זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

מלמדים אין קעמפ ברוב הימים

יעקב צבי שווארץ
יענקל לונגער
משה פריינד
יעקב יחזקי' אונגער
יעקב שמעון קליין
יושע פאליק סופר
יצחק יודא היימאן
אפרים כ"ץ

ווער נאך?
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
ווייט פיש
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 6:33 pm

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייט פיש »

אגב די לעגאלע נאמען איז דוכטצעך מחנה תולדות יעקב יוסף
די סטאטיטיק צייגט, אז ווייט פיש איז די מערסטע פאפולער אין וויליאמסבורג.
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

ווייט פיש האט געשריבן:אגב די לעגאלע נאמען איז דוכטצעך מחנה תולדות יעקב יוסף

געווען ביז 3 יאר צוריק
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שתיקה האט געשריבן:די מעשה מיט די שלאנג איז געווען א יאר צוויי פארדעם
ווי ר' משה איז ארויפגעקומען פון די בארג אונטער די לאנטש רום ארום גענומען מיט א שלאנג...

תשמ"ט to be exact, עטליכע מלמדים זענען נאך געווען צוקריגט מיט ר' זושא'ן אסאך יאהרן שפעטער, זיי האבן איהם נישט געקענט מוחל זיין אויף די שטיקל וואס ער האט געמאכט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובה דורך פיטום »

בן בוזי האט געשריבן:

אויך פלעגט מען פארציילן איבער עפעס א קאלערוואר ווי איינער איז ארויסגעקומען פון די ארון אינמיטן די לויה.

עני דיטעילס?
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

די מעשה מיטן ארון איז געווען נאך מיינע צייטן אין ווהייט לעיק ביים דארטיגען רב.

די מעשה מיטן שלאנג איז געווען פחד פחדים, ס'איז געווען א סוד אז קיינער האט דערוועגען נישט געוואוסט, נאר משה סאמפאלינסקי'ס ב"ב. איך בין יענע יאהר נאכנישט געווען אין קעמפ קען איך עס בלויז דערציילן וויאזוי מען האט עס נאכדערציילט שפעטער און אויפגעשפילט דערפון אין פלעיס.

ווען די קינדער האבן געהאלטען אינמיטען עסן פרישטאג זענען אנגעקומען צוויי גויים אין לאנטש רום און געפרעגט צו מען האט אפשר געזעהן א שלאנג אין די געגענט. זיי האבן דערציילט אז זיי האבן געהאט אין באזיץ א זייער מסוכנ'דיגער שלאנג וואס איז אנטרינען פון זיי און עס איז א גרויסער סכנה, מען זאל זיין זייער געווארענט אויב זעהט מען עס חלילה נישט צוגיין נאר הייבן פיס און אנטלויפן.

בשעת דער עולם איז נאך אונטער שאק און פחד הערט מען מיטאמאל א געשריי קומען פונעם 'שארטקאט' צווישן די מקוה און די לאנטש רום. משה סאמפאלינסקי קומט צו לויפן בשעת ער אמפערט זיך מיט א שלאנג וואס נעמט ארום זיין קערפער און ער מאכט קולות אז מען זאל איהם העלפן. למעשה איז ער כלומר'שט געביסן געווארן פונעם שלאנג ה"י און זיך כאילו געווארפן מיט שטערבליכע יסורים.

פארשטייט זיך אז מען האט גלייך גערופען הצלה אויפן פאבליק טעלעפאן. (עס איז ממש אוממעגליך מסביר צו זיין היינט, אבער אמאל איז מען -זייענדיג אין קעמפ, געווען ממש אפגעשניטן פון די דרויסענדיגע וועלט און מען האט נאר געקענט קאמיוניקירן דורכן פאבליק טעלעפאן, לויט ווי איך געדענק האט נישט געקאסט קיין געלט צו רופן הצלה). די קעמפ מאטהער וואס האט געקענט פוירסט עיד איז גערופען געווארן און האט עפעס באהאנדעלט. די מרס סאמפאלינסקי האט אויך גוט מיטגעשפילט און פארפירט מיט יאמערליכע קולות. דערווייל איז הצלה אנגעקומען און אוועק געפירט דעם שלאנג-געביסענער פאציענט.

אין קעמפ איז דערווייל געווען א שרעקליכער מצב ווען דער עולם ווארט אויף גינסטיגע רעזולטאטן בשעת מען רייסט איין מיט בכיות נוראות - פשוטו כמשמעו, פאר די געזונט פונעם מדריך רבי משה בן ???, די תהלים וואס איז געזאגט געווארן מיט קולות בוקע רקיעים אויפן הויך-הילכער האט מען געקענט הערן גאר ווייט אז אפילו די מיידלעך אין פאפא קעמפ האבן באנומען אז עפעס ערנסט קומט פאר.

