אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך יחיאל חילמאן » זונטאג מאי 09, 2021 12:26 am

אונז לערנען אין די תורה הק' און אין חז''ל גאר גאר אסאך איבער אור אלטע אימפעריעס איבער די וועלט.

יעדע פשוטע חדר אינגל קען נעמען פון מערערע גאר היסטארישע אלטע אימפעריעס וואס האבן רעגירט אויף די וועלט בשעתם,
און וואס פארנעמען טויזנטער בלעטער אין די היסטארישע און ארכיאלאגישע ביכער וואס נאך יארן פארש ארבעט ווערן זיי געוואר פשוטע זאכן וואס בר בי רב דחד יומא ווייסט.

מען רעדט דא אזעלכע א שטייגער ווי 'אשור, בבל, מצרים, צור וצידון, עילם, פרס, מדי, הודו, חתים', און נאך מערערע.

אבער צומאל וויבאלד מען קען נישט די פונקטליכע פרטים, פארשטייט מען נישט געוויסע זאכן,
און בכלל קען אסאך ארויסהעלפן ווען מען לערנט נ''ך צו פארשטיין די דעמאלטדיגע מציאות.

דעריבער וועלן מיר אי''ה אראפברענגען מיט די צייט אלע אור אלטע היסטארישע אימפעריעס,
בפרט אזעלכע וואס ווערן דערמאנט אין די תורה און האבן געשפילט א ראלע אין די היסטאריע פון כלל ישראל.

יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך יחיאל חילמאן » זונטאג מאי 09, 2021 12:27 am

צום ערשט וועלן מיר אהערברענגען א גאר געלונגענע ווידעאו וואס צייגט בקיצור די גאנצע היסטאריע אויפן מאפע.

נישט אלעס דארט איז ריכטיג פונקטליך לויט די יארן ווי מיר וועלן נאך זען אי''ה.

https://drive.google.com/file/d/1iV0ziy ... sp=sharing

יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

די הונדערטער יארן וואס מען דארף אראפנעמען - א'

תגובהדורך יחיאל חילמאן » זונטאג מאי 09, 2021 12:41 am

צום ערשט וועלן מיר אויפמערקן א וויכטיגע נקודה.

ווי מיר האבן שוין ערקלערט דא, און ווי עס איז באקאנט פאר יעדער וואס טוט נאר אביסל אין וויסנשאפט און בפרט אין די גאר פריע היסטאריע, זענען זייער זייער אסאך זאכן געבויט אויף לופטיגע השערות און שאצונגען, אדער פשוט אויף גראבע טעותים וואס מען האט שפעטער נישט געהאלטן ביים פארעכטן, און זייער אסאך זאכן וואס די חוקרים שרייבן מיט א זיכערקייט און פשטות זענען אבער באמת בכלל נישט קלאר און צומאל ממש פארקערט.

מיר וועלן נאר אנכאפן איין נקודה דערפון.

די חוקרים און ארכיאלאגן זענען זייער צומישט לגבי זייער גלייבן אין תנ''ך הק'.

די ערשטע סיבה נישט צו גלייבן איז אוודאי ווייל ס'לוינט זיך זיי נישט צו גלייבן דערין וויבאלד ס'איז מחייב אין טאג טעגליכן לעבן...

אבער אפילו אויב זיי ווילן נישט גלייבן דערין, קענען זיי עס איז אבער זיכער נישט אוועקמאכן אינגאנצן אפילו אויב ס'געפעלט זיי נישט.

און די סיבה איז, וויבאלד די מציאות איז אז די תורה הק' רעדט פון גאר אסאך היסטארישע פאקטן און בפרט פון אלע אימפעריעס פון יענע צייטן מיט א געוואלדיגע קלארקייט און ברייטקייט. וואס מען דארף פארשטיין אז אין יענע צייטן איז נאך בכלל נישט געווען קיין ברייטע ידיעות ביי די מענטשהייט, מענטשן האבן קוים געוואוסט וואס ס'טוט זיך אין די קומענדיגע דארף, ווער רעדט שוין פון אלטע קעניגרייכן פון יארן צוריק...

אבער דורכאויס תנ''ך דערציילט די אייבערשטער סיפורים קדושים פון אלע גרויסע און אפילו קלענערע אימפעריעס פון יענע צייטן, און אלעס מיט קלארע נעמען פון זייערע מלכים, זאכן וואס זיי זענען ערשט געוואר געווארן יארן שפעטער דורך זייערע גראבינגען און לאנגע פארש ארבעט.

