מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

שטייענדיג יעצט אין ימי חנוכה ווען מ'לערנט איבער די יונים און איבער די טאטע פון די יונים די מעכטיגע קעניג אלכסנדר מוקדון, אזוי אויך עטליכע וואכן פאר מ'גייט לערנען די פרשיות פון שעבוד ויציאת מצרים, וואלט געווען אינטערעסאנט זיך צו באקענען פון די נאנט מיט אן היסטארישע קאפיטל וואס האט זיך אפגעשפילט עטליכע מאל אין לויף פון די יארן, ווען די ערשטע אזא מעשה איז טאקע געשעהן אין די צייטן פון אלכסנדר מוקדון.

איינער פון די עיקר פלעצער וואס די גויים האבן אלעמאל געטראפן א סיבה צו באשילדוגן אידן, איז ווען ס'איז געקומען צו גניבות ורציחות, צו איז דאס געווען ווען ס'איז גע'גנב'ט געווארן א פארמעגן פון די קעניג'ס פאלאץ, צו ווען מ'האט געטראפן א קריסטליך קינד נישט בין החיים, איז אלעמאל ארויפגעווארפן געווארן די שילד אויף די אידן אז די אידן זענען דער וואס גע'גנב'עט דאס געלט, געהארגעט דאס קינד צו האבן די בלוט פאר די מצות אא"וו ווי כאילו אונז זענען די גרעסטע קרימינאלן און פאברעכער, און די אידן האבן זיך אלס געדארפט ספראווענען מיט די פארדאכטן און באשילדיגונגען, וואס האט זיך ע"פ רוב נישט געענדיגט מיט גוטן.

איין אזא געשיכטע איז געווען, ווען די מצריים זענען געקומען מיט א טענה צו די אידן, אז די אידן זענען שולדיג געלט פאר מצרים, און אז זיי ברויכן צוריק געבן דאס גאנצע פארמעגן וואס זיי האבן געלקח'נט פון די עגיפטישע פאלק ווען זיי זענען געווען אין מצרים.

די אויבערשטער האט באפוילן פאר משה רבינו אז די אידן זאלן אוייסליידיגן די הייזער פון די מצריים, אזוי ווי די פסוק זאגט "דַּבֶּר נָא בְּאָזְנֵי הָעָם וְיִשְׁאֲלוּ אִישׁ מֵאֵת רֵעֵהוּ וְאִשָּׁה מֵאֵת רְעוּתָהּ כְּלֵי כֶסֶף וּכְלֵי זָהָב" און שפעטער שטייט טאקע "וה' נָתַן אֶת חֵן הָעָם בְּעֵינֵי מִצְרַיִם וַיַּשְׁאִלוּם וַיְנַצְּלוּ אֶת מִצְרָיִם".

די טענה איז פארשטייט זיך לעכערליך און האט נישט קיין פשט, אוודאי טאר מען נישט גנב'נען פון א גוי, אבער דא איז עס גאר עפעס אנדערש ווען דאס איז געווען א ציווי מפי ה' און אלעס איז שוין געווען געפלאנט פון אנהויב אזוי ווי די די אויבערשטער האט שוין פארשפראכן פאר אברהם אז ואחרי כן יצאו ברכוש גדול.

***

די ערשטע אזא מעשה איז געווען אין די צייטן פון אלכסנדר מוקדון, די גמרא פארציילט די מעשה אין מסכת סנהדרין דף צ"א, ווען די גויים זענען געקומען אנרייצן די קעניג אלכסנדר אנטקעגן די אידן, און אזוי זאל ער חרוב מאכן די בית המקדש.

