ר' בנימין פארכאפט ביי טעראריסטן,

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

ר' בנימין פארכאפט ביי טעראריסטן,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

א דראמטישע פארזעצונג וואס וועט איך האלטן געשפאנט די גאנצע צייט אי"ה.

____________________________________



איך בין אויף מיין פאזיציע גרייט צו נעמען שריט ווען ס'פעלט זיך אויס האט
מייק אריין געמורמעלט און די קליינע מאשינקע וואס איז באהאפטען צו זיין ארבעל,

גוט, וואו נאר ער וואקט ארויס פון דעם בילדינג רוים אום אראפ פון וועג און לאז וויסן ווען די דזשאב איז אווער ווייל ס'ווארט אונז נאך א לאנגע נאכט,

אקעי קאפי, מורמעלט מייק צוריק צו זיין אויבערהאר טשארלי,

מייק'ס אויגן זענען באהאפטען צום קליינעם קוקער וואס ליגט אויפן רעוואלווער, ער מאכט זיכער נישט אראפצונעמען קיין אויג און נישט פארפאסען די געלעגענהייט,

דזשים זיצט ביי זיך און אפיס און און זיין וויסטען חלום קלערט ער נישט וואס דא ווארט אום אפ,
די טאג איז היפש פארוואלקענט, די זין נויגט זיך שוין צו מערב זייט און ער גרייט זיך צו פארלאזן זיין אפיס, ער פאקט צוזאם זיינע פאפירן ער לעשט אויס דעם קאמפיוטער ער גריסט א גוטע נאכט פאר זיין סעקרעטאר און מיט א וואונדער פרעגט ער, ביסט נאך דא אזוי שפעט? וואס איז היינט געשעהן?
גארנישט אויסערגעווענליך, אפאר קלייניקייטן צו ערלעדיגן און איך גיי אויך שוין,
אקעי, פארמאך די לייטס ווען די גייסט ארויס,
אקעי,
גוטע נאכט,

וואו נאר דזשים האט פארלאזט די אפיס ווענדענדיג זיינע טריט צום עלעוועיטאר, האט זיך מייק'ס טעלעפאון צוקלינגען, א טעקסט מעסעדזש ליינט זיך וואו פאלגאנד: "טארגט איז אן די וועי".

די עלעוועיטער טיר עפענט זיך, דזשים וואקט אריין, נישט וואוסענדיג אז דאס איז גאר מעגליך זיינע לעצטע פאר מינוטען פון זיין לעבן.......




און א בילדינג דערנעבען שטייען צוויי פאר אויגן און קוקן אראפ אויפ'ן גאס, מייק ווייסט נישט אז יעדע ריר ווערט אפגעכאפט און ער איז פיר און צוואנציג שעה אונטער אויפזיכט,
עמער יעצט איבער לאזן פאר אפאר מינוט דזשים מיט מייק, און לאמיר זעהן וואס דא שפילט זיך אפ.

א' וארא תשסח,

דזשים זיצט און אפיס די טאג איז וואו א גווענליכע ארבעטס טאג, מ'דארף איבער קוקען די פאפירען, געבן פערמיטס,אראפ פארן צום פארט,
בקיצור, א טאג וואו אלע טעג,
זיצענדיג אזוי איבער געבויגן אויף די פאפירן, פעידזש'ד אום זיין סעקראטערי אז איינער וויכטיג זוכט אום אויפן פאון, אקעי טרענספער די קאלל,

יע, היי דזשים, איך הייס ביל און איך ארבעט פאר א קאמפעני און איראן, איך וויל האבן א פריוואטע מיטונג מיט דיר, ווען איז די בעסטע צייט?

דזשים: מארגן עלעף דרייסיג דא ביי מיר און קאנפרענס רום,

ביל: נישט קיין פראבלעם, עמער זיך זעהן מארגען.


