דער פולמוס איבער מאשין מצות

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26045
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

דער פולמוס איבער מאשין מצות

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 2:12 pm

איך קלער אז מ'זאל עפענען אפשר אן אשכול איבער די מאשין-מצות, וואו דער הייליגער דברי חיים איז געווען אזוי דערקעגן מיט טעמים כמוסים, און פון די אנדערע זייט זענען געשטאנען אזעלכע גדולים ווי דער גרויסער שואל ומשיב וחביריו, איך מיין אז בימי גדולי האחרונים איז דאס די גרעסטע פולמוס הלכתי וואס האט אריינגענומען אזעלכע תורה ריזן, פון ביידע זייטן.

אנדערש ווי ביי אנדערע מחלוקת ווי היתר-עיסקא כללי פון ר' עזריאל מאיר איגר פון לובלין אדער שפעטער די היתר מכירה ביי שמיטה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26045
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 07, 2008 5:00 pm

צייטליך האט געשריבן:ראביי מיללער, מיין הענט טוט מיר שוין וויי, זינט איך האב געליינט דיין תגובה האלט איך עס שוין אין דערהייעך מיט א סימן אז די זאלסט עפענען אן אשכול איבער די באוויסטע מחלוקה פון "מאשין מצות" איך וועל טאקע נישט קענען קיין סאך דארט שרייבן וויבאלד איך בין נישט קיין סאך באקאנט מיט די גאנצע היסטאריע, אבער טאקע ווועגן דעם וויל איך די זאלסט דאס עפענען, אז דערנאך זאל איך שוין זיין מער ווי באקאנט אונעם נושא.


איך האב פונקט יעצט אנגעטראפן בדרך אגב דעם ספר ביטול מודעה פון דעם שואל ומשיב ווי ער איז מבאר בכחא דהתירא דעם ענין פון מאשין-מצות, דער ספר איז געשריבען אלס אן אנטווארט פונעם ספר 'מודעה לבית ישראל' פון ר' שלמה קלוגער ז"ל וואו ער איז מבאר לאיסור און ברענגט מכתבים ותשובות מגאוני וגדולי דורו אויפן ענין.

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

האנד מצות אדער ח"ו מאשין מצות?

תגובהדורך כתר ישועה » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 7:58 pm

דעם הייליגען יו"ט פסח איז שוין אט אט דא, וואס זאגן די לומדים דא און שטיבעל לגבי די פולמוס רב השנים בנוגע די פראבלעם פון מצות מכונה?
- וואס דעם הייליגען צאנזער רב האט זיך אויסגעדרוגט אויף דעם "חמץ גמור".

לאמיר עס באקוקן פון אלע צדדים, דהיינו המתירים וטעמיהם און האוסרים וטעמיהם. ומי ומי ההולכים.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 9:12 pm

דער הייליגער צאנזער רב זי"ע אשר מפיו אנו חיים- דער קדוש ישראל וגאון הדורות אשר לו דומי' תהילה-וואס דער הייליגער ריזשינער האט אויף אים נאך געזאגט אלס אינגערמאן אז דער רודניקער רב איז פון די בית דין של מעלה- ער האט זיך שוין גארנישט נאר אויסגעדריקט, נאר ער האט הייליג געפסק'ט אז דאס איז חמוץ גמור און אונז קליינע מענטשעלעך האבן בכלל נישט וואס צו מסופק זיין צו אונז זאלן מיר אננעמען זיינע הייליגע ווערטער.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 10:20 pm

אין ביהמ"ד ביי של"ס גיבט מען נאך פסח מאשין מצות ווייל די חמצדיגע איז דאך געבאקן בעפאר פסח און אויך ווייל ס'יז זייער ביליג (אפט מאל ביליגער פון חמצדיגע מצות), איך האב עס קיינמאל נישט געוואלט עסן ווייל לויטן צאנזער רב איז עס חמץ גמור, ממילא חמץ שעבר עליו הפסח איז דאך אסור.

ווען א אנגעזעהנער איד א ת"ח האט מיך אמאל געפרעגט פארוואס איך עס נישט, האב איך אים געזאגט מיין טעם. האט ער אוועקגעמאכט מיט די האנט "נע, צאנזער רב האט נישט דאס געמיינט, לאחר הפסח איז זיכער מותר. ער האט עס געזאגט אגב חורפי' לגבי פסח גופא".

