נפשיות׳דיגע אויפרייס מאטריאל - פון מיין ״אישי״ קעסטל

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

נפשיות׳דיגע אויפרייס מאטריאל - פון מיין ״אישי״ קעסטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איך האב געשריבן אין דעם אשכול איבער פסיכאטרי, - ווי דער עולם איז צעבורדעט, זה בכה וזה בכה - אז עס איז מיר אנגעקומען אין אישי קעסטל א הארצרייסענדער בריוול פון איינעם א ״גאר״ פראמינענטע ניק (איר וועט נישט חלומ׳ן ווער...), ליינענדיג דעם בריוו, און שטעלנדיג צוזאם דעם בריוו מיט איר שרייבער, האט עס מיך באנומען ביז טרערן במובנו הפשוט.

איך האב אים מציע געווען איך זאל דאס פובליצירן, לתועלת היחיד והרבים, האט ער קאטאגאריש אפגעזאגט (ביזט משוגע...), וביז איך האב אים קאנווינסד עס איבערצוארבעטן, דאדורך עטוואס פארווישן זיינע שפירן, האט ער מסכים געווען.

ליינט פארזיכטיג איבער, ביטע שרייבט נישט קיין אומסענסיטיווע תגובות ווייל עס איז זייער, זייער האקל.

אט איז עס:

די הדגשות זענען מיינע
הרוצה בעילום שמו האט געשריבן:שלום וברכה אל מע"כ הרב שטארק זיך

אחדשה"ט באה"ר - זייענדיג א שטענדיגע ליינער פון די יודישע וועלט קומט מיר אויס מיטצוהאלטן אין די לעצטע שטיק צייט ווי עס ווערט דיסוקסירט פארשידענע טעמעס וועלכע רעדן זיך איבער גייסטישע פראבלעמען, און ווי איך זעה וואקסט עס פון טאג צו טאג און עס קומען צו נאך און נאך מגיבים זה בכה וזה בכה, יעדער לאזט הערן זיין מיינונג.

וואס איך נעם ארויס פון די אלע צעהנדליגער תגובות בסך הכל איז איין שטארקע און ווייטאגליכע פוינט וועלכע לאזט מיר נישט צורוה, און איך זעה אז איך בין נישט דער איינציגסטער וועם עס באדערט די פוינט, עטליכע אנגעווייטאגטע ניקס האלטן אין איין פרובירן צו באטאנען די זעלבע נקודה איינמאל און צוויי מאל, אבער קיינער מאכט זיך נישט צוטוהן פון זייערע ווערטער, און איך פיהל ווי ס׳איז געקומען צו א פוינט וואס איך מוז נעמען די פעדער אין די האנט און ארויסברענגען מיין ווייטאג כאטש פאר דיר וואס לויט ווי איך זעה האסטו א געוואלד מיט ידיעות און א טיעפזיניגע הבנה אין דעם ברייט פארצווייגטן פעלד, אפשר אזוי וועל איך האבן יוצא געווען ידי חובתי, חובת מחאה.

איך וועל צוקומען צום פוינט
אבער לאמיך דיר קודם דערציילן אביסל במה דברים אמורים

ווען איך בין געווען א בחור פון 16 און אהאלב יאר אלט, בין איך געוואויר געווארן א סוד אז איך פארמאג אביסל פון די ׳עי די די׳ attention deficit disorder, זייענדיג שוואך אין התמדה, און נישט האבנדיג צופיהל זיץ פלייש האט דאס קיין סאך נחת פאר מיינע עלטערן נישט פארשאפט, האט דאס געברענגט אז מיין חשוב׳ע מוטער תחי׳ האט זיך שטארק פאר׳עקשנ׳ט אז זי וויל דערגיין וואס איר זוהנ׳ס פראבלעם איז, זי האט געוואוסט אז איך בין נישט קיין שלעכטער, איך בין נישט קיין ליידיגגייער, האט זיך זייער שטארק געוואלט מיך פארטיידיגן, אין די זעלבע צייט וואס מיין פאטער זז"ג - זייענדיג מער פון א נערוועיזע טייג געקנאטן און דאדורך געווענטליך נישט געהאט קיין געדולד צו קיין תירוצים - האצעך געגעסן דאס געזונט אז זיין זוהן וואקסט אויס א ליידיגגייער.

