זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:פון וועמען?

טרעט אפ יא נודניק

ישראלי שכמוך, א צאבאר ווי ס'דארף צו זיין

זאג מיר זאפארט מיהו הנותן לך תמונות יפות, זאל מיר אים אויך קענען באגאנווענען.....
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

שמו האט געשריבן:

חלוקות קריגט מען ביי אפרים שטערן און שומרי החומות,

איך טייל נישט חלוקות, אז איר וועט צאלן אפאר טאלער וועט איר קריגן

ס'טע געהערט א נודניק...
יאכנע
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

יאכנע דאס געהערט פאר די אונגערישע ווייבאלאך, וואס האלטן מיט אז חיה שרה מאכט א שידוך מיט איר יאנקאלע, מיט רבקה'לעס מודזיניקל דבורי.
ווייל זי האט געזעהן אז זיי האבן היינט געקויפט נאך א ניילון מילאך, און אויך א באגעט ביי נחמה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

שמו האט געשריבן:יאכנע דאס געהערט פאר די אונגערישע ווייבאלאך, וואס האלטן מיט אז חיה שרה מאכט א שידוך מיט איר יאנקאלע, מיט רבקה'לעס מודזיניקל דבורי.
ווייל זי האט געזעהן אז זיי האבן היינט געקויפט נאך א ניילון מילאך, און אויך א באגעט ביי נחמה.

יאכנע געהערט פאר די סאברעס וואס שטעקן אריין די נאז ביי די שכנים,
די אונגערישע שטעקן נישט די נאז ביי אנדערע, זיי ווערן שוין געבוירן מיט א חוש הריח ביזן שאכן'ס פראקע אריין
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א גאסט פון ירושלים האט געשריבן:

האבן מיר א גאסט פון ירולשים
יעלה ויבוא ויספר ויזכר
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:די צווייטע איז משה הירש׳ס זון?

יא יא

האסט נאכנישט געכאפט ווער איז די ערשטע בילד...

דאס איז נישט יאָסקע?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

.
אטעטשמענטס
1412750686599.jpg
1412750686599.jpg (22.16 KiB) געזען 2100 מאל
1412750416297.jpg
1412750416297.jpg (23.81 KiB) געזען 2100 מאל
1412750408849.jpg
1412750408849.jpg (24.19 KiB) געזען 2100 מאל
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

.
אטעטשמענטס
1412751522674.jpg
1412751522674.jpg (19.42 KiB) געזען 2100 מאל
1412751507409.jpg
1412751507409.jpg (18.18 KiB) געזען 2100 מאל
1412751498762.jpg
1412751498762.jpg (21.5 KiB) געזען 2100 מאל
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

.
אטעטשמענטס
1412751719013.jpg
1412751719013.jpg (14.97 KiB) געזען 2100 מאל
1412751705327.jpg
1412751705327.jpg (23.43 KiB) געזען 2100 מאל
1412751539982.jpg
1412751539982.jpg (24.3 KiB) געזען 2100 מאל
חקירות ודרישות
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חקירות ודרישות »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:.

דא איז דא נאך בילדער
viewtopic.php?f=63&t=41284&start=75
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

איינס האט געשריבן:עקשעלי ברוך איז ראפאפארט דענק איך טאקע נישט וואס רייכמאן איז

יושע רייכמן
https://www.google.com/maps/place/Yehos ... 35.2227927
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גייט עס א שניי אין ירושלים!

מ'קען מיינען ספאלט אפאר ברעקלעך און די שטאט דריידט זיך איבער...

דערמאן איך מיר אלס אינגל האט איינמאל געשנייט, א ריזן הויכן שניי... בערך א אינטש אדער אביסל ווייניגער... אונז האבן צאמגעשלעפט שניי פון די גאנצע גאס און ארויף געשלעפט צוויי שטאק צו אונזער פארטש און געמאכט א סנאו מען....

האט מען פארציילט אז אין ראחמיסטריווקא ישיבה איז געווען א בחור וואס איז נישט געווען איי איי איי, האט ער זיך צאמגעפאקט צוויי בעגס מיט שניי און אהיים גענומען קיין בני ברק...

אין בענין זה דערמאן איך מיר פון רבי אברהם גנחובקסקי, איך האב געשריבן אין צווייטן אשכול אבער ווערד צו האער ברענגען
נאך א מעשה וואס מפלעגט פארציילן אז סגעווען איינמאל ראש חודש צוויי טעג און ער האט געקויפט אייז קרים, ער האט געגעסן א האלבע די ערשטע טאג און אוועק געלייגט די צווייטע האלב פאר מארגן. אוויף מארגן האט ער געטראפן אין שאפע וואסער האט ער געפרעגט אזוי: צוויי שאלות ערשטנס וואו איז די גלידה צווייטנס פון וואו איז דא אנגעקומען וואסער. ווער סהאט איהם געקענט ווייסט ווי גוט סליגט אויף איהם אזא מעשה.