פאלגענד איז די לשון הגמרא:

"שוב פעם אחת באו בני מצרים לדון עם ישראל לפני אלכסנדרוס מוקדון אמרו לו הרי הוא אומר (שמות יב, לו) וה' נתן את חן העם בעיני מצרים וישאילום תנו לנו כסף וזהב שנטלתם ממנו אמר גביהא בן פסיסא לחכמים תנו לי רשות ואלך ואדון עמהן לפני אלכסנדרוס אם ינצחוני אמרו להם הדיוט שבנו נצחתם ואם אני אנצח אותם אמרו להם תורת משה רבינו נצחתכם נתנו לו רשות והלך ודן עמהן אמר להן מהיכן אתם מביאין ראייה אמרו לו מן התורה אמר להן אף אני לא אביא לכם ראייה אלא מן התורה שנאמר (שמות יב, מ) ומושב בני ישראל אשר ישבו במצרים שלשים שנה וארבע מאות שנה תנו לנו שכר עבודה של ששים ריבוא ששיעבדתם במצרים שלשים שנה וארבע מאות שנה אמר להן אלכסנדרוס מוקדון החזירו לו תשובה אמרו לו תנו לנו זמן שלשה ימים נתן להם זמן בדקו ולא מצאו תשובה מיד הניחו שדותיהן כשהן זרועות וכרמיהן כשהן נטועות וברחו ואותה שנה שביעית היתה"

אין אידיש איבערזעצונג: (בערך)

די בני מצרים זענען געקומען זיך מתווכח זיין מיט די אידן אין פארנט פון אלכסנדר מוקדון, מיטן טענה אז די פסוק זאגט וה' נתן את חן העם בעיני מצרים וישאילום, אויב אזו געטס אהער דאס געלט וואס עטס האטס צוגענומען פון די מצריים ווען איר זענט געווען אין מצרים.

האט גביהה בן פסיסא געזאגט פאר די חכמים געטס מיר רשות און איך וועל זיך גיין איינטענה'ן מיט זיי. האט גביהה בן פסיסא געזאגט "איך וועל ענק אויך ענטפערן עפעס מיט עפעס פון די תורה, די פסוק זאגט דאך "ומושב בני ישראל אשר ישבו במצרים שלשים שנה וארבע מאות שנה", נו, געטס אהער געלט און באצאלטס אונז פאר די ארבעט פון זעקס הונדערט טויזענט מענטשן פאר פיר הונדערט און דרייסיג יאר".
האט אלכסנדר מוקדון געזאגט פאר די בני מצרים ענטפערטס אים א תשובה, האבן זיי געזאגט געטס אונז דריי טעג, נאך דריי טעג האבן זי נישט געטראפן א תשובה, האבן זיי פארלאזט זייער פעלדער און אנטלאפן.

די גמרא דארט ברענגט נאך אזלעכע ענליכע מעשיות פון די צאצאי חם, די בני ישמעאל וואס זענען געקומען מיט טענות אויף די אידן און זיך מתווכח געווען מיט גביהה בן פסיסא.

אגב, די מפרשים פרעגן שוין פארוואס גביהה בן פסיסא האט פארלאנגט געלט פאר 430 יאר בשעת ווען די אידן האבן פאקטיש גע'ארבעט ווייניגער, אבער ס'איז נישט פאר יעצט. (זעה ראש דוד להחיד"א אין פרשת שמות און נאך, זעה אויך שפעטער דערוועגן)

עכ"פ, טרעפט מען שוין אין די גמרא אזא מעשה.

וואלט געווען אינטערעסאנט צו ברענגען די לשון פון די גאון ר' מנשה בן ישראל מגדולי רבני אמסטערדאם וואס ער שרייבט אין זיין ספר תשועת ישראל פרק שישי אות ה' ווען ער רעדט ארום איבער די איסור פון גנב'ענען פון גויים שרייבט ער דארט "ואין ראי' מכלי כסף וכלי זהב ושמלות אשר השאילו ישראל בצאתם ממצרים כאשר התגוללו עלינו רבים העון הזה פעמים רבות כי זאת לא היתה רק הוראת שעה, כאשר סיפרו לנו חז"ל שוב פעם אחת וכו' עכ"ל.

זעהט מען אין זיין לשון די ווארט 'פעמים רבות' דאס הייסט אז אסאך מאל במשך הדורות האבן די מצריים געוואלט תובע זיין די געלט וואס די אידן האבן צו גענומען פון די מצריים זייענדיג אין מצרים.

