בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
אינטערעסאנטע לאנגע נוסח פון ויציב ונכון מיט הגהות
אינדערזייט איז אנפאנג בענטשן
אינדערזייט איז אנפאנג בענטשן
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
מים חיים האט געשריבן:די זאכן דא זענען פרישע ?
בערך 70 טויזענט שטיקלעך
https://www.scribesofthecairogeniza.org/
דאס איז נישט פריש.
וויפיל מ'האט געטראפן הונדערט יאר צוריק דאס איז וואס איז דא, נאר מ'האט נאכנישט מפענח געווען אלע שריפטן. אויסער מען טרעפט פון צייט צו צייט עטליכע שטיקלעך וואס שטעלט זיך ארויס אז עס באלאנגען צום זעלבן פאפיר וואס העלפט צו בעסער פארשטיין וואס עס שטייט געשריבן.
דאס איז וואס מ'האט לעצטנס ארויסגעלייגט אויפ'ן געוועב פאר סיי ווער עס איז באהאווענט אין לשון קודש צי אין עברי ערבי אדער אין די אראבישע שריפט און שפראך קען דאס מפענח זיין.
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
די דאנק בריוו האט די קעמברידזש אוניווערסיטעט געשיקט ב' טבת תרנ"ט (1898 Dec) צו די אידישע געמיינדע אין קאירא עגיפטן, פאר'ן ערלויבן ארויסצופירן די גניזה פון פוסטאט קיין ענגלאנד אויף צו שטודירן איר אינהאלט.
א ענגלישע ווערסיע פון דעם בריוו איז אויך דאן געווען פובליצירט אין די צייטונג 'דע דזואיש קראניקל' פון Dec 30 1898.
א ענגלישע ווערסיע פון דעם בריוו איז אויך דאן געווען פובליצירט אין די צייטונג 'דע דזואיש קראניקל' פון Dec 30 1898.
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
אין דער איד פסח איז דא א באשרייבונג איבער די הייליגע ארגעניזאציע אתרא קדישא וואס ארבעט שוין צוויי יאר אין א אלטע בית החיים אין מצרים געווען אין א גאר שטארק נאכגעלאזטע מצב און זיי שטעלן עס ב''ה אוועק בכבוד הראוי.
זיי ברענגען אז זיי האבן אנדעקט א נייע ריזיגע גניזה מיט טויזנטער זאכן נאך מעגליך מער ווי די אלטע גניזה געטראפן אין קאירא
זיי ברענגען אז זיי האבן אנדעקט א נייע ריזיגע גניזה מיט טויזנטער זאכן נאך מעגליך מער ווי די אלטע גניזה געטראפן אין קאירא
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20220427-180918_Gallery.jpg (1.12 MiB) געזען 1414 מאל
לעצט פארראכטן דורך כל טוב אום זונטאג מאי 01, 2022 11:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר האלף
- תגובות: 1260
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
מען ווייסט שוין מער אינפא. וועלעכע ארטיקלען?
"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]
און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
אתרא קדישא ארבעט אין א בית החיים???
איז עס נישט א תרתי דסתרי?
איז עס נישט א תרתי דסתרי?
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
א שוחט וואס ארבעט מיינט ער שחט, א גראסערימאן וואס ארבעט מיינט ער פאקט באקסעס, און אתרא קדישא וואס ארבעט מיינט אז זיי ראטעווען און זויבערן א בית החיים,
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
הארזים האט געשריבן:א שוחט וואס ארבעט מיינט ער שחט, א גראסערימאן וואס ארבעט מיינט ער פאקט באקסעס, און אתרא קדישא וואס ארבעט מיינט אז זיי ראטעווען און זויבערן א בית החיים,
זעהט מיר אויס ליבערשט ווי זיי ״גרובן״!
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
און יא די חברה לייגן אריין גיוואלדיגע ארבעט אפילו זיי בלאזען נישט קיין בילדער די גאנצע צייט וויפול די ווייסט אז זיי טוהען ווייסטו גאנץ ווייניג, נישט אלעס איז געזינט צו רעדן..
