די גוגל ערפינדערס**די היסטערי פון בעק-ראב**גוגל**גוגל-עדס**גוגל-פלעקס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

נישט פשוט האט געשריבן:
קאנסאלטענט האט געשריבן:הערליכע ארבעט!

סתם א פאני קשיא, אז אלפאבעט איז אזוי ריזיג פארוואס הערט מען נישט די נעמען אלץ איינע פון די וועלט רייכסטע מענטשען?
(פילייכט ווייל זיי האבן נישט אינוועסטעד אין די וואקסין... :? )

Screenshot 2021-12-17 100731.png

פון סיוו באלמער הערסטו יא?
איי געס דאנלאד טראמפ און מר עלען טעסלא. ווייסן וויאזוי צו איינקעשען זייער געלט.

עלען מאסק איז פאקטיש דאפלט אזוי רייך פון כמעט יעדעם דא..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

היסטאריש האט געשריבן:עלען מאסק איז פאקטיש דאפלט אזוי רייך פון כמעט יעדעם דא..

וואס מיינסטו צו ארויסברענעגן?

און בכלל, ס'מיינט נישט גארנישט.... ער קען גארנישט טהון מיט די געלט מער ווי זיינע חברים, אויב למשל זאל זיך טעסלע נעמען פייטן מיט אמעזען וועט ער נישט געווינען. אין מיינע אויגן זענען זיי מער מאכטפול און קענען מיך אויף רעגען מיט געבען צענזורטע ריזלטס... אלעס מיטן נאמען פון מיין טובה... משא"כ אויב טעסלע ווערט פארשווינדן אין גהינם געב איך נישט קיין דעקל.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

נישט פשוט האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:עלען מאסק איז פאקטיש דאפלט אזוי רייך פון כמעט יעדעם דא..

וואס מיינסטו צו ארויסברענעגן?

און בכלל, ס'מיינט נישט גארנישט.... ער קען גארנישט טהון מיט די געלט מער ווי זיינע חברים, אויב למשל זאל זיך טעסלע נעמען פייטן מיט אמעזען וועט ער נישט געווינען. אין מיינע אויגן זענען זיי מער מאכטפול און קענען מיך אויף רעגען מיט געבען צענזורטע ריזלטס... אלעס מיטן נאמען פון מיין טובה... משא"כ אויב טעסלע ווערט פארשווינדן אין גהינם געב איך נישט קיין דעקל.

דו לייגסט אים צוזאמען מיט טראמפ..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

היסטאריש האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:עלען מאסק איז פאקטיש דאפלט אזוי רייך פון כמעט יעדעם דא..

וואס מיינסטו צו ארויסברענעגן?

און בכלל, ס'מיינט נישט גארנישט.... ער קען גארנישט טהון מיט די געלט מער ווי זיינע חברים, אויב למשל זאל זיך טעסלע נעמען פייטן מיט אמעזען וועט ער נישט געווינען. אין מיינע אויגן זענען זיי מער מאכטפול און קענען מיך אויף רעגען מיט געבען צענזורטע ריזלטס... אלעס מיטן נאמען פון מיין טובה... משא"כ אויב טעסלע ווערט פארשווינדן אין גהינם געב איך נישט קיין דעקל.

דו לייגסט אים צוזאמען מיט טראמפ..

זיי מסביר, איך כאפ נישט.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

ער שמייכלט פון דעם וואס דו האסט גערעדט פון ביידע [טראמפ און מאסק] אויף איין מאל.
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

דיס גיי איז דרייווינג מי נאטס
@נישט פשוט ווי אזוי די האסט געדרייט מיין עמאשענס ווי א ראלע קאוסטער
שכח לאקינג פארווערד
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

איך האלט נאך פאר #4

אבער דו האסט מיר געגעבן אזא טרייסל אויף אינמיטן א וויסטן חלום, דו לאזט אונז הענגן צווישן די אנאנימעס מיט די רוסן, און איך זאל נישט זיין ברוגז... היתכן.. אתמהה..

