היינטיגע טאג אין היסטאריע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- בלוט בלבול
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4668
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
- לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן
היינטיגע טאג אין היסטאריע
כ''ה אייר תשפ''א
אין דעם היינטיגן טאג מיט 76 יאר צוריק -תש''ה- האבן די דייטשן זיך אונטערגעגעבן פאר די אליאירטע לענדער.
איינער מיט מער אינפארמאציע?
אין דעם היינטיגן טאג מיט 76 יאר צוריק -תש''ה- האבן די דייטשן זיך אונטערגעגעבן פאר די אליאירטע לענדער.
איינער מיט מער אינפארמאציע?
- בלוט בלבול
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4668
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
- לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן
Re: היינטיגע טאג אין היסטאריע
כ''ח אייר תשפ''א
אין דעם היינטיגן טאג מיט 59 יאר צוריק -תשכ''ב- האט מען געהאנגען אדאלף אייכמאן ימ''ש
איינער מיט מער אינפארמאציע?
אין דעם היינטיגן טאג מיט 59 יאר צוריק -תשכ''ב- האט מען געהאנגען אדאלף אייכמאן ימ''ש
איינער מיט מער אינפארמאציע?
אידישע-געשעענישן
אום א' סיון האט לויט מפרשים פאסירט דאס וואס עס שטייט אין דער תורה, אז קרח ועדתו זענען איינגעשלונגען געווארן אין דער ערד, נאכדעם וואס קרח האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן משה רבינו און אהרן הכהן.
וועלט-פאסירונגען
אין דעם טאג אין יאר 942' האבן די רוסן געלאזט אין גאנג זייער ערשטע גרויסע אפעראציע פונעם צווייטן וועלט קריג, פארכאפנדיג די שטאט כארקאוו, אוקריינע פון אונטער די נאציס.
ב' סיון
אידישע-געשעענישן
אום ה' אלפים ק"ט זענען זעכציג אידן דערמארדעט געווארן אין ברעסלוי, ביי ראיאטן נאכדעם וואס א מאסיווע פייער האט פארברענט א גרויסן טייל פון דער שטאט. הי"ד.
וועלט-פאסירונגען
אין דעם טאג אין יאר 958' למספרם האט פראנקרייך סוקסעספול אקופירט און פארכאפט אלדזשיריע.
ג׳ סיון
אידישע-געשעענישן
אום ג׳ סיון האבן זיך אנגעהויבן דאס פארשיקן אידן פון ארץ ישראל קיין בבל, וואו אידישע קינדער זענען זינט דאן פארטריבן אין גלות. אין בבל איז די תורה צוריקגעשטעלט געווארן מיט פראכט, דורך די אמוראים, רבנן סבוראי און די גאונים.
וועלט-פאסירונגען
אין דעם טאג אין יאר 796' איז געגעבן געווארן די סאמע ערשטע וואקסין פאר דער "סמאלפאקס" קרענק. אין יאר 11' איז דערקלערט געווארן אז די קרענק איז אויסגעראטן פון דער וועלט.
ח' סיון
אום ח' סיון ת"ש האט זיך געעפנט דער טויטן-לאגער אוישוויץ, וואו אין די קומענדיגע פאר יאר זענען דארט דערמארדעט געווארן ארום 2.5 מיליאן און נאך 500 טויזנט זענען געשטארבן פון הונגער און מחלות. הי"ד.
ט' סיון
אום ט' סיון שנת תש"א האבן די אויטאריטעטן אין קראאטיע, אונטער נאצישע אקופאציע, ארויסגעגעבן א סעריע געזעצן, צו פארבאטן אידן פון פארמאגן פראפערטיס אדער ביזנעסער, און געצוואונגען די אידן צו גיין מיט געלע לאטעס.
י׳ סיון
אום י׳ סיון שנת רפ״א האט מען געענדיגט דרוקן דעם ש״ס בבלי אינעם באקאנטן דפוס באמבערג אין ווענעציע.
י"א-י"ב סיון
אום י"ב סיון שנת תרע"ב איז געגרינדעט געווארן "אגודת ישראל" ביי דער כנסי' אין קאטאוויץ, פוילן.
פאר מער: אגודת ישראל און איר היסטאריע
פאר מער: אגודת ישראל און איר היסטאריע
י"ג סיון
אום י"ג סיון שנת תרפ"ט האט דער פרייער אידישער מיליטאנט שלום שווארצבארד אומגעברענגט סימאון פעטלואירא, אן אוקראינישער רעגירונג פיגור. שווארצבארד'ס שריט האט געפירט צו 493 פאגראמען קעגן אידן אין וועלכע 50 טויזנט אידן הי"ד זענען אומגעקומען.
י"ד סיון
אום י"ד סיון שנת שמ"ח זענען 24 אידן ליידער אומגעקומען על קידוש ה' אויפן שייטער-הויפן אין בארצעלאנע, שפאניע. הי"ד.
ט"ו סיון
אום ט"ו סיון שנת תרפ"ז איז דער ליובאוויטשער רבי האדמו"ר מהריי"צ זצ"ל ארעסטירט געווארן דורך רוסישע אגענטן פאר'ן חטא פון פארשפרייטן אידישקייט. ער איז געהאלטן געווארן אין ארעסט און געפייניגט געווארן, ביז זיין באפרייאונג י"ב תמוז.
