נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
אין ספה"ק תולדות יעקב יוסף, פ' מקץ ברענט דער הייליגער תולדות ראיות אז דער נס חנוכה איז פארגעקומען ג' תרכ"ב
מיט'ן זעלבן אויפיר קומט אויך דער וועלט בארימטער אסטראווצער גאון אין זיין ספר אור תורה (אות ג'), אז דער נס חנוכה איז געווען ג' תרכ"ב, און ס'איז אויסגעקומען שב"ק.
דער מקור איז פון סדר הדורות, וועלכער איז גלייכצייטיג מסופק צי ס'איז געווען תרכ"א אדער תרכ"ב.
דא אין די אידישע וועלט ווערט אויך אזוי קלאר געשריבן אז ס'האט פאסירט ג' תרכ"ב
אידישע וועלט חנוכה ארטיקל
דערקעגן שטויס איך זיך אן אין פילע פלעצער אז ס'איז נישט געווען אין תרכ"ב, נאר מיט 25 יאר פריער, ג' תקצ"ז.
איך זעה אז דער היסטאריקער פון די אידישע וועלט, האבן אויך אזוי געשריבן דא.
דאס זעלבע זעה איך אין פיל פיל פלעצער, בעיקר פון העברעישע היסטאריקער וועלכע צייכנען אן אז די מלחמה פון די חשמונאים קעגן אנטיוכס האט זיך אנגעויבן תקצ"ד און האט זיך געצויגן דריי יאר ביז תקצ"ז, דערפאר נעמען זיי אן פאר א פשטות אז דער נס חנוכה האט פאסירט תקצ"ז.
זעה וואלא פעדיע
זעה אויך, כרם ביבנה.
פון מיין קוק ווינקעל קומט אויס אז ס'איז א מיינונגס פארשידנהייט צווישן העברעישע היסטאריקער מיט'ן אנגענומענעם סדר הדורות. און דער שפיץ פון די מחלוקה איז ווען עס האט אויסגעבראכן די רעוולואציע פון די חשמונאים, און לויט דעם רעכענען די היסטאריקער.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ר' אלץ ווייסער, דער מקור איז נישט קיין סדר הדורות, דער סדר הדורות איז בדרך כלל נאר א מלקט, דער מקור איז א סדר עולם רבה פון דעם תנא ר' יוסי בן חלפתא און די גמרא ברענגט עס צו אין ע''ז דף ח' ע''ב, וז''ל: מלכות פרס בפני הבית ל''ד שנה מלכות יון ק''פ שנים מלכות בית חשמונאי מאה ושלש מלכות הורדות מאה ושלש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
עס איז גאר מעגליך אז דער ספר חשמונאים, וועלכעס איז פון די ספרי חיצונים (באקאנט אונטערן נאמען ספר הקבים) פון זיי קומט אז ס'איז פריער פריער, ווייל דארט איז משמע אז דער אויפשטאנד פון די חשמונאים איז בערך ביים 145 פון מלכות יון.
לויט די גמרא אין ע"ז ט' ע"א האט מלכות יון אנגעהאלטן 180 יאר. האמיר שוין א דיסקרעפענסי פון 35 יאר.

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 689
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm
מנהג אכילת סופגנין (לאטקעס) אום חנוכה
דאס איז א גאר פארצייטישער מנהג. דער טאטע פון רמב"ם - רבי מיימון בן רבי יוסף ברענגט עס שוין, און שרייבט דערויף די פאלגענדע ווערטער:
"אין להקל בשום מנהג ואפילו במנהג קל... ופָשַט המנהג לעשות סופגנין (בערבי - אלספינג) והם הצפיחיות בדבש... והוא מנהג הקדמונים משום שהם קלויים בשמן זכר לברכתו, וכתב רבינו ניסים במגילת סתרים כי בכל מנהגי האומה כאלו מנהגות כמו זה... אין לנו לבזותם ומי שהנהיגם זריז ומשתדל הוא..." ע"כ (הובא בס' מנהג ישראל תורה סי' תר"ע ס"ק ג).
פאר עטליכע יאר צוריק האב איך געלאזט מפרסם זיין אין א געוויסן גליון א נייעם רמז צו אט דעם דאזיגן מנהג, און טראצדעם וואס איך האב עס דערווייל נאכנישט געפונען ערגעץ וואו אין די מקורות, גלויב איך אז עס ווערט שוין געברענגט פריער.