ב' וארא,

ביל קומט אן מיט זיין שיינע מערסעדיס, און האלט א שאפינג בעג און זיין הענט, ער פארט ארויפ מיט די עלעוועיטאר און באגריסט די סעקרעטאר, ער זעצט זיך אריין און קאנפרענס רום אפצוווארטן דזשים,

11:35 דזשים וואקט אריין מיט אן אויסגשטרעקטע האנט און באגריסט ביל,
נאך א קורצע שמיעס פרעגט דזשים וואס האט'ך אהער געברענגט דא?
ביל: לאמיר גראד גיין צום ענין, די ביסט דאך און טשארדזש אויף די שיפמענטס און קאנטענערס וואס קומען אריין ביים פארט,
דזישם: יא,
ביל: איך האב א שיפמענט וואס דארף אנקומען פון איראן און איך וויל אז די זאלסט דורך לאזן דעם שיפ אן אינטערזוכן........!!!!

דזשים: ביסט פון זינען אראפ? איך קען דאס נישט טון...

ביל: די גייסט עס טון!!
און אזוי רעדענדיג שלעפט ביל ארויס א גאן, מיט א פעקל הינדערטערס און ער לייגט עס אראפ אויפן טיש,
ביל: די קענסט יעצט גיין אויף דעם וועג, און ער צייגט זיין הענט אויף די הינדערטערס, אדער אויף דעם וועג, און ער צייגט אויף די גאן!
יעצט קלויב וואס די ווילסט!

פארזעצונג אי"ה.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

שוטה וואס ער איז,
ווען איך בין ווען ער כאפ איך אראפ די גאן פון טיש אין ערלעדיג אים אויפן פלאץ!
איי מ'וואלט נישט גיקענט מאכען א פארזעצונג, נו איז וואס? יודיש בלוט איז עפעס הפקר? די סעלפיש יונגאטש,

ווי ס'קוקט אבער אויס רעד מען דא פון פאלנע גוים איז במילא האלט אן!
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

אה דאס איז פיינע נייעס, מהאמיר שוין נאך א פארזעצונג צו ליינען, אבער דאס קוקט אויס ווי מער ווי סתם עפעס א פארזעצונג..

איך ווארט...
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מיר ווארטן מיט אנגסט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

מיר האפן היינט שפעטער אונעם טאג אדער נאך פורים ארויפצולייגן נאך א פארזעצונג.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שיין שיין, יישר כחכם.
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

פארזעצונג 2

______________________________


דזשים נעמט זיך שוויצען און פאנגט אן צו קעקעצען, אבער ביל לאזט נישט אפען קיין צוויי ברירות,

ביל: נו, וואו זעמער?

דזשים: אקעי,

דזשים פאנגט אן צו ווידמען און קאפ א פלאן וואו אזוי זיך ארויסצודרייען פון דא, אבער ביל האט גראד געזעהן מיט וועם ער האנדעלט דא,
ער שטעלט זיך אויף און וואקט צו נאנט צו דזשים און ער צייגט אום אויף א קליינע מאניטער וואס ער האט און טאש, וויסען זאלסטו, זאגט ער אום אריין און אויער, די ביסט פון די מינוט און ווייטער אונטער מיין אויפזיכט, איין קלייניקייט וואס די פלאנסט וואס גייט מיר נישט געפעלן, און די ביסט א קאפ קערצער,
און אויב מיינסטו אז איך בין מגזם, נאדיר......
ער מישט אום אויף צו טשענעל 2 און ס'קומט ארויף אויפן מאניטער זיין הויז און ער זעהט וואו זיין ווייב האלט אונמוטן צושטעלן סאפיר.....

יעצט זעהסטו אז איך מיין ביזנעס!!??

און אזוי וואקט ער ארויס מיט א שמייכעל אויסגעצויגן אויף זיין געזיכט,

דזשים זיצט אויף זיין פלאץ פארשטיינערט!
וואו אזוי זעה איך מיך ארויס פון דא טראכט ער צו זיך??
וואו בין איך דא אריין געפאלן?

