5
ב"ה מ'האלט שוין ביים פינפטן טייל, בסיעתא דשמיא וועלן מיר ווייטער אנגיין מיט א פעסטקייט.
אלזא, לאמיר זיך ארויסלאזן אויפ'ן ארפא רייזע, זאל זיך דער בורא מרחם זיין און אויסראטן די מגיפה דורכאויס אונזער רייזע, אמן.
*****
אפאר טרוקענע דעטאלן: פעברואר 4 1958 (י"ד שבט תשי"ח) ארפא ווערט געגרינדעט אויף פאפיר; פעברואר 7 1958 ארפא באקומט איר ערשטע דירעקטאר; פעברואר 12 1958 קאנגרעס אויטאריזירט 10 מיליאן דאלאר (96 מיליאן אין היינטיגע געלט) אויפצושטעלן ארפא, הוצאות פאר אפיסעס, מאטריאלן, געהאלטן, אד"ג.
***
איצטערט, פאר מ'גיימער ווייטער אריין אין די היסטאריע פון ארפא, ספעציפיש די פראיעקטן און אנעקדאטן, איז וויכטיג צו וויסן און פארשטיין פון וואו די אלע אינפארמאציע קומט. איז עס קראנט? וואס ווערט נישט דערמאנט? וועלכע פרטים זענען אומ-אקוראט?
ארפא האט קיינמאל געהאלטן קיין אפיציעלע ארכיוון מיט טעקעס, פשוט און גראד, ארפא האט געזען קיין סיבה דערצו. ארפא איז דאך געווען די פארקערטע פון ביוראקראטיע, טא וועם גייט אן אז ס'נישט דא געשריבענע טעקעס פון אלעס וואס איז פארגעקומען.
איי, עס האט אנגעמאכט א צעמישעניש יעדעס מאל א פרישע דירעקטאר, וויסנשאפטלער, אדער באאמטער האט זיך אנגעשלאסן? דאס איז גראדע א מעלה, וואס ברויכן זיי וויסן פון די שינאנדיגן וואס ארפא האט אלס אנגעדרייט?!
אויב די פרישע חברה פארשטייען אן עסק וועלן זיי שוין כאפן דעם פארטל..
ס'ניטאמאל קלאר אויב זיי האלטן נאך היינט טעקעס אין ארכיוון.
אין פארגלייך, די סי איי עי, עף בי איי, פענטאגאן, און אלע אנדערע אגענטורן און אפטיילונגען קומען כסדר ארויס מיט דעקלאסיפיצירטע דאקומענטן, אבער ארפא וויבאלד זיי ארכיוון נישט דאקומענטן, איז נישטא וואס ארויסצוגעבן…
***
שטעלט זיך די פשוט'ע פראגע, פון וואנעט ווייסט מען א כי הוא וואס איז דארט איז אלס פארגעקומען. נאכמער, ווי אזוי קען מען אפיציעל זאגן מיט קאנפידענץ, "דא, נאדיר איך האב אן היסטאריע פון ארפא וואס איך וועל דא איינצלהייטליך באשרייבן!"
איז אזוי, מיר וועלן ברויכן גיין טריט ביי טריט לויט געוויסע עפאכעס.
פונעם גרינדונג 1958-1975
1975-1992
1992-2017/2018
(תשי"ח - תשל"ה)
(תשל"ה - תשנ"ב)
(תשנ"ב - תשע"ח)
אלע דריי עפאכעס האבן באזונדערע מקורות פון וואו מ'נעמט די היסטאריע און אנעקדאטן, הגם געוויסע מקורות איבערלויפן אדער איבערדעקן די זעלבע צייט אפשניט.
***
אין 1975 איז ארפא אליינס מיד געווארן פון נישט האבן טעקעס און ארכיוון.
איינס, ווייל פרישע דירעקטארן האבן געהאט א נייע בליק און געוואלט 'סדר מאכן'..
צוויי, ווייל מ'האט כסדר קריטיקירט און געפרעגט די ארפא באאמטע "וואס טוט ארפא? פארוואס פעלט עס אויס? וועלכע פראיעקטן האט איר שוין געפירט און מצליח געווען?"