עס ווערט געברענגט אין משנה מדות פ"ב מ"ג: ...לפנים ממנו סורג גבוה י' טפחים וי"ג פְּרָצוֹת היו שם שֶׁפְּרָצוּם מלכי יוון, חזרו וּגְדָרוּם וגזרו כנגדם י"ג השתחוויות, לפנים ממנו החיל וכו'.
וועגן דעם עסט מען לאטקעס לזכר די לאטעס מיט וועלכע מען האט פארלאטעט דעם סורג.
וואס איז געווען דער צוועק פון די יוונים? - כדי דאס צו וויסן ברויך מען פריער ערקלערן וואס איז דאס דער סורג, און אין וועלכע תקופה פון די חשמונאים האט דאס פאסירט.
אויסער די עזרות איז געווען אין הר הבית דער פלאץ "חֵל", וועלכער איז געווען ארומגעצוימט מיט אט דעם "סורג", און ווי דער תוי"ט ערקלערט האט עס גענוצט אלס סימן פאר נישט-אידן זיי זאלן נישט אריין-גיין טיפער אריינצו צום חֵל.
דאס איז אבער געווען נאר א תקנת חכמים, ווייל מן התורה האט א גוי געמעגט אריין-גיין נענטער. אבער ווען מען האט געבויט דעם בית השני, האבן די חכמים, די אנשי כנסת הגדולה ובהם כמה נביאים מתקן געווען אט דעם סורג.
ווען יהודה המכבי און זיינע ברידער לבית חשמונאי זענען אריין-געקומען אין בית המקדש האבן זיי צוערשט אויסגערייניגט דעם בית המקדש פון די אלע טומאות וואס די יוונים און מתיוונים האבן דארט אריין-געשטעלט, און גענומען מקריב זיין דעם קרבן תמיד זינט דאן.
עס איז אבער שפעטער ווידער געקומען שווערע צייטן, יהודה איז אומגעברענגט געווארן אין מלחמה, און די לאגע איז געווארן נאך ערגער ווי פריער, די מתיוונים די פושעי ישראל האבן ווידער געהויבן קאפ, און ווי עס ווערט דערציילט אין ספר חשמונאים-א פ"ט:
ויהי אחרי מות יהודה וירבו המתפרצים בכל גבולות ישראל וכל עושי עולה נשאו את ראשם. ויהי כי כבד הרעב בארץ וילכו כל העם ויתענו תחת יד בכחידס. ויבחר לו בכחידס אנשי בליעל ויתן אותם לראשים על העם. ויחקרו ויחפשו את הדבקים ביהודה, ויביאו אותם אל בכחידס להתעלל ולהינקם בהם. ותהי שערורה גדולה בישראל אשר לא נהייתה כמוה מאז אָפַס נביא מהארץ.
דער בקחידס איז געווען א יווני'שער גענעראל, און אין צייט ווען ער האט געוועלטיגט אין ארץ ישראל, האבן די מתיוונים געזוכט ארויסצודינגען ביי איהם די כהונה גדולה, איין פארשוין איז דאס געלונגען, דאס איז געווען אליקים, און ווי ער ווערט גערופן אין חז"ל "יקים איש צרורות" פלימעניק פון יוסי בן יועזר, דער אליקים האט שוין פריער עספיעהט אויסצומארדן קאלט-בלוטיג זעכציג חשוב'ע אידן.
דער יקים איז ווייזט אויס געווען נישט בלויז א ביליגער מתיוון, נאר אויך פון די ערשטע צדוקים, וועלכע האבן געזוכט צו פארשטיקן די תורה שבעל פה און די תקנות חז"ל, און וויבאלד ער האט געוואוסט אז דער סורג איז א תקנת חכמים, האט דאס איהם נישט געפעלן, האט ער דעריבער אויפגעבראכן דרייצן עפענונגען (מיט די הילף פון בכחידס, ווי עס ווערט געזאגט "שפרצום מלכי יון").
דער סוף זיינער ווערט דערציילט אין ספר חשמונאים-א:
ויהי בחדש השני, בשנת שלש מאות וחמשים ומאה, ויצוה אליקים להרוס את החומה התיכונה לדביר הבית אשר הקימו הנביאים לפנים. ויהי בהחילם להרוס, ויד ה' נגעה באליקים - ולא יספו. ויהי כאילם לא יפתח פיו, ולא יכול לצוות את ביתו, וימת בצירים וחבלים. וירא בכחידס כי מת אליקים, וילך וישב אל המלך, ותשקוט ארץ יהודה שנתים ימים.

