די בינטל שליסלעך אין אומגעוואונטשענע הענט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

די בינטל שליסלעך אין אומגעוואונטשענע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

"דו גייסט אונז געבן די שליסלעך אויב איז דיין לעבן ווערט מער ווי א פיאסטער" האט שמואל געהערט ווען זיין אויגן זענען געווען באדעקט און פארבינדן. "אבער איך קען דאס נישט טון" האט שמואל זיך פראבירט איינצו'טענה'ן מיט זיינע פארכאפערס. "זאג אונז נישט וואס דו קענסט און וואס נישט. מיר וועלן דיר זאגן"! א פראסק האט געלאנדעט אויף שמואל'ס פנים.

ווער איז שמואל. ווער זענען זיינע פארכאפערס? וואס ווילן זיי פון אים? וואס איז די שליסל?

ליינט מיט הנאה.

ווער אינעם שומר הדת בית המדרש ווייסט נישט צו זאגן פון שמואל פעדער. שמואל איז א בעל הבתישע איד א קובע עיתים לתורה, מיט א שיינע פאמיליע און אפאר זיסע קינדערליך. שמואל פארמאגט שיין פרנסה, יעדער ווייסט אז שמואל קען מען טרעפן יעדן טאג אן אויסנאם דאווענען זעקס דרייסיג מנין פון דארט כאפט ער די טרעין קיין מאנהעטען ווי ער ארבעט. זיין אפיס איז אין די וואלקן קראצער געביידע ביי די אכט און דרייסיגסטע גאס.

ער איז אכט דרייסיג אין ארבעט יעדן טאג, ער ארבעט יעדן טאג ביז פינעף אזייגער און פון דארט לויפט ער דאווענען מנחה און קומט אהיים צו נאכטמאל און דערנאך לויפט ער צו שיעור ביז מעריב.

שמואל איז א ריכטיגע עקזאמפעל פון תורה וגדולה. ער איז שיין מצליח אין ביזנעס און א שטוב שטעלט ער אויך אויף לשם ולתפארת.

ביי די ארבעט איז שמואלס נאמען אויך גוט באקאנט, זיין שמייכל און צוגעלאזנקייט זיין גוט מארגן יעדן טאג פארן סעקרעטאר ביים פראנט טיר, און זיין באגריסונג פאר זיינע אפיס שכנים איז פאר יעדען באקאנט אבער קיין גרויסע פארקער האט שמואל מיט קיינעם נישט. ער טוט אפ זיין ארבעט און גייט ווייטער.

*

שוין אפאר וואכן וואס טאני מיט זיינע מענטשען קוקן נאך יעדעם איינעם וואס גייט און קומט פון די אפיס געביידע. פארשטייט זיך אז קיינער האט נישט באמערקט זייער וועזענהייט.
נאך א קורצע בארוטונג ביי טאני'ס הויפט קוואטיר איז געבליבן אז שמואל וועט זיין די ריכטיגע מענטש וואס מ'וועט ניצן אז ער זאל געבן א האנט צו פארשנעלערן די ארבעט און וואו נאר זיי זענען פארטיג מיט אים וועלן זיי אים אוועק לייגן אויף אן אייביגן שלאף אז ער זאל נישט קענען רעדן ווייטער.

טאני האט ארויסגעגבען די באפעל אז די גרופע זאל זיך צוטיילן. איינער זאל שטיין און נאקוקן די אקטיוועטעטן ביי שמואל אינדעהיים און צוויי זאלן אים נאכגיין טריט און שריט פאר די קומענדיגע צוויי טאג. דערנאך וועט מען זיך צוזאמזעצן פאר די נעקסטע זיצונג.

די צוויי טאג זענען געלאפן שנעלער וואו געמיינט. די אינפארמאציע וואס מען האט געשאפט אויף שמואל האט נישט געקענט זיין בעסער. איינער וואס האט יעדן טאג די זעלבע סקעדזשול, א מענטש מיט אפאר קינדער אין שטוב וואס דאס קען צוניץ קומען פאר א בעקאפ פלאן אויב קאאפערירט ער נישט. א מענטש וואס איז פון זיבן דרייסיג ביז זעקסע נישט אינדערהיים.
מיט אזאנע גלענציגע אינפארמאציע האט נישט גענימען לאנג פאר טאני ארויסצוגעבן די ארדער. "מארגן נאכט ביים ברוקלין ברידזש מיט סעם" (שמואל). יעדער האט געשאקלט מיטן קאפ אלס צייכן פון פארשטאנד און אזוי האט זיך די מיטינג געענדיגט.

