זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

אלני ממרא האט געשריבן:
ר' אליעזר נייהויזער ע"ה, געקומען פון מאל צו מאל אויף שבת.

אוי, שוין נישטא?

שבתי בוים האט געשריבן:
פלעגט זיין בחורים וואס פלעגן נאכלויפן רבי שמעי ביזן קאר און אים אויפהאלטן. כמדומה אז שפעטער האט זיך עס אויפגעהערט.

בשנת ע"ד האטעס נאך אנגעהאלטן.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

הגות תבונות האט געשריבן:
אלני ממרא האט געשריבן:
ר' אליעזר נייהויזער ע"ה, געקומען פון מאל צו מאל אויף שבת.

אוי, שוין נישטא?

קאראנע ה"י.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

שמואל בארג האט געשריבן:
הגות תבונות האט געשריבן:
אלני ממרא האט געשריבן:
ר' אליעזר נייהויזער ע"ה, געקומען פון מאל צו מאל אויף שבת.

אוי, שוין נישטא?

קאראנע ה"י.

געהערט אז ער האט איבער געלאזט אסאך געלט און עס פארטיילט פאר מוסדות התורה
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אלט מאנרא האט געשריבן:Fwd:
https://drive.google.com/file/d/1eTpZGl ... ZT4oq/view

:lol: :lol: :lol:

כ'הייב שוין אן צו כאפן במה דברים אמורים...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

אוראייניקל האט געשריבן:

וואס מיינסע צו זאגן?

קוקט אויס א פיינע ישיבה, א שאד כ'האב נישט זוכה געווען...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געדאוונט שבת מיט'ן מנין פונעם ליזענסקער רבי'ן, און עולה געווען אינעם ס"ת וואס אויפ'ן מענטל שטייט "ס"ת המיוחס לבעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע"

וואלט איינער געוואוסט ווי קראנט דאס איז?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אוראייניקל האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:Fwd:
https://drive.google.com/file/d/1eTpZGl ... ZT4oq/view

:lol: :lol: :lol:

כ'הייב שוין אן צו כאפן במה דברים אמורים...

און דעם ניגון האבן שוין די "באָמעס" געמאכט...
זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי אמתדיג »

די ישיבה גייט נאך אן בתוקפו? נאר פלעסטיק גלעזער וכדו׳. יעדע נאכט די זעלבע סאפער. און מיינע יארן איז און די ישיבה געווען א שיינע פאר בעל באטישע בחורים וואס איז היינט דיר מצב?
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

lizensk.PNG
lizensk.PNG (294.76 KiB) געזען 2479 מאל
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

Capture.PNG
Capture.PNG (466.36 KiB) געזען 2487 מאל
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

Capture2.PNG
Capture2.PNG (303.27 KiB) געזען 2485 מאל
Capture1.PNG
Capture1.PNG (410.01 KiB) געזען 2485 מאל
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

לכאורה האט געשריבן:געדאוונט שבת מיט'ן מנין פונעם ליזענסקער רבי'ן, און עולה געווען אינעם ס"ת וואס אויפ'ן מענטל שטייט "ס"ת המיוחס לבעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע"

וואלט איינער געוואוסט ווי קראנט דאס איז?

כ'ווייס נישט ווי קראנט דאס איז, אבער ער האט אסאך אנטיק זאכן
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

הער איך אז די רביס זוהן פון טאהש גייט מופן אויף מאנסי און איבערנעמען די ישיבה
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליטה גדולה »

נארמאליזעם האט געשריבן:הער איך אז די רביס זוהן פון טאהש גייט מופן אויף מאנסי און איבערנעמען די ישיבה

איר מיינט מן הסתם צו זאגן זיין איידעם הרב שטערן (א זוהן האט ער נישט).
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יא איידעם
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

כ'האב געהאט אמאל א שמועס מיט רבי שמעי' וועגן מגידי שיעור און דרכי הלימוד האט ער מיר דערציילט אן אינטערעסאנטע מעשה ווי פאלגנד: ס'איז אמאל געווען צוויי פוילישע חסידים האבן זיי זיך גע'טענה'ט וועמענס רבי איז גרעסער, דער חסיד האט געזאגט אז זיין רבי איז גרעסער און דער אנדערער חסיד האט גע'טענה'ט אז זיין רבי איז גרעסער.