דזשים פאנגט אן צו קלערן פון זיין יונגט, זיין טאטע א חסידישע איד פלעגט וויינען צו אום אז ער זאל זיך האלטן און נישט נאך גיין זיינע שלעכטע חברים, אבער ער איז אייביג קליגער געוועהן, נאך זיין חתונה האט ער אינגאנצען אפגעהאקט פון זיין משפחה און מאדענעזירט זיין נאמען פון בנימן צו דזישם,
יעדעס מאל וואס זיין הארץ האט אנגעפאנגען צו שפילן שילד געפילן האט ער זיך מער אריינגעווארפן און זיין ארבעט און אוועקגעשטופט די מחשבה,
אבער יעצט, זיצענדיג דא אזוי פארלוירן שווימט אלעס צוריק ארויף, ס'פאנגט אן צו דריקן און באנק טאן, ער גלייבט נישט וואס זיין מויל האט יעצט געזאגט אבער זיינע ליפן שעפשעט א תפילה צום באשעפער, און טרעפט זיך צוזאגן אז אויב זעהט ער זיך ארויס פון דעם מצב לעבעדיגערהייט זאגט ער צו זיך אום צוקערן און צוריק ווערן א ערליכע איד,

באשעפער איך בעט דיר, זעה מיך ארויס פון דעם מצב, איך געב דיר מיין עהרן ווארט.

ביל, ארויסוואקענדיג פונעם אפיס, אנשטאט אראפ פארן אויפן ערשטען שטאק צו די לאבי, איז ער אראפגעפארן ביז די בעסמענט, זיך איבער געטוישט די קליידער צו ארבעטס קליידער אנגעטוהן מיט סאן גלעסעס ער האט אויסגעזעהן וואו א געהעריגע ווערייזן ארבעטארער, ער פארט אראפ און בעסמענט, גייט גראד צו צום טעלעפאון באקס ריקט אריין א טשיפ וואס וועט אויפכאפן יעדע קאלל וואס גייט און קומט פון דזשימ'ס אפיס, וואו נאר ער איז פארטיג געווארן איז ער צוריק ארויפגעפארן צו די לאבי און ארויס געוואקט פון דעם בילדינג, די דאר מען האט געגעבן א קוק אויפ אום וואו איינער זאגט פון וואו ביסטו אריין געקומען, אבער ער איז שוין לאנג נישט געוועהן צום באקומען, א קאר האט אום אפגעווארט און אפגעפלויגן פון דארט, זייענדיג און די קאר רופט ער אן זיין בעל הבית טשארלי און מעלדט אום אז דזשים איז מוט אונז און מ'קען גיין ווייטער מיט די פלאן,

טשארלי גייט צו צום קאמפיוטער און זעהט טאקע וואו דזשים זיצט אינגאנצען צושאקלט נאך און די קאנפרענס רום, א ברייטע שמייכעל צוהט זיך אויס אויף זיין געזיכט,
יא, כ'האב געוואוסט אז אויף ביל קען מען זיך פארלאזן....

אזוי זיצענדיג אויפ זיין סקרין זעהט ער אז א פאון קאלל קומט אריין צו דזשימ'ס טעלעפאון יעצט, ער געט א כאפ די העד סעט, ער זעהט וואו דזשים לויפט צו צום טעלעפאון, העלאו.. יא, דא רעדט די דאר מען, האסטו היינט געהאט א מיטינג מיט איינעם? שווארצע האר, ברוינע שיך מיט סאן גלעסעס? יא זאגט דזשים,
אינטערעסאנט, ווייל אריין איז ער געקומען מיט א רעקל און ארויס איז ער מיט ארבעטס הויזן.......
דזשימ כאפט גראד וואס דא גייט פאר ער פארשטייט שוין אז רעדן דא קען ער נישט,
איך ווייס, זאגט דזשים, ער האט געוואלט עפעס זעהן און איך האב נישט געוואלט ער זאל שמיציג ווערן האב איך אום געגעבן אלטע ארבעטס קליידער וואס איך האב דא געהאט, ער האט מיך געפרעגט צו ער קען עס מיטנעמען האב איך געזאגט יא,

המ.... פון וואו האסטו פארשאפט א ווערייזן דזשעקעט?