די אקטיווע פראיעקטן האבן זיי דאך נישט געקאנט ארויסגעבן און די פריערדיגע פראיעקטן האבן זיי נישט קלאר געוויסט פון, און אפילו יא, האבן זיי נישט געהאט די טעקעס צו באשטעטיגן זייער באהויפטונגען. זענען זיי געבליבן מיט'ן צונג אינדרויסן..
דא קומט אריין 'ריטשארד בארבער אסוישיעטס' (Richard J Barber Associates). ארפא האט אויפגענומען דיזע פארשונג פירמע צו אויספירן א שטודיע איבער ארפא'ס היסטאריע.
צוויי געניטע פארשער פון די פירמע, מר. האָף און מר. שארפ, האבן זיך גענומען צו די עבודה. פאר איבער צוויי און א האלב יאר האבן זיי געפארשט, שטודירט, און צוזאמגעשטעלט א דאקומענט פון 635 בלעטער. גערופן האבן זיי דאס מיט די פשוט'סטע נאמען מעגליך 'די אדווענסד ריסוירטש פראדזשעקטס אגענסי 1958-1975', אריינגעגעבן האבן זיי עס צו ארפא.
***
ארפא האט געהאט געהאפט צו מאכן א היסטאריע דערפון, כאטש צו באיינדרוקן אנדערע. געמאכט האבן זיי א גרויסע טעות, זעהט אויס אז זיי האבן פארגעסן אז אויפגענומען האבן זיי גרונטליכע פארשער, נישט דראמאטישע היסטאריקער..
די דאקומענט איז געשריבן גענצליך נייטראל אויב נישט קריטיקירענד, גוטס מיט שלעכטס געמישט, ערפאלגרייכע און דורכגעפאלענע פראיעקטן, עטישע און אומעטישע אקציעס ווערן אייניג דערמאנט. ארפא האט גענומען די דאקומענט, עס געלייגט אויף א מייקרא פילם, עס פארשטעקט און פארטיג. אז מ'מאכט זיך נישט אויף די אויגן עקזיסטירט גארנישט, ריכטיג?
אבער זיי האבן דעם דאקומענט נישט קלאסיפיצירט דעריבער איז עס לויט'ן געזעץ פובליק אינפארמאציע. אין 1985 (תשמ"ה) האבן געוויסע אריינגעגעבן א פארלאנג אונטערן Freedom of Information Act, און דארפא האט דאס געמוזט ארויסגעבן. אויפ'ן ערשטן בלאט (מ'קען עס ניטאמאל רופן א דעקל) האבן זיי געלייגט א שטעמפל 'גענומען פון די בעסטע קאפיע' (די אריגינעלע).
מיר זעהט אויס אז זיי האבן עס גענומען פון די ערגסטע קאפיע. יא, עס איז גענצליך ליינבאר, אבער געוויסע בלעטער זענען מער גרוי ווי אנדערע, געוויסע אויתיות זענען בולט און געוויסע פארבליכן, אבער דער עיקר איז אז עס איז ליינבאר און מ'קען דאס איצט גרינג באקומען.
די דאזיגע דאקומענט רופט מען 'די בארבער באריכט', על שם פון די פירמע. און מיר וועלן ארומרעדן דערוועגן באריכות, די גאר גוטע סחורה קומט פון דארט.
***
נאך פינף יאר וואס די באריכט האט געמאכט אירע רונדעס צווישן היסטאריקער, האט דארפא מחליט געווען אז מען ברויך א פרישע היסטאריע.
דאס מאל האט דארפא נישט ווידער געמאכט דעם זעלבן טעות. יא, זיי האבן ווידער אויפגענומען א פארשונג פירמע, אבער ווי עס זעהט מיר אויס האבן זיי זיך אויסגענומען אז אויב רינט אריין קריטיק אין די באריכט וועלן זיי נישט ווערן באצאלט, מעגליך אז זיי האבן צוגעלייגט אפאר גראשן אויב מ'פיצט עס אויס מיט פאזיטיווע פאמפע.
אין יאר 1990 (תש"נ) האט דארפא אויפגענומען דעם 'אנשטאלט פאר פארטיידיגונגס אנאליז' (Institute for Defense Analysis), איי. די. עי. אין קורצן (IDA), צוזאמצושטעלן אן אנאליז און היסטאריע פון דארפא.
