די גוגל ערפינדערס**די היסטערי פון בעק-ראב**גוגל**גוגל-עדס**גוגל-פלעקס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Bentzion
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 10:00 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bentzion »

Transition from do to covid
פאר גארנישט און פאר נישט
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

געליינט און הנאה געהאט, ווארטן מיר פאר ס׳נעקסטע
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

נישט פשוט

נעם א ביסעלע אייערמעקטן מיט טענעבוים אויל ווייל עולם שטייט א קאכט א פאר א פרישע ארטיקל

סארי פאר די פרעשער באט איטס רילי ,,,,,,,
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

בלעכענער פנים האט געשריבן:געליינט און הנאה געהאט, ווארטן מיר פאר ס׳נעקסטע
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

נישט פשוט האט געשריבן:די ארטיקל איז געווארן אפגעשטיפט דא_טא_קאוויד...
מיר טהון זיך אשטנדלדוגן און מיר שיקן טרייסט ווינטשן און די וויייסע הויז איז געווארן געבריפט...

הממ.. ווען קומט שוין די נעקסטע?
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

וואס גייט פאר? די לעצטע פארזעצונג איז געווען Jan 4..
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וואס גייט פאר? די לעצטע פארזעצונג איז געווען Jan 4..
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

שטויביג האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וואס גייט פאר? די לעצטע פארזעצונג איז געווען Jan 4..

הממ... זעט אויס אז בינג האט טיעף אריין געשניטן אין גוגל.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

בעזרת השם מארגן וועלן מיר ארויסלייגן א פרישע ארטיקל.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

איך אויך
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

אונז ווארט מיר מיט די הענט און די הייעך
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

היינט איז די מארגן פון נעכטן
נעם נישט קיין פרעשער ס'נאר צו ווייזן אז כ'האב הנאה ר' אייך
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

נעם יא פרעשור!
וויפיל איז די שיעור צו ווארטן?!
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

יישר כח פאר ביז אהער
דערוילעם ווארט מיט שפאנונג
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

נישט פרעשור יא פרשור, טו ווי די ווילסט...
נאר ברענג שוין עפעס פריש
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

גוגל פרינט געלט!

אקעי, מאכן געלט וויל יעדער, אבער, נישט יעדער איז מצליח... איז לאמיר זעהן וויאזוי גוגל, האט דערשנאפט וויאזוי צו מאכן געלט פון די אינטערנעט, אבער נישט סתם געלט, נאר "אוצרות" פון געלט... און ווי א טאג שפעטער, מאכן זיי נאכמער ווי נעכטן.
די געלט קומט פון עדווערטייזניג. ווער ס'האט שוין אמאל עפעס ארויסגעלייגט פאר עדווערטייזמענט, אדער אין PR ווייסט וויפיל געלט עדווערטייזמענט קאסט!


איז לאמיר טאקע זעהן פארוואס. כדאי צו פארקויפן א פרעדוקט, מוז מען האבן א וועג וויאזוי צו באקומען קאסטומער'ס. אוודאי וואלט יעדער געוואלט אז זיין פרעדוקט זאל גיין פון מויל צו אויער, סיי ווייל דאס איז די שטערקסטע עדווערטייזמענט, און סיי ווייל ס'איז פריי פון אפצאהל! אבער איז נישט אייביג שייך, און נישט אייביג איז די אייטעם טאקע גוט, מוז די מוכר פריש עדווערטייזן, צו כאפן נייע קונסומער, און אזוי אויך וויל יעדע מוכר באקומען נייע פרישע קלייענט'ס. על כן, מוז יעדע פירמע צאלן שווערע געלטער פאר עדווערטייזינג. "עדווערטייזינג קען דיר מאכן לעבען, און עדווערטייזען קען דיר לייגן אין די ערד" .


די מעשה איז, אז גוגל האט 'פארכאפט' די אינטערנעט אלץ זייער'ס א פלאטפארמע! און עס פארוואנדעלט אלץ זייער עד סיסטעם, אין יארע 2021 האבן זיי פארדינט אזויפיל ווי 180 ביליאן טאללער. גוגל וויל זאלסט נוצן די אינטערנעט ווי מער, וועגן דעם געבען זיי דיר א אימעל אדרעס בחנם און אזוי ווייטער .

באמת, איז גוגל נישט געווען די ערשטע מיט די געדאנק פון עד'ס אויפן געוועב, פארקערט, גוגל האט ביים זיך גרינדן, געאייסערט קעגן עד'ס, און פארשפארכן נישט צו לייגן קיין עד'ס אויף זייער בעקראב סערדזש ענדזישן, אבער ס'האט נישט געדוירט לאנג ביז זיי האבן געטוישט זייטן. און גוגל האט למעשה מצליח געווען צו אריבעררוקן די ערנסטע געלטער פון די גאנעצע עד ביזנעס צו זיי, רוב פון די עדווערטייזמענט'ס געלטער זענען ביז דעמאלטס געליגן אין די טעלעוויזשאן, בילבארודס, און מאגאזינען.


