זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
ווי די וועלט זאגט, פון בעסטן קינד האט מען פארגעסן
איך גלייב אז א רובא דמינכר דא זענן יוצאי ישיבת םאטמאר קר"י, איז דאך פאסיג צו עפענען א אשכול זכרונות
קודם אפאר פאקטן
רביה"ק זי"ע האט נאך געלייגט די אבן הפנה זומער תשל"ח
ר' יונה עסטרייכער האט געבויעט די ערשטע 2 בנינים לשם מצוה, יהא זכרו ברוך
די ישיבה האט זיך ארויסגעצויגן זומער זמן תש"ם, מיט רבינו מהר"א שליט"א אלס ראש הישיבה ומנהל, ר' מאטיל שטיין שליט"א (היינט אדמו"ר מפאלטיטשאן) סגן מנהל
תשמ"ב איז ר' מאטל געווארן מנהל און מהר"א ראש הישיבה עד היום הזה לאויש"ט
ר' מאטיל איז ארויס דאכט זיך אנהויב תשמ"ה
וועל מיר מכבד זיין דעם עולם צו אנהייבן פארציילן, איך וועל אריינווארפן מיינע צוויי צענט כפי ידיעתי

- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
לאמיר אנפאנגען מיט די מגידי שיעור בימים ההם, ר' מענדל פריעדמאן מיט ר' יונה פילאפף, ר' מרדכי דוד קאהן, ר' שמואל טייטלבוים, ר' מאיר יודא טענענבוים, איך מיין ר' שמואל זנוויל פלעגט אויך ארויסקומען אנפאנג, אפיציעל האט דער רבי דער ברך משה אויך געהאט א כתה, דער רבי איז אפיציעל ארויסגעקומען פארהערן יעדע צווייטע וואך,
לעצט פארראכטן דורך lebediger berel אום דינסטאג אוגוסט 11, 2020 2:18 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
- נתן בן ופסי
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5511
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
- לאקאציע: מחנה ישראל
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
קודם זאל מען מאכן אן אנקעטע, וועלעכע יארן מען האט געלערט דארט, צי זעהן פון וועלעכע יארן די רוב איז, ווייל יעדע צוויי יאר איז עס ווי א אנדערע ישיבה.. וואס האט נישט קיין שייכות צי די פריעדיגע..
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
[quote="lebediger berel"]לאמיר אנפאנגען מיט די מגידי שיעור בימים ההם, ר' מענדל פריעדמאן מיט ר' יונה פילאפף, ר' מאיר יודא טענענבוים, איך מיין ר' שמואל זנוויל פלעגט אויך ארויסקומען אנפאנג, אוודאי, ביז תשמ"ה זיכער, שפעטער אויך אפיציעל האט דער רבי דער ברך משה אויך געהאט א כתה, מהר"א האט געהאט א כתה וואס יעדער בחור האט געדארפט לערנען לכה"פ איין זמן דער רבי איז אפיציעל ארויסגעקומען פארהערן יעדע צווייטע וואך,מינומים, אסאך מאל מער, פון פסח ביז סוף זומער איז ער עמטליך געווען אין קר"י און געדאווענט יעדען טאג אין ישיבה, און אפילו געפראוועט א שבת (נחמו) אין ישיבה[/quote]
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
נתן בן ופסי האט געשריבן:קודם זאל מען מאכן אן אנקעטע, וועלעכע יארן מען האט געלערט דארט, צי זעהן פון וועלעכע יארן די רוב איז, ווייל יעדע צוויי יאר איז עס ווי א אנדערע ישיבה.. וואס האט נישט קיין שייכות צי די פריעדיגע..
ביז תש"ס איז עס געווען די עמטליכע ישיבה גדולה פון סאטמאר,
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
אז היסטאריקער האט דערמאנט די שבתים מיטן רבין, עס איז נישט געווען שבת נחמו אין מיינע צייטן, עס איז געווען שבת צווישן פסח און שבועות, ס'איז געווען א יום טוב פאר אונז בחורים הדרא דלא אפשר למפרט בשפוותא, דער רבי איז אויפגעקומען נאך פארן זמן מיט א קאר, געגעסן צוזאמען מיט אונז די סעודה (אריין געקומען פאר די פלייש און אנגעפאנגען שלום עליכם) איך געדענק נישט יעצט וואו דער רבי האט איבערגענעכטיגט, געדאווענט שחרית אין ישיבה, די עד הנה האט געהאט גאר א אנדערע אפקלאנג אין ישיבה מ'האט געהערט יעדע קרעכץ (מיר האבן געקוקט מיט א קרום אויג אויף די צוויי מנינים בעליבתים וואס האבן זיך מיט געכאפט, איר פארגינט אונז נישט איינמאל א יאר פריוואט מיטן רבין). נא להמשיך
אז מ'לעבט דערלעבט מען
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
בס"ד
יא, בערעלע, נאך געהאט די זכי' צו האבן א שבת מיט'ן רבי'ן אין ישיבה. נישט אין ישיבה ממש, נאר מיט די בחורים אין "קרית יואל מענאר"... אה, גיי דערצייל. אויך נאך געהאט די זכי' צו הערן (כ'מיין די לעצטע) פתיחה מיט א פלפול, ל"ג בעומר אין מיטעלע נ' יארן. איי האט דער עולם געשפרינגען פון עפעס א חידוש וואס דער רבי האט אויפגעטאן. אבער פארהערן שוין נישט.