דער אמת איז אז די 'איי די עי' איז א נוגע בדבר. אזוי ווי עס הערט זיך פון זייער נאמען, איז די איי די עי א נאן-פראפיט פירמע (נישט ארגאניזאציע) וואס איז ספעציעל אוועקגעשטעלט צו אנאליזירן אלע פארטיידיגונג אפטיילונגן און פראגראמען אינערהאלב די אמעריקאנער פארטיידיגונגס דעפארטמענט.
די 'איי די עי' שטעלט צוזאם אינערליכע באריכטן פאר אלע (אריינגערעכנט דארפא) אמעריקאנער פארטיידיגונגס אגענטורן, צב"ש, אויב וויל די פירער פון די ארמיי וויסן אויב א געוויסע פראגראם צווישן די הונדערטער אנדערע פראגראמען איז ווערד דאס געלט אדער צי עס פארט אויף די ריכטיגע רעלסן, דאן נעמען זיי אויף די איי די עי דורכצופירן אן אנאליז.
די ראציאנאל דערונטער איז אז וויבאלד מ'קען זיך נישט גענצליך פארלאזן אויף די אויפזעהער פון יעדע ספעציפישע פראגראם, ווען עס קומט צו באריכטן אויב די פראגראם פעלט אויס, דערפאר ברענגט מען אריין די איי די עי.
למעשה, איז די איי די עי נישט גענצליך קריטיקירענד. זיי ווערן באצאלט, זיי ווילן אנהאלטן זייער פארבינדונג מיט די פענטאגאן, דעריבער טרעטן זיי אויפ'ן ליניע זיכער צו מאכן אז זיי פירן דורך א גרונטליכע נייטראלע באריכט אבער מיט אביסעלע פאזיטיוועט.
(לדעתי, צומאל זאגט מען זיי פון פאראויס פונקטליך וואס מען ערווארט פון זייער באריכט..)
די 1990 'דארפא' באריכט (עס האט שוין דאן געהייסן 'דארפא') איז מער פי. אר. ווי א גרונטליכע שטודיע אדער אנאליז. די דאקומענטן וואס זיי האבן אנאליזירט האט דארפא צוגעשטעלט, און איר קענט זיין זיכער אז דארפא האט זיי נישט געגעבן דאקומענטן וואס מ'קען מאכן צימעס פון.
פונעם קעפל אליינס קען מען זעהן ווי נייטראל (ליינט די ווארט 'נייטראל' מיט סארקאזם) די באריכט איז. די קעפל איז 'דארפא טעכנישע דערגרייכונגען' (DARPA Technical Achievements). און די 358 בלעטער באריכט איז פול מיט לויב איבער אלע ערפינדונגען און טעכנאלאגיע וואס ארפא האט אלס אויפגעטון.
דארפא איז געווען גאר צופרידן מיט'ן טויש, אהה, א פרישע פאזיטיווע פאמפענדע באריכט. ענדליך קען מען זיך עפענטליך קלאפן אויפ'ן פלייצע.
דארפא איז געווען אזוי צופרידן אז זיי האבן באשטעלט נאך צוויי באריכטן/אנאליזן וואס איז ארויסגעקומען אין 1991 און 1992, און זענען געלאפן אויפ'ן זעלבן פארמאט און באצירענדע טיטל.
***
מיט'ן טויש פונעם יארהונדערט איז דארפא געווארן שטארק פאפולער, און די סיבה איז גרינג צו זעהן מיט נאקעטע אויגן (אהן גלעזער אויכעט). די באפעלקערונג האט אנגעהויבן באקומען די טעכנאלאגיע וואס דארפא האט ערפינדן מיט 20-30 יאר פריער, א שטייגער ווי דזשי פי עס, די אינטערנעט, אימעיל, קלוגע כלים און געצייג, דראונס, און נאך.
זינט 2000 (תש"ס) קומען שוין ארויס אומצאליגע באריכטן, ארטיקלען, שטודיעס, און אנאליזן איבער ווי אזוי דארפא האט אלס ערפינדן האלב פון די פארגעשריטענע וועלט און ווי דאנקבאר מיר ברויכן אלע זיין, ווי אזוי פריוואטע פירמעס קענען זיך לערנען פון זייער הצלחה, אא"וו.