און אז מרעדט פון שניי און זכרונות פון ירושלים דערמאן איך מיר (אפשר שוין געברענגט אויבן) פון די ניגון
אברהמאלע מלמד ליגט אין שניי,
אוי וויי סטוט מיר וויי
צה איז ביטער
טרינק צוקער
וכוק (איך דענק שוין נישט...)
א גוט מארגן
אברהמאלע איז געשטארבן...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די ניגון איז א ירושלים'ע ניגון? איך קען עס אויך, אבער נישט פון י"ם
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

איינס האט געשריבן:גייט עס א שניי אין ירושלים!

מ'קען מיינען ספאלט אפאר ברעקלעך און די שטאט דריידט זיך איבער...

דערמאן איך מיר אלס אינגל האט איינמאל געשנייט, א ריזן הויכן שניי... בערך א אינטש אדער אביסל ווייניגער... אונז האבן צאמגעשלעפט שניי פון די גאנצע גאס און ארויף געשלעפט צוויי שטאק צו אונזער פארטש און געמאכט א סנאו מען....

האט מען פארציילט אז אין ראחמיסטריווקא ישיבה איז געווען א בחור וואס איז נישט געווען איי איי איי, האט ער זיך צאמגעפאקט צוויי בעגס מיט שניי און אהיים גענומען קיין בני ברק...

אין בענין זה דערמאן איך מיר פון רבי אברהם גנחובקסקי, איך האב געשריבן אין צווייטן אשכול אבער ווערד צו האער ברענגען
נאך א מעשה וואס מפלעגט פארציילן אז סגעווען איינמאל ראש חודש צוויי טעג און ער האט געקויפט אייז קרים, ער האט געגעסן א האלבע די ערשטע טאג און אוועק געלייגט די צווייטע האלב פאר מארגן. אוויף מארגן האט ער געטראפן אין שאפע וואסער האט ער געפרעגט אזוי: צוויי שאלות ערשטנס וואו איז די גלידה צווייטנס פון וואו איז דא אנגעקומען וואסער. ווער סהאט איהם געקענט ווייסט ווי גוט סליגט אויף איהם אזא מעשה.

און אז מרעדט פון שניי און זכרונות פון ירושלים דערמאן איך מיר (אפשר שוין געברענגט אויבן) פון די ניגון
אברהמאלע מלמד ליגט אין שניי,
אוי וויי סטוט מיר וויי
צה איז ביטער
טרינק צוקער
וכוק (איך דענק שוין נישט...)
א גוט מארגן
אברהמאלע איז געשטארבן...

אוי ווי זיס,
די פראבלעם איז נאר די לעצטע פאר שניי אין ירושלים זענען געפאלן ביינאכט,
די קליינע האבן שוין געזען אינדערפרי נאר די נאסע שניי,

און אגב די מעשה'לע אויף ר' אברהם ליגט אזוי גוט אויף איהם, אפילו אויב ס'איז נישט אמת
ארי-לייב
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 6:35 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארי-לייב »

ביי מיין מאמען אין שטוב:

אברהמלע מלמד
ליגט אין שניי
אז מי שמייסט עם - טוהט עם ווי
אוי וויי, גיב (געב) מיר תה (טיי)
טיי איז ביטער,
גיב מיר צוקער,
צוקער איז זיס,
גיב מיר פיש,
פיש איז פעט
גיי אין בעט,
די בעט איז נאס,
גיי אין פאס,
די פאס דרייט-זיך,
און באבע יענטע פרייד-זאך....
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די יורשלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p2845352
איינס האט געשריבן:
און יעצט וועלן מיר גיין צו ר׳ נפתלי שוסטער

אויף רחוב בית ישראל גלייך אונטער די שטיבלאך איז דא (ריכטיגער געזאגט, געווען) א שיך סטאר, אן קיין נאמען אן קיין סיין, אבער יעדער האט געוואוסט דאס איז ׳נפתאלעס קלעיט׳

איך קען מיר נישט דערמאנען זיין לעצטע נאמען, ווען יא וועל איך קענען אפירזוכן בילדער פון איהם

דארט איז געווען א אלט מאדישע שיך סטאר, די פארדערשטע צימער איז געווען שעלפס ביזן דאך אנגעפיילט מיט שיך באקסעס, ווען מאיז אריינגעקומען דארט איז מען ארויס מיט א שיך נאך אפאר מינוט (אייביג מיט איין סייז גערעסער..). זיין ווייב און איהם האבן געמאכט א פיינע דזשאב...

אין די אינעווייניגסטע צימער איז געווען דער ׳שוסטער״ א ריכטיגן שוסטער מיט אלע געצייג פון די אלטע היים, די ״דבק מגע״ האט געסרחט, די רעדיא האט אייביג גארבעט אויף טויזנט, די ווענט זענען געווען אנגעקלעבט מיט אלע מינע בילדער, שטיקלעך פון צייטונגען וכו׳ ועוד.

