ארכיון כולל שומרי החומות

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

לויט ווי איך שטעל מיר פאר דארף כולל שומרי החומות צו האבן מעכטיגע ארכיוון, צווישן זיי בריוון פון גדולי ישראל די לעצטע 150 יאר, רשימות פון יודן פון גאנץ אונגארן וואס האבן צוזאמגענומען אדער געשיקט געלט.

איינער האט א אנונוג צו מקען צוקומען צו עס אויב מוויל עפעס וויסן, אויב יא וויאזוי?
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

און דער זעלבע מיט כולל זיבינבערגען.
כ'הער זאגען זיי ווייזען זאכען נאר פאר גאר גרויסע נדבנים.

א מין משוגעת/סעלפישקייט פון געוויסע מיטן נאטור, איך האב עפעס וואס דו האסט נישט.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

טשולענט בונדלעך האט געשריבן:לויט ווי איך שטעל מיר פאר דארף כולל שומרי החומות צו האבן מעכטיגע ארכיוון, צווישן זיי בריוון פון גדולי ישראל די לעצטע 150 יאר, רשימות פון יודן פון גאנץ אונגארן וואס האבן צוזאמגענומען אדער געשיקט געלט.

איינער האט א אנונוג צו מקען צוקומען צו עס אויב מוויל עפעס וויסן, אויב יא וויאזוי?

זיי האבן געהאט א גרויסע גניבה עטליכע יאר צוריק, זינט דאן האלט אין איין ארויסשפראצן אויף די ליציטאציעס דאקומענטן פון זיי.
אבער זיי האבן נאך אלס פיל אוצרות, און מען דארף עס צו קענען באקומען פון זיי.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ראש הקהל האט געשריבן:און דער זעלבע מיט כולל זיבינבערגען.
כ'הער זאגען זיי ווייזען זאכען נאר פאר גאר גרויסע נדבנים.

א מין משוגעת/סעלפישקייט פון געוויסע מיטן נאטור, איך האב עפעס וואס דו האסט נישט.

זיי זענען נישט מחיוב אריינצולאזן די גאנצע שטאט אין זייערע שאץ קאמערן...
דו ווייסט פון איינער וואס האט זיי געבעטן א ספעציפישע זאך, און זיי האבן עס נישט געהאלטן ביים געבן? אדער דו רעדסט סתם פון געבן א טור ביי זיי אין ארכיו?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

לכאורה איז א כולל, א נחלת הכלל, און ממילא שוין געמעגט זיין ערגעץ אויסגעלייגט וואס זיי האבען, אז דער ציבור זאל וויסען וואס דארט ליגט, אנדערש ווי א פריוואטע קאלעקטער וואס צאלט פון אייגען טאש, און ס'איז אייגענס, א כולל ווערט, אדער וואלט ווען געדארפט ווערן פארעכענט ווי א כלל ציבור. ודי למבין.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

איך האב זיי לעצטענס געבעטן א קאפי פון א דאקומענט וואס איינער האט עס געזען ביי זיי עטליכע יאר צוריק, זיי זאגן אז זיי האבן עס נישט.
גיי ווייס...
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

וואס איז זייער אימעל אדרעס?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

בעיני ראיתי אין כולל שומרי החומות דעם שאפע פון אור אלטע קרן קיימת ביכער, אן קיין פראטעקציע
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:בעיני ראיתי אין כולל שומרי החומות דעם שאפע פון אור אלטע קרן קיימת ביכער, אן קיין פראטעקציע

נע וואדע אין די אונגארישע הייזער איז נישט קיי קונץ סידאך ממש ביי די שאץ קאמערן אליינס... נאר א ווארטל...
אין עוד מלבדו
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:בעיני ראיתי אין כולל שומרי החומות דעם שאפע פון אור אלטע קרן קיימת ביכער, אן קיין פראטעקציע

נע וואדע אין די אונגארישע הייזער איז נישט קיי קונץ סידאך ממש ביי די שאץ קאמערן אליינס... נאר א ווארטל...