אויף אזוי ווייט אז דארפא באהויפט היינט צוטאגס אז זיי זענען מיט 30 יאר פאראויס אין טעכנאלאגיע פון די אלגעמיינע באפעלקערונג, און אז מיר קענען כסדר ערווארטן מעכטיגע טעכנאלאגיע וואס דארפא באזיצט שוין די לעצטע 30 יאר.
גייט יעדער האבן אן אומ-זעהבארע שוועבנדע פלאטע וואס גייט אונז טראגן פון אמעריקע קיין כינע אונטער א מילי-סעקונדע?! שטעלט אייך פאר ווי איר קענט כאפן א באזוך צו קרובים אין אייראפע פאר טועמי' ערב שבת און זיין צוריק אין צייט צו גיין אין מקוה. ווער רעדט נאך פון מקומות הקדושים.
באזיצט איצט דארפא די מעגליכקייט און טעכנאלאגיע אויסצוראטן די מגיפה און אפילו פארמיידן סיי וועלכע מגיפות פון היינט און ווייטער?! און זיי גיבן נישט ארויס די טעכנאלאגיע צוליב…..?!
אבער איך אז מיין כוח הדמיון איז שטארק באגרעניצט און איך קען דא איבערגעבן די פענע פאר א בעסערע פאנטאזירער וואס קען איינצלהייטליך אראפלייגן די אלע פיינע טעכנאלאגיע וואס מיר גייען באקומען..
איבריג צו זאגן אז גלייב זיי נישט. יא, אפשר האט דארפא עפעס אינטערעסאנטע ערפינדונגען און טעכנאלאגיע וואס גייט מיט די צייט ארויסקומען, אבער 30 יאר פאראויס?! דאס איז שוין אביסל איבערגעטריבן. אבער עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז דער ליינער זאל אפמאכן פאר זיך.
***
די לעצטע אפיציעלע שטודיע/היסטאריע וואס איז ארויסגעקומען דורך דארפא איז זייער אייגן ארויסגעגעבענע 'דארפא 1958-2018'. דאס איז פאבליצירט געווארן אין יאר 2018 (תשע"ח) צו דעם זעכציגסטן יארטאג פון די אגענטור.
די דאזיגע 140 בלעטער היסטאריע איז שוין כמעט פראפאגאנדע. פארשטייט זיך נאר פאזיטיוו, און צו ווייזונגען ווי אזוי דארפא האט אלס ערפינדן, אויפגעשטעלט, ארויסגעהאלפן, מסדר געווען, געראטעוועט, וכו'.
***
ווי אויבן דערמאנט איז דארפא היינט צוטאגס א הייסע נושא, און יעדער גיבט זייער מיינונג. עס קומט איין היסטאריקער וואס זאגט אז דארפא איז גאר א דראונג פאר די וועלט ווייל זיי פרובירן צו פראדוצירן ראבאטן וואס גייען ווערן קלוגער ווי די וויסנשאפטלער וואס האבן זיי פראגראמירט, דערנאך גייען די ראבאטן אליינס פראדוצירן פרישע ראבאטן וואס זיי גייען אויסלערנען ווי אזוי צו זיין קלוגער און שטערקער, גענצליך באוואפנט.
געוויסע נעמען דעם דמיון ווייטער (איצט שאקלט איר דעם קאפ פון רעכטס צו לינקס, איך פארשטיי, איך אויך..) די ראבאטן וועלן באקומען געפילן, זיי וועלן גלייכן מוזיק, שפירן אנגסט, רואיגהייט, כעס, צופרידנהייט, אהבה, שנאה, אא"וו. איצט קומען אראפ די טונקעל ברויזע וואלקענעס - די ראבאטן וועלן זיך אויסדרייען צו די מענטשהייט און פארלאנגען רעכטן, ווי אויך וועלן זיי זיין גאר ברויז אויף די מענטשהייט וואס האט זיי פראדוצירט.
