טעגלאש בתפארתה

היסטאריע פון שטעט און ערטער
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

טעגלאש בתפארתה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

נושא: זאכן וואס איך וויל וויסן

קיקיון האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:איינמאל פאר אלעמאל.. וואס איז דאס 'טעגלאש'. (ניין איך ווייס נישט.. )

א אונגאריש דערפעל לעבען האטהאז ווי הרה"ק ר שלו' אליעזר הי"ד האט זיך אויפגעהאלטען א ווייל פאר ראצפערט
און אויך הרה"ק מהרי"ד אבד"ק בעלזא זי"ע

באמת בין איך נייגעריג פארוואס דער נאמען פון א הערליך אידיש דערפיל וואס מיינע קרובים
דערציילען איז געווען א חטיבה אתת פון אבהב אחוה שלו' וריעות
איז געווארען א כינוי פאר ......

האב איך געבעטען פון מיין קרוב פרטים פון טעגלאש האט ער מיר געבארגט דעם ספר מפרי הגן און א בנות ציון מאגאזין
ווי עס איז געווען אן אינטערוויא מיט א ישישה לאיו"ט ילידת טעגלאש
-------

טעגלאש איז א דערפעל אין הוידא-ביהאר די COUNTY אין וועלכע עס האבען זיך געפינען אויך דעברעצין סאבאסלא שאמשאן
נאנאש און האדהאז וועלכע איז געווען די נענטסטע גרעסערע קהילה , עס האט מיר דערציילט א איד וואס האט געלערנט אין
האדהאז ביי דעם עזר מיהודא אז ער פלעגט עסען שבתות אין טעגלאש (לויט גוגעל מעפס א שפאציר פין 30-40 מינוט)
פון א יזכור בוך
"העדה לא החזיקה רב אולי מפני שרבים מהבוגרים היו תלמידי הישיבות ובעלי היתר הוראה,
מאתיים יהודים ישבו בכפר כלומר כ25 משפחות שהשתייכו לשלושה בתי אב גדולים",

דו פרנסות זענען געווען פון אגריקולטור א חלק האבען געהאט פעלדער, גערטנער און בהמות אנדערע האבען געהאט מילען,
וויין קעלטער, און א בראנפען ברענעריי
לויטען יזכור שרייבער האבען זיך די ערשטע אידען באזעצט דארט בערך תק"צ ציווישען זיי איז געווען הרה"ח ר' שמוא' בן
הרה"ח ר' יעקב ראזענפעלד ז"ל א גאליציאנער איד וואס האט זיך באזעצט אין קאלעוו און איז געווארען מקושר צו
הרה"ק ר' אייזיקעל זי"ע (ער איז נטמן געווארען גאר נאנט צום אהל) הרה"ק זי"ע פלעגט גיין ענטפערען אמן אויף די ברכות
השחר פון תשב"ר, דער קליינער שמוא' האט אזוי שטארק נושא חן ביי אים אז ער האט אים געזאגט "די וועסט נאך אויסבעטען פאר אידען"
וכך הוה ער איז געווארען ש"ץ ימים נוראים ביי הרה"ק ר' מ"פ מטאש זי"ע
ר' שמוא' איז געווען א סוחר בהמות און ארומגעפארען, איז ער אנגעקומען למקום מושבו פון הרה"ק ר' מ"פ מטאש זי"ע ער האט דערשמעקט
ווער דיר איד איז און געזעהן דעם מורא'דיגען דחקות האט ער אים גענימען פאר מלמד אין טעגלאש, ר' שמוא' האט מרויח פון דעם סיי
ברוחניות אין סיי בגשמיות ער האט געהאט שטארק הצלחה אין געשעפט , ער איז געווארען שטארק מקושר און ער איז כמעט יעדען שבת
מברכים און יעדען יו"ט ביי הרה"ק וואס פלעגט אים ריפען אינזער ר' שמוא'
בילד
,באקאני'ר שו"ב שרייבט אביסעל אנדערש ווי די אייניקלעך

ער איז נפטר געווארען אין תרנ"ב פיפצען יאר שפעטער האט מען אנגעהויבען בויען א בה"מ אויף א שטח וואס ער הא מקדיש געווען,
בילד
פארוואס עס האט געדוירט אזוי לאנג שרייבט נישט דער איינקעל
טעגמיל.GIF
טעגמיל.GIF (18.56 KiB) געזען 9813 מאל


אין תרנ״ח, נאך די הסתלקות פון הרה"ק רבי נפתלי הירצקא (זילבערמאן) ראצפערטער זי״ע. האבען אונגארישע צאנזער חסידים
געלאדען הרה״ק רני שלום אליעזרל זצוק״ל הי״ד קיין אונגארן, אנגעקומען איז ער קיין טעגלאש נאך האלב יאר איז ער אריבער קיין ראצפערט