:grin:
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

ס'איז נישטא קיין שום סיבה שבעולם, פארוואס זייערע וכן לכל הכוללים אוצרות זאלן נאכנישט זיין דידזשיטיל בהישג יד פאר יעדעם איינער. ס'איז נישט זייער'עס, ס'איז א כולל, און א נחלת הכלל פאר יעדעם, נישט פאר אפאר פראטעקציע גבאים, כ'בין נישט מחוייב צו פארן קיין ארץ ישראל, צו געבן און שענקן א בליק אויף א כתב יד, וואס זיי גייען עס זוכן פאר מיר, אויב האבען זיי צייט פאר אן אמעריקא'נע נודניק.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ראש הקהל האט געשריבן:ס'איז נישטא קיין שום סיבה שבעולם, פארוואס זייערע וכן לכל הכוללים אוצרות זאלן נאכנישט זיין דידזשיטיל בהישג יד פאר יעדעם איינער. ס'איז נישט זייער'עס, ס'איז א כולל, און א נחלת הכלל פאר יעדעם, נישט פאר אפאר פראטעקציע גבאים, כ'בין נישט מחוייב צו פארן קיין ארץ ישראל, צו געבן און שענקן א בליק אויף א כתב יד, וואס זיי גייען עס זוכן פאר מיר, אויב האבען זיי צייט פאר אן אמעריקא'נע נודניק.

די אפיס פון די כולל איז קיינמאל נישט געווען קיין נחלת הכלל, און די אמעריקאנער רעגירונג וואס ווערט באצאלט פון שטייער צאלער איז אויך נישט קיין נחלת הכלל, עס האט אויך זייער מהלך וואס מען געט ארויס און וואס נישט...

די חלק פון דעגיטאליזירן און פרעזערווירן אינפארמאציע, איז בכלל ביי די היימישע אידן היבש מער צוריקגעשטאנען ווי אין די אלגעמיינע וועלט, דאס האט נישט ספעציעל מיט די אונגערישער כולל, איך שטויס מיך כסדר אן דערין, אנגעהויבן פון בתי חיים און פנקסים, און געענדיגט ביי באשרייבונגען פון די אייגענע לעבנס ביאגראפיע... און אסאך אינפארמאציע אי שוין פארלוירן געגאנגען טאקע צוליב דעם.
אבער טאקע אויף זאגן מיר אשר בחר בנו יעדן איינציגסטן טאג. ודו"ק.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

איך האב א צייט צוריק געבעטן האבן זיי מיר גענטפערט זיי האבן נישט קיין ארבעטערס בחנם אין עס נעמט צייט צי זוכן אויב איך וויל זאל איך אליין אריינקומען אין אפיס זוכן
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

איז איינער אנגעקומען צו א וועג ארויסצונעמען אינפארמעישאן פון דארט?

לאזן זיי טאקע אריינקומען און זוכן?
אם לא עכשיו אימתי
ברוך פריעדמאן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 12:09 pm

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך פריעדמאן »

967433bf-74b3-4e0c-8f66-887771ccb0f3.jpeg
967433bf-74b3-4e0c-8f66-887771ccb0f3.jpeg (128.45 KiB) געזען 308 מאל
אחרון של פסח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחרון של פסח »