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
איטשע האט געשריבן:הארזים האט געשריבן:א שוחט וואס ארבעט מיינט ער שחט, א גראסערימאן וואס ארבעט מיינט ער פאקט באקסעס, און אתרא קדישא וואס ארבעט מיינט אז זיי ראטעווען און זויבערן א בית החיים,
זעהט מיר אויס ליבערשט ווי זיי ״גרובן״!
האסט געליינט די באשרייבונג? די בית החיים איז באדעקט מיט שטאקן פון גארביטש, אוודאי גראבט מען.
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
האפענטלעך ווערט דאס איבערגעגעבן אין די הענט פון פראפעסיאנאלן און עס ווערט נישט חרוב ביי די עגיפטישע רעגירונג, אפילו נאר טיילווייז.
די גניזה אינעם אידישן ביה"ח איז שוין געווען באקאנט יארן פריער.
דאס איז א באריכט אינעם 'מעריב' פון יאר תשמ"ח.
דאס איז די בילד אינעם צייטונג ווי די עגיפטישע רעגירונג פירט אוועק די זעק.
די גניזה אינעם אידישן ביה"ח איז שוין געווען באקאנט יארן פריער.
דאס איז א באריכט אינעם 'מעריב' פון יאר תשמ"ח.
דאס איז די בילד אינעם צייטונג ווי די עגיפטישע רעגירונג פירט אוועק די זעק.
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
ס'איז ריכטיג אז מ'האט שוין אמאל געטראפן א גניזה אין דער בית החיים, און ס'ווערט אויך דערמאנט אין ארטיקל פון 'דער איד', אז ביז פרשת ויחי תשפ"א האט 'אתרא קדישא' נישט געקענט אריינגיין אין די בית החיים, וויבאלד ס'איז געלעגן אין די הענט פון די עגיפטישע ארכיאלאגן, וואס דער סיבה פארוואס זיי זענען דארט געווען איז טאקע צוליב די גניזה וואס מ'האט דארט געפינען מיט יארן צוריק.
פאראיאר, זענען די עגיפטישע ארכיאלאגן צוגעקומען צו א מסקנא אז זיי האבן שוין אויסגעליידיגט אלע גניזות, און פארלאפענעם חודש אדר האט אתרא קדישא געטראפן נאך א גניזה.
קיינער גיבט דאס נישט איבער פאר די רעגירונג, זיי נעמען דאס אליין...
פאראיאר, זענען די עגיפטישע ארכיאלאגן צוגעקומען צו א מסקנא אז זיי האבן שוין אויסגעליידיגט אלע גניזות, און פארלאפענעם חודש אדר האט אתרא קדישא געטראפן נאך א גניזה.
קיינער גיבט דאס נישט איבער פאר די רעגירונג, זיי נעמען דאס אליין...
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
איטשע האט געשריבן:קלאר אזוי האט געשריבן:קיינער גיבט דאס נישט איבער פאר די רעגירונג, זיי נעמען דאס אליין...
אשאד, ווען דער רעגירונג נעמטס עס ווען, וואלט מען געקענט האבן א נוצן.
אויב אתרא קדישא נעמט עס פאר זיך אליינס, גייט עס ווארשיינליך פארקויפט ווערן פריוואט, יעדער בלעטל באזונדער, און מען קען פארגעסן דערפון.
יעצט טראכט א רגע די רעגירונג האט עס, און ווי איז די ניצען וואס די רעדסט?
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
די שאדן אז עס ווערט נישט ריכטיג אפגעהיטן און שטודירט קען זיין אן אומגעהויערע פארלוסט פאר די היסטאריע פון דעם לעבנס שטייגער אינעם מיטל אלטער און צוגאב צו די פארלוסט פון היסטארישע נוסחאות התפלה; גרסאות התלמוד, פיוטים, פסקי גאונים, מכתבים.
די סיבה איז, ווי מען האט געזען פאר איבער הונדערט יאר צוריק ווען א רייכע אידישער איינוואוינער פון קאירא עגיפטן 'יעקב מוֹצרי' (Jacques Mosseri), האט ארום צען צי פופצן יאר שפעטער נאך וואס 'שלמה שעכטער' האט אין 1897 אויסגעליידיגט די גניזה קאמער פון בן עזרא - האט 'מוצרי' גענומען זוכן פאר נאך שריפטן ארום דעם ביהכ"נ און מיט הילף פון לאקאלע באאמטע אויך געזוכט אין דעם היסטארישן באַסאַטיין סעמעטערי אדער ווי די מעריב רופט דאס אל-מוצוואר.