- בוחר בשירי זמרה
- שר האלפיים
- תגובות: 2627
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm
Re: נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
און פארוואס טאקע לאטקעס?
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
Re: נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
דער שמועס דא האט צוטון מיט די כלליות'דיגע נושא וויפיל יאר איז געשטאנען די צווייטע ביהמ"ק?
Re: נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
קאודינג האט געשריבן:דער שמועס דא האט צוטון מיט די כלליות'דיגע נושא וויפיל יאר איז געשטאנען די צווייטע ביהמ"ק?
חס ושלום.
מיר האבן בקבלה בלי שום חולק אז דער ביהמ״ק השני איז געשטאנען בלויז ת״כ שנה. משנת ג׳ ת״ח - ג׳ תכ״ח.
אלע ראיות פון מאור עינים (עזריה מן האדומים / דע ראסי) און די היינטיגע חוקרים, זענען נישט ווערד צו ברענגען.
Re: נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
דו האסט בכלל געליינט דעם אשכול ביז אהער? ער האט אנגעהויבן אז עס איז לכאורה א מחלוקה צווישן די העברעאישע היסטאריקער (ד.ה. היינטיגע חוקרים) און דעם סדר הדורות / חז"ל. צי עס איז ווערט צו ברענגען וואס יוסיפון שרייבט במקום וואס עס איז סותר חז"ל האבן מיר א גאנצער אשכול פאר זיך
Re: נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
קאודינג האט געשריבן:דו האסט בכלל געליינט דעם אשכול ביז אהער? ער האט אנגעהויבן אז עס איז לכאורה א מחלוקה צווישן די העברעאישע היסטאריקער (ד.ה. היינטיגע חוקרים) און דעם סדר הדורות / חז"ל. צי עס איז ווערט צו ברענגען וואס יוסיפון שרייבט במקום וואס עס איז סותר חז"ל האבן מיר א גאנצער אשכול פאר זיך
ווער האט גערעדט פון יוסיפון?
פוצה פה ומצפצף
- טשאקלאד ברויט
- שר מאה
- תגובות: 176
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 4:41 pm
Re: נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
Mezofzef האט געשריבן:קאודינג האט געשריבן:דו האסט בכלל געליינט דעם אשכול ביז אהער? ער האט אנגעהויבן אז עס איז לכאורה א מחלוקה צווישן די העברעאישע היסטאריקער (ד.ה. היינטיגע חוקרים) און דעם סדר הדורות / חז"ל. צי עס איז ווערט צו ברענגען וואס יוסיפון שרייבט במקום וואס עס איז סותר חז"ל האבן מיר א גאנצער אשכול פאר זיך
ווער האט גערעדט פון יוסיפון?
די העברעישע היסטאריקער זענען זיך סותר מיט חז"ל
Re: נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
חז״ל זאגן נישט ווען חנוכה איז געווען. חז״ל וסדר עולם בכללם, זאגן ווען מלכות בית חשמונאי האט זיך אנגעפאנגן.
חז״ל רעכענען דער ערשטער יאר פון מלכות בית חשמונאי, נאך וואס די יוונים האבן גענצליך פארלאזט ארץ ישראל. אום תרכ״ב דאכציך.
נס חנוכה איז געווען היבש פריער. אום שנת תקצ״ז.

- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
די נס חנוכה איז געווען ר"ז שנים פארן חורבן הבית
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
התחברות האט געשריבן:קאודינג האט געשריבן:דער שמועס דא האט צוטון מיט די כלליות'דיגע נושא וויפיל יאר איז געשטאנען די צווייטע ביהמ"ק?
חס ושלום.
מיר האבן בקבלה בלי שום חולק אז דער ביהמ״ק השני איז געשטאנען בלויז ת״כ שנה. משנת ג׳ ת״ח - ג׳ תכ״ח.
אלע ראיות פון מאור עינים (עזריה מן האדומים / דע ראסי) און די היינטיגע חוקרים, זענען נישט ווערד צו ברענגען.
דו מיינסט אוודאי ביז תתכ"ח
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
לויט דעם אז דער צווייטער ביהמ"ק איז געבויעט געווארן בשנת ג' ת"ח און חרוב געווארן בשנת ג' תתכ"ח איז פשוט אז די נס חנוכה איז געווען בשנת ג' תרכ"ב.
