עשרת השבטים

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הבדלה וויין האט געשריבן:סתם אן הערה
לערענדיג אין די גמ' די וואך אז לויט איין דעה גייט די עשרת השבטים נישט צוריקקומען און זיי זענען געווארן אזוי ווי די אנדערע פעלקער און זיי זענען נישט קיין חלק פון כלל ישראל, איז מיר ארויפגעקומען אויפן געדאנק אן ארטיקל וואס איך האב געליינט נישט לאנג צוריק אין די "עמי" מאגאזין, אז די טאליבאן-פאשטון זענען א טייל פון די עשרת השבטים, וואס בשעת'ן ליינען איז מיר זייער שווער געווען זיך אויסצומשל'ן אז ווען משיח וועט קומען וועלן זיי זיין א חלק פון כלל ישראל און חלק כחלק יאכלו, אבער נאכ'ן לערנען די גמ', קען איך עס מער אננעמען אז זיי זענען טאקע א טייל פון די עשרת השבטים, אבער זיי זענען געווארן אפגעריסן פון כלל ישראל, און זיי זענען פאר אייביג פארפאלן געווארן.


עס איז מיר נאר שווער פון אן אנדערע גמרא אין בבא בתרא (קטו ע"ב) גמירי דלא כלה שבטא, (דאס זעלבע קען מען פרעגן אויף די וואכעדיגע סדרה ואכלם ואעשה אותך לגוי גדול)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יהיה כן האט געשריבן:
הבדלה וויין האט געשריבן:סתם אן הערה
לערענדיג אין די גמ' די וואך אז לויט איין דעה גייט די עשרת השבטים נישט צוריקקומען און זיי זענען געווארן אזוי ווי די אנדערע פעלקער און זיי זענען נישט קיין חלק פון כלל ישראל, איז מיר ארויפגעקומען אויפן געדאנק אן ארטיקל וואס איך האב געליינט נישט לאנג צוריק אין די "עמי" מאגאזין, אז די טאליבאן-פאשטון זענען א טייל פון די עשרת השבטים, וואס בשעת'ן ליינען איז מיר זייער שווער געווען זיך אויסצומשל'ן אז ווען משיח וועט קומען וועלן זיי זיין א חלק פון כלל ישראל און חלק כחלק יאכלו, אבער נאכ'ן לערנען די גמ', קען איך עס מער אננעמען אז זיי זענען טאקע א טייל פון די עשרת השבטים, אבער זיי זענען געווארן אפגעריסן פון כלל ישראל, און זיי זענען פאר אייביג פארפאלן געווארן.


עס איז מיר נאר שווער פון אן אנדערע גמרא אין בבא בתרא (קטו ע"ב) גמירי דלא כלה שבטא, (דאס זעלבע קען מען פרעגן אויף די וואכעדיגע סדרה ואכלם ואעשה אותך לגוי גדול)

איך זעה נישט דא קיין שוועריגקייט. כפי המבואר במפרשים אז געוויסע פון די עשרת השבטים זענען געבליבן מיט יהודה ובנימין. (און פון ואכלם ואעשה אותך וגו' איז בכלל נישט שווער, ווייל די חלק הכליון לא יצא לפועל).
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יש"כ פארן ארויפברענגען, גאר א אינטערעסאנטער נושא

איבערגעלייענט און הנאה געהאט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

למעשה איז מען דא נישט געבליבן מיט א קלארע מהלך ווי עס געפומען זיך די עשרת השבטים.
האט נאך איינער וואס צוצילייגען?

והיה ביום ההוא, יתקע בשופר גדול, ובאו האובדים בארץ אשור והנדחים בארץ מצרים, והשתחוו לה' בהר בקודש בירושלים.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

איך ווייס נישט וועלעכע ווינט האט מיר יעצט אהערגעבלאזן, אבער איך בין זייער נייגעריג צו מ'וויסט היינט עפעס מער וועגן די סמבטיון הנהר שבכל יום רץ ונמהר און די הרי חושך, לכאורה אז מ'פארט איבעראל ארום מיט פליגערס און מ'האט היינט גרינגע קאמיוניקאציע מיט אלע מענטשן איבער די וועלט, און מ'קען איבעראל ארומקוקן מיט די סעטעלייטן וואלט געדארפט זיין פון די גרונגסטע זאכן אפיר צו זיכן די אלע אינטערסאנטע פלעצער.
ווייסט איינער עפעס מער?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

הונדערטער ראיות און הוכחות אהין און צוריק, מענטשן וויסן יא און נישט, צו מען האט אמאל יא געוואוסט צו נישט,
איך האב לעצטענס דורך געטוען די סוגיא פון עשרת השבטים און סמבטיון א מוראדיג אינטערסאנטע נושא ווען מען לייגט זיך אריין דערין, נאר איך האב פשוט נישט קיין צייט זיך אראפ צוזעצן שרייבן אלעס וואס איך ווייס דערוועגן.
אגב. אויף קול מבשר ביי די תורה אפטיילונג האב איך אמאל עפעס געהרט פון ר' אהרן קאהן פון מאנטריאל עפעס א שיעור
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אז דער אייבערשטער וויל נישט וועט נישט העלפען קיין פליגערס און סעטעלייטן, נישט קיין טעלעסקאופס אדער מיקראסקאופס, זייער סוד וועט בלייבען באהאלטען פונעם אויג אפילו ווען מען זעהט זיי פנים אל פנים מיט די אייגענע אויגען.

