בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

א בוך וואס גיבט אייך איבער די מארמאראשער שמעק און טעם איר שפירט זיך ממש דארטן...
אטעטשמענטס
בית ישראל הערצל אפשאן
בית ישראל הערצל אפשאן
בית ישראל הערצל אפשאן.jpg (194.22 KiB) געזען 2535 מאל
בית ישראל הערצל אפשאן
בית ישראל הערצל אפשאן
וויזשניצער רביס הויף..jpg (251.51 KiB) געזען 2535 מאל
בית ישראל הערצל אפשאן
בית ישראל הערצל אפשאן
וויזשניצער רביס הויף.jpg (202.63 KiB) געזען 2535 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

וואס איך האב הנאה געהאט צו זעהן די סדר החלוקה פון די ירושה, ביי האדמו"ר מוויזניץ מאנסי איז געוועהן די זעלבע זאך.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איך האב געקויפט דעם ביכל, אמאל ביי א סעיל (מן הסתם 13 יאר צוריק צו מער).

אבער שפעטער געהערט אז דער מאנסי'ער רבי איז זייער אומ'צופרידן, און געזאגט אז מען טאר דאס נישט האבן. (איך נעם נישט אחריות אויף דעם פונקליכן לשון, צו מען טאר דאס נישט האבן אינדערהיים, אדער אז מען טאר נישט אריין קוקן אין דעם, אבער גאנץ שארף געווען קעגן דעם).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

שמו האט געשריבן:איך האב געקויפט דעם ביכל, אמאל ביי א סעיל (מן הסתם 13 יאר צוריק צו מער).

וועגן די בילדער? אדער וועגן די מארמאראשע פארגרעבטקייט?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אריינגעכאפט
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 27, 2018 11:28 am

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריינגעכאפט »

הארזים האט געשריבן:א בוך וואס גיבט אייך איבער די מארמאראשער שמעק און טעם איר שפירט זיך ממש דארטן...

וויא קען מען דאס באקימען?
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16945
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

הארזים האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:איך האב געקויפט דעם ביכל, אמאל ביי א סעיל (מן הסתם 13 יאר צוריק צו מער).

אבער שפעטער געהערט אז דער מאנסי'ער רבי איז זייער אומ'צופרידן, און געזאגט אז מען טאר דאס נישט האבן. (איך נעם נישט אחריות אויף דעם פונקליכן לשון, צו מען טאר דאס נישט האבן אינדערהיים, אדער אז מען טאר נישט אריין קוקן אין דעם, אבער גאנץ שארף געווען קעגן דעם).

וועגן די בילדער? אדער וועגן די מארמאראשע פארגרעבטקייט?

וועגן די מארמאראשע פארגרעבטקייט
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

שמו האט געשריבן:איך האב געקויפט דעם ביכל, אמאל ביי א סעיל (מן הסתם 13 יאר צוריק צו מער).

אבער שפעטער געהערט אז דער מאנסי'ער רבי איז זייער אומ'צופרידן, און געזאגט אז מען טאר דאס נישט האבן. (איך נעם נישט אחריות אויף דעם פונקליכן לשון, צו מען טאר דאס נישט האבן אינדערהיים, אדער אז מען טאר נישט אריין קוקן אין דעם, אבער גאנץ שארף געווען קעגן דעם).

אויך געהערט אזוי 25 יאר צוריק נאכן ענדיגען ליינען..
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

מכטי1 האט געשריבן:

זאגסטו קודם האסטו דאס שנעל אפגעליינט...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

פרוכטבארע פאנטאזיע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:25 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכטבארע פאנטאזיע »

איך וואלט שטארק הנאה געהאט אויב ס'מעגליך צו ברענגען אפאר בלעטער פון אינעווייניג נישט נאר פונעם שער בלאט
יישכ"ח למפרע
פארסט אין קאנטרי, צו דו בלייבסט?
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