ר' שמוא' ס איידעם בילדהרה"ח ר' ישרא' זאב פאנעטה ז"ל בן הרב ר' לייבוש ז"ל בנו של המראה יחזקא' ומצד אמו פון תהלה לדוד און ר' שאול קאלובער ראש חסידי אשוואר ביי אים ווי ביים שווער געווען תורה וגדולה מקום אחד
ווען ר' ישרא' וואלף האט געוואלט קויפען א מיל האט ער זיך שואל עצה מיט זיין קרוב הרה"ק ר' משה דעשער זי"ע
וואס האט אים אנגעווינשען ריחיים בצוארו ויעסוק בתורה!
קיין סך שרייבען נישט די אייניקלעך
וועגען אים אבער מען קען האבען א שטיקעל בילד פון זיינע מחותנים

איין איידעם איז געווען הרה"ח יוסף חיים אלימלך פריעד בן הפני מבין וואס איז נפטר געווארען אינגערהייט

אן אנדערע איידעם איז געווען הרה"ג ר' בן ציון בלום הי"ד אבד"ק אופאלא
בילדבן הבית שערים וואס ווי עס שרייבט זיין אייניקעל
הקדמה לס' אות ציון
שש שנים דר בטעגלאש סמוך לשלחן חותנו על התורה ועל העבודה, שם שם לו לילות כימים ולמד ונתעלה בתורה עם חבריו כעשרה תלמידי חכמים שרובם נעשו אח"כ רבנים בקהלות שונות

פון א תשובה פון בית שערים לבנו ווען ער האט געוואינט אין טעגלאש
שיל"ת ב` איפאלא ד` לסדר בן פורת עלי עין תרס"ב לפ"ק האלף לך שלומים, מגבהי מרומים, לבני אהובי הרבני החו"ב זך ונקי מו"ה בן ציון נ"י ולזוגתך כלתי החשובה מרת גאלדא תי` לאוי"ט: מכתבך קבלתי ושמחתי בשלומכם אשר תל"י גם מאתנו לא נעדר וברכתי תעלה לראש חמיך מחותני נ"י ישראל זאב בן עטיל ויניח ה` לו מכל אויביו מסביב ולא יריעו אויביו לו ובכל אשר יפנה יצליח כי הנה הכומר ביד היוצר, יחליץ ה` את חמיך מן המיצר ולא יחגרו ביז"ע

ר' ישרא' וואלף האט דעמאלט געהאט עג"מ פון א גלח
מרן אין דברי יואל סימן פ"ו
שלו׳ וכט״ם אל כבוד הרב המאוה״ג חו״ב ותיק מלא עתיק כש״ת מוה״ר בן ציון בלום שליט״א האבדק״ק ב׳אויפאלו יצ״ו

נאך אן איידעם איז געווען הרב שלמה זלמן שטערן א דיין אין טעמעשוואר בן מוה״ר.משה שמואל שטערן
אב״י בק״ק סערענטש יצ״ו וואס דער חיי אשר פעטראשאנער רב שרייבט
אים לכבוד ידידי הרבני הנניד המהולל בתשבחות. חריף ובקי טובא טובא יקר הערד וכו׳ כש״ת שהק׳ מעכת״ה נ״י


זיין איידעם הרה"ח ר' ישרא' משה מאנדעל
בילד א תלמוד פון הרה"ג ר יודא ג"וו און פון שבט סופר פון וועם ער האט געהאט היתר הוראה איז געווען א איש מסיום אין בעלזא, הרה"ק רי"ד זי"ע איז איינגעשטאנען ביי אים עטליכע טעג אויפען וועג קיין ראצפערד וואס איז 8 ק"מ אוועק
בילד
ער איז געווען א גרויסער תומך פון בעלזער הויף אין בעלזע
וואס הרה"ק ר"א אבד"ק בעלזא זי"ע ואחיו האבען געזאגט אויף אים
belop.GIF



בימי הזעם איז ער אנגעקומען קיין בערגען בעלזען ווי ער איז אויסגעגאנגען פון הונגער
הרהגה"צ דער באר נשה זי"ע שרייבט אין די הקדמה צו איינע פון זיינע ספרים אז עטליכע אידען האבען
געמאכט א טהרה און קובר געווען
kapel.GIF


איין איידעם פון רי ישרא' משה איז געווען ,הרה"ג ר מרדכי גרינפעלד אבדייק האדהאז נירעדהאז ווינה זצ"ל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

קיקיון ;l;p- און :i" ...
זייער באלערנד און קלאר, מיר האבן הנאה געהאט,
יישר כוחכם
לגבי דיין תמיה פארוואס ס'איז געווארן א כינוי פאר...? עיין מזה בערך 'חעלעם' (קעלם) ...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