הקיצור, א מאסיווע אריינפיר צו נאך מער א מאסיווע חומר'דיגע תוכן, העל מיר זעהן וואס דו האסט אונז צו פארציילן איבער דעם גוגל הדור.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

די היסטערי פון בעק-ראב.

לערי, האָט פון אייביג גע'חלומ'ט, צו דאַנלאודן די אינטערנעט, און די גאנצע איידע פון די 'געוועב', איז געווען עפעס וואס האָט שטאַרק גערעדט צו אים.
אין די סטענפאָרד יונעווערסיטי, ער האט זיך געוואנדן צו זיין עדווייזאר, (כמו להבדיל מגיד שיער) מיטן איינער מיטן נאמען טערי. ער האָט פאָרגעלייגט פאַר אים זיין מיסיע און פלאַן, צו מאַכן א מעפ פון די אינטערנעט... ד.ה. וואס זענען די "גרויסע" וועבסייט'ס, און וואָס זענען די קלענערע, און וועלעכע לינק'ס פירן צום צווייטן. (א לינק מיינט די URL וואס די קליקסט און עפענט אויף א צווייטע וועב סייט אדער פעדזש)

מר. טערי, האָט הנאה געהאט פון די געדאנק, און אים שטאַרק מחזק געווען דערצו, און שפעטער אים געהאלפן שאַפן די נויטיגע ריסארסעס, אבער פאַרן אריינקריכן טיפער, לאמיר זעהן וויאזוי מ'גייט מאכן א מעפ פון די אינטערנעט, לאמיר עס אביסל מער צוטיילן.

וויאזוי ארבעט בכלל די ווארלד-ווייד וועב?!

די "געוועב" אדער אין אנדערע ווערטער WWW, ווערט באנוצט בערך אזוי: דו עפענסט אַ בראַוזער, לאמיר זאגן פייער-פאַקס, און דו טייפסט אריין אינעם קעסטעל א פראָז למשל: בעסטע קאַרס אין 2021 . און דו קליק'סט דערנאך סירטש.
יעצט, וואו ווערט יעצט געפראסעסט די סירטש, פאר די ווערטער\פראז וואס די האסט געלייגט? ווער איז דער וואס ברענגט דיר צוריק רעזאלטס, ד.ה. די ליסטע פון אלע וועבסייט'ס פון קאַרס?
די ענפער אויף דעם איז גאנץ פשוט, אבער נישט אזוי פשוט וואו עס טוהן... ווען דו מאַכסט א סירטש אין די בראוזער, וועט די בראוזער עס זוכן אין א געוויסע "סירטש ענדזשין", און די רעזאלטס וועט קומען פון יענע סייט\סירטש ענדזשין. למשל ווען דו מאכסט א סירטש אין די עדזש בראוזער פאר קאַרס, וועט די בראוזער גיין צו מייקראסאפט סירטש ענדזשין גערופן היינט בינג, (אמאל האט עס געהייסן MSN) און ער וועט דיר געבן די ריזאלטס וואס בינג ווייסט פאר די בעסטע קאַרס. אין פייער פאקס וועט עס זוכן מיט א אנדערע סערדזש ענדזשין.

יעצט איז די פראגע פון ווי ווייסט בינג, וועלכע קאַרן זענען די בעסטע, אדער ווער אלץ פארקויפט קאַרן? איז די אמת איז, בינג ווייסט טאַקע נישט, ער גייט דיר געבן אַ ליסט פון וועבסייט'ס וואס דארטן שטייט א ליסטע פון די בעסטע קארס, און דאס גייט ער דיר געבן, א ליסט פון סייט'ס וואס ער האלט אז זיי זאגן ווער זענען די בעסטע... יעצט אויב זאג איך דא אז GM איז די בעסטע וועט ער ברענעגן מיין סייט? ניין, סאוי וועמענס יא? העמער זעהן שפעטער אין די ארטיקל.
די סירטש ענדזשין, וועט נעמען זיין אינפארמאציע פון אַ ריזיגע מפתח \אינדעקס, און האט אין זיין אינדעקסער מיליאן וועב-פעידזשעס, אדער ביליאן... און ווען דו מאַכסט א סירטש\ א זוך, וועט ער דורכזוכן אין בליץ-סעקונדען אין זיין מפתח פאר די זאך, און דיר געבן די רעזאלטס וואס ער טרעפט.