*
שמואל ווי יעדן טאג שטעלט זיך דאווענען מיט זיין זעקס דרייסיג מנין. ווען ער ווייסט ווען וואס די טאג גייט אים ברענגן וואלט ער אראפגעלייגט א דאווענען וואו ס'ברויך צו זיין. נאכן פארטיגן דאווענען האט רואיגערהייט צושפאצירט צום סטאנציע פון וואו ער כאפט יעדן טאג די טרעין. ניצענדיג יעדן טאג די זעלבע רוט האט שמואל שוין געקענט מער ווייניגער די מענטשען דארט, און דאס האט אים געמאכט וואונדערן ווער די צוויי געסט זענען, ביידע האבן אויסגעזען אייניג מיט טינקעלע גלעזער און אויפגעבלאזענע מוסקלען. אבער שמואל האט נישט צוגעלייגט קיין סאך קאפ דערצו. ווען די באן איז אנגעקומען האט זיך שמואל אראפגעזעצט אויף זיין טעגליכן זיץ נישט אכטנעמענדיג אז איינע פון די צוויי געסט האבן זיך באקוועם געמאכט נעבן אים. וואו נאר די טירן האבן זיך פארמאכט האט שמואל ארויסגענימען זיין אייפאד אויף וואס ער הערט יעדן טאג זיין טעגליכן שיעור אין די צייט פארענדיג אויפן באן.

א קליינע קלאפ אויף די פלייצע האט אויפגעוועקט שמואל'ן פון זיין פארטיפקייט, אויף זיין שויס האט ער געטראפן א קליין צעטיל מיט די פאלגענדע שורות: גיי אראפ און צוויי סטאפס פון דא. איך וועל דיך דארט ווארטן, אין כאפן א שמועס מיט דיר. האלט דיך רואיג וועט אלעס דורך גיין רואיג. פראביר נישט צו מאכן קיין קונצען ווייל דער ביי די טיר גלייכט נישט קיין אויבער חכמים. ווען שמואל האט זיך אויפגעהויבן די אויגן האט ער שוין קיינעם נישט געזען זיצן נעבן זיך, אבער ביים טיר האט ער יא געזען איינעם שטיין. ער האט נישט געקענט זען ווי יענעמס אויגן זענען געוואנדען ווייל יענער האט אנגעהאט די טינקעלע ברילן אבער שמואל האט געשפירט אז זיינע אויגן זענען געריכטעט צו אים.

שמואל האט געקלערט צו זיך; זיכער מאכן זיי דאס עפעס א טעות ווייל אויב ווילן זיי איינעם בא'גנב'נען בין איך נישט די ריכטיגע מענטש, יא, איך האב אפאר דאללער אבער נישט די גרויסע געלטער אז ס'זאל זיך לוינען אויף מיר צו מאכן אקציעס. שמואל האט אפגעמאכט אז ער גייט פאלגן און זען וויאזוי זאכן קאכן זיך אויס.

ביי די צווייטע סטאפ איז שמואל טאקע אראפגעגאנגען, פון אינטער זיך האט ער באמערקט ווי דער וואס איז געשטאנען ביים טיר וואקט אים נאך, שמואל גייט ארויס פונעם באן סטאנציע, אויבן האט אים אפגעווארט דער וואס האט אים געגעבן דאס צעטעל, מיט די פינגער האט אים יענער אנגעצייגט אז ער זאל זיך אריין זעצן אין די קאר וואס איז געשטאנען געפארקט ביים קארנער. שמואל געט א בליק אויפ'ן קאר און ס'איז אים נישט גוט געווארן. א קאר מיט טינקעלע פענסטערס וואס דאס מיינט אז זיי קענען מיך פירן ווי זיי ווילן און טון וואס זיי ווילן. אויף א מינוט האט שמואל געקלערט אפשר צו הייבן פיס און אנטלויפן אבער די צוויי פעסטע הענט וואס האבן אים ארום גענימען האבן אים קלאר געמאכט אז דאס איז קיין אפציע. אן קיין ברירה האט זיך שמואל אריין געזעצט אבער טיף אין זיין מחשבה האט ער געקלערט אז די גאנצע זאך איז א טעות און זיי וועלן זיך זיכער כאפן גאר בקרוב.

אריין זעצענדיג אינעם קאר האט זיך שמואל געטראפן ווי אין א קליינע תפיסה, צווישן די פאדערשטע זיצן און די אינטערשטע איז געווען א דיקע גלאז וואס האט אפגעטיילט די צוויי און די גלאז איז געווען טינקל און הארמאטיש פארשלאסן. די קאר פענסטערס זענען אויך געווען טינקל און פארשלאסן אן קיין אפציע פון עס עפענען, די טיר האט אויך נישט געהאט קיין וועג עס צו עפענען פון אונעווייניג נאר פון אונדערויסן. שמואל האט זיך געטראפן פארשפארט אין א פארעדיגע תפיסה אן די מינדעסטע השגה ווי מ'פארט. אבער ער האט זיך געטרייסט אז די גאנצע מיסטעריע וועט זיך בקרוב ענדיגן ווען זיי וועלן זעהן אז זיי האבן די נישט ריכטיגע מענטש דא. נאך א שטיק צייט פארן איז די קאר געקומען צו א גענצליכן אפשטעל. שמואל האט געהערט ווי די פראנט טיר עפענט זיך און די צוויי קומען ארויס, זיי האבן געעפנט די טיר און ארויסגעשלעפט שמואל'ן. אויפן קאפ האבן זיי אנגעטון אים אנעטון א שמאטע אז ער זאל נישט קענען זעהן ווי מ'טראגט אים. שמאול האט קיין זאך נישט געקענט זען און אזוי אויך נישט געוואוסט ווי ער געפינט זיך נאכן וואקן א שטיק צייט מיט די צוויי באגלייטערס וואס האבן אים אנגעהאלטן ביי די זייטן האט מער אים אראפגעזעצט אויף א בענקל און אראפ געשלעפט די שמאטע פון די אויגן. פאר א מינוט האט שמואל נישט געקענט עפענען זיינע אויגן נאכן זיין אזוי פארדעקט, ווען זיין ראי' איז צוריק געקומען האט ער זיך ארום געקוקט און געטראפן זיצן אין א ליידיגע גרויסע צימער מיט א הויכע דאך וואס האט געגעבן די איינדריק מער וואו א ווערהויז. די צוויי האבן אים געבינדן די הענט צום בענקל אז ער זאל נישט קענען אנטלויפן און אים געלאזט אפאר מינוט זיך ארום קוקן אן ארויסרעדן א ווארט.

