= = צום שיין פון די חנוכה ליכט = =
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
= = צום שיין פון די חנוכה ליכט = =
ווידעראמאל איז ער דא, ווי אלע יארן קומט דער הייליגער יום טוב חנוכה אן אומגעמאלדן אינמיטן דעם פראסטיגן ווינטער, פלוצלינג אן קיין ווארענונג לייגט דער שמש ארויס די קנייטלעך און גלעזלעך אויפן טישל ביים עק שוהל, ווי צו זאגען: הערט צו רבותי! דער לוח שפאנט פאראויס, ער ווארט נישט אויף אייער גרייטקייט.
נישט אלע ווערן געכאפט אין אן איבערראשונג, מאנכע רישן זיך שוין אויפן אנקום פונעם אור הגנוז א לענגערע צייט, די זריזין מקדימין האלטן שוין ביים פארפארטיגן די "קדושות" פונעם הייליגן בארדיטשוב'ער אויף חנוכה, בחורים אין די ישיבות לערנען שוין א לענגערע צייט בחברותא דעם "בני יששכר" וואס איז ספעציעל מאריך מיט לעכטיגע מאמרים אריינצוברענגען דעם שיין פונעם יום טוב אין אידישע הערצער, דער ערנסטער אינגערמאן האט שוין אנגעצינדן דעם ליכטל פון זיין נשמה מיט די ווערטער פונעם הייליגן דברי חיים, אויך טייל בעלי בתים האבן שוין געפונען צייט אין זייער אנגעצויגענעם סדר היום אויף אדורכצוטאן די הלכות פונעם יום טוב אין קורצן.
ערב חנוכה פאר מנחה, עס הערשט אן אנגעצויגנקייט, מענטשן דרייען זיך ארום מיט אן ערנסטן מינע אויסגעצויגן אויפן געזיכט, עס איז טאקע נישט די געווענליכע "ערב יו"ט" פיבער, נישטא קיין מצות אפצובאקן, סוכות אויפצושטעלן, קיישעלעך צו פלעכטן, מען ברויך אפילו נישט אנטאן קיין ספעציעלע מלבושים, עס שיינט ווי דער גאסט איז צופרידן מיט אונז וויאזוי מיר זענען.
דאך איז עס גאר אנדערש ווי א געווענליכע וואכן טאג, עס שפירט זיך דאס הייליגע גייסט וואס ווארט אט אט אריינצודרינגן אין אונזער מגושם'דיג וועלטל, מען קען מיט די האנט אנטאפן די העכערקייט וואס שוועבט אין די לופטן, אויף אלעמען איז קענטיג אז עפעס אויסערארדענטליך קומט היינט פאר ביי זיי אין געוויסן, יונג און אלט גרייטן זיך אויפצונעמען דעם פרייליכן יום טוב חנוכה ווי עס פאסט.
דער יום טוב איז נאכנישט פולשטענדיג אין קראפט, אבער די יונגווארג שטייט שוין גרייט מיט די קלאפער-געצייג, קוים וואס זיי קענען די אל"ף בי"ת און שוין געבן זיי ארויס פארטייבענדע קולות דורך זייערע פושקע קלאפערייען, זיי קומען צו מיט א בא'חן'עווטע תינוקות-של-בית-רבן שטימע בעטנדיג "צדקה"! ווער האט די הארץ זיי אפצוזאגען אדער אוועקמאכן מיט א נויג פון די האנט?
דער מנהג פון די אמאליגע ארימע אינגן – וואס ווערט צוגעברענגט אינעם ערשטן מגן אברהם פון הלכות חנוכה – ארומצוגיין ביי די טירן שנארן נדבות אום חנוכה, איז היינט צוטאג פארוואנדעלט געווארן אין אן אלוועלטליכן "כל הנערים" געיעג ווער עס קען צוזאמקלויבן דאס מערסטע צדקה אין לויף פון די געציילטע חנוכה טעג, טיילמאל ווערן פעטערס און שוואגערס כמעט ווי געצווינגן אנצופילן דעם דעפעציט מיט וואס דאס קינד דערזעט זיך זיצנדיג ביי די זאת חנוכה מסיבה.
דער עלטערער איד לאדענט אן זיינע קעשענעס מיט הויפענס קליין-געלט איידער ער פארלאזט זיין שטוב, זאל דאס קלעקן פאר אלע קליינווארג אין בית המדרש. עס איז צום צווייפלן ווער עס פריידט זיך מער, דער קליינטשיגער מיטן ניקל וואס עס איז אים געלונגען ארויסדערווישן פונעם אלטן, אדער דער אלטיטשקער מיטן געלעגנהייט וואס דאס גיבט אים אויסצופרעגן דעם קליינעם – וואס וואלט רואיג געקענט זיין אן אור אייניקל ביי אים – אין וועלכן מוסד און ביי וועלכן מלמד ער לערנט.