אגב, ביי די ריזיגע שניי תשנ"ו איז דארט געווען א ריזיגע שניי שטיבעלע מיט פלאץ פאר איבער א מנין בחורים, מיט א קוימען לעכל אויפ'ן דאך, אה זכרונות. גראדע איז נישט געווען קאלט (ווייל די לופט צווישן די שניי ברעקלעך האט געהאלטן ווארעם ווי א פיטער).
ס'איז אויך געווען דעמאלט א שטיקל בלעק-אוט, זונטאג גאנץ פרי.

ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
lebediger berel האט געשריבן:אז היסטאריקער האט דערמאנט די שבתים מיטן רבין, עס איז נישט געווען שבת נחמו אין מיינע צייטן, עס איז געווען שבת צווישן פסח און שבועות, ס'איז געווען א יום טוב פאר אונז בחורים הדרא דלא אפשר למפרט בשפוותא, דער רבי איז אויפגעקומען נאך פארן זמן מיט א קאר, געגעסן צוזאמען מיט אונז די סעודה (אריין געקומען פאר די פלייש און אנגעפאנגען שלום עליכם) איך געדענק נישט יעצט וואו דער רבי האט איבערגענעכטיגט, געדאווענט שחרית אין ישיבה, די עד הנה האט געהאט גאר א אנדערע אפקלאנג אין ישיבה מ'האט געהערט יעדע קרעכץ (מיר האבן געקוקט מיט א קרום אויג אויף די צוויי מנינים בעליבתים וואס האבן זיך מיט געכאפט, איר פארגינט אונז נישט איינמאל א יאר פריוואט מיטן רבין). נא להמשיך
תשמ"א איז עס געווען שבת נחמו, דער רבי איז איינגעשטאנען ביי ר' יודא רייזמאן ע"ה, מ' האט געצויגן לעקטער אויפ'ן שארט קאט
שפעטערע יארן פלעגט מען נאר עסען די סעודה אינאיינעם מיט'ן רבי'ן אין זאל פון ביהמ"ד הגדול, געדענק נישט אויב עס איז געווען נאכאמאל אין ישיבה
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
מ"ב זיכער יא, און סיניש געווען נחמו - כמעט זיכער דער רבי איז געווען נחמו אין שעראן ספרינגס
אז מ'לעבט דערלעבט מען
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35243
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
כ'געדענק נאר אין "קרית יואל מענאר", איין יאר איז עס געוועזן נאך א פרייטאגדיגער עשרה בטבת.
כ'ווייס נישט וואו אנצוהויבן, אלענפאלס לאמיר לאזן די עלטערע ערשט.

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
lebediger berel האט געשריבן:מ"ב זיכער יא, און סיניש געווען נחמו - כמעט זיכער דער רבי איז געווען נחמו אין שעראן ספרינגס
גערעכט, איינמאל איז זיכער געווען נאך תשמ"א אין ישיבה
ווער געדענקט די לעכטיגע צייטן ווען הגה"צ מוואדיסלאוו זצ"ל וועלעכער האט געוויילט זומער אין קר"י, פלעגט ארויפקומען דאווענען אין ישיבה, נאכ'ן דאווענען פלעגט זיך גרופירן בחורים ארום אים שמועסן סיפורי צדיקים וכדומה, עס האט זיך געגאסן דברי חכמה און היסטארי פון דעם חכימא דיהודאי
אפגערעדט ווען דער רבי זצ"ל איז אויך דארט געווען, א ערהאבן בילד געווען ווי זיי פארברענגען אינאיינעם
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
farshlufen האט געשריבן:כ'געדענק נאר אין "קרית יואל מענאר", איין יאר איז עס געוועזן נאך א פרייטאגדיגער עשרה בטבת.
כ'ווייס נישט וואו אנצוהויבן, אלענפאלס לאמיר לאזן די עלטערע ערשט.
