אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

און שוין! האט געשריבן:הערליך שיין און געשמאק!!!
א נחת צו לעזן!

איין פיצי הערה, די הגדרה פון שאקלען די וועלט שטייט אויף אבנר בן נר, און נישט אויף יואב בן צרויה.

שכ'ח פאר'ן מעורר זיין כדי איך זאל עס קענען ריכטיג שרייבן, איך עס טאקע גלייך פאראכטן.

ומכאן יוצא, ווער עס מערקט סיי וואסארא טעות, אדער אן הערה אויף גראמאטיק, אדער פארשלאג, ביטע לאזט אייך הערן.

שכ'ח.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

הערליכע ארטיקלען!!! רייך און דראמאטיש.


די קעפל האט מיר נישט געצויגן ביז היינט, נישט גע'חלומ'ט וואס אלץ דא ליגט באגראבן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יש הנאה האט געשריבן:מורא'דיג אינטערעסאנט! געליינט מיט שפאנונג! טענקס!!
__
די סי.איי. עי. ארבעט אויף דערשפירירן אלגאריטמען..

עי וואט? (בינעך נייגעריג וויפיל מענטשן האבן דאס אויפגעפאסט..)

Algorithm עס איז א סארט רעכענונג מעטאד צו העלפן סיסטעמען ארבעטן. למשל, ווען דו מאכסט א גוגל סוירטש, לאמיר זאגן אז דו זוכסט "וואו אין די וועלט וואקסט שווארצע פעפער", נוצט גוגל אן אלגאריטם דיר צו ברענגן די מערסט רעלעוואנטע און אקוראטע רעזולטאטן. זייער אלגאריטם איז א סוד, ווייל דאס איז זייער הצלחה. אז א צווייטער מאכט עס נאך זענען זיי אויס קאפעליטש מאכער.

אלגאריטמען קען אויך דינען אלס די יסוד צו א 'קאוד שפראך' וואס ווערט גענוצט פאר שפיאנאזש. צב"ש, אויב שרייב איך אין מיין מעסעדזש יעדע דריטע ווארט די ווארט 'צוויבל', דאן מיינט דאס אז אלעס איז גוט. אויב שרייב איך יעדע פערטע ווארט 'צוויבל' דאן מיינט דאס אז עס איז נישט גוט. דאס איז אן אלגאריטם, און נאר ווער ס'קען דעם אלגאריטם וועט פארשטיין מיין מעסעדזש.

עס ווערט אוודאי אסאך מער קאמפליצירט ווי די אויבנדערמאנטע משל. און נישט אלע אלגאריטמען זענען א סוד. רוב נישט.

די סיבה פארוואס מ'רופט טאקע היינט צוטאגס די אלע פראגראמינג שפראכן 'קאודינג' און 'קאודס', איז ווייל עס איז אן אלגאריטם ווי קאוד ווערטער ַדו לערנסט אויס דעם קאמפיוטער אן אלגאריטם, און ער ארבעט לויט די פון פאראויס געשריבענע אלגאריטם.

----

שכ'ח יצחק אייזיק.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

נעקסט לעוועל!! זאפטיג און רייך, כ'האב מיך באלעקט מיט יעדע ווארט.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

היכי תמצא האט געשריבן:Algorithm עס איז א סארט רעכענונג מעטאד צו העלפן סיסטעמען ארבעטן...

ש'כח!
___
היכי תמצא האט געשריבן:ומכאן יוצא, ווער עס מערקט סיי וואסארא טעות, אדער אן הערה אויף גראמאטיק, אדער פארשלאג, ביטע לאזט אייך הערן.

פונקט יעצט באמערקט ערגעץ נאך דריי שטערנדליך שטייט 'זא', דאכציך עס איז א טייפא במקום סא.. ווי אויך שטייט ערגעץ ווי (געדענק איך נישט) א ענדע נון במקום א ו'..
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

שכ'ח פאר די הערות. 'זא' האביך גראדע פשוט געוואלט אויספרובירן אין פלאץ פון 'סאו'.. צו זען אויב עס וועט אויסקומען גוט.

אבער, אז דיין גרונטליכע פילטער האט עס נישט דורכגעלאזט, דאן ווייסעך שוין אז עס ארבעט נישט.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20739
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

היכי דיינע זאכן ליינט מען שבת
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

היכי תמצא האט געשריבן:שכ'ח פאר די הערות. 'זא' האביך גראדע פשוט געוואלט אויספרובירן אין פלאץ פון 'סאו'.. צו זען אויב עס וועט אויסקומען גוט.

אבער, אז דיין גרונטליכע פילטער האט עס נישט דורכגעלאזט, דאן ווייסעך שוין אז עס ארבעט נישט.

