מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו סורדזשערי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

לייפסטייל האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:וועלכע דר. האסטו געניצט ?

Dr. Bessler פון קאלאמביע. א איד

212.305.4000
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו סורדזשערי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

מארק בעסלער?
אין עוד מלבדו
אוועטאר
לייפסטייל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 pm
לאקאציע: אויפן טרעדמיל

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו סורדזשערי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפסטייל »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:מארק בעסלער?

יא

אבער אויב דו וועסט ווייטער עסן פאטעיטא טשיפס וועט עס דיר גארנישט העלפן...
אוועטאר
לייפסטייל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 pm
לאקאציע: אויפן טרעדמיל

עקסערסייז פראגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפסטייל »

אפדעיט: 9 טעג נאך די אפעראציע

היינט זעמער שוין געווען אביסל מער ביי די כוחות און איך האב בעזר השם אנגעהויבן א עקסערסייז פראגראם ווי פאלגענד:

5 מינוט שנעל וואקן
1 מינוט אפרו
6 מינוט שנעל וואקן
1 מינוט אפרו
7 מינוט שנעל וואקן
1 מינוט אפרו
7 מינוט אביסל שטייטער וואקן

שנעל וואקן מיינט ביי יעדן עפעס אנדערש, דער עיקר איז אז מ'זאל זיך אביסל אנשטרענגען און שוויצן, און די הארץ ראטע זאל זיין געהעכערט פון די געווענליכע נומער.

איינמאל איך בין אינגאנצן צוריק ביי די כוחות וועל איך אי"ה צולייגן א ווארקאוט צו מיין סקעדזשועל
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: עקסערסייז פראגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

לייפסטייל האט געשריבן:אפדעיט: 9 טעג נאך די אפעראציע

ווי האלט די וואג
אוועטאר
לייפסטייל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 pm
לאקאציע: אויפן טרעדמיל

Re: עקסערסייז פראגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפסטייל »

דברים אלו האט געשריבן:

איך וועל אי"ה אפדעיטן שפעטער ווען איך קום אן אהיים
אוועטאר
לייפסטייל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 pm
לאקאציע: אויפן טרעדמיל

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו סורדזשערי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפסטייל »

פרא טיפ: נעקסטיים ווען דו מאכסט עקסערסייז אין איבער ניינציג דעגרי היצן מאך זיכער פארדעם אז דו ביזט גענוג היידרעיטעד
אוועטאר
לייפסטייל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 pm
לאקאציע: אויפן טרעדמיל

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו סורדזשערי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפסטייל »

וואג אפדעיט:
9 טעג נאך די אפעראציע וועג איך 285.
37 פונט פארלוירן

(וויכטיג צו אנמערקן אז די שנעלע ראטע פון פארלירן וואג האלט נישט אן פאר צו לאנג. איינמאל מען הייבט אן צוצולייגן עסן צום דייעט גייט עס אביסל שטייטער)
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו סורדזשערי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

לייפסטייל האט געשריבן:וואג אפדעיט:

טו גוד טו בי טרו

ווי געשריבן אויבן, א גרויס חלק פון דעם (24 פונט) איז פארלוירן געגאנגען ביי די דייעט פאר די אפעראציע - צוויי וואכן וואס מ'עסט גארנישט און מ'טרינקט נאר דורכזיכטיגע liquids

צווייטנס - ווען מ'האט אזוי סאך איבריגע פונטן גייט עס סאך שנעלער אנפאנג
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו סורדזשערי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

דברים אלו האט געשריבן:
לייפסטייל האט געשריבן:וואג אפדעיט:
9 טעג נאך די אפעראציע וועג איך 285.
37 פונט פארלוירן

(וויכטיג צו אנמערקן אז די שנעלע ראטע פון פארלירן וואג האלט נישט אן פאר צו לאנג. איינמאל מען הייבט אן צוצולייגן עסן צום דייעט גייט עס אביסל שטייטער)

טו גוד טו בי טרו

דארפסט פארשטיין אז מ'עסט ממש גארנישט פאר די ערשטע פאר וואכן, די מאגן איז 4 אנסעס גרויס און נאך אביסל זופ איז מען שוין אנגעפולט.