קען זיין ער האט א נקודה אבער למעשה וויל איך עס נישט עסן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 10:25 pm

שוועמל, לויט דיר מעג מען לכאורה עסן מאשין מצות פון ר"ח ניסן ביז ערב פסח, אן קיין שום פראבלעם...
An article a day keeps the babies away

שמן זית
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 10:27 pm

דאס זיכער אפילו מצה עשירה וואס איז נישט קיין חמץ מעיג מען כ''ש נאשין מצות וואס איז חמץ?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 10:45 pm

ר' כתר ישועה
אזוי גאר? מאשין מצות איז א ח"ו?

חידוש נפלא
עד כדי כך? עס איז נישט דא וואס אפילו צי באהאנדלען די צד המתירים?

דאנט געט מי ראנג. ביי אונז עסט מען נישט מאשין מצות.
אבער אונז 'קליינע מענטשעלעך' קענען מיט אזא ברייטקייט אזוי אוועק מאכען 'גרויסע מענטשעלעך' וואס זענען יא מתיר ?
the SCY is the limit

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג מארטש 20, 2009 12:50 am

דער ביד"צ פון ירושלם עיה"ק גיבט א הכשר אויף מאשין מצות כשר לפסח, למהדרין מן המהדרין.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 20, 2009 12:50 am

מאשקע האט געשריבן:שוועמל, לויט דיר מעג מען לכאורה עסן מאשין מצות פון ר"ח ניסן ביז ערב פסח, אן קיין שום פראבלעם...

האסט מיך שלעכט פארשטאנען, נאר פון די היי-יעריגע...
(די 3 פינטעלעך זענען פאר כהן לוי ישראל)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 20, 2009 12:53 am

ר' שמחה אדרבה,
צעלייגט דעם שואל ומשיב אויכעט.

כתר ישועה איז א צאנזער\טאהשער.. וואס האט אנגענומען דעם איסור, דערפאר מיינט ער אז מען טאר קיין צווייטענס מיינונג נישט אויסהערן.
(נישט פערזענליך ביטע)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » פרייטאג מארטש 20, 2009 6:54 am

ביקסאד האט געשריבן:דער ביד"צ פון ירושלם עיה"ק גיבט א הכשר אויף מאשין מצות כשר לפסח, למהדרין מן המהדרין.


נישט אלע חברי הבד"ץ געבן.
בדרך כלל אין פאבריקן, בית השחיטה א.ד.ג. גייט אראפ סיי ווער פון די חברים. אבער ביים געבן די השגחה אויף די מאשין מצות גייט נאר אראפ איינער וואס מ'האט זיך ביי זיי געפירט צו עסן מאשין מצות.

איך אלץ סאטמאר'ער פאלג אויס דעם צאנזערס רבס פסק אז סאיז חמץ גמור. אבער מאשין מצות וואס איז געווען פארקויפט פאר גוי האט מען ביי אונז יא געגעסן טראץ דעם וואס אנדערע חמץ וואס איז געווען פארקויפט פארן גוי האט מען נישט געגעסן.

אגב, כ'האב אמאל געהערט פון הר"ר שלמה רובין שליט"א (ציעשנוב-קרית יואל), דאס וואס מזאגט נאך פון צדיקים אז פון די עמל ויגיעה וואס מ'פלאגט זיך ביים מצות באקן ווערט באשאפן מלאכים וואס גיבן אכט אז די מצות זאלן נישט חמצ'דיג ווערן, וואס אן די סייעתא דשמיא איז נישט מעגליך נישט נכשל צי ווערן מיט א משהו חמץ. זאגט ער, אז ס'קען זיין אז (בדרך אגדה) אז דאס איז פשט אין די ווערטער פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע, וויבאלד בי מאשין מצות איז נישטא קיין קיין עמל ויגיעה ווערט נישט באשאפן די מלאכים וואס זאלן היטן אויף די מצות איז דאך נישט מעגליך נישט נכשל צו ווערן. ודפח"ח.