איך געדענק..? ס'איז דא געלעגן ביי מיר האב איך אום דאס געגעבן, עניוועי, אונז עמער רעדן,

טשארלי זיצט און הערט אויס די שמיעס, ער האט הנאה געהאט אז דזשים האט ג'ענטפערט וואו מדארף,
אבער פארוואס ביל האט נישט אבאכט געגעבן פארשטייט ער נישט, ער וועט אום שוין עקסטער אריין געבן פאר דעם,


דזשים זיצט ביי זיין פלאץ און פראבירט זיך מצמצם צו זיין וואס דא האט פאסירט און וואס זיינע אפציעס זענען,
יעצט אזוי, די טעלעפאון איז זיכער אז ער קען נישט ניצען מער, די אפיס איז אויך באוואכט, זיין הויז אויך...
אבער ס'איז אום בייגעפאלן אן המצאה, ער שעפשעט א תפילה צו ג-ט אז ער זאל שטיין צו זיין רעכטע האנט.......

ער רופט אן זיין ווייב אז היינט קומט ער נישט אהיים, ער וועט איבער שלאפן און אפיס. זי פרעגט וואס גייט פאר...
גארנישט נאר אסאך ארבעט און מארגען זאגט מען א גרויסן טרעפיק,
אקעי זאגט זי מיט א קענטליכע פארוואונדערונג,

פארשטייט זיך אז טשארלי האט אלעס מיטגעהאלטען, און ער טראכט צו זיך, יא יא פארשטייט זיך אז ער פארט נישט אהיים, ער ווייסט אז דארט איז אום גארנישט בעסער, נו פארוואס זאל ער אהיים גיין.....

דזשים ווארט אויף פינעף א זייגער די בילדינג פאנגט זיך אן אויסצוליידיגן, ער פארט אראפ מיט די עלעוועיטער צום בעיסמענט.

טשארלי קוקט זיך אזוי צו וואו דזישם פארלאזט דאס אפיס און ווענדט זיינע טריט צום עלעוועיטער, ער וואונדערט זיך דעראויף, ער האט דאך גערופן זיין ווייב אז ער קומט נשיט אהיים,
אבער טשארלי איז נישט באזארגט ווייל אויב גייט דזשים יא פארלאזן זיין אפיס וועט ער עס גראד אויפכאפן אויף די קעמרע וואס ליגט באהאלטען קעגען די בילדינג טיר און ער וועט גראד שיקן א קאר אום נאכצופארן,

ער רופט אן ביל און זאגט אום ער זאל זיצען גרייט מיט אן אנגעצונדענע קאר טאמער דזשים פארלאזט גאס בילדינג.

דזשים פארט אראפ און בעיסמענט, און גייט גראד צו צום מעין ברעיקער און רוקט עס אראפ!

די גאנצע בילדינג איז איינגעהילט געווארן און א פינסטערניש, די שוואכע שיין פון די עמערדזשענסי לייטס האבן זיך אנגעצונדען, דזשימ'ס הארץ באכעט.....
ער ווייסט אז ער דארף יעצט ארבעטען זייער שנעל......
ער לויפט צוריק ארויפ די סטעפס ביז זיין אפיס, ער ווייסט אז יעצט קען קיין קעמערע נישט ארבטען,
ער נעמט זיין בענקל ער רוקט עס צו צום טיש, ער נעמט צעהן פעקלעך פעיפערס ער שטעלט עס אויפ ווי א מענטשעם געבוי מיט אן אראפגעבויגענעם קאפ ער לייגט אראפ זיין גלעזער ביי די זייט אויפן טיש, ער מאכט זיכער אז די בילד זאל אויסזעהן כאילו איינער שלאפט דא מיט די קאפ אויפן טיש, און אזוי פארלאזט ער דעם אפיס ער לויפט צוריק אראפ און בעיסמענט, ער טוט זיך אן שמיציגע קליידער וואס ליגט דארט ארום, ער לויפט צום פארקינג לאט טיר און וואקט ארויס האפענדיג אז קיינער האט נישט באמערקט....