איך האב געזוכט אביסל ווען נאך אזא מעשה האט זיך אפגעשפילט אין לויף פון די היסטאריע, אבער כ'האב גארנישט געטראפן ביז איך בין אנגעגעקומען צו ממש אין די היינטיגע מאדערנע עפאכע.

***

אין יאר 1986 איז ערשינען אן ארטיקל אין א מצרישע צייטונג ווי די שרייבער א חוקר מיטן נאמען אחמד בהג'ת (אין אידיש איז עס ווארשיינליך באהאדזשאט, אבער אונז וועלן שרייבן בהג'ת) האט אדרעסירט די פארמעגנס וואס די אידן האבן צוגענומען.

דער בהג'ת האט אוועקגעגעבן יארן ארבעט צו קענען נאכגיין פון וויפיל געלט מ'רעדט דא, לויט אים, האבן די אידן גענומען גאר אסאך גאלד אין די ווערד פון שווערע מיליאנען דאלארן.

אין זיין ארטיקל זאגט בהג'ת אז ער וואונטשט פאר גאנל כלל ישראל א פרייליכן פסח און פסח איז א יו"ט פאר די מענשטהייט נאך וואס פרעה איז געווען אן אונטערדריקער און גזל'ען, "אבער", לייגט בהג'ת צו "די אידישע קינדער האבן צוגענומען א ריזיגע פארמעגן פון מצרים און זיי האבן נאכאלץ די חיוב עס צוריק צו געבן, טאקע נישט אויף א ריבית ווייל ריבית איז אסור אין איסלאם, אבער מדינת ישראל טאר נישט פארגעסן די ענין פון עוון אבות על בנים" עד כאן דברי בהג'ת.

שאול מנשה, א מדינת ישראל באאמטע האט צוריק געענפערט אין די ישראל'ישע קול ישראל ראדיאו אין אראביש דאס זעלבע ענטפער ווי גביהה בן פסיסא האט געענפערט, פאלגענד איז וואס ער האט געזאגט איבערגעזעצט אין אידיש "די אידישע קינדער האבן געארבעט אין מצרים עבודת פרך פאר 280 יאר, אויסער די מענער האט פרעה איינגעשפאנט צו די ארבעט אויך די פרויען וואס דאס ברענגט די צאל ארבעטער אין די הונדערטער טויזעטער, טא, אויב אזוי הויעכגעשעצטע בהג'ת, מאך די חשבון וויפיל געלט ס'איז אלעס צוזאמען, און פארגעס נישט אריינצורעכענען אויך די הלנת שכר (פארן לאזן די חוב אומבאצאלט) פאר דריי טויזענט יאר און דערנאך ערלעדיג ביי די עגיפטישע רעגירונג אז זיי זאלן "אונז" באצאלן די עודף וואס ס'בלייבט איבער פון די אונזער חוב".

image.jpeg
image.jpeg (5.98 KiB) געזען 2495 מאל


***

זעהט זיך אויס ס'איז נישט גענוג געווען, און אין יאר 2003 האט זיך ווידעראמאל אפגעשפילט די זעלבע מיט אן אנדערע עגיפטישע מיניסטער.

פראפעסער ד"ר נביל חילמי איז א הויכע געשעצטע פראפעסאר וועלכע שטייט אין שפיץ פון א געזעץ אפטיילונג אין די אל-זקאזיק אוניווערסיטעט אין עגיפטן.

ער מיט נאך א גרופע מצריש'ע פראפעסארן און חוקרים וועלכע וואוינען אין שווייץ, איז ווידעראמאל אויפגעקומען מיט די זעלבע טענה אז די אידן דארפן באצאלן די געלט וואס מ'האט צוגענומען פון די מצרים.

אין אן אינטערוויו מיט די עגיפטישע 'אל אהאראם' וועכענטליכע צייטשריפט, שרייבט ד"ר חילמי, אז די חוב איז נאכנישט פארביי און אז ער מיט א גרופע עקספערטן אין שווייץ האבן געזאמעלט אינפארמאציע צו דערגיין די פונקטליכע חוב פון וויפיל געלט מ'רעדט דא.