כ'האב אויך אמאל געהערט אז די חמצ'דיגע מצות וואס גפן פארקויפט ווערט געמאכט אינעם זעלבן פאבריק מיט די זעלבע כלים און אויפן זעלבן פארמאט ווי די כשר לפסח מאשין מצות. נאר די שיפמענט וואס גפן נעמט קומט אראפ א משגיח פונעם וואלאווער רב און גפן ברענגט זייער אייגענע באקסעס און סשטייט דערויף "חמץ". (די פעקטארי ראנט געהעריג ווייטער, א מינוט נאכדעם ווי גפן'ס שיפמענט איז פארטיג ניצט מען שוין די געהעריגע באקסעס וואס סשטייט דערויף "כשר לפסח") כך שמעתי. יעצט, איז אמת די רייד?
לעצט פאראכטן דורך אלף בית אום פרייטאג מארטש 20, 2009 10:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » פרייטאג מארטש 20, 2009 9:21 am

שוועמל האט געשריבן:אין ביהמ"ד ביי של"ס גיבט מען נאך פסח מאשין מצות ווייל די חמצדיגע איז דאך געבאקן בעפאר פסח און אויך ווייל ס'יז זייער ביליג (אפט מאל ביליגער פון חמצדיגע מצות), איך האב עס קיינמאל נישט געוואלט עסן ווייל לויטן צאנזער רב איז עס חמץ גמור, ממילא חמץ שעבר עליו הפסח איז דאך אסור.

ווען א אנגעזעהנער איד א ת"ח האט מיך אמאל געפרעגט פארוואס איך עס נישט, האב איך אים געזאגט מיין טעם. האט ער אוועקגעמאכט מיט די האנט "נע, צאנזער רב האט נישט דאס געמיינט, לאחר הפסח איז זיכער מותר. ער האט עס געזאגט אגב חורפי' לגבי פסח גופא".

קען זיין ער האט א נקודה אבער למעשה וויל איך עס נישט עסן.


ר' שוועמל, דער נאסוידער רב, ר' אברהם יושע פריינד זצוק"ל, איז נאך געווען אזא צאנזער חסיד, און ער האט א תשובה קלאר להלכה 'ולמעשה' אז טראץ וואס דער צאנזער רב האט געהאלטן אז מאשין מצות בעצם החג האט א דין ווי חמץ בפסח, אם כל זה לאחר החג האט דאס 'נישט' א דין ווי חמץ שעבר עליו הפסח. ער האלט קלאר אז מ'מעג דאס עסן נאך פסח.

עס איז אינטערסאנט צוצולייגן אז ר' משה ארי' פריינד זצוק"ל, דעם נאסוידער רב'ס אן אייניקל, זייענדיג א חבר הבד"ץ אין בית-דין עדה החרדית, האט ער זיך אויסגענומען בשעת ער איז אריין אין בית דין, אז ער פערזענדליך גיבט נישט קיין הכשר אויף די פסח'דיגע מאשין מצות.

עס זאגט זיך נאך א מימרא פון איינע פון די אויבערלענדע גדולי ישראל מנכדי הכתב סופר (כמדומה אז פון ר' שמעון סופר מערלוי, בן הכת"ס), אז ער זאל האבן געזאגט אז ווען נישט וואס ער ווייסט קלאר אז די אידן אין מצרים האבן געגעסן האנד מצות (נאך נישט געווען דאן קיין מאשינען...), וואלט ער אלס שימור מחמץ אויס גיכער געגעסן צום מצות מצוה די מאשין מצות...

(סאטמאר רב אין זיין חיבור 'ויואל משה' שרייבט אויפן צאנזער רב'ס 'טעם הכמוס', אז דברי תורה עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר, און פון זיין תשובה איבער מאשין ציצית קען מען ארויסנעמען די טעמים אויף מאשין מצות, ובא זה ולימד על זה).

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » פרייטאג מארטש 20, 2009 9:30 am

ב''ה
חכמים הזהרו בדבריכם .
אפילו מען האלט וויא א שיטה מיינט נאך נישט אז דער אנדערער איז אלל דע וועי ראנג .
איהר ווייסט פין ר' יוסף שאול--דער כתב סופר -גדולי הונגרי' -דער ערוך לנר - גדולי ליטא -ועוד
לדעתי צריך לסגור האשכול השאלה נידונה בגדולי האחרונים ואין מה להוסיף

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » פרייטאג מארטש 20, 2009 9:34 am

שוועמל האט געשריבן:אין ביהמ"ד ביי של"ס גיבט מען נאך פסח מאשין מצות ווייל די חמצדיגע איז דאך געבאקן בעפאר פסח און אויך ווייל ס'יז זייער ביליג (אפט מאל ביליגער פון חמצדיגע מצות), איך האב עס קיינמאל נישט געוואלט עסן ווייל לויטן צאנזער רב איז עס חמץ גמור, ממילא חמץ שעבר עליו הפסח איז דאך אסור.

