זיי זיך געמעגט לערנען פון די ען. עס. עי. אז מ'געבט ארויס נאר די סוקסעספולע שטודיעס...

שכ'ח! איך גלייב אז ארפא אליין האט אויך נישט א פראבלעם מיט די דורכגעפאלענע פראיעקטן וויבאלד דאס איז די סארט אגענטור וואס זיי זענען. ווי אויך, שטעלן זיי זיך פאר אלס מער פראפעסיאנאל, בשעת וואס די געוועזענע איינגעשטעלטע שרייען אז די היינטיגע דארפא איז גארנישט ווערד...

נארמאליזעם האט געשריבן:
קאנסאלטענט האט געשריבן:זייער שיין געשריבן.
אפשר קענסטו אונז אויסזאגן דעם סוד וואס די ר"ת פון דארפא?

Defense Advanced Research Projects Agency


שכ'ח נארמי. מ'קען טאקע דערקענען אז די D האט מען צוגעלייגט שפעטער ווייל פון עס איז נישט גראמאטיש אויסגעהאלטן.

פון א גראמאטישע שטאנדפונקט וואלט עס געדארפט הייסן
Advanced Defense Research Projects Agency
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער שיין און געשמאק! יישר כח!
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

נאכנישט געליינט אבער געדאבעלט בוקמארקט.... קוקט אויס מאסיוו
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

זייער אינטערעסאנט!
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)" - 2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אין יאר 1957 אקטאבער 4 (ט' תשרי תשי"ח) האט רוסלאנד צום ערשטן מאל אין די היסטאריע פון די וועלט ארויפגעשיקט א פיצינקע סאטעליט אריין אין ספעיס. די סייז פון א באלל, און די איינציגסטע זאך וואס עס האט געטאן, איז געווען א ביעפ, דאס אלעס, עס האט געקענט ארויסלאזן א פייף. 'ספוטניק' האט מען דאס גערופן.

פארט, איז אין אמעריקע דאס געווען א שאק, עס האט אויפגעשאקעלט דאס גאנצע לאנד. א חוצפה, דער רוסישער בער האט זיך געוואגט צו שיקן א פייפנדע באלי אין ספעיס אריין. ספעיס! איר הערט? אמעריקאנע ספעיס, אויסדרוקליך נאר פאר אמעריקאנע שינאנדיגן. א קאמוניסטישע באלי אין ספעיס?! וואנדאליזם (דאס איז לכאורה די סיבה פאר די היינטיגע 'קלימאט טויש').

אבער ס'נישט נאר געווען די קלאפ פאר אמעריקאנער אז די סאוויעטן זענען מער פארגעשריטן, עס האט אנגעזייעט א שרעק. דער רוס וועט שיסן נוקלעארע מיסילס פון ספעיס, מוסף והולך, מ'האט שוין געזען ספעיס אינגאנצן באוואוינט מיט קאמוניסטן באוואפנט, צילנדיג נוקלעארע ביקסן אויף אמעריקע.

עס איז נישט אינגאנצן געווען הוילע פחדנות, מיט'ן אנגיין ווייטער איז די וועלט בכלליות אנגעקומען צו א שטאפל וואו א גרויס חלק פון ספעיס איז באדעקט מיט מענטשן געמאכטע כלים. אבער דאן איז אין אמעריקע געווען אן היסטעריע, וואס גייט זיין?

***

פרעזידענט אייזנהאוער האט צוזאמגערופן די סעקראטארן, ראטגעבער, און יודעי דבר. וואס האט אמעריקע? וואס ווייסן מיר וועגן ספעיס, די ריזן ליידיגע שטח, און נאך וויכטיגער, ווי אזוי קענען מיר אויך שיקן א פייפנדע באלי דארט. נאך בעסער, לאמיר צולייגן אפאר בליטשקעדיגע לייטס, איבערשטייגן די רוסן!

נאסא האט נאך דאן נישט עקזיסטירט, ס'נישט געווען סיי וועלכע אפטיילונג אדער רעגירונג ארגאניזאציע וואס האט דאן שטודירט ספעיס, און זיכער נישט א מאשינקע וואס דערגרייכן דעם ביז איצט אומבארירטן ספעיס.

אבער! די ארמיי, נעווי, און עירפארס ארבעטן אלע אויף באזונדערע ספעיס ראקעט פראיעקטן. דריי שטיק! געוואלדיג, ניין?!

אום דעצעמבער 6 1957 (י"ג כסלו תשי"ח) האט אייזענהאוער צוזאמגערופן די פרעסע זיך צו צוקוקן ביי א טעסט פון די נעווי'ס פראיעקט 'ווענגאַרד' ראקעט. די ראקעט האט זיך געהויבן א שטוינענדע 3 פיס ביז עס האט אויפגעריסן אין פיץ פיצלעך. בושות..

