געזונטהייט: פראבלעמען מיט איינשלאפען

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

געזונטהייט: פראבלעמען מיט איינשלאפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך גיי דא פארלייגן מיין פראבלעם, און אז איינער טראכט אז ער קען העלפען זאל ביטע מיטטיילן,

ב"ה איבער די יאר האב איך כמעט נישט קיין פראבלעם, די פראבלעם מאכט זיך נאר און אזעלכע צייטן וואו א'סליחות,
מוצאי שמחת תורה, ערב יו"כ, און נאך אזעלכע זייטן,
די פראבלעם איז אז איך קען נישט איינשלאפען, און אזעלכע צייטן קען איך פארקיין געלט נישט כאפען דעם דרימעל,
ס'איז נישט פין פרעשער, איך האב נישט קיין פרעשער מוצאי שמ"ת, אבער ווען איך לייג מיך אריין און בעט, פאנגט זיך אן א געראנגעל און מיין מח, צו מענטשען וועם איך האב גערעדט האבען אלע מסביר געוועהן אז מ'טאר נישט טראכטען אז מ'קען נישט שלאפען ווייל דעמאלטס וועט עס זיכער נישט גיין, אקעי, ווייס איך שוין אז טראכטען אז איך קען נישט שלאפען טאר איך נישט, (האסט שוין אמאל פראבירט צו זאגען פאר דיין מח, טראכט נישט!? ס'גייט נישט אמת?)
אקעי, מ'נעמער זיך טראכטען פין אלעס ארום, ס'טייטש? קודם פונעם טאג, היינט בין איך געוועהן דארט און דארט געטוהן דאס און דאס, די מחשבות נעמען זיך פארען און נאך אפאר מינוט געט א פאל אריין די טריפה'נע מחשבה, אז איך שלאף נאך אלס נישט...
ס'מיינט אזוי, באמת טראכט איך נישט דערפון אבער אין די בעק אף מיי מייינד דרייט זיך דארט די מחשבה און איך קען נישט אוועק זעהן, און ווי נאר די מחשבה פליט דורך, פאנג איך אן געפערליך צו שוויצען,
ס'ווערט הייס....
מיין בלוט נעמט זיך קאכען.....
איך געב מיך א דריי אויס אויף די אנדערע זייט.....
אקעי, יעצט גייט מען טראכטען פון א גרינגערע זאך, לאמיר טראכטען פין אלע אלף בית אהין און צוריק, נאך דריי מינוט בין איך פארטיג און..... איך שלאפ נאך אלס נישט.....
אאאפס.... מ'טאר עס נישט טראכטען,
אבער..... ס'גייט נישט,
און די בעק אף מיי מיינד וויל זיך וויסען ווי לאנג ליג איך שוין אזוי?
איך האב מיך שוין זיבען מאל געדרייט, מיין קאפ איז שוין ליידיג פון מחשבות,
מיט א זייטיגע בליק גיב איך א קוק אויפן זייגער און דא פאנגט זיך אן די בראך... שוין צוויי שעה וואס איך דריי מיך.... WWWOOOWWWW
און דאס גיבט נאר צו צום אנגעצויגענקייט,

נאך א עצה אמאל געהערט אז מ'זאל נישט בלייבן און בעט, אויב גייט עס נישט, לויף ארויס פין בעט,
לויפן ווי??
ס'איז צוויי אזייגער ביינאכט ווי לויפ איך? אויפן קאוטש?
אקעי מ'גיימיר ארויס פון בעט, אבער נאך אפאר מינוט זיצען אויפן קאוטש ווערט לאנגווייליג, און מיד בין איך אויך ווי ס'דארף צו זיין, סאו, צוריק און בעט אריין,
אבער די געים חזר'ט זיך איבער,
מ'טראכט נישט, מ'שלאפט נישט, מ'ווערט אנגעצויגן, און אזוי גייט עס וואו א גלגל החוזר, און דאס קען הארגענען די נאכט בלי שום גיזמא,

מענטשען האבען ג'עצה'ט אז איך זאל נעמען שלאף פילן, איך מיין אז איך בין נאך צי יונג פאר דעם, סאו וואס טוהט מען יא?
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

געלעגער
איך פיל דיין פראבלעם אינגאנצן.
איך בין אויך געווען אין דער מצב אמאל. ס'האט גארנישט געהאלפן, כ'בין געלאפן פון בעט צום קאושט און פון קאוטש צום בעט, זיך געוואלגערט אפאר שעה, געטראכט פון אנדערע זאכן, אבער ס'האט גארנישט געהאלפן.
ביז, כ'האב גענומען עפעס א וויטאמין, כ'גדענק נישט דעם נאמען, און ביז אפאר טעג איז דער פראבלעם פארשוואונדן.