איינער פון די מלמדים האט געוואלט מאכן א טעלעפאן רוף צום רבי'ן אין שטוב כדי מזכיר צו זיין (דער רבי שליט"א איז פון פריער אינפארמירט געווארן דערוועגען און רבי ישעי' ע"ה משב"ק האט מיטגעשפילט), פלעגט מען דערציילן אז ער האט אין גרויס ענגשאפט נישט האבנדיג דעם קוואדער צו מאכן א רוף, צוריסען א דאללער און פראבירט עס אריין צו שטיפן אינעם קוואדער סלאט כדי צו מאכן דעם דרונגענדן רוף להתברך בדבר ישועה ורחמים.

אזוי האט מען מתפלל געווען א לענגערע צייט, ביז דער אמבולאנס איז ווידער אנגעקומען אין קעמפ און פונעם הינטערשטן טיר האט ארויסגעשפראלט רבי משה מיט א שילד 'קאללער וואר'.

ביז אהער די טרוקענע געשיכטע...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יענק'ל פנים
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2014 6:21 pm

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענק'ל פנים »

בן בוזי האט געשריבן:די מעשה מיטן ארון איז געווען נאך מיינע צייטן אין ווהייט לעיק ביים דארטיגען רב.

גארנישט אזא טרוקענע געשיכטע...

הצלה האט געוויסט דערפון?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

די רבי שליט"א האט געוואוסט? נישט מסתבר. פ"וו פעלט אויס איהם צו מודיע זיין. מ'האט העכסנס ג'זאגט פאר דעם גבאי פון פאראויס
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מען דערציילט אז יאסל הערשקאוויטש ע"ה האט באלד געזאגט אז עפעס שטימט נישט.
א שלאנג וואס בייסט וויקלט זיך נישט ארום דעם מענטש.
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

נחוניא האט געשריבן:מען דערציילט אז יאסל הערשקאוויטש ע"ה האט באלד געזאגט אז עפעס שטימט נישט.

יעדער האט געקענט זאגן א מיינונג אבער סי'ז פיין געלונגען
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
שתיקה
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:07 pm

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתיקה »

נחוניא האט געשריבן:מען דערציילט אז יאסל הערשקאוויטש ע"ה האט באלד געזאגט אז עפעס שטימט נישט.
א שלאנג וואס בייסט וויקלט זיך נישט ארום דעם מענטש.

יוי! דו דערמאנסט מיר יעצט פון ר' יאסל - זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן - אויך פון די זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף
שתיקה
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:07 pm

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתיקה »

ווער געדענקט די אלטע ניגון וואס מ'פלעגט אלס זינגען ווען די רבי איז געקומען.

מיר זענען סאלדאטן, פאר אונזער טאטן, פאר דעם הייליגן בורא.
מיר וועלן שטרעבן, א גאנץ לעבן, צו לערנען די הייליגע תורה.
מחנה תולדות יעקב יוסף, מחנה תולדות יעקב יוסף,....

נו ווער געדענקט דעם אויספיר...
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

שתיקה האט געשריבן:ווער געדענקט די אלטע ניגון וואס מ'פלעגט אלס זינגען ווען די רבי איז געקומען.

מיר זענען סאלדאטן, פאר אונזער טאטן, פאר דעם הייליגן בורא.
מיר וועלן שטרעבן, א גאנץ לעבן, צו לערנען די הייליגע תורה.
מחנה תולדות יעקב יוסף, מחנה תולדות יעקב יוסף,....

נו ווער געדענקט דעם אויספיר...

וועלכע יארן ביסטו געווען?
איך בין געווען פון תש״ס
איך געדענק עס נישט
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא »

יידישע קהילות האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:די מעשה מיטן ארון איז געווען נאך מיינע צייטן אין ווהייט לעיק ביים דארטיגען רב.

די מעשה מיטן שלאנג איז געווען פחד פחדים, ס'איז געווען א סוד אז קיינער האט דערוועגען נישט געוואוסט, נאר משה סאמפאלינסקי'ס ב"ב. איך בין יענע יאהר נאכנישט געווען אין קעמפ קען איך עס בלויז דערציילן וויאזוי מען האט עס נאכדערציילט שפעטער און אויפגעשפילט דערפון אין פלעיס.