די סיבה פארווואס מ'האט אנגעהויבן צו לייגן עד'ס ענדערש אויף גוגל (די געוועב), איז ווייל מיט גוגל'ס עדס, זענען די עדס געווארן אסאך מער טארגעט'עד, און לכבוד דעם אסאך מער ווערדפול. אנשטאט לייגן סתם אן עד פאר אן עירליין טיקעט, אויף א רעדיאוי קוואל, איז די עד נאר געגאנגען פאר מענטשן וואס האבן געזוכט צו פליען אין די נאנטע צוקונפט, די מענטש וואס האט געוואלט פליען, איז דיר אנטקעגן געקומען מיט א גוגל סירטש, אזוי איז די עד געווען אסאך מער ווערדפול און צום ריכטיגן קאנדידאט.


איי וועסטו דיר וואונדערן... זיי זענען דאך קוים 30 יאר אלט, ניין?! ווי זענען די עלטערע חכמים, געווען? וואו איז מייקראסאפט. פארוואס איז ער געשלאפן? עפל? IBM? יעהא? אדער די אנדערע עלטערע קנאקער'ס, פארוואס האבן זיי נישט פארכאפט די אינטערנעט?!
די תירוץ אויף דעם איז פשוט. ווייל קיינער האט נישט געגלייבט אז ס'איז אפי' מעגליך צו מאכן געלט פון עד'ס אויף די אינטערנעט, בענער (Banner) עדס זענען טאקע געווען אין גרויסן, און שטארק נערווירד אבער נישט דארט איז די געלט געזיצן.( איינער פון מייקראסאפט ארבטער'ס האט געזאגט פאר ביל געיט'ס, די דארפסט אפקויפן גוגל... האט ער עס אוועקט מאכט, וואס? איך זאלן צאלן א בליאן טאלער פאר די צוויי יונגע צאציק'ס?...)



****


יארע 200. גוגל איז נאך דאן געווען פריש און ניי און יונג, זיי האבן נאכנישט פארדינט קיין פעני, און בנוסף צו דעם, האבן זיי יעדן טאג פארברענט געלט. יעדן טאג איז געווען פרישע חידושים, פיטשער'ס, געהייערט נאך ארבייטער'ס, און די בערגל געלט פון 25 מיליאן טאללער וואס זיי האבן געבארגט, איז מיט יעדן טאג געווארן אלץ טאג פלאכער,און ס'איז שוין כמעט גארנישט געבליבן. גוגל האט דאן געהאט גאנץ שווערע צייטן, מהאט אנגעהויבן איינציען די פאסיק, ס'האט שוין געהאלטן ביי די טייטע זייט לעכער...


די אינוועסטאר'ס האבן געווארט אז גוגל זאל שוין אנהייבן צו אריינ-נעמען עפעס געלט, און גוגל איז שוין געווען גאנץ באוויסט, מיט א שיינע 70 מיליאן באזוכער, אבער קיין פלאן וויאזוי צו מאכן געלט, און איינע פון די אינוועסטער'ס האבן אפי' געזאגט אז גוגל זאל זיך אפשר טרעפן אנדערע אינועסטאר'ס, און זיי וועלן זיך ארויס ציהען...


גוגל האט דיסיידעד צו ארויף גיין א כיתה, און זיי האבן געזוכט א פראפעסיאנאלע CEO, אבער זיי האבן זיך נאך אלץ שטארק געקלויבט, אבער נישט סתם געקלויבט, נאר דערקלויבט, נישט קיין אנדערער ווי מר. סטיוו דזשאבס (עפל'ס CEO) עפעס וואס איז באמת נישט געווען קיין הוא אמינא, אז ער גייט מסכים זיין, אבער דאס איז געווען די קאנדידאט וואס זיי האבן געוואלט. למעשה, האבן זיי ביי די ענד געהייערט, מר. עריק שמיט פון מייקראסאפט. א צוואנציג יאר עלטער ווי די צוויי חברה.
(גוגל האט געהאט גאר נאנטע באציהונגען מיט עפל, און גוגל'ס CEO מר. שמיט איז אפי' געווען פון עפל'ס באורד מעמבער'ס אבער שפעטער ווען גוגל האט ערצייגט די אנדרויד פאון זענען זאכן געווארן ציפענדיג, און ער האט פארלאזט די עפל באורד)

נאכן זיין און אזא טייט בודזשעט האט גוגל גענומען די איינציגסטע מהלך. 'עדס אויף די ריזאלטס', אבער איז מיט געקומען מיט א שטארקע תנאי, צו זיכער מאכן, אז סיי די רעזאלטס און סיי די עדס זענען די זעלבע גוט פאר די ענד יוזער.



ווען גוגל, האט אנגהויבן צו פארקויפן עדס, האבן זיי פשוט געכאפט אויף וואס פאר א וואלקאן פון גאלד דא ליגט און ווארט צו אויפלאקערן. זיי האבן האט זיך פשוט דערזעהן מיט א גאלד גרוב,און זיי האבן עס באהאלטן די מערסטע מעגליך. גוגל האט אפי' האט געהייערט איינעם, וואס זאל פשוט זיכער מאכן אז קיינער ווייסט נישט דערפון, עס באהאלטען פונעם ציבור און די מידע און בעיקר פון מייקראסאפט.

