קויפן א used קאר

אלעס איבער קויפן, ליעסן, און רענטן א קאר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע: בעיסמענט

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

האט איינער עני עקספיריענס מיט קויפען א קאר פון carvana?
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

$4500?
Toyota Sienna ‘08 176 k miles
אוועטאר
צוריקגעצויגן
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 8:15 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוריקגעצויגן »

lazy האט געשריבן:
$4500?
Toyota Sienna ‘08 176 k miles

ווענצעך אין די קאנדישאן אויב איז עס אנליין קענסטו לייגן א לינק אין העמער זאגן מבינות
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

צוריקגעצויגן האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
$4500?
Toyota Sienna ‘08 176 k miles

ווענצעך אין די קאנדישאן אויב איז עס אנליין קענסטו לייגן א לינק אין העמער זאגן מבינות

האמיר געטעסט דרייווד.
ציעט פיין.
ווען עס גייט איבער 70/75 ווייברעיט עס היבש.
עיר קאנדישען סאליד.
סאיז א ׳08 נידריגסטע מאדעל.

אדער האט ער א ׳06 מיט נאר 130 מייל, די העכסטע מאדעל פאר 7$K.

א דאנק!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

lazy האט געשריבן:ווען עס גייט איבער 70/75 ווייברעיט עס היבש.
קען זיין א רעדער באלאנצירן אישא

די חברה רעכענען גאנצע 15-20 טאלער פער ראד און שוין
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
צוריקגעצויגן
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 8:15 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוריקגעצויגן »

lazy האט געשריבן:
צוריקגעצויגן האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
$4500?
Toyota Sienna ‘08 176 k miles

ווענצעך אין די קאנדישאן אויב איז עס אנליין קענסטו לייגן א לינק אין העמער זאגן מבינות

האמיר געטעסט דרייווד.
ציעט פיין.
ווען עס גייט איבער 70/75 ווייברעיט עס היבש.
עיר קאנדישען סאליד.
סאיז א ׳08 נידריגסטע מאדעל.

אדער האט ער א ׳06 מיט נאר 130 מייל, די העכסטע מאדעל פאר 7$K.

א דאנק!

מקען זען די carfax אדער בילדער ?
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