אויך נישט געכאפט וואס דאס מיינט.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

הגות תבונות האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:שכ'ח פאר די הערות. 'זא' האביך גראדע פשוט געוואלט אויספרובירן אין פלאץ פון 'סאו'.. צו זען אויב עס וועט אויסקומען גוט.

אבער, אז דיין גרונטליכע פילטער האט עס נישט דורכגעלאזט, דאן ווייסעך שוין אז עס ארבעט נישט.

אויך נישט געכאפט וואס דאס מיינט.

כ׳האב יא געכאפט… און געלאזט מיין מיינונג שטיל.. האפענטליך וועסטו נאך זיין דער טאטע פון אנדערע נייע ווערטער אין אונזער לעקסיקאן


אלגאריטמען האבעך געכאפט וואס דו מיינט.. הגם נאך אפאר סעקונדעס
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יקוש פייוויש האט געשריבן:
הגות תבונות האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:שכ'ח פאר די הערות. 'זא' האביך גראדע פשוט געוואלט אויספרובירן אין פלאץ פון 'סאו'.. צו זען אויב עס וועט אויסקומען גוט.

אבער, אז דיין גרונטליכע פילטער האט עס נישט דורכגעלאזט, דאן ווייסעך שוין אז עס ארבעט נישט.

אויך נישט געכאפט וואס דאס מיינט.

כ׳האב יא געכאפט… און געלאזט מיין מיינונג שטיל.. האפענטליך וועסטו נאך זיין דער טאטע פון אנדערע נייע ווערטער אין אונזער לעקסיקאן


אלגאריטמען האבעך געכאפט וואס דו מיינט.. הגם נאך אפאר סעקונדעס

איך האב עס באמערקט און דן געווען אלץ טייפא פון סא אדער טא
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

א ריזיגער יישר כח, היכי.
איך באלעק מיך מיט די רייכע סחורה...
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

יעצט אנגעיאגט צו ליינען כ'האב נישט קיין ווערטער אזוי שיין צו באשרייבן, הערליך..........

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

גא"ש זייער שיין א ריזן שכח.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

געלעהזט.

א מאסיווע פארש ארבייט ליגט דא באגראבן

באמת מלא תוכן.

ש'כח!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

יעצט אריינגעוואנדערט דא. זייער אינפארמאטיוו און זייער שיין אראפגעלייגט!
ישר כח!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20739
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

זענען מיר היינט דורכגעגאנגן דעם לעצטן טשעפטער ענדליך האב איך געהאט רואיג צייט

אוי האסטו געמאכט א קלארן זשאב דא
סיי מיטן היסטאריע חלק און סיי די וועג וויאזוי סאיז געשריבן

גאר קלאר געווען און נאך מער ווי אינטערסאנט סאיז

שכח פאר דיין ארבעט מיט וואס די ביסט אונז מהנה
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

האלט איך נאך ביי די פאריגע וואכעדיגע ארטיקל אין שרייבער..
פארוואס האב איך אייביג געמיינט אז איינשטיין אז די ערפינדער פון די אטעם באמבע ? לויט דיין באשרייבונג איז גאר סילארד די מחדש דערפון..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20739
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

eller האט געשריבן:האלט איך נאך ביי די פאריגע וואכעדיגע ארטיקל אין שרייבער..
פארוואס האב איך אייביג געמיינט אז איינשטיין אז די ערפינדער פון די אטעם באמבע ? לויט דיין באשרייבונג איז גאר סילארד די מחדש דערפון..

איינע פון די מיסטעקס וואס מהאט אויסגעלערנט דעם עולם
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נארמאליזעם האט געשריבן:
eller האט געשריבן:האלט איך נאך ביי די פאריגע וואכעדיגע ארטיקל אין שרייבער..
פארוואס האב איך אייביג געמיינט אז איינשטיין אז די ערפינדער פון די אטעם באמבע ? לויט דיין באשרייבונג איז גאר סילארד די מחדש דערפון..

איינע פון די מיסטעקס וואס מהאט אויסגעלערנט דעם עולם

אזוי ווי נארמי זאגט, עס איז א וועלט'ס טעות, די סיבה איז טאקע ווייל איינשטיין האט אונטערגעשריבן דעם בריוו און נישט סילארד, דעריבער איז סילארד געבליבן אונטער די קוליסן.

נוקלעארע פיזיקס איז בכלל נישט געווען איינשטיין'ס פעלד, איינשטיין האט געארבעט אויף גראוויטי, ספעיס-טיים, גארנישט מיט נוקלעאר. משא"כ סילארד איז מיסודו געווען א נוקלעארע פיזיקער, דאס איז געווען זיין פעלד.