זיי האבן געוויסט אז איין טאג וועט מען עס אנדעקן, אבער פראבירט עס צו באהאלטן ווי ווייט מעגליך, יעדער איז אנגעזאגט געווארן זיך צו האלטן דאס מויל פארשטאפט. און אלעס איז געאנעגען מיט אזא ששששש... קאנצעפט, ביז... ווען גוגל איז געגאנגען פאבליק אויפ'ן סטאק מארקעט, און געמוזט ארויסקומען מיט נאמבער'ס וויפיל זיי מאכן פאר די באנקירן.

די סיבה פארוואס מ'האט עס טאקע געקענט באהאלטן איז געווען, ווייל קיינער, אפי' די מומחים האבן נישט געגלייבט אז ס'איז אפי' מעגליך צו מאכן געלט. אין 2001 האבן זיך די פארדינסטן געפריפעלט'עד פון א יאר בעפאר, און געמאכט 86 מיליאן טאללער, אבער האט נאכדעם אין 2004 געלאונטשט ווי א ראקעט, מיט 47 ביליאן ריווח, און אלעס אן א פלאן ביים זיך גרינדען וויאזוי צו מאכן א ניקעל....

(די היינטיגע עולם איז שוין אביסל אימיונט צו די טריליאן דאלער נומער.. פיהלט מען נישט די ריכטיגע אפטייטש פון די נומער'ס, און געוויסע מיינן אז גוגל איז איר אלט, אבער חברה.. די נומער'ס זענען אוט-סטענדינג!!)


ביי אן אסיפה פארן ארויפגיין אויפן סטאק מארקעט ביים IPO, די באנקירן זענען געזיצן שטיל און אויסגעהערט ווי איינער(א גוגל ארבטער) האט גערעדט אלעס ארום גוגל, און דאן זיך אנגערפון" לאמיר גיין צום פינטל" און געפרעגט אויב מ'קען גלייך גיין צום סלייד... די נאבער'ס... הארטע פאקטן... דער יעניגער האט געוויזן די נומערן אויפן סלייד, און די באנקירן האבן פיין הנאה געהאט, פון די עד-אינקאם-נומערן. אבער נאך א מינוט האט זיך יענער אנגערפון, אפאא.... איך האב געמאכט א טעות און געלייגט, די נישט ריכטיגע סלייד פרעזענטאציע, און דערנאך אויף געשפילט די ריכטיגע, א צווייטע סלייד. די סומע'ס זענען געווען דאפעלט פון די ערשטע סלייד... די עולם האט געשפרינגען פון די בענקלעך, די רווחים זענען געווען הערליך!


איז לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן. לאמיר גיין שטייטליך און זעהן די פארשידענע עד'ס סערוועיס וואס גוגל שטעלט צו פאר עדוועטייזער'ס.
אויב דו גייסט קוקן אביסל פאקטן היינט, קענסטו ווערן צומישט מיט די נעמען, ווייל גוגלס עד'ס סיסטעם, און אזוי אויך זייער עד-נאמען, האט זיך שוין געטוישט אפאר מאל, סיי די מהלך און אזוי אויך די נעמען פון די עד-פראגראמ'ן .


CPM פרימיום-ספאנסערשיפ


די ערשטע עד סערוויס פון גוגל האט זיך אנגהויבן מיט די Premium Sponsorship פראגראם, דאס איז געווען זייער אנדערש ווי היינט, און געהאט א סעיל'ס-טיעם, פלאצירט מיט אפיסעס אין ניו יארק, ווי סעילס פערסאנאלן, האבן אנגעטראגן פאר פירמעס צו קויפן קי-ווארדס, און די עדס זענען געגאנגען אויף די רעזאלטס פעידזש לויט די ווערטער וואס די יוזער האט געזוכט .


די פאקטישע עד ריזלאטס זענען געווען אויבן פון די ריזאלטס געפארבט מיט אן אנדערע קאליר צו צוווינשיידן די עד'ס מיט ארגינעלע ריזאלטס אז עס זאל זיין שטארק מערקבאר.
(וואס קיווארדס מיינט און קורצן: ווען דו פארקויפט למשל קארס קענסטו קויפן די ווארט \ קי-ווארד "קאר-פאר-סעיל", אדער, "שאפ -א-קאר", "סעלינג-קארס" דאס זענען קיווארדס, און די אדוועטעזייטער קויפט די ווערטער אזוי אז ווען איינער טייפט אריין די ווערטער צו קויפן א קאר, וועט זיין וועבסייט ארויפקומען אלץ א ספאנסערד עד)


גוגל'ס ערשטע עד איז געווען וואס גוגל האט אליינס ארויפגעלייגט, און איז געווען עדס צו קויפן בוקס אויף עמעזאן. עמעזאן האט באצאלט אפיליעט לינק אפצאל, פאר יעדע מאל מ'האט געקויפט דורך דיין אפיליעט לינק, זיי האבן כמובן נישט געמאכט קיין סך געלט דערפון, סיי ווייל זיי האבן נאכנישט דאן געהאט גענוג וויזטער'ס, און אויך עמעזאנ'ס 5 פרצאנט איז זייער ווייניג צו מאכן פרנסה, און באמת האט קיינער נישט ערנסט געקליקט אויף די עדס, אבער נאכאלץ זענען די חברה געווען צופרידן צו זעהן וויאזוי די סיסטעם ארבעט זיך ארויף, און וואס מ'דארף טוהן עס צו בעסער מאכן.


