ל. שווימער האט געשריבן:אנטשולדיגט הרב פרידן.
די קדושת לוי וואלט געבראכען פון אזא אשכול.
אזוי צו בארעדן אידישע קינדער. על לא דבר. קיין שום תועלת פון דעם אשכול. סתם לשון הרע אויף כלל ישראל צו סאיז יא אמת צו נישט.
נאך די ערשטע פאר פאראגראפן האב איך געמוזט אויפהערן ליינען ווייל די איבל איז מיר ארויפגעקומען.
מי כעמך ישראל. פארשווארצט אין גלות צוויי טויזנט יאר אן קיין זכר פון קיין גאולה און האפענונג און אידן לויפן, טוהן, און פארארבעטן אהערצושטעלן א פסח אויפן מהודרדיגסטן פארנעם. משוינט נישט קיין געלט און קיין שווייס. אן קיין קשיות און שאלות.
ס'דערמאנט מיך פון די אינגערמאן וואס האט געמאכט א גרילל ביי אינז אין קאנטרי לע"נ ר' ישעי' בן ר' משה זי"ע - ווייל ר' ישעי'לע האט געהייסן געבן עסן... די זעלבע אינגערמאן איז געווען ביזי אז דער קדושת לוי וואלט זיכער געטראפן א לימוד זכות אויף די ציונים, און די אלע וואס רעדן אקעגן זענען סתם שווארץ קוקערס.