ווען מאיז אריין דארט איז מען נישט ארויס אזוי שנעל, ווער ביסטו? אה איך קען דיין טאטע, און דיין מאמע דענק איך ווען זי פלעגט זיך שפילן מיט מיין שוועסטער אין שול, און דיין זיידע איז געקומען צו מיין טאכטערס חתונה, און ווען.... א מחיה געווען דארט.

דערצו איז ער געווען א שטיקל חזן, (ער האט פארגעזאגט די מעין מנין סליחות אין שטיבלאך), און דארט בין פטיש לסדן האט ער נאך גחזנט אויך.
בד״ה היינט אוועק.
2.jpg
2.jpg (25.03 KiB) געזען 844 מאל
12 (2).jpg
12 (2).jpg (289.03 KiB) געזען 840 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

85109d332ef44cacb13e5c97e11b79cd.jpg
85109d332ef44cacb13e5c97e11b79cd.jpg (277.26 KiB) געזען 690 מאל
שייף עייל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:16 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שייף עייל »

ארי-לייב האט געשריבן:
ביי מיין מאמען אין שטוב:

אברהמלע מלמד
ליגט אין שניי
אז מי שמייסט עם - טוהט עם ווי
אוי וויי, גיב (געב) מיר תה (טיי)
טיי איז ביטער,
גיב מיר צוקער,
צוקער איז זיס,
גיב מיר פיש,
פיש איז פעט
גיי אין בעט,
די בעט איז נאס,
גיי אין פאס,
די פאס דרייט-זיך,
און באבע יענטע פרייד-זאך....
ווער איז דיין מאמע, אפשר ביסטו מיין ברודער........
געלויבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

Re: זכרונות פון צווישן די יורשלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלויבט »

איינס האט געשריבן:
viewtopic.php?t=48114#p2845352
איינס האט געשריבן:
און יעצט וועלן מיר גיין צו ר׳ נפתלי שוסטער

אויף רחוב בית ישראל גלייך אונטער די שטיבלאך איז דא (ריכטיגער געזאגט, געווען) א שיך סטאר, אן קיין נאמען אן קיין סיין, אבער יעדער האט געוואוסט דאס איז ׳נפתאלעס קלעיט׳

איך קען מיר נישט דערמאנען זיין לעצטע נאמען, ווען יא וועל איך קענען אפירזוכן בילדער פון איהם

דארט איז געווען א אלט מאדישע שיך סטאר, די פארדערשטע צימער איז געווען שעלפס ביזן דאך אנגעפיילט מיט שיך באקסעס, ווען מאיז אריינגעקומען דארט איז מען ארויס מיט א שיך נאך אפאר מינוט (אייביג מיט איין סייז גערעסער..). זיין ווייב און איהם האבן געמאכט א פיינע דזשאב...

אין די אינעווייניגסטע צימער איז געווען דער ׳שוסטער״ א ריכטיגן שוסטער מיט אלע געצייג פון די אלטע היים, די ״דבק מגע״ האט געסרחט, די רעדיא האט אייביג גארבעט אויף טויזנט, די ווענט זענען געווען אנגעקלעבט מיט אלע מינע בילדער, שטיקלעך פון צייטונגען וכו׳ ועוד.

ווען מאיז אריין דארט איז מען נישט ארויס אזוי שנעל, ווער ביסטו? אה איך קען דיין טאטע, און דיין מאמע דענק איך ווען זי פלעגט זיך שפילן מיט מיין שוועסטער אין שול, און דיין זיידע איז געקומען צו מיין טאכטערס חתונה, און ווען.... א מחיה געווען דארט.

דערצו איז ער געווען א שטיקל חזן, (ער האט פארגעזאגט די מעין מנין סליחות אין שטיבלאך), און דארט בין פטיש לסדן האט ער נאך גחזנט אויך.
בד״ה היינט אוועק.
2.jpg
12 (2).jpg
מערקט ביי די צוויטע בילד אונטער איהם, די גרויסע טייפרעקארדער וואס האט געהארבעט א גאנצן טאג.
ארי-לייב
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 6:35 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארי-לייב »

א טייפ?
א ראדיא!!

כמנהג בעלי בתים "חשובים" של הדור הקודם...
משה יוחנן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2022 12:56 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יוחנן »

פראהביטש האט געשריבן:
85109d332ef44cacb13e5c97e11b79cd.jpg
;l;p- ;l;p-
*רעדט קלארער ווייל איך הער נישט גוט*
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

משה יוחנן האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 18, 2023 7:45 pm
פראהביטש האט געשריבן:
85109d332ef44cacb13e5c97e11b79cd.jpg
;l;p- ;l;p-
א מין אלטאמדישע לייק...
ב"ה שוין דא א נייע וועג צו לייקן..

איך מיין פאר ירושלימע'ר אשכולות מעג מען נאר נוצן די אלטע מיני לייק'ס
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”