טשארלי זיצט ביים קאמפיוטער און ווארט צו ער וועט זעהן דזשים פארלאזן די בילדינג, אבער אונמוטן זעהט ער שווארץ!!! ער זעהט נישט גארנישט, ער מישט אויף די קעמערע וואס איז קעגען די בילדינג און זעהט אז דערווייל האט דזשים נישט פארלאזט דאס פלאץ, אבער ער איז נישט רואיג, ער רופט ביל זאל גיין זיצען ביים בילדונג זיכער מאכן אז ער גליטש זיך נישט ארויס,


די מענעדזשמענט פון די בילדינג איז גראד געקומען צו גיין זעהן פארוואס די ברעיקער האט געקראכט, זיי האבן געזוכט און גארנישט געטראפן, אלעס קען געשעהן גיט זיך די ארבעטער א רופ אן צו זיין קאלעגע, ער רוקט ארויף דעם ברעיקער און אלעס ארבעט פיין,

טשארלי זעהט אז די לעקטער איז צוריק ער כאפט א בליק אויף די קעמערע און זעהט וואו דזשים איז צוריק און אפיס און זיך צוגעלייגט פאר א דרימעל....
ער רופט אן ביל און מיט א געלעכטער זאגט ער אום, דזישם האט געזעהן אז ס'איז נישטא קיין לעקטער איז ער געגאנגען זיך צולייגן... כא כא... שלאף דיך אויס... ס'ווארט דיך נאך אסאך אקטיוועטעיטן און די נעקסטע פאר טאג, עניוועי, ביל די קענסט צוריק אוועקפארן, די קרבן שלאפט יעצט, איך וועל אום מאניטערן פון דא...

פון די זייט פון די אויג זעהט דזישם וואו א קאר פארט אוועק פון די בילדינג... די פנים איז אום קענטליך... יא יא... די שטיק האט געארבעט....

אבער די נאכט איז קורץ טראכט ער, איך דארף נאך צוריק זיין בעפאר זיבן מארגען צופרי.....

ער ווענדט זיינע פיס טריט צו.......

פארזעצונג אי"ה.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

אב, זייער אינטערעסאנט, גיי ווייטער איך בין שוין גרייט פאר די נעקסטע.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

הוי הוי הוי, וואו בין איך דא, יו האסטו מיר אנגעצויגן. דא סטאפסטו?!, עניוועי הערליך הערליך, ביטע לאז אונז נישט לאנג ווארטן, שפאנונג וואו ביזטו? קום דא אונז ווארט מיר דא.
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

זייער ציענד! האלט אן.
אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2008 3:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך reb yid »

א נייע ווירוס ביי אונז אין קרעטשמע!
פשיהא! די דערציילסט גוט! קיפ אפ!
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

מיר האבן שוין אפגעשריבן די נעקסטע פארזעצונג, מיר ארבעטן עס יעצט איבער און מיר האפן שפעטער -אדער מארגן- עס ארויפצולייגן,
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

הערליך פאנטאזירט, כ'גלייך זייער שטארק מעשיות וואסיז ווייניג ענליך צו אלטע געליינטע מעשיות, כ'גלייך חידושים, און כ'טרעפעס דא. יישר כחכם.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ווי זאגט יענער? א נייער וויירוס...