דאס איז שוין חוץ מזה וואס מיינע 2 עלטערע ברודערס זענען געווען אויסערגעווענליכע מתמידים אין ישיבה, זיך פארהערט הל׳ שבת און יו"ד אלץ בחור, געלערנט רציפות וכו׳ - עכ"פ בין איך געווען דער ארויסגעפאלענער, דער לא יצלח, האט מיר מיין מוטער געוואלט פארטיידיגן האט זי זיך פארשאפט א ביכל (אין ענגליש) וואס רעדט פון טינעידזשערס, ביז זי האצעך דערוואוסט אז ס׳איז דא אזא זאך ווי add. און עס קוקט אויס ווי איך לייד טאקע פון דעם.

זי האט מיר גענומען צו א דאקטאר, און דער דאקטאר האט דאס באשטעטיגט, און מיר פארשריבן א געוויסע מעדיקעישאן.

אויב מיינסטו אז דא האצעך עס געענדיגט, וויל איך דיר נאר זאגן אז דא האצעכעס הערשט אנגעהויבן, מיין פאטער וועלכע האט ווי דערמאנט - נישט געגליכן קיין תירוצים, האט נישט געקענט סובל זיין די פאקט אז איך נעם מעדיקעישאן, ער האט געהאלטן אז אויב לערן איך נישט אידאס נישט מער ווי א פשוט׳ער יצר הרע, און אויב שטיי איך נישט אויף פארטאגס איז דאס א פשוט׳ע יצה"ר, און אויב העלף איך נישט אינדערהיים איז דאס נישט מער ווי ׳עצלות׳ און שוין, און איך האב געהאט אויסצושטיין רדיפות עד אין לשער, איך וויל נישט מאריך זיין.

עכ"פ ביז איך האב געמאכט א סך הכל און איינגעזעהן איין זאך:

א גאנץ לעבן גיי איך זיך דארפן פארמעסטן מיט מיינע ארומיגע מיט וועמען איך וועל דארפן קומען אין בארירונג אין טאג טעגליכן לעבן - אז "זיי זאלן מיך פארשטיין", דאס אז מיין טאטע האט מיך נישט פארשטאנען, און דאס אז מיינע ברודערס זענען געווען טשיינע-קלאזעט בחורים... האט דאס נאר פארשטערקערט און קלארער געמאכט דעם פאקט אז ׳מיט וועמען איך וועל זיך נאר דרייען וועט מוזן האבן דעם פיפטן חלק... און אויב נישט בינעך אויף געהאקטע צרות׳.

מיין נישט - עס איז נישט אזוי גרינג אנגעקומען אז איך אליינס זאל מיך פארשטיין, סוף כל סוף קום איך פון זייער א נאאיווע משפחה, וואו מ׳האט קיינמאל פון קיין גייסטישע פראבלעמען נישט גערעדט, קיינמאל קיין פסיכילאגיע נישט ארויפגעברענגט אויפן טיש, און די גאנצע מהלך צו וואס איך האב זיך געדארפט צוגעוואוינען ביי די 16 א האלב יאר איז געווען פאר מיר אין אפנפאנג היבש מאדנע, און איך האב זיך פארשטייצעך געפיהלט היבש אויסגעשפילט, און עס האט מיר געקאסט אסאך אסאך עגמת נפש ביז עס איז מיר געלונגען צו באקומען א פאזיטיווע בליק אויף מיר (אפילו איך האב מיין טאטנס בליק אויף מיר קיינמאל נישט מצליח געווען צו טוישן).

איז אבער געקומען א צווייטע פראבלעם - איך בין א חתן געווארן בשעטו"מ און איך האב חתונה געהאט צו א פרוי וואס איז אויך געקומען פון א ׳פשוט׳ע׳ משפחה, נישט געוואוסט פון קיין קונצן פון קיין הסברים און ווער רעדט נאך פון נעמען פילן... וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערער פריינט, וואס איך בין דורך אלץ בחור איז נישט צוגעקומען צום שפיץ פינגער וויפיל יסורי נפש איך בין דורך ביז איך האב מצליח געווען צו מכריע זיין דעם דעת בעל הבית׳טע זי זאל אביסל ארויסקרוכן פון די צמצום אירע, און זי זאל פארשטיין צו איר מאנס פראבלעמען. ווייל סוכ"ס פון מיין טאטן האבעך זיך געקענט שטילערהייט אויסלאכן, כ׳האב געוואוסט אז בקרוב גיי איך עניוועי ארויס פון זיין רשות, משא"כ מיט די אייגענע פרוי וואס ווי פארשטענדליך איז עס ווייט נישט אזוי, און עס האט מיר אפגעקאסט ממון ודמים, פסיכילאגן און אלע גוטע זאכן ביז איך האב אנגעהויבן צו זעהן א פתח תקוה.

