ארץ ישראל - וואו גייט מען?

אלעס איבער א נסיעה קיין ארץ ישראל

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

ארץ ישראל - וואו גייט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

לעצטנס זענען געווען דא עטליכע אשכולות, וואו מאנכע האבן אויפגעברענגט זייערע זכרונות אין ירושלים, די איינוואוינער, די שבתים און די מיטלעבענישן פון זייערע צייטן אין ישיבה. עס איז געווען זייער אינטערעסאנט, און מיר האפן נאך צו הערן מער פון די וואס האבן מיטגעלעבט עטליכע יאר אין ארץ-ישראל.

אצינד גרייט איך זיך אויף א נסיעה קיין ארץ-ישראל. אבער דאס מאל איז מיין ציל נישט ארומצופארן מקומות הק' און פלעצער וכו', נאר פשוט מיטלעבן ירושלים עיר הקודש. זיצן דארט עטליכע וואכן און מיטהאלטן.

וויל איך דא עפענען דעם נושא: וואס טאר מען נישט אויסלאזן? - וועלכע סארט פיגורן איז וויכטיג צו טרעפן, און וועלכע פלעצער טאר מען נישט אויסלאזן און מען מוז באזוכן אין ירושלים? - איך ווייס אז ס'איז דא באהאלטענע וואונקלען אין ירושלים, קלענערע חבורות פון עובדי ה', צומאל טשיקאווע און מאדנע, צומאל נישט אויף אונזער דרך, זאכן וואס זענען נישט מפורסם לעיני כל, אבער פארט אינטערעסאנט צו באזוכן. ס'איז דא אינטערעסאנטע בתי מדרשים, אינטערעסאנטע פלעצער וואס איז נישט אויפן אויבערפלאך. אינטערעסאנטע מענטשן.

אדרבה, עפנט דעם שמועס, לאמיר צונעמען דעם ענין. וואו קען איך גיין און מיטהאלטן זאכן וואס ס'זאל זיין צום געדענקען.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8390
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: ארץ ישראל - וואו גייט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך האב געשריבן אין אישי אמאל פאר איינעם א שטיקל רשימה פון פלעצער ווי מ'קען גיין אין ירושלים איך גיי עס אויפזוכן פאר דיר
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8390
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: ארץ ישראל - וואו גייט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך בין דארט געווען נאר אלץ בחור סאו איך קען דיר נישט געהעריג ענטפערן וועגן וועקעישאן, ווייל איך בין נאר ארומגעלאפן פאר פאן.
איין זאך יא מיין בעסטע מעמאריס האב איך פון די פלעינע טעג זיצנדיג אין ירושלים, איך האב זייער ליב געהאט סתם צו אראמשפאצירן די ירושלים'ע געסאלעך אראפוואקן גאולה, מאה שערים,
ס'איז דא מוראדיג אסאך וואס צו טון אין ירושלים אז דו גייסט מיט א רואיגקייט, איך וועל דיר אויסרעכענען אביסל, גיין דאווענען א תפילה אין מאה שערים שטיבלאך, בית ישראל שטיבלאך זכרון משה שטיבלאך, סאטמאר יואל, יעדע פלאץ האט א אנדערע חן, גיין באזוכן בעלזא בית מדרש, שוק מחנה יהודה, קבר פון שמעון הצדיק, די קבר פון שמואל הנביא האב איך געהערט איז זייער שיין ס'איז מיר קיינמאל נישט אויסגעקומען דארט צו זיין אבער איך האב געהערט אז ס'איז דא א הערליכע וויו, יד ושם מוזיועם איז מוראדיג אינטערסאנט און ס'קאסט אפילו נישט קיין געלט, גיין זעהן ווי מיר'ע ישיבה גייט צו לאנטש איז א מחזה הוד מיטצוהאלטן, ס'איז דא א גן החיות לעבן ירושלים ווי מ'קען שטיין זייער נאנט צו די חיות, ס'איז דא א שיינע פארק פראספעקט פארק סטייל אין די געגנט פון די כנסת, אין אלט שטאט איז דא א מוזיום נאך די אריינגאנג פון שער יפו, ס'הייסט מגדל דוד, לעבן די כותל איז דא כותל טונעלס ערגעץ דארט ארום איז די מי שילוח וואס איז זייער א אינטערעסאנטע איבערלעבעניש, ריש דיך ארויסצוקומען זאמטיג, פארשטייט זיך די כותל (אדער די פארטש) קען מען נישט אויסלאזן, קבר דוד, ארומשפאצירן אלט שטאט איז זייער באטעמ'ט, און ס'קען דיך נאך געלונגען מיטצוהאלטן א הפגנה אויך ככר השבת אדער בר אילן, אריינגיין צו ר' יעקב מאיר אדער אנדערע ערליכע אידן, סאיז זיכער דא נאך פלעצער אין ירושלים אבער דאס איז מיר יעצט ארויפגעקומען אין קאפ
נישט אלעס איז אינטערעסאנט מיט די ווייב, אבער איך האב נאר עקספיריענס פון אלץ בחור.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: ארץ ישראל - וואו גייט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

tarmab האט געשריבן:יד ושם מוזיועם איז מוראדיג אינטערסאנט און ס'קאסט אפילו נישט קיין געלט

אלעס חוץ דעם איז גוט
דאס אליינ'ס איז נישט פאר קיין ערליכער איד, די פושעים וואס האבן געהאלפן די מלחמה 'רק בדם יהיה לנו הארץ', און טוב פרה חולבת בא"י מזקן בהונגריה וכו', די אלע האבן שפעטער געמאכט א יד ושם

מוחל טובות.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: ארץ ישראל - וואו גייט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

שמו האט געשריבן:
tarmab האט געשריבן:יד ושם מוזיועם איז מוראדיג אינטערסאנט און ס'קאסט אפילו נישט קיין געלט

אלעס חוץ דעם איז גוט
דאס אליינ'ס איז נישט פאר קיין ערליכער איד, די פושעים וואס האבן געהאלפן די מלחמה 'רק בדם יהיה לנו הארץ', און טוב פרה חולבת בא"י מזקן בהונגריה וכו', די אלע האבן שפעטער געמאכט א יד ושם

מוחל טובות.


איך בין דארט געווען מיט מיין ווייב
איך בעט דיר גיי נישט דארטן

די הארץ קען עס נישט אויסהאלטן
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8390
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: ארץ ישראל - וואו גייט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך בין דארט געווען פיר מאל אלץ בחור, סאיז בחנם און מוראדיג אינטערסאנט.
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: ארץ ישראל - וואו גייט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

איך גיי אליין, אדער מיט נאך צוויי חברים, אן די ווייב... כ'וויל הערן מער... ווייב איז נישט איוואלווד.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: ארץ ישראל - וואו גייט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

שוק מחנה יהודא איז אריבער דראסטישע שינוים די לעצטע פאר יאר און איז היינט אויסדרוקליך נישט מומלץ פאר א איד א שומר תו''מ.
שרייב תגובה

צוריק צו “ארץ ישראל”