מרת שרה שנירער ע"ה מייסדת 'בית יעקב'
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
מרת שרה שנירער ע"ה מייסדת 'בית יעקב'
אין די אידישע היסטאריע פון נאך די צווייטע וועלט מלחמה, ווערט זיכער באשריבן מיט גאלדענע טינט, די שיינדיגע מעשים טובים פון די אשה כשירה וצנועה, מרת שרה שנירער זכרונה צדיקת לברכה.
עס קען טאקע זיין אז רוב פון די ליינער זענען נישט קיין אפשטאמיגע פון די וואס האבן געשעפט פון אירע מעשים טובים, אבער איר איז אסאך צו פארדאנקן אידישקייט איבער די וועלט. אויף איר קרעדיט ווערט צוגעשריבן טויזענטער דורות, וואס ווערן ערצויגן ע"פ קדושת בית ישראל.
רעבצין שנירער ע"ה (וואס קיינער באטיטולט איר נישט אזוי צו מיין וואונדער) איז געווען א קעמפער פאר אידישקייט. זי האט געקעמפט פאר אן אידישקייט וואס איז פשרה'לאז. לכאורה דאס קנאות דקדושה וואס האט געברענט אין איר, איז געקומען פונעם בעלעזער קרייז, וואו אירע עלטערן האבן באלאנגט.
איר אויפטו אויף וואס זי ווערט געבענטשט ביז היינט, איז דאס אויפשטעלן "בית יעקב" שולעס פאר אידישע טעכטער, לדעת את המעשה אשר יעשון.
איינע פון אירע גרעסטע שטיצער איז געווען דער הייליגער חפץ חיים זי"ע, דער פוסק הדור, וואס האט מיט זיין הייליגע מחשבה און לויטערע געדאנקן פארשטאנען אז פאר'ן עקזיסטענץ פונעם אידישן פאלק, איז א "בית חינוך לבנות" א חוב!
זי שרה שנירער האט געהאט די זכי' אויפצושטעלן דעם נעץ, וואו טיזענטער אידישע טעכטער האבן באקומען אן אידישן חינוך, און די היינטיגע בית יעקב'ס, זענען אירע פירות.
חוץ אירע אויפטוען אין אויפשטעלן "בית יעקב" סקולס, האט זי ארויסגעגעבן ביכער אויף "אידיש" וואס זענען נאך היינט צוטאג גאר געזוכטע ספרים פאר מחנכים ומחנכות און עלטערן צוגלייך.
דאס היסטאריע פון "בית יעקב" גייט צוריק צו איין און ניינציג יאר צוריק, ווען השכלה'שע ווינטן האבן געבוושעוועט, און ליידער זענען אסאך אידישע טעכטער פון די סמעטענע וואס כלל ישראל האט פארמאגט אריינגעפאלן אין זייערע הענט, און האבן אנגעהויבן צו לערנען אין קאלעדשעס אד"ג, אין פלעצער וואו א אידישע טאכטערס פיס טאר ווען נישט איבערטרעטן.
זעענדיג דעם ביטערן גייסטישן מצב אין וואס כללל ישראל גליטשט זיך אריין, איר שרה שנירער ע"ה ארויסגעקומען מיט א פעסטן באשלוס אפצוראטעווען אידישע טעכטער. מיט די הילף פון הנגיד הרב משב דוד פלאש איז די ערשטע מיידל שולע געווארן אויפגעשטעלט אין קראקא, פוילן, און פון דארט איז זיך עס צווואקסן צו אן אימפעריע פון חינוך הטהור פאר אידישע טעכטער.
אזוי האט איין איינצלנע פרוי זוכה געווען אז צו איר קאנטע ווערט צוגעשריבן טויזענטער אידישע דורות וואס זענען פגרעטאוועט געווארן במשך די דורות.
דאס וואס איך האב ביז יעצט געשריבן איז קיין גרויסע נייעס, עס איז דברים הידועים לכל. וואס איך וויל אבער וויסן איז, איר פערזענדליכע היסטאריע. ד"ה איר משפחה? איר דורכגאנג ביי די ערשטע וועלט מלחמה?. זי איז דאן לכאורה געווען אין די צוואנציגער יארן (מוז נישט זיין). ווער איז געווען איר מאן? צו פירן אזא לעבן, האט די מאן אויך געדארפט לכאורה זיין עפעס. האט זי איבערגעלאזט דורות? אא"וו, בין איך נייגעריג אויב איינער ווייסט עפעס מער פון איר.