איז דורכגעגאנגען אן עלטערער חסיד און זיך אונטערגעהערט דעם שמועס, האט ער זיך אנגערופן צו זיי. עטס האטס שוין אמאל געהערט קינדער זיך טענה'ן וועמענס טאטע איז א בעסערער טאטע? ניין! פארוואס? ווייל א טאטע איז א טאטע! ס'איז נישט שייך צו זאגן וועמענס טאטע איז בעסער, יעדער האט זיך זיין טאטע און פערטיג. הוא הדין בדידן, א רבי איז א רבי, און יעדער איד האט זיך זיין רבי לויט זיין תכונת הנפש און ס'איז נישט שייך צו טענה'ן וועמענס רבי איז בעסער אדער גרעסער. (פונעם קלארן וועג וויאזוי רבי שמעי' האט אראפגעלייגט די מעשה, אז א טאטע איז א חלות פון א טאטע און א געוויסן אהבה'דיגן קשר נפשי, אז ס'איז בכלל נישט נוגע צי דער טאטע איז בעסער אדער נישט, האט מען געקענט האבן א שטיקל השגה אין זיין שארפן מנותח'דיגן דרך הלימוד…)
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

איך האב ב"ה געלערנט אין דעם ישיבה עטליכע זמנים בין איך מיך מחי' מיט ר' שבתי'ס באשרייבינגען, די חידוש איז אבער אז סאיז פיל מיט ידיעות אין שיינע געדאנקען לכל הקהל הקודש
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

חול המועד האב איך עטוואס צייט וועל איך אביסל שרייבן נאר זכרונות (בעיקר איבער די דרכי הלימוד במשנת רבי שמעי' ועוד):

כ'האב שוין דערמאנט אז רבי שמעי' פלעגט קיינמאל נישט נאכזאגן פון שפעטערע אחרונים וגדולי ראשי ישיבות. בכלל האט ער קיינמאל נישט ראמאנטיזירט קיין לומדות, ער האט זעלטן ווען נאכגעזאגט סתם באקאנטע לומדישע קשיות אדער ישיבישע רייד אבי צו רעדן לומדות לשם לומדות. ער האט זיך קיינמאל נישט געשטעלט אויפ'ן רמב"ם אין דער סוגיא נאר זיך געהאלטן צום בלאט. אזוי אויך האט ער זעלטן ווען נאכגעזאגט א רבי חיים סתם אבי צו דרייען מיט'ן פינגער, נאר טאקע טאמער ס'איז אריינגעקומען אין די סוגיא.
אין אנדערע ווערטער, נישט לומדות האט געפארעמט די סוגיא, נאר די סוגיא האט געפארעמט לומדות. עס מיינט נישט אז ער האט נישט געקענט נאכזאגן וועלטס פאפולערע חידושים פון רבי עקיבא אייגער צי כדו', אבער אלעמאל איז עס געקומען אלס טייל פון דעם חשבון הסוגיא.

אסאך מאל האט ער געקענט נאכזאגן באקאנטע קלאסישע חידושים פון גדולי אחרונים אבער ער האט קיינמאל נישט דערמאנט אז ער זאגט יעצט נאך באקאנטע רייד נאר פשוט אלס נאך אן אבן אין דער סוגיא. (איינמאל האט ער מיר געזאגט אויף א רבי עקיבא אייגער וואס ער האט נישט אויסגערעדט ביים שיעור "דיין מחותן וועט זיין ברוגז אז דו וועסט נישט וויסן דעם באקאנטן רבי עקיבא אייגער").

האלב שיעור האט זיך פונקט אזוי געקענט דרייען ארום דקדוקים און חשבונות פון מהר"ם און מהרש"א און דאס האט געקענט זיין אפילו אינמיטן די זאפטיגסטע לומדישע סוגיות. ווען מיין מיול"ח האט מיך געדארפט פארהערן האב איך מיך צוגעגרייט די סוגיא פון "המקדש בשטר", האב איך געמוזט פשוט אוועקשניידן א האלבן שיעור וואס האט זיך געדרייט מיט פשוטע דקדוקים אין די סוגיא ביז מ'איז אנגעקומען צו די זאפטיגע חשבונות אין די ראשונים.