צום סיום די ווערטער פון הישישה מרת היימפעלד לאיוט"א די טאכטער פון הרה"ח ר' ישרא' משה טעגלאשער
אין בנות ציון מאגאזין
SOF.gif
SOF.gif (55.86 KiB) געזען 9560 מאל

און פאר פרעמונאנטען FANS
www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=32825&pgnum=766
www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=1514&pgnum=409
www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_682_160.pdf
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

80
פרעגט זיך נאך ביי אלטע בעלזא חסידים וועגען ר' יחקאל "טעגלאשער" מאנדעל ז"ל (אבי ה"ילד הפלא")
און איר וועט ווערען איבערראשט אז ער האט געלערט אין פרעשבורג
teglas pb.GIF

און פאר יוראפ, מציבות שטעלער וכ'
דער בית החיים אין טעגלאש
בילד
[/size]
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

נאך א מןפת וואס ר' שמוא' טעגלאשער האט געהאט און טאש
Capture.GIF

פאר משולם
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

א פרעשבורגער תלמיד
יממ.GIF
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

קיקיון בתפארתו...
לייגט אראפ א זשאב...
דער דארגע רבי שליט"א רבי ישראל משה איז אן אייניקל פון אט דעם ר' ישראל משה טעגלאשער ז"ל.
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6810
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

זעסט דאך שוין, זיי האבן נישט געהאט קיין געהעריגע רב האט עס געטראגן אזא פנים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

שאינו יודע האט געשריבן:זעסט דאך שוין, זיי האבן נישט געהאט קיין געהעריגע רב האט עס געטראגן אזא פנים

פארשטיי נישט דעם וויץ
גראדע האבען זיי יא געהאט א רב
טעגלאש איז געווען אין די גלילות פון הוידאהאדהז
נור וושט'לעך פופיקלעך וכדומה האט געפסקנט דער מילנער
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זייער שיין און באלערענד; א דאנק איין הרב קיקיון פאר עס אויס לייגען.

איין הערה; הוידא (pronounced Hoi-du) און ביהאר (pronounced Bi-har) זענען צוויי אנדערע קאונטיס איינס לעבען אנדערען. למשל הוידו-נאנאש און ביהאר-דערעטשקע; נאנאש אין דער קאונטי פון הוידו, און דערעטשקע אין דער קאונטי פון ביהאר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

SPUSMN האט געשריבן:זייער שיין און באלערענד; א דאנק איין הרב קיקיון פאר עס אויס לייגען.

איין הערה; הוידא (pronounced Hoi-du) און ביהאר (pronounced Bi-har) זענען צוויי אנדערע קאונטיס איינס לעבען אנדערען. למשל הוידו-נאנאש און ביהאר-דערעטשקע; נאנאש אין דער קאונטי פון הוידו, און דערעטשקע אין דער קאונטי פון ביהאר.

Téglás is a town in Hajdú-Bihar county, in the Northern Great Plain region of eastern Hungary
http://www.google.com/url?q=http://en.w ... 8J3SIgj40A

http://www.google.com/url?q=http://en.w ... QIajUk2kgg
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אפשר זענען זיי היינט איינס. די אינפארמאציע וואס איך האב, איז נאך פונעם אלטען דור וואס האבען געוואוינט אין די פלעצער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

SPUSMN האט געשריבן:אפשר זענען זיי היינט איינס. די אינפארמאציע וואס איך האב, איז נאך פונעם אלטען דור וואס האבען געוואוינט אין די פלעצער.

גערעכט! געקלעטערט און געוואר געווארען
דער אידישער טעגלאש איז געווען אין ביהאר
אין 50 זענען הוידא אין ביהאר געווארען איינס
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

יצא לאור ספר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

על טעגלאש בלאנדאן ובו אודות משפחת מאנדעל שגרו שם ומשפחת פאנעטה ועוד
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קיקיון האט געשריבן: האב איך געבעטען פון מיין קרוב פרטים פון טעגלאש האט ער מיר געבארגט דעם ספר מפרי הגן און א בנות ציון מאגאזין
ווי עס איז געווען אן אינטערוויא מיט א ישישה לאיו"ט ילידת טעגלאש

דאס?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

קיקיון האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן: האב איך געבעטען פון מיין קרוב פרטים פון טעגלאש האט ער מיר געבארגט דעם ספר מפרי הגן און א בנות ציון מאגאזין
ווי עס איז געווען אן אינטערוויא מיט א ישישה לאיו"ט ילידת טעגלאש

דאס?