מיללער האט געשריבן:עס איז לעצטענס ערשנען פון איר א היסטארישע בילד, דער בילד איז ערישנען אויף עטליכע פארומים אין ה"פ (בחדרי חרדים?) אדער ביי הערשל ציגס בלאג, פרוביר א זוך צו טאן.
איך האב יעצט געפונען ווי איך האב עס געזעהן, דער בילד איז ערשינען אויף די ספרים בלאג אינאיינעם מיט איר מצבה אין פלאשוב נעבן קראקא, אויף די מצבה שטייט קלאר "אשת ר' יצחק לאנדא" , לויט געוויסע מקורות האט זי זיך גע'גט זייענדיג אן עקרה ל"ע.
בייגעלייגט איז דער בילד פון די מצבה.
- אטעטשמענטס
-
- figure%203_thumb.jpg (23.33 KiB) געזען 5472 מאל
געדולד האט געשריבן:וואס איז די אדרעס צו הערשלס ציג בלאג?
צירק געצעלט דורך הערשל ציג (המכונה TzviBP אין אנדערע פלעצער).
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
געוואלדיג געוואלדיג, איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין הערליכע שילדערונג איבער איינע פון די גרעסטע פשוט'ע אידענעס וואס זענען - דארפן זיין - לאות ולמופת פאר יעדן איד.
איך האב אסאך געליינט איבער איר אין מיין פארגאנגענהייט, איך האב זיך געוואונדערט פארוואס מ'ווייסט אזוי ווייניק פון איר ביי אונזער ציבור. קען זיין די סיבה איז, וואס געדולד זאגט.
בכל אופן ווער איך מורא'דיג איבערגענומען לייענענדיג און הערענדיג איבער אזא סארט פרוי, דאס צייגט אז יעדער מענטש קען האבן אין זיך געוואלדיגע כוחות, ער דארף נישט זיין ווער ווייסט אין וואסערע פאזיציע, אדער ווער ווייסט וועמענס אייניקל.
זאל זי רוען אין לעכטיגן גן עדן.

פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
געדולד האט געשריבן:רעבצין שנירער ע"ה (וואס קיינער באטיטולט איר נישט אזוי צו מיין וואונדער)
וואס רעדסטו? עס איז שוין גאר אסאך געשריבן געווארן איבער איר! אפשר נישט אין די איד און דער בלאט, אבער עס איז דא גאנצע פראיעקטן וואס מען לערנט אין די בית יעקב'ס און אין אנדערע שולעס ארום די ועולט. דאכצעך אז אין די דזשואיש אבזערווער איז געווען א גאנצע סעריע יארן צוריק. עס איז דא א בוך פון הענאך טעלער וואס הייסט BUILDERS וועגן איר.
איך געדענק יארן צוריק זעהן נאך א בוך פון איר אבער איך געדענק נישט יעצט, אפשר וועל איך פרעגן אינדערהיים וועט מען געדענקן.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
עס איז דא א בריוו פונעם חפץ חיים געדריקט אין די מכתבים ומאמרים מכתב ל"ט גאר א שיינעם בריוו ווי ער לויבט דעם רעיון פון צוזאמען נעמען מיידלעך און לערנען צאנה וראינה יעדן שבת,
איך האב נישט יעצט דעם פול טעקסט ווען איך וועל עס האבן וועל איך עס אפשר ציטירן לתועלת הענין.
דאס איז איין זייט מטבע
איצט לאמיר זיך אויסדרייען צו באו בשלום,
אינעם גאר אינטרעסאנטע ספר/ביכל מבית אבותי ורבותי, דורך הרב האלבארשטאם פון אנטווערפן, האט ער דארט עטליכע בלעטער איבער דעם רעיון פון שרה שנירער, וואס אים באדערט איז, א מענטשן זאגן אז דער סאטמאר רב מיטן פאפא רב מיט די גדולים פון דאהי זענען געקומען צו די הכרה נאך די מלחמה אז שרה שנירער איז גערעכט און מ'דארף טאקע מאכן א מיידל שולע.