אייזענהאוער איז געגאנגען צו די ארמיי. פאר די ארמיי האט געארבעט א דייטשע וויסנשאפטלער 'וואַן ברוין' וואס פראדוצירט א ראקעט, 'עקספלארער 1', און אום יאנואר 31 1958 (י' שבט תשי"ח) איז ענדליך ארויף אין ספעיס מיט ערפאלג.

אינדערצווישן האט רוסלאנד שוין ארויפגעשיקט צוויי.

***

אייזענהאוער איז נישט געפאלן די צופלויגנהייט צווישן די מיליטערישע ברענטשס.

דעריבער, האט אייזענהאוער געהייסן אז מ'זאל צוזאמשטעלן א טיעם פון גרונטליכע וויסנשאפטלער מיט א טיכטיגע דירעקטאר וואס וועט דורכטון די 'ספעיס' נושא און אויפקומען מיט ערפינדונגען.

אומר ועושה. אין יאר 1958 פעברואר 7 (י"ז שבט תשי"ח) האט מען געגרינדעט א פרישע רעגירונג אגענטור, ויקרא שמו באמעריקע ארפ"א - 'אדווענסד ריסוירטש פראדזשעקטס אגענסי' - פארגעשריטענע פארשונג פראיעקטן אגענטור, אין אידיש.

ארפא האט אין די ערשטע צוויי יאר שטודירט 'ספעיס'. נאסא האט קאנגרעס געגרינדעט אין יאר 1958 יולי 29 (י"ב מנחם אב תשי"ח), אבער ארפא איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זייערע ספעיס שטודיעס. הערשט צוויי יאר שפעטער האט ארפא אלעס איבערגעגעבן פאר נאסא, זייערע שטודיעס, ערפינדונגען, און פארשונג פאפירן ארום ספעיס. נאסא האט דאן איבערגענומען (כמעט..) אלעס וואס האט צו טון מיט ספעיס עד היום הזה.

***

אזוי פארציילט מען די היסטאריע און די סיבה פארוואס ארפא איז געגרינדעט געווארן - דהיינו, אן ענטפער צו ספוטניק.

אבער געוויסע היסטאריקער טענה'ן אז דאס איז נישט די סיבה פארוואס ארפא איז געגרינדעט געווארן. די דאטומען זענען אוודאי אקוראט, אבער די סיבה פארוואס ארפא איז געגרינדעט געווארן דורך פרעזידענט אייזענהאוער איז לאו דווקא צוליב ספוטניק. קודם כל, ס'נישטא אן אפיציעלע רעקארד אין וואס אייזענהאוער זאגט אז ארפא'ס גרינדונג איז אן ענטפער צו ספוטניק.

ארפא'ס אקראנים האט געהאט קיין ווארט דערין בנוגע צו ספעיס, אין קעגנזאץ צו נאסא וואס שטייט פאר נעשאנעל עיראנאטיקס ענד ספעיס אדמיניסטרעשאן. ארפא'ס צוויי בלאט גרינדונג פאפירן וואס אייזענהאוער האט געשריבן איז אויבערפלעכליך, און איז נישט מסביר וואס די מטרה פון די אגענטור איז, חוץ פון די פאקט אז עס איז אומאפהענגיג פון די פענטאגאן און וועט ארבעטן אויף פארגעשריטענע פראיעקטן צו פארשטערקערן אמעריקאנע וויסנשאפט.

און די וויכטיגסטע פאקטאר איז, אז געוויסע וויסנשאפטלער, אגענטן, און פירער אינערהאלב ארפא זענען נישט געווען פריש צו די מלאכה. צווישן די גרעסטע פיגורן אינערהאלב דארפא זענען געווען די וואס האבן שוין געהאלפן די רעגירונג אין זאמלען וויסנשאפט יארן פאר ארפא'ס אפיציעלע גרינדונג.

אין מיינע אויגן איז די אויפטו פון ארפא געווען, צוזאמצונעמען די אלע ספעציאליסטן אונטער איין דאך, איין אגענטור, אפגעזונדערט פון די פענטאגאן. געבן די געמיש פון וויסנשאפטלער, אגענטן, און פירער איין פלאץ צו ארבעטן צוזאמען אין געהיים מיט הרחבה, אויף אבנארמאלע פראיעקטן באזונדער פון די רעגולערע וויסנשאפט און טעכנאלאגיע פראיעקטן, אהן שטיקיגע ביוראקראטיע.

***

די געיעג נאך מאדערנע, מיליטערישע וויסנשאפט און טעכנאלאגיע צווישן לענדער ארום די וועלט האט זיך שוין אנגעהויבן ביי די צווייטע וועלט מלחמה.

