איינס האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן:אקעי כ'האב צאמגעשטעלט פון וועלכע טאג מ'רעדט אבער וואס האט דאס מיט ציבאלאך רבוש"ע?
יום העצמאות האט מען גערופן יום הציבאלאך
פלעגט מען זינגען: יום הציבאלאך עינס צוועיי דריי......
און אמר״ש פון ניגונים אין חיידער האבן מיר געהאט א ניגון:
אלע חסידים טוען קוקן ווי דער רבי טוט אין נאז אריינרוקן, עינס צוועיי טאבאק אין די נאז אריין....
אוועסטו עס הערן מיטן טאן וועסטו ליגן אויפן פלאר
אפשר שמו וועט וויסן וויאזוי די טאן הייסט (עפעס א לעבעדיגע חסידישע ניגון)
ביי אונז אין חדר פלעגט דאס גיין אויף דעם ניגון פון אומאן אומאן ראש השנה אומאן אומאן ראש השנה
פלעגט מען זינגען, אלע חסידים טוען קוקן ווי דער רבי טוט פארציקן, א שטיקל קוגל גלייך אין מויל אריין,
אלע חסידים טוען קוקן ווי דער רבי טוט פאריקן, א שמעק טאביק און דער נאז אריין.
צו דעם איז געקומען א שטארקן ניגון (יסודתו בהררי קאקאש)
דער רבי איז געזונט, דער רבי איז געזונט, דער רבי איז געזונט, געזונט משוגע (אויף די זעלבע ניגון וואס דער פון מאנסי פלעגט זינגען, משיח האט א צומי א שיינע רויטע צומי, דענק איך נישט זיין זעליגע נאמען).
אדער ווי די טשאלמער'ס פלעגן זינגען, אויף דעם ניגון פון יבנה המקדש (די שיטה הקדושה וכו')
דער רבי זאל לעבן און געלט זאל ער געבן און שפעטער קען ער גיין. דאס איז געווען מיט גרויס התלהבות.