לויט אים רעדט מען דא פון א חוב פון 1.125 טריליאן טאן פון גאלד! און זיינע הוכחות זענען זאגאר פון די תורה הקדושה. ער לייגט צו, אז מצרים איז מסכים איינצוגיין אויף א פשרה צו באצאלן די חוב אויף א משך פון טויזענט יאר מיט א מינימאלע ריבית צוגלייגט. (איך פארשטיי נישט וויאזוי דאס איז מעגליך אויב ריבית איז אסור אין די איסלאמישע געזעצן).

פאלגענד איז די פילע ארטיקל אין די עגיפטישע אל אהאראם צייטונג און זייער אינטערוויו מיט ד"ר חילמי וואס איז נתפרסם געווארן אין יאר תשס"ג.

ד"ר חילמי אין די צייטונג:

יענעם אינדערפרי נאך וואס די אידן זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים האט זיך פרעה אויפגעוועקט אין סורפרייז זעענדיג טויזענטע מצרי'שע פרויען וויינען אינדרויסן פון זיין פאלאץ שרייענדיג פאר הילף נאך וואס זייער גאנצע פארמעגן און צירונגען זענען גע'גנב'ט געווארן.

די גניבה האט זיך נישט געענדיגט ביי גאלד, זיי האבן צוגערויבט וואס ס'האט זיך געלאזט, זיי האבן גענומען אלע סארט כלים אריינגערעכנט טעפ און קאכן געשיר.

נאך אן אויספארשונג פון די פאליציי האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אידישע רבנים, האבן געגעבן די רעכטן פאר די אידן און זיי געגעבן די רשות צו אנטלויפן.

לויט די הוראה פון די אידישע רבנים, זענען די אידן אנטלאפן אינמטן די נאכט (א"ה: שקר שקר, די אידן זענען ארויס פון מצרים אנמיטן טאג, די גאולה האט זיך אנגעהויבן שוין באנאכט, עי' ברכות דף ט' ע"א)

די געהיימע אנטלויף קאוד זייערע איז געווען "חצות הלילה" און אזוי האבן זיי סוקסעספול מצליח געווען צו אנטלויפן.

אל אהאראם צייטונג: זענען די אידן אנטלאפן אינדיווידועל (יעדער עקסטער) אדער אלע צוזאמען?

ד"ר חילמי: זיי זענען ארויס 600 טויזענט מענטשן אויף איינמאל, מיט אייזלען און וועגענער אנגעלאדנט מיט אלעם גוטן.

אל אהאראם: אבער די אידן קענען לייקענען און אפווארפן די אלע פארדאכטן

ד"ר חילמי: זיי גייען דאס נישט לייקענען און קענען דאס נישט לייקענען, דאס איז וואס שטייט אין זיער תורה, קענסט עס נאכקוקן אין ספר שמות פרק י"ב.

אל אהאראם: אויף וואס איז געבויעט דיין באשילדיגונג אז די אידן ברויכן עס צוריק געבן?

ד"ר חילמי: עס זענען פאראהן צוויי סיבות פארוואס זיי מוזן עס צוריק צוריקגעבן איינס: פאר רעליגיעזע סיבות, צוויי: געזעצליך.

די ערשטע סיבה איז ווייל מ'טאר נישט גנב'נען, אין זייער תורה שטייט לא תגנוב, און דאס איינע פון די צעהן געבאטן, דעריבער איז חל א חיוב מצד זייער תורה אז זיי דארפן עס צוריק געבן.

און די צווייטע סיבה איז געזעצליך, מבחינה משפטית, אויב האבן זיי גענומען די כלים אויף בארג, דאן דארפן זיי עס צוריקגעבן אזוי ווי ווען איינער בארגט א זאך און ס'לויפט אויס די זמן ההשתמשות, און אויב האבן זיי עס גע'גנב'ט אלס גניבה, דאן דארפן זיי עס באצאלן און ס'איז נישט פאראהן קיין שון אויסוועג, מיט נאך א ריבית צוגעלייגט אלס קנס.