ווען א אנגעזעהנער איד א ת"ח האט מיך אמאל געפרעגט פארוואס איך עס נישט, האב איך אים געזאגט מיין טעם. האט ער אוועקגעמאכט מיט די האנט "נע, צאנזער רב האט נישט דאס געמיינט, לאחר הפסח איז זיכער מותר. ער האט עס געזאגט אגב חורפי' לגבי פסח גופא".

קען זיין ער האט א נקודה אבער למעשה וויל איך עס נישט עסן.

ב''ה
דער קאלישיצער רב האט געגעסען נאך פסח פסחדיקע מאשין מצות .
דער צעהלימער רב האט נישט פארקויפט פאר א גראסערי מאן קיין פסחדיקע מאשין מצות .

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 20, 2009 9:35 am

ליפשיץ,
וועלכער תשובה איז עס, אד'רבה איך וויל נאכקוקן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 20, 2009 9:37 am

badatz האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:דער קאלישיצער רב האט געגעסען נאך פסח פסחדיקע מאשין מצות .
דער צעהלימער רב האט נישט פארקויפט פאר א גראסערי מאן קיין פסחדיקע מאשין מצות .


כ'אב נישט געוויסט דער צעלימער רב איז געווען א דיסטריביוטאר?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » פרייטאג מארטש 20, 2009 9:52 am

שוועמל, איך וועל דאס נאכקוקן אינעווענדיג, און צוריק בל"נ מיט א פונקטליכן מראה מקום.

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » פרייטאג מארטש 20, 2009 9:56 am

יאך האב שוין אויך געהערט פון די תשובה פונעם הייליגען נאסודער רב, פון אנדערע האב איך געהערט אז די תשובה איז פון הייליגען שינאווער רב, אבער איך האב עס נישט געזעהן אינעווייניג, אדרבה ווער עס ווייסט א מקור זאל ברענגען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26045
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 20, 2009 10:03 am

badatz האט געשריבן:ב''ה
חכמים הזהרו בדבריכם .
אפילו מען האלט וויא א שיטה מיינט נאך נישט אז דער אנדערער איז אלל דע וועי ראנג .
איהר ווייסט פין ר' יוסף שאול--דער כתב סופר -גדולי הונגרי' -דער ערוך לנר - גדולי ליטא -ועוד
לדעתי צריך לסגור האשכול השאלה נידונה בגדולי האחרונים ואין מה להוסיף


לדעתי אין צריך לסגור האשכול, צריכין לסגור השפתיים, כל אחד יכוין בלבו קודם שהוא כותב בעד ונגד גדול הדור מלפני מאה שנה, שכל ישראל נשען עליו, יש מקום לידע היסוטריה ולדעת שהיו גדולים מב' הצדדים.

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » פרייטאג מארטש 20, 2009 10:05 am

יש מקום לידע ההיסוריה אבל גם יש לדעת נישט צו מסופק זיין כי הוא זה אויף למעשה וויאזוי זיך צו פירן און נישט זיך האלטן קלוגער ווי מען האט זיך ביז יעצט געפירט ביי אונז וד"ל

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » פרייטאג מארטש 20, 2009 11:03 am

שוועמל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:דער קאלישיצער רב האט געגעסען נאך פסח פסחדיקע מאשין מצות .
דער צעהלימער רב האט נישט פארקויפט פאר א גראסערי מאן קיין פסחדיקע מאשין מצות .


כ'אב נישט געוויסט דער צעלימער רב איז געווען א דיסטריביוטאר?


ב''ה
דיא האסט מיך נישט פארשטאנען עהר האט נישט פארקויפט פאר א גראסערי מאן וואס האט געוואלט פארקויפען פאר א גוי דערעך דעם רב .
כמנהג .