"וואס זאגסטו צו דעם פלאץ" האט איינער געבראכן די שטילקייט.
"וואס ווילט עטס פון מיר" האט שמואל צוריק געשריגן.

מיט שטאטע טריט האבן איינע פון די פאנגערס צוגעוואקט צו שמואל און זיך אראפגעזעצט קעגן איבער אים.
"מיר דארפן פון דיר א טובה, אויב טוסטו וואס מיר פארלאנגן פון דיר דאן וועסטו זיין פריי און מער נישט וויסן פון אונז. אבער אויב פלאנסטו דיך צו באנערישן און זאגן ניין אדער גאר לויפן זאגן פאר איינעם דאן האבן מיר דיר געוואלט ברענגן צו דיין פלאץ ווי דו גייסט פארברענגן די לעצטע טאג פון דיין לעבן"! אלזא, די באשלוס איז אין דיינע הענט.

"וואס איז די טובה"?
"פאר מער דעטאלן וועסטו מוזן ווארטן אויף ביינאכט ווען מיר וועלן זיך טרעפן ביים ברוקלין בריק אום ניינע ביינאכט, אבער מיר ווילן קודם הערן פון דיר א קלארע יא. מיר ווילן נישט דארפן איבערשפילן דעם היינטיגן שפיל, ווייל אויב וועלן מיר דארפן וועט עס זיין מיט א פרייז". און דאן האבן איינע פון די פארכאפער ארויסגעשלעפט א גאן פון טאש און אויפגעבינדן שמואל'ן. נעם דעם גאן און דאס וועט זיין פאר דיר, דאס וועט דיך היטן פון אלע שלעכטע..
"איך דארף נישט קיין גאן" האט שמואל געשריגן. "זיי נישט קיין חכם, נעם עס און לייג דיר עס אוועק. איך זאג דיר אז דאס קען דיר צוניץ קומען".
שמואל נעמט איבער די גאן און אין זיין מח בליצט אויף א געדאנק, אפשר קען איך עס יעצט שוין ניצן... אבער קוקנדיג אויף זיינע פארכאפערס האט ער געזען אז דאס איז נישט קיין אפציע, זיי זענען צוויי און זיי ווייסן זיינע פלענער זיי זענען נישט פון זינען אראפ אים איבער צוגעבן א פילע גאן. אלזא וואס ווילן זיי דערמיט?
שמואל האט נישט צו לאנג געדארפט טראכטן ווייל אויפהייבענדיג זיינע אויגן האט ער געזען וואו איינע פון די פארכאפער האלטן א קעמארע אין די הענט און יענער כאפט א בילד פון אים מיטן גאן..
"ליסטען סעם, די גאן וואס דו האלטס ווערט געזוכט ביי די פאליציי. די גאן האט געהארגעט אין די לעצטע פאר טאג דריי מענטשען! יעצט האט די גאן דיינע פינגער אפדריקן און איך פארמאג א בילד פון דיר מיטן גאן. אויב פלאנסטו צו טון סיי וואס אדער גיין צו די פאליציי זאלסטו וויסן אז די גאן וועט אנקומען צו זיי און דו וועסט האבן א שווערע ארבעט מסביר צו זיין פאר די פאליציי וואס די גאן מיט דיינע אפדריקן זוכן ביי דיר אין דיספאזיציע. יעצט, זיי נישט קלוג, פאלג וואס מיר הייסן און ס'וועט זיין בעסער פאר ביידע"

שמואל האט געכאפט אין וואסערע פאסטאקע מ'האט אים דא אריין געלייגט. דאס האט אים איבערצייגט אז דא איז נישטא קיין וועג ארויס.
"איך בין גרייט צו פאלגן" האט שמואל אויסערופן א פארלוירענער.
"פיין היינט נאכט ניין אזייגער ביים ברוקלין ברידזש"

די שמאטע איז צוריק ארויף געפארן אויף שמואל'ס פנים און מ'האט אים צוריק אריין געזעצט אין די קאר. נאכן אפפארן א שטיק צייט האט זיך די קאר אפגעשטעלט און די טיר האט זיך ווידער געעפענט שמואל איז ארויס פון די קאר און אינטער א אויגן בליק איז די קאר אוועקגעפלויגן.