דער בני יששכר אין די מאמרי חנוכה ברענגט עטליכע מאל אראפ אז די נס חנוכה האט פאסירט רי"ג שנה נאכן בנין בית שני און או"ר שנים פארן חורבן.
אט איז 3 פון זיי

- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20211207-201827_Gallery.jpg (507.62 KiB) געזען 704 מאל
-
- Screenshot_20211207-200013_Gallery.jpg (513.34 KiB) געזען 704 מאל
-
- Screenshot_20211207-200425_Gallery.jpg (490.17 KiB) געזען 704 מאל
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
Re: נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:לויט דעם אז דער צווייטער ביהמ"ק איז געבויעט געווארן בשנת ג' ת"ח און חרוב געווארן בשנת ג' תתכ"ח איז פשוט אז די נס חנוכה איז געווען בשנת ג' תרכ"ב.
דער בני יששכר אין די מאמרי חנוכה ברענגט עטליכע מאל אראפ אז די נס חנוכה האט פאסירט רי"ג שנה נאכן בנין בית שני און או"ר שנים פארן חורבן.
אט איז 3 פון זיי
די בני יששכר מיינט עפעס צו שרייבן היסטאריע? פון די ידיעה פון וואס חז״ל געבן אונז,איז בפשטות משמע אזוי, און דער בני יששכר מאכט דערויף חשבונות, כדרכו בקודש.
ווי דערמאנט, חז״ל שרייבן נישט אין קיין שום ארט וועלכע יאר דער נס פון חנוכה איז פארגעקומען.
תרכ״ב, איז באזירט אויף סדר עולם, וואס שרייבט אויך נישט וועלכע יאר נס חנוכה איז געווען, נאר ער שרייבט, ווען מלכות בית חשמונאי האט זיך אנגעהויבן.
מאן יימר, אז חנוכה איז פארגעקומען פונקט אינעם ערשטן יאר.
אויב איז דא עפעס א פריעדיגע מקור אויף שנת תרכ״ב (למעשה איז עס תרכ״ג) איז עס מגלת בית חשמונאי, וואס דארף א מחקר פאר זיך, מי כתבו.
אגב, צו דעם אויבנדערמאנטע שרייבער, וואס שרייבט אז בית שני איז געשטאנען ת״כ שנים, ״בלי שום חולק״, האט ווי פארשטייט זיך דעם תוס׳ אין עבודה זרה קיינמאל געלערנט, און קיין סדר הדורות קיינמאל געעפנט, אסאך ראשונים דינגען זיך מיט דעם מספר.
-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am
Re: נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
איך זעה אז עטליכע דא זענען צומישט
דער גמרא אין ע"ז זאגט אז מלכות בית חשמונאי האט זיך אהנגעהויבען ר"ו שנה פאר'ן חורבן, דאס קומט אויס בערך תרכ"ב, אבער וואס הייסט תחילת מלכות בית חשמונאי, איז נישט באקאנט, כידוע איז געוועהן מלחמות מיט דער יוונים יאהר'ן לאנג בעיקר נאכ'ן נס חנוכה [דער בני יששכר האט ערגעץ א שטיקעל, אז מתחילה הייסן זיי בית חשמונאי און שפעטער מלכות חשמונאי] [להבדיל אא"ה דער American revolution איז נישט דער זעלבע ווי דער declaration of independence]
אין ספר המכביים (גארנישט מיט העברעאישע היסטאריקער) שטייט אז דער חינוך בית המקדש [דהיינו נס חנוכה] איז געוועהן בשנת קמ"ח לשטרות, דהיינו תקצ"ז, מען דארף נישט גלייבן יעדע פרט וואס ער שרייבט, אבער איבער דער יאהר איז שווער איהם נישט צו גלייבען, ער איז דאך געוועהן אין יענע זמן [אגב ספר המכביים איז כמעט דער איינסיגסטע מקור אויף דער סיפור הדברים, אהן איהם ווייסט מען כמעט גארנישט, אויסער דער ווערטער פון על הניסים]
אזוי אויך איז מען מוכיח פון דער מטבעות פון יוחנן בן שמעון בן מתתיהו משנת קפ"א לשטרות אז דער נס חנוכה האט געדארפט זיין אסאך פאר תרכ"ב
אגב דער קעפל איז נישט ריכטיג אדער איז עס תקצ"ז/תרכ"ג [למולד בהר"ד] אדער תקצ"ו/תרכ"ב
----
איטשע האט מיר אויסגעכאפט, אבער עס איז א שאד אויף מיין דרעפט
----
תוס' איז דן אויב דער שנת החורבן איז נכלל אין דער ת"כ יאהר'ן
עס איז דא א אנגענומע ראשון וואס זאגט אנדערש ווי דער גמרא ????