ווען די קינדער האבן געהאלטען אינמיטען עסן פרישטאג זענען אנגעקומען צוויי גויים אין לאנטש רום און געפרעגט צו מען האט אפשר געזעהן א שלאנג אין די געגענט. זיי האבן דערציילט אז זיי האבן געהאט אין באזיץ א זייער מסוכנ'דיגער שלאנג וואס איז אנטרינען פון זיי און עס איז א גרויסער סכנה, מען זאל זיין זייער געווארענט אויב זעהט מען עס חלילה נישט צוגיין נאר הייבן פיס און אנטלויפן.

בשעת דער עולם איז נאך אונטער שאק און פחד הערט מען מיטאמאל א געשריי קומען פונעם 'שארטקאט' צווישן די מקוה און די לאנטש רום. משה סאמפאלינסקי קומט צו לויפן בשעת ער אמפערט זיך מיט א שלאנג וואס נעמט ארום זיין קערפער און ער מאכט קולות אז מען זאל איהם העלפן. למעשה איז ער כלומר'שט געביסן געווארן פונעם שלאנג ה"י און זיך כאילו געווארפן מיט שטערבליכע יסורים.

פארשטייט זיך אז מען האט גלייך גערופען הצלה אויפן פאבליק טעלעפאן. (עס איז ממש אוממעגליך מסביר צו זיין היינט, אבער אמאל איז מען -זייענדיג אין קעמפ, געווען ממש אפגעשניטן פון די דרויסענדיגע וועלט און מען האט נאר געקענט קאמיוניקירן דורכן פאבליק טעלעפאן, לויט ווי איך געדענק האט נישט געקאסט קיין געלט צו רופן הצלה). די קעמפ מאטהער וואס האט געקענט פוירסט עיד איז גערופען געווארן און האט עפעס באהאנדעלט. די מרס סאמפאלינסקי האט אויך גוט מיטגעשפילט און פארפירט מיט יאמערליכע קולות. דערווייל איז הצלה אנגעקומען און אוועק געפירט דעם שלאנג-געביסענער פאציענט.

אין קעמפ איז דערווייל געווען א שרעקליכער מצב ווען דער עולם ווארט אויף גינסטיגע רעזולטאטן בשעת מען רייסט איין מיט בכיות נוראות - פשוטו כמשמעו, פאר די געזונט פונעם מדריך רבי משה בן ???, די תהלים וואס איז געזאגט געווארן מיט קולות בוקע רקיעים אויפן הויך-הילכער האט מען געקענט הערן גאר ווייט אז אפילו די מיידלעך אין פאפא קעמפ האבן באנומען אז עפעס ערנסט קומט פאר.

איינער פון די מלמדים האט געוואלט מאכן א טעלעפאן רוף צום רבי'ן אין שטוב כדי מזכיר צו זיין (דער רבי שליט"א איז פון פריער אינפארמירט געווארן דערוועגען און רבי ישעי' ע"ה משב"ק האט מיטגעשפילט), פלעגט מען דערציילן אז ער האט אין גרויס ענגשאפט נישט האבנדיג דעם קוואדער צו מאכן א רוף, צוריסען א דאללער און פראבירט עס אריין צו שטיפן אינעם קוואדער סלאט כדי צו מאכן דעם דרונגענדן רוף להתברך בדבר ישועה ורחמים.

אזוי האט מען מתפלל געווען א לענגערע צייט, ביז דער אמבולאנס איז ווידער אנגעקומען אין קעמפ און פונעם הינטערשטן טיר האט ארויסגעשפראלט רבי משה מיט א שילד 'קאללער וואר'.

ביז אהער די טרוקענע געשיכטע...

די רבי שליט"א האט געוואוסט? נישט מסתבר. פ"וו פעלט אויס איהם צו מודיע זיין. מ'האט העכסנס ג'זאגט פאר דעם גבאי פון פאראויס

וואס הייסט?? די מחנה איז דאך בנשיאות כ״ק אדמו״ר שליט״א... מ׳קען גארנישט טוהן אן זיין וויסן
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

משה צימערינג האט געשריבן:
שתיקה האט געשריבן:ווער געדענקט די אלטע ניגון וואס מ'פלעגט אלס זינגען ווען די רבי איז געקומען.

מיר זענען סאלדאטן, פאר אונזער טאטן, פאר דעם הייליגן בורא.
מיר וועלן שטרעבן, א גאנץ לעבן, צו לערנען די הייליגע תורה.
מחנה תולדות יעקב יוסף, מחנה תולדות יעקב יוסף,....

נו ווער געדענקט דעם אויספיר...

וועלכע יארן ביסטו געווען?
איך בין געווען פון תש״ס
איך געדענק עס נישט

כ'געדענק אויך נישט דעם ניגון, אויף וועלכע טאן?
לעצט פארראכטן דורך פיטום אום דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 9:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

געדענק איך אז שוין פון עטליכע וואכן פאר וואס די רבי שליט"א איז געקומען אין קעמפ איז שוין ליפא שמעלצער געווען און צוגעגרייט די קוויערס מיט די ניגונים.

