זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים
- תגובות: 83
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
סארי באט שוין 3 און א האלב יאר וואס די מגי"ש זענען באצאלט עד פ"א מיט מסירת נפש
-
- שר חמישים
- תגובות: 89
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
איש ליזענסק האט געשריבן:א שיינע אימעיל מיט נייעס איז היינט ארומגעפארן פאר יוצאי הישיבה, ווער עס וויל קען זיך דא http://eepurl.com/gS2w2b אויפסיינען.
אויב איינער קען מיר זאגן וויאזוי מ'קען אטעטשירן די תוכן אהער וואלט איך עס געטון, פאר יוצאים קען עס זיין אינטערסאנט.
בעז"ה
געהויבענע מעמד "הדלקת נרות חנוכה" דעם זאת חנוכה געפראוועט אין ישיבה דורך כ"ק רבינו שליט"א מיט באטייליגונג פון די חשוב'ע מגידי שיעור ותלמידי הישיבה
פילע יוצאי הישיבה וחסידי ומעריצי רבינו האבן זיך אנגעזעהן צווישן די נאספים
ווי באקאנט טוט רבינו שליט"א יאר יערליך פראווענען איין נאכט חנוכה צוזאמען מיט די בחורי הישיבה, ווי עס קומען אויך צוזאם חסידי ומעריצי רבינו מיט פילע יוצאי ישיבתנו הק', זיך צו ווארעמען לאורו אין די געהויבענע חנוכה טעג, ולהודות ולהלל ברוב עם הדרת מלך, איז דאס היי יאר געפראוועט געווארן אום זאת חנוכה אויף גאר א שיינעם פארנעם.
צום באשטימטן זמן האבן זיך צונויפגעזאמעלט א ריזן ציבור, בחורים אברכים ובעה"ב חשובים, תלמידי ויוצאי ישיבתינו הק' פון אלע יארגענג, וועלכע האבן איבערגעפילט דעם היכל הישיבה, צו קענען מיטהאלטן די הייליגע מינוטן בהעלות את הנרות, און זיך צוזען פונדערנאנט צום עבודת הקודש פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט, אין אט די דערהויבענע זמנים.
פאר די פילע אברכים יוצאי הישיבה האט דאס געדינט ווי א פרישע אויפוואכונג און דערמאנונג פון די לעכטיגע זכרונות פון די געהויבענע חנוכה טעג אין אט די ישיבה ווענט, ווי באלד ביים אריינקומען האט מען שוין געזעהן די ליכטעלעך ברענען פונ'ם אריינגאנג, און ביי אלע טירן און ווינקלעך זענען אנגעשטויסן מיט ברענעדיגע מנורה'ס ווי בחורים שטייען און זענען זיך מתחמם לאורו פון די הייליגע חנוכה ליכט, זינגענדיג שירות ותשבחות לכבוד היום, מיט די דערהויבענע ישיבה שטימונג, ווי די אברכים האבן געשמועסט איז בלויז פאר די מחזה אליין ווערט צו קומען פון דערווייטנ'ס.
א יראת הכבוד און התרוממות האט ארומגענומען דעם ציבור, ווען דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד, און תיכף צוגעטרעטן צו דער הייליגער עבודה מיט א פחד וחרדת קודש. דער רבי האט געמאכט די ברכות באש להבה, און דערנאך אנגעצינדן די נרות אינעם פּרעכטיגן זילבערנעם מנורה, בשעת דער פילקעפיגער ציבור קוקט צו איין צום עבודת ההדלקה.
באלד דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן פארצוזינגען די זמירות לחנוכה, מעוז צור און אלע אנדערע פזמונים כנהוג, און נאך פילע ניגונים לכבוד היום, ווען דער הערליכע קאפעליע תלמידי הישיבה זינגט נאך מיט א געוואלדיגע פאכמאנישקייט, להודות ולהלל לשמך הגדול.
דערנאך איז פארגעקומען די מעמד לחיים, ווי יעדער איז אריבערגעגאנגען וואונטשן לחיים פאר רבינו שליט"א מיט א מייסטערהאפטן סדר, קודם די מגידי שיעור און נכבדי העדה און דערנאך אלע אברכים יוצאי הישיבה, און דערנאך בניו החביבים די בחורי הישיבה, וואו דער רבי שליט"א האט יעדעם ווארעם געוואונטשן במאור פנים, געבנדיג פאר יעדעם א געבענטשטע מטבע קודש, ספעציעל געגאסן פאר'ן מעמד, כנהוג בחצרות החסידים.