די פרימיום-ספאנסערשיפ, וואס עדוועטייזער'ס האבן געקויפט, האט געקאסט לויט וויפיל מענטשן האבן געזעהן די עד, אין אנדערע וועטער, וויפיל מענטשן האבן באקומען די עד אין זיייער סירטש ריזאלטס.

די קאסט-פער-אימפרעשען, אדער ,CPM איז געגאנגען פאר יעדע 1000 באזוכער, דאס הייסט פאר יעדע 1000 מענטשן וואס האבן געזוכט פאר א עיר ליניע און געזען די עד, האט מען באצאלט כך וכך. די נעקעסטע 1000 ריזאלטס\אימפרעשנס איז געווען די נעקסטע טרענזעקשן.


פון אנהייב האבן זיי געמאכט גאר ווייניג געלט, מיט א באזע פון 350 עדווערטייזער'ס און גוגל האט אפי' געהאט פלענער עס ארויסצוגעבן פאר אן אינדערויסנ'דיגע פירמע צו ראנען די גאנצע עד ביזנעס און פאקוסען נאר אויף סירטש. די פראבלעמען זענען נאר געווארן ערגערער מיט די דאט-קאם קראך אין 2000 . (א סוגיא פאר זיך וואס די דאט-קאם באבעל, אבער אין קורצן האבן טויזענטער ביזנעסער וואס האבן געפאפעט אויף די נייע אינטענעט זיך געלייגט דרימעלען) גוגל האט עס למעשה פיין ארויפגעארבעט. אבער לאמיר זיך אריבערכאפן א מינוט צו א צווייטע פירמע.


עד ווארדס

גאו-טא Goto


איינע פון די ערשטע סירטש ענדזשינ'ס איז געווען א פירמע מיטן נאמען גאו-טא Goto, די גאו-טא ערצייגער זענען אויפגעקומען מיט א גלענצעדיגן געדאנק פון מאכן ביזנעס... אנשטאט די מהלך פון גוגל וואס האט געארבעט אז ווען דו האסט געזוכט פאר א קאר זענען די ריזאלטס געווען לויט רעלעווענט, און ווי ווייניגער בייעסד פון פירמעס וואס האבן באצאלט אז זיי זאלן ארויפקומען, איז גאו-טא געגאנגען און געברענגט ריזאלטס "נאר פון עדווערטייזערס, דאס איז אזויווי למשל דו זאלסט עפענען א יעלאו פעידזש בוק, און די קאפעני'ס וואס האבן געצאלט מער געלט האבן גרעסערע און שענערע עדס, און דאס זעסטו קודם... אזוי איז געווען ווען דו האסט געזוכט עפעס, איז ארויפגעקומען קודם דער וואס האט געצאלט די מערסטע געלט...

די עדווערטייזער'ס האבן זייער הנאה געהאט פון די מהלך, און עס איז טאקע געווען זייער זייער סוקסעספול. אבער נישט גענוג, האבן זיי געשלאסן קאנטראקט'ס מיט אן אנדערער סירטש ענדזשין, AOL אז די ערשטע פאר ריזאלטס זאלן קומען פון זייער ליסט. דאס הייסט אז די ערשטע פאר ריזאלטס זענען געקומען פון גאו-טא'ס עדווערטייזמענט לינקס. און זיי האבן געמאכט אין זייער ערשטע יאר, א ריווח פון 20 מיליאן דאללער.

די צווייטע חכמה פון גאו-טא איז געווען, אז די עד ריזאלטס זענען פארקויפט געווארן דורך אקשענ'ס, דאס הייסט אז די עדווערטייזער האבן גע'ביד'ט איינער מיטן צווייטן פאר די פאזיציע, און עס האט געארבעט מיט קיווארדס, דאס הייסט: אויב האסטו פארקויפט שעד'ס האסטו גע'ביד'ט צו באקומען די ערשטע פאזיציע פאר די ווארט שעד'ס. די זעלבע מיט אינשורענס, קארס, הייזער וכו' נאכדעם האסטו געקענט ביד'ן פאר די זעלבע קיווארד פאר די צווייטע פאזיציע און פאר א דריטע.