פרוכטבארע פאנטאזיע האט געשריבן:איך וואלט שטארק הנאה געהאט אויב ס'מעגליך צו ברענגען אפאר בלעטער פון אינעווייניג נישט נאר פונעם שער בלאט
יישכ"ח למפרע
אטעטשמענטס
1
1
IMG_20220621_180000-1.jpg (214.16 KiB) געזען 2163 מאל
2
2
IMG_20220621_180039.jpg (250.9 KiB) געזען 2172 מאל
3
3
IMG_20220621_180027.jpg (225.96 KiB) געזען 2172 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

ליגט מיר אין זכרון אז ער האט עפעס צו פארקויפן איבער די ממלא מקום פון אהבת ישראל וואס דארט'ן איז פארגעגאנגען, ס'דארף צו זיין ממש צום סוף. אפשר קען עס איינער ארויף לייגן?
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

דזיקוב'ער האט געשריבן:ליגט מיר אין זכרון אז ער האט עפעס צו פארקויפן איבער די ממלא מקום פון אהבת ישראל וואס דארט'ן איז פארגעגאנגען, ס'דארף צו זיין ממש צום סוף. אפשר קען עס איינער ארויף לייגן?

ער זאגט סך הכל יעדנס גדלות און חשיבות, נישט עפעס עקסטער.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

שמואל חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 5:27 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל חיים »

[align=justify]דא האט איר אן אויסצוג... איך ווייס נישט פארוואס איך האב פיין געשמייכלט דערפון..

ס'גרויסע פייער אין וויזשניץ אמאל
די גאס וואס גייט דורך דעס רבי'ס הויף מיטן סאלאש ביז צום טייך "די וויזשענקעס" אונטערן בארג, וואו יידן גייען צום תשליך דעם ערשטן טאג ראש השגה (דער רבי אליין איז געגאנגען צו תשליך ערשט אין די עשרת ימי תשובה צו שלוש עשרה מדות) האט אמאל, מיט א צוויי יאר צוריק, זיך אנגעכאפט אום סאמע שבת קודש און געברענט. אבער אזויווי יידן האבן נישט געקענט פיל ראטעווען וועגן שבת, האט זיך ס'פיייער פון מינוט צו מינוט געשטארקט און צושפילט. עס האבן זי א הייב געטון פייערדיגע צינגען ביז אונטערן הימל. ס'איז געווארן שווארץ מיט רויעך דער הויף מיט די שטיבער און די גאנצע גאס. די פלאמען האבן זיך געווארפן פון איין דאך אויפ'ן צווייטן און דריטן, פון איין הויז צום אנדערן שנעל און גיך איינס נאך'ן אנדערן מיט א רציחה און א ירגזון, אז ביז עטליכע מינוט האט געפלאקערט די גאנצע גאס.

ווייבער און קינדער זענען ארויסגעלאפן מיט א ויצעקו, מיט א געשריי, א געוויין און מיטן ביסל ארעמקיייט, מיטן בעטגעוואנט אויף דער גאס. מ'לױפט, מ'וויינט און מ'שרייט מ'שלעפט טירן, מ'שלעפט פענסטער און שטיקער גערענדעס מיט קישן און טישן און מיט די קליינע קינדער אויף די הענט איבער אלע גאסן און מ'זעט ממש ס'פייער לױפט זיי נאך. ס'געשריי איז גרויס! -- וואס ווייטער מ'לױפט אלץ ווייטער און שטארקער ברענט. צינגען מיט פלאמען שטרעקן נאר ארױס דורך די דעכער און דורך'ן קוימען, ווי צו להכעיס און אויף געלעכטער. נישט עפעס אנדערש און ס'ממש נאר צו וויינע. דאס פיייער האט ארױס געיאגט מענטשן פון אייגענע הייזער אויף דער פרייער גאס און געמאכט פון בעל בתים פאמע שנארערס.