אל אהאראם: פון וויפיל געלט רעדט מען דא? וויפיל שאצט דו די ווערד פון די גאלד און וויאזוי גלייכסטו עס צו צו די היינטיגע געלטער?

ד"ר חילמי: מ'רעדט דא פון איבער א טריליאן טאן פון גאלד. (א"ה: ער ברענגט דארט די פונקטליכע חשבון, איך בין אביסל שוואך אין מאטעמאטיק דעריבער פארשטיי איך עס נישט פונקט, אבער דאס די חשבון וואס ער מאכט: די אידן זענען ארויסגעגאנגען 120 טויזענט משפחות מיט סטאדעס פון אייזלען אנגעלאדנט מיט די גאלד, יעצט, איין טאן פון גאלד דאפעלט זיך אין פרייז יעדער צוואנציג יאר, דערנאך לייגט מען צו א פינף פראצענט ריבית פאר יעדעס יאר, און היות איין טאן פון גאלד פארמאגט בערך טויזענט פינף הונדערט פונט פון ריין גאלד - דאס איבריגע איז א געמיש פון אנדערע מאטריאל, קומט אויס אז די פרייז פון איין טאן נאך טויזענט יאר איז איבער א טריליאן דאלער..)

אל אהאראם: איז דא א מעגליכקייט פון מאכן עפעס א פשרה אין די חוב?

ד"ר חילמי: אוודאי, אונז זעמיר גרייט צו איינגיין אויף א פשרה צו צוטיילן די חוב אויף טויזענט יאר און צאלן יעדעס יאר צוביסלעך.

ביז דא איז פון דער אינטערוויו מיט דעם פראפעסאר חילמי.

די אינטערוויו האט אין יענע צייטן געמאכט העדליינס. אלען דערשאוויץ די אמעריקאנער אידישע לאיער, האט רעאגירט צום אינטערוויו און גאזאגט אז טאמער וועט מצרים אנהויבן מיט די גריכטליכע פראצעס אנטקעגן די אידן, וועט ער צוריק בעטן די געלט פאר די שווערע צוואנגס ארבעט וואס פרעה האט ארויפגעלייגט אויף די אידן, אריינגערעכנט קאמפענזאציעס פאר דעם אפהארגענען טויזענטער קינדער און אריינווארפן אין טייך.

פארשידענע אידישע פארשטייער האבן אפגעלאכט פון די מצרישע דמיונות זאגענדיג אז עגיפטן זוכט פשוט ארויפצוהייבן אירע פאפולעריטעט.

דערשאוויטץ האט צוגעלייגט אז ער איז סקעפטיש צו עגיפטן וויל באמת אנהויבן די געריכטליכע קלאגעס אנטגעקן די אידן און וועלכע נארמאלע ריכטער וועט וועלן עוסק זיין אין אזא קעיס, אבער מ'קען זיך נישט אויסרעכענען מיט די מוסלעמענער.

די לאגא פון די עגיפטישע 'אל אהאראם' צייטונג

Ahram.jpg
Ahram.jpg (8.89 KiB) געזען 2495 מאל


***
אגב, האב איך געזעהן ווי איינער מאכט די חשבון טאמער די מצריים וואלטן באצאלט פאר די אידן די געלט וואס זיי האבן געארבעט אין מצרים לויט די טענה פון גביהה פן פסיסא אז מ'דארף באצאלן פאר 430 יאר, וויפיל געלט ס'וואלט אויסגעקומען.

לאמיר מאכן די חשבון אין ארץ ישראל מיט שקל און וויאזוי ס'וואלט אויסגעקומען אין ניו יארק ווי רוב היימישע אידן וואוינען. לאמיר קודם אנהויבן מיט ניו יארק:

די אידן האבן דאך געארבעט פיזישע קאנסטראקשן ארבעט. די אלגעמיינע קאנסטראקשן ארבעטער אין ניו יארק פארדינט א יאר 37 טויזענט דאלער (גענומען פון דא).