דערנאך איז די רבי שליט"א געזעצן א לענגערע צייט ביי זיך אין שטוב, ווי די פילע געסט האבן געהאט א געלעגנהייט אריינצוגיין פריוואט בבית רבינו, ווי צווישן אנדערע האט זיך אנגעזעהן א משלחת נכבדה פון קהלה קדושה אין וויליאמסבורג, ווי צווישן אנדערע האבן זיי איינגעלאדענט רבינו שליט"א צו קומען פראווענען שבת קודש פ' בשלח - שהת שירה בקרב חסידיו אין וויליאמסבורג, דער רבי איז געווען נעתר לבקשתם און האט אויסגעדריקט א געוואלדיגע קורת רוח צו קומען פראווענען דעם שבת אין וויליאמסבורג. די עסקני הקהלה ארבעטן אצינד העפטיג אויף די פלענער, און האפן בקרוב ארויסצוקימען מיט די דעטאלירטע פלענער פאר די געהויבענע שבת, ווער מיוצאי ישיבתנו הק' וואס וויל ארויסהעלפן מיט די צרכי השבת קען זיך ווענדן צו די עסקנים.
מען דארף דא טאקע ארויסברענגן א געוואלדיגע דאנק פאר עסקני בית רבינו פאר'ן אריינלייגן אימערמידליכע כחות אהערצושטעלן די מעמד אויף א העכסט פראפעסיאנאלע פארנעם, גאר שטארק מסודרדיג, אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, ווי אויך שטייען זיי צי די האנט פון רבינו שליט"א און די חסידים בכל עת מצוא מיט א געוואלדיגע געטריישאפט ובפרט און בעפורברייטונג צום גרויסן שבת בצל רבינו אין וויליאמסבורג.
פאר די ריקארדונג פון די נרות דריקט דא
הערליכע "כולל ערב" געגרינדעט בקרב בית מדרשינו אין וויליאמסבורג, צו פאראייניגן אברכי יוצאי ישיבתינו הק' מיט א תורה'דיגן קשר
איינס פון די הערליכע רינגעלעך אין קייט פון הרבצת התורה דורך ישיבתינו הק', און דער רוחניות'דיגער קשר וואס מען בלייבט אנגעקניפט אויך די נאכפאלגענדע יארן, איז אויפגענומען געווארן מיט פרייד די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה, מיט'ן גרינדונג פון א נייע "כולל ערב" ספעציעל געאייגענט פאר די חשובע אברכים, יוצאי ישיבתינו הק', אין ביהמ"ד נועם אלימלך ליזענסק, אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג יצ"ו, וואו עס וואוינען א גרויס טייל פון די יוצאים.
די ביהמ"ד אין וויליאמסבורג איז שוין פון לאנג באקאנט צווישן די פילע יוצאי הישיבה פאר א ווארעם ווינקל ווי זיך צו דערווארעמען בשבת אחים, די אברכי יוצאי הישיבה, ווי מען טרעפט זיך צוזאם מדי שבת בשבתו ומדי מועד במועדו אחים לדעה, אויף א ווארעמען פארנעם, תחת דגלו פונע'ם באליבטן רב הביהמ"ד הגה"צ רבי שמואל זאנוויל אקערמאן שליט"א.
ביים אנהויב זמן החורף תשפ"א, האבן די חשובע ליזענסק'ער יונגעלייט אויפגענומען די גוטע בשורה איבער די פרישע רינגעלע אינעם קהלה מיט'ן התייסדות הכולל, וואס איז א גאר א פאזיטיווע טריט פאראויס בקרב בית מדרשינו, וועלכע בליהט און וואקסט אזוי הערליך אין די לעצטע יארן, לשם ולתהלה בכל הארץ.
די לימודים האבן זיך ב"ה אנגעהויבן מיט א שטארקע התחדשות, ווען דער מאסיווער קול תורה קלינגט הילכיג אפ אינעם פרעכטיגן היכל ביהמ"ד המפואר, אונטער די איבערגעגעבענע הנהגה פונעם "ראש הכולל" הרב הגאון מוה"ר אברהם שמואל עלענבויגן שליט"א, וואס איז באקאנט מיט זיין געוואלדיגע כח פון הרבצת התורה נאך פון די יארן ווען ער האט געדינט אלס מגיד שיעור אין ישיבתנו הק', ווי אויך מיט זיין איבערגעגבנקייט פאר זיינע תלמידים.