איינע פון די הויפט סיבות פארוואס היטלער ימח שמו האט אזוי שנעל איינגענומען 3 קאנטינענטן מיט מאכט, איז מיליטערישע טעכנאלאגיע.

די דייטשע 'פאנצער' טאנק איז געווען שטערקער אין שעדליכער ווי סיי וועלכע טאנק. אלע אנדערע לענדער האבן נישט געקענט דורכברעכן די פאנצער-פּלאטע (Armor Plate) פון די דייטשע 'פאנצער' טאנקן, אבער די דייטשע 'פאנצער' טאנק האט יא געקענט דורכברעכן די פאנצער-פּלאטע פון אנדערע טאנקן.

די דייטשן האבן פאבריצירט די ערשטע קאמפף דזשעטס, גיידעד באליסטיק מיסיל (V2), די בעסטע פלעק גאָנס (אנטי עירקרעפט, אראפשיסן עראפלאנען), און נאך פארגעשריטענע טעכנאלאגיע וואס די רעשט פון די וועלט האט נישט געהאט.

אין די 1930 (תר"צ) יארן האבן די נאציס געמאכט גרויסע פארשריט אין מיליטערישע טעכנאלאגיע בשעת וואס די וועלט האט עס מער ווייניגער איגנארירט, דאן אין 1939 (תרצ"ט) זענען די נאציס געקומען מיט זייער בליץ קריג און איינגענומען לאנד נאך לאנד.

***

נאנט צום ענדע פון די קריג האבן די אמעריקאנער זיך געגרייט צו פארכאפן אדער רעקרוטירן דייטשע וויסנשאפטלער מיט זייער טעכנאלאגיע נאכ'ן קריג.

ביים ענדע איז אויסגעקומען אז סאוויעט רוסלאנד האט אקופירט די מזרח האלב פון דייטשלאנד און אייראפע, און אמעריקע מיט די אנדערע אליאירטע האבן אקופירט מערב דייטשלאנד און אייראפע.

די דייטשע וויסנשאפטלער האבן אליינס פארשטאנען אז מיט אמעריקע וועלן זיי באקומען אסאך שענערע באהאנדלונג אין פארגלייך צו די רוסן. גאר אסאך זענען אנטלאפן צו די אמעריקאנע זאנע אריין אין די ארעם פון אמעריקע, וואו מ'האט געשאצט זייער קענטעניס און ווי אזוי דאס קען צוניץ קומען פאר אמעריקע.

אבער אמעריקע נישט געווען צופרידן דערמיט, אויסלייזן מען ברויך די דייטשע וויסנשאפטלער פון אונטער דעם רוסישן יאך.

די אמעריקאנער מיליטער האט אריינגעשיקט אין די רוסישע זאנע, דייטש אפשטאמיגע אגענטן וואס האבן גערעדט א פליסיגן דויטש און פארשטאנען די קולטור. די אגענטן האבן זיך מיט זייער פאלשע פאפירן פארגעשטעלט אלץ געוועזענע דייטשע מיליטער מענער.

זיי האבן אפיר געזוכט סיי וועלכע דייטשע וויסנשאפטלער, זיך באקענט מיט זיי און זיי איבערצייגט אריבערצוגיין צו די אמעריקאנע זייט. איינמאל מ'דרייעט זיך שוין אינעם בער'ס וואלד, האט מען אהיים גענומען אפאר רוסישע וויסנשאפטלער אויכעט.

די אפעראציע האט געהייסן 'אפעראציע פעפער קליפ', די סיבה דערצו איז געווען ווייל אמעריקע האט געזוכט ספעציפישע וויסנשאפטלער און זיי האבן געהאט פאפירענע פראפיילס אויף יעדע וויסנשאפטלער מיט א פעפער קליפ וואס האט דאס צוזאמגעהאלטן.

דאס איז אנגעגאנגן אזוי ביז די אנפאנג 50 (תש"י) יארן. אמעריקע האט אימפארטירט עטליכע הונדערט אייראפעישע וויסנשאפטלער וואס האבן אפאר יאר פריער געארבעט פאר די אנדערע זייט.

אין אנפאנג האט אמעריקע נישט געהאט צוטרוי אין אלע דייטשע וויסנשאפטלער און האט זיי נישט געוואלט געבן פרישע וואפן זיך צו שפילן מיט… מ'האט זיי באזעצט אין רורעל געגנטער אין דרום שטאטן ווי אלאבאמא, אבי נישט אין רוסישע הענט.

נאך אפאר יאר וואס זיי האבן איינגעזיצט האט מען זיי רעקרוטירט צו ארבעטן פאר די רעגירונג, אבער דאס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין א סטראטעגישע גרייז.

