די הייליגע חנוכה ליכט - אזא לעכטיקייט... אהה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

די הייליגע חנוכה ליכט - אזא לעכטיקייט... אהה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

די הייליגע חנוכה ליכט - אזא לעכטיקייט... אהה!!!

כי נר מצוה ותורה אור...

די חנוכה ליכט, דער ליכט מיט וועם מיר זענען מקיים אט די געוואלדיגע מצוה, ותורה אור, וואספארא לעכטיקייט, א תורהדיגע פונעם העכסטן פארנעם ס'ברענגט אין אונז אריין!!!
אהה, א ווארעמקייט, א געפיל צום רבוש"ע, א רגש פון אתה בחרתנו, א התעוררות פאר תיקון המעשים, און א מעדעצין צו רייניגען אונזערע אויגן און נשמה!!!

טאטע זיסער, כ'וויס נישט מיט וואס כ'קען דיר דאנקען פאר דיין גרויס גוט'ס, נישט נאר וואס איך לעב און כ'אטעם, כ'עס און כ'בין א מענטש צווישן מענטשן, און נישט נאר וואס די האסט מיר אויסדערוועלט צו זיין דיין איינציג קינד, אחד היה אברהם, בן יחודו אהבו, נאר האסט מיר געגעבן אזא לעכטיגע יו"ט ווי חנוכה, אהה, וואספארא יו"ט דאס איז!
האסט געזעהן אז א איד קען אמאל פאלן פון זיינע מדריגות אין דיין עבודה, האסטו אים אנגעגרייט אזאליכע טעג פון אור, פון לעכטיקייט, טאטע זיסער, האסט קיין גרעסערע טובה מיר נישט געקענט טאן. ס'איז נישט מעגליך פאר סיי וועם אזוי מיטב צו זיין פאר א בשר ודם, ווי דאס וואס די האסט אונז געגעבן אזא שיין און לעכטיקייט, געמישט מיט א זעלטענע פרייד און געהויבענקייט.

-

אין סתם א פארנאכט'ס קומט דער איד'ל אהיים נאך א שווערן טאג ארבייט, געקלאפט און נידערגעשלאגן. נאך א טאג פארברענגט בדברים של מה בכך. אמת טאקע אז כ'האב געארבייט שווער אז מיינע טייערע קינדער זאלן האבן וואס צו נעמן אין מויל, און אז זיי זאלן קענען גיין אין חדר אריין לערנען דיין הייליגע תורה און טוען דיין רצון, אבער דאך, וויפיל נסיונות און שוועריקייטן האט מיר דאס געקאסט? עפעס א קוואל זוכט דער איד וואס זאל אין אים אריינרינען א קאלט געטראנק מיט אביסל ווארעמע חיזוק.

ווען ער קומט אהיים חנוכה איז א אנדערע מעשה.
קודם לויפט מען נאס מאכן די פאות און אויסוואשען די נשמה מיט א כשרע מקוה, מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב"ה מטהר את ישראל, נישט קיין חילוק צו מ'וויל יא צו נישט, אז מ'טינקט זיך איין אין וואסער ווערט מען טהור, און אז מ'טינקט זיך איין מיט דיר טאטע ווערט מען הייליג און שיין.
מ'לויפט אהיים מיט איין אטעם; מגיבט א כאפ די וואקסען ליכט'ל און מיט א ברען שרייט מען אויס לשם יוחד קוב"ה וכו' מייחד צו זיין אלע עולמות ווי דער כהן גדול אין היכל.
אלע עולמות שטטיען און ווארטן אז איך זאל אנצינדן "מיין מנורה" און אראפברענגן א לעכטיקייט אויף די וועלט, און אט אט גיי איך מיט מיינע פליישיגע הענט, וואס האט נאך מיט צוויי שעה צוריק געריקט דעם מייזל אויפ'ן טמנא'ם כלי אנצינדן די הייליגסטע ליכט פון יאר, אההה אזא מתנה טובה!!!

נאך א פלאמעדיגער לשם יוחד מאכט מען די ברכה מיט דמעות של שמחה. אוי ווי נעמט מען די פעדער צו באשרייבן א איד'ס זכיה צו קענען אנצינדן אזא הייליגע ליכט, טרערן פון התרגשות פליסן פון די אויגן!!!

דער הייליגער צאנזער רב זי"ע אין דברי חיים פרעגט ווי האט מען געקענט אנגיין אן די אלע אורות פאר נס חנוכה? אוי וואספארא גרויס אור גייט אריינקומען אין מיין קליינע דירה, אוי באשעפער מיינער, וואס האבעך געטוען אזוי גוט אז האסט מיר דערוועלט פאר אזא הויכע אמט אנצוצינדן דעם אייביג הייליג ליכט'ל דיינער אההה!!!