די צאל ארבעטער זענען געווען א מיליאן צוויי הונדערט טויזענט, ווייל די פרויען האבן דאך אויך געארבעט, קומט אויס אז מ'דארף רעכענען זעקס הונדערט טויזענט מאל צוויי.

די יארן וואס זיי האבן געארבעט איז געווען 430 יאר, לויט וויאזוי גביהה פן פסיסא האט גע'פסק'נט.

קומט אויס מ'דארף רעכענען אזוי: 37,000 מאל 430 מאל 1,200,000 – סך הכל: 1,909,200,000000 אין ווערטער איז עס: איין טריליאן, ניין הונדערט און ניין ביליאן, צוויי הונדערט מיליאן דאלער!

יעצט לאמיר מאכן די חשבון וויפיל ס'וואלט אויסגעקומען אין ארץ ישראל. די אלגעמיינע קאנסטראקשן ארבעטער אין ארץ ישראל, פארדינט א יאר 111 טויזענט שקלים, (גענומען פון דא).

נו, די זעלבע חשבון אין שקל: 111,000 מאל 430 מאל 1,200,000 – סך הכל: 57,276,000000000 אין ווערטער איז דאס: זיבן און פופציג טריליאן צוויי הונדערט און זעקס און זיבעציג ביליאן.

אויף אלע אידן געוואונטשן אזעלכע געלטער....אוודאי רעכנט דאס נישט אריין די אווער טיים ווארקינג, די פיין און ליידן, און נאך.

די חשבון וואלט זייער שיין געקענט שטומען לויט וויאזוי כ'האב געזעהן ענטפערן (פון די חיד"א, קרעדיט: @חוח בין השושנים) אויף די קשיא אז וויאזוי טאקע האט גביהה בן פסיסא געקענט פארלאנגען געלט פאר אזויפיל יארן, נאך וואס די פאקטישע קושי השעבוד איז נאר געווען 86 יאר, וואס די אידן האבן עכט שווער גע'ארבעט, נאר די 600 טויזענט אידן וואס זענען ארויסגעגאנגען זענען נאר געווען א פיפטל, אבער די אידן וואס געארבעט איז געווען אוודאי אסאך מער, נו, אז מ'נעמט 86 מאל 5 קומט עס אויס 430, ממילא שטומט פארוואס גביהה האט געקענט פארלאנגען אזויפיל געלט.

---
די ספרים ארכיאולוגיה התנכי"ת פון הרב זמיר כהן און אלף דור זענען מיר אסאך צענוץ געקומען צאמצושטעלן דעם ארטיקל
לעצט פארראכטן דורך עירוב תבשילין אום מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 1:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

הערליך געשריבן גאר רייך און אינטערסאנט!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הערליך!

ייש"כ פאר'ן צוברענגן בשם די מהרש"א
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

Wowow
מעכטיגע ארטיקל! און זייער שיין פארענפערט די קשיא אויף גביהה בן פסיסא!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

הערליך!! געוואלדיג שיין!!

פון דא קומט אויס אז ס'איז א חיד"א

11.jpg
11.jpg (54.96 KiB) געזען 2335 מאל
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:הערליך געשריבן גאר רייך און אינטערסאנט!
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

הערליך, יישר כח עירוב.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הערליך שיין! ש'כח!

לויט'ן טערקישן פרעזידענט (וועלכער קוקט זיך אן ווי דער פארזארגער פון דער איסלאמישער וועלט) זענען מיר בכלל נישט די אייניקלעך פון אידן. אפשר קענען דאס די עגיפטישע ריכטער נעמען אין אכט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הערליך שיין!!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

חוח בין השושנים האט געשריבן:הערליך!! געוואלדיג שיין!!