שמואל האט זיך געטראפן אויף א ליידיגע שטילע גאס נישט וואוסענדיג אפילו אין וועלכע געגענט ער געפונט זיך. צו מזל איז א טעקסי דורך געפארן שמואל האט אים אפגעשטעלט און געבעטן ער זאל אים צופירן צו זיין ביזנעס. די וועג האט גענימען א קנאפע צוואנציג מינוט ביז שמואל האט אנגעפאנגן צו דערקענען די גאסן. שמואל האט באצאלט פארן טעקסי און זיך ארויפגעשלעפט צו זיין אפיס. אנקומענדיג איז שמואל אריין געפאלן אין זיין בענקל אן ערשעפטער.

וואס ווילן זיי פון שמואל?
ווער זענען זיי? וועט שמואל טאקע טון וואס זיי פארלאנגן?

פארזעצונג אי"ה.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

חא חא חא (האבן זיך די רויבער צולאכט), דו האסט אויסגעוועלט א נאמען וואס איך קען גוט... שנעל טויש נאמען, שמואלי וועט דיר נישט מוחל זיין...
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

ב"ה נעתר לבקשתינו...

יישר כוח, מ'האף מיר אז די קומענדע פארזעצונג קומט ווי אמשנעלסטנס,
מ'קען דאך נישט לאזן שמואל אזוי לאנג טראכטן.

איין קליינע הערה, כ'מיין ס'איז אביסל צו שנעל געפלויגן (צו קורץ) פון אנפאנג ביז דא
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

זארג נישט רב פונקטליך. מיר האבן שוין אפגעשריבן נאך צוויי פארזעצונגען.
דאס וואס דו שרייבסט אז ס'זעהט אויס געכאפט, איך פארשטיי וואס דו מיינסט די קומענדיגע פארזעצונג איז נאך אויך אביסל אזוי אבער דאס האבן מיר געטון אריין צו ברענגן דעם עולם. אי"ה די דריטע פארזעצונג קומען מיר אריין מיטן גאנצן קראפט. ווארט אויס..
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

און אז מ'רעדט שוין. קרעמער איך האב נישט פארשטאנען וואס דו מיינסט. איז עפעס שלעכט מיט מיין קעפל?
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

דערשרעק דיך נישט 'אב'
קרעמער זאגט אז ער קען גוט שמאולי פעדער און פונקט אים האסטו גענומען אויפן צימבל..

קרעמער, קענסט זאגן פאר שמואלי אז ער דארף זיך נישט דערשרעקן ווייל די מעשה געשעהט נישט יעצט נאר 'אב' שרייבט וואס האט שוין פאסירט.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

אב זקן האט געשריבן:זארג נישט רב פונקטליך. מיר האבן שוין אפגעשריבן נאך צוויי פארזעצונגען.
דאס וואס דו שרייבסט אז ס'זעהט אויס געכאפט, איך פארשטיי וואס דו מיינסט די קומענדיגע פארזעצונג איז נאך אויך אביסל אזוי אבער דאס האבן מיר געטון אריין צו ברענגן דעם עולם. אי"ה די דריטע פארזעצונג קומען מיר אריין מיטן גאנצן קראפט. ווארט אויס..

איך שטעל דיר אויף די חזקה אז ס'וועט זיין מייסטעריש אראפגעלייגט,
כ'ווארט מיט נייגער.

זייטיגע בקשה: לאז נישט ווארטן צו לאנג,
זייט די האסט פאריגע מאל געשריבן האט זיך אסאך געטוישט דא און ס'איז דא א גרויסער נייער ציבור, ממילא וועט דער עולם נישט אזוי שנעל כאפן פון וואסערע הויכן קוואליטעט פארזעצונגן מ'רעדט דא און מ'וועט ממילא נישט צופיל מגיב זיין ביז עס וועט קומען די ערנסטע אינטרעסאנטע חלקים דעמאלטס וועסטו שוין זעהן אז אגרויסער ציבור ליינט עס מיט אינטערעסע, אבער דערוויל ווארט נישט אויף צופיל תגובות און לייג געשיקט ארויף די קומענדיגע.

יישר כוח!
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכר באנדל »

יישר כח אב זקן!!

קוקט אויס גאר אינטרעסאנט!, הגם דערווייל קוקט דאס אויס אויפ'ן זעלבן שניט ווי די פריעדיגע, אבער איך שטעל דיר לויט דיין חזקה, אז דיר קען מען נישט פרעדיקטן, ביזט א מומחה אונז צו סורפרייזן!

כ'בין שוין געשפאנט!
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

פונקטליך האט געשריבן:ב"ה נעתר לבקשתינו...

יישר כוח, מ'האף מיר אז די קומענדע פארזעצונג קומט ווי אמשנעלסטנס,
מ'קען דאך נישט לאזן שמואל אזוי לאנג טראכטן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אב זקן האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין. קרעמער איך האב נישט פארשטאנען וואס דו מיינסט. איז עפעס שלעכט מיט מיין קעפל?

האסט א גוטן קעפל, נוץ עס אויס....