***

פון די גרעסטע פיש וואס אמעריקע האט געכאפט (אויפגענומען מיט ברייטע ארעמען, בעסער געזאגט) איז געווען דער אויבנדערמאנטע וויסנשאפטלער 'וואן ברוין'. דער וואן ברוין איז געווען פון די סאמע ערשטע ראקעט וויסנשאפטלער אין די וועלט.

לאמיר כאפן א בליק אויף די ראקעט טעכנאלאגיע וואס די וועלט האט געהאט אדער ניטאמאל געוויסט פון אין די יארן פאר, דורכאויס, און נאך די צווייטע וועלט מלחמה.

מיסילס אזוי ווי מיר קוקן עס אן היינט איז ניטאמאל געווען אויפ'ן געדאנק. ראקעטן אויך נישט. די בעסטע סארט ראקעטן זענען דאן געווען קורץ שטרעקיג. די קלענערע, נישט מער 50-100 פיס דיסטאנץ, און די גרעסערע ארטילעריע, א האלבע מייל צו א מייל דיסטאנץ.

אבער אלע סארט ראקעטן און ארטילעריע האבן געהאט צוויי חסרונות וואס זענען אין א וועג איינס און די זעלבע. עס האט געצילט זייער שוואך און עס האט זיך נישט געקענט הייבן פון די ערד אין לאנדן אויף א קאנטראלירטן אופן.

לאמיר נעמען די קורצשטרעקיגע ראקעטן און לאמיר זאגן אז מ'האט עס געוואלט שיסן אויף א טאנק, עס האט געארבעט ענליך צו די היינטיגע ראקעט פּראפּעלד גראנעיד, דאס הייסט אז מ'האט גענומען א קליינטשיגע אויפרייס באמבע/גראנאד, עס אריינגעלייגט אין א שיסער (צילינדער פארעם), עס געצילט ווי א רייפל, פונקט און גראד צום טאנק, די ראקעט מאטריאל האט אונטערגעצינדן און די באמבע איז געפלויגן צום טאנק.

צומאל האט עס דורכגעבראכן די געפאנצערטע פלאטע און צומאל נישט. אבער די גרעסערע פראבלעם איז געווען אז מ'האט געדארפט גיין זייער נאנט צום טאנק ווייל ווי ווייטער מ'האט זיך אוועקגעריקט, אלס ווייניגער אקוראט איז עס געווארן. אפילו נאנטערהייט, צילן מיט אפאר אינטשעס אפגעריקט האט פאראורזאכט די אויפרייס מאטריאל גענצליך צו פארפאסן די טאנק.

די ווייטשטרעקיגע ארטילעריע איז געווען נאך ערגער אין צילן מיט קאנטראל. מער ווייניגער ענליך צום פריערדיגן וואפן, נאר גרעסער און מיט מער אויפרייס שטאף. די ארטילעריע קען מען נישט האלטן, עס זיצט אויפ'ן ערד ביים שלאכטפעלד, און מ'שטעלט אויס דעם קאנאן שיעף.

ווען עס שיסט פליהט די ארטילעריע װי א בויגן, קודם אויף ארויף ביז עס דערגרייכט צום שפיץ, איר העכסטע שטאפל אויפ'ן וועג, פון דאנעט פאלט עס אויף אראפ ווייטער ווי א בויגן ביז עס פאלט צום ציל.

ווי אזוי ווייסט מען אויב עס האט דערגרייכט דעם ציל? מ'ווייסט נישט. איז דא א חשבון אין וועלכע דירעקציע מ'שיסט? ווי אזוי רעכענט מען?

מען ווייסט בערך וואו ווייט די ארטילעריע קען פליען, מען ווייסט בערך אין וויפיל פיס עס וועט דערגרייכן די שפיץ פון איר בויגן, מען ווייסט בערך וואו די שונא זיצט. לויט דעם שטעלט מען אוועק דעם קאנאן צילנדיג צום שונא מיט א פון פאראויס גערעכנטע שטרעקע, און מ'האפט אז מיט גענוג קאנאנען און גענוג אויפרייס שטאף וועט מען בא'מקל'ן דעם שונא.

***

ס'ניט אמאל קלאר אויב מ'קען דאס רופן ראקעט טעכנאלאגיע לויט היינטיגע סטאנדארטן.

אבער דער דייטשער וואן ברוין מיט זיין טיעם פון וויסנשאפטלער האבן ערפינדן די ערשטע קאנטראלירטע ראקעטן וואס האט זיך געקענט הייבן פון דער ערד, און דערנאך פליען גאר הויך אין די לופט פאר מיילן, אנקומען צום ציל און אויפרייסן דארט אויפ'ן באשטימטן פלאץ.