אקעי, ווייס-מער-שוין וואָס א סירטש ענדזשין איז, אבער לאָמיר זעהן וואס איז בכלל די געוועב?
די געוועב הייסט וועב, ווייל ס'איז א נעץ פון פעידזשעס...דו עפנסט אויף א פעידזש אין א געוויסע סייט, און לאמיר זאגן ס'באשרייבט וויאזוי פליגערס פארן, און אין די פעידזש לינקט דער שרייבער, צו אן ארטיקל פון די באואינג קאמפעני, און דו קליקסט דעראויף, קומסטו אן צו באואינג'ס סייט, דערנאך אין באוינגס וועב-סייט קליק'סטו אויף אַ לינק פון עפעס אַ פיילאט, און דערנאך, צו עפעס א יונעווערסיטי ווי ער האט געלערנט.... בקיצר מ'פאָרט און פאָרט פון איין פעידזש צו די אנדערע, דאס איז די געוועב... אלעס איז "אריינגעוועבט" איינס אין די אנדערע.


יעצט. אין 1996 ווען לערי האט געארבעט אויף זיין אקעדימישע מיסיע, האט ער בכלל נישט געהאט אין פלאן צו מאַכן אַ סירטש ענזשין, ס'איז שוין געווען גענוג - אדער איבער גענוג - אויף די מארקעט. א שטייגער ווי יאהו, עקסייט, לייקאס, און פיל נאך. די בעסטע דעמעלטס איז געווען, א סירטש ענדזשין מיטן נאמען אָלטא-וויסטע, אין בערך יארע 1997האבן זיי געהאט 20 מיליאן באזוכער א טאג, די אינטערנעט איז נאך געווען רעלטיוו ניי, און געוואקסן גאר שנעל.

די פלאַן פון לערי איז געווען, צו דורכפירן אן אקעדימישע פאָרש מסיע, ווי זיין ציל איז געווען, צו האבן די גאנצע פיקטשער פון אלע לינקס אויף די אינטערנעט, און וויפיל פעידזעש'עס לינקן צו א געוויסע סייט, די סיבה איז זייער פשוט, ווייל דורך דעם קען מען וויסן ווי חשוב\ווערדפול יעדע סייט איז.
דאס הייסט אזוי: למשל איך בין אויף א געוויסע וועב-פעידזש פון א באַשרייבונג פון עפעס א פראפעסער, ווי ער איז מסביר, ווי געדעכט וואסער איז, און ווי ברייט א שיף דארף זיין, ס'זאל נישט איינזיקען... און די פעידש\סייט איז פון א פראפעסער, וואָס איך קעניש, ווייסעך נישט ווי שטאַרק איך דארף גלייבן ווואס ער שרייבט... אבער אויב לאמיר זאגן, אז א גאָר גרויסער פראָפעסער, צייכענט שוין צו אונזער פראפאסער אין זיינע ארטיקלן, ד.ה. ער "לינקט" שוין אונזער סייט אין זיין באשרייבונג, ווייסמער אז מ'קען עס טראָסטן. די זעלבע זאך, אויב איך האב א פראדאקט, און א גרויסער עולם לינקט צו קויפן מיין פראדוקט, איז א סימן אַז מ'זוכט דאָס און ס'איז אַ גוטע זאַך. די פראבלעם איז נאר וויאזוי קען מען דאָס טאקע וויסן?! און אט דאָס איז געווען וואָס לערי האָט געוואָלט אקאַמפלישן.