דער נביא זאגט שוין "והיה בית יעקב אש ובית יוסף להבה ובית עשיו לקש" אז דער פייער פון יעקב (מרומז על דורינו, עיקבתא דמשיחא) און דער פלאם פון יוסף (מקור הקדושה, נוטר או"ב והעומד בנסיונו) וועט פארברענען דעם בית עשיו, עשיו זה סמא"ל לילות און אלע בייזע רוחות, און ער וועט פון אים מאכן לקש, ווי שטרוי, וואס שטרוי ווען ער ווערט פארברענט פליעט ער אוועק, ניטאמאל אש בלייבט פון אים.

דאס איז אונזער אייביגער ליכט'ל!!!

אט די ליכט צינדט מען אן און ס'ווערט גוט אויפ'ן הארצן. "מיר האבן פארברענט דעם יצר הרע צום גוטן".

הנרות הללו קודש הם ואין לנו רשות להשתמש בהם, ווי די מפרשים זאגן אויף די גמ' אסור להשתמש לאורה, אז ס'איז פשוט נישט קיין כבוד פאר אזאליכע הייליגע ליכט זיי באניצן פאר דברים גשמיים. אלא לראותם בלבד.
מ'קוקט אויף די הייליגע ליכט מיט אזאליכע געגעין.
מ'קען שפירן ווי די אויגן ווערן הייליגער און געלייטערט.

"יא, אין תשע"א, ולמס' 2010 עקזעסטירט נאך הייליגקייט, אם תבקשנה ככסף, אויב מ'זאל אים נאר זוכן מיט גלוסטעניש, מיט א כיסוף, וועט איר אים טרעפן אין אט דעם הייליגע פייער!"

וויפיל מאל מוטשעט מען זיך מיט אומריינע פסל'ע מחשבות, און ווער רעדט נאך פון אומ אויסגעהאלטענע טראכטונגן אין אמונה;
וויפיל מאל צעוויינט זיך א איד ביי שמע קולינו, "טאטע זיסער כ'בעט דיר איין זאך, עפען מיר דאס מויל און מוח און לאז מיך רעדן צו דיר אפאר דיבורים";
וויפיל קרעכצט זיך א איד אונטער ביי והאר עינינו, אוי באלייכט מיר די אויגן צו זעהן די זיסקייט פון דיין הייליגע תורה, אה, תורת ה' משיבת נפש, איז דען דא נאך אזא שמחה ווי שמחת התורה? זיכער נישט! איי טאטע זיסער, געב מיר א מתנת חנם, א ליכטיקייט אין דיין תורה;
אור חדש על ציון תאיר, נישט נאר בעטן מיר אז די זאלסט מיט דיין אור באלייכטן ציון וירושלים, דאס האסטו שוין מבטיח געווען, אבער מיר בעטן בעיקר ונזכה כלנו במהרה לאורו, נעם אונז אריין אונטער דיין לעכטיג פארטוך, מיר זאלן חלילה נישט פארפאלן גיין ווען ס'וועט קומען דער גרויסער טאג, ווי ריבה"ק זי"ע פלעגט אלץ וויינען, מיר זאלן די זכיה האבן נישט פארפאלן צו גיין!

ווען מ'זיצט ביי די חנוכה ליכט שפירט מען אז מ'האט אלעס געפועל'ט. מ'שפירט זיך אין די ביחנה פון ויפח באפיו נשמת חיים, א ניי לעבן פון חי חי יודך וישבחוך, א לעבן וואס נאר א איד מזרע אברהם אוהבו קען דערצו זוכה זיין.

לאמיר נישט פארפאסן די געלעגנהייט.
לאו כל יומא מתרחיש כזה אז אזאליכע אורות זאלן קומען למטה מעשרה, אין דייקא ווען ס'איז שוין נאכט און ס'איז שוין כלה רגל מו השוק. לאמיר זיי אויסניצן.

נר חנוכה שהניחה למעלה מכ' פסולה, ווייל חנוכה איז נישט דער צייט אנצוהייבן אזוי הויך, נאר דייקא נידריג, און פון דארט זיך אויפהייבן צו אן עליה עולומת.

ואגב האבעך געקלערט א געדאנק.
דער מדרש זאגט הדודאים נתנו ריח זה ראובן שהציל את יוסף ועל פתחינו כל מגדים זה נר חנוכה שמניחם על פתח ביתו.

