עשרת השבטים

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען - און איך פארשטיי נאך אלס נישט - וואפארא מין אויסדרוק איז דאס "די אנדערע זייט סמבטיון" איז דען די וועלט איינגעטיילט אין צוויי און די סמבטיון לויפט דורך אינצווישען? עס איז סך הכל א טייך ערגעץ ווי אין די געגענט פון די עשרת השבטים וואס ווען מען שטייט נעבן דעם איז שייך א אנדערע זייט, עס איז ווי אן אמעריקאנע יוד זאל זאגן אז ארץ ישראל איז די אנדערע זייט פון ווייט לעיק...
אזוי אויך פארשטיי איך נישט די באקאנטע מעשה פון ר' דון וואס האט געמוזט דארט בלייבן מחמת די סמבטיון, וואס איז אים נישט בייגעפאלען ארומצוגיין???
אגב איז דא וואס זאגן אז די גאנצע מעשה פון ר' דון איז באבקעס, און עס האט טאקע נישט קיין גיהעריגע מקור
----------
לייבי שרייבט עפעס, ווער זאגט אז עס מוז שטומען מיט די מעשה פון אקדמות? ווי געזאגט האט עס נישט קיין פריעדיגע מקור, (אקדמות יא, די מעשה נישט)
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

טהור-עיניים האט געשריבן:לויט די גמרא אין סנהדרין זעט אינגאנצן נישט אויס אז זיי גייען אמאל צוריק קומען. מיר האבן אלע זייער ליב די מעשה מיט דעם אנדערן זייט סמבטיון, עס איז זייער א מיסטעריעזע סאבדשעקט, וואס ציעט אויטאמאטיש דעם נייגער. אבער לפי הגמ' (לויט די דעה רעד איך) זענען זיי פארלוירן אויף אייביג.

איך האב נישט געלערנט די גמרא לעצטנס, אבער אין ישעי' ז' פסוק ג' [נלמד בחק לישראל פ' יתרו] שרייבט דער רד"ק אז זיי גייען יא צוריקקומען, וזה לשונו: שני בנים היו לו לישעיהו, האחד שמו 'שאר ישוב' לאות ולסימן כי שאר יהודה ישובו עוד אחר הגלות ולא כן עשרת השבטים שלא שבו אחר שבעים ועדיין לא שבו אע"פ שעתידין לשוב...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

עס איז א מחלוקת די רבנן מיט רבי עקיבא דארט אין סנהדרין, געוואנדן וויזוי מען דרש'נט דעם פסוק וישליכם אל ארץ אחרת כהיום הזה, זעה דארט איינער דרש'נט מה יום מאפיל ומאיר, און איינער דרש'נט מה היום הולך ואינו חוזר, דער רד"ק גייט דארט לויט איין דעה, ולכשיבוא משיח במהרה יכריע ביניהם
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

די מעשה דארף נישט קיין ביאור, ס'איז א שפאנדע ערציילונג און גארנישט מער,
(אפשר זאלען די מנהלים עס אפטיילען און א באזונדערע אשכול?)
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

עפעס וועגן די מעשה/רבי מאיר/דן ווערט דאכציך דערמאנט אין אליה רבה...
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

די גאנצע ר' מאיר ש"ץ אליינס איז א פארפלאנטערטע סוגיא ווער ער איז געוועהן

אין ארץ ישראל איז דא א קבר פונעם בעל האקדמות סאו איז ער דאך נישט אויפן אנדערן זייט סמבטיון..



בילד
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ווי ששטימט דאס? ר' יצחק מגוש חלב בעל האקדמות?
אין מחזור''ל שטייט מפורש ער האט געהייסן ר' מאיר ב"ר יצחק
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

ניין ניין
כ'האב נישט געמאכט קיין טעות
די בילד קומט פון וויקי ביי זייער באשרייבונג איבער ר' מאיר ב"ר יצחק ש"ץ בעל אקדמות לשבועות
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

פונקטליך האט געשריבן:אין ארץ ישראל איז דא א קבר פונעם בעל האקדמות סאו איז ער דאך נישט אויפן אנדערן זייט סמבטיון..


דיוק
איז דא א קבר "מיוחס" צום בעל אקדמות.....
ווער זאגט אז עס איז טאקע זיין קבר?
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

ס'דא א וועבסייט וויקי זיי באשרייבן דעם בעל אקדמות אין זיי ברענגען דעם בילד אלץ זיין קבר.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

חוץ אויב יענע וועבסייט איז וויקי-ליעקס, מאכט עס כלל נישט קיין סענץ.

