די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

די פענטעגאן


The pentegan.jpg
The pentegan.jpg (143.63 KiB) געזען 2820 מאל


May 1941

די צווייטע וועלט מלחמה איז אין פולן קראפט, נאצי דייטשלאנד האט שוין איינגענומען א גרויס חלק אייראפע, אין אמעריקע האט פרעזידענט רוזעוועלט דערקלערט א נאציאנאלע עמערדזשענסי

די אמעריקאנע קריגס דעפארטמענט וואקסט מיט א שנעלקייט, האבנדיג 24,000 ארבעטער צוטיילט אין 17 בילדינגס אין וואשינגטאן די סי, עס איז ערווארטעט אז ביי די ענדע פונעם יאר וועט עס וואקסן צו 30,000

פרעזידענט רוזעוועלט האט שוין געהאט באשטעיטיגט א 18 מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט פאר א לאקאציע אין וואשינגטאן די סי, די פלאן איז געווען אז ביי June וועט עס שוין זיין אין באנוץ, למעשה איז די בילדינג געווען צו קליין צו קענען אקאמאדירן אזא גרויסע שטאב פון ארבעטערס, אפאר יאר שפעטער איז די געביידע געווארן די הויפקווארטירן פון די סטעיט דעפארטמענט

דאן האט גענעראל דזשארדזש מארשעל טשיעף אף סטעף פון די מיליטער, זיך געוואנדען צו גענעראל ברעאן סאמערוועל אנפירער פון די מיליטער'ס קאנסטראקשען דעפארטמענט אז ער זאל אויפקומען מיט א לעזונג צום פראבלעם. נאך א שטיק צייט איז סאמערוועל צוריק געקומען מיט א פלאן צו בויען א הויפקווארטיר וואס זאל ארייננעמען אין זיך 40,000 מענטשן, 4 מיליאן סקווער פוס אפיס ספעיס. די פראבלעם איז געווען אז אין וואשינגטאן די. סי. האט מען נישט געהאט קיין שטח וואס זאל ארייננעמען אזא גרויסע הויפקווארטיר

צוליב דעם האט סאמערוועל אויסגעקליבן א שטח אין ווירדזשיניע קעגן איבער די פאטאמיק ריווער מזרח זייט פון די ארלינגטאן נאציאנאלע סעמעטערי, וואס האט פארדעם באלאנגט צום באוויסטן קאנפעדעריט גענעראל ראבארט אי. לי

סאמערוועל האט אויסגעקליבן דער ארכיטעקט עדווין בערגסטארם אז ער זאל דיזיינען די אויסקוק פונעם בילדינג, צוליב געוויסע ראודס ארום דעם שטח איז בערגסטארם געווען געצווינגען עס צו דיזיינען אין א 5 שפיציגע פארם, ער האט אפגעמאכט אז די געביידע קען נישט זיין מער ווי 4 שטאק הויעך צוליב מאנגל אין שטאל ווי אויך אז עס זאל נישט שטערן די שיינע אויסקוק פון וואשינגטאן די. סי.

סאמערוועל'ס פלאן איז געווען אז עס זאל זיין פארטיג ביז א יאר און אז אין 6 חדשים זאל מען שוין קענען נוצן 500,000 סק. פוס

אום July 28 1941 האט קאנגרעס באשטעיטיגט די פאנדס פארן פראיעקט, אום Aug 14 איז עס דורך אין סענאט

פראטעסטן האבן אויסגעבראכן אין וואשינגטאן איבער דאס געבוי פונעם בילדינג, די קעגענער פונעם פלאן האבן געטענה'ט אז די ארבעט אויפצושטעלן אזא פראיעקט וועט אנברענגן א שרעקליכע שמוץ אין די אומגעגנט, ווי אויך זענען זיי נישט געווען צופרידן אז עס גייט זיין אזוי נאנט צום ארלינגטאן סעמעטערי