למעשה, קען מען אויך נישט זאגן אז נאר סילארד האט עס גענצליך ערפינדן ווייל ער האט נישט אנטייל גענומען אין די מאנהעטן פראיעקט אבער זיין שותף, 'פערמי', האט יא אנטייל גענומען ביז'ן סוף און טאקע אויסגעפירט עס צו פאבריצירן, פערמי האט אויך שפעטער אנטייל גענומען אין די היידראדזשען באמבע.

דאס איז יא קלאר, אז סילארד איז געווען דער ערשטער וואס איז אויפגעקומען מיט די געדאנק אין טעאריע, און באקומען א פאטענט דערויף פון די בריטישע רעגירונג. און שפעטער האט ער אויך דורכגעפירט צוזאמען מיט פערמי א פראבע (נישט א באמבע, נאר אין א קליין לעב מיט מאלעקולן) באזירט אויף זיינע טעאריעס, ווי אויך ניצט מען נאכאלטס זיין מהלך צו פראדוצירן נוקלעארע וואפן.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

Aha... Anyway I really enjoyed to read it. Full of history with a good delivery..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

א גרויסן שכ'ח אלע פאר די זיסע און בא'טעמ'טע קאמפלימענטן. איך בין אייך מכיר טוב.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

eller האט געשריבן:Aha... Anyway I really enjoyed to read it. Full of history with a good delivery..

לאמיר עס איבערטייטשן אין אידיש.
דאס איז א באשרייבונג וואס מ'זעהט נישט קיין סאך.
הערליך שיין און הומעריש באשריבן, א גאר אינטערסאנטע נושא, רייך מיט אינפערמעישאן און אנגעפילט מיט ידועות...
(איים סארי פארן הערשט אריינקומען אזוי שפעט זיך צו באדאנקן....)
א ריזן דאנק און קיעפ אן!!!
(און ניין דארפסט מיר נישט נאכמאל זאגן שכח פאר די פידבעק. :wink: .)
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

דורכגעליינט אלע ארטיקלען אין א אטעם!! אנבעליוויבל ארבעט! שכח
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

שכ'ח הרב בלעכענער.

-----

אנטשולדיגט טייערע ליינער, איך בין נישט אנגעקומען ארויפצולייגן דעם פינפטן טייל לעצטע וואך. איך לייג עס איצט ארויף, און מעגליך אז איך וועל קענען שרייבן דעם זעקסטן טייל די וואך אויך, אי"ה.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

5


ב"ה מ'האלט שוין ביים פינפטן טייל, בסיעתא דשמיא וועלן מיר ווייטער אנגיין מיט א פעסטקייט.

אלזא, לאמיר זיך ארויסלאזן אויפ'ן ארפא רייזע, זאל זיך דער בורא מרחם זיין און אויסראטן די מגיפה דורכאויס אונזער רייזע, אמן.

*****

אפאר טרוקענע דעטאלן: פעברואר 4 1958 (י"ד שבט תשי"ח) ארפא ווערט געגרינדעט אויף פאפיר; פעברואר 7 1958 ארפא באקומט איר ערשטע דירעקטאר; פעברואר 12 1958 קאנגרעס אויטאריזירט 10 מיליאן דאלאר (96 מיליאן אין היינטיגע געלט) אויפצושטעלן ארפא, הוצאות פאר אפיסעס, מאטריאלן, געהאלטן, אד"ג.

***

איצטערט, פאר מ'גיימער ווייטער אריין אין די היסטאריע פון ארפא, ספעציפיש די פראיעקטן און אנעקדאטן, איז וויכטיג צו וויסן און פארשטיין פון וואו די אלע אינפארמאציע קומט. איז עס קראנט? וואס ווערט נישט דערמאנט? וועלכע פרטים זענען אומ-אקוראט?

ארפא האט קיינמאל געהאלטן קיין אפיציעלע ארכיוון מיט טעקעס, פשוט און גראד, ארפא האט געזען קיין סיבה דערצו. ארפא איז דאך געווען די פארקערטע פון ביוראקראטיע, טא וועם גייט אן אז ס'נישט דא געשריבענע טעקעס פון אלעס וואס איז פארגעקומען.

איי, עס האט אנגעמאכט א צעמישעניש יעדעס מאל א פרישע דירעקטאר, וויסנשאפטלער, אדער באאמטער האט זיך אנגעשלאסן? דאס איז גראדע א מעלה, וואס ברויכן זיי וויסן פון די שינאנדיגן וואס ארפא האט אלס אנגעדרייט?!

אויב די פרישע חברה פארשטייען אן עסק וועלן זיי שוין כאפן דעם פארטל..