האט ער א ברייטע מערכה אז ס'איז גאר צוויי אנדערע ענינים, שרה שנירער האט געטון איין זאך, און די גדולי דאהי האט געטון א צווייטע זאך, (ווי אויך רייסט ער אראפ איר גאנצע רעיון)
בעיקר איז געוועהן איר איידיע אז היות די מיידלעך פאלן אוועק זייענדיג אין גוי'שע שולע, זאל מען מאכן אזעלכע עונג שבת'ן און אזוי וועט מען לערנען אידישקייט מיט די מיידלעך, ס'וועט אויך זיין א תועלת אז די שוואכערע מיידלעך וועלן ווערן נתקרב דורך די גוטע.
טענה'ט ער אז די מעשה איז גאר פארקערט געוועהן, די גוטע מיידלעך פון גוטע שטובער זענען געווארן נאכגעשלעפט נאך די שוואכע, בשלמא ווען מ'לערנט אין גוי'שן שולע ווייסט דאס קינד קלאר איך בין א איד אין יענער איז א גוי און מ'האט נישט קיין שייכות, אבער אז אלעס איז אידן זענען די גוטע געווארן נאכגעשלעפט נאך די שוואכע ווייל מ'מעג דאך האבן שייכות מיט זיי ס'איז דאך אידישע קינדער, ממילא זענען די תוצאות געוועהן אז אסאך מייידלעך זענען געווארן פארדארבן.
און דערפאר שרייבט ער, איז געוועהן ווען שרה שנירער איז געקומען אין זייער שטאט בארדיעב האט איר זיין זיידע פארטריבן מיט בושות,
דאס איז געוועהן שרה שנירער, אבער די גדולים דאהי זיי האבן געמאכט א נייע רעיון, פשוט א מיידל סקול פאר מיידלעך ווי נאר גוטע מיידלעך זענען דארט, מיט געהעריגע לימודים וכו' וכו'.
דאס איז בערך בקיצור וואס ער שרייבט בארוכות, (ווער ס'וויל קען עס אליין אנקוקן, ס'איז סתם אזוי א זיסע ספר)
אני כשלעצמי האב נישט קיין מיינונג, איך ברענג נאר נאך וואס יענער שרייבט, סאו אז איינער וויל אפרעגן זאל ער פרעגן אויף יענעם און נישט מיך....
.

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
די פוינט איז איין זאך, נישט זי האט מייסד געוועהן דעם רעיון פון מיידל שולע'ס און די רבנים דאהי האבן דאס נאכגעטון,
זי האט נאר געמאכט אזעלכע אסיפות און עונג שבת'ן, וואס מיט די צייט איז דאס געווארן מער פארמירט אין א שולע' סטיל,
אינעם בריוו פונעם חפץ חיים זעהט מען טאקע ווי ער באציט זיך אויף די עונג שבת'ן, שבתן נאכמיטאג עיי"ש,
.
זי האט נאר געמאכט אזעלכע אסיפות און עונג שבת'ן, וואס מיט די צייט איז דאס געווארן מער פארמירט אין א שולע' סטיל,
אינעם בריוו פונעם חפץ חיים זעהט מען טאקע ווי ער באציט זיך אויף די עונג שבת'ן, שבתן נאכמיטאג עיי"ש,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
עס איז געווען א נייע זאך וואס מען האט זייער נישט געהאלטן פון נייע זאכן
הרה"ק מהרי"ד מבעלז זי"ע האט זייער שארף געווען אז עס איז אסור וועגן זיין זין הרה"ק מהר"א מבעלז זי"ע ווייסן אינז נישט (עפעס נישט קלאר האט די המודע געשריבן אז ער האט שוין געהאלט אז מען מעג עס יא אבער אז מען געדאנקט נישט פינקטלך זאגט מען נישט)
הרה"ק מקאלשיץ האט געהאלטן אז עס איז אסור עס איז אמאל געקימן א איד פון אנטווערפן צו קאלשיצער רב און קאלשיצער רב האט זיך אביסל נאכגעפרעגט אויף די מצב און אידשקייט דארט האט דער איד גענפערט אז עס איז ב"ה גאנץ בחסד מען האט אפי' געפענט א בית יעקב האט זיך קאלשיצער רב זיך צישריגן צון גבאי די הערסט א נייער בתי זונת און איבער געזאגט אפאר מאל