דער שטאטס-גלאק פונעם קלויסטער, אז ער האט דאס דערזעהן האט ער אנגעהויבן צו קלינגען און ברימען. קלינגען און ברימען זייער טרויעריג ביז ער איז געווארן הייזעריג. ער האט געוואלט ארױס רופן א רחמנות פונעם שר האש און פון די מענטשן וואס גייען פאריבער דער גאס. מ'זאל קומען לעשן דאס פייער. די קוימענעס האבן ארויס געשטעקט די קעפ פונעם פיייער געשיקט יעדע מינוט א גרעסערן בינט רױך, ווי זיי וואלטן עפעס גע'טענה'ט און גערעדט מיטן מויל, אויף'ן קוימענישן לשון "מענטשן מיט רחמנות און הערצער! לאזט אונז נישט. לאזט אלעס שטיין, העלפט אונז ארױס גוטע ברידער הארציגע, לאזט אונדז נישט פאראומגליקט ווערן... אט, אט בלייבט פון אונז קיין שריד ופליט, קיין זכר אז מיר האבן אויך אמאל עקזיסטירט און עפעס געלייסטעט אויף דער וועלט". הינער מיט הענער זענען געשפרינגען פון איין שטעלעכל צום צווייטן, קאדקאדאטשעט און געקרייעט מיט אלע כחות. הינער האבן געזארגט און הענער האבן אויסגעצויגן דעם האלץ געשריגן געוואלד "קא-קא-רי-קא! -- קומט יידן קומט לאזט אייך נישט בעטן פיל, לאזט נישט אפ ברענען אונזער בעל בית!" גוים האבן געהאקט מיט די העק אין די גערענדעס אויף די דעכער, געשלעפט און געריסן, חרוב געמאכט פון אלעם ארום און ארום.

דאס גיות אויף די פעלדער, ביים קאסען די אטאוועס און האלצהעקערס אין די וועלדער ארבעטנדיג ביי די ריזען און בינדנדיק די באקערעס ביי די וואסערן, אז זיי האבן דערהערט די טרויעריגע קולות פונעם קלויסטער אין שטאט, האט זיך יעדער דערשראקן, יעדן האט געקלאפט דאס הארץ, אויב ס'ברענט נישט אין שטאט זיין ביסל ארעמקייט. יעדער האט אראפגעווארפן די קאסעס, די גרעבלעט מיט די אשווילעס און סאפינעס פון די הענט, געלאזט דאס גאנצע ווערקצייג מיט דער ארבעט אויף הפקר און מיט א הארצקלאפעניש אוועק געלאפן אהיים. מ'האט געכאפט אמפערס מיט קאנען און ציבערס טעפ מיט דינעצעס און העק מיט סאפינעס און אריין געשפרינגען אין פיייער פארווילדעוועט און פארמישט, געהאקט געבראכן דעכער מיט פענסטער און טירן, שוועלן מיט בוידעמער און סטריכעס, מ'האט געריסן שטיקער פון אלע זייטן. מ'האט געקרישעט שויבן מיט די בלוטיגע הענט ביז מ'האט תל געמאכט פון אלעם.

בחנם האבן די פיייערלעשערס געברענגט צו פירן שפריצערס מיט פעסער וואסער, אבער דאס פייער האט יעדן אמפער און א יעדע קאן וואסער אויסגעטרינקען ווי א שטארק דארשטיגער אין א היציגער צייט, באלד א קנאל געטון "פאק-פאק-פאק", געלאזט א גוטן רויעך ווייטער, ווי מ'העט געזאגט "גוטע ברידער, א יישר כח פארן פרישן טרינק וואסער, ס'איז זייער גוט געקומען אצינד!" -- און צו להכעיס געטון דאס איריגע טאקען ווייטער.

דעם רבי האט קיינער נישט געוואלט פארשטערן און צורודערן דעם שבת און קיינער האט אים נישט מזכיר געווען פונעם גאנצן ביז נאך דער הבדלה, דערווייל איו געווען רויט פיייערדיג דער גאנצער הימל.

ס'האט אויסגעזען ס'ברענט די גאנצע וועלט. פינקען פייער האבן זיך געטראגן אין די געדעכטע רויעך וואלקענס איבער דער גאנצער שטאט.