אלטע באטשי.. כ'מיין אלטער טאטע, האסט מיר אריינגעצויגן אינעם מצב, יו מעיד איט!, קיפ אפ די גוד ווארק, דאס וועט שוין זיין די דריטע בוך ארויס געגעבן צו ווערן דורך אידישע וועלט....
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

דריטער פארזעצונג

-----------------------------------


ער ווענדט זיינע טריט צום הויפט אפיס פון פב"א,
ער קומט אריין און ביים דעסק בעט ער גראד פאר די הויפט וואס איז און טשארדזש פאר די פלאץ, די חברה מאן ביים דעסק קוקט אום אן און פרעגט אום וואס זיין באגער איז, אבער דזשים נעוועזערהייט ענטפערט אז ער וויל רעדן צום הויפט,
אקעי, זעצט אייך אראפ און מיר וועלן אום לאזן וויסן אז איינער וואס וויל זיך נישט אידענטפעצירן ווארט אויף אום,
ביטע זאגט אום אז ס'איז זייער וויכטיג ווארפט דזשים צו,
אקעי,
נאך אפאר לאאנגע מינוטען וואקט א גרוי האריגער געבויטער מאן ארויס און כאפט א בליק אויף דזשים,
דזשים נעמט אזויס זיין איידי קארד און ווייזט אום אז ער ארבעט פאר די שטאט און ער איז די העכסטע און ראנג ביי די פארט, די אפיציר ווייזט אום אז ער זאל אום נאכוואקן,
דורך וואקענדיג די טיר אריין צו גיין צו די אינעוויינוגטסע קארידארן דארף מען זיך אויסטשעקן צו מ'טראגט גארנישט שעדליך מיט אויף זיך, דזשים איז דורך און זעצט זיך אראפ אנטקעגן דעם אפיציר,
אן קיין הקדמות פרעגט אום די אפיציר זיין נאמען, ראנג, און נאך אפאר קלייניקייטן, און צום פוינט, וואס האט דיך אהער געברענגט היינט נאכט אזוי שפעט?

דזשים ברעכט אויס און א געוויין, ער קען קוים קומען צום ווארט,
ער שעפשעט א שטילע תפילה צום באשעפער אז ער זאל האבן די ריכטיגע ווערטער,
און אזוי פארציילט ער די גאנצע מעשה וואס איז היינט פארגעקומען, די אפיציר הערענדיג די מעשה און זיך וועלענדיג איבערצייגן די ווארהייט דערפון, איז ער תיקף ארויפ אויפן וועב און זעהט אז יא, היינט איז באריכטעט געווארן א קורצשלוס און בילדינג 664 וואס דאס איז דזשימס בילדינג, און די סיבה אויפן קורצשלוס איז אומבאשטעטיגט און נאטירליך,

די אפיציר רופט זיך אן צו דזשים, הער מיך צו, איך נעם די קעיס אויף מיר,
די גייסט דא ווערן א דאפעלטער אגענט, די גייסט ווייטער ארבעטען מיט זיי, ווייל איך מוז דערגיין וואס די שיפמענט איז און ווער ס'שטייט אונטער דעם,
דעס שמעקט פון אן אינטענעשאנעל סעקיורעטי אישו,
יעצט קום מיט מיר איך גיי דיר געבן א קורצע טרעינונג וואו אזוי מ'נוצט וואפן, און וואו אזוי מ'לערנט זיך צו זעהן אויב איינער איז אויף די פיס טריט, אא"וו,

נאך א צוויי שעה איז דזשים ארויסגעקומען אן אויסגעשעפטער, ער האט זיך קיינמאל נישט געגלייבט אז ער וועט זיך דארפן לערנען צו זיין א פעלד אגענט, אבער וואס טוט מען נישט זיך צו ראטעווען דאס לעבן...
ער זאגט פארן אפיציר אז ער וויל זיך צולייגן פאר צוויי שעה און נאכדעם דארף מען טראכטען א פלאן וואו אזוי זיך צוריק ארייצובאקומען און די בילדינג,
דזשים האט זיך צוגעלייגט,
אבער די פב"א איז נישט געשלאפן די נאכט....