ס'ניטאמאל קלאר אויב זיי האלטן נאך היינט טעקעס אין ארכיוון.

אין פארגלייך, די סי איי עי, עף בי איי, פענטאגאן, און אלע אנדערע אגענטורן און אפטיילונגען קומען כסדר ארויס מיט דעקלאסיפיצירטע דאקומענטן, אבער ארפא וויבאלד זיי ארכיוון נישט דאקומענטן, איז נישטא וואס ארויסצוגעבן…

***

שטעלט זיך די פשוט'ע פראגע, פון וואנעט ווייסט מען א כי הוא וואס איז דארט איז אלס פארגעקומען. נאכמער, ווי אזוי קען מען אפיציעל זאגן מיט קאנפידענץ, "דא, נאדיר איך האב אן היסטאריע פון ארפא וואס איך וועל דא איינצלהייטליך באשרייבן!"

איז אזוי, מיר וועלן ברויכן גיין טריט ביי טריט לויט געוויסע עפאכעס.

פונעם גרינדונג 1958-1975
1975-1992
1992-2017/2018
(תשי"ח - תשל"ה)
(תשל"ה - תשנ"ב)
(תשנ"ב - תשע"ח)

אלע דריי עפאכעס האבן באזונדערע מקורות פון וואו מ'נעמט די היסטאריע און אנעקדאטן, הגם געוויסע מקורות איבערלויפן אדער איבערדעקן די זעלבע צייט אפשניט.

***

אין 1975 איז ארפא אליינס מיד געווארן פון נישט האבן טעקעס און ארכיוון.

איינס, ווייל פרישע דירעקטארן האבן געהאט א נייע בליק און געוואלט 'סדר מאכן'..

צוויי, ווייל מ'האט כסדר קריטיקירט און געפרעגט די ארפא באאמטע "וואס טוט ארפא? פארוואס פעלט עס אויס? וועלכע פראיעקטן האט איר שוין געפירט און מצליח געווען?"

די אקטיווע פראיעקטן האבן זיי דאך נישט געקאנט ארויסגעבן און די פריערדיגע פראיעקטן האבן זיי נישט קלאר געוויסט פון, און אפילו יא, האבן זיי נישט געהאט די טעקעס צו באשטעטיגן זייער באהויפטונגען. זענען זיי געבליבן מיט'ן צונג אינדרויסן..

דא קומט אריין 'ריטשארד בארבער אסוישיעטס' (Richard J Barber Associates). ארפא האט אויפגענומען דיזע פארשונג פירמע צו אויספירן א שטודיע איבער ארפא'ס היסטאריע.

צוויי געניטע פארשער פון די פירמע, מר. האָף און מר. שארפ, האבן זיך גענומען צו די עבודה. פאר איבער צוויי און א האלב יאר האבן זיי געפארשט, שטודירט, און צוזאמגעשטעלט א דאקומענט פון 635 בלעטער. גערופן האבן זיי דאס מיט די פשוט'סטע נאמען מעגליך 'די אדווענסד ריסוירטש פראדזשעקטס אגענסי 1958-1975', אריינגעגעבן האבן זיי עס צו ארפא.

***

ארפא האט געהאט געהאפט צו מאכן א היסטאריע דערפון, כאטש צו באיינדרוקן אנדערע. געמאכט האבן זיי א גרויסע טעות, זעהט אויס אז זיי האבן פארגעסן אז אויפגענומען האבן זיי גרונטליכע פארשער, נישט דראמאטישע היסטאריקער..

די דאקומענט איז געשריבן גענצליך נייטראל אויב נישט קריטיקירענד, גוטס מיט שלעכטס געמישט, ערפאלגרייכע און דורכגעפאלענע פראיעקטן, עטישע און אומעטישע אקציעס ווערן אייניג דערמאנט. ארפא האט גענומען די דאקומענט, עס געלייגט אויף א מייקרא פילם, עס פארשטעקט און פארטיג. אז מ'מאכט זיך נישט אויף די אויגן עקזיסטירט גארנישט, ריכטיג?

אבער זיי האבן דעם דאקומענט נישט קלאסיפיצירט דעריבער איז עס לויט'ן געזעץ פובליק אינפארמאציע. אין 1985 (תשמ"ה) האבן געוויסע אריינגעגעבן א פארלאנג אונטערן Freedom of Information Act, און דארפא האט דאס געמוזט ארויסגעבן. אויפ'ן ערשטן בלאט (מ'קען עס ניטאמאל רופן א דעקל) האבן זיי געלייגט א שטעמפל 'גענומען פון די בעסטע קאפיע' (די אריגינעלע).