אגב, כ'האב געהערט פון א מלמד, וואס האט געהאט א קינד אין חדר וואס פלעגט איינשלאפן א גאנצן טאג, און ממש נישט מיטגעהאלטן די לימודים. ער האט נאכגעפארשט די מצב פונעם קינד אין שטוב, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער קען נישט שלאפן צו לאנג, און שטייט אויף פארטאגס. [ס'קומט לכאורה פונעם זעלבן שורש.]
דער מלמד האט אנגעטראגן פאר די עלטערן ער זאל נעמען א געוויסע וויטאמין [רוף עס פילן... אבער ס'איז א וויטאמין ווי אלע וויטאמינען], און מ'האט אזוי געטוען.
נאך א וואך האט דער מלמד געזעהן וואונדער. דער קינד איז געווארן ממש אן אנדער מענטש. אויף געלייגט, מיט א שמייכל אויפן פנים, און וואך, און האט אלעס מיטגעהאלטן, ממש נישט צום דערקענען.
איך מיין זאלסט עס פראבירן. אז דו ווילסט, קען איך נאכפרעגן דעם פונקטליכן נאמען פונעם וויטאמין.

נאך א זאך, אויב מ'טרונקט קאווע שפעט נאכמיטאג, קען דאס אויך זיין א גרויסע אורזאך פארן שלאף שטער. כ'האב עס געפראווט.

אגב, יעצט איז מיר שוין פארשטענדליך דיין נאמען "געלעגער"... אויב קען מען נישט שלאפן אינעם געלעגער, ברענגט מען אים אריין אין קרעטשמע, און מ'האלט זיך פריש..
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אינטי דיין מליצה איז פיין,
דיין עצה איז אביסעל שווער, ווייל וואו איך האב געשריבען איז עס נישט קיין טעגליכע ערשיינונג נאר אין געוויסע צייטן,

ס'איז מער די בחינה אז מ'דארף א וועג וויזוי צו קאנטרעלירן די מח, אז אויב זאג איך פארן מח נישט טראכטן איז נישט, און אז מ'טראכט נישט וועט מען איינשלאפען, ווייל מיד איז מען,
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

קיבלת הודעה פרטית חדשה מ********

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'יז זייער אן אומבטעמטע זאך אבער די ווירקזאמסטע עצה מיט וואס איך בין באקאנט איז:באמת זיין גרייט נישט צו שלאפן, און ווען דו לייגסט זיך אריין אין בעט און דו קענסט נישט איינשלאפן שטיי אויף און ווער ביזי,.פון נישט שלאפן איז נאך קיינער נישט געשטארבן. ס'ערגסטע קען זיין אז דו וועסט זיין מיד דעם פארלגענדעם טאג.ס'איז באמת א שווערע עצה אבער עס העלפט!
משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש »

מיר ליידן אויך אויף דעם זעלבן שטייגער ווי די, מזמן לזמן, למשל, מיר האבן חשק צו דאווענען פורים גאר פרי, אזוי וואו מען לייגט זיך אבער שפעט מוצאי ת"א, 'מוז' מען איינשלאפן ווי אמשנעלסטן, אט דא וואקסט ארויס דער פראבלעם, מען קען נישט הייסן דעם מח שלאפן, כ'פלעג נעמען מעלעטאנען, כ'האב אפי' איין יאר גענומען טיילענאל pm, ס'האט אבער גארנישט געהאלפן.

אלץ א געליטענער, קען איך נאר באשטעטיגן וואס מען האט דיר געשיקט אין אישי, ד"ה, זיין גרייט נישט צו שלאפן איין נאכט, מען האט קאפ וויי פאר איין טאג, אבער נישט ערגער.
היות עס איז נאר טעמפארערי, לוינט זיך נישט צו נוצן שארפע מעטאדן, ווארט עס זאל אריבערגיין.
מיט הצלחה.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

איך שטום צו מיט נישט נעמען קיין וויטאמינען ווייל דעמאלטס העלפט ער שוואכער אין די עלטערע יארן (בדוק ומנוסה) ווייל די גוף ווערט צוגעוואוינט דערצו. א שטייגער ווי טאָמס, וואס מיט איעדע יאר וואס דו נעמסט עס וועסטו ברויכן מער צו פארלעשן.

נאר וואס דען? בלייב אויף! איך בין זיכער דו האסט עפעס אינעם "שטערן" וואס דו ביזט נישט אנגעקומען צו ליינען נאך, אדער אפשר קענסטו אפילו ארבעטן אויפן אינטענעט. און דו וועסט סך הכל זיין מיד ביז לאנטש.