געוויסע זאכן האבן זיי אפילו צום ערשט אינגאנצן אוועקגעמאכט און עס נישט געוואלט אנעמען, אבער למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז יא אזוי.

דעריבער איז נישט שייך צו אוועק קוקן פון תנ''ך און זאגן אז ס'האט חלילה נישט קיין שייך מיט די מציאות.

יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

די הונדערטער יארן וואס מען דארף אראפנעמען - ב'

תגובהדורך יחיאל חילמאן » זונטאג מאי 09, 2021 12:59 am

אבער פון די צווייטע זייט האבן זיי א פראבלעם מיט גלייבן אין די תורה.
וויבאלד נאך מערערע גראבינגען אין ארץ ישראל האבן זיי געזען אז עס שטימט נישט מיט וואס די תורה הק' פארציילט ח''ו.

דאס הייסט, למשל, אז אין די צייטן וואס די תורה דערציילט אז יהושע האט איינגענומען א''י און יריחו, איז לויט זיי געווען יריחו א פארלאזטע שטאט, און די זעלבע מיט עי און נאך. און נאך אזעלכע זאכן האבן נישט געשטימט מיט די גראבינגען.

יעצט, פון ווי ווייסן זיי טאקע ווען יריחו איז געשטאנען און ווען נישט, ס'שטייט דאך נישט אויפן חומה די דאטום ווען דאס איז איינגעפאלן...
נאר אוודאי איז עס דורך כל מיני סימנים פון די כלים און די הייזער און די ביינער און נאך וואס מען טרעפט דארט. יעצט, אויף דעם קען מען זיך שוין אוודאי דינגען און דן זיין, די וועלט האט זיך נישט געענדיגט אויב געוויסע פרטים שטימען נישט לויט זייערע אייגענע אראפגעלייגטע יסודות כנ''ל.

איז דא טאקע קומט אריין א גרויסע לאך אין די ארכיאלאגיע אין ארץ ישראל בפרט און אין די וועלט בכלל.
ס'דא א געוויסע תקופה וואס די ארכיאלאגן רופן אן די 'late bronze age' וואס איז איינס פון די מערסט קאמפעליצירטע תקופות אין די היסטאריע.

די חוקרים פלאגן זיך אוועק צו מסביר זיין וואס דעמאלטס איז געווען, אין געוויסע ערטער עקזעסטירט בכלל נישט דער תקופה ווי איינגעשלינגען אין תהום, אין אנדערע פלעצער איז נאר דא דער דאזיגער תקופה אבער די אנדערע דערנעבנדיגע איז נישט דא. די גאנצע וועלט איז עפעס גאר שטארק נישט מסודר מיט דער תקופה. א פלא פון זאך...

למעשה אבער איז דער גאנצע תקופה איין גרויסע טעות, און אלעס הייבט זיך אן מיט אפאר טעות'דיגע מלכים אין מצרים, וואס לויט דעם האבן זיי געדארפט צולייגן אין די גאנצע וועלט הונדערטער יארן וואס זענען נישט געווען... און נאכדעם שטימט שוין אוודאי נישט מערערע זאכן מיט תנ''ך ווייל די תורה הק' איז אמת און באמת איז טאקע נישט געווען יענע יארן...

אונז גייען נישט דא אריינגיין אין אלע פרטים דערפון.
פאר מער קען מען אליין קוקן אין וויקי דא און זען טאקע צווישן די שורות ווי צומישט די חוקרים זענען..
און בעיקר קען מען קוקן דא אין די געוואלדיגע ספרים פון א הרב רוטשטיין וואס צונעמט עס אויף פיצלעך אין זיינע פינף קורצע אבער שארפע חלקים פונעם ספר, און ער ווייזט אז מיטן ריכטיגן חשבון שטימט אלעס א מחיה!

אבער די עיקר איז על הכלל כולו יצא אז מען דארף בכלל נישט ווערן איבערגענומען פון זייערע שאצונגען און 'קלארע זיכערע' ווערטער...
נאר מען קען ארויסנעמען זאכן וואס שטימען מיט די תורה, און פשוט מוסיף זיין ידיעות אין די אלטע היסטאריע.
לעצט פאראכטן דורך יחיאל חילמאן אום זונטאג מאי 09, 2021 1:00 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך יחיאל חילמאן » זונטאג מאי 09, 2021 12:59 am

פארשטייט זיך אז אויב מען האט הנאה, קען מען מעלדן דא אדער אין אישי.