וועגן דעם דארף מען אויך נעמען פארשידענע וויטאמינען צו האבן די נוטריענטס אינעם באדי וואס געווענליך קומט עס פון עסן.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו סורדזשערי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

לייפסטייל האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
לייפסטייל האט געשריבן:וואג אפדעיט:
9 טעג נאך די אפעראציע וועג איך 285.
37 פונט פארלוירן

(וויכטיג צו אנמערקן אז די שנעלע ראטע פון פארלירן וואג האלט נישט אן פאר צו לאנג. איינמאל מען הייבט אן צוצולייגן עסן צום דייעט גייט עס אביסל שטייטער)

טו גוד טו בי טרו

ווי געשריבן אויבן, א גרויס חלק פון דעם (24 פונט) איז פארלוירן געגאנגען ביי די דייעט פאר די אפעראציע - צוויי וואכן וואס מ'עסט גארנישט און מ'טרינקט נאר דורכזיכטיגע liquids

צווייטנס - ווען מ'האט אזוי סאך איבריגע פונטן גייט עס סאך שנעלער אנפאנג

סאיז א געוואלדיקע זאך כהאב אבער מורא פון די יסורים
אוועטאר
לייפסטייל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 pm
לאקאציע: אויפן טרעדמיל

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו סורדזשערי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפסטייל »

דברים אלו האט געשריבן:סאיז א געוואלדיקע זאך כהאב אבער מורא פון די יסורים

איך האב נאך די סורדזשערי כמעט נישט געהאט קיין יסורים

זיי האבן מיך איינמאל גלייך נאך די סורדזשערי געגעבן פענטעניל דורך די IV און נאכדעם האב איך יעדע מאל ווען זיי האבן געאפפערט אפגעזאגט.

ניטאמאל טיילענאל האב איך גענומען.

וואס יא, איז אז מאיז זייער אפגעשוואכט און אויב מ'שטרענגט זיך אפילו א טראפקעלע איבער האט מען אביסל יסורים אין די בויך מוסקלען.

ביי די שניטן פון די אפעראציע פיל איך גארנישט

זיי געבן אויך (א פרעסקריפשאן פאר) גאר שטארקע פעינקילערס צו נעמען אינדערהיים אויב עס פעלט אויס. איך האב עס נאך קיינמאל נישט גענומען ווייל עס האט נישט אויסגעפעלט און עס קען זיין עדיקטיוו און גאר שעדליך (פאטאל) אויב מען אווערדאוזד אויף עס.

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

איך וועל פרובירן צו האלטן די וואג אפדעיטס אין דעם אשכול צו איינמאל יעדע 3-2 טעג און נאך א שטיק צייט צו 2-1 מאל א וואך אזוי אז דער עולם זאל נישט נמאס ווערן פון הערן איבער יעדע צוויי פונט וואס איך פארליר.

פראגעס זענען אבער ווייטער וועלקאם עניטיים
אוועטאר
לייפסטייל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 pm
לאקאציע: אויפן טרעדמיל

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו סורדזשערי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפסטייל »

לייפסטייל האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:סאיז א געוואלדיקע זאך כהאב אבער מורא פון די יסורים

איך האב נאך די סורדזשערי כמעט נישט געהאט קיין יסורים

זיי האבן מיך איינמאל גלייך נאך די סורדזשערי געגעבן פענטעניל דורך די IV און נאכדעם האב איך יעדע מאל ווען זיי האבן געאפפערט אפגעזאגט.

ניטאמאל טיילענאל האב איך גענומען.

וואס יא, איז אז מאיז זייער אפגעשוואכט און אויב מ'שטרענגט זיך אפילו א טראפקעלע איבער האט מען אביסל יסורים אין די בויך מוסקלען.

ביי די שניטן פון די אפעראציע פיל איך גארנישט

זיי געבן אויך (א פרעסקריפשאן פאר) גאר שטארקע פעינקילערס צו נעמען אינדערהיים אויב עס פעלט אויס. איך האב עס נאך קיינמאל נישט גענומען ווייל עס האט נישט אויסגעפעלט און עס קען זיין עדיקטיוו און גאר שעדליך (פאטאל) אויב מען אווערדאוזד אויף עס.

איך וויל צולייגן אז עס גארנישט ראנג מורא צו האבן פון אזא אפעראציע.

עס האט מיר געדויערט דריי יאר פון ווען איך האב די ערשטע מאל געטראכט און גערעדט צו מיין דאקטאר דערוועגן ביז איך האב באשלאסן עס צו מאכן.