דער קדושת ציון פון באבוב האט געהאלטן אז לפי דער מצב פונם דור דארף מען עס האבן און זי איז געווען צוויי מאל ביי עם זיך דורכרעדן עס איז דא א מעשה און יפה שיחתן פון הרב אלחנן הלפרן שליט"א פון גאלדעס גרין אז מען האט איינגעלייגנט דער קדושת ציון צו א ברית האט ער געשיקט זיין זין מהר"ש מבאבוב בשעת די סעודה איז געווען צוויי מיידלעך מיט א פישקע פון בית יעקב און מען האט געזאגט אז איינער פון די מיידלך זענען געווען דער רב פון דארט'ס א טאכטער ווען ער איז צירק געקימן גיין באבוב האט עם דעם טאטע פינקטלעך אויסגפרעגט און ער האט פארציילט די מעשה מיט די מיידלעך האט ער געפרעגט די האסט עפעס אריינגעלייגט זאגט ער ניין ווייל אינז ווייסן נישט וואס דער טאטע האלט דערוועגן האט דער קדושת ציון גענפערט אז דער רב'ס טאכטער שטייט דארט מן הסתם ווייסט ער וואס ער טיהט און ער האלט אז מען דארף עס האבן ביי זיי און שטאט
דער קאלשיצער רב האט געהאלטן אינמיטן ציזאם שטעלן א קול קורא דערקעגן איז געווען ביים צאנזער יארצייט איז ער ציגעגאנן צו הרה"ק ר' שלום אליזער'ל דער זין פון צאנזער רב האט ער נישט געוואלט אינטערשרייבן ווייל ער וואוינט נישט דא און גאליציא אבער ער האט געוויזן אויף זיין איידעם דער קדושת ציון האט דער קדושת ציון געטאפט דער טאשן און געזאגט אז ער האט נישט די ברילן און ער וויל נישט אינטערשרייבן א זאך וואס ער ליינט נישט (דער קדושת ציון האט נישט געהאט קיין ברילן ער האט זיך נאר געוואלט ארויסדרייען )
א צווייטער געלעגנהייט האט עס זיך אויסגעדריקט ווען מען האט עם געפרעגט פארוואס ער עפענט נישט אויף א מיידל שולע האט ער געזאגט אז געלט האבן מיר נישט א ישובה איז שוין דא אבער א מיידל שולע קענען מיר נישט זיך נישט ערלויבן (פון דעם זעט מען ער איז גארנישט געווען דערגעגן פון א מיידל שולע)

טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
יעצט געהערט אז איינער איז געקימן צו הרה"ק ר' יענקלע פון פשעווארסק זי"ע אז ווי האט בעלזער רב (מהרי"ד) געקענט האלטן קעגן בית יעקב ווען מען זעט היינטיגע צייטן דארף מען עס האבן אין עס איז נישט דא קיין חולק אויף דעם האט ער געזאגט גיי פרעג מיין זין לייבש (אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א) און ער איז געגאנגן צו עם און ער האט עם געגעבן א גאנצן הסבר און ווען ער איז צירק צו ר' יענקלע זי"ע האט עם געפרעגט נו האסט פארשטאנען וואס ער האט געזאגט נישט אינגאנצען האט ער געזאגט גלייב מיר ער פארשטייט אויך נישט נאר היינטיגע צייטן דארף אלעס א הסבר און מען דארף פארשטיין אמאל האט מען געוויסט אז עס דארף גארנישט שטימן דער רב האט אזוי געזאגט איז דאס איז עס אין גענדיגט ודי
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
א ביכל פון שרה שענירער:
וואס דארף זיין מיט די אידישע טאכטער?
וואס דארף זיין מיט די אידישע טאכטער?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
א זאמלונג פון איר שריפטן מיט א קורצע אריינפיר פון איר אפשטאם.
געזאמעלטע שריפטן - פון שרה שענירער.