נאך א שטיק צייט האט זיך רוזעוועלט געבראכן צו די פראטעסטירער און ער האט פארארדנט אז מען זאל עס בויען אויף א אנדערע שטח נישט ווייט פון די וואשינגטאן-הויער עירפארט. ווי אויך האט ער געבעטן סאמערוועל אז ער זאל שניידן די גרויס פונעם בילדינג פון 4 מיליאן סק. פוס צו 2.25 מיליאן סק. פוס

איינמאל מען האט זיך אריבערגעצויגן צו א נייע לאקאציע האט שוין נישט אויסגעפעלט צו גיין מיטן 5 שפיציגן פלאן, למעשה אזוי ווי זיי זענען געווען ענג אין צייט האט בערגסטארם אפגעמאכט צו גיין מיטן אלטן פלאן

Sep 11 1941 האט זיך אנגעהויבן די ארבעט ביים גרויסארטיגן פראיעקט (איראניש איז אז אינעם זעלבן טאג 60 יאר שפעטער איז די געביידע אטאקירט געווארן אינעם גרויזאמען טאג 9/11/2001), קוים אפאר וואכן שפעטער האבן שוין 3,000 ארבעטערס געארבעט דורכן טאג אויפן שטח, מיט דעם אלעם האבן זיי נישט געקענט נאכיאגן די ארבעט, דער סופערווייזער פונעם פראיעקט איז געווען קאלאנאל לעסלי גראוועס וואס איז שפעטער אויסגעקליבן געווארן צו שטיין אין שפיץ פון בויען די ערשטע אמעריקאנע אטאם באמבע מער באקאנט אלץ די מאנהעטן פראיעקט

ביי די ארבעט:
14.jpg
14.jpg (68.56 KiB) געזען 2820 מאל




Dec 7 האבן די יאפאנעזער אטאקירט פורל הארבער וואס דאס האט אריינגעשלעפט אמעריקע אין די צווייטע וועלט מלחמה, דאס האט געגעבן פאר סאמערוועל ברייטע מאכט צו פארברייטערן און פארשנעלערן דעם פראיעקט, אפאר חדשים שפעטער האט ער שוין געהאט 10,000 ארבעטער אויפן שטח וואס האבן געארבעט דורכן טאג, ביי א געוויסע פונקט האבן אזויפיל ווי 15,000 ארבעטער געארבעט רונדע דעם זייגער צו ענדיגן ווי שנעלער דעם וויכטיגן פראיעקט

אינעם טאג April 30 1942 האבן די ערשטע פענטעגאן איינגעשטעלטע זיך אריינגעצויגן אינעם נייעם בילדינג, עס האט אנטהאלטן אין זיך 410,000 קיוביק יארד קאנקריט געמאכט פון זאמד ארויסגעגראבן פונעם פאטאמיק ריווער, ארגינעל האט מען גערעכנט אז עס וועט אפקאסטן פאר די רעגירונג 35 מיליאן דאלאר אויפצובויען דעם פראיעקט, למעשה האט עס דעגרייכט 75 מיליאן דאלאר (אין היינטיגע געלטער וואלט עס אויסגעקומען 1,258,743,865.03$), געוויסע טענה'ן אז עס איז געווען פיל טייערער

Jan 14 1943 איז די בנין אפיציעל באנייט געווארן

איינמאל די וועלט מלחמה איז געווען פערטיג האבן מאנכע שפעקולירט אז די מיליטער גייט אויפגעבן דעם גרויסן בילדינג, מען האט נישט געקענט פארשטיין וואס זיי פלאנען צו טון דערמיט, געוויסע האבן געהאלטן אז דאס זאל ווערן א שפיטאל, געוויסע האבן געקלערט אז עס זאל זיין א יוניווערסיטעט, די מיליטער האט עס אבער נישט געהאלטן ביים אויפגעבן