באלד נאך הבדלה אז מ'האט מזכיר געווען דעם רבי וואס דא טוט זיך אינדרויסן אין דער גאס, וואסארא חורבת מיט שאדן דאס פיייער האט געמאכט. האט דער רבי זיך אנגעטון די רעזשוואלקע, גענומען דעם שטעקן אין דער האנט, און דער רבי מיט די קינדער און א מחנה מיט חסידים האבן זיך אוועקגעלאזט באלד צום פייער.

און ס'האט נישט געדויערט מער ווי עטליכע מינוט צייט און דאס פיייער האט אנגעהױיבן צו קליען, די פלאמען האבן זיך צוריק געצויגען און באהאלטן ווי פארשעמט -- פאר אזאלכע הייליגע יידן -- און דאס פייער האט זיך באלד געשטילט, והמגפה נעצרה.

און אזױ ווי דער רבי איז אריין געקומען צוריק אהיים גוט אױפגעלייגט און בארואיגט האט ער זיך אויסגעטון די רעזשוואלקע, אראפ געזעצט אויף זיין שטיל און דערציילט;
געווען איז עס אין רוסלאנד בימי הצאר אין ניקאלייעס צייטן, ווען יידן האבן געהאט גאר א קליין רעכט צום לעבן אין לאנד. ס'איז אויך געווען אין די צייטן פונעם הייליגן קאזניצער מגיד ז"ל. אין געווען א קייזערליכער מאנעווער אין דער גאנצער סביבה פון קאזניץ. מ'האט באלאגערט מיט מיליטער און פארשידענע מאניציאנען באראקען מיט פארפלעגט מאגאזינען און שפיטעלער די גאנצע שטאט.

עס זענען זיך צונױפגעקומען פון אלע עקן פונעם צארישען רייך פארשידענע דעוויזיאנען, רעגימענטען באטאליאנען און קאמפאניעס, דעטאשאמענטן מיט אלאנער א חוץ קאזאקען און אלערליי פאראלען. ס'איז פול געווארען די שטיבער מיט די בוידעמער. מ'האט כמעט באדעקט די גאנצע געגענט דארט.

געווען איז דעמאלט א שטארק הייסער זומער. די ערד איז געווען אויסגעטריקענט ווי א רעשעטע און אלע דראניצע דעכער זענען אויסגעבויגן און צו לעכצט געווארן, ווי די מילטערס -- פון די גרויסע היצן -- תמוז צייט.

ס'האבן אויסגעטריקענט די ברינעמס מיט די טייכן פון וואסער און אלע באקערעס מיט די פיש זענען געבליבן שטיין אויף דער יבשה אין מיטן דער עבודה. אלע שטיינער איבער די גאסן האבן געהיצט און געבראטן ווי א פיייער, עופות אויף די הויפן און איבער די גערטלעך זענען ארום געגאנגען שליקערצענדיג און מיטן אפענעם מויל געשלינגען אביסל לופט מענטשן זענען כמעט אייינגעשלאפן אויף דער גאס שטייענדיג און גייענדיג -- פון דער גרויסער ווארעמקייט -- די גאסן זענען געווען איין פארעך און דער ווינט -- אז ער האט געבלאזן -- האט זיך דער שטויב געדרייט און געהויבן ווי געדעכטע וואלקענס. מ'האט נישט געקענט דורך גיין די גאס.

מענטשן זענען כמעט צו טאפעט געווארן פון דער היץ און מ'האט נישט געקענט עסן א גאנצן טאג.

האט מען איבערגעלאזט אביסל עסנווארג פונעם אנבייסן איז עס באלד געווארן זויער, האט מען אריין געבראכט די פריש געמאלקענע מילך פון דער שטאל איז זי באלד געווארן זויער, דאס ברויט פון פרייטאג איז שוין זונטאג געווען אנגעצינדען פארשימלט און אױפגעקאכט וועגן די ריבלעך און פון די הייווען ווואס מ'לייגט אריין, און די חלה פון שבת איז באלד געווארן פארטריקענט ווי א קרעמין, ס'האט געמאנגעלט א טרונק וואסער אין דער גאנצער שטאט. יידן האבן שטארק מורא געהאט פאר א שריפה, מיט איין שווועבעלע איז באלד די גאנצע שטאט פארברענט -- חלילה.