די ציהל פון זיין פלאן: וויסן ווי חשוב\רענק א געוויסע סייט איז. דורכן זעהן וויפיל פלעצער ס'ווערט דערמאנט די סייט.
יעדע סייט וועט באקומען א ראנק, און זעהן וויפיל מאל די סייט ווערט דערמאנט אויפן געוועב און עס רענעקן לויט דעם, ד.ה. מ'גייט דורכגיין יעדע וועבסייט און יעדע מאל מ'זעט למשל דארט דערמאנט א לינק וואס פירט צו עמעזאן וועט עס צולייגן א נאמבער צו די רענק פון עמעזאן, און ווי מער לינקס וואס שיקן צו עמעזאן אלץ העכער וועט די עמעזאן רענק זיין.

יעצט, די וועג צו וויסן וויפיל מאל א סייט ווערט דערמאנט, איז נישט גענוג, אפי' אויב מ'דאונלאוד די גאנצע אינטערנעט, און מ'מאכט אַ חשבון וויפיל מאל... ווייל, לאמיר זאגן אז עמעזאן ווערט דעמאנט אין מיין וועבסייט, און אויך אין וויקפדיע, איז פשוט, אז דאָס וואס מיין סייט ווערט עס דערמאַנט, קעגען אַזא פראמענטירטע סייט, איז פיל מער חשוב ווי ווען ס'ווערט דערמאנט אין מיין סייט. ממילא דארף די רענק אויך געמאכט ווערן לויט "ווער" ס'דערמאנט די סייט.

סהאט זיך נישט אפגעשטעלט דא, עס האט געהאט אסאך מער ווי דעם, נאך חשבונות\פאנקשענ'ס. די אלגעטרידעם\קאוד האט געדארפט דאנלאודן יעדע וועב פעידזש, און פון דארט ארויסנעמען אלע לינקס, זיי אויסטשעקן, און זיי געבן א רענק, און צום לעצט: זיי מסדר זיין אין א ריזן דעטעבעיס אז מזאל עס גרינג טרעפען.

פארדעם האט די רענק סיסטעם האט געדארפט האָבן גאר שטאַרקע מעטאמאטישע חשבונות און וועריבעלס, און לערי האט דא אריין געברענגט סערגעי, ער איז געווען גאר גוט אין חשבון און מעטאמטישע חשבונות, און ער האט אריינגעלייגט זיין חלק, ווי חשבונות מיט , algebra און נאך. נאכן ענדיגן אלע וועריעבלס פאר די אלגארטיעם, איז די אלגעטרידעם באשטאנען פון 700 וועריעבלס!!

יעצט וויאזוי גייט מען דורכגיין אלע וועבסייטס? שטייצעך נישט מיט די הענט..! אויף דעם האט מען גענוצט א זאך וואס הייסט א Web Crawler א ווארעמל אדער באַט, וואס דאס וועט אליינס קריכן פון איין סייט צו די אנדערע און האלטן א דעטעבעיס וועלכע לינקס ער טרעפט, און אזוי גיין ווייטער. און וויבאלד די ווארלד ווייד וועב איז אלעס איין גרויסע געוועב... און איין וועבזייטל פירט צו אן אנדערע און אזוי ווייטער, וועט עס ביי די ענדע אנקומען איבעראל.

די קראלער האט געדארפט דורכגיין די גאנצע אינטערנעט! וואס איז דאן באשטאנען פון בערך 24 מליאן וועב פעידשעס, ער האט געהאט שפעטער 3 קראלער'ס, וואס האבן געזוכט, און יעדע קראלער האט געקענט האבן אפן 300 קאננעקשנ'ס אויפאיימאל, און ס'האט געקענעט אינדעקסן אזויפיל ווי 100 פעדזשעס פער סעקאנד, דאס הייסט 3 הונדערט פעידזשעס יעדע סעקונדע.