פון דא קומט אויס אז ס'איז א חיד"א

11.jpg

ש'כח פארן צוצייכענען, יא, לכאורה איז די ריכטיגע מקור די חיד"א. איך האב עס פאראכטן

---
א דאנק פאר אלע דאנקערס!
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

זייער אינטרעסאנט, ייש"כ.
איין הערה'לע אז שבט לוי האט נישט געארבעט, ממילא איז נישט געווען א מיליאן צוויי הונדערט טויזנט, נאר עטוואס ווייניגער.
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

קלמן יאסעלע האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט, ייש"כ.
איין הערה'לע אז שבט לוי האט נישט געארבעט, ממילא איז נישט געווען א מיליאן צוויי הונדערט טויזנט, נאר עטוואס ווייניגער.

יא, אבער די 600 טויזענט אידן וואס זענען ארויס פון מצרים זענען אויך נישט געווען פון שבט לוי אויב איך מאך נישט קיין טעות. אדרבה, זאל איינער אויסקלארן
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

מיר האט געבאדערט נאך עפעס בשעת'ן לערנען די גמרא
פארוואס האט ער נישט גענפערט ווער האט אריין געברענגט די געלט און קאסע אויב נישט אונזער יוסף הצדיק
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

קענדי'ס האט געשריבן:מיר האט געבאדערט נאך עפעס בשעת'ן לערנען די גמרא
פארוואס האט ער נישט גענפערט ווער האט אריין געברענגט די געלט און קאסע אויב נישט אונזער יוסף הצדיק

דאס איז נישט קיין קשיא, ווייל לויט די פשוט'ע אפטייטש פון די מעשה איז יוסף הצדיק געווען א באאמטער ביי די מצרי'שע קעניגרייך, ולכן קומט נישט גארנישט פאר זיינע אייניקלעך פון דעם פארמעגן וואס ער האט אנגעזאמלט פאר די אוצרי המלך, שרייבנדיג דערמאן איך זיך נאך עפעס, איז די פארמעגן וואס יוסף הצדיק האט אנגעזאמלט נישט באהאלטן געווארן?
!Vox Populi, Vox Dei
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

Wow! א מין ארטיקל, אזוי שיין אראפגעלייגט.

און יא, די חשבון פון 430 יאר שטומט מורא'דיג, כאטש דאס איז דאך נאנט צו די נאמבער וואס דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם.
אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

מעכטיג! הערליך שיין, האט זיך געלוינט צו ווארטן...
ס'דא געוויסע שיטת אז עס איז ארויס ווייניגער ווי א פיפטל (כ'מיין אז איינס פאר יעדע פיפציג) לויט די שיטה וואלט מען געמאכט סאך מער געלט.
מיט א רואיגקייט
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

הערליך!!!!
אריין אינעם שרייבער גליון - פרשת שמות הבעל"ט!!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער שיין געשריבן! מיט א הערליך ציענדע שפראך! יישר כח!
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

יא, די שפראך איז עפעס עקסטער ציענד. גוד דזשאב, @עירוב.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

קלמן יאסעלע האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:מיר האט געבאדערט נאך עפעס בשעת'ן לערנען די גמרא
פארוואס האט ער נישט גענפערט ווער האט אריין געברענגט די געלט און קאסע אויב נישט אונזער יוסף הצדיק

דאס איז נישט קיין קשיא, ווייל לויט די פשוט'ע אפטייטש פון די מעשה איז יוסף הצדיק געווען א באאמטער ביי די מצרי'שע קעניגרייך, ולכן קומט נישט גארנישט פאר זיינע אייניקלעך פון דעם פארמעגן וואס ער האט אנגעזאמלט פאר די אוצרי המלך, שרייבנדיג דערמאן איך זיך נאך עפעס, איז די פארמעגן וואס יוסף הצדיק האט אנגעזאמלט נישט באהאלטן געווארן?