אין Sep 1947 האט קאנגרעס דורכגעפירט די נעשענאל סעקיורעטי עקט וואס דאס האט אנגעברענגט דעם גרעסטן אויפשאקלונג אין די אמעריקאנע מיליטער, צווישן אנדערע האט עס אפגעטיילט די עיר פארס פון די ארמיי, געגרינדעט די נאציאנאלע מיליטערישע עסטעבלישמענט (היינט באקאנט אלץ דעפארטמענט אף דעפענס), געשטעלט א סעקרעטערי אף דעפענס, געגרינדעט די סי. איי. עי. און אראפגעשטלט די דזשוינט טשיף אף סטעף

אין יענע צייט האט זיך אנגעהויבן פארעמען די קאלטע קריג צווישן אמעריקע און רוסלאנד און די געיעג נאך נוקלאערע וואפן, וואס דאס האט געשפילט א שטארקע ראלע אין די אנטוויקלונג פון די נייע מיליטערישע הויפקווארטירן

פרעזידענט טרומען האט געוואלט אז אלע אפטיילונגען אין די מיליטער זאלן זיין הויפטקווארטירט אין די פענטעגאן, דער נייער ערשטער סעקרעטערי אף דעפענס דזשעמס פארעסטאל האט באקומען די אויפגאבע דאס דורכצופירן, נישט לאנג דערויף האט דזשעמס אנגעהויבן ליידן פון גייסטישע פראבלעמען און פרעזידענט טרומען האט אויפגענומען אויף זיין פלאץ לואיס דזשאנסאן, אפאר חדשים דערויף האט פארעסטאל געליטן א ערענסטן נערווען צוזאמבראך און שפעטער באגאנגען זעלבסמארד.

אין Aug 1949 האט רוסלאנד אויפגעריסן זייער ערשטע אטאם באמבע וואס האט געכאפט די וועלט אין שאק, דאן האט טרומען אינטערגעשריבן א געזעץ וואס גיבט איבער די גאנצע מאכט פון די מיליטער אין די הענט פונעם סעקרעטערי אף דעפענס און ער האט געטוישט די נאמען פונעם דעפארטמענט פון 'נאציאנאלע מיליטערישע עסטעבלישמענט' צו 'דעפארטמענט אף דעפענס'

אום June 1950 ווען נארט קאריע האט אינוואדירט סאוט קאריע האט עס ארויפגעריקט די צאל ארבעטער אין די פענטעגאן צו 33,000. ווען די קאריע מלחמה איז געקומען צו א ענדע איז די פענטעגאן געווארן א טוריסטן צענטער ווי מענטשן זענען געקומען זען דעם גרויסן בנין, ווי אויך איז עס געווארן א סימבאל פון אמעריקע'ס מאכטפולע וואקסענדע מיליטערישע שטארקייט איבער די וועלט.

אין Mar 1967 אין ברען פון די וויעטנאם קריג האבן א גרופע פון 35,000 פראטעסטירער זיך פארזאמלט ביי די לינקאלן מעמאריעל און אראפשפאצירט צו די פענטעגאן צו פראטעסטירן אקעגן די אומפאפולערע קריג, איבער 2,000 סאלדאטן האבן זיך פארזאמלט אין די פענטעגאן באפאנצערט מיט טרערן גאז. ווען די פראטעסטירער האבן זיך דערנענטערט צום פענטעגאן זענען די סאלדאטן זיי קעגן געקומען, ראיאטן האבן אויסגעבראכן אויפן פלאץ, עס האט זיך אריינגעצויגן ביז אין די נאכט אריין, די מיליטער האט מצליח געווען צו פארטרייבן די פראטעסטירער אן קיין פאטאליטעטן.