די ראקעטן האבן געהייסן V1 & V2, און זיי האבן אנגעזייעט א חורבן אויף לאנדאן. אין די תקופה דורכאויס די מלחמה ווען די ראקעטן זענען געפלויגן צו לאנדאן איז קיינער געווען פארזיכערט. א גרויס חלק פון די בירגער זענען אנטלאפן צו די ארומיגע שטעטלעך אדער אומגעקומען. עס האט איבער געלאזט לאנדאן צוברעקלט, מיט בנינים האלב אפגעריסן אהנע דעכער. הייזער, א הויפן פון ציגל.

די V2 ראקעט האט אויס געקוקט כמעט ווי א גאר קליינע עראפלאן, עס האט געהאט עטליכע סארט פליגלען וואס האבן עס געהאלפן פליען אויף א פון פאראויס געפלאנטע דירעקציע.

די ראקעט איז געווען 46 פיס לאנג און האט געטראגן מיט זיך א טאן (2 טויזנט פונט!) אויפרייס שטאף. א מאכטפולע מאטאר געטריבן ביי ברענשטאף - וואס די רעשט פון די וועלט נאכנישט געהאט - האט ארויפגעשאסן די ראקעט צו א רעקארד-ברעכנדע 50 מייל העכער די ערד (היינט גיבט נאסא די אסטראנאט סטאטוס פאר סיי ווער עס פליט מער ווי 50 מייל העכערן ערד).

דערנאך איז עס געפלויגן א שטרעקע פון 120 מייל ביז עס איז אנגעקומען צום ציל, און עס האט אנגעהויבן פליען אויף אראפ און אויפגעריסן ווען עס האט געקראכט אויפ'ן ערד איבערלאזנדיג א לאך פון 32 פיס אין דיאמעטער (די ראקעט איז געפאלן מיט'ן נאז אראפ).

עס געהאט אין זיך א קאמפיוטער טשיפ וואס האט גענוצט א דזשיראָסקאָפ (א סארט לענס) צו דירעקטירן וואו עס זאל פליען און קראכן. אין די טשיפ האבן זיי אריינגעלייגט דירעקציעס באזירט אויף א לאנד מאפע און ווען די דזשיראָסקאָפ האט געמערקט אז עס פארט נישט אין די ריכטיגע דירעקציע, האט עס גענוצט אירע פליגלען צוריק צו שטעלן אויפ'ן ריכטיגן וועג.

אין 1944 אום יוני 20 (כ"ט סיון תש"ד) האט איין V2 ראקעט דערגרייכט 109 מייל העכערן ערד, און דאס האט עס אפיציעל געמאכט אלס דער ערשטער ספעיס ראקעט.

נישט נאר דאס, עס איז געווען די ערשטע קלוגע מיסיל וואס האט געוואוסט וואו עס גייט און וואס איר ציל איז, די ערשטע באליסטיק מיסיל, די ערשטע מיסיל וואס מ'האט נישט געקענט אראפ שיסן, עס איז אויך אנגעקומען פלוצלינג, די גאנצע רייזע פון הייבן ביזן פאלן האט גענומען 5 מינוט און ס'נישט געווען א צו באקומען א ווארענונג, און די ערשטע מיסיל וואס האט געקענט פליען אויף אזא ווייטע שטרעקע, צומאל נאנט צו 200 מייל.

דער אייבערשטער ברוב רחמיו וחסדיו האט געגעבן די אליאירטע די מעגליכקייט צו באזיגן די נאציס ימ"ש, טראץ זייער טעכנאלאגישע אויבערהאנט. ספעציפיש די V2 און די קאמפף דזשעטס וואס די אליאירטע האבן געהאט קיין קעגן-זיגענדע וואפן, האט דער אייבערשטער געפירט אז די נאציס האבן נישט דערגרייכט און נישט באוויזן צו פראדוצירן די צוויי סארט טעכנאלאגיע ביז גאר נאנט צום ענדע פון די מלחמה ווען די דייטשן האבן געהאט שוואכע שאנסן צו געוואונען אפילו מיט די פרישע טעכנאלאגיע.

***

אוי וויי, די טראגישע היסטאריע וואס ליגט אונטער די פאבריצירונג פון די V2 ראקעט. די ראקעטן האבן די נאציס פראדוצירט אין די טרויעריג באוואוסטע בוכנוואלד לאגער, אונטערערדיש. די נאציס ימ"ש האבן גענוצט אידן און להבדיל אנדערע געפאנגענע פון די לאגער וואס האבן געהאט סיי וועלכע פאך אין פארבינדונג צו פראדוקציע אדער א האנט-פאך. א געשאצטע 15,000 ארעסטאנטן זענען אומגעקומען בשעת'ן ארבעטן אויף די ראקעטן, הי"ד.