דאן האט ער געפונען שריפטן וואס איז ווארשיינלעך פריער געווען אין דעם היסטארישן בן עזרא גניזה קאמער אויבן אין די עזרת נשים, נאר איז צייטווייליג געווארן אריבערגעפירט אין דעם ביה"ח אין 1890 ווען מען האט געמאכט רענאוואציעס אויף דעם אלטן ביהכ"נ בן עזרא.
די שריפטן זענען היינט א טייל פון די 'מאסערי קאלעקציע' (Mosseri collection), וואס פיל מאל טוט מען צוזאמשטעלן פון פארשידענע קאלעקציעס דורך די היינטיגע טעכנאלאגיע אויפ'ן געוועב שריפטן וואס זענען געווען פעלערהאפטיג, דורך צופאסן צו אנדערע שטיקעלעך פון אנדערע קאלעקציעס טיילווייז אדער אינגאנצן און אזוי קען מען ליינען און שטודירן איר אינהאלט.
עס איז פארט דא האפענונג אז די ביידן אדמיניסטראציע וועט זיך אריינמישן און פארלאנגען פון עגיפטן צו איבערגעבן אלעס פאר די אידן, נאך וואס דער דעמאקראטישער סענאטאר גערי פיטערס פון מישיגען האט געדרוקט דעם ווייסן הויז צו אינטערווענירן.
דאס איז פון א בריוו פון סענאטאר פיטערס צום אמעריקאנעם אמבאסאדאר צו עגיפטן:

I urge you to protest the seizure of these documents to the highest levels of the Egyptian government, the Biden administration should press for an immediate end to any removal of the documents and to bring in a panel of international experts to review them.
The documents properly belong to Cairo’s Jewish community, and there is no danger of their removal from Egypt.
These documents are the indisputable property of the Egyptian Jewish community and their sudden seizure is extremely troubling, These are sensitive religious artifacts, which must be treated with respect and care, not only for religious purposes but also to preserve their physical features to allow for scientific research and examination. What the Ministry of Tourism & Antiquities has done is not merely unjust but wholly unnecessary. These documents were to remain in Egypt to be studied and cared for by the Jewish community.
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
איז שוין דא אן אשכול איבער די פריעדיגע קאירא גניזה?
הטוב כי לא כלו רחמיך
והמרחם כי לא תמו חסדיך
כי מעולם קיוינו לך!
והמרחם כי לא תמו חסדיך
כי מעולם קיוינו לך!
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
שמואל ק. האט געשריבן:איז שוין דא אן אשכול איבער די פריעדיגע קאירא גניזה?
דאס!!!
מיש צוריק די 9 בלעטער,
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
ווי שוין דערמאנט איז הרה"ג ר' שלמה אהרן ווערטהיימער ז"ל פון ירושלים געווען פון די ערשטע צו פארשפרייטן די אוצרות פון די גניזה און דריקן ספרים דערוועגן. ווי אויך האט ער אסאך געהאנדלט מיט כת"י און מפענח געווען פיל שריפטן פון די גניזה ווי ער פאררופט זיך "הראשון אשר גליתי אוצרות חשך", ווי ער שרייבט אין די הקדמה צו זיין ספר "מדרשים כתבי-יד" תרפ"ג:
הקדמה מדרשים כתבי יד
יארן נאך זיין הסתלקות האט זיין אייניקל 'הרב אברהם יוסף ווערטהיימער' ווייטער עוסק געווען אין איבערשרייבן מדרשים און מאמרי חז"ל פון די גניזה וואס זיין זיידע האט איבערגעלאזט. ער האט דערביי געזען א גרויסע נס בשעת'ן עוסק זיין אין די כת"י אין זיין שטוב אין ירושלים וואס ער האט אנגעהאנגען אין די זכות פון די כת"י פון די גניזה, ווי ער שרייבט אין די הקדמה צו די ספר "בתי מדרשות" טבת תש"י:
הקדמה בתי מדרשות
אין די קעמברידזש לייברערי איז פארהאן צוויי היסטארישע בריוון וואס הרה"ג ר' אהרן שלמה ווערטהיימער ז"ל האט געשיקט קיין ענגלאנד צו די לייברערי איבער זיינע האנדלונגען מיט די גניזה שריפטן.