די אינצידענט האט ערגער געמאכט די באציאונגען צווישן די אנטי מלחמה גרופעס און די רעגירונג, אין May 1972 האט א גרופע גערופן די 'וועטער אינטערגרינד' אונטערגעלייגט א באמבע ביי די עזרת נשים בית הכבוד אין די פענטעגאן, קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן פון די אויפרייס, עס האט אפגעקאסט פאר די רעגירונג 75,000$ צו פאררעכטן די שאדנס

די קומענדיגע גרויסע רענאוואציע איז פארגעקומען אין 1990 ווען אמעריקע האט אינטערגענומען אפעראציע 'דעסערט שיעלד' ביי די פערסישע גאלף קריג, די אינפאסטראקטור ביי די פענטעגאן האט אנגעהויבן ווייזן סימנים פון אלטקייט, און האט זיך וויכטיג אויסגעפעלט עס צו רענאווירן

אין Oct 1994 האט קאנגרעס באשטעיטיגט א ביליאן דאלאר פאר די רענאוואציעס, למעשה האט זיך עס אריינגעצויגן אין גרעסערע קאסטן נאך די שרעקליכע באמבעדירונג אויף די אמעריקאנע אמבעסאדע אין קעניע און טאנעזיע וואס האט פאסירט אין 1998 וואס דאס האט געצווינגען די רעגירונג צו אינסטאלירן פרישע זיכערהייט מאסנאמען ביי די פענטעגאן אויס זארג פון טעראריסטישע אטאקעס

אין 1992 איז די פענטעגאן דערקלערט געווארן אלץ א נאציאנאלע היסטארישע לענדמארק


* * *


9/11/2001

באוויסט אלץ איינע פון די גרויזאמסטע טעג אין אמעריקאנע היסטאריע, ווען די פארשאלטענע טעראריסטן האבן באוויזן אריינצוברענגן א פחד ביי אמעריקאנער וואס האלט נאך אן עד היום הזה 20 יאר שפעטער, און האט געטוישט די פרייע וועלט אויף אייביג

איינע פון די צילן וואס די רשעים האבן געצילט און האלבוועגס מצליח געווען איז געווען צו אטאקירן די פענטעגאן, האלטנדיג ביי די ענדע פון די גרויסארטיגע רענאוואציעס

9:37 AM האט אמעריקען ערליין פלייט 77 אריינגעקראכט אינעם ערשטען שטאק ביי די מעריב זייט פונעם בנין, די קראך האט געשאפן א לאך אינעם בנין פון 30 יארד ברייט און 10 יארד טיעף. די פייער ביי די געביידע האט אנגעהאלטן פאר 36 שעה, 189 מענטשן זענען געשטארבן ביי די אטאקע אריינגערעכנט 125 פענטעגאן ארבעטער און 64 מענטשן וואס זענען געווען אויפן פליגער. 5 ביליאן דאלאר האט אפגעקאסט פאר די רעגירונג איבערצובויען די שאדנס אנגעברענגט ביי די אטאקעס

ביים פארלעשן די פייער:
2048.jpg
2048.jpg (41.17 KiB) געזען 2820 מאל



אין Sep 11 2008 איז געעפנט געווארן א געדענקמאל מוזיאום אין די פענטעגאן וואס טוט צווישן אנדערע באעהרן די אומגעקומענע אין די אטאקעס


* * *



אינטערעסאנטע פאקטן איבער די פענטעגאן

עס פארמאגט:

16,250 לייט פיקסטורס

284 בתי כבוד

10 קארידארן, וואס צוזאמען קומען זיי אויס 17.5 מייל לאנג

19 עסקלעיטארס

4,200 זייגערס

16 פארקינג לאטס, וואס קענען ארייננעמען בערך 8770 קארס

איבער 100,000 באזוכער יערליך

גענוג טעלעפאון ווייערס ארומצונעמען אונזער פלאנעט 4.5 מאל
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

גאר אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו!
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

שיין, אין שרייבער אריין.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אהה.... גיימיר ליינען
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

זייער זייער אינטערעסאנט.

יישר כח.
חחח...
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

זייער שיין..

שכח
לעצט פארראכטן דורך היסטאריש אום זונטאג אקטאבער 03, 2021 11:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

פשיהא!
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

זייער שיין, הערליך געשריבן!!
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
צו געבן
https://go.thechesedfund.com/babyex7777gmailcom/grand
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א גאר אינפארמאטיווער ארטיקל!