פארוואס? ווען נישט די מענטשהייט וואלט ער דאך נישט עקזיסטירט, און איצט אז ער עקזיסטירט און שפירט ווייטאג, דאן איז דאס די מענטשהייט'ס שולד. אט, דרייט ער זיך אויס אנטקעגן די מענטשהייט מיט זיינע פארגעשריטענע וואפן, מיט זיין קלוגערע מוח, און ער פארטיליגט די מענטשהייט פונעם ערד-קוגל, ער פארניכט יעדע שפיר וואס צייגט די עקזיסטאנץ פון די פארגאנגענע מענטשהייט.
דער טרוימער טרוימט מיטן זעלטענע כוח הדמיון וואס דער באשעפער האט אים געשאנקן.
און אלעס איז צו פארדאנקען דארפא פאר'ן ארבעטן אויף די טעכנעלאגיע..
מ'רעדט נישט דא פון אפיציעלע משוגעים וואס זיצן אין א פארשלאסענע אנטשטאלט צו וואס די שליסל איז שוין פארלוירן געגאנגען. מ'רעדט דא פון געערטע (נישט ביי מיר..) היסטאריקער און פראפעסארן.
קומט א צווייטע שטודירער און שלאגט פאר אז ארבעטן פאר דארפא איז גאר אומעטיג ווייל עס איז נישטא קיין סך וואס צו טאן, און די פראיעקטן זענען פשוט אומ-אינטערעסאנט אזש מ'גייט אראפ פון זינען נאכ'ן ארבעטן דארט. דעריבער, קומען זיי און פארציילן גראנדיעזע מעשיות כדי צו מאכן זייערע קאריערעס אינטערעסאנט און כדי די פאבליקום זאל עהרן דארפא..
***
דערנאך זענען דא אומצאליגע אינטערוויוס מיט געוועזענע איינגעשטעלטע, פארמישטע, אדער סיי ווער עס האט געהאט עפעס צוטאן מיט דארפא (דורכטרעטן דעם שוועל ווערט גערעכנט).
עס זענען דא ביאגראפיעס ארויסגעגעבן דורך געוועזענע איינגעשטעלטע, ווי אויך, נאטיצן און זשורנאלן פון געוועזענע באאמטע און אנדערע וואס זענען געווען פארמישט אין דארפא פראיעקטן, אדער די וואס האבן עס מיטגעהאלטן, צב"ש פאליטישע געהילפן אדער רעגירונג קאנטראקטאר.
נאטיצן און זשורנאלן שיינען א ליכט אויף די אטמאספערע דורכאויס די פראיעקטן צו וואס עס באציט זיך, וויבאלד די נאטיצן און זשורנאלן ווערן געשריבן פריוואט בשעת ווען עס קומט פאר. די נאטיצן און זשורנאלן געפינען זיך אין די נאציאנאלע ארכיוון, און עס ווערט געווענליך מנודב דורך די שרייבער אויפ'ן עלטער אדער דורך די משפחה נאך וואס די שרייבער איז אוועק.
דורכאויס די לעצטע צען יאר, זענען צום ערשטן מאל ארויסגעקומען צוויי זעלבסטשטענדיגע פריוואט פאבליצירטע ביכער איבער די היסטאריע פון ארפא (ד.מ. נישט דורך א פארשונג ארגאניזאציע, רעגירונג, וכדו').
איינס אין 2015 (תשע"ה), 'די פענטאגאן'ס מוח', דורך וויינבערגער, און די צווייטע אין 2017 (תשע"ז), 'די פארשטעלער פון קריג', דורך יאקאבזאן.
'די פענטאגאן'ס מוח' שרייבט אינעם אונטער טיטל: 'די אומצענזורטע היסטאריע פון דארפא'. און 'די פארשטעלער פון קריג' שרייבט אינעם אונטער טיטל: 'די אומפארציילטע געשיכטע פון דארפא'.
פונקטליך וואס איז די חילוק צווישן אומצענזורט און אומפארציילט?! אין די ביכער וועט איר נישט טרעפן דעם ענטפער, אבער מיט וואס זיי זענען אייניג איז קלאר; ביידע זענען אומ-אקוראט.
אזוי ווי א שטודירער פון א אוניווערסיטעט וואס האט געשריבן א קורצע אנאליז איבער די 'אומצענזורטע' בוך האט געשטעלט די פראגע: ווי אזוי קען מען שרייבן אן אומצענזורטע היסטאריע ווען א 'צענזורטע' היסטאריע עקזיסטירט נישט?!