איך האב גערעדט פון "סעם פעדער", א מענטש וואס איך קען אין ווירקליכן לעבן
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

;1@ ;1@ ;1@
לאמיר אין איינעם אויסשרייען יישר כח, אב די ביזט פרעכטיג, האלט אן, די מעשה זעט אויס אז עס גייט אונז האלטן געשפאנט.
יו איך קען קוים ווארטן אויפן קומענדיגן.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

שכח
מיר האבן זייער הנאה פון דיינע פארזעצונגען,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

וואס וילסטו נעבך פון שמואלי פעדער, אזא וואוילע אינגערמאן

די גאנצע דיסקריפשאן שטימט גוט אויף אים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

יישר כח!!!

איך האב שוין זייט איך בין געווארן אויס בחור, נישט געליינט אזעלכס.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יעצט גערעדט צי שמואל פעדער
ער לייקענט שטיין און ביין...
די מעשה הייבט זיך נישט אן טענהעט ער..

עניוועי יא אמת נישט אמת שכח אב אזוי שנעל געפאלגט?...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ס'הייבעך אן צום גוטן. ס'קוקט אויס זייער אינטערסאנט און שפאנענד, האלט נאר אן ביז די ענדע.

איי, דער שמואל פעדער... קרעמער, וואס פרעגסטו?..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פונקט גוט אריין געפאלן, טאקע אויף א קורצע צייט, אבער גוט אריין געכאפט, ווייסעך אז איך דארף סטעיען טונד פאר דאס קומענדיגע, יישר כחכם ער' אב.

רבותי סיניש דער שמואלי פעדער, ס'איז א נאנטער קרוב זיינער, און שוין..........
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

2'טע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

שמואל זיצט איינגעזינקן אין זיינע מחשבות, וואס ווילן די מענטשען פון מיר? וואס זענען זייערע מעטאדן? וואס טוה איך דא ווייטער?
די ערשטע זאך וואס איז אים ארויף געקומען אויפ'ן געדאנק איז געווען זיין טאטע.

זיין טאטע ר' יצחק איז שוין טאקע נישט קיין אינגערמאן אבער דאך אן ערענסטע ביזנעס מענטש מיט אסאך ביזנעס עקספיריענס. שמואל זוימט זיך נישט און רופט אן זיין טאטע אז ער וויל האבן א שמועס די שנעלסטע וואס מעגליך, זיין טאטע האט גלייך געשמעקט אז עפעס ערענסט דארף פארגיין, פון ווען ער געדענקט זיין זון האט ער נאך אזא טעלעפאון קאלל נישט געהאט פון אים.
שמואל האט אפגעשמועסט אז און א האלבע שעה וועט ער זיין ביי אים אין אפיס.

אנקומענדיג צו זיין טאטע האט שמואל אים פארציילט די גאנצע מעשה. זיין טאטע האט אויסגעהערט יעדעס ווארט מיט אן ערענסטע געזיכט. די ערשטע זאך האט אים זיין טאטע געווארענט אז ער זאל חלילה נישט טון קיין אייגענע שריט און נישט גיין צו די פאליציי ווייל דאס קען אים טייער קאסטן. דערנאך האט אים זיין טאטע געגעבן א נאמבער פון א לויער וואס ער האט שוין אמאל געניצט און א געלעגענהייט "יענער האט אסאך עקספיריענס אין אזאנע פעלער, גיב אים א רוף און הער וואס ער האט צוזאגן". שמואל האט טאקע פון זיין טאטן'ס אפיס אנגערופן דעם לויער און געמאכט א ראש אפוינטמענט. דער לויער האט אים קודם פראבירט אפצוזאגן אבער ווען שמואל האט זיך איינגעבעטן האט די לויער מסכים געווען זיך צו טרעפן פיר אזייגער ביי אים אין אפיס.