די מעשה איז אזוי:
בערך פאר 15 יאר צירוק [איך געדענק נישט פינקטליך ווען] האט כולל שומרי חומות געדינגן הרה"ג ר' יוסף משה סופר זצ"ל - וואס ער איז געווען א ידען גדול אין די היסטאריע פון כלל ישראל בכלל, ובפרט פון די גדולי הדור פון די לעצטע 150 יאר - און ער איז אריינגעקומען אין אפיס און אנגעהויבן מאכן סדר מיט די אלטע כתבים, דאס איז געווען א שווערע ארבעט פון שעות און חדשים און יארן, מסדר צו זיין יעדע בריוו כל מכתב ומכתב על מחנהו ועל דגלו.
אזוי ווי איך האב געהאט שייכות מיט ר' יוסף משה האט ער מיר פארציילט אז איין טאג איז ער אריינגעקומען אין אפיס, און ער האט געזעהן אז דא איז פארגעקומען א גרויסע חלוקה, ווען אינמיטן נאכט זענען אריינגעקומען גנבים און זיי האבן געכאפט מכל הבא ליד.....
די מעשה איז מיר דאן אריין אין קאפ, מיט ווייטאג אז אידן קענען טוהן אזעליכע זאכן, אלס א ליב האבער פון 'אנטיק' האלט איך אסאך מאל מיט די אוקשען'ס וואס גייט ארויף, ויהי היום פאר פורים זעה איך א אוקשען וואס אלע צו רוב בריוו קומט פון כולל שומרי חומות, איך האב באלד פארשטאנען אז דא רעדט מען פון די גע'גנב'טע סחורה, איך האב נישט געקענט פארשטיין די גנבים אדער די קויפער'ס פון די גנבים 'אזוי שנעל לייגט מען ארויס אזא גניבה' פאר די חוצפה אליינס קומט זיך זיי....
שוין איך האב באלד אנגערופען איינער פון די ארבייטער פון די אפיס פונעם כולל וואס איך קען אים, און איך האב אים איינגעמאלדן וואס איך זעה, נאך א טאג רופט ער מיר צירוק אז איך בין גערעכט אז דאס איז טאקע די גע'גנב'טע סחורה פון יענע גניבה... ער האט מיר געזאגט אז די אפיס אין א"י טוט די נויטיגע שריט דאס אפצושטעלן...
איך האב נישט גע'פאלאוט די פראצידורען אבער נעכטן האט איך טאקע באקומען די אויבערדערמאנטע בריוו...
מכאן הקריאה יוצא עס לוינט זיך נישט פאר די פאר דאלאר צו האבן א גאנצע לעבן א 'גילטי קאנשעס' פון גניבה. טייערע אידן שטייט ווייט פון אזאליכע גניבות ווייל ליידער ביי אזעליכע מצבים ברענט די יצר....
און זייער אסאך מאל איז סוף גנב לתלי'
איך מיז שוין לויפן עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן איבער דעם ענין
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

זייער א סאך פון די וואס טוען עס האבן נישט קיין גילטי קאנשעס און ליידער ליידער איז דער ארכיון הכולל נישט דער איינציגסטער געליטענער פון אזעלכע זאכן
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

עדה החרדית מסמכים, צב"ש תעודת אישור נישואין וכדומה איז אויך בגניבה?
אחרון של פסח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm

Re: ארכיון כולל שומרי החומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחרון של פסח »

הגה"ק ר' יוסף צבי דושינסקי זצ"ל איז געפארן פון חוסט קיין א"י ווי ער איז געווארן גאב"ד עדה החרדית, איז אויסגעקומען אז נאטירלעך האט ער באקומען פול מיט בריוו פון אייראפא פון תלמידים און פון אידן אין חוסט וואס האבן געהאט א שייכות מיטן רב, אזוי ווי אין א"י איז דאך נישט געווען די קריג איז דאך געבליבן די אלע בריוו, פון צייט צו צייט קען מען זעהן פארקויפן פון די דאזיגע אוצר, איך האב גערעדט מיט א איינקיל האט ער מיר פארציילט אז 'זייער אסאך פון די בריוו וואס איז דא צו פארקויפן איז גע'גנב'עטע סחורה' סתום ולא פירש, איך ווייס נישט וואס די מעשה איז געווען דארט, אבער אין כולל שומרי חומות האב איך מיטגעהאלטן וואס איך האב געשריבן.
אבער די חידוש פון די גנבים פון כש"ח איז געווען אז זיי האבן עס יעצט פארקויפט, געווענליך ווערן די גניבות פארקויפט דורך די יורשים, ווייל די גנבים אליינס האבן מורא מען וועט זיין כאפן.
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”