די נעמען שטימען נישט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

דער קבר אין גוש חלב פון דעם בעל אקדמות איז א באוואוסטער אין ארץ ישראל, און אזוי אויך איז באוואוסט אז עס איז נישט קלאר צו דאס איז טאקע דער קבר פון דעם בעל אקדמות וואס מיר ליינען שבועות פארן ליינען
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אפשר איז עס זיין טאטע
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

לויט די גירסא פון די אקדמות מעשה, האט דאך ר' מאיר געמוזט בלייבן אינעם אנדערן זייט סמבטיון?
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

פונקטליך האט געשריבן:די גאנצע ר' מאיר ש"ץ אליינס איז א פארפלאנטערטע סוגיא ווער ער איז געוועהן

אין ארץ ישראל איז דא א קבר פונעם בעל האקדמות סאו איז ער דאך נישט אויפן אנדערן זייט סמבטיון..



בילד

גיב א קוק א לשון רש"י: הנה אלה רשעים ושלוי עולם השגו חיל" (תהלים י"ג ב) פרש"י: "הנה אלה רשעים" - הם ועוברים על תורתו והרי הם שלוים בעולם ומגדילים כח ועושר. ושלוי עולם - לשון שלוה. "השגו" - הגדילו, ומנחם פירש ישוב עמו הלום, ישוב הרשע להלום את עמו של הקדוש ברוך הוא והראשון למדתי מדבריו של רבי מאיר בר יצחק שליח צבור זצ"ל

איז דער בעל הקדמות געווען אין די צייט פון רש"י? אדער איז ער גאר א אנדער ר' מאיר ש"ץ און ער טאקע ליגט דארט אין א"י, אנדערע זאגן אז דארט ליגן ר' מאיר בעל הקדמות מיט זיין טאטע ר' יצחק.
(קען זיין אז ער האט געמאכט עפעס א ספר מיטן נאמען "הקדמות" און עס קען זיין אז דאס וואס ס'שטייט "ציון ר' מאיר ב"ר יצחק - בעל ההקדמות" גייט גאר ארויף אויפען טאטען ר' יצחק, דאס אז ער איז דער מחבר פונעם ספר בעל הקדמות, אבער דאס אלעס איז גוט צו פארענטפערן דער ועד להצלת קברי הקדמונים בא"י, די שאלה איז פון ווי זיי האבן דאס גענומען, און וואס איז געשטאנען דארט פארדעם)
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

דאס איז קלאר אז דער מחבר פונעם פיוט 'אקדמות' האט געהייסן רבי מאיר בן רבי יצחק, ווי עס איז מרומז אין די ר"ת פון צווייטע העלפט פיוט: מאיר בירבי יצחק יגדל בתורה ובמעשים טובים אמן וחזק ואמץ.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

הרמב"ם באיגרותיו, כאשר נשאל בנושא זה כתב: "ואשר שאלת על עניין השבטים דעו לכם שזה עניין אמיתי ואל ביאתם אנו מחכים אשר הם אחרי הרי חושך ונהר גוזן ונהר סמבטיון גנוזים. ובאמת שנהר זה מושך חול כל ששת ימי המעשה וביום השביעי הוא נח. וכבר הביאו בימי הזקן הצדיק הנגיד אבי אבא ז"ל צלוחית אחת ובה מהחול והיה מסבב כל ששת הימים ונח בשביעי והדברים אמיתיים כי הם נראים לפעמים ליחידים." (קובץ על יד ח"ד, תרמ"ח).

גם המלבי"ם (פירושו ליחזקאל ל"ז: י"ט) כתב על שיבתם של שבטי ישראל כחלק מתהליך הגאולה וקיבוץ גלויות. – "ובאחרית הימים יתקבצו כל עשרת השבטים האובדים והנדחים תחת דגל יוסף שהוא משיח בן יוסף אשר יאסוף הנדחים."

הרב יהודא ליאון אשכנזי (מניטו), כתב על חזרתם של שבטי ישראל בימנו: "באחרית הימים הם עתידים להתקבל בחזרה לעם ישראל. הם ישראל על פי ההלכה יש לקבל אותם כישראל. דבר זה נשכח מאיתנו במשך הגלות ומכיוון שכיום התקנון של בתי הדין בנושאים אלו הוא תקנון של הגלות, מתעוררות בעיות רבות בנושא זה. ברור שמצב זה לא ישאר לעולמי עד וברור שנדרשת מהפכה על מנת שעם ישראל יתקיים". (מספד למשיח, שער ראשון, יחוד עשרת השבטים).