י"ז סיון
אום י"ז סיון ה' מ"ז איז דער הייליגער מהר"ם מרוטנבערג זי"ע ארעסטירט געווארן.
היינט איז אויך, לויט רבי מאיר אין מסכת בבא מציעא דף ק"ו, דער ערשטער טאג פונעם זומער סעזאן.
היינט איז אויך, לויט רבי מאיר אין מסכת בבא מציעא דף ק"ו, דער ערשטער טאג פונעם זומער סעזאן.
י"ט סיון
אום י"ט סיון שנת תרט"ו האט זיך געעפנט די ערשטע אידישע שפיטאל אין אמעריקע "דער אידנ'ס שפיטאל פון ניו יארק", וואס איז פארוואנדלט געווארן אינעם היינטיגן מאונט-סיני שפיטאל.
אנדערע זאגן אז די ערשטע אידישע שפיטאל אין אמעריקע איז געווען שוין אין תר"ח אין אהייא צו באהאנדלען א כולערע אויסברוך.
אנדערע זאגן אז די ערשטע אידישע שפיטאל אין אמעריקע איז געווען שוין אין תר"ח אין אהייא צו באהאנדלען א כולערע אויסברוך.
- הרבטייטעלבוים
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6379
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע: שתולים בבית ד'
Re: י"ט סיון
תנא-קמא האט געשריבן:אום י"ט סיון שנת תרט"ו האט זיך געעפנט די ערשטע אידישע שפיטאל אין אמעריקע "דער אידנ'ס שפיטאל פון ניו יארק", וואס איז פארוואנדלט געווארן אינעם היינטיגן מאונט-סיני שפיטאל.
אנדערע זאגן אז די ערשטע אידישע שפיטאל אין אמעריקע איז געווען שוין אין תר"ח אין אהייא צו באהאנדלען א כולערע אויסברוך.
אינטערסאנט אז סהאט צלמים.
כ' סיון
אום כ' סיון האט, לויט'ן "סדר העולם", זיך געענדיגט די דרייסיג טרויעריגע טעג אין מדבר ווען אלע אידן וועלכע האבן געגעסן פון די "שליו" פלייש זענען אויסגעשטארבן, אין קברות התאוה.
כ"א סיון
אום כ"א סיון שנת רי"ג האבן די מוסולמענער אקופירער פון רוים דערקלערט רעליגיע–רעכטן פאר אידן. דאס האט זיך ארויסגעשטעלט א חסד ה' פון מקדים זיין די רפואה בעפאר דער מכה, ווייל ווען מיט 39 יאר שפעטער איז געקומען די שפאנישע אינקוויזיציע, זענען פילע אידן אנטלאפן און זיך באשיצט אין רוים.
כ"ב סיון
אום כ"ב סיון שנת רפ"ה האט דער פויבסט פארארדנט אז אלע אידן פון קארפענטראס, פראנקרייך מוזן גיין אנגעטאן מיט א ספעציעלן געלן הוט. דאס איז געווען די שפעטערדיגע אינספיראציע פאר די נאציס ימ"ש צו פארארדענען די געלע לאטעס.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2750
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
Re: היינטיגע טאג אין היסטאריע
כ"ג סיון:
נכתבו ונשלחו אגרות שניות ע"י מרדכי ואסתר להצלת כלל ישראל מגזירת המן האגגי
נכתבו ונשלחו אגרות שניות ע"י מרדכי ואסתר להצלת כלל ישראל מגזירת המן האגגי
כ"ג סיון
נחום וואהלינער האט געשריבן:כ"ג סיון:
נכתבו ונשלחו אגרות שניות ע"י מרדכי ואסתר להצלת כלל ישראל מגזירת המן האגגי
viewtopic.php?p=1949033#p1949033
כ"ז סיון
אום כ"ז סיון האבן די אידן אין פלארענס, איטאליע, אפגעצייכנט "פורים פלארענס", אלס זכר צו א נס אז זיי זענען געראטעוועט געווארן פון א גזירת כלי'.
- ויתן לך
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5230
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
- לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה
Re:
תנא-קמא האט געשריבן:אידישע-געשעענישן
אום א' סיון האט לויט מפרשים פאסירט דאס וואס עס שטייט אין דער תורה, אז קרח ועדתו זענען איינגעשלונגען געווארן אין דער ערד, נאכדעם וואס קרח האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן משה רבינו און אהרן הכהן..
ווער זענען די מפרשים?
Re: היינטיגע טאג אין היסטאריע
היינט כ"ח סיון אזויווי איצט פארנאכט איז אנגעקומען כ"ק אדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצוק"ל קיין ירושלים אין שנת תשנ"ד
- קאנטרי מאוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2154
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
- לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,
Re: היינטיגע טאג אין היסטאריע
דאס איז געווען א נסיעה וואס האט געשאקלט די וועלט. אלע צייטונגען זענען געווען פארנומען מיט די קעניג פון אנטי ציונים וואס קומט קיין א"י. עפעס איז דאן געווען א מעשה פון אדין וואס זענען מיטגעפארן און בטעות אריין אין א אראבישע דארף און ווען די ציוזשעטע אראבער האבן זיי געוואלט שעדיגן האבן זיי געזאגט אז זיי זענען פון די רבי'ס מענטשן דאן זענען די אראבערס ממש ווי נשתנה צורה געווארן און זיי שיין ארויסבאגלייט אז קיינער זאל זיי נישט שעדיגן.