מיר זעהט אויס אז זיי האבן עס גענומען פון די ערגסטע קאפיע. יא, עס איז גענצליך ליינבאר, אבער געוויסע בלעטער זענען מער גרוי ווי אנדערע, געוויסע אויתיות זענען בולט און געוויסע פארבליכן, אבער דער עיקר איז אז עס איז ליינבאר און מ'קען דאס איצט גרינג באקומען.

די דאזיגע דאקומענט רופט מען 'די בארבער באריכט', על שם פון די פירמע. און מיר וועלן ארומרעדן דערוועגן באריכות, די גאר גוטע סחורה קומט פון דארט.

***

נאך פינף יאר וואס די באריכט האט געמאכט אירע רונדעס צווישן היסטאריקער, האט דארפא מחליט געווען אז מען ברויך א פרישע היסטאריע.

דאס מאל האט דארפא נישט ווידער געמאכט דעם זעלבן טעות. יא, זיי האבן ווידער אויפגענומען א פארשונג פירמע, אבער ווי עס זעהט מיר אויס האבן זיי זיך אויסגענומען אז אויב רינט אריין קריטיק אין די באריכט וועלן זיי נישט ווערן באצאלט, מעגליך אז זיי האבן צוגעלייגט אפאר גראשן אויב מ'פיצט עס אויס מיט פאזיטיווע פאמפע.

אין יאר 1990 (תש"נ) האט דארפא אויפגענומען דעם 'אנשטאלט פאר פארטיידיגונגס אנאליז' (Institute for Defense Analysis), איי. די. עי. אין קורצן (IDA), צוזאמצושטעלן אן אנאליז און היסטאריע פון דארפא.

דער אמת איז אז די 'איי די עי' איז א נוגע בדבר. אזוי ווי עס הערט זיך פון זייער נאמען, איז די איי די עי א נאן-פראפיט פירמע (נישט ארגאניזאציע) וואס איז ספעציעל אוועקגעשטעלט צו אנאליזירן אלע פארטיידיגונג אפטיילונגן און פראגראמען אינערהאלב די אמעריקאנער פארטיידיגונגס דעפארטמענט.

די 'איי די עי' שטעלט צוזאם אינערליכע באריכטן פאר אלע (אריינגערעכנט דארפא) אמעריקאנער פארטיידיגונגס אגענטורן, צב"ש, אויב וויל די פירער פון די ארמיי וויסן אויב א געוויסע פראגראם צווישן די הונדערטער אנדערע פראגראמען איז ווערד דאס געלט אדער צי עס פארט אויף די ריכטיגע רעלסן, דאן נעמען זיי אויף די איי די עי דורכצופירן אן אנאליז.

די ראציאנאל דערונטער איז אז וויבאלד מ'קען זיך נישט גענצליך פארלאזן אויף די אויפזעהער פון יעדע ספעציפישע פראגראם, ווען עס קומט צו באריכטן אויב די פראגראם פעלט אויס, דערפאר ברענגט מען אריין די איי די עי.

למעשה, איז די איי די עי נישט גענצליך קריטיקירענד. זיי ווערן באצאלט, זיי ווילן אנהאלטן זייער פארבינדונג מיט די פענטאגאן, דעריבער טרעטן זיי אויפ'ן ליניע זיכער צו מאכן אז זיי פירן דורך א גרונטליכע נייטראלע באריכט אבער מיט אביסעלע פאזיטיוועט.

(לדעתי, צומאל זאגט מען זיי פון פאראויס פונקטליך וואס מען ערווארט פון זייער באריכט..)

די 1990 'דארפא' באריכט (עס האט שוין דאן געהייסן 'דארפא') איז מער פי. אר. ווי א גרונטליכע שטודיע אדער אנאליז. די דאקומענטן וואס זיי האבן אנאליזירט האט דארפא צוגעשטעלט, און איר קענט זיין זיכער אז דארפא האט זיי נישט געגעבן דאקומענטן וואס מ'קען מאכן צימעס פון.

פונעם קעפל אליינס קען מען זעהן ווי נייטראל (ליינט די ווארט 'נייטראל' מיט סארקאזם) די באריכט איז. די קעפל איז 'דארפא טעכנישע דערגרייכונגען' (DARPA Technical Achievements). און די 358 בלעטער באריכט איז פול מיט לויב איבער אלע ערפינדונגען און טעכנאלאגיע וואס ארפא האט אלס אויפגעטון.

דארפא איז געווען גאר צופרידן מיט'ן טויש, אהה, א פרישע פאזיטיווע פאמפענדע באריכט. ענדליך קען מען זיך עפענטליך קלאפן אויפ'ן פלייצע.