וואס די אלע אויבן דערמאנטע זאכן האבן געווירקט אויף מיר בעיקר איז:
אז איך בין אויטאמאטיש אריין אין א קאמף מיט די אלע מענטשן וואס פארשטייען נישט צו קיין גייסטישע פראבלעמען, און מאכן אוועק ווען אימער עס קומט נאר ארויף אזא סארט טעמע אויפן טיש. די אלע מינע מענטשן זענען ביי מיר געווארן אינגאנצן מופרך, אויטאמאטיש ווען עס קומט מיר אויס צו ליינען דא און זעהענדיג ווי עס מישן זיך אריין מענטשן וואס האבן קיין מינדעסטע אנונג נישט וואס add מיינט, און וואס ocd מיינט - טוט דאס מיר און די אלע וואס זענען בדומה לי - שטארק פארדריסן, און דאס איז וואס איך האב געשריבן אין אנפאנג - די נקודה וואס געוויסע ניקס זענען דערנאך אין א געיעג פון די ערשטע מינוט נאך אינעם מבקשים אשכול ביז אהער צום פסיכיאטארן אשכול, זיי שרייען און וויינען, רבותי, ביטע רעדט מיט סענסיטיוועטי איבער דעם ענין, ביטע נעמט אין באטראכט אז עס זענען דא מענטשן וואס מאכן מיט טאג טעגליך און עסן ממש גאל... און די זעלבע צייט וואס דער ניק זיצט און מאכט ליצנות אויף זייער חשבון!

וויסן זאלסטו, אז יעדעס מאל די טעמע קומט אויף אויף סיי וואספארא עפענטליכער פארעם, ווערט ביי מיר א ״וגילו ברעדה״, פון איין זייט האב איך הנאה אז מענשטן דערהערן שוין היינט מער אז נפשיות׳דיגע פראבלעמען איז עפעס מיט וואס מען דארף זיך רעכענען, און פון די אנדערע זייט ציטער איך אלץ אז אפשר גייט זיך בסך הכל נאך איינער קאלטבלוטיג אונטערהאלטן אויף מיין חשבון, און שרייבן ״אויסידי שמויסידי״.

איך האף אז איך האב זיך גענוג קלאר מסביר געווען, און עס וואלט ווען געווען א גרויסע זאך ווען דו קענסט ווען זעהן אביסל אויפצוקלערן דעם עולם איבער דעם, און בעיקר אז מ׳זאל נישט זיין זיכער אז מ׳וועט זיך קיינמאל נישט דארפן ספראווען מיט א משפחה מיטגליד וועמען ׳מ׳וועט דארפן פארשטיין׳, איך גלויב אז ס׳וועט זיין א גרויסע טובה, ווייל עס זענען פארהאן אסאך מענטשן וואס זענען אומוויסנד, און דאדורך זענען זיין נאר מקלקל ווען עס קומט צו זייערע ד׳ אמות אזא סארט קעיס, און עס קען מציל זיין דורות, צו טאטע זאלן פארשטיין די קינדער, צו לגבי שלום בית וכדומה וכדומה.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן אלע זוכה זיין ארויסצוקריכן פון אונזערע שווערע מצבים און מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פונעם ביטערן גלות גאר אין גיכן, אמן.

ווי עס שרייבט
ידידו
הק׳ (--)
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

שטארק זיך האט געשריבן:א הארצרייסענדער בריוול

!
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א הארץ ווייטאג, אבער דאס ער טיפישער מציאות כהיום יום.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מיין טאטע זז"ג זאגט אייביג, 'ווער עס ווייסט נישט זאל נישט רעדן, אויב דו ווייסט נישט זיכער אז דו ווייסט, מסמתמא ווייסטו נישט'
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

שלעכטע נייעס דער בריוו
אלענספאל איך האף אז היינט צוטאג איז שוין ביי אים אלעס מסודר
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:שלעכטע נייעס דער בריוו
אלענספאל איך האף אז היינט צוטאג איז שוין ביי אים אלעס מסודר


דער בריוו איז טאקע שלעכטע נייעס,; די גוטע נייעס איז אז ער האט שוין דעם קוראזש צו שרייבן דערוועגן, שוין א גוטער סימן.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