די תשלומין ווערט געגעבן פאר די חשובע אברכי הכולל מיט א שטארקע פונקטליכקייט, מידי חודש בחודשו, וואס העלפט ארויס די אויסגעהארעוועטע בני תורה, צו קענען אנגיין ווייטער מיט זייער התמדת התורה אומגעשטערט.
אין די יעצטיגע טעג, זיך גרייטנדיג צו די לעכטיגע ימי האורה ימי החנוכה, איז פארגעקומען א ספעציעלע "שיעור הכנה" בהלכה ובחסידות, דורך דער רב שליט"א, וואס האט אריינגעבענגט א געווואלדיגע ווארעמע גייסט ביי די לומדי הכולל, מיט די ריכטיגע ידיעות וויאזוי אויפצונעמען די הייליגע דערהויבענע טעג, אזוי אויך קומען מזמן לזמן באזוכן אין כולל מרמ''י הישיבה און טרעטן אויף מיט ווארעמע דיבורים איבערגעבנדיג פאר די אינגעלייט די וויכטיגע יסודות.
פאר אלע עניני הכולל קען מען זיך וועדן צו 929-287-1163
זיך ארויפציסיינען אויף די ליסטע דריק דא
-
- שר חמישים
- תגובות: 89
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
אורך ימים אשביעהו האט געשריבן:סארי באט שוין 3 און א האלב יאר וואס די מגי"ש זענען באצאלט עד פ"א מיט מסירת נפש
יאפ, די לעצטע פאר יאר ווערן די מגידי שיעור ב"ה באצאלט צייטליך ווי עס איז ברייט באקאנט צווישן די יוצאי הישיבה
ניגון אודה- נרות חנוכה
געדענק איך א ניגון וואס מען האט געזינגען אין ישיבה אויף אודה. עפעס א זעלטענע ניגון, א געמיש פון חזנות, שטאט, און אלע מינים.
ווי קען איך דאס הערן?
ווי קען איך דאס הערן?
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
יונה ישראל האט געשריבן:א אינטערסאנטע מנהג צו זינגען די ניגון: "עוז והדר לבושה" ביי פתיחת הארון שב"ק
אמת!
אוי'ש איז שיין געווען שב"ק בישיבה, בעיקר פון מנחה ביז אין נאכט אריין.
אנגעהויבן פון רבינ'ס מנחה... מיט די שיינע נוסח - תפארת גדולה- עטרת ישועה- .....
עוז והדר...
וואשן ביים 72...
הערינג נאר פאר חתנים (פינקע אדער ווייסע....)
און די רבי'שע.....
שריים פון פיש פאר כל הקהל הקודש
בני היכלט אויפן ביעט (א זעלטענהייט....)
הללוי' וכו' לעכטעלע וכו' גלות גלות וכו'
2 לעכט מיט די שאטן פון רבי'ן אויפן וואנט....
א'ל מסתתר מיט'ן י'ה זכות אבות ניגון, דערנאך דער לעבעדיגער ניגון. דאן שיר המעלות, בענטשן, מעריב...
דערנאך די הבדלה. אזאנס און אזאלעכעס
נוסח הנה א'ל ישועתי פסוק בפסוק...
די בשמים אונטערן ארעם.... מיט די ווייסע פארפלעקטע בעקיטשע.....
בורא מיני בשמים, דאן א לעבעדיגע ניגון....
בורא מאורי האש, נאך א ניגון....
המבדיל ...
דערנאך ריקודי קודש מיט א געשמאק....
תנה לנו שבוע טוב רענן כגן רטוב (א ניגון וואס נאר אין ישיבה הערט מען...)
(ששש... דאן דער ציגרעטל..... קיין איין משגיח איז דעמאלט'ס נישט דארט געווען צוליב'ן שיפט טויש......
נאכדעם זיך געזעצט לערנען........... ביז ר' סינאי הצדיק איז געקומען... ואכ"מ
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9997
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: ניגון אודה- נרות חנוכה
ניי האט געשריבן:געדענק איך א ניגון וואס מען האט געזינגען אין ישיבה אויף אודה. עפעס א זעלטענע ניגון, א געמיש פון חזנות, שטאט, און אלע מינים.
ווי קען איך דאס הערן?