איך, אלס דיזיינער, וועל מיך גלייך צוזעצן צום קאפיוטער און אנהויבן חלומ'ן.
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

גווענטליך ווען דער קאפ רירט אן דעם קושן שלאף גראד איין

אויב האב איך א פראבלעם נעמ איך עפעס צו ליינען אזוי אז סנעמט אוועק אלע מחשבות פון א גאנצען טאג

אויך טוט די ליינען אויף אז סנעמט אוועק די נערוועזעקייט פון נישט קענען אנשלאפען

וואס לויט ווי מאנכע שרייבען דא איז דאס זייער סיבה פון נישט קענען איישלאפען

געווענטליך נאכן ליינען 5 מינוט קלעבט זיךך מיר די אויגן צי

אין נאך אינמיטן אראפ לייגן די ליין מאטריאל פאלט שוין מיין קאפ ארינטער
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ראמני, דער געלעגער אונזערער, האט שוין מסתמא אויספראבירט די מיטלען, וואס ווי ביי אסאך אנדערע מענטשן ארבעטן די מיטלען נישט ביי עהם.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דער צאנזער רב האט געזאגט נישט קענן שלאפן איז א ווייבערישע פראבלעם, א מאן קען זיך זעצען לערנען, פשוט פשט איז סאו שלאפפט מען נישט אבער טיפער עס איז א גוטע עצה
ר' נחמן זאגט אין די שיחות אז יעדע זאך אז מען וויל דווקא גייט עס נישט, ער געט א משל איינשלאפן
און ספרים שטייט א סגולה טראכטן פון גלי הים, א נאויז מעיקער ארבעט סיי צו די סגולה און סיי בדרך הטבע
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראצער »

די באבע פלעגט זאגן אז ציילען שעפעלעך איז בדוק ומנוסה. 1sheep 2 sheep 3 sheep אא"ו
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

ראמני 08 האט געשריבן:אויך טוט די ליינען אויף אז סנעמט אוועק די נערוועזעקייט פון נישט קענען אנשלאפען

וואס לויט ווי מאנכע שרייבען דא איז דאס זייער סיבה פון נישט קענען איישלאפען


Almost everyone working in this line will tall you such a statement, that this is the reason why people can't fall asleep because they are nerves and not relaxed, there is a method to do in order to relax just as “close your eyes and think of some baby stories, or any funny news that you have read or hear e.t.c. ” so it will take away the pressure you have when using your brain to think of heavy adult problems you need to solve

try it and see the results
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דער פאפער רב ז"ל פלעגט פראבירען זיך דערמאנן א זאך על סדר הא"ב וואס ער איז נישט געווען רגיל, למשל וכל מאמינים וכדו', עס העלפט מסיח דעת זיין, און עס איז לישן מתוך דברי תורה
למה זה תשאל לשמי...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

shmate האט געשריבן:
ראמני 08 האט געשריבן:אויך טוט די ליינען אויף אז סנעמט אוועק די נערוועזעקייט פון נישט קענען אנשלאפען

וואס לויט ווי מאנכע שרייבען דא איז דאס זייער סיבה פון נישט קענען איישלאפען


Almost everyone working in this line will tall you such a statement, that this is the reason why people can't fall asleep because they are nerves and not relaxed, there is a method to do in order to relax just as “close your eyes and think of some baby stories, or any funny news that you have read or hear e.t.c. ” so it will take away the pressure you have when using your brain to think of heavy adult problems you need to solve

try it and see the results

ר' שמיטה:
דער מעטאד ארבעט נישט ביי שווערערע פעלער.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

שטארק זיך האט געשריבן:
shmate האט געשריבן:
ראמני 08 האט געשריבן:אויך טוט די ליינען אויף אז סנעמט אוועק די נערוועזעקייט פון נישט קענען אנשלאפען

וואס לויט ווי מאנכע שרייבען דא איז דאס זייער סיבה פון נישט קענען איישלאפען


Almost everyone working in this line will tall you such a statement, that this is the reason why people can't fall asleep because they are nerves and not relaxed, there is a method to do in order to relax just as “close your eyes and think of some baby stories, or any funny news that you have read or hear e.t.c. ” so it will take away the pressure you have when using your brain to think of heavy adult problems you need to solve

try it and see the results

ר' שמיטה:
דער מעטאד ארבעט נישט ביי שווערערע פעלער.


Sorry but i spoke to a specialist about a very difficult situation and this is what he tolled me ( as i wrote before),

maybe you mean to say that its hard to close your eyes and relax in such a situation? Maybe.. But you will not lose any thing from trying.. And it will possibly help you
:wink:
Yes! its hard to relax in a difficult situation, and thats why you can't fall asleep. c'use you are anxious and not relaxing
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

נעם א מעשה ביכל אבער לכתחילה נישט קיין פארזעצונגען, אדער קענסטו הערן קול מבשר (איך שלאף איין דערמיט זייער אסאך מאל, אז איך קען אים נאך אסאך מאל הערן פלאפלען אינדערפרי ווען איך שטיי אויף)