מאך דיין ריסוירטש איבער די סוירדזשערי און אלעס ארום. די דאקטוירים, די סוקסעס ראטע, וויפיל מען פארלירט און וויפיל מען נעמט צוריק אויב מ'פאלגט נישט די דייעט און וויפיל מ'קען צוריקנעמען אפילו אויב מ'פאלגט יא די דייעט. עס איז דא אסאך סטאדיס אויף העלט וועבזייטלעך מיט גאר קלארע אינפארמאציע.

ווען מ'ווייסט אלעס קלאר פארדעם איז דא סאך גרעסערע שאנסן צו בלייבן קאמיטעד דורכאויס די פראסעס בעפאר, און צו די לייפסטייל דערנאך.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

סתם א קרישקעלע, מקען פארלירן אלע איבריגע פונטן אן א סליוו אויך, ווי אזוי? מהאלט א שטרענגע דייעט, און ניין, א שטרענגע דייעט מיינט נישט אז מדארף פאסטן א גאנצן טאג, מגייט צו א פראפעשינאל nutritionist וואס שטעלט דיך אויס א פונקטליכע מעניו וואס דו מעגסט און דארפסט עסן יעדן טאג, און מדארף אויך מאכן עקסערסייז עטליכע מאל א וואך, און פאר דאס דארף מען אויך א פראפעשענאל, איך האב אזוי געטוהן פאר בערך זעקס חדשים, און אראפגעקנאקט מיינע איבריגע פונטן, ( בערך זעכציג פונט. )
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו סורדזשערי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

פאטאקי08 האט געשריבן:א נייע וועג צו מאכן די סליוו
https://www.dropbox.com/s/2zgpml1lv9i5s ... 9.mp4?dl=0

וויאזוי האט מען געמאכט ביז היינט?
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
לייפסטייל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 pm
לאקאציע: אויפן טרעדמיל

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפסטייל »

קארן האט געשריבן:סתם א קרישקעלע, מקען פארלירן אלע איבריגע פונטן אן א סליוו אויך, ווי אזוי? מהאלט א שטרענגע דייעט, און ניין, א שטרענגע דייעט מיינט נישט אז מדארף פאסטן א גאנצן טאג, מגייט צו א פראפעשינאל nutritionist וואס שטעלט דיך אויס א פונקטליכע מעניו וואס דו מעגסט און דארפסט עסן יעדן טאג, און מדארף אויך מאכן עקסערסייז עטליכע מאל א וואך, און פאר דאס דארף מען אויך א פראפעשענאל, איך האב אזוי געטוהן פאר בערך זעקס חדשים, און אראפגעקנאקט מיינע איבריגע פונטן, ( בערך זעכציג פונט. )

ווען מ'איז זעכציג פונט איבערוואגיג קען מען טאקע. און דערפאר אזא איינער וועט טאקע נישט אפראווט ווערן פאר א סליוו חוץ אויב מ'האט צוויי ערנסטע געזונטהייט פראבלעמען וואס קומען פון די איבערוואג (וואס ביי 60 פונט האט מען געווענליך נישט)

איינער וואס איז 160 פונט איבערוואג איז א גענצליך צווייטע מסכת, און נאך די סליוו דארף מען הערשט אויך פאלגן אלעס וואס די נוטרישאניסט זאגט און ווייטער גיין אויף דייעט און מאכן עקסערסייז אפילו נאכן פארלירן די איבריגע וואג
לעצט פארראכטן דורך לייפסטייל אום דאנערשטאג יולי 01, 2021 8:35 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
לייפסטייל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 pm
לאקאציע: אויפן טרעדמיל

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו סורדזשערי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפסטייל »

Amazing האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:א נייע וועג צו מאכן די סליוו
https://www.dropbox.com/s/2zgpml1lv9i5s ... 9.mp4?dl=0

וויאזוי האט מען געמאכט ביז היינט?