דארפא איז געווען אזוי צופרידן אז זיי האבן באשטעלט נאך צוויי באריכטן/אנאליזן וואס איז ארויסגעקומען אין 1991 און 1992, און זענען געלאפן אויפ'ן זעלבן פארמאט און באצירענדע טיטל.

***

מיט'ן טויש פונעם יארהונדערט איז דארפא געווארן שטארק פאפולער, און די סיבה איז גרינג צו זעהן מיט נאקעטע אויגן (אהן גלעזער אויכעט). די באפעלקערונג האט אנגעהויבן באקומען די טעכנאלאגיע וואס דארפא האט ערפינדן מיט 20-30 יאר פריער, א שטייגער ווי דזשי פי עס, די אינטערנעט, אימעיל, קלוגע כלים און געצייג, דראונס, און נאך.

זינט 2000 (תש"ס) קומען שוין ארויס אומצאליגע באריכטן, ארטיקלען, שטודיעס, און אנאליזן איבער ווי אזוי דארפא האט אלס ערפינדן האלב פון די פארגעשריטענע וועלט און ווי דאנקבאר מיר ברויכן אלע זיין, ווי אזוי פריוואטע פירמעס קענען זיך לערנען פון זייער הצלחה, אא"וו.

אויף אזוי ווייט אז דארפא באהויפט היינט צוטאגס אז זיי זענען מיט 30 יאר פאראויס אין טעכנאלאגיע פון די אלגעמיינע באפעלקערונג, און אז מיר קענען כסדר ערווארטן מעכטיגע טעכנאלאגיע וואס דארפא באזיצט שוין די לעצטע 30 יאר.

גייט יעדער האבן אן אומ-זעהבארע שוועבנדע פלאטע וואס גייט אונז טראגן פון אמעריקע קיין כינע אונטער א מילי-סעקונדע?! שטעלט אייך פאר ווי איר קענט כאפן א באזוך צו קרובים אין אייראפע פאר טועמי' ערב שבת און זיין צוריק אין צייט צו גיין אין מקוה. ווער רעדט נאך פון מקומות הקדושים.

באזיצט איצט דארפא די מעגליכקייט און טעכנאלאגיע אויסצוראטן די מגיפה און אפילו פארמיידן סיי וועלכע מגיפות פון היינט און ווייטער?! און זיי גיבן נישט ארויס די טעכנאלאגיע צוליב…..?!

אבער איך אז מיין כוח הדמיון איז שטארק באגרעניצט און איך קען דא איבערגעבן די פענע פאר א בעסערע פאנטאזירער וואס קען איינצלהייטליך אראפלייגן די אלע פיינע טעכנאלאגיע וואס מיר גייען באקומען..

איבריג צו זאגן אז גלייב זיי נישט. יא, אפשר האט דארפא עפעס אינטערעסאנטע ערפינדונגען און טעכנאלאגיע וואס גייט מיט די צייט ארויסקומען, אבער 30 יאר פאראויס?! דאס איז שוין אביסל איבערגעטריבן. אבער עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז דער ליינער זאל אפמאכן פאר זיך.

***

די לעצטע אפיציעלע שטודיע/היסטאריע וואס איז ארויסגעקומען דורך דארפא איז זייער אייגן ארויסגעגעבענע 'דארפא 1958-2018'. דאס איז פאבליצירט געווארן אין יאר 2018 (תשע"ח) צו דעם זעכציגסטן יארטאג פון די אגענטור.

די דאזיגע 140 בלעטער היסטאריע איז שוין כמעט פראפאגאנדע. פארשטייט זיך נאר פאזיטיוו, און צו ווייזונגען ווי אזוי דארפא האט אלס ערפינדן, אויפגעשטעלט, ארויסגעהאלפן, מסדר געווען, געראטעוועט, וכו'.

***

ווי אויבן דערמאנט איז דארפא היינט צוטאגס א הייסע נושא, און יעדער גיבט זייער מיינונג. עס קומט איין היסטאריקער וואס זאגט אז דארפא איז גאר א דראונג פאר די וועלט ווייל זיי פרובירן צו פראדוצירן ראבאטן וואס גייען ווערן קלוגער ווי די וויסנשאפטלער וואס האבן זיי פראגראמירט, דערנאך גייען די ראבאטן אליינס פראדוצירן פרישע ראבאטן וואס זיי גייען אויסלערנען ווי אזוי צו זיין קלוגער און שטערקער, גענצליך באוואפנט.