נאך אן עצה איז דא, גיי אויף א שפאציר פאר א גיטע האלבע שעה , אדער פארן עסן אדער 72 מינוט נאכן עסן
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

א. ס'דא א היילונג-געוויקס וואס הייסט סקוטלריה Scutellaria laterifolia וואס העלט צו שלאפ-שווערקיייטן. מען קען זיי געפינען אין א נאטורלעך-קלייט (געשעפט), אדער אין אן אפטייק. גיב א קוק אין en.wikipedia.org/wiki/Scutellaria_lateriflora
אדער מען קען פרווון די היילונג-געוויקס בבונג (chamomile). גיב א קוק אין en.wikipedia.org/wiki/Matricaria_recutita

ב. סידא טראפנס פון ד"ר באך, וואס זיי הייסן באך-געוויקסן (Bach herbs or Bach flower), מען קען זיי געפינען אין א נאטורלעך-קלייט (געשעפט), אדער אין אן אפטייק. מען דארף בעטן נומער 35. ס'הייסט White Chestnut. דאס העלפט נישט צו טראכטן צו פיל, מען דארף זיי נעמען א שטיקל צייט ביז ס'העלפט, דאס איז נישט אנטעביאטיק וואס אין דריי טעג ס'העלפט. צומאל ס'העלפט אין א פאר טעג.

איך האב געמאכט א מאל א קורס אויף ד"ר באך-געוויקסן.
ישראל
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

תני שעה חדא ולעי, (ירושלמי,) פשוט פשט איז זעץ דיך לערנען פינעף מינוט אין העסט איינשלאפן , נאך א כוונה טראכט איך , לערן א שעה פריער די פארטאגס פאר די נאכט פון פראבלעם , אין העסט איינשלאפן זיס , בדוק ומנוסה , אויך זייענדיג פון די וואס זענען שלאפלאז מוצ"ש א' סליחות , ליל ער"ה , אין ליל ערב יו"כ ,
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

רבותי העלפט מיר ביטע נישט קיין דזשאוק איך האלט שוין נאכן זיך ראלן אפאר שטונדן אין בעט איך קען נישט איינשלאפן
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פארקויף עס פאר א גוי..
http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לכאורה איז די סאלושען אינעם "פראבלעמען מיטן אויפשטיין" אשכול.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

לכאורה האט שוין געלעגער פראבירט די אלע עצות, אני הקטור פלעג זעך אויך פלאגן מיט די פראבלעם, נאכ'ן פראבירן אלע מיטלען און ס'האט נישט געהאלפן, איז באשלאסן געווארן אז מען גייט אפי' מער נישט טרייען איינצושלאפן, נאר מען האט זיך אנגעטאן און אנגעהויבן פירן כאילו עס וואלט געווען א נייער טאג, למשל געטרינקן א קאווע, געלערענט א חסידיש ספר, געטשעקט טעקסט מעסידשעס, געלערנט א שיעור גמרא, און איך ווייס נישט וואס האט ווייטער פאסירט דאן האב איך זיך געטראפן שלאפן.

ד.ה. מען טאר נישט פארסען דאס שלאף, נאר ווארט (אינדרויסן פון בעט) ביז די ווערסט אזוי מיד אז דו קענסט שוין נישט שטיין אויף די פיס, דאן וועסטו דיך פליצלינג טרעפן אריינפאלן אין בעט אין א געשמאקער שלאף...  
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

ביי מיר פלעגט הערן מוזיק העלפן.
(פרעגט אייער מורה הוראה צו ס'איז אויסגעהאלטן הלכה'דיג.)
אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2009 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי_ווייס »

כ'האב ענק אלע האבן שוין געטראפן א וועג
צי שלאפן ביינאכט
אזויווי איך בין יעצט אנגעקימען וועל איך מיטיילן
וואס איך טי.אפשר קען איינער הנאה האבן.

מיין פראפלעם איז כעמט יעדע נאכט

אדער טי איך וואס איך טי יעצט...
אדער טי איך אזוי. איך פאק מיך אריין אין בעט
איך מאך זיך באקוועם. אין איך טריי מיך נישט צי רירן.
ממש נישט רירן. פאר פינעף צען מעניט.
נמשל אויב נאך 3 מעניט האסט דיך יא גערירט?
מאך דיך נאךאמאל באקועם און טריי ווייטער דיך נישט
צי רירין פאר ווי לאנק די קענסט.

פין אנפאנג איזעס מיר געווען זייער שווער זיך
נישט צי רירין. אבער..................

זייט איך האב אנגעהויבן דאס צי טאן פיל איך ממש
ווי איך האב א באטן מיך אויס צי לעשן
_________________________x
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

און אויב עס קראצט מיר פונקט אויף די לינקע פיס גאנץ אונטן?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2009 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי_ווייס »

זאלט איר זעך זיכער קראצין
_________________________x
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”