לכבוד דוד המלך'ס יא"צ וואס געפאלט שבועות, לאמיר ארויפברענגן א ליסטע פון אייניקלעך וואס לויט א קבלה/מסורה שטאמן פונ'ם מלך דוד בן אחר בן. כמובן נעמען וואס ווערן דערמאנט אין די ספרי נ"ך אין צריך חיזוק וראיה.
לאמיר אנהייבן מיט'ן תקופת המשנה והתלמוד, דערנאך תקופת רבנן סבראי און דערנאך תקופת הראשונים, ווער עס האט מוסיף צו זיין זאל ביטע מוסיף זיין.
תקופת המשנה
• רב הונא ריש גלותא — געלעבט האט ער אין בבל בזמן וואס רבינו הקדוש איז געווען נשיא באה"ק (מקור: ירושלמי כלאים פ"ט מ"ג).
תקופת הראשונים
• רבי קלונימוס בן הנשיא רבי טודרוס זצ"ל מנרבונה, צרפת (מקור: מסעות של רבי בנימין).
גדולי האחרונים
• רבי יצחק אברבנאל (מקור: הקדמתו לפירוש ספר יהושע, ובשאר כתביו. וע״ע מה שהביא מהרי"צ אבן גיאת).
אייניקלעך פון דוד המלך בן אחר בן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
- לאקאציע: עולם השפל
אייניקלעך פון דוד המלך בן אחר בן
לעצט פארראכטן דורך עוג מלך הבשן אום זונטאג מאי 23, 2021 7:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: אייניקלעך פון דוד המלך בן אחר בן
דניאל, חנני׳, מישאל און עזריה
Re: אייניקלעך פון דוד המלך בן אחר בן
געהערט פון איינע פון די רבני ’דעיש’ למשפחת פאנעט דאס זיי שטאמען בן אחר בן להברבנאל, דורך איינע פון זיינע זוהן וואס איז געקומען דורך טערקיי קיין אונגארן, און ווי געברענגט אין ספרים איז דער אברבנאל געווען בא”ב פון דוד המלך
לעצט פארראכטן דורך Jhon אום זונטאג מאי 23, 2021 12:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: אייניקלעך פון דוד המלך בן אחר בן
עס איז דא א חשוב’ער ספרדי’שער איד א בעל מסירות נפש מיט חינוך הבנות באה”ק הרה”ג ר’ משה אריה שליט”א, זיין משפחה האט אויך א מסורה דאס זיי שטאמען בא”ב פון אברבנאל, זייער משפחה נאמען איז אריה אלס זייכער פונעם לייב וואס זיי פלעגן מאלן אינטער זייער חתימה, איך מיין אז זיין טאטע אדער זיידע זענען געהארגעט געווארן דורך די ציונים ימ”ש אין סוריה אדער איראק
וואלט געוועהן אינטרעסאנט זיי זאלן ביידע מאכן y-dna טעסט
וואלט געוועהן אינטרעסאנט זיי זאלן ביידע מאכן y-dna טעסט
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
- לאקאציע: עולם השפל
משפחת דיין
משפחת דיין, א ספרדי'שע משפחה לויט זייער מסורה שטאמן בן אחר בן פון דוד המלך.
אונ'ם ספר ישיר משה שרייבט דער מחבר רבי משה ב"ר אברהם דיין זיין יחוס ביז דוד המלך ע"ה (85 דורות). לעצטענס איז א חכם געגאנגן און געטעסט די י-דנ"א (yDNA) פון א קרוב משפחה למשפחת דיין, יעצט גייט מען גיין זוכן משיח...
אונ'ם ספר ישיר משה שרייבט דער מחבר רבי משה ב"ר אברהם דיין זיין יחוס ביז דוד המלך ע"ה (85 דורות). לעצטענס איז א חכם געגאנגן און געטעסט די י-דנ"א (yDNA) פון א קרוב משפחה למשפחת דיין, יעצט גייט מען גיין זוכן משיח...
- אטעטשמענטס
-
- 89E048CE-ADA2-4534-843B-7145B4AA7D64.jpeg (160.31 KiB) געזען 581 מאל
לעצט פארראכטן דורך עוג מלך הבשן אום מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 10:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: אייניקלעך פון דוד המלך בן אחר בן
אויב וואלט מען מיר געפרעגט, וואלט איך מגלה דעת געווען אז כ'האב נישט קיין ברעקל סימפאטיע צו קיין שום צירקולירנדע מסורה, אשכנזית אדער ספרדית, וואס דערקלערט בזמנינו אז געוויסע משפחות ציען זייער יחוס בן אחר בן צו דוד המלך.
אבער היות מ'פרעגט מיר נישט, על'עך זיצן איינגעלייגט.
אבער היות מ'פרעגט מיר נישט, על'עך זיצן איינגעלייגט.