ס'איז עפעס גאר קיין פשוטע זאך געווען -- האט מען געשמועסט.

ס'איז טריקן געווען די מקוה און ס'זענען אויסגעטריקענט אלע ברינעס אין שטאט. ווייבער זענען ארום געגאנגען מיט די קאנען אין דער האנט פון הויף צו הויף זוכען אביסל וואסער, סזאל זיין אויף נטילת ידים און אפצוקאכען אביסל עסן אין א שטוב.

און מ'ווייסט נישט ווי אזױ און פון וואו דאס איז געקומען און פלוצים האט זיך ארויס געלאזט א פלאם פיייער פון א הויכן קוימען און ס'האט באלאכטן די וועלט. א ווינט האט געבלאזן און געפאכעט פון דער מזרח זייט און האט געטראגן פלאמען פון איין דאך צום אנדערן שנעל און גיך איבער די דראניצעס -- פון איינעם צום צווייטן און ס'האט זיך צו פלאקערט און צו ברענט אױפאיינמאל די גאנצע שטאט קאזניץ.

אליין דער גענעראל. דער ארמע אױבערקאמאנדאנט מיט א חברה עלצטע און הארן שטאבס-אפיצירן האבן זיך באלד אוועק געלאזט צום פיייער און מ'האט געארבעט און געלאשן, געפירט וואסער מיט די פעסער אויס די בערג און געשפריצט, מ'האט געטראגען מיט די קאנען און געשיט און מ'האט דאס פייער נישט געקענט אויסלעשן אדער לכל הפחות לאקאליזירן אביסל, באין אופן, פון איין זייט געלאשן און פון דער צווייטער זייט האט זיך אױפדאסניי אנגעכאפט און געברענט.

אזױ ווי דער היייליגער קאוניצער מגיד האט דערהערט דאס ווייגעשריי פון דרויסן אויף די גאסן און האט דערזען דאס גרויסע געפאר, די גרויסע שריפה וואס לױפט ארום פון איין הויז צום אנדערן, און די גאסן זענען טונקל פון די פילע קוילענדיגע פינקען, אט אט ווערט פינסטער ווי אין די שלושת ימי אפלה, און כאטש ער איז געווען אן אלטער א צובראכענער ייד (מ'זאגט ווייל דער פאטער זיינער, ר' שבתי דער איינבינדער האט זיך אים אויסגעבעטן פונעם בעל טוב, שוין לעת זקנתו) -- האבן אים יידן אונטערגעפירט ביי דער ארעם ביז צום פיייער, דארט האט ער פארגלייזט די אויגן צום הימל און געזאגט און געזאגט. אזוי לאנג האט ער געזאגט און מאריך בתפילה געווען און נישט געוואלט אוועק גיין פון דארט, ביז דער שר האש טרעט נישט אפ. דאס פייער האט באלד אנגעהויבן צו קליען און קליען ביז ס'איז געווארן דערשטיקט.

און דער קאזניצער מגיד ז"ל איז זיך באלד א היים צוריק.

דער גענעראל האט דאס גאנצע עסק זייער שטארק באוואונדערט, וויפיל צייט ער האט זיך דארט באמיעט און נישט געקענט פארלעשן דאס פייער און אט קומט דער אלטער מיט זיין ביסל דאווענען האט יא פארלאשן.

"דאס איז נאר אצבע אלוקים -- האט ער געזאגט -- און קיין מענטשליכעס געשען!"
ער האט באלד א פרעג געטון די דארטיקע פויערן, די ציוויל באפעלקערונג מיטן גיות;
"קא טאט סטארוי טשאלאוויק? ווער איז דער אלטער מענטש? -- טאטױ ראבין! דאס איז א הייליגער ראבין פון דער שטאט" -- האבן אלע אפגעענטפערט.

אביסל איז ער געשטאנען און געקוקט, פארקלערט און פארוואונדערט ביז ער איז זיך אוועק.