היינט האב איך נישט פארוואס צוריק צו גיין אין אפיס האט שמואל געקלערט צו זיך, מיין קאפ איז סייווי נישט אויף מיר, לאמיך גיין כאפן א שפאציר ביים וואסער אפשר ביי די קלארע לופט וועל איך מיך אויסקלארן מיין מח צו קענען טראכטן גראד.
שפאצירענדיג ביים וואסער האט שמואל געשפירט א פריינטליכע קלאפ אין רוקן, שמואל האט זיך ספאנטאן נערוועזערהייט אויסגעדרייט, אבער די פריינטליכע שמייכל פון זיין יוגנט פריינט עלווין האט אים בארואיגט.
"וואס דרייסטו דיך דא אינמיטן טאג אזוי שפאצירן, איז דיין ביזנעס אויך אפעקטירט געווארן פון די היינטיגע אקאנאמיע"? "ניין ניין על" האט זיך שמואל ביטערליך צושמייכלט, "איך בין דא געקומען זיך אויסלופטערן אביסל, וואס מאכסטו עפעס לעצטענס? שוין לאנג נישט געהערט פון דיר. איי, ווי נעמט מען צוריק די צייטן ווען מיר זענען געווען שכנים און מיר פלעגן זיך שפילן אינאיינעם, היינט זענען מיר ביידע פארנימען ביז איבערן קאפ יעדער אויף זיין גאנג"
"יא יא, דו ווייסט דאך אז איך האב מיך איינגעשריבן צו ארבעטן אין די מיליטער, איך ארבעט היינט פאר די נעווי סיעלס, יעצט האב איך אביסל אורלויב בין איך אהיים געקומען צו מיינע עלטערן זיך צוריק אויפפרישן און זען וואס מיין היים שטאט ברוקלין מאכט".
שמואל האט געעפענט גרויסע אויגן הערענדיג אז זיין יוגנט פריינט 'על' ארבעט גאר פאר די נעווי סיעלס. לויט ווי שמואל ווייסט איז דאס א אפטיילונג וואס ווייניג ווייסן אפילו איר עקזיסטענס, און דא שטייט ער גאר און רעדט צו איינעם וואס ארבעט גאר פאר זיי, דאס איז אים געווען אזא סארט דערהויבענע געפיל.
"עפעס באדערט דיך"? פרעגט על, "דיין געזוכט זעהט אויס עפעס זייער אנידערגשעלאגן." "ניין" ענטפערט שמואל, איך גיי פשוט יעצט דורך א שווערע צייט, בין איך מיך געקומען אביסל אויסלופטערן ביים וואסער. "וואסערע שווערע צייט גייסטו דורך, אפשר קען איך דיר ארויסהעלפן? אויב איז די רעדע געלט זאכן ווייס איך נישט צו איך וועל דיר קענען העלפן אבער אויב איז דאס סיי וואס בין איך גרייט דיר צו העלפן".
"נעה, איך האף אז זאכן וועלן זיך אויסגראדן ס'איז פשוט א שווערע דורך גאנג." על האט אריין געקוקט שמואל אין די אויגן און זיך אנגערופן, "סעם
איך קען דיך שוין פון אלס קליין קינד, איך גלייך נישט דיין פנים, אפשר דאך זאגסטו מיר צו איך קען דיר עפעס העלפן? איז איינע פון דיינע קינדער אדער דיין ווייב נישט געזונט"?
"ניין ניין, איך זאג דיר, דאס איז א דורך גאנג. איך האף עס צו קענען מיטיילן מיט דיר ווען איך וועל זיין פארטיג דערמיט". "איך הער", רופט זיך על אן "דא נעם מיין נאמבער שרייב דיר עס אראפ, איך בין די נעקסטע פאר וואכן דא אין שטאט, אז דו שפירסט אז דו ברויכסט סיי וואסערע הילף האלט דיך נישט צוריק פון מיך רופן".
פיין.

שמואל כאפט א בליק אויפן זייגער און זעהט אז ס'איז שוין שפעט ער לויפט כאפן א טעקסי און גייט צום לויער'ס אפיס.

אנקומענדיג דארט האט ער טאקע נישט לאנג געדארפט ווארטן די לויער האט אים שיין אויפגענימען און שמואל האט אים פארציילט וואס די מעשה איז. די לויער הערט אים אויס און ווי נאר שמואל איז פארטיג געווארן האט די לויער זיך אנגערופן פאר שמואל, "הער מיך אויס, דו ביסט אין אן ערענסטע פלאנטער, זיי האבן גאר שטארקע באווייזן אנטקעגן דיר אויב לויפסטו יעצט צו די פאליציי, פון די אנדערע זייט איז שווער צו גלייבן אז איינער וועט אפילו ווען אויסהערן דיין זייט פון די מעשה נאכן האבן פינגער אפדריקן אויפן גאן און א בילד פון דיר. אלזא, איך קען דיר נישט מער ווי עצה'נען אז דו זאלסט זיי אויספאלגן און הערן וואס זיי פארלאנגן. גיי צו די מיטינג היינט און הער וואס זיי ווילן, אפשר איז עס גאר א קלייניגקייט און אז דו וועסט זיי נאכגעבן וואס זיי ווילן וועלן זיי דיך אפלאזן. אין בלאטע ביסטו סייווי, יעצט פראביר זיך ארויסצוזען די שנעלסטע וואס מעגליך."

שמואל האט שטארק נישט געשמעקט די עדווייס פונעם לויער, סתם אריין גיין אין וואנט אריין און פאלגן וואס די חברה הייסן האב עפעס נישט גוט געקלינגען גוט. אבער ער האט קיין צווייטע ברירה נישט געהאט, ווייל לויט די לויער דראט אים א שיינע פאר יאר אויב זאלן זיי גיין צו די פאליציי.. אלזא, וואס טוט מען דא ווייטער?

באלד קומט די צייט פונעם מיטינג אין שמואל ווייסט נאך נישט צו ער זאל גיין ווי א וואוילע אינגל אדער גאר זיין אן אויבער חכם וואס דאן קען עס אים טייער קאסטן. דאן האט אויפגעבליצט פאר שמואל א געדאנק, אפשר זאל איך מיך יא דורך רעדן מיט מיין שכן עלווין, אפשר קען ער מיך יא דא ארויסהעלפן, נאר אלעמען איז ער א געלערענטע מענטש מיט אויסטערלישע פיזישע כוחות און פארשטייט צו אזא מעשה, אפשר וועט ער מיר קענען עצה'נען וויאזוי זיך אומצוגיין דא,
געטראכט און געטון, שמואל זוימט זיך נישט, ער רופט אן זיין שכן עלווין און באשטעלט ביי אים א מיטינג. עלווען האט זיך זייער געפריידט צו סעם און באשטעטיגט אז זיי גייען זיך טרעפן און צען מינוט ארום. די מיטינג גייט פארקומען ביי עלווין אין די קאר.