דאס איז עס, יעדער איינער באקומט דעם מעסעדזש אויף א אנדערע וועג, איינער גרינגער און איינער שווערער
טאמער האט מען דעם ריכטיגן שכל זיך צו נעמען אין די האנט אריין אנשטאטס אויפצוגעבן, איז נישטא קיין בעסערע זאך
אך און וויי איז אבער אויב דער מענטש לאזט זיך און ער גיבט אויף, האט ער פשוט פארלוירן די מעגליכקייט פון מצליח זיין אין לעבן!
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

סיי אינעם פריערדיגער אשכול און סיי אין דעם אשכול בין איך אריין נאך יעדע תגובה
כהאב מיך צוריק געהאלטען ביז אהער פון מגיב צו זיין (א קרעכטץ האב איך געגעבן) איך וועל מיך ווייטער איינהאלטען בלוט איז נישט קיין וואסער
ביי ביי.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שטארק זיך
געב איבער פאר דיין אישי קעסטל אז מיר אלע פילן מיט מיט אים, מיר ווייסן וואס דער פראבלעם איז, איך האב א קינד וואס האט שטארק דעם פראבלעם, און ס'איז נישט אזוי שווער זיך מצייר צו זיין אזא מיטמאכעניש מיט עלטערן אדער ווייב, צוזעענדיג אנדערע מענטשן וואס מאכן מיט מיט די משפחה ווען מען פארשטייט נישט זייער פראבלעם, פארשטיי איך אביסל זייער ווייטאג, חזקו ואמצו אל תראו ואל תערצו.

יעצט דארף איך לויפן קוקן די אשכול פון וואס שטארק זיך רעדט, איך האב נישט געוואוסט מען רעדט דארט פון אזעלכע נושאים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

יישר כח לשטארק זיך על העלאת הנושא. אנא המשך להביא מאוצרותיך, ולהביא צרי ומרפא לנפשות דואבות.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

OCD איז א פראבלעם וואס מען קען אליין פייטן, אהן קיין מעדעצין אהן קיין פסיכלאג, אהן די אלע זאכן,

יא ס'איז א שטארקע פראבלעם אבער עס פעלט נישט אויס צו זיין דיפרענד אין ארדער טו פייט איט,

פאר עצות וויאזוי עס צו פייטן קען מען זיך ווענדן צו מיר אין אישי,

דאס וואס יענער זאגט אז OCD אל מאכן נישט לערנעןת איך וואלט ווען געזאגט אז א בחור וואס האט OCD היא הנותנת אז ער זאל בעסער פארשטיין לערנען און לערנען מער שעה א טאג,
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

שווער צו זאגן אז דו ביסט גערעכט, אבער עניוועי האט ער גערעדט פון ADD, נישט פון OCD.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

יישר כח פאר 'הרוצה בעלום שמו', אייער דרייסטקייט ארויס צוקימען אין די עפענטליכקייט (דורך א הונטער טירל, אפי') אליין, פארדינט א גרויסע באגריסונג,
און נאכדערצו מיט אזעלעכע דברים כנים ונכונים, ומובנים,

ובה' בטחנו.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שמן זית האט געשריבן:OCD איז א פראבלעם וואס מען קען אליין פייטן, אהן קיין מעדעצין אהן קיין פסיכלאג, אהן די אלע זאכן,

יא ס'איז א שטארקע פראבלעם אבער עס פעלט נישט אויס צו זיין דיפרענד אין ארדער טו פייט איט,

פאר עצות וויאזוי עס צו פייטן קען מען זיך ווענדן צו מיר אין אישי,

דאס וואס יענער זאגט אז OCD אל מאכן נישט לערנעןת איך וואלט ווען געזאגט אז א בחור וואס האט OCD היא הנותנת אז ער זאל בעסער פארשטיין לערנען און לערנען מער שעה א טאג,

אליינס פייטן?
געוואנדן אין דעם מצב, על פי רוב נישט.
אן מעדיצין?
אין פיהל פעלער יא, אבער נאר מיט אינטענסיווע ארבעט.
אן קיין פסיכאלאג?
לאו דוקא פסיכאלאג, אבער מומחה אויף דעם ״מוז״ יא זיין אין רוב רובם פון די פעלער.
עס פעלט נישט אויס צו זיין דיפרענד?
ווואס זאל דאס מיינען?
עצות אין אישי?
איך וואלט רעקאמענדירט זיך איבערצורעדן מיט א מומחה איידערן פאלגן.
בחורים מיט OCD פארשטיין בעסער לערנען?
לאו דוקא, אבער אויך נישט ארגער. (אוי סי די, באטרעפט בעלי כשרון און חלושי כשרון צוגלייך)
מער שעות?
יא, איידער עס קראכט אויס...
...
ר׳ שמן זית, זענט איר זיכער אז איר רעדט פון OCD?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