אבער נאך די מלחמה איז דער וואן ברוין געקומען צו לויפן צו די אמעריקאנער, זיך אונטערגעגעבן צוזאמען מיט זיין טיעם, און געבעהטן צו ארבעטן פאר אמעריקע. אמעריקע האט אים אנגענומען טראץ זיין שייכות מיט די לאגער, הגם דארט וואו ער האט געארבעט, אין די לאבאראטאריע, זענען געווען קיין ארעסטאנטן. ער האט אויך נישט געארבעט אין בוכנוואלד, נאר אין פּינאמונדע (זיין לאבאראטאריע).

נאך אן אויסרייד האט אמעריקע גענוצט, טענה'נדיג אז וויבאלד ער איז געווען א ציווילע ראקעט וויסנשאפטלער אין די 30 יארן ווען ער האט נישט געארבעט פאר די נאציס, נאר אויף ראקעטן אנצוקומען צו ספעיס, און אז די V2 האט ער נאר געטון געצווינגענערהייט אונטער היטלער.

אבער לויט א קאלעגיע וואס האט געארבעט מיט וואן ברוין שפעטער אין אמעריקע האט ער געהאט קיין חרטה. זי האט געשריבן "וואן ברוין איז נאכאלטס פארביסן אז נישט אלע זיינע V2 ראקעטן האבן אויפגעריסן, אבער נישט ווייל דייטשלאנד האט פארלוירן די מלחמה (דאס איז אים זעהט אויס נישט אנגעגאנגען), נאר ווייל ער האט געחלומ'ט פון די גרויסע כבוד וואס ער וואלט באקומען אויב זיינע ראקעטן וואלטן געווען נאכמער פארגעשריטן".

אלעס וואס איז אים אנגעגאנגן איז כבוד און אנערקענונג פון די וועלט, קיין חילוק אונטער וועלכע לאנד ער ארבעט - דאס הייסט פאטריאטיזם אדער וואס די פועל יוצא פון זיינע אקטיוויטעטן זייען אן, דאס איז נישט אינטערסאנט.

שטייצעך אז איינמאל ער האט געקענט קלויבן פאר וועם צו ארבעטן איז ער אליינס אנטלאפן פון זיין לאבאראטאריע, און זיך זעלבסטשטענדיג אונטערגעגעבן צו די אמעריקאנער. ער האט פארשטאנען אז אין אמעריקע וועט ער באקומען דאס בעסטע און דאס שענסטע.

גערעכט איז ער געווען… די אמעריקאנע רעגירונג האט געגעבן אים אין זיינע מיטארבעטער שיינע דירות אין אלאבאמא.

***

למעשה האט ער אונטערגעשאצט אמעריקע'ס באגנאדן. ווי אויבנדערמאנט האבן זיי געהאט קיין צוטרוי צו אים אדער זיינע 100 קאלעגן, און נישט געוואלט געבן פרישע וואפן אדער אפילו ציווילע פראיעקטן פאר אים און זיינע מיטארבעטער.

אנטשטאט האבן זיי פארשטעקט די אלע ראקעט וויסנשאפטלער אין רורעל געגנטער אין די דרום שטאטן. יא, אויפ'ן אמעריקאנעם רעגירונג'ס באנק אקאונט, אבער אהן ארבעט האבן זיי געשימלט. דער וואן ברוין האט זיך צום ערשטן מאל באגעגנט מיט די טיכטיגע אמעריקאנע ביוראקראטיע… ער האט געשריגן אז מ'נוצט נישט אויס זיין טאלאנט און די אמעריקאנע רעגירונג פארשווענדט צייט.

אין קול ואין עונה..

***

אין די זעלבע צייט, אפריל 1945 (אייר תש"ה), זענען די רוסן געקומען פון מזרח אייראפע אריין אין דייטשלאנד ביז בערלין וואו זיי האבן זיך געטראפן מיט די אנדערע אליאירטע און געשפאלטן בערלין אין האלב.

די רוסן, גארנישט קיין נאראנים, האבן אויך געזוכט צו כאפן פרישע דייטשע טעכנאלאגיע, אבער זיי האבן עס געפירט נוסח סאוויעט. זיי האבן פארכאפט הויפן פון געצייג, פון אלע סארט, אהנע סדר. אהן צילן אויף ספעציפישע טעכנאלאגיע אדער וויסנשאפטלער, נאר דורך כאפן וואס עס איז זיי אונטערגעקומען.

פאר די רוסן, שטאלץ מיט זייער פארגעזעצטע קאמוניזם, איז נישט בייגעפאלן אז וויסנשאפטלער וועלן אנטלויפן צו די מינדערווערטיגע קאפיטאליזם.