יא מפרי הגן ע"י הרב בעריש מאנדעל מלאנדאן ת"ח וידען נפלא
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

חתימת רבי ישראל משה מאנדל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מטעגלאש על ספר ערוגת הבושם
אטעטשמענטס
teglash (550x309).jpg
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ברוך דיין אמת
נעכטען איז נפטר געוורארען השישה וועם איך האב ציטירט פון בנות ציון מאגאזין
מרת מרים ע"ה בת הרה"ח ישרא' משה מאנדעל מטעגלאש זצ"ל אלמנת
בילד
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מיין טעגלאשער קרוב האט מיר געוויזען
Scan.jpg

דערציילט דער שרייבער אז הרה"הח ר ישרא' משה טעגלאשער ז"ל

וואס האט געטראגען א ברייטען פלאטשיקען הוט און דריי פערטעל רעקעל
האט געפרעגט הרה"ק רי"ד אבד"ק בעלזא זי"ע צו ער זאל אנטוען
שטריימעל און בעקישע
האט אים הרה"ק נישט געלאזט משנה זיין אפילו ווען ער איז געווען אין בעלזא
אויך דערציילט ער אז דער שבת אויפרוף פון זיין איידעם ר' שמוא' אביגדור בן אחיו ר' ישי
איז געווען ביים רב זי"ע אין ראצפערט
און דער רב זי"ע האט געהאט א שטארקע הנאה ווען דער חתן און די מחותנים זענען
אריין געקומען און בה"מ אנגעטוען אין דעם לבוש פון די אונגארישע יראים
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


ארטאדאקס
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטאדאקס »

.
לעצט פארראכטן דורך ארטאדאקס אום מאנטאג אפריל 24, 2017 11:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ארטאדאקס האט געשריבן:איך האב ערגעץ געליינט באשריבן הרה"ח צבי יונתן ב"ר איתמר טובי' שווארטץ פון טעגלאש, וואס דער יטב לב האט געזאגט אז אויב אליהו שטייט איין ביי אים וויל איך אויך איינשטיין ביי אים, ער האט וועגען מחלוקת (וועגען א חזקה אויף א קרעטשמע עפעס אזוי....) איבערגעלאזט טעגלאש אין געגאנגען קיין האדהאז אין ליגט דארטען

זיי מיר מסביר דעם נחיצות פון ברענגען א מעשה וואס די האסט "ערגעץ" געליינט
וואס די אליינס ווייסט נישט ווי ווייט אמת עס איז
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

יישר כח.

נ"ב שוין טאקע געווען צייט צו וויסען, אויף וואס מיר שלאגען זיך דא.
teglas
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:41 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך teglas »

קיקיון האט געשריבן:מיין טעגלאשער קרוב האט מיר געוויזען
Scan.jpg

דערציילט דער שרייבער אז הרה"הח ר ישרא' משה טעגלאשער ז"ל

וואס האט געטראגען א ברייטען פלאטשיקען הוט און דריי פערטעל רעקעל
האט געפרעגט הרה"ק רי"ד אבד"ק בעלזא זי"ע צו ער זאל אנטוען
שטריימעל און בעקישע
האט אים הרה"ק נישט געלאזט משנה זיין אפילו ווען ער איז געווען אין בעלזא
אויך דערציילט ער אז דער שבת אויפרוף פון זיין איידעם ר' שמוא' אביגדור בן אחיו ר' ישי
איז געווען ביים רב זי"ע אין ראצפערט
און דער רב זי"ע האט געהאט א שטארקע הנאה ווען דער חתן און די מחותנים זענען
אריין געקומען און בה"מ אנגעטוען אין דעם לבוש פון די אונגארישע יראים


אחיו מאב. ר' ישי איז געוועהן זייערע פאטער
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

גערעכטער האט געשריבן:קיקיון ;l;p- און :i" ...
זייער באלערנד און קלאר, מיר האבן הנאה געהאט,
יישר כוחכם
לגבי דיין תמיה פארוואס ס'איז געווארן א כינוי פאר...? עיין מזה בערך 'חעלעם' (קעלם) ...

viewtopic.php?f=3&t=23147
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: טעגלאש בתפארתה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

איך מיין אז עס איז דא אפאר היימישע משפחות וואס פאריפען זיך אלס אייניקלעך פון טעגלאש צוויי וואס קומט מיר ארויף אויפן געדאנק
משפחת הרה''ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט''א קומט פון טעגלאש זיין גרינוואלד זיידע איז דארט געוועהן
משחת רה''ח ר' יאסל ווייס מחברה קדושה ק''י האט א זיידע ליגן דארט אין טעגלאש (איך מיין אז ער האט געהייסן גאלדשטיין ) אדרבא אויב אנדערע ווייסן נאך נעמען מיט משפחות איז מכובד אריינצוקומען
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”