(וויקיפידיע)
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים קטן »

פונקטליך האט געשריבן:די גאנצע ר' מאיר ש"ץ אליינס איז א פארפלאנטערטע סוגיא ווער ער איז געוועהן

אין ארץ ישראל איז דא א קבר פונעם בעל האקדמות סאו איז ער דאך נישט אויפן אנדערן זייט סמבטיון..



בילד


די קבר אין ארץ ישראל, האט נישט קיין שום מקור אז עס איז פון ר' מאיר בעל האקדמות, אין סדר הדורות (ח"ב ערך אבטליון) ברענגט ער בשם ספר גלילות ארץ ישראל, אז אין גוש חלב ליגן 4 צדיקים, שמעיה, אבטליון, ר' יצחק מגוש חלב, און ר' מאיר בעל הנס. און דער סדר הדורות פירט אויס, אז די לעצטע צוויי ווייסט ער נישט ווער זיי זענען.
און וויבאלד מ'ווייסט דאך אז "רבי מאיר בעל הנס" ליגט אין טבריה, זענען געקומען אזעלכע וואס האבן ממציא געווען אז דאס איז גאר ר' מאיר בעל האקדמות, וואס דורך אים איז געשעהן די גרויסע נס אין זיין צייט. וואס קודם כל, איז דאס נאר א אייגענע המצאה אן קיין מקור, צווייטנס איז דאך די נס געשעהן דורך ר' דן, און נישט דורך ר' מאיר.
נאך מער פון דעם, קען מען זעהן אויפן בילד פונעם מציבה, אז זיי האבן צוזאם געשטעלט ביידע צוזאמען, און געשריבן "ר' יצחק מגוש חלב בעל האקדמות" וואס אפילו נאך די השערה אז ר' מאיר מיינט מען ר' מאיר בעל האקדמות, איז דאך דאס צוויי מענטשן, ווי דער סדר הדורות שרייבט.
אבער לאמיתו של דבר האט דאס נישט קיין מקור. און ווער איז געווען דער רבי מאיר בעל הנס וועלכער ליגט דארט, בלייבט א צ"ע, אזויווי דער סדר הדורות אליינס זאגט אז ער ווייסט נישט
אטעטשמענטס
untitled4.GIF
untitled4.GIF (6 KiB) געזען 4522 מאל
אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים קטן »

מאטעס האט געשריבן:על הצד אז עס איז אמת די אלע סיפורים אויף די עשרת השבטים און זייער מלוכה וכו',וואונדערט מיר שטענדיג,
וואס עפעס האבן די עשרת השבטים זוכה געווען מער ווי די שבטי יהודה ובנימין, איז חטאת אהלה ואהליבה גרעסער ווי חטאת שומרון? איז וואס עפעס גייען מיר אריבער אזעלכע גירושים ת"ח ות"ט שואה, און זיי לעבן זיך גליקליך און צופרידן? דאס הייסט גלות? און די אלע תוכחה וואס משה רבינו האט גערעט צו אלע שבטי ישראל איז נאר פאר אונז געזאגט געווארן? נשגב מבינתי




ז"ל ספר ש"ך עה"ת פ' נצבים (כ"ט כ"ג) עה"כ וישליכם אל ארץ אחרת כיום הזה, הנסתרות לה' אלקינו וגו'
למ"ד של וישליכם רבתי לרמוז שהשלכתם היתה רבה ורחוקה, חוץ לנהרי גוזן ולחלח וחבור, ולכך קרא אותה אחרת, לומר שנהר סמבטיון מפסיק בינינו לבינם וכו' ולזה אמר ארץ אחרת, ויודע הנסתרות יודע מה היתה הכוונה בהשלכה זו ונהר שהפסיק, אולי היתה הכוונה כמו שהיו ישראל במדבר כדי שיהיו עסוקים בתורה ולא יהיה להם שום משא ומתן, זהו הנסתרות לה', אם כן היה זה לטובתן. אבל הנגלות לנו הוא, כדי לייסרנו ליסר בו אנשי הגולה כדי לעשות את כל דברי התורה הזאת, אם כן העשרה שבטים הגלם הקב"ה, הוא יודע למה היתה הכוונה, אבל אתה כי יבואו עליך כל הדברים וגו' ושבת עד ה' וגו',
אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים קטן »

imzist האט געשריבן:
בונם דער טרעגער האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:איך בין נישט זיכער, אבער כפי ידיעתי איז די אלע מלוכות און עבר הסמבטיון, גייען ארויף אויף די בני משה, .