די ערשטע בריוו איז פון אפריל 1893 וואו ער בעט צו ווערן באצאלט פאר 13 שריפטן וואס ער האט, ווי סאלאמאן שעכטער האט פארלאנגט - געשיקט אום פברואר פאר א ביליגע פריער אפגעמאכטע פרייז פון בלויז זעקס פונט און דריי שילינגס, און אויב וויל מען עס נישט זאל מען אים צוריקשיקן קיין ירושלים די דרייצן שריפטן.
א מאנאט דערויף האט ער געשיקט נאך א בריוו אום יוני 8 וואו ער שרייבט אז ער שיקט נאך דרייסיג שריפטן פאר די פרייז פון בלויז דריי פונט 3£ און בעט נאכאמאל מ'זאל באצאלן דעם פאריגען באלאנס פון זעקס פונט און דריי שילינגס.
אין ביידע בריוון דערמאנט ער איבער זיין נייע ספר וואס ער האט געשיקט פאר שעכטער פאר צוויי שילינגס. לכאורה איז דאס די ספר דרכה של תורה.
אויך דערמאנט ער און איז מציעה אין ביידע בריוון צו פארקויפן א זעלטענע און טייערע ספר תורה געשריבן אויף קלף פון הערשן-הויט וואס "איז געפונען אין איינע פון גניזות אין אלט קאירא". אלע שריפטן האבן זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין פון די גניזה אין ביהכ"נ בן עזרא.
זה לי ת"ל שלשים שנה מאז החילותי להאיר אור מדרשי רז"ל אשר היו בכתובים. אני הייתי אז הראשון אשר גליתי אוצרות חשך מטמוני מסתרי כתבי-יד עתיקים מתוך הגניזה הישנה שבמצרים, ואני הייתי אז הראשון שהדפסתי מתוך הגוילים כת"י ההם ממדרשי רז"ל ותשו' הגאונים קדמונים ופיוטיהם וכו' ועל ידי נתפרסם בעולם מהות הגניזה ההיא ויבואו אחרי חכמים שונים וינצלו את מצרים כת"י הגניזה ויוציאו לאור מהם דברי רבים וקנו להם בזה שם עולם ואדם לא זכר את המסכן ההוא אשר מילט את העיר, ובעניי הכינותי במשך השנים ההם ספרים רבים אשר נתקבלו בעולם וחכמים רבים שאבו מהם הרבה ויש שלקחו מספרי בכליהם אף בלי רשותי והשיגו גבולי והייתי מחריש ושמחתי האומרים לי כי ספרי מתבקשים ואינם והמדפיסים רואים ברכה במעשה ידי
הקדמה מדרשים כתבי יד
יארן נאך זיין הסתלקות האט זיין אייניקל 'הרב אברהם יוסף ווערטהיימער' ווייטער עוסק געווען אין איבערשרייבן מדרשים און מאמרי חז"ל פון די גניזה וואס זיין זיידע האט איבערגעלאזט. ער האט דערביי געזען א גרויסע נס בשעת'ן עוסק זיין אין די כת"י אין זיין שטוב אין ירושלים וואס ער האט אנגעהאנגען אין די זכות פון די כת"י פון די גניזה, ווי ער שרייבט אין די הקדמה צו די ספר "בתי מדרשות" טבת תש"י:
יום אחד ישבתי בביתי ועסקתי בעריכת המדרשים לדפוס והאויב מפגיז את העיר ופגז אחד פגע בדלתי ביתי, רסיסי הפגז חדרו פנימה, כל כלי הבית נקבו ככברה, הפח נשבר ואנחנו נמלטנו, חשבתי אז לרוץ תיכף אל המקלט, אך בו ברגע נזכרתי מאמר הנביא (ישעיה כו, כ): לך עמי בא בחדריך וסגור דלתיך בעדך חבי כמעט רגע עד יעבור זעם. עם מחשבה זו התפוצץ פגז שני במקום הראשון. זכות המדרשים, תורתם של תנאים ואמוראים, הגינה עלי ועל כל בני ביתי.