יארן זענען פאריבער און דער געגעראל איז ערגעץ פארשיקט געווארן. מ'האט אים איבערגעזעצט אלץ גארניזאן קאמאנדאנט אין א גרויסער שטאט פון סיבעריען. ווייט זייער ווייט אין רוסלאנד שוין ביי די יאפאנישע געמארקן און דארט האט אױיסגעבראכן א גרויס פיייער אין מיטן העלן טאג. די גאנצע שטאט איז געלאפן, דאס מיליטער איז געלאפן און אלע פיייערלעשער זענען אהין אוועקגעלױפן. אינצווישן שיקט דער גענעראל דעם ארדינאנץ שנעל, ער זאל לױפן אין "לויפשריט" צום ראבין פון דעם מקום און אים אהער רופן צום פיייער.

קוים האט ער אפגעזאגט און דערפארטיגט זיין באפעהל און א מאדערענער ראבינער מיט א קליין געשוירן שפיץ בערדל און דאט צילינדערל אױפן קאפ, מיט א ווייס הארט קרעגעלע און א שווארצן מאש אױפן האלדן, שטייט שוין פאר אים פארשראקן און פארפלאמט באימה וביראה, קוים כאפט ער דעם אטעם.

"באפעהל עקסעלענץ!" מעלד ער זיך ביי אים מיט א ציטערניש און דיסציפלין, אראפגעלאזט מיט די הענט און אויסגעצויגן גראד וווי א ווירא. ער רירט זיך נישט אוועק פונעם ארט. ער ווארט און וויל וויסן מיט וואס פאר א חטא ער איז באשולדיגט און אנגעקלאגט ביי דעם גרויסן שונא ישראל, ביים גארניזיאנס קאמאנדאנט.

-- איר זענט דא, אין דעם מקום,. דער ראבינער פון דער געמיינדע ? -- פרעגט דער גענעראל.

-- יא וואהל עקסעלענץ! -- שרייט ער הויעך -- איך מעלד מיך באימה וביראה מיט אלע ערגעבענהיייט!
-- אזױ? -- איר זענט דאס? -- דעמאלטס לעשט אויס דאס פייער שנעל ווייל מיר ווערן --- חלילה -- פארברענט.

דער ראבינער באקומט אלע פארבן אין פנים און ציטערט פאר שרעק.

וואס איז דאס היינט אויף מיר?
א ריינער אומגליק אויף אים היינט.

-- עקסעלענץ! -- בעט ער זיך מיט רחמנות און קוקט אויף אים מיט א פארוויינטע פנים -- בין איך דען א פייער לעשער? ווי פארשטיי איך דען צו לעשן פייער?
שטייט און קוקט אן דעם עלצטן מיט מורא און רירט זיך נישט אוועק פונעם ארט.

-- נו! איר קענט נישט אויסלעשן דאס פייער? וואזשע פאר א ראבין זענט איר דא? -- שרייט זיך אויס דער גענעראל.

-- שארזשע! -- טוט ער א רוף -- באפעהלט זאפארט מ'זאל דעס ראבינער אויסציילן אחת ואחת ביז 25 קאנטשיקעס פאר שטראף אז ער איז אזױ א ראבינער וואס קאן ניטאמאל ס'פייער אויסלעשן.

דער ראבין האט באלד זיין פארציע מלקות מקבל געווען באימה וביראה און קוים האט ער זיך געשטארקט צינויף געקליבן זיינע רמ"ח אברים און זיך אוועק געשלעפט מיט דער נשמה צוריק אהיים".[/align]
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

שכח! איך האב שוין לאנג געזיכט אויף טעקסט, אז די קענסט ברענג צו די פרק איבער די מארק, דארטן טוט זיך א הו הא... קענסט שמעקן די לופט...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

און עפעס א געשיכטע איבער די משפט צווישן די וויזשניצע און סיגוט'ע חסידים וועגן א ניגון?
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

קאמעץ בארד האט געשריבן:און עפעס א געשיכטע איבער די משפט צווישן די וויזשניצע און סיגוט'ע חסידים וועגן א ניגון?