ווען האבען זיך די בני משה אפגעטיילט פון די עשרת השבטים

אדער פון די בני יהודה..
אזא זאך וואלט געדארפט שטיין אז מען האט זיי באזונדער פארטריבען...


א גאר באקאנטער מדרש דאס, אז "ווען נבואזראדן האט פארטריבן די אידן אין גלות אריין, האט ער געבעטן די לוויים צו זינגען שירה פאר אים, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק: שירו לנו משיר ציון, האבן די לויים אפגעביסן די שפיץ פון זייערע פינגערס, זיי זאלן נישט קענען זינגען שירה.

איז געקומען א וואלקן און אוועקגעטראגן די לוויים הונטערן סמבטיון" (אז מען קען עס ליינען מיט'ן ואני ניגון, מה טוב ומה נחום).

זעט אויס אז די לווים דארטן זענען געווען נאר פון די בני משה.



במדרש תהלים (מזמור קל"ז) כי שם שאלונו שובינו דברי שיר. אמר להם נבוכדנצר, מה אתם יושבים ובוכים, הכינו עצמכם, עד שאנו אוכלין ושותין אני מבקש שתעמדו ותקישו לפני ולפני עבודה זרה בכנורות שלכם כדרך שהייתם מקישין לפני אלהיכם. מסתכלים אלו באלו, ואומרים, לא דיינו שהחרבנו את מקדשו אלא עכשיו אנו עומדים להקיש לפני הננס הזה ולפני העבודה זרה הזה וכו', עמדו כלם ושלטו בעצמם, ונטלו אליוני ידיהם לתוך פיהם ומרצצים אותם. שירו לנו משיר ציון. לא נשיר לא נאמר, אלא איך נשיר. מראים אצבעותיהם, ואומרים, היינו כפותים ונתקטעו אצבעותינו. וכו', ומנין שחזרו אותן הלוים שגלו מתוכם, שנאמר (עזרא ג, יב) ורבים מראשי האבות והלוים אשר ראו את הבית הראשון וכו' וכו'.
אבער לויט דעם מדרש שטייט נישט בכלל די צווייטע האלב וועגן די וואלקן און די סמבטיון, ווי אויך שטייט נישט אז ס'איז געווען דוקא די אייניקלעך פון משה רבינו.
אבער אין תרגום יונתן (שמות ל"ד י') עה"כ "נגד כל עמך אעשה נפלאות" שרייבט ער בזה"ל: ברם מינך יפקון אוכלוסין דצדיקין קביל כל עמך אעביד פרישן להון בזמן דיהכון בשבייתא על נהרוות בבל ואסיליקינון מתמן ואשרינון מן לגיו לנהר סמבטיון וכהינון פרישן לא אתבריו בכל דיירי ארעא וכו'.
(אין אידיש: פון דיר וועט ארויסקומען אסאך צדיקים, קעגן אלע פעלקער וועל איך מאכן אן אפשיידונג, אין די צייט וואס זיי וועלן זיין אין געפענגעניש ביי די טייכן פון בבל, און איך וועל זיי אוועקנעמען פון דארט, און זיי מאכן רוען אינעווייניג פון די סמבטיון וכו')
דא רעדט מען שוין נאר פון משה רבינו'ס אייניקלעך, אבער דא שטייט נישט די ערשטע האלב, אז זיי האבן זיך אפגעביסן די פינגערס.
ומינה ומיניה תסתיים שמעתתא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין יאר תר"א איז אין שטאט פפד"מ ארויסגעקומען א מאנאטליכען קובץ בשם 'ציון', דער קובץ האט אנטהאלטען מאמרים רובם פון משכילי הדור ווי שד"ל וסיעתו, חקירות און מאמרים איבער עניני תורה ומדע, כנפוץ בימים ההם.