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26045
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 20, 2009 11:11 am

איך ווייס נישט וואס מ'האט זיך ביי ענק געפירט, און דאס איז אמת אז א מנהג איז זייער הייליג ספעציעל איז באקאנט די חומרות ומנהגים אום פסח וואס דארט איז מען מער מחמיר פון א גאנץ יאר..

אין אידישע היסטאריע איז געווען אסאך מאל חילוקי דעות צווישן גדולי ישראל, מיום שחרב ביהמ"ק לא נמצא משנה ברורה והלכה ברורה במקום אחד, איך האב שוין אויבן דערמאנט עטליכע גרויסער סערות בהלכה, דאס איז אבער אייביג געזעהן געווארן אלס א הלכה'דיגע שאלה ומחלוקת לשם שמים און נישט חלילה קיין פאליטישע מחלוקה, פונקט ווי די מחלוקה פון רש"י און ר"ת איבער די תפילין, שטעלט אייך פאר איינער גייט שרייבען איבער 'דעם פולמוס התפילין' און פרובירען אריינצורעדן ווער עס איז גערעכט.

נהרא נהרא ופשטיה, זייער אסאך אידן מדקדקים בקלה כבחמורה האבן געגעסן מאשין-מצות, און האבן גאר געהאלטן אז דאס איז מער אויסגעהאלטן.

אגב האט מען נאכנישט דא דערמאנט אז דער סעקלעהידער רב זצ"ל-הי"ד האט אין אנהייב פון זיין ספר 'אמרי יהודה' על סוגית הש"ס, א גאנצע מאמר בביאור שיטת האוסרים פון די מצות-מכונה.

יעזור השי"ת שאת חג המצות, נחוג בדיצות, ועוד ישמע בחוצות, קול שופר של משיח בב"א, ויחלצינו מחלצות.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג מארטש 20, 2009 11:22 am

ספעציעל פאר בד"צ,
גענומען פון דא, און דא,
מענדל אייזנברג מקרית בעלזא מוציא כל שנה חוברת בו הוא מסביר בפרטות למה זה חמץ גמור, עיקר הדברים שבהתחלת האפיה שומרים על חום נמוך בכדי להביא להתפחה ופריכות.

[מדובר שח. ק. תפילינסקי הממונה על המצות בעדה החרדית אמר עליו שטענותיו אינן לענין,
הנ"ל עשה את הקונטרס עוד לפני שהוא ראה פעם רדשונה מכונה של מצות ואח"כ הוא בא אליו לראות איתו את המכונה, והוא הוכיח לו שדבריו בקונטרס אינם נכונים בעליל, אז המו"ל טען שחזקה עליו פקודת הדברי חיים מצאנז, והוא מוציא הקונטרס לאור, זה הקונטרס וזוהי אמינותו.]

אייזנברג גם אוכל בסעודת בכורים בערב פסח מצות מכונה בכדי להדגיש שזה חמץ.

אם אני זוכר טוב שהרה"ק מבעלזא הקפיד לא למכור בחמץ את מצות המכונה בכדי לא להוציא לעז על אלפי בני ישראל.

בא"י אחרי מלחה"ע חיו בעוני גדול והיה חשש שיהיו כמה שיקילו לעצמם לאכול מצות של מכונה שהיה זול יותר וביקשו כמה עסקנים מהרה"ק מבעלזא זצ"ל שיאמר שזה חמץ לחזק הענין, והסכים הרב. בכל פעם שביקשו אמר הרי יש עוד זמן, עד שביקשו בשה"ג סמוך לפסח, אמר הרב זצ"ל יש זמן בשלוש סעודת. כשגם אז לא דיבר מזה נכנסו העסקנים אמר להם הרב זצ"ל איך אוכל לאמר שזה חמץ, הרי יש יהודים שיוצאים בזה הכזית מצה?
ועמך כולם צדיקים

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » פרייטאג מארטש 20, 2009 11:55 am

ב''ה
תודה רבה בעד הידיעות מהבעלזער רב אשא מעולם לא שמעתי ועוה''פ תודה .
ואדות השאלה -בעניין החום הי' דין ודברים ברבעון אור ישראל שיוצא לאור במאנסי .
ועוה''פ תודה רבה ---יישר כוחך


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: zugurnish און 6 געסט