די דריטע גראנדיעזע איידיע פון גאו-טא איז געווען, די "פעי-פער-קליק" די פעי-פער-קליק איז געוווען עפעס וואס די עדוועטייזערס האבן זיך מחי' געווען דערמיט, די סיבה פארוואס עדווערטייזערס האבן עס אזוי ליב געהאט איז פשוט, דו האסט נאר באצאלט פאר גאו-טא ווען מ'האט געקליקט אויף די לינק, אויב למשל האסטו גע'ביד'ט פאר די ווארט קאר אינשורענס האסטו נאר געצאלט ווען איינער האט גע'קליק'ט דיין לינק, אויב האט קיינער נישט גע'קליק'ט האטסטו גארנישט געדארפט צאלן.

גאו-טא האט גאר שיין פארדינט דערפון, און געמאכט יענע יאר 100 מיליאן טאללער דערפון, און זיך געיאגט צו גיין אויפן סטאק מארקעט. אבער די זיך יאגן, האט זיי געקאסט א טייערע פרייז. זיי האבן פארזעהן צו פאטענט'ן די זאך\איידיע פון פעי-פער-קליק און די איידיע פון אקשענס פאר קיווארדס...!


גוגל האט שנעל דערכאפט די פאַרטעֶל, גוגל האט געוויסט פון גאו-טא'ס מהלך און עס זענען אפי' געווען רעדס פון זיך צוזאמשטעלן מיט גאו-טא, למעשה האט גוגל געהאלטן אז זיי קענען זיך אליינס אן עצה געבן, און נאך זיין אפי' אסאך בעסער. און אנגעהויבן א נייע סערוויס גערופן עד-ווארדס, דאס הייסט דו האסט געקענט קויפן קיווארדס, בעסער געזאגט ביד'ן פאר קיווארדס, זיי האבן בעסיקלי נאכגעמאכט די איידיע פון גאו-טא, אבער עס געמאכט פיל פראקטישער און אסאך מער עפישיענט. צו קויפן א קיווארד האסטו געדארפט אויספילן א פארום אנליין, און בידן פאר א קיווארד אן דעם וואס ס'זאל זיין אפי' איין מענטש אריינגעמישט אין די גאנצע סעיל.

אבער גוגל האט אריינגעלייגט אסאך כוח, און עס געמאכט מיט א טוויסט, דו האסט געקענט בידן די העכסטע פאר א קיווארד אבער דאס האט נאכנישט געמיינט אז דו וועסט עס למעשה באקומען, ווייל למשל מיט גאו-טא, האסטו געקענט קויפן יעדע ווארט אויף די וועלט, און אייביג האָבן דיין לינק די ערשטע.

גוגל אויף די אנדערע הענט האט געמאכט אז כדאי דיין לינק זאל ארויפקומען נאכן ביד'ן האט עס אויך געמוזט זיין רעלעוואנט, דאס הייסט: האסט געקענט האבן געקויפט די ווארט קאר, אבער אויב איז דיין סייט לינק נישט געווען רעלעוואנט צו קארס וואס די זוכער האבן געוואלט, ביסטו נישט ארויפגעקומען אפי' ביסט געווען די העכסטע ביד'ער.

די אויפטוה איז געווען זייער פשוט. אז די ענד יוזער האט נאר באקומען עדס וואס זענען כמעט אדער די זעלבע אינטערעסאנט ווי עכטע ריזאלטס, און לכבוד דעם האט ער געקליקט דעראויף. און אזוי האט סיי גוגל פארדינט פון דעם, און אזוי אויך די עדוועטייזער, ווייל אפי' ביסט נישט געווען די העכסטע ביד'ער, אויב ביסטו געווען די מערסטע רעלעוואנט האסטו באקומען די העכערע פאזיציע אין די רעזולטאטן.

גוגל האט אויך אריינגעלייגט אסאך כוחות אז עס זאל קענען וואקסן (סקעילן), גוגל האט געוואלט עס מאכן מורא'דיג פשוט, און די עדווערטייזער זאל ניטאמאל דארפן קלויבן קיווארדס. נאר גוגל וועט אוטאמאטיש דיר געבן קיווארדס לויט דיין עד קאמפיין. גוגל האט דערנאך געמאכט נאך אפאר גוטע סטראטעגיעס אין די בידנינג פראדעצור, למשל: איינס: האסט נאר געקענט בידן פאר איין פאזיציע, אזוי זאלסטו נישט קענען זיך באנוצן מיט די צווייטער אדער דריטער אפציע.

איינע פון די פראבלעמען פון ביד'ס איז די פראבלעם פון ביד שעידינג, דאס הייסט: אויב איינער ביד פאר 10 טאללער און די אנדערער ביד'ט נאר פאר 5 דאלער, האט דער ערשטער דערלייגט 4.99. עפעס וואס האט געמאכט די ביד'ער קיינמאל נישט צו בידן פאר צו הויעך, מורא האבן'דיג אז ער וועט סתם דערלייגן און למעשה האט דאס צוריקגעהאלטן די גאנצע בידינג. (הערת ה'זעצער: אויב דו ביד'ס פאר צען טאללער, און א צווייטער ביד'ט פאר פינעף ביסטו די געווינער ווייל דו האסט גע'ביד'ט העכער, אבער דו וואלסט עס אויך באקומען אויב דו וואלסט גע'ביד'ט פאר 5.01, מילא, אויב דארפסטו ווען צאלן די גאנצע 10, האסטו דערלייגט 4.99)

דאס צו אדרעסירן, איז גוגל אויפגעקומען מיט א געניאלער איינפאל, אז די העכערע ביד'ער האט למעשה נאר געצאלט מיט א פעני מער פון דער אונטערשטער ביד'ער, דאס הייסט: אפי' דו האסט גע'ביד'ט פאר 100 טאללער, אויב האט קיינער נישט גע'ביד'ט העכער 50 דאלער האסטו נאר געצאלט 51 טאללער.