לערי האט פראגרעמינג-שפראך,נישט געקענט צו גוט, און סערגעי אויך נישט. און ער האט געבעטן הילף פון א צווייטע סטונדענט, ער האט א נאמען געגעבן פאר די מעכאניזעם "פעידזש-רענק". "פעידזש" פאר זיין נאמען, און "רענק" פאר די רענק וואס יעדע סייט האט באקומען..

אין מארטש 1996 האט לערי געגעבן זיין קראלער זיין אייגענעם האום פעידזש פון די יונעווערסיטי ( יעדע סטונדענט האט אן אייגענע וועב-פעדזש. אזוי ווי אן אייגענע בלאג.) http://infolab.stanford.edu/~page/ און דער ווארעמ'ל האט אנגעהויבן קריכן און אראפגעלאדענט די אינהאלט פון די פעידזש, און שיין אוועקגעלייגט די אינהאלט. די טייטעלס, די העדערס, און נאך.

נאכן האבן א שיינעם אינדעקס, האט ער געמאכט א סערעדזש פאר א געוויסע פראַז, לאמיר זאגן טעלעפאון, און די רעזאלטס זענען געווען שטוינענד!! די אלגעטרידם וואס האָט געגעבן די רענק פאר די סייט, האט זיך ארויס געשטעלט צו זיין מאַסיוו און עפעקטיוו, און אנשטאט צו געבן א ריזן ליסט פון סתם רעזאלטס, האט עס געברענגט צום אויבערפלאך די סייטס מיט א העכערע רענק, אזוי אראפ די ליסט לויט די ראנק, אסאך בעסער ווי אלע אפציעלע קאמערשל סירטש ענדזשין'ס

למשל אויב האסטו געזוכט פאר פאָרד-קארס מיט א פשוטע סירטש ענדזשין, האסטו געקענט טרעפן די סייט וואס דו זוכסט הערשט אין די דריטע פעידזש פון רעזאלטס, אדער גאר אין די דרייסיג'סטע... די סירטש ענדזשין האט נישט געהאט קיין וועג, צו וויסן אז פארד קארס האום בלאט, איז מער רעלעווענט ווי עפעס א בלאַג וואס מ'האט דאָרטן געוויזן וויאזוי צו טוישן א רעדל פון א פאָרד קאר.
די מהלך וויאזוי די סירטש ענדשין פלעגט דעמאלטס ארבעטן איז געווען, מיטן קוקן אויף די טייל פון א וועב פעדזש, און נאכדעם, די סייט וואס האט געהאט די מערסטע מאל די וואָרט וואס דו האסט געזוכט, יענע פעידזש איז ארויפגעקומען קודם.
סאו, לאמיר זאגן אז אויף די פארד וועב פעידזש איז געשטאנען די ווארט "פאָרד קארס" 8 מאל, און אויף אן אנדערע פעידזש - ווי למשל איבעי, - איז געשטאנען א פאָרד-קארס 20 מאל, איז די איבעי פעידש געווען קודם און אויב האב איך געשריבן אויף מיין סייט 100 מאל פאָרד-קארס בין איך געווען די העכסטע.
(וויבאלד די טייטעל אין די פעידזש, האט געשפילט א גרויסע ראלע, פלעגן מענטשן שרייבן אסאך קי-ווארד'ס אין די טייטעל מיט ווייסע אותיות, אויף א ווייסע בעקראונד און די מענטשליכע אויגן האט עס נישט געזעהן, אבער די סירטש ענדזשין האט יא געקוקט אויף די ווערטער, האט ער עס געלייגט העכער.)