פרייטאג עשרה בטבת דאס איז געווען תשנ"ז, דאס לעצטע מאל וואס די רבי האט געגעסן שבת מיט די בחורים
איך געדענק נאך גוט ליל שב"ק בחקותי תשנ"ה אין די נייע לאנטש רום
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7049
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
יא, בערעלע, נאך געהאט די זכי' צו האבן א שבת מיט'ן רבי'ן אין ישיבה. נישט אין ישיבה ממש, נאר מיט די בחורים אין "קרית יואל מענאר"... אה, גיי דערצייל. אויך נאך געהאט די זכי' צו הערן (כ'מיין די לעצטע) פתיחה מיט א פלפול, ל"ג בעומר אין מיטעלע נ' יארן. איי האט דער עולם געשפרינגען פון עפעס א חידוש וואס דער רבי האט אויפגעטאן. אבער פארהערן שוין נישט.
אגב, ביי די ריזיגע שניי תשנ"ו איז דארט געווען א ריזיגע שניי שטיבעלע מיט פלאץ פאר איבער א מנין בחורים, מיט א קוימען לעכל אויפ'ן דאך, אה זכרונות. גראדע איז נישט געווען קאלט (ווייל די לופט צווישן די שניי ברעקלעך האט געהאלטן ווארעם ווי א פיטער).
ס'איז אויך געווען דעמאלט א שטיקל בלעק-אוט, זונטאג גאנץ פרי.
יעה. די איגלו ביי די צווייטע דארמיטארי
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 259
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
זומער תשנ"ט האבן א גרופע בחורים באשלאסן אז עס איז נישט קיין כבוד אז די רבי שפאצירט אהיים בלויז מיט די הויז בחור, מען דארף באגלייטן דעם רבי'ן. דאן האט זיך אנגעפאנגן די זיסע שפאצירן מיט ספורי צדיקים ממש כמעיין המתגבר די שפאציר האט געדוירט בערך 15 מינוט מען קען אסאך שרייבן איבער די שיינע שפאצירן.
דא איז א בילד פון א שפאציר בשנת תשס"א
דא איז א בילד פון א שפאציר בשנת תשס"א
- אטעטשמענטס
-
- שפאציר תשסא.jpg (563.13 KiB) געזען 2412 מאל
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35243
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
איין מינוט, וואו איז לאפלאש אהינגעקומען?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
אה זכרונות...
די געשמאקע שיעורים פון רבי אהרן קאהן זצ"ל
ר' שלום פעלדמאן ביים לאנטש רום
די פארהערן קארטלך
וכו...

מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
די געשמאקסטע פורים רב לכאורה איז געווען הרב לאבין
מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7049
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
די פארהערן קארטלעך (טשעק)
שלום פעלדמאן'ס קארטלעך האט געהאט א בעסערע סעיפטי פון וואס די געלט דרוקער קאנען זיך אפלערנען אז מען זאל דאס קיינמאל קאנען פעלשן. די זיגל דערויף מיט א אנדערע סארט זיגל יעדע מאנאט.
ר' אהרן'ס שיעורים האב איך געגליכען אלס די רוהיגקייט וויאזוי ער האט דאס פארגעלערנט. ער האט קיינמאל געדארפט שרייען אזוי אום צו צייגען וואספארא גאון ער איז...
דערמאן יאך זעך שוין פון ר' שמואל קעסטענבוים אלס מיין ערשטע מגיד שיעור אין די ישיבה גדולה.
שלום פעלדמאן'ס קארטלעך האט געהאט א בעסערע סעיפטי פון וואס די געלט דרוקער קאנען זיך אפלערנען אז מען זאל דאס קיינמאל קאנען פעלשן. די זיגל דערויף מיט א אנדערע סארט זיגל יעדע מאנאט.
ר' אהרן'ס שיעורים האב איך געגליכען אלס די רוהיגקייט וויאזוי ער האט דאס פארגעלערנט. ער האט קיינמאל געדארפט שרייען אזוי אום צו צייגען וואספארא גאון ער איז...
דערמאן יאך זעך שוין פון ר' שמואל קעסטענבוים אלס מיין ערשטע מגיד שיעור אין די ישיבה גדולה.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7049
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
מודהאני האט געשריבן:די געשמאקסטע פורים רב לכאורה איז געווען הרב לאבין
ווייל אים געדענקסטו אלס די טעכניש לעצטע פורים רב. די טענץ ביים מוצאי שבת טיש, און די מחאה פון ...... א טאג דערויף, און די שלעק וואס ער האט געכאפט צוליב די מחאה...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
מודהאני האט געשריבן:די געשמאקסטע פורים רב לכאורה איז געווען הרב לאבין
איך געדענק ר׳ טובי׳ מאיר אינדיג אלס פורים רב און שמואל אהרן שווארץ אלס חזן, אוי איז דאס געווען א שבת זכר צו געדענקן
(ווען נישט די פאנטשער ביי חזונת׳ן ומח שמו וזכרו)
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
איך וועל ממשיך זיין מיט די משגיחים און שו"ע מגידי שיעור און שואלים ומשביבים פון מיינע צייטן, (אנפאנג מ"ם'ס) ביטע שרייבן די נעמען וואס כ'האב פארגעסן.