און די צווייטע העכסטער ביד'ער האט באקומען די צווייטער סלאט און די דריטע העכסטע בידער, האט באקומען די דריטער סלאט, אזוי האט מען גע'ביד'ט מיט א באקוועמ'קייט וויסענדיג אז די געלט איז ווערד.

גוגל'ס בידינג סיסטעם איז געווען אסאך בעסער ווי גאו-טא, און אזוי אויך האט גוגל אויך אדאפטירט די פעי-פער-קליק מהלך פון גאו-טא. און שנעל איבערגענומען די פארדינסטן פון גאו-טא, און גוגל האט געשלאסן א דיעל מיט AOL צו נוצן זייער סירטש ענדזשין עס זאלן דארטן ארויפקומען עדס.

די עד-ווארדס שרייבט זיך שיין, און מאכט אסאך סענס, אבער עס איז צודרייט קאמפליקעיטעד עס צו אויספירן און אלעס דארף געשעהן בשעת די יוזער מאכט א סירטש, אין די מילי סקונדע'ס וואס א יאזער מאכט א סירטש, דארף גוגל דיר ברענגען ריזאלטס פון ביליאנען סייט'ס, און דיר אויך ברענגען די עד'ס, פראסעסן די אקשען און אלעס אין ריעל טיים.

אויב מיינסטו אז די ריזלט'ס זענען מער-ווייניגער רעדי פאר דיר, האב איך דיר נייעס! אז גוגל'ס ריזאלטס זענען יעדן טאג מיט 15 פראצענט אנדערש ווי נעכען!!!

גוגל האט אנגעהויבן שארן גאלד פון די עד-ווארדס פראגרעם, קאמפעניס האבן נישט געדארפט מער ווי אביסל צייט, און געזעהן זייער עד ארויפקומען אויף גוגלס סירטש ריזאלטס, און די עולם האט אויפגענומען די עדס זייער גוט, ווייל די עדס זענעו באמת געווען ווערדפול. יעדער באמת וואס זיי האבן געזוכט, און 2002 איז גוגל געווען די ערשטע יאר וואס גוגל איז געווען פראפיטעיבל!

גוגל האט שפעטער געשלאסן די קאנטארקט מיט AOL צו נוצן זייער ענדזשין פאר גוגל'ס עדס, עס צו'כאפענ'דיג פון גאו-טא. גוגל האט אפי' געלייגט פאלשע ארבייטער אין די אפיסעס אז AOL זאל מיינען אז גוגל איז גרעסער וואו זיי זענען באמת, . די אמת'ער סיבה פארוואס AOL האט געטוישט, איז ווייל גוגל איז א בעסערע סירטש ענדזשין (וואו גאו-טו) און מיט א בעסערע עד סיסטעם. AOL האט טאקע אפגעמאכט אז גוגל וועט למעשה אריינברענגען מער געלט.

גאו-טא איז געווארן שפעטער אפגעקויפט דורך יעהאו, עפעס וואס גוגל האט מורא געהאט, ווייל גאו-טא האט גע'סוע'ד גוגל פארן גנב'נען גאו-טא'ס איידיע. אויב דענק איך גוט, האט גוגל שפעטער זיך געשליכטעד מיט יעהאו אינדרויסן פון געריכט.


גוגל עד-סענס Google AdSense - היינט דיספלעי-עדס



אין גוגל האבן די אינדזשענירן געארבעט אויף א מהלך צו אנאלאזירן וועב-פעדזשע'ס מיט AI צו קענען פארשטין די אינהאלט פון יעדע פעידזש. דאס הייסט: פארשטיין פון די ווערטער פון וואס ס'רעדט זיך, און אזוי פארשטיין וועלכע ווערטער גייען צוזאמען. דאס הייסט קלאסטער'ס. למשל גרעי:עלעפאנט, בלוי:הימל אזוי וועט די AI קענען מאכן דערפון פרעדיקשענס. און קורצן: צו פארשטיין (מיט קאמפיוטער'דיגע מח) שכל'דיג אונזער שפראך...


די פראדזשעקט האט געהייסן "פיל" דאס הייסט: די פיל פראגרעם האט געקענט פארשטיין פון א וועב-פעידזש וואס די נושא און רעדע איז, און מאכן דערפון קיווארדס, דאס הייסט: ווען איינער למשל באשרייבט זיין נסיעה צו א סקיי רעזארט און ער שרייבט דארטן אז ער איז געגאנגען דארט גלישטן אויף די בערג, האט די פיל סיסטעם געקענט מאכן קיווארדס פון די אינפאו, און געקענט לייגן דעראין עדווערטייזמענטס.