BACKRUB

נאכן זעהן די אז ריזאלטס פון א סירטש איז אזוי רעלאוואנט , האט מען נישט געדארפט זיין קיין גרויסע חכם צו מאכן די פעידזש רענק אלגאריטעם פאר אן אפעציעלער סירטש ענדזשין, און לערי און סערגעי האבן עס ארויפגעשטעלט אויף די סטענפארד יונעווערסיטיס סייט אין יאר 1996 אז אלע סטודענטן זאלן עס קענען נוצן און זיי זאלן געבן זייער פידבעק. זיי האבן עס א נאמען געגעבן "בעקראב"...

צו מאכן א סירטש, איז מען געגאנעגן צו די יונעווערסיטיס סייט http://backrub.stanford.edu

בילד

א בילד פון בעקראב.



די עולם האט טאקע שטארק הנאה געהאט, און די באזוכער נומערן זענען געשטיגן. די צוויי האבן געארבעט יעדן טאג עס צו מאכן בעסער און בעסער, און צוגעלייגט מער און מער ריסארסעס,.
IBM און אינטעל האבן מנדב געווען סחורה, ווי קאמפיוטער'ס, און אינטעל האט געגעבען פראסאסער'ס און די חברה האבן זיך נישט געיאגט אין ערגעץ, אלעס איז געגאנגען מער אלץ א ריסערטש פראדזשעקט, און זיי האבן זיכער געמאכט אז זייערע זאכן זענען די "בעסטע".
א גרויס מעלה וואס בעק-ראב האט געהאט איז געווען, אז ווי מער פעידזעס עס זענען צוגעקומען צו די אינטערנעט, אלץ בעסער זענען די ריזאלטס געווארן. דאס הייסט: עס זענען געווען מער מענטשן וואס האבן געלינקט צו גרויסע סייט'ס, אזוי איז די סירקעל אז איין לינק זאגט ווי רעלעווענט די אנדערע פעדזשע איז געווארן מער אויסגעשארפט.
די ערשטע קאמפיוטער וואס זיי האבן גענוצט פאר זייער בעקראב ענדזשין \ סערווער, האבן זיי צוזאמגעשטעלט די קעיס מיט לעגאוס... אריינגעלייגט אן אינטעל פעניטאם פראסעסער (Intel Pentium) דיין פראסעסער איז אסאסאךךךך שטערקער!. און א הארדרייוו פון 28 גיג.
די דעטע סענטער\סערווער רום איז געווען אין א שטיבל פון לערי'ס דאמעטארי.
מ'האט גאר שנעל געדארפט צולייגן מער ריסארסעס און לערי'ס שטוב איז געווארן צו קליין צו ארבעטן און שלאפן און טוהן קאודינג, איז די שטוב פון סערגעי, וואס איז געווען קאנעקטעד, געווארן די אפיס רום.
אין אוגסט 1996, האט שוין בעק-ראב געהאט אינדעקס'ט 57 מיליאן URL'ס און שוין געהאט דאונלאודעד 207 גיג! 30 מיליאן פעידזשעס. ס'האט גענומען א חודש צייט צו אנקומען צו די דאזיגע נומערן. (אין 2012 האט דעיס גענומען פאר גוגל 1 סעקונדע צו ווערן געטוהן.)

בילד

א בילד פון בעקראב, אז סהאט געקראכט, מיט נאך אינפארמאציע ווי די ליסט האלט






בילד

א בילד פון די ערשטע גוגל קאמפיוטער צוזאם געשטעלט פון לעגאויס...






בילד

ערנסטע פענס...מערקט לערי און סעריג פון אויבן.