אין האומר האט רבי שמעי' זייער אסאך געפילעוועט אין חידושי הרי"ם וואס איז זייער מאריך דארט.

פון ר' לוי יצחק האב איך געהערט אז ר' גדלי' שאר האט געזאגט, כמדומה אז ער האט עס געזאגט לגבי נעמען א בחור פאר אן איידעם, אז ס'ארט אים נישט אז א בחור איז פארנומען מיט'ן זעלבן שטיקל חידושי הרי"ם פאר א גאנצן טאג (אפשר האט ער געזאגט אפילו די גאנצע וואך) דער עיקר איז זיין קאפ זאל טראכטן אין לערנען.

רבי שמעי' האט געקענט נעמען צוויי ווערטער אין חזון איש וואס ער דערמאנט בהבלעה און עס אויפבויען אין אזא זאפטיגע לאגישע סברא אז מ'האט געקענט שפרינגען.
איין ביישפיל איז געדענק איך יעצט ווי ס'איז דא א קשיא פון חזון איש פארוואס דער חיוב פון רגל זאל נישט זיין קיין תולדה פון אש, און דער נפקא מינה להלכה וועט זיין אז מ'וועט קענען מחייב זיין משום רגל ברה"ר. איז דא דארט א האלבע שורה אין חזון איש (בבא קמא סי' י"א אות י"ד) וואו ער זאגט "שגזירת מלך הוא שלא ליחייב רגל משום אש". רבי שמעי' האט דאס אויפגעבויעט אלס א גאנצע געדאנק און אזוי מין זיס מסביר געווען, אז די סיבה פארוואס אויף רגל איז נישטא קיין חיובי אש איז נישט ווייל ס'שטימט נישט מיט די גדרים פון אש, נאר ווייל ס'איז רגל… אין אנדערע ווערטער, הא גופא וויל דיר די תורה זאגן אז א חיוב אש בצורת רגל זאל נישט האבן קיין חיוב אין רה"ר און ס'זאל פאלן אונטער נייע גדרים פון חיובי רגל...

רבי שמעי' האט בכלל געהאט א תאווה צו משלב זיין די וועלט פון רבי ברוך בער און די וועלט פון חזון איש וואס טראץ בחיצוניות זעט זיך אויס ווי די צוויי געהערן צו צוויי אנדערע פלאנעטן איז אבער ברבות הימים האט זיך געקענט דאכטן ווי זיי רעדן ממש איין שפראך.

בפרט האט ער עס געטון אין פ' כיצד הרגל, וואס בכלל איז דער חזון איש אויף בבא קמא זייער ישיבי'ש געשטימט.
פון רבי לוי יצחק האב איך (כמדומה) געהערט אז ווען דער חזון איש האט געענדיגט שרייבן זיינע חידושים אויף בבא קמא, האט ער געזאגט, נא, א מתנה פאר די ישיבה וועלט. אנדערע שרייבן אז בחורים פלעגן אריינקומען רעדן מיט'ן חזון איש אין מסכת בבא קמא איבער די לומדישע רייד וואס מ'האט גערעדט אין ישיבה און דערפאר האט עס געהאט א השפעה וויאזוי זיינע חידושים האבן זיך אויסגעפארעמט.

ווען מ'האט געפרעגט א גוטע קשיא, פלעגט זיך רבי שמעי' קענען געבן אזא זינק איין די קאפ און א פארטראכט און דעמאלט איז ער פשוט נישטא געווען. האסט געקענט ווייטער רעדן און ער האט נישט געהערט מיט א ריכוז וואס איך האב קיינמאל נישט געזען בעפאר. אזוי איז ער געווען פארזינקען פאר אייניגע מינוטן און דערנאך האט ער זיך געגעבן ווי א וועק אויף מיט א שמייכל און זיין פנים האט געשיינט ווען ער גיט א קלארן ביאור אויף די געפרעגטע פראגע.