אפגעענדיגט מנחה, דרייט זיך דער עולם אויס צו דרום וואו דער שמש שטייט שוין מיטן אנגעצינדענעם וואקסענעם ליכט אין די רעכטע האנט גרייט אפצוזינגן אויפן קול די דריי ברכות מיט דעם באקאנטן וועלט'ס נוסח, קהל'ס מנורה וואס האט שוין בעסערע צייטן געזען ווארט פארנויגטערהייט אז דער שמש זאל אנצינדן איר ערשטן לעמפל צום פרייד פון די אנוועזנדע וועלכע פרובירן אים שטערן מיט אלע מיטלן כמנהג ישראל.
מיט א יאגעניש שטעלט זיך דער בעל תפילה צו מעריב, מען דאווענט היינט מיט מער ברען און קאך ווי אן אנדערן אווענט, א קלייניגקייט? אט אט וועט מען ווידעראמאל זוכה זיין מקיים צו זיין דעם באליבטן מצוה פון חנוכה ליכט צינדן. דער עולם שפאנט אהיים פון מעריב מיט פלינקע טריט, טייל פירן זיך אריינצוכאפן א טבילה אלס צוגרייטונג צו די הייליגע מצוה, מען קען עפעס נישט אריינשפרינגען אינעם חנוכה גלייך פון די רוישיגע גאס ארויס.
עס איז אן ערהאבן בילד צו זעהן ווי דער טאטע קומט אריין אין שטוב מיט א וגילו ברעדה'דיג אויסדרוק אויפן געזיכט, מיט אייפער און פלייס רישט ער צי די קנויטלעך און שטעלט אוועק די מנורה אויף איר באשטימטע פלאץ, צו די ברייט אפענע אויגן פון זיינע זיסע שעפעלעך וועלכע באטראכטן מיט נייגער יעדן ריר זיינעם, וואונדערנדיג זיך דערביי פארוואס דער טאטע האט זיך היינט אזוי אהיימגעאיילט פון כולל אדער פון דער ארבעט.
דער הער פון די משפחה שאקעלט זיך איבער א זאגער'ל, ער מורמעלט זיך אונטער די לשם יחוד'ס וואו מען בעט אויף גוטע געראטענע קינדערלעך: "ובכח סגולת מצות הדלקת נר חנוכה תזכנו לנו ולזרענו לנר מצוה ותורה אור (זאל די שיין פון די חנוכה ליכטלעך אריינשיינען אין אונז, און זאל דאס אונז צוברענגן צו לערנען תורה און טאן מצות)" זאגט דער טאטע מיט אן ערנסטקייט.
ער בעט א ווארימע תפילה אויפן צוקונפט "ויקוים בי מקרא שכתוב לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך אמר ה' מעתה ועד עולם" – אוי טאטע אין הימל – "ויהיו זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים וחסידים, אהובים למעלה ונחמדים למטה, ותחזק את לבבם לתורה ועבודה (זאלן מיינע קינדער און אייניקלעך זיין ערליכע תלמידי חכמים, באליבט אויבן אין הימל און דא אונטן, שטארק זייערע הערצער צו תורה און עבודה)", דערמאנענדיג זיך דערביי וויאזוי זיין זיידע פלעגט זיך דאס אונטערזינגן מיט אזא איידעלע תנועה, גלעטנדיג דערביי דעם אייניקל – וואס איז געשטאנען און זיך צוגעקוקט פון דער זייט – ווי זאגנדיג "טאקע דיר מיין איך"...
דער פאטער לאזט ארויס א קרעכץ ביים אויספירן "ואזכה לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ומצות באמת (איך זאל די זכי' האבן צו זעהן קינדער און קינד'ס קינדער וואס לערנען פלייסיג די תורה און טוהן די מצות מיט אן אמת)", ווער ווייסט – קלערט ער צו זיך – וויאזוי מיינע קינדערלעך וועלן אויסוואקסן אויב די דורות וועלן חלילה ווייטער פאלן מיט אזא שנעלן אימפעט ווי ביז היינט.
אפגעצינדן דעם ערשטן ליכטל מיטן שמש, זעצט ער זיך אראפ זיי באטראכטן, ער נעמט נישט אראפ זיינע אייגעלעך פון זיי פאר א לענגערע צייט אפשניט, אין זיינע מח קעמערלעך שווימען ארויף זכרונות פון די אמאליגע טעג, עס פאנגט זיך אים אן בענקן צו די אלטע גוטע צייטן, מיט נאסטאלאגיע דערמאנט ער זיך ווי ער פלעגט אלס קינד אנצינדן די קליינע פארביגע ליכטלעך ביים טאטן אין שטוב, זיסע טעג געוועזן דאן אן קיין דאגות אדער פראבלעמען, ווען מען קען צוריקדרייען דעם זייגער... און פון עק אויג גליטשט זיך אים אומווילענדיג ארויס א קליין טרערל.