דו מיינסט אוודאי ביי די נירות חנוכה
ביי לש"ס האט מען געזונגען ליובאוויטשע ניגונים
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9997
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
ניי האט געשריבן:בורא מיני בשמים, דאן א לעבעדיגע ניגון....יונה ישראל האט געשריבן:א אינטערסאנטע מנהג צו זינגען די ניגון: "עוז והדר לבושה" ביי פתיחת הארון שב"ק[
בורא מאורי האש, נאך א ניגון....
המבדיל ...
דערנאך ריקודי קודש מיט א געשמאק....
תנה לנו שבוע טוב רענן כגן רטוב (א ניגון וואס נאר אין ישיבה הערט מען...)
תנה לנו איז א ניגון פארפאסט בי א שמחה בחצרות קדשינו (אויף סימן טוב ומזל טוב)
די אנדערער ינגונים זענען א קאלעקציע פון אלע מנהגים פון אלע חצירות און די גאנצע וועלט
שבת שלום איז נדבורנא, עוז והדר אויך, די ריקודין נאכן דאוונען א געמיש פון אלע סארט ניגונים, טאנצן מיט די חתנים נאכן טיש ..., של"ש איז טאהשע ממקומך, מעליצע ידיד נפש, אלטע סאטמארע ניגון אויף ברוך קל עליון (וואס דערמאנט די פריץ פונעם גרויסן בענקל...) בשמים איז סקולען, גאט פון אברהם ... און די בעלזע באגלייטן ניגון
דאס איז אלעס אוועקגעשטעלט געווארן דורך די בחורים אין די ערשטע יארן אין ישיבה און איבעגעגעבן מדור דור
לעצט פארראכטן דורך הלבלר בקולמסו אום מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 10:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
Re: ניגון אודה- נרות חנוכה
לבלר האט געשריבן:ניי האט געשריבן:געדענק איך א ניגון וואס מען האט געזינגען אין ישיבה אויף אודה. עפעס א זעלטענע ניגון, א געמיש פון חזנות, שטאט, און אלע מינים.
ווי קען איך דאס הערן?
דו מיינסט אוודאי ביי די נירות חנוכה
ביי לש"ס האט מען געזונגען ליובאוויטשע ניגונים
ער מיינט מן הסתם ידיד נפש. די ניגון איז א מעליצע ניגון און ר' דוד ווערדיגער זינגט דאס אויף איינע פון זיינע קאסעטס
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
יא, איך רעד פון נירות חנוכה!
פון וועם קומט דאס? ווי קען מען דאס הערן?
פון וועם קומט דאס? ווי קען מען דאס הערן?
-
- שר חמישים
- תגובות: 89
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
עטליכע תגובות ארויף האט איר א ריקארדינג פון די נרות פון היי יאר
- א מחי'
- שר חמש מאות
- תגובות: 602
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
- לאקאציע: שקאַנאַנאָנג
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
לבלר האט געשריבן:ניי האט געשריבן:בורא מיני בשמים, דאן א לעבעדיגע ניגון....יונה ישראל האט געשריבן:א אינטערסאנטע מנהג צו זינגען די ניגון: "עוז והדר לבושה" ביי פתיחת הארון שב"ק[
בורא מאורי האש, נאך א ניגון....
המבדיל ...
דערנאך ריקודי קודש מיט א געשמאק....
תנה לנו שבוע טוב רענן כגן רטוב (א ניגון וואס נאר אין ישיבה הערט מען...)
תנה לנו איז א ניגון פארפאסט בי א שמחה בחצרות קדשינו (אויף סימן טוב ומזל טוב)
די אנדערער ינגונים זענען א קאלעקציע פון אלע מנהגים פון אלע חצירות און די גאנצע וועלט
שבת שלום איז נדבורנא, עוז והדר אויך, די ריקודין נאכן דאוונען א געמיש פון אלע סארט ניגונים, טאנצן מיט די חתנים נאכן טיש ..., של"ש איז טאהשע ממקומך, מעליצע ידיד נפש, אלטע סאטמארע ניגון אויף ברוך קל עליון (וואס דערמאנט די פריץ פונעם גרויסן בענקל...) בשמים איז סקולען, גאט פון אברהם ... און די בעלזע באגלייטן ניגון
דאס איז אלעס אוועקגעשטעלט געווארן דורך די בחורים אין די ערשטע יארן אין ישיבה און איבעגעגעבן מדור דור
תנה לנו איז פארפאסט געווארן דורך א פורים רב איין יאר אין ישיבה...