איטשע האט געשריבן:[אגב, צו דעם אויבנדערמאנטע שרייבער, וואס שרייבט אז בית שני איז געשטאנען ת״כ שנים, ״בלי שום חולק״, האט ווי פארשטייט זיך דעם תוס׳ אין עבודה זרה קיינמאל געלערנט, און קיין סדר הדורות קיינמאל געעפנט, אסאך ראשונים דינגען זיך מיט דעם מספר.
תוס' איז דן אויב דער שנת החורבן איז נכלל אין דער ת"כ יאהר'ן
עס איז דא א אנגענומע ראשון וואס זאגט אנדערש ווי דער גמרא ????
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
שווערליך מסתבר אזוי צו זאגן...
בפרט אז דער אסטראווצער זאגט דאך זיכער אז ס'געווען תרכ"ב.
חוץ מזה וואס דו זאגסט וועגן מלכות חשמונאי שטייט דאך אין גמ' שבת "שכשנכנסו יוונים להיכל טמאו כל השמנים שבהיכל וכשגברה מלכות בית חשמונאי ונצחום בדקו ולא מצאו אלא פך אחד של שמן שהיה מונח בחותמו של כהן גדול ולא היה בו אלא להדליק יום אחד"
די נס חנוכה האט פאסירט דורך מלכות בית חשמונאי.
ר' אליעזר לאנדא דערמאנט דעם בני יששכר, ס"ה זאגט דער בני יששכר אז אין מגילת תענות שטייט 'יד' בית חשמונאי, און די גמרא זאגט 'מלכות' בית חשמונאי.
אגב, דער בנ"י ברענגט גראדע נאך עטליכע מאל דעם יוסיפין, און עכ"ז זאגט ער קלאר "אחרי הנס הזה נשאר עוד עמידת בית אלוקינו או"ר שנים' אויך "נעשה הנס במנורה המאירה בדרום, צד שכולו אור כל ימות השנה (וגם מזמן ההוא עד חורבן הבית עמד הבית או"ר שנה)"
שווער צו זאגן אז ער רעדט פון עפעס אנדערשט פון נס חנוכה.

אליעזר לאנדא האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:[אגב, צו דעם אויבנדערמאנטע שרייבער, וואס שרייבט אז בית שני איז געשטאנען ת״כ שנים, ״בלי שום חולק״, האט ווי פארשטייט זיך דעם תוס׳ אין עבודה זרה קיינמאל געלערנט, און קיין סדר הדורות קיינמאל געעפנט, אסאך ראשונים דינגען זיך מיט דעם מספר.
תוס' איז דן אויב דער שנת החורבן איז נכלל אין דער ת"כ יאהר'ן
עס איז דא א אנגענומע ראשון וואס זאגט אנדערש ווי דער גמרא ????
קענסט עס אנקוקן אזוי, למעשה לויט תוס׳ איז דער בית המקדש געשטאנען תכ״א שנים.
דער רלב״ג (דניאל ז׳ כ״ו) שרייבט אז ס׳איז געשטאנען תל״ז וחצי שנים, און בית ראשון תי״ט וחצי שנים.
-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am
Re: נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
איטשע האט געשריבן:אליעזר לאנדא האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:[אגב, צו דעם אויבנדערמאנטע שרייבער, וואס שרייבט אז בית שני איז געשטאנען ת״כ שנים, ״בלי שום חולק״, האט ווי פארשטייט זיך דעם תוס׳ אין עבודה זרה קיינמאל געלערנט, און קיין סדר הדורות קיינמאל געעפנט, אסאך ראשונים דינגען זיך מיט דעם מספר.
תוס' איז דן אויב דער שנת החורבן איז נכלל אין דער ת"כ יאהר'ן
עס איז דא א אנגענומע ראשון וואס זאגט אנדערש ווי דער גמרא ????