ער ברומט זיך אונטער דעם "הנרות הללו" אדורכקוקענדיג די טרערן באנעצטע אויגן זיינע צו זעהן זיין געזונדל, א שטראם פון געפילן נעמען אים איבער באטראכטנדיג די קליינווארג וואס שטייען ביי די זייט, ער הייבט אויף זיינע אויגן אויף ארויף און א שטומע תפילה רייסט זיך ארויס פון זיין איבערגענומען הארץ: זאל איך זוכה זיין צו דערלעבן פון זיי אלע – און פון מיר אליין – אסאך אידיש נחת!
צוריקקערנדיג זיך צום רעאליטעט נאך א וויילע, פאנגט ער אן מיט אביסל א העכער קול צו זינגן די חנוכה זמירות אויף די באקאנטע וועלטליכע מעלאדיעס וואס גייען צוריק הונדערטער יארן און ווערן געזינגן אין אלע ווינקלן פון די וועלט דורך אלע שיכטן און קרייזן: מעוז צור ישועתי, לך נאה לשבח!
נאך יענעם אויפדערנאכט נעמט ער צוזאם זיין פאמיליע, צוזאמען שפאצירן זיי די פאר בלאק ביז צו די שטוב פון זיינע עלטערן, וואו זיין מוטער שטעלט יערליך אהער אינעם ערשטן חנוכה אווענט א מייסטערהאפטע חנוכה פארברענג, ווי די נארהאפטיגע גערוכן פון פרישע פאנקעס און געשמאקע לאטקעס מישן זיך אויס און פלעכטן זיך צוזאם מיטן פרייליכן שטימונג וואס הערשט אין שטוב, עס איז שטענדיג אן איינגענעמע אווענט ווי קינדער און זייערע עלטערן, זיידע באבע און די אייניקלעך שמועסן זיך צונויף ביז אין די שפעטע נאכט שעות אריין, דאס בלייבט אלעמען אין די ביינער ביז דאס קומענדיגע יאר.
ווי אנדערש איז אבער דער היינט-צייטיגער פארברענג פון דאס וואס ער געדענקט וואס איז געווען אלס קינד, אנשטאט איטליכער זאל זיין אריינגעטאן אין א העפטיגע שמועס מיט זיין מיטזיצער – ברודער אדער שוואגער צוגלייך – מיט א פריינטליכע מינע, זיצן טייל מיט איין האנט איבערן אויער שליסנדיג א ביזנעס דיעל מיט אן אנגעצויגנקייט אויפן קליינטשיגן טעלעפאן, אינגנארירענדיג דערביי די אייגענע משפחה מיטגלידער מיט וועמען עס קומט נישט אויס צו טוישן א ווארט איבערן יאר, ווען נישט די פאר שמחות וואס קומען פאר, אדער חנוכה און פורים.
פארשווינדן איז די רואיגקייט פון פאמיליע צוזאמקונפטען מיטן אויפקום פון די היינטיגע טעכנאלאגיע, דער סעלפאון מיטן פאלם-פיילאט האבן אוועקגערויבט דאס ביסל מנוחה פונעם פריוואטן לעבן, נארמאלע באזעסענע מענטשן זענען פלוצים פארוואנדעלט געווארן אין שטורמיגע ברויזנדע באשעפענישן וואס קימערן זיך נישט מיט זייער אייגענע בלוט און פלייש, ווייב און קינדער.
ער ערוואכט זיך פון זיינע טיפזיניגע געדאנקן דורך א קלאפ אויף די פלייצע, עס איז שוין שפעט ביינאכט, דאס קינד וויל שוין אהיימגיין שלאפן. שלאף מיין טייערע שלאף, שטיי אויף צו א ליכטיגערע וועלט, א וועלט מיט משיח צדקינו.
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=11045

- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32541
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
איבערגעליינט מיינע אייגענע ווערטער פון 5 יאר צוריק, און אליינס געכאפט א קיצל.
צום באמערקן אז דאן האט נאך נישט עקזיסטירט די באגריף פון "טעקסט מעסעדזשעס" און זיכער נישט "בלעקבערי", ווען יא וואלט דאס ערווענט געווארן אנשטאט "סעלפאון" און "פאלם פיילאט".
עס איז אויך אינטערסאנט איבערצוליינען די קאמענטארן אויפן אריגינעלן ארטיקל וואס איז צוגעלינקט סוף פונעם אריינפיר-תגובה.