מ'שניידט אפ די מאגן געהעריג פון אינדרויסן
אוועטאר
לייפסטייל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 pm
לאקאציע: אויפן טרעדמיל

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפסטייל »

לייפסטייל האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:סתם א קרישקעלע, מקען פארלירן אלע איבריגע פונטן אן א סליוו אויך, ווי אזוי? מהאלט א שטרענגע דייעט, און ניין, א שטרענגע דייעט מיינט נישט אז מדארף פאסטן א גאנצן טאג, מגייט צו א פראפעשינאל nutritionist וואס שטעלט דיך אויס א פונקטליכע מעניו וואס דו מעגסט און דארפסט עסן יעדן טאג, און מדארף אויך מאכן עקסערסייז עטליכע מאל א וואך, און פאר דאס דארף מען אויך א פראפעשענאל, איך האב אזוי געטוהן פאר בערך זעקס חדשים, און אראפגעקנאקט מיינע איבריגע פונטן, ( בערך זעכציג פונט. )

ווען מ'איז זעכציג פונט איבערוואגיג קען מען טאקע. און דערפאר אזא איינער וועט טאקע נישט אפראווט ווערן פאר א סליוו חוץ אויב מ'האט צוויי ערנסטע געזונטהייט פראבלעמען וואס קומען פון די איבערוואג (וואס ביי 60 פונט האט מען געווענליך נישט)

איינער וואס איז 160 פונט איבערוואג איז א גענצליך צווייטע מסכת, און נאך די סליוו דארף מען הערשט אויך פאלגן אלעס וואס די נוטרישאניסט זאגט און ווייטער גיין אויף דייעט און מאכן עקסערסייז אפילו נאכן פארלירן די איבריגע וואג

צו ווערן אפראווט פאר א סליוו דארף מען זיין בערך 110 פונט איבערוואגיג. אדער בערך 75 פונט איבערוואגיג מיט א העלט קאנדישאן. אדער בערך 50 פונט איבערוואגיג מיט צוויי העלט קאנדישאנס.
אוועטאר
אראפ געלאזטע נאז
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:30 pm

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אראפ געלאזטע נאז »

וועלקאם טו די קלאב
איך האב עס געמאכט אפאר וואכן צירוק
איך האב נאר געדארפט האלטן די שטרענגע דייעט 1 וואך פארדעם די ערשטע 4 טעג ליקוואד (שבת האב איך געטשיעט) אין די לעצטע 3 טעג קלעיר ליקוואד אנלי
ב"ה געהאט זייער א גרינגע ריקאווערי נישט קיין יסורים ב"ה אין אפילו די געז וואס אסאך מענטשן ליידן פון עס נאך א סירוטשערי בין איך שנעל פטור געווארן פון עס אופן ראט פונעם דר. אז איך זאל שפאצירן וואס דעס טרייבעט עס ארויס. סא אינמיטן די נאכט ווען איך האב נישט געקענט כאפן דעם שלאף ווייל איך בין געווען אויס גערועט פון שלאפן היבש נאכן סירדזשורי (וואס איז צי פארדאנקאן די געז) האב איך געכאפט א שיינע שפאציר אין די האלוועי אין אפאר שעה שפעטער נאך אמאל אין איך בין פטור געווארן פון די געז.
די איינציגע שוועריקייטן נאכדעם איז געווען אז ביים היסן האט מיר זייער וויי געטוען די בויך אזוי אויך ביים זיך דרייען אדער אויפשטעלן פון בעט. אבער נאך אפאר טעג איז עס אויך געווארן א חלק פון די זכרונות
איך בין ארויס פון שפיטאל א טאג נאכן סירדזשורי אין 4 טעג נאכן סירדזשורי געווען צירוק ביי די ארבעט

פארלוירן פארן סירדזשורי איבער 20 פונט אין נאך 60 זייט די סירדזשורי
די איינציגעסטע פראבלעם איז אז די סירדזשורי איז נאר אופן מאגן אין נישט אופן מח סא די סטראגל האלט ווייטער אן ווי נאר מקען שוין צירוק עסן אביסל אז מזאל אריין לייגן נארמאלע עסן אין נישט קיין חזעריי
אוועטאר
לייפסטייל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 pm
לאקאציע: אויפן טרעדמיל

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפסטייל »

יישר כח פארן מיטטיילן. די שוועריגקייטן ווערן סאך גרינגער ווען מ'פילט אז מ'האט אן אח לצרה.
אוועטאר
לייפסטייל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 pm
לאקאציע: אויפן טרעדמיל

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפסטייל »

וואג אפדעיט:

מיין וואג היינט צופרי איז געווען 283. מיט 39 ווייניגער ווי ביים אנהויב.

אויך בין איך היינט געווען ביים דאקטאר און מיין בלוט דרוק איז שוין געווען צו נידריג האט ער גענידערט מיין מעדיצין דאזע צו האלב.

די צוקער דארף מען ווארטן אויף די בלוט טעסט רעזאלטס צו זען אויב מען קען עס אויך אראפרוקן.