גוגל


די בעקראב סירטש ענדזשין האט זיך פארשפרייט פאר די ברייטע פאבליק, און די צוויי האָבן שנעל מחליט געווען אז מ'דאַרף אויפקומען מיט א בעסערע נאמען, עפעס וואס קלונגט גוט, און האט א גיוטע באדייט. זיי האבן געטראכט אהער און אהין ביז איין שיינעם טאג אין סעמפטעמבער 1997 זענען די חברה געזיצן מיט איינע פון זייערע חברים וואס איז געשלאפן צוזאמען מיט לערי אין די זעלבע רום, און מ'האט געטראכט פון נעמען פאר די סירטש ענדזשין, ביז דער חבר האט זיך געגעבן א רוף אן "גוגל-פלעקס", (א נאמבער וואס האט א 1 מיט גוגל זיראס דערנאך.) לערי האט זיך אנגערפון: "אפשר גוגל אליינס?!" (גוגל אליינס איז אויך א נאמבער, די נאמבער 1 מיט הונדערט זיראס...) דאס האט געדארפט צו רעפרעזענטירן די גרויסקייט פון די מיליאנען פעידזשעס און דעטא וואס איז דא און עס מסדר זיין.

זיין חבר האט זיך שנעל געזעצט צום קאמפיוטער, און געטשעקט אויב גוגל דאט קאם איז נאך אוועליביל, און יאפ איט איז די נאמען איז פריי!
נישט געטראכט קיין סך, זיי האבן עס גלייך רעגעסטרירט אויף סערגעי'ס מיט לערי'ס נאמען.
ויהי מקץ, ארויסגעשטעלט האט זיך אז דער האט מיס-ספעל'ד גוגל... פון GOOGOL (נישט קיין טעות..) צו GOOGLE… אבער דאס איז שוין געבליבן, און פון יעצט און ווייטער האט די סירטש ענדזשין באקומען א נייע נאמען. גוגל !!
צו נוצן די נייער ענדזשין איז מען געגאנגען צו http://google.stanford.edu סאיז

בילד

די היים בלאט פאר גוגל, אין די יאנעווערסטי.



דער גוגל סירטש ענדזשין האט באקומען פליגלען, און די אלגעמיינע גאס האט אנגעהויבן צו באזוכן און נוצן די נייע גוגל סירטש ענדזשין, די חברה האבן געדארפט האבן מער קאמפיוטער'ס און הארדווער, און בכלל האָבן די פראפעסער'ס\אדווייזער'ס געהאלטן אז ס'איז נישט דא פלאץ אין די מארקעט, פאר א פרישע סירטש ענדזשין. און די צוויי האבן געוואלט ענדיגן זייער PHD. האבן זיי פראבירט צו פארקויפן די אלגעטרידעם, פאר יאהו, און פאר אלע אנדערע גרויסע, אבער ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט. די מערסטע נאנט וואס ס'האט זיך כמעט פארקויפט, איז געווען פאר א סירטש ענדזשין מיט'ן נאמען "עקסייט"

לערי האט געזאגט פאר עקסייט אז זיי קענען מאכן א יאר 45 מיליאן טאלער אויב זיי טוישן צו די גוגל סירטש אלגעטרידעם, אין אויסטויש האבן זיי פארלאנגט אזא 1.5 מיליאן טאלער אין קעש, און 1 פראצענט שעיר אין די עקסייט פירמע, אבער עקסייט האט נישט מסכים געווען צו דעם אנבאט, און אנשטאט האבן זיי אנגעבאטן 750 טויזענט טאלער, און ס'איז טאקע כמעט געשלאסן געווארן.

די סיבה פארוואס די דיעל איז נישט אריבער האט נישט עכט קיין באוואוסטע תירוץ, וואס מ'שפעקולירט איז, אז עקסייט איז דעמעלטס געווען זייער גרויס, און געהאט א ריזן שטאב פון הונדערטער אינדזשעניר'ס און לערי און סערגעי האבן געזאגט אז אויב גוגל קומט אריין, מוז מען איבערמאכן די גאנצע סירטש ענדזשין צו די גוגל אלגעטרידעם, עפעס צו וואס עקסייט האט נישט מסכים געווען, און די דיעל איז צופאלן געווארן.

