יהוסף האט געשריבן:בתוך הדברים אין די טיילונג אין אונגארן ....... גם הראה לי כמה הספדים שנאמרו מגאוני וצדיקי הדור וזה אחד מהם מהגה"צ בעל מראה יחזקאל זצ"ל: אגב עס זענען גיווען אסאך גדולי ישראל וועלכע האבן מספיד גיווען מלכי אומות העולם - דער עולם איז מכובד צו עפענען אן אשכול א צווייטען לכבוד דעם צוועק
דער מראה יחזקא' האט מספיד געווען דעם קיסר פראנץ דער ערשטער אויף דייטש
trauer paneth 1.jpg (140.58 KiB) געזען 1479 מאל
די דרשה איז געדריקט אין ספר שערי ציון פואן בנו דער מעגלי צדק סוף העמוד פול מיט דעם יחוס און היסטאריע סוף דרשה איז דא א תפלה לשלומה של מלכות פון דעם נייעם קיסר פערדינאנד --------- די דרוש הספד פון נוב"י אויף די מרשעת מאריא טערעזיע ----------- די דרוש הספד פון הרהגה"צ ר שמוא' בן הנוב"י אויף דעם קיסר לעפאלד
יישר כח קיקיון! אינטערסאנט צו זעהן ווי מפני כבוד מלכות האבען די רבנים געמיזט מספיד זיין אפי' קעניגען וואס זענען גיווען רשעים (ווי דו זאגסט המרשעת מאריא טערעזיא) דערמאנט מיך פון דעם מדרש (?) אויף דער פסוק וימת מלך מצרים ויאנחו בני ישראל מן העבדה וגו' אז דער באשעפער האט געזען זייער געשריי איז פון די פיין און נישט ווייל דער מלך מצרים איז געשטארבען און מ'האט זיי געצווינגען וויינען דערויף... (נוסח קאמאניזעם)
אמרו איצטגניני פרעה כו' אמר להן גנוני מלכות אני רואה בו (רש"י: גווני מלכות בחכמה גבורה ויופי) אמרו לו א"כ יהא יודע בשבעים לשון בא גבריאל ולימדו שבעים לשון לא הוה קגמר הוסיף לו אות אחת משמו של הקב"ה ולמד שנאמר עדות ביהוסף שמו כו' (סוטה לו:)
כ'ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין אבער כ'האב אמאל גיהערט אז ווען די ציונים האבן נאך די מלחמה ארויפגעברענגט די ביינער פון הערצל צו ארץ ישראל און אלס האט גערעשט וועגן עם האבן די בני הכפר געפרעגט די קוממיות רב זצ"ל וואס ער זאגט דערויף האט ער מפני דרכי שלום (זיי וואלטן דאן נישט פארשטאנען בעסערס) זיי געזאגט אז דער רמב"ם זאגט אז דער אותו האיש און דער מוחמד זענען געקימען ציגרייטען די וועלט פאר משיח - זיי האבן זיך געפרייט ער זאגט א פאסיווע זאך אבער האבן נישט געכאפט צו וועמען ער האט עם מדמה גיווען... (אגב כ'נעם נישט קיין אחריות אויף דעי מעשה כ'האב עס גיהערט אן א מקור ואם קבלה היא וגו')
אמרו איצטגניני פרעה כו' אמר להן גנוני מלכות אני רואה בו (רש"י: גווני מלכות בחכמה גבורה ויופי) אמרו לו א"כ יהא יודע בשבעים לשון בא גבריאל ולימדו שבעים לשון לא הוה קגמר הוסיף לו אות אחת משמו של הקב"ה ולמד שנאמר עדות ביהוסף שמו כו' (סוטה לו:)
קלמן יעגער האט געשריבן:כהאב ערגעץ געלייענט וועגן דעם נושא אדער אין שערי ציון אדער אין אינטערעסאנט כגיי יעצט נאכקוקן
נו! דער עולם ווארט ציטיר מיר נור ווען עס איז נוגע צו דיין תגובה אז די ביסט פויל מגי' זיין א לאנג שמיעס טיע מיר א טובה און לייג צי א שטרעכעל, פינטעל, SPACE וכדומה צו מיין ניק למשל [quote="קיקיון . "] פארוואס דארף איך באקומען א נאטיפיקאציע ווען עס באציעט זיך בכלל נישט צו דאס וואס איך האב געשריבען
אין בעלזא פלאגט מען אויך האלטן א דרשה יעדע יאהר ביים ערטשן אין מאי - אויב איך האב נישט קיין טעות - דאס איז די פוילישע חגא. די בעלזא רבי'ס פלעגן זאגן עפעס א תורה איבער מלכות וכדו', דערנאך האט מען געזינגען הנותן תשועה למלכים. דער צערמוניה איז געווען בהשתתפות די מושל פין געגענט אין נאך מענשטן פון דער ממשלה.