ווען זיי זענען אנגעקומען צו פּינאמונדע, וואו וואן ברוין'ס לאבאראטאריע און V2 פראטאטיפן זענען פלאנירט געווארן, האבן זיי אנטדעקט אז דער וואן ברוין מיט אלע מיטארבעטער און פארשונג פאפירן זענען שוין פון דארט אנטלאפן, אריין צו אמעריקאנע הענט.

סטאלין האט געשומפט און געברויזט, זאגנדיג "דאס איז פולשטענדיג אומדערטרעגליך, מיר האבן באזיגט די נאצי טרופן (די רוסן האבן פארלוירן 80,000 זענלער אינעם קאמפף איינצונעמען בערלין), מיר האבן אקופירט בערלין און פּינאמונדע, אבער די אמעריקאנער האבן באקומען אלע ראקעטן וויסנשאפטלער. וואס קען זיין מער עקל-האפטיג און מער אומ-אקצעפטירבאר?"

די רוסן האבן געכאפט וואס דא גייט פאר און האבן זיך גענומען כאפן וואס זיי האבן האבן געקענט אריינגערעכנט א V2 ראקעט, הונדערטער באנען פול מיט געצייג, און אויך וויסנשאפטלער, אלעס געשיקט און טראנספארטירט צוריק קיין רוסלאנד, טיעף אין זייער טעריטאריע.

***

היינט צוטאגס זענען אלע ספעיס ראקעטן פון רוסלאנד, כינע, אמעריקע, ביז אילאַן מאָסק באזירט אויף די גרונד פרינציפן און ערפינדונגען פון דער וואן ברוין און זיינע V2 ראקעטן. נישט נאר דאס, דער זעלבער וואן ברוין איז אויפגעקומען מיט און פאבריצירט די 'סעטורן 5' ראקעט וואס האט גענומען די אמעריקאנער אסטראנאטן צו די לבנה.

קיין איין לאנד האט זינט דאן באוויזן צו שיקן אסטראנאטן צו די לבנה.

שטעלט זיך די פשוט'ע פראגע. אויב אמעריקע האט באקומען דער וואן ברוין אין צוגאב צו נאך הונדערט דייטשע ראקעטן וויסנשאפטלער, צוזאמען מיט זייער פארשונג פאפירן, פארוואס זענען די רוסן אנקומען צו ספעיס פאר די אמעריקאנער?

דא קען מען זעהן די חילוק צווישן אמעריקאנע ביוראקראטיע און רוסישע ביוראקראטיע, צווישן די אמעריקאנע סיסטעם פון נאכאנאנדע טוישונגען אין פאליטיקאנטן מיט אנדערע אויסבליקן, און די רוסישע 'איין סטאלין דיקטאטור' סיסטעם.

***

וואס האט דאס אלעס מיט ארפא? האביך סתם מחליט געווען מנדב צו זיין די צווייטע טייל איבער נאצי טעכנאלאגיע? וואס האט 'אפעראציע פּעפּער קליפ' מיט ארפא?

און די קומענדע טייל וועלן מיר ציען די פארבינדונגען צווישן די וויסנשאפטלער געיעג נאך די צווייטע וועלט קריג צו די גרינדונג פון ארפא. מיר וועלן אריינגיין טיפער אין די שורשים פון ארפא און אירע ערשטע אגענטן, וויסנשאפטלער, פראיעקטן, פאליטיקאנטן וואס האבן עס געשטיצט און מייסד געווען.

***

באמערקונג: די טרוקענע פאקטן, ווי אויך די דאקומענטירטע אנעקדאטן און די ערקלערונגען איבער ארפא נעם איך אוודאי פון דאקומענטן און ביכער געשריבן דורך היסטאריקער. אבער די צינישע, הומאריסטישע, אדער לייכטע אופן ווי אזוי איך צולייג דאס, איז מיין סטיל. דאס איז בעצם מיין ציל מיט'ן באשרייבן ארפא, סתם טרוקן וואלט מיר נישט געשטופט צו שרייבן, מיט אביסל זאלץ און פעפער אדער עס שרייבן אביסעלע דורך מיין בליק איז מיר יא אינטערסאנט, און איך האף אז איר, די ליינער, האבן אויך הנאה.

אויכעט, ווען איך שרייב 'מיין מיינונג/אין מיינע אויגן' צב"ש, מיינט דאס אז עס איז אויסדרוקליך מיין מיינונג און לאו דווקא ווי אזוי עס ווערט אנגעקוקט לויט די אלגעמיינע היסטאריקער אדער אנאליסטן.