יא צוויי קאפיטלען דערוועגן,
אטעטשמענטס
וויזשניצער רביס הויף
וויזשניצער רביס הויף
IMG_20220622_001309-1_resized.jpg (209.14 KiB) געזען 1824 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ער ברענגט דארט ארויס א שמועס מיטן גלח איבערן ברוק, וכדו'.

דאס פארגרעבטקייט איז עד אין לשער, און דאר מאנסיער רבי האט געערבערגט ווי אזוי ער לייגט דאס אראפ מיט אירע אלע קאלירן.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

יא יא, אבער דאס איז געוועהן די מצב דארטן...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

את פתח לו האט געשריבן:
הארזים האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:איך האב געקויפט דעם ביכל, אמאל ביי א סעיל (מן הסתם 13 יאר צוריק צו מער).

אבער שפעטער געהערט אז דער מאנסי'ער רבי איז זייער אומ'צופרידן, און געזאגט אז מען טאר דאס נישט האבן. (איך נעם נישט אחריות אויף דעם פונקליכן לשון, צו מען טאר דאס נישט האבן אינדערהיים, אדער אז מען טאר נישט אריין קוקן אין דעם, אבער גאנץ שארף געווען קעגן דעם).

וועגן די בילדער? אדער וועגן די מארמאראשע פארגרעבטקייט?

וועגן די מארמאראשע פארגרעבטקייט

און וואס איז מיט שוחרי השם בהרי הקרפטים?
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

בדרך אפשר האט געשריבן:

סאיז אין לשון קודש, ניין?

ריכטיג

הארזים האט געשריבן:וועגן די בילדער? אדער וועגן די מארמאראשע פארגרעבטקייט?

וועגן די מארמאראשע פארגרעבטקייט

און וואס איז מיט שוחרי השם בהרי הקרפטים?

סאיז אין לשון קודש, ניין?

ריכטיג

ס'איז א גרויסע חילוק אויב עס איז באשריבן אין אידיש אדער לשון קודש, אין אידיש שמעקסטו די פארגרעבטקייט...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

יהוסף קרויס
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2020 9:32 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהוסף קרויס »

איך האב ארויסגענומען א שטארקע מוסר השכל קוק ווי א איד וואס האט געפארען צום אהבת ישראל אויף ראש השנה אין ער קען ניטאמאל נאכזאגען איין זאך פונעם רעבינ'ס עבודה! ער שרייבט מיט אלע פארבען איבער די מארק ערב ראש השנה און איבער די באנק וואס האט זיך צובראכען אין מקוה ערב ר"ה א.א.וו.! דאס איז גוט פאר אלע וואס טראכטען ווען איך וואלט געלעבט אין יענע דור, וואלט איך ווען געוועהן ביים אהבת ישראל וכו' דעמאלטס וואלט איך בעסער געשטאנען ברוחניות ... וכו' זעהט מען אז אין הדבר תלוי אלא בי.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

יהוסף קרויס האט געשריבן:איך האב ארויסגענומען א שטארקע מוסר השכל קוק ווי א איד וואס האט געפארען צום אהבת ישראל אויף ראש השנה אין ער קען ניטאמאל נאכזאגען איין זאך פונעם רעבינ'ס עבודה! ער שרייבט מיט אלע פארבען איבער די מארק ערב ראש השנה און איבער די באנק וואס האט זיך צובראכען אין מקוה ערב ר"ה א.א.וו.! דאס איז גוט פאר אלע וואס טראכטען ווען איך וואלט געלעבט אין יענע דור, וואלט איך ווען געוועהן ביים אהבת ישראל וכו' דעמאלטס וואלט איך בעסער געשטאנען ברוחניות ... וכו' זעהט מען אז אין הדבר תלוי אלא בי.

;l;p- ;l;p-
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

Re: בית ישראל - וויזשניצער רביס הויף - הערצל אפשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

וויא קען מען דאס באקימען?
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”