געוויסע נעמען דעם דמיון ווייטער (איצט שאקלט איר דעם קאפ פון רעכטס צו לינקס, איך פארשטיי, איך אויך..) די ראבאטן וועלן באקומען געפילן, זיי וועלן גלייכן מוזיק, שפירן אנגסט, רואיגהייט, כעס, צופרידנהייט, אהבה, שנאה, אא"וו. איצט קומען אראפ די טונקעל ברויזע וואלקענעס - די ראבאטן וועלן זיך אויסדרייען צו די מענטשהייט און פארלאנגען רעכטן, ווי אויך וועלן זיי זיין גאר ברויז אויף די מענטשהייט וואס האט זיי פראדוצירט.

פארוואס? ווען נישט די מענטשהייט וואלט ער דאך נישט עקזיסטירט, און איצט אז ער עקזיסטירט און שפירט ווייטאג, דאן איז דאס די מענטשהייט'ס שולד. אט, דרייט ער זיך אויס אנטקעגן די מענטשהייט מיט זיינע פארגעשריטענע וואפן, מיט זיין קלוגערע מוח, און ער פארטיליגט די מענטשהייט פונעם ערד-קוגל, ער פארניכט יעדע שפיר וואס צייגט די עקזיסטאנץ פון די פארגאנגענע מענטשהייט.

דער טרוימער טרוימט מיטן זעלטענע כוח הדמיון וואס דער באשעפער האט אים געשאנקן.

און אלעס איז צו פארדאנקען דארפא פאר'ן ארבעטן אויף די טעכנעלאגיע..

מ'רעדט נישט דא פון אפיציעלע משוגעים וואס זיצן אין א פארשלאסענע אנטשטאלט צו וואס די שליסל איז שוין פארלוירן געגאנגען. מ'רעדט דא פון געערטע (נישט ביי מיר..) היסטאריקער און פראפעסארן.

קומט א צווייטע שטודירער און שלאגט פאר אז ארבעטן פאר דארפא איז גאר אומעטיג ווייל עס איז נישטא קיין סך וואס צו טאן, און די פראיעקטן זענען פשוט אומ-אינטערעסאנט אזש מ'גייט אראפ פון זינען נאכ'ן ארבעטן דארט. דעריבער, קומען זיי און פארציילן גראנדיעזע מעשיות כדי צו מאכן זייערע קאריערעס אינטערעסאנט און כדי די פאבליקום זאל עהרן דארפא..

***

דערנאך זענען דא אומצאליגע אינטערוויוס מיט געוועזענע איינגעשטעלטע, פארמישטע, אדער סיי ווער עס האט געהאט עפעס צוטאן מיט דארפא (דורכטרעטן דעם שוועל ווערט גערעכנט).

עס זענען דא ביאגראפיעס ארויסגעגעבן דורך געוועזענע איינגעשטעלטע, ווי אויך, נאטיצן און זשורנאלן פון געוועזענע באאמטע און אנדערע וואס זענען געווען פארמישט אין דארפא פראיעקטן, אדער די וואס האבן עס מיטגעהאלטן, צב"ש פאליטישע געהילפן אדער רעגירונג קאנטראקטאר.

נאטיצן און זשורנאלן שיינען א ליכט אויף די אטמאספערע דורכאויס די פראיעקטן צו וואס עס באציט זיך, וויבאלד די נאטיצן און זשורנאלן ווערן געשריבן פריוואט בשעת ווען עס קומט פאר. די נאטיצן און זשורנאלן געפינען זיך אין די נאציאנאלע ארכיוון, און עס ווערט געווענליך מנודב דורך די שרייבער אויפ'ן עלטער אדער דורך די משפחה נאך וואס די שרייבער איז אוועק.

דורכאויס די לעצטע צען יאר, זענען צום ערשטן מאל ארויסגעקומען צוויי זעלבסטשטענדיגע פריוואט פאבליצירטע ביכער איבער די היסטאריע פון ארפא (ד.מ. נישט דורך א פארשונג ארגאניזאציע, רעגירונג, וכדו').

איינס אין 2015 (תשע"ה), 'די פענטאגאן'ס מוח', דורך וויינבערגער, און די צווייטע אין 2017 (תשע"ז), 'די פארשטעלער פון קריג', דורך יאקאבזאן.

'די פענטאגאן'ס מוח' שרייבט אינעם אונטער טיטל: 'די אומצענזורטע היסטאריע פון דארפא'. און 'די פארשטעלער פון קריג' שרייבט אינעם אונטער טיטל: 'די אומפארציילטע געשיכטע פון דארפא'.

פונקטליך וואס איז די חילוק צווישן אומצענזורט און אומפארציילט?! אין די ביכער וועט איר נישט טרעפן דעם ענטפער, אבער מיט וואס זיי זענען אייניג איז קלאר; ביידע זענען אומ-אקוראט.