בחודש אייר ערשיינט דארט דער וואונדערליכע העתקה וועלכע מיר זענען דא מעתיק פאר די חשוב'ע חברים (און לייענערס פון 'דער בליק'...), דער העתקה איז [כלומרשט] פון כתב יד ישן נושן וועלכע איז געטראפן געווארן צום סוף פון אן אלטע ספר תורה אין שטאט דערבענד דורך די קראים, ווי אן אפשטאמיגער פון די עשרת השבטים באשרייבט אביסל זיין אפשטאם און היסטאריע פון די עשרת השבטים.

דער אויפטרעף איז געווען אינטערעסאנט ווייל עס האט אנטהאלטען פרטים וואס מען האט קיינמאל בעפאר נישט געוואוסט איבער די השתלשלות הענינים, למעשה איז אינעם קומענדיגען חודש סיון ערשינען עטליכע בריווען אויפצוווייזען די אומאטענטישקייט פונעם כתב, דער בריוו שטעל איך דא ארויף און דאאיז א לינק צו די נאכפאלגענדע בריווען.
אטעטשמענטס
aseres1.png
aseres2.png
aseres2.png (9.57 KiB) געזען 4430 מאל
אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 8:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינסוזעאיסט »

אלעקסיי האט געשריבן:ותבוא אליו היונה לעת ערב והנה עלי זית טרף בפיה, די יעב"ץ ז"ל ברענגט, אז אויסער די סמבטיון "תשיב למין אשר שואל", איז דא נאך א מופת צו היטן שבת, און דאס איז די יונה. ווייל די יונה רייסט נישט אראפ פון א מחובר אין שבת, ווייל זי היט אויך שבת שבת.
זאגט ר' יוסף שאול נאטאנזאהן אין זיין ספר דברי שאול, אז דאס איז די פשט אין פסוק: 'ותבוא אליו היונה לעת ערב' דאס מיינט מען אין שבת, אזוי ווי עס שטייט "יונה מצאה בו מנוח", און עס שטייט אין מדרש (???) אז עס איז געווען דעמאלטס שבת, שטייט ווייטער 'והנה עלי זית טרף בפיה', דאס הייסט דעריבער איז זי געקומען נאר 'לעת ערב', ווייל אין שבת האט זי נישט געריסן פון א מחוברנאר 'לעת ערב', ודפח"ח.

ווי איז דער יעב"ץ?
ואם תאמר
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואם תאמר »

בספרו מגדל עוז (בית מדות, עליית הטבע ד"ה ע"כ אמרתי להעיר).
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

יהיה כן האט געשריבן:עס איז א מחלוקת די רבנן מיט רבי עקיבא דארט אין סנהדרין, געוואנדן וויזוי מען דרש'נט דעם פסוק וישליכם אל ארץ אחרת כהיום הזה, זעה דארט איינער דרש'נט מה יום מאפיל ומאיר, און איינער דרש'נט מה היום הולך ואינו חוזר, דער רד"ק גייט דארט לויט איין דעה, ולכשיבוא משיח במהרה יכריע ביניהם


For some reason איז די מחלוקת זייער באקאנט אבער פירש"י אויפען ארט איז נישט באקאנט. אותן שגלו עצמן אין להם חלק שרשעים גמורין הם אבל בניהם ודורות הבאים זוכין ומזכין. דער גאנצע מחלוקת איז נאר אויפען דור וואס איז געגאנגען אין גלות אבער די אפשטאמיגע זייערע וועלן יא זיך אומקערן און האבען א חלק לעוה"ב (רש"י).
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
הבדלה וויין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבדלה וויין »

סתם אן הערה
לערענדיג אין די גמ' די וואך אז לויט איין דעה גייט די עשרת השבטים נישט צוריקקומען און זיי זענען געווארן אזוי ווי די אנדערע פעלקער און זיי זענען נישט קיין חלק פון כלל ישראל, איז מיר ארויפגעקומען אויפן געדאנק אן ארטיקל וואס איך האב געליינט נישט לאנג צוריק אין די "עמי" מאגאזין, אז די טאליבאן-פאשטון זענען א טייל פון די עשרת השבטים, וואס בשעת'ן ליינען איז מיר זייער שווער געווען זיך אויסצומשל'ן אז ווען משיח וועט קומען וועלן זיי זיין א חלק פון כלל ישראל און חלק כחלק יאכלו, אבער נאכ'ן לערנען די גמ', קען איך עס מער אננעמען אז זיי זענען טאקע א טייל פון די עשרת השבטים, אבער זיי זענען געווארן אפגעריסן פון כלל ישראל, און זיי זענען פאר אייביג פארפאלן געווארן.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”