פאלגענד איז איין אויסצוג דערפון, וואס ווייזט און ברענגט ארויס דעם מצב אין פוילן בימים ההם און וואס האט איר געטריבן צו גרינדן דעם בית יעקב:

אין א געוויסען פרייטאג קומט צו מיר מיין קוזינע, א שטארקע אנהענגערען פון דער חברה ״רות״, און פארבעט מיר דארט אהין אויף ביינאכט צו א פארזאמלונג. איך האב איר צוליב געטאן און מיט איר מיטגעגאנגען, אבער ווי דערשטוינט בין איך געווארען זעענדיג מיט מיינע אייגענע אויגען, ווי אן אנפירערען פון דער חברה צינדט אן א לאמפ. איך האב נאך פריער געוואוסט, אז אט דער פאראיין איז נישט אזוי פרום, נאר אז דארטען איז מען מחלל שבת .בפרהסיא, האב איך נישט געקענט אפילו חושד זיין. איך געדענק, אז איך בין געווען אין א פארלעגענהייט און גישט געוואוסט וואס צו טאן, בלייבען צי ארויסגיין, איך האב זיך אבער געטראכט, אז מסתמא דארף איך דא זיין, די ״דרשה״ געדעגק איך איז געווען פול מיט אפיקורסות און כפירה ר״ל, און דאס האבען אויסגעהערט מיידלעך פון חסידישע עלטערען, זייער טאטע איז זיכער דעמאלט געווען פארטאן אין דער גמרא און די מאמע ביים טייטש־חומש, און אויפ׳ן ארט געדענק א י ך איז ביי מיר נולד געווארען דער געדאגק, אז ווען אוגזערע מיידלעך וואלטען געהאט אן אייגענע סביבה וואלט עס געקענט זיין גאר אנדערש. . .
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
חוקר האט געשריבן: וועגן זיין זין הרה"ק מהר"א מבעלז זי"ע ווייסן אינז נישט (עפעס נישט קלאר האט די המודע געשריבן אז ער האט שוין געהאלט אז מען מעג עס יא אבער אז מען געדאנקט נישט פינקטלך זאגט מען נישט)
לפי מיטב זכרוני האט ער אנגעזאגט 3 זאגן פארן עפענען א מיידל סקול:
1. נישט לערנען חומש אינעווייניג.
2. נישט מאכן קיין שפיל PLAY/SHOW
3. דענק עך שוין נישט
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
א יעדעס מאל ווען מ'האט געמאכט א נייע זאך, איז געווען קנאים אויפדעם. (אין אזוי דארף עס צי זיין).
אסאך מאל האבען נייע זאכען נישט געטויגט, אין אמאל אמאל יא.
ווען דער קדושת ציון מבאבוב זצ"ל האט אנגעפאנגען ציזאמנעמען בחורים אין זינגען וכדומה וכדומה, איז הרה"ק ר' חנא מקאלשיטץ געווען קעגן דעם אין געזאגט אז דאס איז נישט צאנז.
למעשה האט הרה"ק מבאבוב אפגעראטעוועט טויזעטער בחורים, אין האט געגרינדערט די ערשטע ישיבה אין גלציה.
ווען הגאון ר' מאיר שפירא צ"ל האט געגרינדערט זיין ישיבה מיט א דארמעטארי, אין נאך חידושים (אויסלערנען די בחורים 'רעדן' וכדומה), איז עס געווען א נייע זאך, הרה"ק ר' שמעון זעלעכאווער האט געהאט טענות אויף דעם.
די זעלבע מיט די מיידעל סקול וואס מרת שרה שנירער ז"ל האט געגרינדערט, האט מען געהאט טענות אויף דעם, כנ"ל. (ספעציעל וואס די מקור הרעיון איז געקימען פין דייטשלאנד). למשעה נאכען חורבן האבען די גדולי ישראל איינגעזעהן אז מ'דארף עס האבען.
ווען גער האט געגרינדערט די ישיבה אינאיינעם מיט לימודי חול, איז הגה"ק ממונקאטש ארויס קעגען דעם (עי' בספר תיקון עולם). אויך איז באקאנט ווי דער קדושת יום טוב האט פארפירט קעגן לערנען לימודי חול אין תלמיד תורה (אויסמישען קדושה עם חול). למעשה נאכען חורבן האט הגה"ק מסאטמאר זי"ע דאס איינגעפירט. (עי' בשו"ת דברי יואל, וואס ער שרייבט בין הדברים: מפני תוקף הגלות וכו').
די אמת איז אלו ואלו דברי אלקים חיים. ד.ה רוב מאל איז חידושים נישט גיט, אבער אסאך מאל יא, אין וועגען דעם דארף זיין די קנאים וואס האלטען א אויג וכדומה. אין פין די אנדערע זייט זענען די קנאים נישט אייביג גערעכט.