אלס איינער וואס האלט שוין ביים דריטן געקויפטער קאר, וויל איך מיטיילן מיטן עולם מיין עקפיריענס און די לקח וואס איך האב זיך געלערנט, און אפשר וועט די אינפארמעישאן צונוץ קומען פאר איינעם. מיין ערשטער קאר איז געווען א קראון וויטאריע וואס איז געווען א 03 יעלאו קעב וואס איך האב געקויפט אים '08 און עס האט געהאט 150,000 מייל, און עס האט געקאסט 1500 דאללער. איך האב געהאט דעם קאר פאר צוויי און א האלב יאהר און כמעט נישט געהאט קיין אישוס. סיידן נייע ברעקס און א פראבלעם אז די קאר איז געווען געל און מיין ראש הכולל האט אייביג געקענט זען ווען איך קום אן אין כולל. ( א גאנצע פרשה פאר זיך ווי אזוי איך האב עס געפעינט שווארץ)
נאך דעם האט זיך די משפחה צווואקסן, און מען האט שוין געברויכט א מיניווען. האב איך געקויפט א פארד פריסטאר 2005 ווייל די קאר האט אויסגעזען דעלישעס און מיין חברותה פון כולל האט מיר צוגעזאגט אז דאס זענען די בעסטע קארס אויפן מארקעט. אבער למעשה דא בין איך ביטער אריין געפאלען און זיך געפלאגט די נעקסטע 9 יאהר מיט א לעמאן.
אן געפאנגען האט זיך עס מיט דעם וואס עס האט זיך צובראכן אויף די 17 אויפן וועג צוריק פון די קאנטרי. יעדער יוקל וואס איז אריבער געפארן האט זיך געמיזט אפשטעלן אן געבן דעות. למעשה האט מען גשלעפט די קאר צו א היימישער מעקעניק אין ק”י און דער האט מיר אנגערופן אז די טורק קאנווערטער (א חלק פון די טרענמישאן) האט זיך צובראכן און עס קאסט ציווישען 1500 צו 2000 צו פיקסן. דער מעקעניק איז אבער געווען ארינטלעך און ער האט מיר מודיע געווען אז עס איז דא א ריקאל פון פארד אויף גענוי די פראבלעם און איך זאל טראגן די קאר קיין פארד כדי זיי זאלן עס פארעכטן פריי פון אפצאל. שוין האט מען געשלעפט די קאר צו א פארד דיעלער און מען האט עס טאקע געפיקסט בחינם. גייט אריבער א האלבער יאהר און די טרענסמישאן האט אנגעפאנגען צו מאכן א געפערליכע גרידער. מיין מעקעניק האט מיר געווארענט אז איך מיז דאס פארעכטן ווייל אז נישט וועל איך בליייבן סטאק, און ער האט מיר געגעבן די נומער פון איינער וואס פארעכט נאר טרענסמישאנס (פארעכטן טרענסמישאנס איז א חכמה פאר זיך). איך האב זיך פארשלעפט מיטן נעמען די קאר, און די קאר האט זיך צובראכן נעבן בארא פארק, און ווי די מעשה גייט איז דעמאלסט געווען ערב פסח...
דארטן נישט ווייטאיז געווען א מעקעניק (נישט דער וואס מיין מעקעניק האט משדך געווען, נאר אזא כל בו ניק וואס פארעכט אלעס) און ער האט מיר צו געזאגט זילבער מיט גאלד אויב איך פאררעכט ביים אים די טרענסמישאן, ער געט מיר א שטיפ אריין און די האנט א פאפיר מיט א רעפערענס, און ער האט זיך גענימען דרש’נען מיט אן עזריאלישאן אקסענד אז ער האט געדינט אלס א מעקעניק אין די מיליטער און ער קען טרענסמישאנס. אקיצור איך בין געפאלן פאר אים און איך האב אים געגעבן מיין קאר צו פארעכטן. למעשה איז אריבער ווייניגער ווי א יאהר און די טרענסמישאן איז ווייטער געגאנגען א גאנג, און דאס מאהל האב איך עס גענומען צו דער בעל מלאכה וואס מיין מעקעניק האט געהייסן. ווען איך בין צוריק געקומען האט ער מיר געזאגט אז דער וואס האט געמאכט די טרענסמישאן האט נישט געוויסט ווי אזוי צו בויען די באדי וועלוו (אן אנדערע פארט פון די טרענסמישאן). מיין טרענסמישאן פראבלעמען האבן זיך נישט גענדיגט ביים דעם. א יאהר שפעטער האט מיין קאר זיך געפלאגט מיט אריין גיין אין אויווער דרייוו ווען מען האט געדרייווט אויפן הייוועי, און דאס איז געווען ווייל די TCU, די טרענסמישאן קאנטראל יוניט, די קאמפיוטער וואס קאנטראלירט די אוטומאטישע טרענסמישאן איז נאס געווארן, ווי אזוי דאס איז געשען ווייס איך נישט, און מען אט דאס געברויכט פארעכטן. ובזה נשלם מסכת טרענסמישאן אבער נישט די צרות וואס איך האב געהאט מיט מיין קאר.