- שלעפשיץ
- שר האלף
- תגובות: 1427
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
- לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
- פארבינד זיך:
קרעמער האט צוגעמאכט זיין פאלם פיילאט - מיטן קאמפוטער
[email protected] For all your Graphic & Website needs email
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah

- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
מאנ-יימער האט געשריבן:געליינט אין מי מנוחות, איי די זיסע בא'טעמ'טע שריפט פון קרעמער'ן, שטארק הנאה געהאט פונעם ארטיקל בעצם און די ציפ ביים סוף.
בשעתו האבן מענטשן גע'טענה'ט אז עס איז אנטי-קלימאקטיק, עיין אלטשטאט
- טייבעלע
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10652
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
- לאקאציע: ביי אלאסקא
הערליך און רייך, א שיינער באשרייבונג, א דאנק דיר קרעמער אין סיי וועלעכער פלאץ דו געפונסט זיך, עס וועט שוין אנקומען צו דיר דער דאנק, כי עוף השמים יוליך את הקול ובעל כנפים יגיד דבר.
אזוי ווי דו האסט אנגעווארימט אונזער הארץ, זאל דער בוית"ש דיר אייביג אריין שיינען און אויפלייכטען אנווארעמען דיין הערצעלע, איהם צו דינען באמת ובתמים ובשלמות לשמה.

יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
teibele1 at birdlover.com
מידער האט געשריבן:גאר גאר שיין. דאס הארץ צוגייט פון ווארימקייט. דאס לשם יחוד גייט זיך מוצאי גאנץ אנדערש זאגן.
פון דער זייט כאפט מען א ציפ ווען מיט בלויז אכט יאר צוריק איז נאך סעלפאונס געווען א פראבלעם פארן רואיגקייט, היינט איז עס שוין די נארמאל.
און דאן איז דער פראבלעם געווען דאס בלויזע רעדן אויפן סעלפאון אנשטאט צום שכן, נאך אפילו נישט געווען איינגעפירט קיין טעקסט מעסעדזשעס מיט גרופ'ס א.ד.ג.
מיר זענען מיליאנען ליכט יאר ווייטער פון נארמאלקייט.
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
לכאורה האט געשריבן:מאנ-יימער האט געשריבן:געליינט אין מי מנוחות, איי די זיסע בא'טעמ'טע שריפט פון קרעמער'ן, שטארק הנאה געהאט פונעם ארטיקל בעצם און די ציפ ביים סוף.
בשעתו האבן מענטשן גע'טענה'ט אז עס איז אנטי-קלימאקטיק, עיין אלטשטאט
באוויסט די בריוו פון ר' אהרן זי"ע. די חילוק פון עצבות און מרירות. עצבות וויל מען זיך לייגן אין בעט, מרירות וויל מען ארויס שפרינגען און פארעכטן. "אנטי קלימאקטיק" איז א פראבלעם, ווען מען רעדט פון הודל בודל, נארישע אויסגעבלאזענע געפילן. אבער אזעלעכע הייליגע זאכן ווי וואס ער האט געשריבן, ווערט דאך א בענקעניש אין הארצן, און די אויספיר, קלאפט נישט, אדרבה, נאך די לאנגע הקדמה, טוט עס פאדערן און וועקען, צו טאן צו די זאך.
ישר כח קרעמער פאר די ארטיקל, (ווירעווער יו אר, ווי טייבעלע שרייבט) זייער שיין. א עקסטערע קונסט, צו שרייבן א שיינע הערליכע ארטיקל, און קיין "פענסי" קונצליכע רעטאריק. שיין פשוט צום זאך, און הערליך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6791
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
- לאקאציע: Kollel
Re: = = צום שיין פון די חנוכה ליכט = =
חנוכה געפילן
- בוחר בשירי זמרה
- שר האלפיים
- תגובות: 2627
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm
Re: = = צום שיין פון די חנוכה ליכט = =
wow
בענקט זיך צו קרעמער ארטיקלען
בענקט זיך צו קרעמער ארטיקלען
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס

- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: = = צום שיין פון די חנוכה ליכט = =
שטארק!
אויסער די חנוכה באשרייבונג וואס איז מוראדיג, מערק איך א פוינט ווי יארן צוריק טרם ימי עידן המערכה אלס הסמארטפאון על חפצא דאיסורא, האט קרעמער ארויס געברענגעט דעם פראבלעם פונעם פאון דעם איסורא אליין אנעם חפצא (און דרך אגבדיג דעם טאטש סקרין פאון...)

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14568
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: = = צום שיין פון די חנוכה ליכט = =
געליינט אין שרייבער, זייער הנאה געהאט