עפעס געדענק איך א מעשה אז איינער פון די צדיקים האבן געמוזט מספיד זיין די מרשעת מאריא טעריזא,און האט אנגעהויבן זיין דרשה מיט די שטיפל ״תעיר ותריע להכרית כל מריע.......
כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג זי"ע. יום כיפור נאכן באפרייען. די באוואוסטע דרשה פאר גענעראל אייזענהאוער.
"בעיצומו של יום הקדוש, יום הכיפורים תש"ו, הופיע לביקור במחנה העקורים בפעלדאפינג הגנרל דווייט אייזנהאואר, שהיה בעת ההיא המפקד העליון של צבאות הכיבוש האמריקאים באירופה ואשר לימים נבחר לנשיא ה 34- של ארה"ב. אוכלוסיית הפליטים התאספה לכבודו בשערי המחנה ומרן זי"ע יצא ג"כ לקראתו, עם חלה קלועה ומלח שהוגשו לגנרל, וספר־תורה חבוק בזרועותיו. "לרגל המאורע ארגנו במחנה טקס "קבלת פנים" מלכותי. הציבור תבע כי מרן זי"ע יהיה במעמד זה הנואם המרכזי
אין תשי"ב האט קלויזענבורגער רב זי"ע אים געשיקט מיט זיין מנהל א מנורה אלס הכרת טובה
ס'דא פון אלטען בעלזא'ער רב זי"ע די שר שלום, א גאנצע דרשה (געדרוקט צום סוף פון דובר שלום) וואס ער האט געהאלטן ווען פראנץ יאזעף איז געראטעוועט געווארן פון איינער וואס האט אים כמעט ערמארדערט. א הערליכער מאמר וואו ער שטעלט צו די געשיכטע צו די מעשה פון מגילת אסתר. כ'האב עס געזען יארן צוריק, אויב איינער קען עס ארויפלייגן, תע"ב.
---- שוב ראיתי אז ר' יוסף האט עס שוין צו געברענגט, ס'וואלט געווען כדאי א איינער זאל ברענגען די גאנצע.
עס איז דא א שיר ידידות וואס הגאון רבי שלמה כהן זצ"ל האט מחבר געווען לכבודה של מלכות, און ער האט עס געזינגען צוזאמען מיטן ציבור בפני המלכות. זעה דעם שיר, און דער היסטאריע אונטער איר באריכות אין די אשכול.
ווי אויך ווערט עס צוגעברענגט אין די תולדות איבער אים (בעמ' י"א של מדור התולדות) וואס איז געדרוקט געווארן אין ספר בתי נפש על מועדים.
ווי אויך ווערט געברענגט בקובץ הנ"ל א שטיקל מדרשתו בכת"י וואס ער האט גע'דרש'נט ביי א חנוכת בית הכנסת, און ער האט ארויסגעברענגט אז יעצט אז ס'איז דא מקום לקבלת התפלות, ווען מען קענען ריכטיג מקיים זיין דעם "הוי מתפלל בשלומה של מלכות". זעה בייגעלייגט די קטע פונעם דרוש.
זעירא האט געשריבן:ס'דא פון אלטען בעלזא'ער רב זי"ע די שר שלום, א גאנצע דרשה (געדרוקט צום סוף פון דובר שלום) וואס ער האט געהאלטן ווען פראנץ יאזעף איז געראטעוועט געווארן פון איינער וואס האט אים כמעט ערמארדערט. א הערליכער מאמר וואו ער שטעלט צו די געשיכטע צו די מעשה פון מגילת אסתר. כ'האב עס געזען יארן צוריק, אויב איינער קען עס ארויפלייגן, תע"ב.
---- שוב ראיתי אז ר' יוסף האט עס שוין צו געברענגט, ס'וואלט געווען כדאי א איינער זאל ברענגען די גאנצע.