טראץ וואס רבי שמעי'ס שיעור איז געווען זייער טיף, איז אבער ווען מ'איז צוגעגאנגען רעדן מיט אים נאכ'ן שיעור האט מען געזען אז וואס ער האט דערמאנט ביים שיעור איז ממש נאר ווי די שפיץ אייזבארג און די גאנצע שיעור איז בלויז רמזים פאר פארצווייגטע חשבונות און סברות.
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

שבתי בוים האט געשריבן:חול המועד האב איך עטוואס צייט וועל איך אביסל שרייבן נאר זכרונות (בעיקר איבער די דרכי הלימוד במשנת רבי שמעי' ועוד):

א הארציגן דאנק. מיר זיינען זיך מחיה.

כ'האב שוין דערמאנט אז רבי שמעי' פלעגט קיינמאל נישט נאכזאגן פון שפעטערע אחרונים וגדולי ראשי ישיבות. בכלל האט ער קיינמאל נישט ראמאנטיזירט קיין לומדות, ער האט זעלטן ווען נאכגעזאגט סתם באקאנטע לומדישע קשיות אדער ישיבישע רייד אבי צו רעדן לומדות לשם לומדות. ער האט זיך קיינמאל נישט געשטעלט אויפ'ן רמב"ם אין דער סוגיא נאר זיך געהאלטן צום בלאט. אזוי אויך האט ער זעלטן ווען נאכגעזאגט א רבי חיים סתם אבי צו דרייען מיט'ן פינגער, נאר טאקע טאמער ס'איז אריינגעקומען אין די סוגיא.

אין מיינע צייטן געדענק איך אים איין מאל נאכזאגן פון רבי שמואל רוזובסקי אין זכרון שמואל. ער האט געזאגט "שטייט אין זכרון שמואל".

אזוי אויך געדענק איך אים איינמאל דערמאנען די באקאנטע חקירה בנוגע צו מיגו איז א כח הטענה (טאקע נאר ווייל ס'איז געווען נוגע לפשט איזה תוס'). ווען ער האט עס געזאגט האט ער געגעבן אזא שמייכעלע...

האלב שיעור האט זיך פונקט אזוי געקענט דרייען ארום דקדוקים און חשבונות פון מהר"ם און מהרש"א און דאס האט געקענט זיין אפילו אינמיטן די זאפטיגסטע לומדישע סוגיות. ווען מיין מיול"ח האט מיך געדארפט פארהערן האב איך מיך צוגעגרייט די סוגיא פון "המקדש בשטר", האב איך געמוזט פשוט אוועקשניידן א האלבן שיעור וואס האט זיך געדרייט מיט פשוטע דקדוקים אין די סוגיא ביז מ'איז אנגעקומען צו די זאפטיגע חשבונות אין די ראשונים.

אין האומר האט רבי שמעי' זייער אסאך געפילעוועט אין חידושי הרי"ם וואס איז זייער מאריך דארט.

פון ר' לוי יצחק האב איך געהערט אז ר' גדלי' שאר האט געזאגט, כמדומה אז ער האט עס געזאגט לגבי נעמען א בחור פאר אן איידעם, אז ס'ארט אים נישט אז א בחור איז פארנומען מיט'ן זעלבן שטיקל חידושי הרי"ם פאר א גאנצן טאג (אפשר האט ער געזאגט אפילו די גאנצע וואך) דער עיקר איז זיין קאפ זאל טראכטן אין לערנען.

רבי שמעי' האט געקענט נעמען צוויי ווערטער אין חזון איש וואס ער דערמאנט בהבלעה און עס אויפבויען אין אזא זאפטיגע לאגישע סברא אז מ'האט געקענט שפרינגען.
איין ביישפיל איז געדענק איך יעצט ווי ס'איז דא א קשיא פון חזון איש פארוואס דער חיוב פון רגל זאל נישט זיין קיין תולדה פון אש, און דער נפקא מינה להלכה וועט זיין אז מ'וועט קענען מחייב זיין משום רגל ברה"ר. איז דא דארט א האלבע שורה אין חזון איש (בבא קמא סי' י"א אות י"ד) וואו ער זאגט "שגזירת מלך הוא שלא ליחייב רגל משום אש". רבי שמעי' האט דאס אויפגעבויעט אלס א גאנצע געדאנק און אזוי מין זיס מסביר געווען, אז די סיבה פארוואס אויף רגל איז נישטא קיין חיובי אש איז נישט ווייל ס'שטימט נישט מיט די גדרים פון אש, נאר ווייל ס'איז רגל… אין אנדערע ווערטער, הא גופא וויל דיר די תורה זאגן אז א חיוב אש בצורת רגל זאל נישט האבן קיין חיוב אין רה"ר און ס'זאל פאלן אונטער נייע גדרים פון חיובי רגל...