אזוי ווי א שטודירער פון א אוניווערסיטעט וואס האט געשריבן א קורצע אנאליז איבער די 'אומצענזורטע' בוך האט געשטעלט די פראגע: ווי אזוי קען מען שרייבן אן אומצענזורטע היסטאריע ווען א 'צענזורטע' היסטאריע עקזיסטירט נישט?!

און ווייטער, די 'אומפארציילטע' בוך שרייבט גארנישט ניי וואס איז נאך נישט געשריבן געווארן.

די ווארהייט איז אז ביידע נעמען די אנעקדאטן פון די אומ-צאליגע קוועלער וואס געפינען זיך צוזייעט און צושפרייט, ווי מיר האבן אויבן ערווענט. וואס ביידע ברענגען אויך, איז אפאר פרישע אינטערוויאוס וואס זיי אליינס האבן דורכגעפירט.

די אינטערוויאירטע פארציילן נישט אייביג גענצליך פרישע ווארע, אבער לייגן יא צו פרישע דעטאלן אדער אייגענע פאסירונגען אין צוזאמענהאנג מיט די שוין באקאנטע אנעקדאטן.

איז דא א חילוק צווישן ביידע ביכער? יא. אפשר נישט אין אינהאלט, אבער אין שריפט. ביידע לייגן פאר די געשיכטעס פון באזונדערע קוקווינקלען און מיט א באזונדערע סטיל.

יאקאבזאן אינעם 'פענטאגאנ'ס מוח' דראמאטיזירט מער די אנעקדאטן, ווי אויך איז די אגענדע אונטערהאלב, אראפצומאלן די געמיינע אין שעדליכע וואפן וואס אמעריקע פראדוצירט זינט די צווייטע וועלט מלחמה, און דארפא'ס האנט דערין.

ווידעראום, וויינבערגער אין 'די פארשטעלער פון קריג' לייגט אראפ די אנעקדאטן מער אויפ'ן טרוקענע זייט און מיט קלארערע ווייזונגען פון וואו די אינפארמאציע קומט, ווער עס האט וואס פארציילט, און א טראפקעלע קריטיק.

צום סוף שרייבט וויינבערגער אז די געוועזענע דירעקטארן פון דארפא זאגן אין זייערע אינטערוויוס אז דארפא ארבעט היינט שוין נישט אויף קריטישע טעכנאלאגיע און איז שוין היינט נישט אזוי וויכטיג אדער נויטיג פאר אמעריקע'ס זיכערהייט.

וויינבערגער'ס קריטיק איז מערסטנס געצילט אויף די עטישקייט פון געוויסע פראגראמען אדער אקציעס וואס דארפא האט געפירט, און דאס איז נישט שלעכט לדעתי, ווייל עס איז וויכטיג פאר'ן ליינער צו מאכן אן אייגענע באשלוס. ווען אלעס איז געשריבן מיט א פאזיטיווע נייגונג אהן א שפריץ קריטיק, איז גרינג צו פארזעהן דעטאלן וואס איר וואלט זיך ווען אפגעשטעלט און געטראכט 'דאס איז מעגליך נישט אזוי פשוט ווי עס זעהט אויס אויבערפלעכליך'.

***

הכלל, אויב איינער שרייבט א 'גענצליכע היסטאריע' פון ארפא/דארפא, קענט איר זיין פארזיכערט אז עס איז נישט ריכטיג, ווייל א 'גענצליכע' היסטאריע געפינט זיך נישט, ווארום דארפא אליינס זאגט אז זיי האבן נישט די טעקעס און ארכיוון פון די ערשטע זיבעצן יאר. נישט נאר דאס, דארפא האט קיינמאל פעסטגעשטעלט צי זיי האלטן שוין היינט יא ארכיוון.

והיוצא לנו מכל זה איז אז אלעס וואס איז געשריבן געווארן, איז אראפגעלייגט פון אנדערע קוקווינקלען, געשריבן אין פארשידענע פארמאטן, מיט אן אויסוואל פון באזונדערע אגענדעס.

דעריבער איז די נאמען פון אונזער קעפל 'אנעקדאטן און השתלשלות', אבער נישט 'היסטאריע'.

מיין ציל ווי אין אנפאנג געשריבן איז צו באשרייבן די טרוקענע השתלשלות פון איין זייט און פון די אנדערע זייט פארשידענע אנעקדאטן וואס איך טרעף צו זיין אינטערעסאנט, א דאזע סארקאזם געמישט מיט הומאר און ציניש געפעפערט איז מיין אגענדע.
לעצט פארראכטן דורך היכי תמצא אום דינסטאג יאנואר 25, 2022 12:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”