וויפיל מענטשן ארבעטן כהיום אין דעם סטעיט דעפארטמענט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

הערליך הערליך! היסטאריש און אינפארמאטיוו.
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

אינטערסאנט!
ישר כח!
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הערליך שיין, יישר כח!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

שטארק הנאה געהאט צו ליינען, א גרויסע דאנק.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

פעיק ניוז האט געשריבן:א גאר אינפארמאטיווער ארטיקל!

וויפיל מענטשן ארבעטן כהיום אין דעם סטעיט דעפארטמענט?

דו מיינסט צוזאגן אין די דעפענס דעפארטמענט, איא?

23,000 בערך
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

נישט באמערקט אז עס איז אריינגעפארן אינעם דזשורנאל אריין

א דאנק מנהלים, עס גיבט מוד צו שרייבן נאך
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

בעסער אזוי האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:א גאר אינפארמאטיווער ארטיקל!

וויפיל מענטשן ארבעטן כהיום אין דעם סטעיט דעפארטמענט?

דו מיינסט צוזאגן אין די דעפענס דעפארטמענט, איא?

23,000 בערך

הערליך שיין


א בנין מיט
23,000 ארבטער (פארשטייט זיך נישט אלעס דארט אויפ'ן פלאץ
8770 פארקינג
האט נאר 284 בתי כבוד???
(זעהט אויס זיי פארשטייען נישט צו הכנות)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שכח בעסער
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

וואלט געווען שיין צו פארברייטערן די באשרייבונג אויף די גאנצע ״מיליטערישע עסטעבלישמענט״ איהר בודזשעט מיט זייער טייערע לעצטיגע געצייגן, פון די גרויסע פארגעשריטענע שיפן וואס זיי בויען וואס קאסט ביליאנען, ביז די נייעסטע סאפיסטיקירטע מיליטערישע טרעקלעך וואס יעדע איינע קאסט א הון-תועפת.

מיר וועלן ווארטן מיט געדולד.
לעצט פארראכטן דורך צדיק בן צדיק אום מאנטאג אקטאבער 04, 2021 8:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

צדיק בן צדיק האט געשריבן:וואלט געווען שיין צו פארברייטערן די באשרייבונג אויף די גאנצע ״מיליטערישע עסטעלישמענט״ איהר בודזשעט מיט זייער טייערע לעצטיגע געצייגן, פון די גרויסע פארגעשריטענע שיפן וואס זיי בויען וואס קאסט ביליאנען, ביז די נייעסטע סאפיסטיקירטע מיליטערישע טרעקלעך וואס יעדע איינע קאסט א הון-תועפת.

מיר וועלן ווארטן מיט געדולד.

אזאנס קאסט אסאך כוחות און צייט
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

שכח @בעסער אזוי גאר גוט און קלאר מיר ווארטן אויף נאך א באנדזש

@צדיק
כהאב גראדע געטראכט פון דעם און אנגעהויבן קוקן דערינען אבער לאמיר קודם זעהן וואס אונזער בעסי וועט שרייבן נעקסט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

הערליך שיין! יישר כח.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

נארמאליזעם האט געשריבן:שכח @בעסער אזוי גאר גוט און קלאר מיר ווארטן אויף נאך א באנדזש

@צדיק
כהאב גראדע געטראכט פון דעם און אנגעהויבן קוקן דערינען אבער לאמיר קודם זעהן וואס אונזער בעסי וועט שרייבן נעקסט

האלט דיך נישט צוריק נארמי, קום אריין מיטן גאנצן קנאק

לאז מיר נאר וויסן אין אישי איבער וואס דו שרייבסט, אשאד אז איינער פון אונז זאל אריינלייגן כוחות אומזיסט
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: די הויפקווארטירן פון די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

זייער שיין און אינטערעסאנט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”