רבי שמעי' האט בכלל געהאט א תאווה צו משלב זיין די וועלט פון רבי ברוך בער און די וועלט פון חזון איש וואס טראץ בחיצוניות זעט זיך אויס ווי די צוויי געהערן צו צוויי אנדערע פלאנעטן איז אבער ברבות הימים האט זיך געקענט דאכטן ווי זיי רעדן ממש איין שפראך.

יא יא... און נישט נאר מיטן חזון איש, נאר בכלליות מיט אלע גדולי אחרונים. א גאנצער שיעור האט זיך געקענט ענדיגן מיטן ארויסקוועטשן עפעס א לומדישער יסוד פון א מהר"ם שיף.

און כתובות איז חמדת שלמה געווען זייער באנוצט. אזוי אויך בית יעקב פונעם נתיבות.

בפרט האט ער עס געטון אין פ' כיצד הרגל, וואס בכלל איז דער חזון איש אויף בבא קמא זייער ישיבי'ש געשטימט.
פון רבי לוי יצחק האב איך (כמדומה) געהערט אז ווען דער חזון איש האט געענדיגט שרייבן זיינע חידושים אויף בבא קמא, האט ער געזאגט, נא, א מתנה פאר די ישיבה וועלט. אנדערע שרייבן אז בחורים פלעגן אריינקומען רעדן מיט'ן חזון איש אין מסכת בבא קמא איבער די לומדישע רייד וואס מ'האט גערעדט אין ישיבה און דערפאר האט עס געהאט א השפעה וויאזוי זיינע חידושים האבן זיך אויסגעפארעמט.

ווען מ'האט געפרעגט א גוטע קשיא, פלעגט זיך רבי שמעי' קענען געבן אזא זינק איין די קאפ און א פארטראכט און דעמאלט איז ער פשוט נישטא געווען. האסט געקענט ווייטער רעדן און ער האט נישט געהערט מיט א ריכוז וואס איך האב קיינמאל נישט געזען בעפאר. אזוי איז ער געווען פארזינקען פאר אייניגע מינוטן און דערנאך האט ער זיך געגעבן ווי א וועק אויף מיט א שמייכל און זיין פנים האט געשיינט ווען ער גיט א קלארן ביאור אויף די געפרעגטע פראגע.

טראץ וואס רבי שמעי'ס שיעור איז געווען זייער טיף, איז אבער ווען מ'איז צוגעגאנגען רעדן מיט אים נאכ'ן שיעור האט מען געזען אז וואס ער האט דערמאנט ביים שיעור איז ממש נאר ווי די שפיץ אייזבארג און די גאנצע שיעור איז בלויז רמזים פאר פארצווייגטע חשבונות און סברות.

מורא'דיג. דו ברענגסט מיר צוריק זיצנדיג ביים שיעור...

ביטע זיי ממשיך. און נאכאמאל א גרויסן יישר כח!
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

איך געדענק אויך ער זאל דערמאנען די חקירה איבער מיגו און טאקע מיט א פינקל אין די אויגן. ווען ער האט נאכגעזאגט לומדישע רייד האט עס גאנץ אפט געטראגן זיין אייגענע צביון און אויך דער צד אז מיגו איז א כח הטענה האט געטראגן אביסל אן אנדערן כאראקטער ווי מ'איז געוואוינט צו הערן. נאך א ביישפיל איז דער באקאנטער קצות וואס ברענגט דעם תוס' רי"ד פארוואס ס'איז נישטא קיין שליחות אויף א מצווה שבגופו, האט ער געהאט אביסל אן אייגנארטיגע מהלך וואס דער קצות וויל און וואס דער תוס' רי"ד לערנט, אביסל אנדערש ווי די וועלט לערנט. ​