די עשרת השבטים זיכט מען נישט אויף Jewishgen אדער ancestry.com

וועגען דער פראגע צו מען ווייסט היינט עפעס וועגן די טייך סמבטיון; איז ווען איך בין געווען א בחור און געזוכט די עשרת השבטים בין איך אראפ געגאנגען צום גרויסען לייברערי אין מאנהעטען, און אריין אין map department און געבעטען פאר מעפס פון די גאנצע געגענט פונעם הרי החושך (די Himalayas mountains).

זיי האבען מיר געברענט אלטע CIA מאפס (אלטע, ווייל געזעצליך דארף עס זיין outdated) פון דריי לענדער (China, Tibet, Nepal), וואס די הרי חושך איז אויסגעשפרייט אין די דריי לענדער; און די מאפס זענען געווען א אינטש גרויס פאר יעדע מייל; האביך געטראפען אפשר 50 פלעצער (טייכען אדער שטעט) מיט זייער ענליכע נעמען ווי סאמבאטן, סאמבאט, וכו'.

אלטע זכרונות.

כ'דערמאן מיך אז מען האט דערציילט אז אין סאודי אראביע (אדער גאר אין תימן) איז דא שטעטל, ערגעץ טיעף אוועק פונען ים, וואס זיי לעבען נאך היינט א באזונדערע לעבען, און דער וועלט האט צו זיי נישט קיין צוטריט (פארוואס ווייס איך נישט).

אזוי אויך געדענק איך אז ווען כ'האב זיך אריין געלייגט אין טיבעט (איין גענומען פון כינע אין תש"ט), אז ביז שנת תש"ט, דאס הייסט ביז 64 יאר צוריק איז זייער הויפט שטאט לעהאסע (Lhasa) געווען פארשפארט פון דער וועלט פאר איבער 2500 יאר, אין יוצא ואין בא. אבער נאכען ליינען זייער לעבען'ס שטייגער און דער עיקר וועגען זייערע אכזריותדיגער אויף פירונג (דער היפך פון רחמנים בני רחמנים), האבען זיי מיר נישט אויס געזעהן צו זיין בני אברהם, יצחק, ויעקב, כאטש מען האט דערציילט פון זיי אז זיי האבען פארשידענע אידישע מנהגים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

עס איז געווען א איד וואס איז אוועק עטליכע צוואנציג יאר צוריק זייענדיג איבער די הונדערט מיטן נאמען ר׳ צדוק תימנ׳ער וואס ווען ער איז געווען יונג האט ער געטון אסאך אין דעם נושא
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

SPUSMN האט געשריבן:וועגען דער פראגע צו מען ווייסט היינט עפעס וועגן די טייך סמבטיון; איז ווען איך בין געווען א בחור און געזוכט די עשרת השבטים בין איך אראפ געגאנגען צום גרויסען לייברערי אין מאנהעטען, און אריין אין map department און געבעטען פאר מעפס פון די גאנצע געגענט פונעם הרי החושך (די Himalayas mountains).

גארנישט געוואוסט אז דאס איז די הרי חושך.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך אויך נישט; נאר אזוי האט מען מיר געזאגט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:עס איז געווען א איד וואס איז אוועק עטליכע צוואנציג יאר צוריק זייענדיג איבער די הונדערט מיטן נאמען ר׳ צדוק תימנ׳ער וואס ווען ער איז געווען יונג האט ער געטון אסאך אין דעם נושא

רבי צדוק תימן'ער האט געמוזט אוועק פאר א סאך מער יארען צוריק ווי דאס, ווייל אלס אינגעל געדענק איך איז ער געווען באשריבען אין "דאס אידישע ליכט" מיט זיין בילד אויפען דעקל, און פון קיין לעבעדיגע מענטשען האבען זיי נישט געלייגט קיין בילדער.

אבער דאס דערמאנט מיר אז דער מסבב כל הסיבות האט געמאכט אז איך זאל באקומען מיין ערשטע ספר א מתנה פאר זיך פארהערען משניות אויף אויסענווייניג (אין באבובער קעמפ אין פערנדעיל), דאס ספר "קול מבשר" פון
רבי שמעון האראוויץ הי"ד (ראש המקובלים בית א-ל) וואס איז געפארען צוזאמען מיט רבי צדוק תימן'ער זיכען די עשרת השבטים, און האט באשריבען די עשרת השבטים און זיינע נסיעות אין דער ספר.
http://www.hebrewbooks.org/20732
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

SPUSMN האט געשריבן:איך אויך נישט; נאר אזוי האט מען מיר געזאגט.