ס'קען זיין, ביי ראובן שטייט אתה פתחת בתשובה תחילה, וישב ראובן זאגט דער מדרש אז ער איז געגאנגען אויספאסטן, שב משקו ותעניתו, ראובן האט תשובה געטוען מיט א העכערע תשובה, א תשובה עילעאה, (ראה דב"ק של רביה"ק מהרי"ד מבעלז זי"ע) תשובה מתוך אהבה וכיסופין צום הייליגן באשעפער, און דאס איז דער רמז אויף נר חנוכה שמניחם על פתח ביתו, ווייל פתח איז א לשון תשובה, פתחו לי פתח כחודו של מחט, און די הייליגע חנוכה ליכט לייגט מען ביים פתח אלץ פורסימי ניסא, ווייל די אלע עוברים ושבים, זאלן זעהן און זיך מיטכאפן לתשובה, איז דאס דער שייכות צו ראובן שהציל את יוסף. ווייל ביי נר חנוכה באקומט מען אזאליכע געגעין צו א ריכטיגע תשובה, א תשובה מאהבה אמיתית.

א איד ביי די חנוכה ליכט אי ארום גענומען מבית ומחוץ מיט אלעם הייליג. נאך חנוכה דארף א איד זיין נישט-צו-דערעקנען פון קדושה וטהרה. אבער דא עקא, סבבוני פרים רבים אבירי בשן כתרוני, אביסל נאכן צינדן איז מען ליידער פושט צורה ולובש צורה, אינגאנצן נישט ווי די פריערדיגע פלאם און ברען, און ליידער קען מען נישט אפמאכן, ווער בין איך און וואס וויל איך.

אבער טאטע זיסער ווי האסטו נאך אזא פאלק וואס אין יארע צוואנציג צען זאל מען נאך גלוסטן און גאארן צו דיר? חוץ אונז דיינע אידישע קינדער וועם די האסט געשאנקן דיין תורה איז נישט דא ווער ס'וויל אפי' זיין נאנט צו דיר, מיר אבער, רצונינו לראות את מלכינו, נישט נאר אכט טאג א יאר אין די הייליגע לעכט, נאר אין דיין ביהמ"ק שלש פעמים בשנה יראה כל זכורך, זיי שוין מקיים דעם ונתתי להם לב אחד ורוח חדשה אתן בקרבכם והסרתי לב האבן מבשרם ונתתי להם לב בשר. שענק אונז איין ריינער הארץ לעבדך באמת.

איי, מיר קענען קוים ווארטן אויף די חנוכה ליכט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

נאכן דאס דורכליינען קענען מיר שוין אויך קוים ווארטן!

ישר כוח פאר דברים של חיזוק
הלוואי זאל מען דאס שפירן
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

אה שכוח ר' שמעלקא אנגעווארמט דאס הארץ אביסל אט אט גרייט אנציצינדען די לעכטלעך
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ווער דענק נאך שמעלקא בתפארתו?
אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך snax »

ייש"כ מים קרים על נפש עייפה
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

און שמעלקא איז יעצט דא פאר א מינוט! ס'בענקט זיך באמת.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

יהא בואך לברכה!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שמעלקא!!!!!!!!!!!

איך דערמאן מיך אסאך מאל פון דיר, און איך טראכט וויאזוי דו האלטסט אויס אן אונז...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

צ"ל: וויאזוי מיר האלטן אויס אן אים...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שניידט די קרעפ, מאך מיך נישט אזוי וויכטיג נאכדעם וואס מ'האט מיר פון דא ארויסגעווארפן...

עה, ס'בענקט מיר באמת!!!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

איך מיין אז עס איז שוין געניג נאנט צו חנוכה ארויפצוברענגען די אשכול
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אויב די רעדאקציע פון מי מנוחות האט געשפירט אז ס'איז ראוי לעלות אויפ'ן טיש פון קעניג, ברענגן מיר עס דא ארויף.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

היצט דורך געלעזן,
זייער גוט, אבער גוט! ראוי ראוי לעלות על שלחן מלכים, זאלן נאך אידן זיך דערווארעמען דאס הארץ, זאל נאך א איד האבן די הייליגע געפילן און ריינע געדאנקען!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

דורכגעליינט אום חנוכה און זיך שטארק דערווארעמט.

יישר גכח הרב המשפיע.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

כ'האב עס יעצט אויפגעזוכט עס צו ליינען, פון מיין ערשטע ווערק אויף אייוועלט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

יישר כח.
אוועטאר
אייוועלט ארטיקלען
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 09, 2016 11:36 am
לאקאציע: אין ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארטיקלען »

ארויף
זוכט איר א זאפטיגע ארטיקל ארויסצופרינטען? באזוכט דא

האט איר געזעהן? הנאה געהאט? לאזט אייך הערן!!
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

אייוועלט ארטיקלען האט געשריבן:ארויף
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

אדער יא האט געשריבן:
אייוועלט ארטיקלען האט געשריבן:ארויף
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”