אויב דער זכרון פאר'נער'ט מיך נישט האט ער נישט גענומען צו ערנסט דער צד אז מיגו איז א כח הטענה (כמדומה שזה מהלכו של הקובץ שיעורים און די וועלט זאגט אז ס'שטייט נאך אין ברוך טעם) טראץ וואס ער האט יא גענומען זייער ערנסט דעם קובץ שיעורים (בפרט אין מרובה) צוליב זיין גלאטן לערנען.
פון איינעם האב איך אמאל געהערט כמדומה בשם הג"ר אברהם גאנאחאווסקי, אז טראץ ער פארשטייט נישט גענוי די סברא אז מיגו איז א כח הטענה איז אבער דא שטארקע ראיות דערצו... אויך דער חזון איש האט כמדומה נישט צו שטארק ליב געהאט די סברא.

מדי דברו בו דערמאן איך מיך, רבי לוי יצחק האט אמאל דערציילט אז רבי יאנקעלע האט געהאט אן אייניקל וואס איז געפארן לערנען אין איינעם פון די לומדישע ישיבות פון ארץ ישראל, ווען ער איז אהיימגעקומען האט אים דער זיידע געפרעגט וואס ער האט געלערנט אין ישיבה, האט ער נאך געזאגט די חקירה צי מיגו איז מכח א נאמנות אדער א כח הטענה.
האט דער זיידע מגיב געווען דערויף, ווען מיר זענען געווען בחורים, האבן מיר געוואוסט אז מיגו מיינט ווען מ'האט אן אנדערע טענה צו טענה'ן, און די איבעריגע צייט האט מען געפילעוועט אין אמונה...
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

מענין לענין, האב איך געהערט בשם רבי רפאל שארר, אז עס זענען דא ראיות סיי אז מיגו איז א נאמנות, און סיי אז ס'איז א כח הטענה. און בעצם וואלט געווען דאס גראדסטע מהלך אז ביידע זענען אמת. דער פראבלעם איז נאר אז עס זענען דא פלעצער וואו ס'איז מוכח אז ס'איז 'נאר' נאמנות, און ווידער איז דא מראי מקומות אז עס איז 'נאר' כח הטענה. און דאס איז וואס מאכט דעם פראבלעם.
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

שבתי בוים האט געשריבן:חול המועד האב איך עטוואס צייט וועל איך אביסל שרייבן נאר זכרונות (בעיקר איבער די דרכי הלימוד במשנת רבי שמעי' ועוד):

ווען מ'האט געפרעגט א גוטע קשיא, פלעגט זיך רבי שמעי' קענען געבן אזא זינק איין די קאפ און א פארטראכט און דעמאלט איז ער פשוט נישטא געווען.

מסמתא האסטו געפרעגט גאר א גוטע קושיא...
דאס וואס איך האב די מערסטע מפליא געווען פון רבי שמעי' איז אז איך האב אים קיינמאל נישט געזען טראכטן און פארט איז ער אלץ געווען מיט די מאקסימום ישוב הדעת און קלארקייט. עס האט געגעבן עפעס א חוץ לדרך הטבע'דיגן רושם...
איינמאל דערמאן איך מיר האט ער זיך פארטראכט אינמיטן ענטפערן, און זיך תיכף 'אנטשולדיגט': איך טראכט וויאזוי עס ארויסצוברענגען...
ער פלעגט אנהויבן ענטפערן נאך פאר מען האט געענדיגט פרעגן, און אלץ צוגעטראפן וואס די שאלה איז (דלא ווי א געווענליכע מגי"ש וואס האלב צייט פון פרעגן גייט אוועק פשוט מסביר צו זיין וואס מיר איז שווער) און געענטפערט 'די' ענטפער, אין א בחינה פון לא הניח מקום להתגדר.
בכלל זיין כח הסברה איז ממש חד בדרא. אן פענסי ווערטער, אן שרייען, פשוט א רעזולטאט פון זיין אויסטערלישע קלארקייט, ריזן סעלעקציע פון ווערטער, מיט א קלארע חיתוך הדיבור וענות חן.
לאכטס
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 2:36 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאכטס »

געהערט אז עס איז געווען די וואך שב"ק שמיני א שבת התאחדות אין ישיבה פין איין כיתה יוצאי ישיבה אינגעלייט אויף א מורא'דיגע אופן
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”