יעפס איך רעד פון OCD

איך מיין צוזאגן אז איינער וואס האט OCD איז פונקט ווי ער דאווענט 2 שעה און זיצט הכנות שעות, און גיסט זיך אפ לאנג אדער עני אנדערע זאך וואס נעמט אים לענגער ווייל ער איז נישט זיכער,
פאר די זעלבע סיבה לערנט ער מער שעה אדער טיפער כדי צו זיין זיכער מיט זיך אז ער קען און אז ער האט יוצא געווען מיט לימוד התורה,
פארשטייט אז ער קען נישט וועט ער עס נישט טוהן און ער וועט פרובירן אנדערע וועגן צו טרעפן סיפוק,

עס איז דא מענטשן מיט OCD וואס לכבוד דעם קומען זיי נישט אהן נישט צו לערנען און נישט צו ארבעטן,

איך הייב נאר געמיינט ארויס צוברענגען די מכוון,

פארשטייסט?
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

די כלל אין דעם איז אז אויב האנדלט מען דא פון א נארמאלע מענטש און א בר שכל,

דארף ער וויסן ביי זיך און ער איז נארמאל און אז ער דארף פרובירן צו פאררעכטן דעם פראבלעם,

די צרה פון די זאכן געווענדליך זענען, אז די מענטש אליין מיט אלע זיינע ארומיגע האלטן אז אויב טוט ער די אלע זאכן
מוז זיין אז ער נישט נארמאל, במילא קען ער זיך נישט העלפן און ער ארבעט נישט אויף זיך

ווען באמת זענען די זאכן וואס ער טוט א תוצה פון א בעקראונד אדער עני אנדערע פראבלעם,
אויב ווייסט מען דעס קען מען עס אליינס פיקסן,
פארשטייט זיך אז מיט הילף איז פיל גרינגער אבער דער העלפער דארף אבער וויסן און פארשטיין, און האבן געדולד
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

ווען איך בין געווען א בחורל האב איך מיטגעהאלטען מיט א חבר וואס האט געהאט ocd אויף א מיאוסע אופן און אונז האבען נישט געהאט קיין מינדסטע אהנונג וואס דאס איז, און פארשטייט זיך אונז האבען נישט מער ווי זיך אינטערגעהאלטען אויף זיין חשבון וכו' (מחסרון ידיעה), אינדערהיים האב איך אראפגעלייגט די מצב מיט קאלירטע פארבען און אזוי ווי איך בין אלעמאל געווען גוט און אראפמאהלען אזאלכע מצבים איז די גאנצע משפחה געליגען פשוט אויף די ערד פאר געלעכטער, כשוך חמת.. הגעלעכטער זאגען מיר מיינע עלטערען אז דאס איז סיריעס ביזנס און ער דארף העלף איך האב מיך פרובירט ארויס דרייען אז ס'איז לה"ר און איך טאר נישט זאגען ווער דאס..זיינע עלטערען נעמען זיכער קעיר וכו, מיין מאמע האב מיר אביסל מסביר געווען וואס איז דאס ocd וכו' איך האב נאך אלץ נישט געזאגט...אביסל שפעטער איז מיין טאטע דורעכגעגאנגען אונזער ישיבה און מיין טאטע פרעגט מיך ס'נישט פלוני אלמוני..פין וואו ווייסטו..זאגט מיין טאטע איך זעה איהם ביים סינק.....מיין טאטע איז גלייך אריין צום ראש הישיבה, משגיח, און וואו מ'איז געוואר געווארען שפעטער האט ער אינדערהיים באהאלטען אלעס און אלץ איז ארויסגעקומען אין ישיבה...מיין מאמע האט אנגעטראגען העלף פין איינעם...איך ווייס נישט וואס ס'איז געווארען שפעטער פינקטלעך, איך ווייס ער האט באקומען העלף..און שפעטער זיך אויפגעפירט נארמאל....היינט איז ער פיין חתונה געהאט און האט שוין קינדער ב"ה וכו' ער זעהט אויס אוקיי......היינט וויסענדיג וואס דאס איז וואלט איך שוין גארנישט אזוי געלאכט.
נ.ב. ס'איז דא א בוק פין איינע פין די גרויסע פראפעסארען אויף דעם נושא The Boy Who Couldn't Stop Washing איך האב עס נישט געליינט אבער מ'האט מיר איבער געזאגט אסאך שטיקלעך פין דעם, דאס איז א דעסקריפשן אויפן ביך: (אויף פעידש 264 איז דא רעליגיע אין אידישקייט אין דעם נושא, כ'האב נישט קיין אהנונג די כשרות פינעם בוך)
Up to six million Americans are afflicted with Obsessive-Compulsive Disorder (OCD), a serious, emotionally crippling disease. Cleaning, counting, washing, checking, avoiding--these are just some of the rituals that sufferers are powerless to stop. Now an expert on OCD reveals breakthroughs in diagnosis, successful new behaviorist therapies, drug treatments, and more. HC: Plume.
מ'זאל הערען בשורות טובות.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אמת ויציב
עס איז א חשובע נקודה
לדאבוננו כאפט עס ביי היימישע פרומע קרייזען
עס איז א מחלה ווי אלע מחלות
עס איז די מחלה פון ספיקות און חששות....
ישלח השם רפואה שלימה פאר די וואס ליידען דערפון
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