די נוצן דערפון איז, אז די עדווערטייזער האבן געוואלט מער פלעצער פאר עדס, נישט נאר אויף גוגלס סירטש ענדזשין, און מיט די פיל סיסטעם האט גוגל געקענט לייגן עדס אוטאמאטיש אין וועבסייטס לויט די אינהאלט פון די סייט.
די סיסטעם האט געארבעט זייער פשוט, די אונער (פאבלישער) האט פארקויפט ספעיס אויף זיין וועבסייט פאר גוגל, און גוגל האט דארטן געלייגט עדס, און ביים קליקן וועט גוגל געבן א חלק פון די רווחים פאר די פאבלישער.


גוגל האט נישט געוואלט ווארטן ביז די עדווערטייזער וועלן זיך אויפסיינען, און גוגל האט גלייך געצאלט פאר די פאבלישער פאר די פלאץ, און אנגעהויבן לייגן עדס, און זיי האבן אויך נישט געבעטן קיין געלט פון די עדווערטייזער. די עדוועטייזער האבן זיך געפריידט פאר פלוצלימ'דיגע פרייע עדס אויף גרויסע סייטס, און צוביסליך אזוי, האבן מער פירמעס זיך אויפ'געסיינ'ט. און נאך אפאר חדשים האט גוגל געמאלדן פאר די פאבלישערס אז זיי סטאפן צו קויפן די פלאץ פון פאראויס, און די פאבלישערס האבן מסכים געווען צו ווארטן ביז עדווערטייזער וועלן קומען, און ס'האט טאקע נישט גענומען לאנג ביז זיי זענען געקומען. שפעטער האט מען געקענט קלויבן וואו די עד זאל זיין. למשל אויף די ניו יארק טיימס צב"ש.


אבער נישט נאר גוגל האט געארבעט אויף אזא איידיע צו ראנען זייערע עדס אויף די אינהאלט פון א פעידזש, נאר נאך א פירמע האט געארבעט אויף אזא מהלך… גאו-טא האט שוין אין 1999 געהאט אזא פראגראם גערופן לינק עדס. אבער עס איז געווען צו שווער פאר עדווערטייזער זיך צו קלויבן א פעידזש און די פראגראם איז שנעל באגראבן געווארן.


גוגל האט יא מצליח געווען עס צו מאכן גוט, און אין יארע 2003 למס' האט זיי עס געלאונשט שטילערהייט. אבער ס'הזאט געהאט איין פראבלעם, אז אן אנדערער פירמע, גערופן עד-סענס, האט שוין געהאט די פאטענט דעראויף... סיי גוגל, און סיי גאו-טא האבן עס געוואלט אפקויפן פון זיי, אבער למעשה האט עס גוגל אפגעקויפט פאר 42 מיליאן קעש און פאר 1 פראצענט סטאק שעיר, און גוגל האט אדאפטירט די עד-סענס, אבער געארבעט אויף די פיל סיסטעם. (עפעס וואס גוגל האט חרטה געהאט צו נוצן זייער נאמען - ווען עכט איז אלעס געווען היימיש (פון עד-סענס), נאר פשוט די רעכטן איז געווען זייערע.)


ביז דא זעהט אויס ווי אלעס גייט געשמירט און אוטאמאטיש, אבער די עד-סענס האט געהאט זייער שווערע אפסטיקלס. די סיסטעם איז אוטאמאטיש, און נישט איבעראל איז שייך פאר א סיסטעם צו טרעפן די ריכטיגע עדס לויט די אינהאלט. למשל איין ביישיפיל איז געווען פון א עד, אויף א נייעס סטאנציע, ווען איינער האט אריינגעלייגט א מענטש אין א גארבידזש-בעג און גע'הרג'עט, האט די עד-סיסטעם געלייגט א עד פון גארבידזש בעגס...

אדער למשל: א עראפלאן-קרעש נייעס מיט עדס פאר עיר-ליינס… אבער זיי האבן שוער געארבעט, און איז היינט א מאסיווער קוואל פון געלט פאר גוגל מיט א זאפאס פון 2 מיליאן סייטס וואס ראנען עדס פאר גוגלס עד-סענס, איבער 90 פראצענט פון וועב-סייט טרעפיק וועט זיך טרעפן מיט גוגל עדס פון די דיספלעי פראגראם.


