שלמ'קע האט געשריבן:שה אחד האט געשריבן:דאכצעך אז די ערשטע חסיד'ישע קהלה און ישיבה נאכ'ן קריג אין מאנטריאל איז געווען "מתיבתא ראשית חכמה" תחת הנהלת הגה"צ רבי שמואל אונסדארפער זצ"ל.
עס איז אינטערסאנט צו הערן מער איבער די קהילה, פון וועלכע חסידות'ן זענען זיי געווען צאמגעשטעלט, און אויב פון מערערע פון וועלכע בעיקר? ווער זענען געווען די הויפט גרינדער? ווער האט אויפגענומען רבי שמואל פאר רב? ווען בערך איז עס געגרינדעט געווארן? ביטע אריינקומען קלאר.
דרך אגב איך האב אמאל געהערט אז רבי שמואל האט געהאט א זעלטענע נאנטע קשר מיט זיינע תלמידים און זיי האבן אים זייער ליב געהאט, ווי אויך אז ער האט געהאט א שטארקע כח אין הנהגה, עס איז אינטרעסאנט צו הערן מער פון די וואס האבן אים געקענט אדער האבן קרובים וואס האבן ביי אים געלערנט.
מען וואלט אפשר טאקע געדארפט עפענען א באזונדערע אשכול איבער די מתיבתא און די רב רבי שמואל אלכסנדר, כעת וועל איך מעתיק זיין א קיצור פון די תולדות וואס איז געדריקט בספרו שפתי שמואל.
ער איז געבוירן געווארן סיון תר"פ צו זיין פאטער רבי שלמה זלמן זצ"ל וואס איז געווען א ר"מ אין פרעשבורג.
די נאמען שמואל איז ע"ש רבי שמואל רז"ב אב"ד אונסדארף וואס איז געווען די רבי פון רבי שלמה זלמן, די נאמען אלכסנדר איז ע"ש רבי אלכסנדר הכהן שטיינבערגער זצ"ל אב"ד קאמארן.
ער האט געלערנט ביי הגאון בעל דעת סופר זצ"ל ביז די פופצן יאר.
שפעטער האט ער געלערנט פאר פיר יאר אין נייטרא ביי רבי שמואל דוד אונגאר זצ"ל ביז תרצ"ט.
אין יענע יארן איז ער געפארן צו חסידישע רבי'ס א שטייגער ווי צום חקל יצחק מספינקא, מהרי"ד ומהר"א מבעלזא.
סוף תרצ"ט איז ער שוין אוועק געפארן פון איירופה און זיך געצויגן קיין ענגלאנד, דארט האט ער זיך אריינגעזעצט אין די ישיבה פון רבי יוסף סגל זצ"ל.
שפעטער האט מען אים אויפגענומען נאך אלס בחור צו דינען אלס מגי"ש אין די ישיבה פון הרה"צ מליעז'ש זצ"ל.
אין יאר תש"ב איז ער געווארן א איידעם ביי משפחת בלייך מחסידי רוזין, יענע יארן האט א געהאט א גרויסע נאנטשאפט מיט האדמו"ר רבי שלום משאץ זצ"ל.
אנהייב תש"ט איז ער גערופן געווארן דורך האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג זצ"ל צו אנפירן מיט די ישיבה [מתיבתא ראשית חכמה] אין שטאט מאנטריאל, און אינאיינעם האט זיך דעמאלטס אויך געגרינדעט די גאנצע קהילה ראשית חכמה אין שטאט, דארט האט ער געדינט צענדליגע יארן און מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידים.
אין זיינע שפעטער יארן [?] האט ער זיך געצויגן קיין אר"י אין שטאט פתח תקוה און געווען דארט רב ור"מ דברי חיים.
ער איז נפטר געווארן ד' דחוה"מ פסח תשס"ב, און ער איז געקומען למנוחה אין שטאט נתניה סמוך לציונו של האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג זצ"ל.