און ווייטער, די 'אומפארציילטע' בוך שרייבט גארנישט ניי וואס איז נאך נישט געשריבן געווארן.
די ווארהייט איז אז ביידע נעמען די אנעקדאטן פון די אומ-צאליגע קוועלער וואס געפינען זיך צוזייעט און צושפרייט, ווי מיר האבן אויבן ערווענט. וואס ביידע ברענגען אויך, איז אפאר פרישע אינטערוויאוס וואס זיי אליינס האבן דורכגעפירט.
די אינטערוויאירטע פארציילן נישט אייביג גענצליך פרישע ווארע, אבער לייגן יא צו פרישע דעטאלן אדער אייגענע פאסירונגען אין צוזאמענהאנג מיט די שוין באקאנטע אנעקדאטן.
איז דא א חילוק צווישן ביידע ביכער? יא. אפשר נישט אין אינהאלט, אבער אין שריפט. ביידע לייגן פאר די געשיכטעס פון באזונדערע קוקווינקלען און מיט א באזונדערע סטיל.
יאקאבזאן אינעם 'פענטאגאנ'ס מוח' דראמאטיזירט מער די אנעקדאטן, ווי אויך איז די אגענדע אונטערהאלב, אראפצומאלן די געמיינע אין שעדליכע וואפן וואס אמעריקע פראדוצירט זינט די צווייטע וועלט מלחמה, און דארפא'ס האנט דערין.
ווידעראום, וויינבערגער אין 'די פארשטעלער פון קריג' לייגט אראפ די אנעקדאטן מער אויפ'ן טרוקענע זייט און מיט קלארערע ווייזונגען פון וואו די אינפארמאציע קומט, ווער עס האט וואס פארציילט, און א טראפקעלע קריטיק.
צום סוף שרייבט וויינבערגער אז די געוועזענע דירעקטארן פון דארפא זאגן אין זייערע אינטערוויוס אז דארפא ארבעט היינט שוין נישט אויף קריטישע טעכנאלאגיע און איז שוין היינט נישט אזוי וויכטיג אדער נויטיג פאר אמעריקע'ס זיכערהייט.
וויינבערגער'ס קריטיק איז מערסטנס געצילט אויף די עטישקייט פון געוויסע פראגראמען אדער אקציעס וואס דארפא האט געפירט, און דאס איז נישט שלעכט לדעתי, ווייל עס איז וויכטיג פאר'ן ליינער צו מאכן אן אייגענע באשלוס. ווען אלעס איז געשריבן מיט א פאזיטיווע נייגונג אהן א שפריץ קריטיק, איז גרינג צו פארזעהן דעטאלן וואס איר וואלט זיך ווען אפגעשטעלט און געטראכט 'דאס איז מעגליך נישט אזוי פשוט ווי עס זעהט אויס אויבערפלעכליך'.
***
הכלל, אויב איינער שרייבט א 'גענצליכע היסטאריע' פון ארפא/דארפא, קענט איר זיין פארזיכערט אז עס איז נישט ריכטיג, ווייל א 'גענצליכע' היסטאריע געפינט זיך נישט, ווארום דארפא אליינס זאגט אז זיי האבן נישט די טעקעס און ארכיוון פון די ערשטע זיבעצן יאר. נישט נאר דאס, דארפא האט קיינמאל פעסטגעשטעלט צי זיי האלטן שוין היינט יא ארכיוון.
והיוצא לנו מכל זה איז אז אלעס וואס איז געשריבן געווארן, איז אראפגעלייגט פון אנדערע קוקווינקלען, געשריבן אין פארשידענע פארמאטן, מיט אן אויסוואל פון באזונדערע אגענדעס.
דעריבער איז די נאמען פון אונזער קעפל 'אנעקדאטן און השתלשלות', אבער נישט 'היסטאריע'.
מיין ציל ווי אין אנפאנג געשריבן איז צו באשרייבן די טרוקענע השתלשלות פון איין זייט און פון די אנדערע זייט פארשידענע אנעקדאטן וואס איך טרעף צו זיין אינטערעסאנט, א דאזע סארקאזם געמישט מיט הומאר און ציניש געפעפערט איז מיין אגענדע.