א חלק איז געבליבן באהאלטען
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

;l;p- אבנארמאל די ארטיקל

א מאסיווע ארבעט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

קלמן יאסעלע האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:מיר האט געבאדערט נאך עפעס בשעת'ן לערנען די גמרא
פארוואס האט ער נישט גענפערט ווער האט אריין געברענגט די געלט און קאסע אויב נישט אונזער יוסף הצדיק

דאס איז נישט קיין קשיא, ווייל לויט די פשוט'ע אפטייטש פון די מעשה איז יוסף הצדיק געווען א באאמטער ביי די מצרי'שע קעניגרייך, ולכן קומט נישט גארנישט פאר זיינע אייניקלעך פון דעם פארמעגן וואס ער האט אנגעזאמלט פאר די אוצרי המלך

די תורה דערציילט אונז דאך אז אלע מצרים זענען צום סוף געווארן קנעכט צו יוסף הצדיק שוין נאכן אים איבערגעבן אלע זייערע נכסים
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

מסתמא האט געשריבן:
קלמן יאסעלע האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:מיר האט געבאדערט נאך עפעס בשעת'ן לערנען די גמרא
פארוואס האט ער נישט גענפערט ווער האט אריין געברענגט די געלט און קאסע אויב נישט אונזער יוסף הצדיק

דאס איז נישט קיין קשיא, ווייל לויט די פשוט'ע אפטייטש פון די מעשה איז יוסף הצדיק געווען א באאמטער ביי די מצרי'שע קעניגרייך, ולכן קומט נישט גארנישט פאר זיינע אייניקלעך פון דעם פארמעגן וואס ער האט אנגעזאמלט פאר די אוצרי המלך

די תורה דערציילט אונז דאך אז אלע מצרים זענען צום סוף געווארן קנעכט צו יוסף הצדיק שוין נאכן אים איבערגעבן אלע זייערע נכסים

אה"נ אבער נישט צו עם פריוואט,
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

קלמן יאסעלע האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
קלמן יאסעלע האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:מיר האט געבאדערט נאך עפעס בשעת'ן לערנען די גמרא
פארוואס האט ער נישט גענפערט ווער האט אריין געברענגט די געלט און קאסע אויב נישט אונזער יוסף הצדיק

דאס איז נישט קיין קשיא, ווייל לויט די פשוט'ע אפטייטש פון די מעשה איז יוסף הצדיק געווען א באאמטער ביי די מצרי'שע קעניגרייך, ולכן קומט נישט גארנישט פאר זיינע אייניקלעך פון דעם פארמעגן וואס ער האט אנגעזאמלט פאר די אוצרי המלך

די תורה דערציילט אונז דאך אז אלע מצרים זענען צום סוף געווארן קנעכט צו יוסף הצדיק שוין נאכן אים איבערגעבן אלע זייערע נכסים

אה"נ אבער נישט צו עם פריוואט,

פון וואנעט נעמט איר אזוי צו איינזעצן?
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מצרים צו די אידן איבער דריי טויזענט יאר שפעטער: געטס צוריק דאס געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
קלמן יאסעלע האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט, ייש"כ.
איין הערה'לע אז שבט לוי האט נישט געארבעט, ממילא איז נישט געווען א מיליאן צוויי הונדערט טויזנט, נאר עטוואס ווייניגער.

יא, אבער די 600 טויזענט אידן וואס זענען ארויס פון מצרים זענען אויך נישט געווען פון שבט לוי אויב איך מאך נישט קיין טעות. אדרבה, זאל איינער אויסקלארן

במדבר א, מו-מז
וַיִּהְיוּ כָּל הַפְּקֻדִים שֵׁשׁ מֵאוֹת אֶלֶף וּשְׁלֹשֶׁת אֲלָפִים וַחֲמֵשׁ מֵאוֹת וַחֲמִשִּׁים: וְהַלְוִיִּם לְמַטֵּה אֲבֹתָם לֹא הָתְפָּקְדוּ בְּתוֹכָם:

אויב עפעס קען מען פרעגן אז די 600,000 זענען נאר געווען ביי יציאת מצרים און זענען געווארן במשך די יארן פון 70. ס'איז אבער נישט עכט קיין קשיא אויף גביהא בן פסיסא, ווייל ער האט געמיינט דעם קאצעפט שבו. ער איז נישט מחויב געווען יעצט צו קומען מיט לאנגע מאטעמאטישע חשבונות צו געבן א פינטקליכע רעכענונג פאר די מצריים.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”