ראש השנה מיט בראסלאווער חסידים און רבי מאיר שפירא ז"ל

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

הכוכבים אינם בדיוק, גיוו אר טעיק
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

כ'ווייס נישט וואס דו רעדטס

עניוועי, אין פולין זענען געוען מיליאנען ברסלב'ע חסידים, ווער רעדט נאך אין אומאן ראש השנה, די היינטיגע פופציג טויזנט אידן זענען א שפילעכל וואס האט זיך אפגעשפילט דארט פארן קריג... גאנץ גור, אלכסנדר, ראדאמסק, ראדאשיץ, אמשינאוו, און סקרענעוויץ, איז צום פארשטעקן קעגן וואספארא אימפעריע ברסלב איז געווען....., ס'יז פשוט נישט דאקומענטירט געהעריג, וויבאלד זיי האבן ליידער קיין רבי'ן נישט געהאט, און ווי עס איז געשילדערט אין דעם דערמאנטן ארטיקל זענען זיי בעיקר באשטאנען מדלת העם...
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

עניוועי, אין פולין זענען געוען מיליאנען סיגוטער חסידים, ווער רעדט נאך אין רוסלאנד, די היינטיגע פופציג טויזנט אידן זענען א שפילעכל וואס האט זיך אפגעשפילט דארט פארן קריג... גאנץ גור, אלכסנדר, ראדאמסק, ראדאשיץ, אמשינאוו, און סקרענעוויץ, איז צום פארשטעקן קעגן וואספארא אימפעריע קראלי איז געווען אין פולין...

ווי מי יודע האט שוין ערקלערט איז אמאל געווען אנדערע גרעניצן, פונקט ווי עס איז אין פוילן נישט געווען צופיל מונקאטשער חסידים און אין רוסלאנד קאצקע חסידים.

קאלם דאון ביטע.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

יהיה כן האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס דו רעדטס

עניוועי, אין פולין זענען געוען מיליאנען ברסלב'ע חסידים, ווער רעדט נאך אין אומאן ראש השנה, די היינטיגע פופציג טויזנט אידן זענען א שפילעכל וואס האט זיך אפגעשפילט דארט פארן קריג... גאנץ גור, אלכסנדר, ראדאמסק, ראדאשיץ, אמשינאוו, און סקרענעוויץ, איז צום פארשטעקן קעגן וואספארא אימפעריע ברסלב איז געווען....., ס'יז פשוט נישט דאקומענטירט געהעריג, וויבאלד זיי האבן ליידער קיין רבי'ן נישט געהאט, און ווי עס איז געשילדערט אין דעם דערמאנטן ארטיקל זענען זיי בעיקר באשטאנען מדלת העם...

What's your problem?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

קינדערליך, גייטס אביסל ארויס שפילן אינדרויסן.
לחיים ולברכה!
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

יהיה כן האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס דו רעדטס

עניוועי, אין פולין זענען געוען מיליאנען ברסלב'ע חסידים, ווער רעדט נאך אין אומאן ראש השנה, די היינטיגע פופציג טויזנט אידן זענען א שפילעכל וואס האט זיך אפגעשפילט דארט פארן קריג... גאנץ גור, אלכסנדר, ראדאמסק, ראדאשיץ, אמשינאוו, און סקרענעוויץ, איז צום פארשטעקן קעגן וואספארא אימפעריע ברסלב איז געווען....., ס'יז פשוט נישט דאקומענטירט געהעריג, וויבאלד זיי האבן ליידער קיין רבי'ן נישט געהאט, און ווי עס איז געשילדערט אין דעם דערמאנטן ארטיקל זענען זיי בעיקר באשטאנען מדלת העם...

די היינטיגע פופציג טויזנט ברסלבע זענען שיריים פון די מיליאנע.. ... חסידים וואס זענען געבליבן אן א רבין. ווער ס'זוכט א רבי גייט קיין ברסלב.
ס'דא וואס האבן נישט קיין רבי און האלטן עס נישט אויס אז א צווייטער האט יא.
לעצט פארראכטן דורך רמונים אום דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

כ'מוז זאגן אז עס איז רעדוצירט געווארן די מיליאנען חסידים צו נאר 'הונדערטער'....

הונדערטער חסידים אין אומאן
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

פון די פאר הונדערט, איז נאכן קריג געבליבן איינצעלנע, די מתנגדים האבן געהאפט צום וויפילטן מאל אז ברסלב איז ענדליך אווער, ווי האלט מען היינט, זאגסטו פופציג טויזנט יעצט שטעל דיר נאר פאר וואס גייט זיין אין נאך אפאר יאר.
ס'פאלט א פחד..
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

זייער אינטערסאנטע צייטונגס אויסשניטן הרב יהי' כן, יישר כח.

ברסלב האט אנגעהויבן וואקסן אין די בעפאר מלחמה פוילן, ווייזט אויס אז אין דעם ביטערער מצב אין פוילן ברוחניות וגשמיות האבן מענטשן עס געקענט נוצן... די פענאמען איז דאן באטראכט מיט בייז וואונדער ווי קענטיג אין די ארטיקלן, ליידער האבן זיי אבער מיטגעטיילט דעם זעלבן גורל ווי גאנץ יהדות פוילן. דאס זעלבע אין אוקריינא האט די מלכות הרשעה עוקר געווען דאס אידישקייט פון אומאן און פארטריבן די דארטיגע ברסלבער, מי במות מי בגלות.