אמת ונכון
הרוצה בעילום כנים דבריך
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
נפש
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2012 9:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש »

sorry shemen zayis, i congratulate your confidence but i must tell you that you have no clue what OCD is.
washing the hands is just one of the common symptoms of OCD, but it doesn't describe OCD at all.

Just a quick quiz

Did you ever heard about a Panic Attack?
Do you know how it feels?
Did you ever saw a person who has excellent ears, is not hearing well?
Do you have any idea what this word "Obsessive" is all about?
Do you know what an obsessive person is doing all the day?

i can go on and on but please be careful b4 you write
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

און ווייסט ר' שמן זית, וואס איז obssesive און וואס איז cumpolsive און וואס איז איז דער קשר ביניהם, בהשם OCD
למה זה תשאל לשמי...
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

נא לכתוב בלה"ק או באידיש.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

געוואלט שרייבן די זעלבע ווערטער וואס "נפש" שרייבט, שמן זית, דו מיינסט אז או סי די איז וואשן די הענט אסאך מאל... מסתמא ווייל די מעלות שרייבט אזוי... סארי באט או סי די איז א פיל טיפערע און ברייטערע נושא, און ס'איז דא מענטשן וואס ליידן זיך אן מיט שרעקליכע זאכן דערפון.
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

נפש - זייער אויפריכטיגע דיבורים, הלואי איר קומט אביסל אפטער ארויס, ס׳קוקט אויס ווי איר ווייסט אסאך
שמן זית - פיהלט אייך נישט ב׳עוול׳ט, איר מוזט נישט וויסן וואס יעדע מחלה איז
אבער זייט מודה אז איר ווייסט נישט, ודי בכך
קומען און זאגן אז מ׳דארף נישט קיין ספעציעליסט און קיין מעדיקעישאן איז זיכער נישט קיין דרך

און איך וויל נאכאמאל דא ציטורן דאס וואס איך האב געשריבן אינעם פסיכיאטרן אשכול

ס׳איז דא א ביכל וואס א פרוי אין וומ"ס האט ארויסגעגעבן אויף די אלע סארט זאכן (זי שרייבט אז זי האט דאס אלעס אליינס מיטגעמאכט)
די נאמען פון דעם בוך איז ׳א איד איז קיינמאל נישט אליין׳ עס איז דא צו באקומען אין אלע ספרים געשעפטן
און עס האט גאר אסאך וויכטיגע אינפארמאציע בנוגע אוי סי, פאניק אטאקעס, ענקזייעטי, אימפאלסיוו, אבסעשאנס וכדומה
באגלייט מיט זייער אינטערעסאנטע טעיבלס וועלכע עס איז מסביר די גאנצע מהלך פונעם מוח - זייער אינפארמאטיוו

Image.asp.jpeg
Image.asp.jpeg (40.13 KiB) געזען 4594 מאל


דער בוך האט די הסכמה פון הגה"צ רי"א מאסקאוויטש - אב"ד שאץ מאנסי שליט"א
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אגב די דערמאנטע בוך איז געשריבן אויף זייער א פרויאישע שפראך, אז מ׳ווייס פון פאראויס קען מען עס גרינגער פארדייען.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”