איך האף צו האבן גענוג הומאר אריינצולייגן אין יעדע טייל, אבער אמאל איז מעגליך אז איך וועל נישט האבן די קריעטיוועטי אריינצולייגן אביסל זאלץ און פעפער און א טרוקענע שטיקל. ואתכם הסליחה.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מח ליינט און אנאלאזירט! מלשון פרינטער פרינט, ערווארט הערות נאכן ליינען
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אדרבה, הערות איז באגריסנד
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יעצט נאכן ליינען! וואו! א קנאק! קיפיראפ מיט דיינע ברילן, און אויב וועסטו צופיל פארפארן פון מיינע געדאנקן וועל איך זיך לאזן הערן! באמת הערליך!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

א מעסטערפיעס, הערליך שיין באשריבן, און אן ספייסעס וויאזוי וואלטעס אויסגעזעהן?… שכח!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יקוש פייוויש האט געשריבן:א מעסטערפיעס, הערליך שיין באשריבן, און אן ספייסעס וויאזוי וואלטעס אויסגעזעהן?… שכח!

אויסגעזען וואלט עס אפשר ענליך, אבער וואסארע טעם העטעסגע האט?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער שיין. יישר כח!
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

הערליך הערליך!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

V וואן'ט מאר.

טענקיע
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

כבין שפראך לאז WOW גיי אן כקענישט ווארטן
די בוזט עמעזינג
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אלע טעמים!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

;l;p- ;l;p- ;l;p- wow wow
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

איך פארשטיי אפילו נישט וואס דיין פארענפערונג איז מיט דעם פארוואס די לייגסט צו זאלץ און פעפער וואס דען זאלסטו צולייגן..
עניוועי ס'איז זייער גוט באשריבן שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטע ארטיקל!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

העכסט אינפארמאטיוו און גאר געשמאק געשריבן!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

זייער אינטערעסאנט!! רייך און געשמאק! מיט אסאך ידיעות! דו לייגסט זייער גוט אראפ א נושא, מיט יעדע דעטאל אויפן גוטן פלאץ!

____
היכי תמצא האט געשריבן:וואס האט דאס אלעס מיט ארפא?
היכי תמצא האט געשריבן:אפגעזונדערט פון די פענטאגאן, געבן די געמיש פון וויסנשאפטלער, אגענטן, און פירער איין פלאץ צו ארבעטן צוזאמען אין געהיים מיט הרחבה, אויף אבנארמאלע פראיעקטן באזונדער פון די רעגולערע וויסנשאפט און טעכנאלאגיע פראיעקטן, אהן שטיקיגע ביוראקראטיע

;l;p-
פרעג איך דיר, נאכן האבן דעם 'וואן ברוין', און עם כל זה געווען הונטערשטעליג פון רוסלאנד, האט דען טאקע נישט אויסגעפעלט דעם ארפא?!...
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

כ'האב עס געליינט די וואך אין די 'שרייבער' און כ'האב זייער הנאה געהאט!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

א גרויסן שכ'ח יקוש, פאלעקס, ממוצע, איש האשכולות, צולייגער, הימלישער, אורי, חיים ברוך, ענדזשוי, און שוין, יש הנאה, און פארצייטיש פאר די קאמפלימענטן. איר האט מיר אלע מחייה געווען געמאכט גוט שפירן, עס גיבט א שטארקע שטופ ווייטער צו שרייבן. ספעציפיש פאר די וואס קאמענטירן ווידעראמאל נאך יעדע טייל.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יש הנאה האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט!! רייך און געשמאק! מיט אסאך ידיעות! דו לייגסט זייער גוט אראפ א נושא, מיט יעדע דעטאל אויפן גוטן פלאץ!

____
היכי תמצא האט געשריבן:וואס האט דאס אלעס מיט ארפא?
היכי תמצא האט געשריבן:אפגעזונדערט פון די פענטאגאן, געבן די געמיש פון וויסנשאפטלער, אגענטן, און פירער איין פלאץ צו ארבעטן צוזאמען אין געהיים מיט הרחבה, אויף אבנארמאלע פראיעקטן באזונדער פון די רעגולערע וויסנשאפט און טעכנאלאגיע פראיעקטן, אהן שטיקיגע ביוראקראטיע

;l;p-
פרעג איך דיר, נאכן האבן דעם 'וואן ברוין', און עם כל זה געווען הונטערשטעליג פון רוסלאנד, האט דען טאקע נישט אויסגעפעלט דעם ארפא?!...

האסט עס גוט ארויס!..

ווידעראמאל, שכ'ח פאר די קאמפלימענטן.
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

הערליך שיין געשריבן.
א באזונדערע געשמאק צו לעזן.
ייש״כ! קיפיראפ.
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21086
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

ענדליך האב איך געהאט צייט צו דורכליינען די גאנצע זאך
היכי ביסט א היכי תמצא פון א מענטש

האסט גאר גוטע ספייסעס צו ספייסען דיינע קלארע באשרייבונגן


איי לאוו איט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

פילען דאנק פאר דיינע גוטעס שרייבען, איך האפע דאס ווירדן זי ווייטער שרייבען..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”