ס'איז נישט דורך קיין עלעף מינוט און שמואל טרעפט זיך זיצן ביי עלווין אין די קאר. שמואל האט זיך קודם אנטשולדיגט אז ער האט אים באמת נישט געוואלט אריין מישן אבער אזוי ווי ער האט אים פונקט היינט געטראפן זעהט ער דאס ווי א מזל זאך אז אפשר גייט ער טאקע זיין די ריכטיגע שליח אים צו העלפן, עלווין האט געלאכט און געזאגט פאר שמואל אז ער איז מער ווי פרייליך אים צו קענען ארויסהעלפן ער זאל נאר זאגן וואס גייט פאר.

שמואל האט אראפגעלייגט די גאנצע מעשה פאר עלווען און מיט טרערן אין די אויגן האט אים שמואל פארציילט וואס זיי האבן געטון מיט אים מיטן גאן און אז די לויער זאגט אז אויב גייט ער נישט פאלגן און זיי גייען אריין געבן די באווייזן קען דאס אים טייער קאסטן.
עלווין האט אויסגעהערט יעדעס ווארט און זיין בלוט האט זיך גענימען זידן.
"וויסן זאלסטו סעם, איך גיי נישט אפטרעטן פון דעם קעיס ווילאנג איך זעה נישט די אלע מענטשען פארשפארט אין טורמע! איך נעם די קעיס אלס מיין פערזענליכע אקציע, איך האב שוין אין מיין לעבן געטון אסאך געוואגטע אקציעס און געהאנדעלט מיט אסאך שווערערע פעלער ווי דאס, אבער קיין איינס האב איך נישט גענומען אזוי פערזענליך! איך זאג דיר, די אלע גייען נאך שטארק חרטה האבן פארן דיך טשעפענען. קען זיין עס וועט נעמען א וויילע, אבער איך זאג דיר צו אז איך וועל נקמה נעמען אין זיי, די סוף וועט זיין א זיסע"!

ס'איז נאך דא אפאר שעה ביז ניין אזייגער. איך גיי מיך דורך שמועסן מיט אפאר פון מיינע קאלעגאס, אפשר וועלן זיי מסכים זיין מיטצוארבעטן מיט מיר, איך וועל זיך דורך שמועסן מיט זיי, אבער זארג נישט אפילו זיי זאגן מיך אפ וועל איך ארבעטן אליין און איך קען דיר גאראנטירן אז איך וועל זיי באזוגן. יעצט איז עטוואס נאך פינעף אזייגער, בערך זיבן אזייגער ווארט אויף מיין רוף איך וועל דיר זאגן וואס ווייטער צו טון.

שמואל האט זיך גאר שטארק באדאנקט פאר עלווין און זיי האבן זיך געשיידט אז זיבן אזייגער גייען זיי זיך ווידער טרעפן ביי די קארנער פון זייער גאס.

שמואל איז אהיים געלאפן און זיך איינגעשפארט אין זיין ספרים שטוב, ארויסגענימען א תהלים און זיך גענימען זאגן מיט א צובראכן הארץ בעטענדיג דעם אייבערשטען אז ער זאל אים שטיין צו זיין רעכטע האנט. דערנאך האט ער אריין גערופן זיין ווייב און איר פארציילט די גאנצע מעשה. זי האט זיך גלייך גענימען וויינען הערענדיג וואס איר מאן איז דורך און נאך מער האט זי געציטערט הערענדיג מיט וועלכע מענטשען ער האט זיך דא פארפלאנטערט. אבער שמואל האט איר בארואיגט אז מיטן באשעפערס הילף וועט אלעס דורך גיין בשלום און שמואל האט איר פארציילט אז די שכן עלווין האט גענימען אויף זיך די גאנצע זאך און מיטן אייבערשטענס הילף וועט ער זיין די ריכטיגע שליח.