אן עמערדזשענסי מיטינג איז פאררופן געווארן אויף איינס דרייסיג ביינאכט פאר פיר ספעציעלע אגענטען פון דעם אפטיילונג, די אפיציר האט זיי אנגעזאגט אז קיינער טאר נישט וויסן אז אזא מיטינג האט בכלל עקזעסטירט,
די פיר אגענטן זענען אנגעקומען און צייט, און די אפיציר האט זיי ערקלערט און קורצן וואס די סיטאציע איז,

געבליבן ביי די מיטינג איז אז די פיר גייען זיך פארשטעלן וואו קאן עדיסאן ארבייטערס, און גייען פארן צום בילדינג זיך פארשטעלענדיג וואו זיי זענען געקומען פארריכטן און אויסטשעקן וואס האט געברענגט די קורצשלוס, און אזוי בשעת מעשה נאכאמאל אויסלעשן די לעקטער פאר א קורצע צייט און אזוי וועט זיך דזשים צוריק אריין באקומען און די בילדינג,

און פארשטייט זיך אז פון יעצט און ווייטער איז דזשים אונטער די אויפזיכט פון פב"א און יעדעס ווארט וואס ער רעדט ווערט אויפגעכאפט דורך די קליינע שטיקעל וואס מ'האט באהאפטן צו זיין שניפסל, אויך האט מען אום צוגעגעבן א קליינטשיגע באטאן, וואס אויב שפירט ער אמאל אז ער איז און צייט פון א שטארקע נויט זאל ער דריקן דעם באטאן און דאס וועט גלייך אלאמירן פב"א אז מ'דארף נעמען ערענסטע שריט.


פינעף אזייגער, די אפיציר וועקט אויף דזשים, און ער גיבט אום די דעטאלן פונעם פלאן, ביז צעהן מינוט גייט א קאן עדיסען טראק דיר ווארטן ביים קארנער, גיי צו און פרעג צו זיי פארן צו 664 , אויב די ענטפער איז יא דעמאלטס קענסטו דיך אריין זעצען, און דא האסטו די קאן עדיסאן קליידער וואס די וועסט אנטון און די טראק,

דזשים פארט מיט זיי צום בילדינג און ס'האט זיך אויסגארבעט בעסער וואו געפלאנט,
וואו נאר די לעקטער האט זיך פארלאשן איז דזשים ארויפגעלאפן צו זיין אפיס און זיך געזעצט אויף זיין פלאץ, מיט א לייכטערע געמיט אז די באשעפער שטייט אום צו די רעכטע זייט, און ב"ה זיין פלאן האט זיך אויסגעארבעט,


טשארלי זיצט ביים קאמפיוטער האלב דרימעלדיג, גאנץ א לאנגווייליגע נאכט, דזשים שלאפט א מחי' ער רירט זיך נישט...
ער שלאפט שוין אויף די זעלבע פאזיציע פאר כמעט צוועלף שעה... אבער גארנישט איז אויסערגווענליך,

קוקענדיג אויפן סקרין זעהט ער וואו די לעקטער האט ווייטער געקראכט.....
ער גייט גלייך צו די גאס קעמערע און זעהט טאקע אז א קאן עדיסאן טראק שטיין ביים טיר, ער פראבירט זיך צו האלטען וואך זיכער מאכן אז דזשים ניצט נישט אויס די צייט צו אנטלויפן,
נאך פיפצען מינוט איז די לעקטער געוועהן צוריק און ער זעהט טאקע אז דזשים שלאפט נאך, טאקע זיך גערוקט אביסעל..... געטוישט פאזיציע.... אבער דאס איז זייער נארמאל.....