צווישן די סאלאס זענען געווען יוסי האניג, הערשי וויינבערגער מיט זיין ברודער ארי.
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

איינע פון ליפא'ס הויפט ניגונים איז געווען: שבת אין מחנה סקווירא, שבת אין מחנה סקווירא, שבת אין מחנה סקווירא, מחנה סקווירא...! אויף די טאָן פון שבח יקר וגדולה, ס'פלעגט באמבערן!
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
בן דותא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 4:32 pm

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דותא »

פיטום האט געשריבן:איינע פון ליפא'ס הויפט ניגונים איז געווען: שבת אין מחנה סקווירא, שבת אין מחנה סקווירא, שבת אין מחנה סקווירא, מחנה סקווירא...! אויף די טאָן פון שבח יקר וגדולה, ס'פלעגט באמבערן!

ליפא פלעגט זיך אסאך דרייען דארט, אויך בערי סופר איז אסאך געווען דארט אויף שבתים און פלעגט אויסגראמען די מדריכים ביי די סעודות
מרחיבים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:25 pm

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרחיבים »

דער אשכול פרישט מיר אויף אלטע זכרונות, אבער פון א צווייטער אספעקט, איך בין געווען א מדריך מיט א היפשע פאר יאר צוריק, אוי האבן מיר געהאקט א לעבן דארט קינדערליך טייערע...

מיינע בעסטע מעמורן זענען פון די חצות מנין ביי אשר זעליג'ן אין קאנטין, יעדע נאכט איז געווען עפעס א צווייטע נס מיט א צענטער צום מנין.
שתיקה
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:07 pm

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתיקה »

פיטום האט געשריבן:
משה צימערינג האט געשריבן:
שתיקה האט געשריבן:ווער געדענקט די אלטע ניגון וואס מ'פלעגט אלס זינגען ווען די רבי איז געקומען.

מיר זענען סאלדאטן, פאר אונזער טאטן, פאר דעם הייליגן בורא.
מיר וועלן שטרעבן, א גאנץ לעבן, צו לערנען די הייליגע תורה.
מחנה תולדות יעקב יוסף, מחנה תולדות יעקב יוסף,....

נו ווער געדענקט דעם אויספיר...

וועלכע יארן ביסטו געווען?
איך בין געווען פון תש״ס
איך געדענק עס נישט

כ'געדענק אויך נישט דעם ניגון, אויף וועלכע טאן?

It was in the 1990's
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ווער געדענקעט די קעמפ פייער?
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ווער געדענקעט די קעמפ פייער?

דאס איז געווען אן ארטיקל פאר זיך! דאס זיצן דארט אויפן רבינ'ס פעלד, מען פלעגט שלעפן ווייערס פון אלע זייטן פאר די מוזיק, פון די בחורים ביסמ"ד און פון די לאנטש רום.

דאכצעך אז די גרעסטע בוים וואס איז געווען אינמיטן פונעם מערכה פלעגט כיתה ט' בחזקה ברענגען.
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מיט המנ'ען פון אויבן
אוועטאר
ווייט פיש
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 6:33 pm

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייט פיש »

פיטום האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:ווער געדענקעט די קעמפ פייער?

דאס איז געווען אן ארטיקל פאר זיך! דאס זיצן דארט אויפן רבינ'ס פעלד, מען פלעגט שלעפן ווייערס פון אלע זייטן פאר די מוזיק, פון די בחורים ביסמ"ד און פון די לאנטש רום.

דאכצעך אז די גרעסטע בוים וואס איז געווען אינמיטן פונעם מערכה פלעגט כיתה ט' בחזקה ברענגען.

געגעסן די פרענקס רח"ל
די סטאטיטיק צייגט, אז ווייט פיש איז די מערסטע פאפולער אין וויליאמסבורג.
אוועטאר
ווייט פיש
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 6:33 pm

Re: זכרונות פון מחנה תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייט פיש »

משה צימערינג האט געשריבן:מלמדים אין קעמפ ברוב הימים

יעקב צבי שווארץ
יענקל לונגער
משה פריינד
יעקב יחזקי' אונגער
יעקב שמעון קליין
יושע פאליק סופר
יצחק יודא היימאן
אפרים כ"ץ

ווער נאך?

יעקב יוסף פעדער
זעליג
די סטאטיטיק צייגט, אז ווייט פיש איז די מערסטע פאפולער אין וויליאמסבורג.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”