פשוט צו וויסן צו מען זאל גיין ווייטער...

וויבאלד ס'איז א זאך וואס ווייניג מענטשן האבן א אינטערעסע.

אוועטאר
סענסיטיוו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך סענסיטיוו » זונטאג מאי 09, 2021 1:02 am

יש"כ!
ביטע זייט ממשיך
זוכט איר א פראפעסעניעלע, ערפארענע שרייבער צו באשרייבן "תולדות"/ביאגראפיע א.ד.ג.?
קליקט

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך צולייגער » זונטאג מאי 09, 2021 1:05 am

יא הנאה. יא אינטערעסע
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

Porfavor
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך Porfavor » זונטאג מאי 09, 2021 1:12 am

ישר כח. ובפרט פאר אלע לינקס.

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך שלמה מולכו » זונטאג מאי 09, 2021 1:44 am

זייער אינטרעסאנט,
פון מיין זייט קענסטו שרייבן וועגן די אידישע דינאסטיעס אויך.

יצחק ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך יצחק ברוך » זונטאג מאי 09, 2021 1:53 am

יחיאל חילמאן האט געשריבן:פארשטייט זיך אז אויב מען האט הנאה, קען מען מעלדן דא אדער אין אישי.

פשוט צו וויסן צו מען זאל גיין ווייטער...

וויבאלד ס'איז א זאך וואס ווייניג מענטשן האבן א אינטערעסע.

זייער אינטערעסאנט.
כ'מיין אז א גרויסע עולם האט יא אן אינטערעסע נאר ס'איז שווער זיך אריין צולייגן אין דעם, אבער אז דו לייגסט עס כשלחן הערוך איז יעדער דא...

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך קאנטרי מאוד » זונטאג מאי 09, 2021 1:54 am

יחיאל חילמאן האט געשריבן:צום ערשט וועלן מיר אהערברענגען א גאר געלונגענע ווידעאו וואס צייגט בקיצור די גאנצע היסטאריע אויפן מאפע.

נישט אלעס דארט איז ריכטיג פונקטליך לויט די יארן ווי מיר וועלן נאך זען אי''ה.

https://drive.google.com/file/d/1iV0ziy ... sp=sharing



נישטא קיין ווערטער!!

בלויז די ווידיאו אליין איז א אוצר נשגב. זיי ממשיך בלי הרף!
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי



א ליכטיגע איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 3:56 am

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך א ליכטיגע איד » זונטאג מאי 09, 2021 4:13 am

נישט אינטערסאנט???? :shock: :shock: :shock:
עס איז זייער אינטערסאנט!! שכוח כה לחי
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push

אוועטאר
אוראייניקל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג מאי 09, 2021 7:25 am

זייער אינטרעסאנט!
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך יחיאל חילמאן » זונטאג מאי 09, 2021 4:18 pm

א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן מיר באדאנקט און טאקע מיישר געווען מיין כח צו גיין ווייטער...
לעצט פאראכטן דורך יחיאל חילמאן אום זונטאג מאי 09, 2021 4:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך יחיאל חילמאן » זונטאג מאי 09, 2021 4:20 pm

דא קען מען זען א ווידעאו וואס איז מסביר מיט א קלארקייט און זיכערקייט וואס עס האט זיך אפגעטון ביי די נישט געשטויגענע לעיט בראנזש עיזש...

דער רעדט מיט אזא זיכערקייט אז מען קען מיינען אז ער איז דארט געווען לעבעדיג אויפן סצענע...

וואס אוודאי איז אלעס טעאריעס און סברות כרסיות פון די פארשער לויט זייער דעמאלטסדיגע גיסטע און אגענדע.

אבער ס'אויך גוט צו ארויסהאבן אביסל די דעמאלטסדיגע אימפעריעס און מלוכות.

https://drive.google.com/file/d/1EJibEg ... sp=sharing

יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך יחיאל חילמאן » זונטאג מאי 09, 2021 4:34 pm

ווען מען רעדט פון די אלע מלוכות וואס ווערן דערמאנט אין די תורה הק', דארף מען דערמאנען אז דאס איז אוודאי נישט געווען קיין שום פשוטע זאכן, אלעס איז גרויסע סודות נוראים.