דארט איז א גרויס פלאץ פאר מאונטען קליימבינג, נישט אזוי?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יא, Mount Everest איז דאס העכסטע בארג (6 מייל הויעך), רוב וואס האבען פרובירט גרייכען די שפיץ זענען געהרג'עט געווארען - אבער וואס טוהט מען נישט פאר כבוד.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מענין לענין באותו ענין. (וועגען די פאלאשע אידען צו זיי זענען פון די עשרת השבטים)
viewtopic.php?p=773186#p773186
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתוקא בתרין »

SPUSMN האט געשריבן:יא, Mount Everest איז דאס העכסטע בארג (6 מייל הויעך), רוב וואס האבען פרובירט גרייכען די שפיץ זענען געהרג'עט געווארען - אבער וואס טוהט מען נישט פאר כבוד.

גוזמא קתני
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

גערעכט, קארעקשען

רוב וואס האבען פרובירט גרייכען די שפיץ האבען עס נישט געמאכט אדער זענען געהרג'עט געווארען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב שפוסמאן:
www.hebrewbooks.org/27253
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א דאנק אייך.

מיין זכרון זאגט אז עס איז שוין געווען באשריבען אין דאס אידישע ליכט אין די למד"ס, אין מיינע קינדערישע יארען. דאס ספר קול מבשר האביך באקומען תשל"ב-ד.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

1. אויב איז די Himalayas mountains די הרי חושך, סו וויאזוי גייען דארט טוריסטן? מיט א פלעשלייט?
2. די טייכן וואס איז דא א חשד אז ס'איז די סמבטיון, קען איך זין אויף גוגל סעטעלייט ווי ס'ווארפט שטיינער? פארוואס נישט?

לויט מיין פיצי שכל זעה איך נאר 2 מעגליכקייטן איבער די פלעצער, אדער איז געווען א שינו הטבע און די פלעצער עקזעסטירן שוין נישט, אדער ווייסן די פארשער יא דערפון נאר זיי באהאלטן עס בכוונה צו קענען לייקנען.

יעצט פאלט מיט איין אז ס'קען זיין אז יא, דער אייבערשטער איז א כל יכול און ער פירט אז טאקע כאטשיק מ'האט שוין מ'סתם באזיכט היינט יעדע אינטש אויף די גלאוב, צו דורך יומן קריכערס און דייווערס צו דורך קעמערעס וואס מ'שיקט איבעראל ארום האבן אלע בהשגחה פרטיות פונקט פארזען די פלעצער וואס זיי דארפן נישט זען. נישט מסתבר אבער יכול להיות.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

די בילד פון ר׳ צדוק אויף די אידישע ליכט איז דאכט זיך שנת תשמ״ט אדער נ׳. אם שגיתי סלח נא.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דאס לינק פון הרב פארשלאפען איז פון כ"ח אב תשמ"א.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז די הרי החושך איז א רעאליטעיט און מען ווייסט ווי דאס איז.

ווער עס קען זאל ביטע לינקען צו גוגל מאפעס ווי דאס איז אויפ'ן מאפע, אזוי אויך מער אינפארמאציע איבער דעי בערג וואס דארטן טוט זיך.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

מצב כללי האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז די הרי החושך איז א רעאליטעיט און מען ווייסט ווי דאס איז.

ווער עס קען זאל ביטע לינקען צו גוגל מאפעס ווי דאס איז אויפ'ן מאפע, אזוי אויך מער אינפארמאציע איבער דעי בערג וואס דארטן טוט זיך.


2nd ריקוועסט פאר גוגל מאפעס פון די ברי החושך אזוי אויך אינפארמאציע וואס עס טוט זיך אין די בערג און אויב מען קען אהינגיין (אפשר קעמיר אראנזשירען א טור פון חכמי מורשת נהר סמבטיון...)
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

וואס טוט זיך מיט די טרייענגל אינמיטן ריזיגן אקעאן, וואס מען קען נישט אהין אנקומען?

פון דעם פיוט אין יום שבת קודש הוא(?) וואס מען זינגט סמבטיון הנהר שבכל יום רץ ונמהר יוכיח בו מנוח, זעהט אויס אז אין יענע צייטן האט מען געוואוסט דערוועגן, און דאס האט געדינט ווי אן איבערווייז פאר די אפיקורסים.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
געלט_גייציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:42 pm
לאקאציע: 100 פלאנעט ערד ציווישן מארס און דשופיטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט_גייציג »

איך דריי זיך שוין ארום 20 יאר מיט די אלע פראגעס אין מוח, כבין צוגעקומען צו א מסקנה אז נישט אייביג מיינט די נאמען ממש דאס וואס מיר מיינען. למשל, הרי חושך קען מיינען די גרויסע הויעכע בערג וואס פארשטעלט די זין שטראלן אונטן ביים טאל, און עס פארטינקלט מיט זייער שאטן,האבן זיי א נאמען הרי חושך! דאס זעלבע מיט סמבטיון, עס מיינט אוודאי גאר עפעס אנדערש פון וואס מיר זיכן...
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”