יעצט אביסלע נומערן פון יארע .2020

96 פראצענט פון גוגל'ס פארדינסטן זענען געקומען פון זייער עדווערטייזניג פראגראמען.
גוגל האט מער ווי 2 מיליאן אדווערטייזער.
95 פראצענט פון גוגל סירטש זענען מער ווי 4 ווערטער.
פון די גע'קליק'טע עדס, 65 פראצענט האבן אין זיך די איינע פון די פאלגענדע ווערטער: "קויפן" ‘buy,’ ‘shop,’ ‘purchase.
מיט גוגל עדס קענסטו ארויפברענגען דיין ברענדינג מיט 80 פראצענט. (הערות הבחור ה'זעצער: פאר עדווערטייזמענט, ווענדט זיך צו די הנהלה..)
קאסטומערס מאכן מער ווי 160 ביליאן סירטשעס אויף גוגל יעדע חודש.
די יונגערע עולם אין די יארן 18-34 ווייסן נישט קיין חילוק פון אן עד-לינק צו אן ארגינעלער לינק רעזאלט.
אן עד-לינק אויף גוגל, האט 4 מאל מער שאנסן צו ווערן געקליט ווי אויף אנדערע פלעצער. (די נומער איז 63% קעגן עמעזאנס 15 און בינגס 6 פראצענט.)
96 ברענדס ספענדן געלט אויף גוגל עדס.
קלענערע פירמעס צאלן בערך 10 טויזענט דאלער א חודש אויף גוגל עדס.
77 פראצענט מארקעטערס פלאנירן צו ספענדן מער געלט אויף גוגל עדס.
די עווערידזש קליק אויף א גוגל סירטש עד, קאסט 2 אהאלב דאלער.
אויף גוגל דיספלעי עדס, קאסט בערך יעדער קליק 63 צענט.
די ליגעל אינדאסטרי איז די טייערסטע, מיט אן עווערידזש פון 6.75 פער קליק.
יעצט וועסטו פרעגן וויפיל די ריטיורן איז?! פאר יעדער דאלער ספענד, איז די ריטיורן 2 דאלער.


גוגל האט נאך אסאך פאקטארן וויאזוי צו מאכן און פירן די קאמפיינס, א שטייגער ווי גוגל אנעליטיקס אבער מיר וועלן שליסן דא.

אין די נעקסטע ארטיקל בעזרת השם, העמיר פראבירן זיך אריינצוכאפן אין א גוגל דעטע סענטער….


האלט זיך געשפאנט!
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

wowowowowwowowowow
דאס איז סאמטינג ספעשאל סהאט זיך ערנסט געלוינט צו ווארטן באמת א דאנק,
נאר צוויי הערות, 1. AI מיינט אן אלגאריטם? און וואס איז די ר"ת דערפון?
2. איך בין צווישן 18 און 34 און איך דריק קיינמאל נישט קיין עדס. (איך פאס אויף נישט צו דריקן קיין עדס)
טענקס עגעין
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

כ׳פאלג ווי א טאטעלע… כ׳בין שוין געשפאנט! שכח!

מ׳האקט.. גאמ
Artificial Intelligence
גאמ, איך פרוביר נישט צו קויפן פון עדס, קליקן יא… ווענצעך וואס
computer expert
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 5:05 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך computer expert »

WOW THANKS A BILLION
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

מורא'דיג!!! זייער שיין!!!
א גרויסען ש'כח!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

דער הימלישע איד האט געשריבן:wowowowowwowowowow
דאס איז סאמטינג ספעשאל סהאט זיך ערנסט געלוינט צו ווארטן באמת א דאנק,
נאר צוויי הערות, 1. AI מיינט אן אלגאריטם? און וואס איז די ר"ת דערפון?
2. איך בין צווישן 18 און 34 און איך דריק קיינמאל נישט קיין עדס. (איך פאס אויף נישט צו דריקן קיין עדס)
טענקס עגעין

chrome_Vf46KYdQzR.png
chrome_Vf46KYdQzR.png (80.2 KiB) געזען 2322 מאל
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

tesla האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:wowowowowwowowowow
דאס איז סאמטינג ספעשאל סהאט זיך ערנסט געלוינט צו ווארטן באמת א דאנק,
נאר צוויי הערות, 1. AI מיינט אן אלגאריטם? און וואס איז די ר"ת דערפון?
2. איך בין צווישן 18 און 34 און איך דריק קיינמאל נישט קיין עדס. (איך פאס אויף נישט צו דריקן קיין עדס)
טענקס עגעין

chrome_Vf46KYdQzR.png

שכח פארן צו ווייזן .
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

woooooooooooooooooooooooooooooow
ס'האט זיך געלוינט צי ווארטן..
יאך בון צווישן 18-34 כ'האב ביז איצט אפילו נישט געוויסט אז די ערשטע פאר ריזאלטס קענען זיין פשוטע אדווערטייזמענטס. פאר דעם אליין האט זיך עס געלוינט..
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: די גוגל ערפינדערס: לערי און סערגעי, די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

tesla האט געשריבן:woooooooooooooooooooooooooooooow
ס'האט זיך געלוינט צי ווארטן..
יאך בון צווישן 18-34 כ'האב ביז איצט אפילו נישט געוויסט אז די ערשטע פאר ריזאלטס קענען זיין פשוטע אדווערטייזמענטס. פאר דעם אליין האט זיך עס געלוינט..

ביי די ערשטע פּאר וואס זענען עדס שטייט א קליינע באקסעלע מיט די ווארט AD
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”