ווען די זייגער האט געוויזן אויף פינעף צו זיבן האט ער געזאגט פאר זיין ווייב אז ער מוז לויפן, זי האט אים ארויסבאגלייט מיט טרערן אין די אויגן און אים געוואונטשן אסאך הצלחה.
פונקטליך זיבן אזייגער האט א קאר זיך אפגעשטעלט פאר שמואל, ער האט נישט געדארפט צו סאך קוקן צו זעהן אז דאס איז זיין שכן עלווין, שמואל האט זיך אריין געזעצט אונעם קאר אבער ס'האט אים אפגעווארט אן איבערראשונג נאך דריי מענטשען זענען געזעצן אין די אינטרעשטע זיצן. מיט א שמייכל האט על פארציילט אז זיינע חברה זענען אלע געווארן זייער אויפגעהייטערט הערענדיג די מעשה און זיי זענען אלע גרייט צו העלפן וואס מעגליך. -ס'דארף דערמאנט ווערן דא, אז ווען מ'רעדט פון מיטארבעטערס מיינט דאס אלע פון זיי זענען געווען פון די נעווי סיעלס וואס האבן געארבעט אינאיינעם מיט עלווין, וואס דאס מיינט א גרופע פון נעווי סיעלס דארף מען קיינעם נישט מסביר זיין, זיי זענען דאס שטערקסטע און בעסט געלערנסטע מענטשען וואס אמעריקא פארמאגט. אויף יעדע פון זיי האט די רעגירונג געשפענדט הונדערטער טויזענטער דאללערס. און די אלע האבן זיך פאראייניגט ארויסצוהעלפן שמואל'ן- די קאר האט זיך אריין געדרייט אין א שטילע שמאלע געסל און דארט האט זיך עלווען אפגעשטעלט. יעדער האט גערייכט הענט מיט שמואל און זיי אלע האבן ארויסגעוויזן גרויס סימפאטיע און זיך אנגערופן אז זיי זענען אלע גרייט צו העלפן מיט וואס נאר שייך. דערנאך האט עלווין איבערגענימען דאס ווארט און אנגעפאנגן מסביר זיין פאר שמואל "ווי אונז קלער מיר איז דאס אן ערענסטע גענג, מיר ווייסן נאך נישט פונקטליך וואס זיי ווילן פון דיר דאס גייט מען היינט נאכט געוואויר ווערן וואס מיר ווילן פון דיר דערווייל איז אז דו זאלסט פראבירן צו שפילן דאס מערסטע רואיג וואס שייך. ווען דו גייסט היינט נאכט גיין צום מיטינג זאלסטו פראבירן אויסצוהערן יעדעס ווארט וואס זיי זאגן פראביר אויפצוכאפן אויב מעגליך סימנים ווי למשל אויב יעדער טראגט די זעלבע סארט קייטל אדער אויב טראגט יעדער די זעלבע סארט שיך צו סיי וואס. דערנאך פראביר אויפצוכאפן יעדעס ווארט וואס זיי זאגן למשל אונז איז וויכטיג צו הערן צו ער רעדט עפעס וועגן א בעה"ב אדער ער איז גאר די בעה"ב פון די גרופע. מיר וועלן אויך זיין אנוועזענד ביי די מיטינג. מ'גייט אונז טאקע נישט זעהן אבער מיר וועלן דארט זיין. איין זאך איז אבער זייער וויכטיג, אויף קיין פאל זאלסטו נישט זיך ארום קוקן אדער אנדייטן סיי וואס אז זיי זאלן באמערקן אז דו ביסט און קאנטאקט מיט איינעם. זיי דארפן גלייבן אז דו פאלגסט ווי א שעפעלע, מיר וועלן טון וואס מיר דארפן.
שמואל האט געשאקלט מיטן קאפ אלס פארשטענדעניש און מיט דעם האבן זיי זיך געשיידט.

פון דארט האט זיך עלווין'ס קאר ארויסגעלאזט צום ברוקלין בריק, זיי האבן געהאט אפאר זאכן צו ערלעדיגן נאך פאר די חברה קומען אן. שמואל איז צוריק אהיים און ווען די זייגער האט געוויזן אויף האלב ניין האט זיך שמואל ארויסגעלאזט מיט א טעקסי צום ברוקלין ברידזש...

וואס איז שמואל געוואויר געווארן ביי די מיטינג?

פארזעצונג אי"ה.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכר באנדל »

פארוואס פונקט ביינאכט??? ווילסט דוקא איך זאל נישט קענען שלאפן? ס'ניש שיין...

עניוועי, די טוה דיינס און גיב אונז ווייטער פון די זאפטיגס!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אב ;l;p- ;l;p- ;l;p- , די ביזט עפעס נישט סתם, די האסט עפעס אן עקסטערע חוש אריין צו שלעפן אין די מעשה כאילו איך לעב עס מיט לייוו, האלט אן, מיר ווארטן פארן קומענדיגן.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

Wow wow wow gevaldig
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שרעקעדיג!!!
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

Typical אב!!! נאדיר א גרינע ;l;p- ;l;p- ;l;p-
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייווישעל »

איך וויל פארשלאגן אז מזאל פארמאכן די אשכול אין נאר אב זאל דא קענען שרייבן אין פאר הערות זאל זיין א עקסטרע אשכול אין ביי סוף פין יעדע פארזעצונג זאל זיין א לינק גראד צו יענע אשכול צו קענען באדאנקן אזוי אז ווען סקומט ארויף אויבן זאל מען וויסן אז סאיז דא נאך א פארזעצונג נישט סתם נאך א שרכוח
איפה פייוויש?
דא בין איך
אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכר באנדל »

עס וואלט געווען בעסער ווען אב שרייבט אויפ'ן קעפל ווען ס'איז דא א נייע פארזעצונג, אזוי ווי לאקשן ברעט האט געטוהן ביי זיינע פארצונגען.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”