א גוט שבת אלע אידן. איך וועל זונטאג זיין צוריק אי"ה, האפנטליך מיט אפאר פונט ווייניגער.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

מאך זיכער נישט איבער צי לאזן די פונטן דא אופן וועלטעל לייג עס גלייך אין גארבידזש
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די 'סליוו' און די טראנספארמאציע צו א געזונטע לייפסטייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

לייפסטייל האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:סתם א קרישקעלע, מקען פארלירן אלע איבריגע פונטן אן א סליוו אויך, ווי אזוי? מהאלט א שטרענגע דייעט, און ניין, א שטרענגע דייעט מיינט נישט אז מדארף פאסטן א גאנצן טאג, מגייט צו א פראפעשינאל nutritionist וואס שטעלט דיך אויס א פונקטליכע מעניו וואס דו מעגסט און דארפסט עסן יעדן טאג, און מדארף אויך מאכן עקסערסייז עטליכע מאל א וואך, און פאר דאס דארף מען אויך א פראפעשענאל, איך האב אזוי געטוהן פאר בערך זעקס חדשים, און אראפגעקנאקט מיינע איבריגע פונטן, ( בערך זעכציג פונט. )

ווען מ'איז זעכציג פונט איבערוואגיג קען מען טאקע. און דערפאר אזא איינער וועט טאקע נישט אפראווט ווערן פאר א סליוו חוץ אויב מ'האט צוויי ערנסטע געזונטהייט פראבלעמען וואס קומען פון די איבערוואג (וואס ביי 60 פונט האט מען געווענליך נישט)

איינער וואס איז 160 פונט איבערוואג איז א גענצליך צווייטע מסכת, און נאך די סליוו דארף מען הערשט אויך פאלגן אלעס וואס די נוטרישאניסט זאגט און ווייטער גיין אויף דייעט און מאכן עקסערסייז אפילו נאכן פארלירן די איבריגע וואג

א גוטע וואך.

אלץ איינער וואס טוט און עקסערסייז שוין בערך צען יאר, וויל איך אביסל אויסקלארן די נושא.

איינער וואס איז איבערוואגיג, דארף גיין אויף דייעט און מאכן עקסערסייז, איינס אליינס איז נישט גענוג, וועסט אפשר נישט צו באקומען מער פונט, און אפשר אפשר פארלירן אביסל, אבער דעטס איט.

און כדאי צו דייעטן, דארף מען גיין צו א פראפעשענאל nutritionist וואס וועט דיך אויסשטעלן א פונקטליכע דייעט , געוואנדן לויט דיין הייך, וואג, עידזש, וכו'.

און צו מאכן עקסערסייז , דארף מען א פראפעשענעל טרעינאר, לכל הפחות איין מאל א וואך, די איבריגע קענסטו מאכן אן א טרעינאר.

ווען מטוהט די צוויי זאכן אויפאמאל, מיט די ריכטיגע עדווייס, זעהט מען אותות ומופתים, אוודאי איינער וואס דארף פארלירן אסאך פונט וועט עס נעמען לענגער צו פארלירן, אבער מען פארלירט, בדוק ומנוסה.

צו מאכן א סליוו , דאס וואלט איך געראטן פאר מענטשן וואס קענען נישט פארלירן די איבריגע פונטן, נישט דורך א דייעט און נישט דורך עקסערסייזן, איך רעד נישט פון מענטשן וואס הייבן אן א דייעט און מאכן עקסערסייז פאר אפאר וואכן און זיי הערן אויף, איך רוף זיי פוילע מענטשן, אבער סאיז דא טאקע מענטשן , וואס נאך די אלע מעשיות קענען זיי נישט פארלירן די איבריגע פונטן, סאיז א העלט קאנדישאן ביי זיי, פאר זיי איז א סליוו זייער גוט.

איך האב אריינגעשיקט איבער א מנין פון מיינע חברים און דזשים, און זיי געשיקט צו א nutritionist , און די וואס האבן שווער געארבעט, האבן פארלוירן גאר אסאך, און נאר איינער איז געווען, וואס נאך בערך א האלבע יאר שווער ארבעטן, און סהאט זיך כמעט נישט געטוישט, איז ער געגאנגען מאכן א סליוו.

פון מיין קוק ווינקל, איז סליוו א איזי וועי אוט, און סאיז נישט הונדערט פראצענט געזונט.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”