די נעקטע זאך צו מאכן קונצען איז געווען די ענשזין (א חלק פון די פראבלעמען זענען געווען בו בזמן פון די טרענסמישאן פראבלעמען). איינס ביים איינס האבן מיינע סילינדערס אויסגעברענט, די ענשזין מאונטינג ברעקעט האט זיך צובראכן, און דער נאך האב איך אנגעפאנגען צו האבן א ענשזין נאק ווען אימער מען האט געלייגט געז.
די קאר האט אויכט געהאט פיל מיט קלענערע זאכן וואס האבן נישט געארבייט ווי עס דארף צו זיין אדער בכלל נישט געארבייט. די ווייפערס פלעגן נישט גיין אין sync, און די פאווער סטעירינג קלעמפ האט זיך צובראכן און טאטליש געליעקט 3:00 פארטאגס נאך א חתונה, די פיועל פאמפ האט אויף געהערט ארבייטן, און שלעסער פלעגען כסדר זשעמען.
די קאר האט אויכט געליטן אויף קארוישזען (rust). למעשה האט פארד געהאט א טיילוואזע ריקאל וועגען די קארוישזען, אבער דאס איז נאר געווען אזוי ווי א פלאסטער אויף א וואונד. די קאר איז ממש צופאלן, עס האט געהאט לעכער פון אינעווינדיג און אינדרויסן, און די בעק סיעטס האבן נישט געהאט אויף וואס זיך צו האלטן. די מצב איז געווען אזוי געפערליך אז עס איז געווען צוויי גרויסע לעכער ביי די פרעם נעבן די אינטערשטער רעדלעך וואס מען האט געקענט זען די ראוד פון די לעכער.
למעשה איז די לעצטע צוויי יאהר געווען גאנץ גוט מיט די קאר, נאר די בני בית האבן געבעטן אז מען זאל שוין קויפן א נייע מאשין, און אויכט האט זיך די סטארטער צובראכן א וואך פאר קעמפ און איך האב אפגעמאכט גענוג איז גענוג.
דער נאך האב איך געקויפט א טיוטו סייענע 2016 און דאס האב איך שוין פאר דריי יאהר און ב"ה איך האב נישט געהאט קיין שום פראבלעמען.
במשך די צייט האב איך געמאכט א סאך ריסורטש אויף קארס, ווי אזוי זיי ארבייטן און דאס גלייכן, און איך בין געקומען צו א פאר מסקנות וואס איך וואלט געוואלט מיטיילען מיטן עולם.
1. קנה לך רב, האב איין מעקעניק וואס די ניצט און די האסט דיוועלאפט א רילעישאנשיפ. אבער אנדערש ווי א רבי, מעגסטו און די זאלסט פרעגן און מאכן דיין אייגענע ריסורטש אויב עס איז טאקע אזוי וויכטיג צו פארעכטן. פרעג "וואט וויל העפען איף איי דאונט פיקס איט?"
2. ווען די קויפסט א קאר בעט פון די פארקויפער די ווין נומער און טשעק עס מיט קאר פעקטס. אויב דרייט זיך די מוכר ארויס איז דאס א רעד לייט. קאר פעקטס איז נישט אלעס, אבער פארט געט עס פאר דיר די היסטאריע פון די קאר לגבי עקסידענטס מעינטענענטס, און וויפיל אונערס די קאר האט געהאט.
3. עס איז דא אימצולעדיגע סייטס וואס האבן גאר א סאך גוטע ריוויוס אויף אלע קארן און זיי קאווערן אלע פראבלעמען און קאמפלעינס עס איז דא אויף א יעדע קאר, מעיק, מאדעל, און יאהר.
דא איז א ביישפיל פון א סייט https://www.carcomplaints.com
4. נישט דא קיין חזקה ביים קיין קארס, עס מיינט נישט אז וויבאלד די מעיק און מאדעל פון 2018 איז פערפעקט אז 2019 איז אויכט פערפעקט.
5. מעינטעין די קאר אזוי ווי עס ברויך צו זיין. נעם עס פאר אויל טשענשז, טויש די עיר פילטער, און מאך זיכער אז די קאר באקומט די אטענטשאן וואס ער פארדינט.
ווען איך זאל ווען טוהן ביים מיין צווייטער קאר די אלע אויבערדערמאטער זאכן פארן קויפן, וואלט איך לכאורה קיינמאהל נישט אריינגעפאלען.
לעצט פארראכטן דורך מרנן ורבנן אום דינסטאג מאי 17, 2022 5:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