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
איש ליזענסק האט געשריבן:עטליכע תגובות ארויף האט איר א ריקארדינג פון די נרות פון היי יאר
איך געדענק די ניגון אנדערש
ביי גבור בארץ יהיה זרעו קומט מער חזנות'דיג. און נאך שינויים....
ביטע! נא!
1) פון ווי קומט דער ניגון
2) ווי קען מען דאס הערן פראפעסינאל
-
- שר העשר
- תגובות: 28
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 5:33 pm
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
לבלר יישר כח פאר די געשמאקע זכרונות, יו אמעזינג!
-
- שר חמישים
- תגובות: 83
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
איש ליזענסק האט געשריבן:איש ליזענסק האט געשריבן:א שיינע אימעיל מיט נייעס איז היינט ארומגעפארן פאר יוצאי הישיבה, ווער עס וויל קען זיך דא http://eepurl.com/gS2w2b אויפסיינען.
אויב איינער קען מיר זאגן וויאזוי מ'קען אטעטשירן די תוכן אהער וואלט איך עס געטון, פאר יוצאים קען עס זיין אינטערסאנט.
פאר די ריקארדונג פון די נרות דריקט דא
די מעוז צור איז זייער הרגישדיג פון ווי קומט עס?
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
@לבלר האט עס ארויס... א דאנק פאר דיין שיינעם אנאליז.
איינמאל איז געווען א קנאאישע פראטעסט אין מאנהעטן צו וועלכע די ישיבה איז געפארן. געווען פיל בחורים וואס האבן ווייניג געהאט אינטערעסע אדער אן אנונג ארום קנאות אבער זענען מיטגעפארן ווייל די ישיבה איז געפארן. מ'האט דעמאלט געלערנט פסחים. זענען געשטאנען אפאר בחורים ביים פראטעסט און צווישן איין הילכיגן פוי און דער אנדערער איבערגעשמועסט די סוגיא פון בדיקה צי ס'איז משום בל יראה אדער שמא יבוא לאכלו און א נפקא מינה להלכה צי מ'דארף בודק זיין ספרים (חזו"א קט"ז י"ח). געשטאנען דארט אן ערנסטער איד מיט קעלבערנע אויגן אין דער זייט און געפרעגט מיט התפעלות "וועלכע ישיבה לערנט עטס?" ער האט נישט געקענט גלייבן ווי בחורים רעדן אין לערנען ביי א פראטעסט.
ר' לוי יצחק האט געהאלטן אז אפילו ביי שיעור פשוט דארף א בחור זוכן צו דעקן כאטש די יסודות'דיגע נקודות וואס ווערן בארירט דורך די ראשונים און גדולי האחרונים אויף דער סוגיא, מעין פון וואס זיין רבי רבי רפאל האט געטון אין משנת הלוי.
ווען מ'האט געלערנט בבא מציעא האט ער מיר אנגעוויזן אריינצוקוקן אין דבר יעקב. "דער דבר יעקב איז מורא'דיג טרוקן, אבער דאך!" האט ער מיר געזאגט א הגדרה.

שמעתי פוןד יעלטערע בחורים אז די שלש סעודות איז בעצם געווען אמאל סאך לענגער, נאר די אומגעדילדיגע אינגע דורות האבן עס היבש אראפגעשניטן, אין מיינע צייטן האט מען שוין נישט געזינגען די מעליצע ידיד נפש בכלל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
-
- שר חמישים
- תגובות: 89
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am
-
- שר חמישים
- תגובות: 89
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am
-
- שר חמישים
- תגובות: 89
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am
-
- שר חמישים
- תגובות: 89
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
ר' לוי יצחק האט מיר אמאל געזאגט בשם רבי רפאל, אז ווילאנג מ'לערנט נאך די זעלבע מסכת, געדענקט מען נאך וואס מ'האט געלערנט אין אן אנדערן פרק ("אמאל מישט זיך אהין די בלעטער און מ'קוקט נאך אריין") , איינמאל מ'הויבט אן אן אנדערן מסכת, דעמאלט הייבט מען אן פארגעסן (מקורו לכאורה בשבת ג: כי קאי רבי בהא מסכתא כו', משמע דמפרק לפרק תשיילהו)
- אלט מאנרא
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3613
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
- לאקאציע: צווישן גראז און ביימער
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
אלט מאנרא האט געשריבן:Fwd:
https://drive.google.com/file/d/1eTpZGl ... ZT4oq/view
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
פון ווען איז די רעקארדינג? - ס'איז ליזענסק פון היינט, אדער אמאליגע זאכן?
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!