קענסט עס אנקוקן אזוי, למעשה לויט תוס׳ איז דער בית המקדש געשטאנען תכ״א שנים.
דער רלב״ג (דניאל ז׳ כ״ו) שרייבט אז ס׳איז געשטאנען תל״ז וחצי שנים, און בית ראשון תי״ט וחצי שנים.
נו, וואס שרייבט דער ריב"ש אויפ'ן רלב"ג ? [בכלליות]
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ר' אליעזר לאנדא דערמאנט דעם בני יששכר, ס"ה זאגט דער בני יששכר אז אין מגילת תענות שטייט 'יד' בית חשמונאי, און די גמרא זאגט 'מלכות' בית חשמונאי.
אגב, דער בנ"י ברענגט גראדע נאך עטליכע מאל דעם יוסיפין, און עכ"ז זאגט ער קלאר "אחרי הנס הזה נשאר עוד עמידת בית אלוקינו או"ר שנים' אויך "נעשה הנס במנורה המאירה בדרום, צד שכולו אור כל ימות השנה (וגם מזמן ההוא עד חורבן הבית עמד הבית או"ר שנה)"
שווער צו זאגן אז ער רעדט פון עפעס אנדערשט פון נס חנוכה.
דער בני"ש שרייבט נישט א ביאור אויף דעם ?
נוצען ספרי אחרונים פאר היסטאריע איז א שווערע נושא [אבער עכ"פ בעט איך דיר נישט צו נוצען פאר א מפה פון א"י ... עס איז סכנת נפשות]
איהר זעהט אויס ווי א בקי אין ספר בני"ש, שרייבט ער נישט עפעס וועגען יוחנן בו מתתיהו, און ער איז מעיר אז עס איז נישט מוכרח אז מען רעדט וועגען דער זעלבע
Re: נס חנוכה וועלכע'ס יאר, ג' תקצ"ז אדער תרכ"ב?
אליעזר לאנדא האט געשריבן:נו, וואס שרייבט דער ריב"ש אויפ'ן רלב"ג ? [בכלליות]
דער ריב״ש איז נישט צופרידן פון עטליכע מהלכים פונ׳ם רלב״ג, ער מאכט אים פערזענליך נישט אוועק, אדרבא, ער שרייבט אויף אים בכבוד הראוי.
אויסער דעם, קען מען נישט, און מען מעג נישט פסל׳ן א מענטש, צוליב א התנגדות פון געציילטע, ווייל אויב יא, קענסט ארויסווארפן א האלבע ספרים שאנק פון בית המדרש, אויב נישט מער.
Re:
אלץ-ווייסער האט געשריבן:עס איז גאר מעגליך אז דער ספר חשמונאים, וועלכעס איז פון די ספרי חיצונים (באקאנט אונטערן נאמען ספר הקבים) פון זיי קומט אז ס'איז פריער פריער, ווייל דארט איז משמע אז דער אויפשטאנד פון די חשמונאים איז בערך ביים 145 פון מלכות יון.
לויט די גמרא אין ע"ז ט' ע"א האט מלכות יון אנגעהאלטן 180 יאר. האמיר שוין א דיסקרעפענסי פון 35 יאר.
ס׳איז נישט ״גאר מעגליך״, נאר דאס איז טאקע דער מקור דערצו. אגב מענטשן ווערן דערשראקען ווען מען דערמאנט אז ס׳איז פון די ספרים חיצונים. יעדער ספר וואס איז נישט פון 24 ספרי תנ״ך, איז טעכניש פון די ספרים חיצונים.
ספר חשמונאים אדער מקבים, איז געשריבן דורך אימיצער וואס האט געלעבט בשעת די מלחמות פון די חשמונאים, און ווי עס שיינט האט ער זיך באטייליגט ביי עטליכע שלאכטן.
מען דארף געוואויר ווערן צו יענער האט נאך בכלל געלעבט שנת תרכ״ג.
Re: Re:
איטשע האט געשריבן:מען דארף געוואויר ווערן צו יענער האט נאך בכלל געלעבט שנת תרכ״ג.
ספר מכבים ענדיגט זיך ווען יוחנן הורקנוס הראשון איז געווארן קעניג בשנת תרכ"ז.
יא אונז ווילן זעהן נקמה אין די רוצחים, און יא אויך אין זייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: "אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת עֹלָלַיִךְ אֶל הַסָּלַע".