איך האב אנגעהויבן טראכטן, היות די ליעסעס זענען זייער טייער אפשר זאל איך אפקויפן איינעמס ליעס וואס ענדיגט זיך.
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

פינאנץ מיניסטער האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן טראכטן, היות די ליעסעס זענען זייער טייער אפשר זאל איך אפקויפן איינעמס ליעס וואס ענדיגט זיך.


אסאך מאל קען מען אריינפאלן מיט קויפן א ליעס קאר
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

yid האט געשריבן:
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן טראכטן, היות די ליעסעס זענען זייער טייער אפשר זאל איך אפקויפן איינעמס ליעס וואס ענדיגט זיך.


אסאך מאל קען מען אריינפאלן מיט קויפן א ליעס קאר

פארוואס? סהאט געווענליך אינטער 30000 מייל און באלאנגט פאר איין מענטש די גאנצע צייט. סיי וועלכע יוזד קאר איז אסאך ערגער. ניין?
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
א פעני
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 5:03 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פעני »

מרנן ורבנן האט געשריבן:אלס איינער וואס האלט שוין ביים דריטער געקויפטער קאר....

אלעס פייפט חוץ די פייפער...
אלעס דרייט זיך חוץ די רעדלעך...
ווען דער פעני ווייסט ווען וויפיל ער איז ווערט, וואלט ער זיך געשפירט 2 סענט..
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פינאנץ מיניסטער האט געשריבן:
yid האט געשריבן:
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן טראכטן, היות די ליעסעס זענען זייער טייער אפשר זאל איך אפקויפן איינעמס ליעס וואס ענדיגט זיך.


אסאך מאל קען מען אריינפאלן מיט קויפן א ליעס קאר

פארוואס? סהאט געווענליך אינטער 30000 מייל און באלאנגט פאר איין מענטש די גאנצע צייט. סיי וועלכע יוזד קאר איז אסאך ערגער. ניין?

ס'איז גראדע זייער א גוטע איידיע. ספעציעל אויב דו ווייסט אז יענער האט עס נישט חרוב געלייגט (ווי געוויסע טוהען)

ס'איז יעצט געווארן א ביזנעס אז מענטשן קויפן אפ ליעסעס וואס ענדיגן זיך
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

מרנן ורבנן האט געשריבן:.

זייער אינטערסאנט שכח פארן מיטטיילן מיטן עולם
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

הענדימען האט געשריבן:
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן:
yid האט געשריבן:
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן טראכטן, היות די ליעסעס זענען זייער טייער אפשר זאל איך אפקויפן איינעמס ליעס וואס ענדיגט זיך.


אסאך מאל קען מען אריינפאלן מיט קויפן א ליעס קאר

פארוואס? סהאט געווענליך אינטער 30000 מייל און באלאנגט פאר איין מענטש די גאנצע צייט. סיי וועלכע יוזד קאר איז אסאך ערגער. ניין?

ס'איז גראדע זייער א גוטע איידיע. ספעציעל אויב דו ווייסט אז יענער האט עס נישט חרוב געלייגט (ווי געוויסע טוהען)

ס'איז יעצט געווארן א ביזנעס אז מענטשן קויפן אפ ליעסעס וואס ענדיגן זיך


איז דא אן אפציעלע קאמפעני וואס טוט דאס אדער איך מוז טרעפן א חבר מיינער וואס דארף צוריק געבן א ליעס ?
אוועטאר
צוריקגעצויגן
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 8:15 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוריקגעצויגן »

זיכער איז דא אזעלעכע קאמפעניס צענדליגע היימישע און יעדע שטאט, די פראבלעם איז נאר אז זיי פארקויפען עס פאר די מערסטע געלט וואס זיי קענען בעטן, די קאמפעניס הייסן ליעסינג קאמפעני
אוועטאר
צוריקגעצויגן
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 8:15 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוריקגעצויגן »

איז דא איינער דא וואס קען טשעקן די carfax בחינם?
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ליסקא האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן:
yid האט געשריבן:
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן טראכטן, היות די ליעסעס זענען זייער טייער אפשר זאל איך אפקויפן איינעמס ליעס וואס ענדיגט זיך.


אסאך מאל קען מען אריינפאלן מיט קויפן א ליעס קאר

פארוואס? סהאט געווענליך אינטער 30000 מייל און באלאנגט פאר איין מענטש די גאנצע צייט. סיי וועלכע יוזד קאר איז אסאך ערגער. ניין?

ס'איז גראדע זייער א גוטע איידיע. ספעציעל אויב דו ווייסט אז יענער האט עס נישט חרוב געלייגט (ווי געוויסע טוהען)

ס'איז יעצט געווארן א ביזנעס אז מענטשן קויפן אפ ליעסעס וואס ענדיגן זיך


איז דא אן אפציעלע קאמפעני וואס טוט דאס אדער איך מוז טרעפן א חבר מיינער וואס דארף צוריק געבן א ליעס ?

כ'מיין אז דו ברויכסט נישט קיין קאמפאני דערפאר. פרעג זיך נאך ווער ס'האט ביים צוריקגעבן א ליעס און מאך א דיעל מיט אים

נאך בעסער אויב איז ער איבערגעגאנגען די מיילידזש
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7620
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

מרנן ורבנן האט געשריבן:טויש די עיר פילטער

מה זה? ברויך מען עס טוען אויף א ליעס?
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

צוריקגעצויגן האט געשריבן:איז דא איינער דא וואס קען טשעקן די carfax בחינם?

אויב האסטו GEICO קענסטו עס באקומען אויף די עפפ און אפשר אויכט אויף די וועבסייט.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

מקווה איד האט געשריבן:
מרנן ורבנן האט געשריבן:טויש די עיר פילטער

מה זה? ברויך מען עס טוען אויף א ליעס?

עס איז דא א קעבין עיר פילטער און א רעגיולער עיר פילטער. די קעבין עיר פילטער פילטערט די לופט וואס די עירקאנדישאן ברעגט אריין אין די קאר, און די רעגיולער פילטער פילטערט די לופט וואס די ענשזין אטעמט. עס איז אנדערש פאר א יעדער קאר און קליימעט און בדרך כלל ברויך מען עס טוישן איינמאהל א יעדער 15000 מייל. די קעבין פילטער איז ממש גארנישט צו טוישן, אבער די רעגיולער פילטער קען זיין אביסל מער קאמפלאצירט ביי געוויסע קארס.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מרנן ורבנן האט געשריבן:די קעבין פילטער איז ממש גארנישט צו טוישן, אבער די רעגיולער פילטער קען זיין אביסל מער קאמפלאצירט ביי געוויסע קארס.

ביי מיר איז פונקט פארקערט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
צוריקגעצויגן
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 8:15 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוריקגעצויגן »

מרנן ורבנן האט געשריבן:
צוריקגעצויגן האט געשריבן:איז דא איינער דא וואס קען טשעקן די carfax בחינם?

אויב האסטו GEICO קענסטו עס באקומען אויף די עפפ און אפשר אויכט אויף די וועבסייט.

איך האב Nationwide
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

הענדימען האט געשריבן:
מרנן ורבנן האט געשריבן:די קעבין פילטער איז ממש גארנישט צו טוישן, אבער די רעגיולער פילטער קען זיין אביסל מער קאמפלאצירט ביי געוויסע קארס.

ביי מיר איז פונקט פארקערט

וואספארא קאר?
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

צוריקגעצויגן האט געשריבן:זיכער איז דא אזעלעכע קאמפעניס צענדליגע היימישע און יעדע שטאט, די פראבלעם איז נאר אז זיי פארקויפען עס פאר די מערסטע געלט וואס זיי קענען בעטן, די קאמפעניס הייסן ליעסינג קאמפעני

די דארפסט פארשטיין זייערע קאסטומערס דארפן נעמען נייע קארס און וויפיל זיי קענען ארויס באקומען איז זיי א געין ווייל זיי קענען אפפערן ביליגער...
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מרנן ורבנן האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
מרנן ורבנן האט געשריבן:די קעבין פילטער איז ממש גארנישט צו טוישן, אבער די רעגיולער פילטער קען זיין אביסל מער קאמפלאצירט ביי געוויסע קארס.

ביי מיר איז פונקט פארקערט

וואספארא קאר?

סיענע
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר דילערשיפ”