אביסעל נאך זיבן אזייגער צופרי צוקלינגט זיך טשארליס טעלעפאון אויף די אנדערע זייט איז זיין איינגעשטעלטער אגענט וואס ארבעט ביים פראנט דעסק פון די פב"א און דעם לאקאל,
ער איז די טאג שיפט ארבעטער, ער פאנגט אן דעם טאג זיבען אזייגער און ענדיגט פינעף נאכמיטאג,

הער אויס טשארלי, איך ווייס נישט צו ס'איז אינטערעסאנט פאר דיר אבער שמיסענדיג מיט די נאכט שיפט ארבייטער פרעגענדיג וואו אזוי די נאכט איז דורך, זאגט ער מיר אז א אומאינדענטעפאצירטע מאן האט אריין געוואקט און געבעטן צו רעדן צום אפיציר, די אפיציר האט אום אריין גענומען אינעוויניג, וואס ער האט דארט געטוהן ווייסט ער נישט אבער די וויזיט האט מען אויסגעמעקט פון די סיסטעם, און די מאן איז נישט צוריק ארויסגעקומען...

טשארלי: וואס מיינט ארויסגעקומען, ער איז נאך דארט?

אגענט: ניין, ער איז ארויס פון די הינטער טיר,
איך ווייס נישט צו ס'איז דיר אינטערעסאנט, אבער די ווייסט דאך אז איך דערצייל יעדע זאך וואס זעהט מיר אויס פישי,

האסט נאך אינפארמאציע?

אגענט: פארוואס? די טראכס'ט עפעס?

טשארלי: איך האב דיר עפעס געפרעגט, איך ווארט אויף א תירוץ נישט אויף א קשיא.

אגענט: אקעי, איך האב נישט מער אבער איך קען פראבירן, וואו נאר איך וועל האבן וועל איך צו וואוסן טון,
גוט!

טשארלי פאנגט אן חושד צו זיין.......

ס'איז נישט אזוי גרינג און פשוט וואו דזשים האט געמיינט אז ס'וועט זיין.....
אסאאך קאפ וויי ווארט אום נאך אפ....

פארזעצונג אי"ה.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

רב זקן a1 אויב עפעס געשעט צו בנימין ביזטי ריספאנסיבל
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איין מינוט ווי בין איך דא, שוין די דריטע מאל וואס די נעמסט מיר אויף א שפאציר, האלט אן שפאנונג ווארט מיט אונז. ;l;p- ;l;p- ;l;p-
police
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך police »

amazing keep it up
הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעלע »

זקן,

איך בין פריער געוועהן אין עולם הדמיון, כהאב געטראפן דארט נאך אסאך ניקס דמיונען צוזאמען מיט מיר..
אפי' שפאנונג איז אויך געווען דארט, כהאב נאר אביסל רחמנות אויף עהם, ער דארף נעבעך דארט אפ זיצן אגאנצן צייט...

אין אויב האבעך גוט געזעהן, ביזטו אויך דארט געוועהן און געארבעט אויף די קומענדיגע פארזעצונג...

;l;p- קיפ איט אפ, און לאז אונז נישט לאנג ווארטן.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אב, דו ביסט איבערמעכטיג!. ס'געשמאק צו שפאצירן אין עולם הדימפל...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ריזיג, כ'בין נישט זיכער צו נאך יעדע פארזעצונג וועלעך האבן א פרישע אויסדרוק, כ'זאג דיר אבער שוין יעצט, אז אויב אלע פארזעצונגען וועלן גיין אויף דעם סיסטעם, עטעס זיין מער ווי געוואלדיג.

א הארציגן יישר כח.
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

וואו ס'זעהט יעצט אויס גייט עס אריין גיין און מער דראמאטיש און שרעקעדיגערע פאזעס, דער עולם זאל זאגן צו מ'וויל אזוי אדער מ'זאל נאכלאזן און ענדערש גיין מער סאליד?
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

נאו נאו, די האלט אן גיי ווי מער דראמאטיש אין שרעקעדיג, א רררררררררריזיגן יישר.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

למעלה משבעים האט געשריבן:נאו נאו, די האלט אן גיי ווי מער דראמאטיש אין שרעקעדיג, א רררררררררריזיגן יישר.
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

שמערי בערי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:נאו נאו, די האלט אן גיי ווי מער דראמאטיש אין שרעקעדיג, א רררררררררריזיגן יישר.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”