די צוויי חברה האבן ווייטער אריין געארבעט אין זייער סירטש אלגעטרידעם. געפיקסט באגס, עס געמאכט שנעלער ארבעטן, און זיי האבן געקויפט הארד-דרייוו'ס מיט זייערע קרעדיט קארדס אין א לאקאלע קאמפיוטער סטאר. זיי האבן אליינס צוזאמגעשטעלט א שיינע סערווער באקס, און געשפאָרט אסאך געלט. אבער, ס'האט געוואקסן שנעלער ווי זיי האבן געקענעט, און די אינטערנט בענדוויט, דאס הייסט: וויפיל די נעטווארק האט געקענט פארנעמען, איז אויך געווען א גרויסע אישו, און עס האט אויפגעגעסן האלב פון די נעטווארק ריסארסעס פון די סטענפארד יאנעווערסיטי, און אפי' איינמאל האט עס אראפגעברענגט אינגאנצן די יאנעווערסיטי'ס סיסטעם און געקראכט, נאך א יאר האבן די IT חברה פון די יאנעווערסיטי געזאגט פאר די גוגל ערפינדער, ס'איז צייט צו גיין און האבן זיי געהייסן פאַקן פעק. ווארום, דאס איז שוין ארויס פון די פראפארציע פון "ריסירטש און אקעדעמי."

בילד

די באקס וואס האט געדינט אלץ סערווער, וואס זיי האבן צוזאם געשטעלט.




די סטענפארד יאנעווערסיטי האט נאך געהאט די פאטענט פון די אלגעטרידעם א שטיק צייט, און גוגל האט שפעטער באצאלט 1.8 מיליאן שעירס צו באקומען די פולע רעכטן דעראויף.
אין די קומענדיגער קאפיטל אי"ה העמער זעהן וויאזוי גוגל האט געמאכט שבת פאר זיך, און איז געווארן א "פירמע", מיר וועלן אויכעט באזוכן זייער ערשטע אפיס אין די באוויסטע גאראדזש..
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
קאלינען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:53 am

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלינען »

וואו!!!! זייער אינטערעסאנט! יישר כח!
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

ניינע פייעס
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

גאר אינטערעסאנט, יישר כח
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow
געליינט מיט איין אטעם...
יישר כח
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הערליך! און מעכטיג גוט צעלייגט די קאמפליצירטע חלקים
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ש'כח פארן הערליכן דעטאלירטן שיעור סערווירט מיט א גאלדענע לעפל!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

דורכגעליינט אלע 5 ארטיקלען אין א אטעם!

א ריזן שכח דיר!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

זייער אינטערעסאנט...
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

וואו! אזוי פיל זאכן וואס האבן מיר געווינדערט אזוי לאנג, פארענטפערט געווארן אין איין שאס...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הערליך!!

הייבט אן צו ווערן ערנסט..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

הגות תבונות האט געשריבן:וואו! אזוי פיל זאכן וואס האבן מיר געווינדערט אזוי לאנג, פארענטפערט געווארן אין איין שאס...

גאמ
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

הערליך! קלאר! דעטאלירט! און העכסט אינטערעסאנט!! א ריזיגע ישר כח!
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

Wow wow wow
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אייוועלט זיידי
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2021 3:13 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט זיידי »

הר גריזים האט געשריבן:הערליך! קלאר! דעטאלירט! און העכסט אינטערעסאנט!! א ריזיגע ישר כח!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

הגות תבונות האט געשריבן:ער שמייכלט פון דעם וואס דו האסט גערעדט פון ביידע [טראמפ און מאסק] אויף איין מאל.

;l;p-
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

מיין מגי"ש פלעגט זאגן "אז ס'פעלט אין הסברה, פעלט אין הבנה" ומכלל לאוו אתה שומע הן!!!
נישט פשוט!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

ש'כח! זייער אינפארמאטיוו, אין אינטערעסאנט! איך האב זייער הנאה געהאט!
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”