אין די ספרי תורת הנסתר און תלמידי בעש''ט ווערט אסאך מבואר וואס די סוד פון יעדע מלוכה איז און וועלכע קליפה דאס איז. יעדע מלוכה האט געהאט זיין מלאך און קליפה וואס האט אים געפירט צו גיין טשעפענען די אידישע קינדער צוליב זייערע חטאים כמבואר בתנ''ך.

און ווי מען זעט טאקע עין בעין ווי כמעט יעדע איינציגסטע מלוכה האט געהאט צוטון מיט די קליינע לענדל דארט 'ארץ ישראל', א לענדל וואס יעדע אנדערע לאנד איז געווען צענדליגע מאל גרעסער ווי דעם, אבער אזויפיל האט זיך געטון ארום דעם לענדל, וויבאלד דאס איז טאקע די יסוד העולם און אלעס דרייט זיך ארום כלל ישראל און יעדע מלוכה איז געווען ע''פ הנהגת ישראל.

און די ספרים זענען אפילו מסביר אז יעדע סיפור וואס די תורה דערציילט, איז נאך נוגע ביז היינטיגע צייטן פאר יעדן איינעם, וויבאלד די אלע קליפות גייען נאך אן ביז היינט. און טאקע דערפאר דערציילט אונז עס די תורה, און יעדע איד דארף ערגעץ וואו האבן צוטון מיט די אלע קליפות הטמאות און מכניע זיין בישועות ה'.

און מיר וועלן אראפברענגען נאר איין לשון פון ספר ליקוטי הלכות מהרה''ק ר' נתן מברסלב זי''ע דא אין הלכה ג' אות ב':

"כי התורה היא בכל אדם ובכל זמן, וכאו''א מישראל מי שרוצה לכנוס בדרך הישראלי באמת בדרך הקודש בדרך האמת, עוברין עליו כל הגליות וכל המלחמות והסיפורים המבוארים בכל התורה כולה ובנביאים ובכתובים, כי כל אחד מישראל כלול מכל התורה, וצריך שיעברו עליו כל המלחמות וכל הגליות, בחינת גלות מצרים וגאולתה, ושאר כל הגליות וגאולתן, ומלחמת עמלק ומלחמת ל''א מלכים, ושאר כל המלחמות שהיו על ישראל המבוארין בכל התנ''ך..." עיי''ש עוד דברי התחזקות על זה.

עכ''פ דארף מען געדענקן נישט אריינצופאלן אין די טבע'דיגע לשונות פון די חוקרים און געדענקן אז אלעס איז סודות נוראים ונפלאים און א חלק פונעם תיקון העולם.

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך הערינג מיט ברוינפען » דינסטאג יוני 08, 2021 12:30 am

גא"מ לכל המברכים.

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך שמו » דינסטאג יוני 08, 2021 2:42 am

ייש"כ
אויב מעגליך א קורצע אויסצוג פון די קליפ'ס צו קענען פארשטיין וואס מען זעהט דארט
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/


צו זעהן וואס מען באהאלט פון דיר

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך Programming » דינסטאג יוני 08, 2021 8:43 am

דאס זעלבע אלע היינטיגע רעגירונגען און לענדער זענען נישט קיין פשוט'ע זאכן, אלעס איז גרויסע סודות נוראים, די יודעי ח"ן ווייסן די קליפות און מלאכים אונטער דעם.

עכ''פ דארף מען געדענקן נישט אריינצופאלן אין די טבע'דיגע לשונות פון די צייטונגען און געדענקן אז אלעס איז סודות נוראים ונפלאים און א חלק פונעם תיקון העולם

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג יוני 08, 2021 9:20 am

א ריזיגע ייש’’כ @יחיאל גיי אן איך האב באמת הנאה.

אוועטאר
Borrower
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: אור אלטע אימפעריעס הנזכרים בתנ''ך

תגובהדורך Borrower » דינסטאג יוני 08, 2021 9:35 am

יישר כח
זייער אינטערסאנט
וויל איך עס ארויספרינטן צו גיבן פאר מיין בר חכים בליעה"ר וואס אזוי ווי דער פאטער זיינעם איז ער אויפן גלאוב מיט א שטארקע אינטערעס אין היסטאריע


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט