מהדרין GPS - אויסער וואס ס'איז אפגעהאקט פון אלעם, (איינער וואס וויל האבן נאך עפפס, דארף צאלן עקסטער געלט, און ער מאכט אים א קאסטום דייווייס, ס'איז שוין נישט קיין "GPS",
[אויפ'ן סקרין גייט שטיין "Custom device" און נישט "Mehadrin GPS"] אזוי אויך געבט ער נישט יעדע עפפ וואס שמעקט איינעם אן, נאר ער האט זיך זיינע פאר עפפס וואס מ'קען גוט פילטערן און זענען זאכן וואס זענען וויכטיג פאר מענטשן, אבער נאכאמאל, אויף די "מהדרין GPS" מאדעל לייגט ער נישט צו קיין שום עפפס) האט ער דאך ספעציעל ערצייגט אזא האלטער וואו ער לייגט עס אריין, טאקע צוליב די פראבלעם פון מראית העין.
איך האב א מהדרין GPS, און ס'וואלט מיר טאקע געווען גרינגער אן דעם האלטער, דאך אבער, טאקע צוליב מראית העין האלט איך עס אייביג אין די האלטער.
איך פארשטיי נישט פארוואס איינער זאל האבן א פראבלעם מיט געבן היטשעס פאר מענטשן און זיך שעמען מיט די GPS, מענטשן דערקענען עס מיט די מהדרין האלטער, און וועלן נישט מיינען אז דו האסט א סמארטפאון.
שרייבען האט געשריבן:
מהדרין איז א פאון וואס איז געבלאקט זיייער שטארק אבער מען קען עס עפענען וכבר היה כן אם כן פאר איינער וואס וויל שטיין ווייט פון טעקנאלעגי יש צד להחמיר
דו רעדסט פון פאקטן אדער סתם אבי געשריבן?
ווי ווייט איך ווייס, און אזוי האב איך אויך געהערט פון די וואס זענען עוסק אין די ענינים, און אזוי איז שוין אויך געשטאנען אין א בריוו אין השמיעינו את קולך, איז כמעט נישט מעגליך במציאות צו עפענען א מהדרין GPS.