הרב אלימלך הצעיר לאנדא שליט"א, הרב דוד גליק, הרב יצחק מאנדל, (כ'מיין ר' יצחק איז געווען דער במקום פארן רבין דער ברך משה פון דעם האט זיך געמאכט די גרויסע עלטסטע כתה) נא, ווער דערמאנט נאך נעמען?..
הרב אלימלך הצעיר לאנדא שליט"א, הרב דוד גליק, הרב יצחק מאנדל, (כ'מיין ר' יצחק איז געווען דער במקום פארן רבין דער ברך משה פון דעם האט זיך געמאכט די גרויסע עלטסטע כתה) נא, ווער דערמאנט נאך נעמען?..
אז מ'לעבט דערלעבט מען
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
lebediger berel האט געשריבן:איך וועל ממשיך זיין מיט די משגיחים און שו"ע מגידי שיעור און שואלים ומשביבים פון מיינע צייטן, (אנפאנג מ"ם'ס) ביטע שרייבן די נעמען וואס כ'האב פארגעסן.
הרב אלימלך הצעיר לאנדא שליט"א, הרב דוד גליק, הרב יצחק מאנדל, אחד מבני הגרנ"י מייזעלס שכחתי שמו (כ'מיין ר' יצחק איז געווען דער במקום פארן רבין דער ברך משה פון דעם האט זיך געמאכט די גרויסע עלטסטע כתה) נא, ווער דערמאנט נאך נעמען?..
כדי צו באמערקן די ישיבה איז דעמאלטס (מ' ביז מ"ד -מ"ה) די קלענסטע אין נומערן, ווייל דער דור פון טאטעס לאגער איבערלעבער האבן שוין געהאט ווייניג בחורים, די עלטערע האט מען דאך געלאזט אין וויליאמסבורג ביי ר' משה יאזאפאוויטש'ן אין קליימער, און די אינגע דור קינדער פון לאגער איבערלעבער האבן נאך כמעט נישט געהאט קיין גרויסע בחורים ביז מ"ד מ"ה און זיי האבן נישט געוואלט שיקן קיין קרית יואל אזוי אינג איז נולד געווארן דער צעירים.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35243
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
מודהאני האט געשריבן:די פארהערן קארטלך
וכו...
איך האב עס נאך ערגעץ.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
lebediger berel האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן:איך וועל ממשיך זיין מיט די משגיחים און שו"ע מגידי שיעור און שואלים ומשביבים פון מיינע צייטן, (אנפאנג מ"ם'ס) ביטע שרייבן די נעמען וואס כ'האב פארגעסן.
הרב אלימלך הצעיר לאנדא שליט"א, הרב דוד גליק, הרב יצחק מאנדל, אחד מבני הגרנ"י מייזעלס שכחתי שמו (כ'מיין ר' יצחק איז געווען דער במקום פארן רבין דער ברך משה פון דעם האט זיך געמאכט די גרויסע עלטסטע כתה) נא, ווער דערמאנט נאך נעמען?..
כדי צו באמערקן די ישיבה איז דעמאלטס (מ' ביז מ"ד -מ"ה) די קלענסטע אין נומערן, ווייל דער דור פון טאטעס לאגער איבערלעבער האבן שוין געהאט ווייניג בחורים, די עלטערע האט מען דאך געלאזט אין וויליאמסבורג ביי ר' משה יאזאפאוויטש'ן אין קליימער, און די אינגע דור קינדער פון לאגער איבערלעבער האבן נאך כמעט נישט געהאט קיין גרויסע בחורים ביז מ"ד מ"ה און זיי האבן נישט געוואלט שיקן קיין קרית יואל אזוי אינג איז נולד געווארן דער צעירים.
אנהויב מ"ם'ס? האמיר דאך געלערנט די זעלבע צייט
הרב דוד גליק, געווען א משגיח
הרב יצחק מאנדל, נישט געווען אין מיינע צייטן, ביז אינמיטן די מ"ם'ס
נאך משגיחים, ר' מאיר יודל טענענבוים, ר' שלמה אליעזר מייזעלס, ר' זלמן לייב רובין (היינט אדמו"ר דינוב, ר' מאיר אליעזר פר"מ, ר' ברוך לעווי
מגי"ש ר' יונה פילאפ ז"ל
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
farshlufen האט געשריבן:מודהאני האט געשריבן:די פארהערן קארטלך
וכו...
איך האב עס נאך ערגעץ.
איך האב נאך די נתקבל קארד, נכתב ונחתם בטבעת המלך רבינו שליט"א (דעמאלסדיגער ראש הישיבה)