הקדמה בתי מדרשות
אין די קעמברידזש לייברערי איז פארהאן צוויי היסטארישע בריוון וואס הרה"ג ר' אהרן שלמה ווערטהיימער ז"ל האט געשיקט קיין ענגלאנד צו די לייברערי איבער זיינע האנדלונגען מיט די גניזה שריפטן.
די ערשטע בריוו איז פון אפריל 1893 וואו ער בעט צו ווערן באצאלט פאר 13 שריפטן וואס ער האט, ווי סאלאמאן שעכטער האט פארלאנגט - געשיקט אום פברואר פאר א ביליגע פריער אפגעמאכטע פרייז פון בלויז זעקס פונט און דריי שילינגס, און אויב וויל מען עס נישט זאל מען אים צוריקשיקן קיין ירושלים די דרייצן שריפטן.
א מאנאט דערויף האט ער געשיקט נאך א בריוו אום יוני 8 וואו ער שרייבט אז ער שיקט נאך דרייסיג שריפטן פאר די פרייז פון בלויז דריי פונט 3£ און בעט נאכאמאל מ'זאל באצאלן דעם פאריגען באלאנס פון זעקס פונט און דריי שילינגס.
אין ביידע בריוון דערמאנט ער איבער זיין נייע ספר וואס ער האט געשיקט פאר שעכטער פאר צוויי שילינגס. לכאורה איז דאס די ספר דרכה של תורה.
אויך דערמאנט ער און איז מציעה אין ביידע בריוון צו פארקויפן א זעלטענע און טייערע ספר תורה געשריבן אויף קלף פון הערשן-הויט וואס "איז געפונען אין איינע פון גניזות אין אלט קאירא". אלע שריפטן האבן זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין פון די גניזה אין ביהכ"נ בן עזרא.
Jerusalem April 1893
To
the University Library
Cambridge
I beg to inform you that on the 29th February/93 I sent you per post registered as per your kind request (13) thirteen papers manuscripts, and the price of which I have quoted (£6”3Sh) Six Pounds and three Shillings only. I am sorry to say as yet I didn’t receive them and so I shall be highly obliged if you will kindly send me the said sum or return me the same papers, per post registered, should you not require them as written to me by Dr Schechter in his kind note. I shall thank Dr Schechter in sending me the price (2Sh) Two Shillings for my work sent to him. I also come to let you know that an ancient ‘Sefer Tora’ found in one of the ‘Geniza’ of Cairo (Egypt) written on leather of Roebuck ‘צבי’ should you require, let me know soon.
Yours ffly,
S. Wertheimer
Jerusalem 8th June 1893
Francis Jenkinson Esq.
Univ. Library Cambridge
I herewith send you (30) Thirty MSS
the cost of which is only (3) three pounds Sterling. Please send the amount the 3£ with
my last a/c, the balance of which is £6 3 Shillings only in one cheque, of £1 one the price
of (3) MSS no. 1/2/3 which I also send you
now, to another cheque.
Please remember me to Dr Schech -
ter. I hope he is well, please remind him
for the (2) two Shillings price of my book
to favour me with.
I have also with me a very
ancient Sefer-Tora written on Kelaf Roebuck
& is found in one of the Genizas of old Egypt
& is quite old. Awaiting an early reply
which will greatly oblige.
Yours faithfully
S.A. Wertheimer
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
אָנגעבּליך כתב יד פונעם רמב״ם
- אטעטשמענטס
-
- IMG_1196.jpeg (53.21 KiB) געזען 378 מאל
-
- IMG_1195.jpeg (63.4 KiB) געזען 378 מאל
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט
יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
Re: בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה
דער דאקומענט קוקט מיר אויס ווי איינער טייטשט איבער פון לשון קודש צו אן אנדער שפראך
סולת
קמח
חמץ
לחם
ענב
זבוב
ועוד
יעדע זאך האט אונטערדעם צוגעשריבן אין קלענער עפעס אן אנדער ווארט
סולת
קמח
חמץ
לחם
ענב
זבוב
ועוד
יעדע זאך האט אונטערדעם צוגעשריבן אין קלענער עפעס אן אנדער ווארט