נאכן חורבן איז טאקע א קליינע הייפעלע ברסלבער חסידים פארבליבן אין ארץ ישראל,מען קען מסתם ציילן מיט די פינגער ווער ס'איז דאן געווען א ברסלבער. איז דעריבער וואונדערליך צו באטראכן דאס מציאות מיט עטליכע זעכציג יאר שפעטער, ווי דאס פייער'ל טלויעט נאך און ציעט צו זיך אסאך ערליכע אידן וואס ווערן נתקרב צו דעם דרך, צו די ספרים און צו די עצות, ווי רבי נחמן זעלבסט האט פאראויסגעזאגט: מיין פייער'ל וועט שוין טלויען ביז משיח וועט קומען.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך האב נאך אן אויסשניט לינק, פונם 'המליץ' איבער די ברעסלאווע חסידים אין אומאן, וואס מ'קען זיך האלטן ביי די זייטן....
אבער כ'בין חושש אז ס'איז השכלה'יש געשטימט, ואולי פגיעה בכבוד צדיקים, עמיר עס לאזן אזוי
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

אינטערעסאנט אין יהי' כן לינק זעהט מען דארט אז די אידישע קאמוניסטן! פארפירן קעגן די רעגירונג פארן דערלאזן די ברסלבע חסידים דרוקן ספרים און זיך צוזאמקומען אין אומאן, זיי פאדערן פארמאכן די קלויז.
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

יהיה כן האט געשריבן:איך האב נאך אן אויסשניט לינק, פונם 'המליץ' איבער די ברעסלאווע חסידים אין אומאן, וואס מ'קען זיך האלטן ביי די זייטן....
אבער כ'בין חושש אז ס'איז השכלה'יש געשטימט, ואולי פגיעה בכבוד צדיקים, עמיר עס לאזן אזוי

גוט טוסטו מיטן זהירות בכבוד הצדיקים,
המליץ זענען טאקע געווען משכילים אבער אמאל האבן זיי געדינט אינטערעסן פון איין חסידות קעגן א צווייטן, ביי מחלוקת הורנוסטייפל - טשערנאבעל למשל, ביי ברסלב נעמען זיי זיך שטארק אן פאר די נרדפים, ס'דא א אלארמירנדע בריוו דארט פון איינעם וואס האט ביי געוואוינט די שטיינער ווארפן און די קללות אויף יעדן ברסלבע איין יאר ראש השנה.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

יהיה כן האט געשריבן:איך האב נאך אן אויסשניט לינק, פונם 'המליץ' איבער די ברעסלאווע חסידים אין אומאן, וואס מ'קען זיך האלטן ביי די זייטן....
אבער כ'בין חושש אז ס'איז השכלה'יש געשטימט, ואולי פגיעה בכבוד צדיקים, עמיר עס לאזן אזוי

די המליץ איז א ריין השכלה צייטונג. ייש"כ פארן נישט ברענגען
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

רמונים האט געשריבן:אינטערעסאנט אין יהי' כן לינק זעהט מען דארט אז די אידישע קאמוניסטן! פארפירן קעגן די רעגירונג פארן דערלאזן די ברסלבע חסידים דרוקן ספרים און זיך צוזאמקומען אין אומאן, זיי פאדערן פארמאכן די קלויז.

די ברסלב'ע, און פיל מער די ליובאוויטשער חסידים זענען געווען ממש א דארן אין אויג פאר די יעסוועסקעס, די אידישע קאמוניסטן, ימח שמם

נאדיר א דוגמא

לייען אויף די אייגענע אחריות
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

יהיה כן האט געשריבן:

יעפס שוין געזען, נעבעך קענען זעי זיך ניט קיין עיצע געיבן. , וברוך שעקר עבודה זרה זו, נישט געבליבן קיין זכר פון זיי ב"ה.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כ'זעה דער'עולם איז אביסל אונטערגעשפרינגען, ס'איז אקעי. איך האב זיך באצויגן צו ר"ה תרפ"ט און תר"צ און ווי מ'קען אויסלייענען פון די שטיקל וואס 'יהי כן' האט צוגעצייכנט, האבן זיי הערשט אויף ר"ה תרצ"א געקריגן די ישיבה. די סיבה פארוואס כ'האב געשריבן די אויסדרוק 'צערעמאניעס' איז צוליב דעם וואס די גאנצער שטאט איז זיך צוזאמענגעלאפן בייצווואונען די אומגעווענטליכער ספעקטעקאל -א דאווענען וואס באשטייט פון טאנצן און פאטשן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

יהיה כן האט געשריבן:
רמונים האט געשריבן:אינטערעסאנט אין יהי' כן לינק זעהט מען דארט אז די אידישע קאמוניסטן! פארפירן קעגן די רעגירונג פארן דערלאזן די ברסלבע חסידים דרוקן ספרים און זיך צוזאמקומען אין אומאן, זיי פאדערן פארמאכן די קלויז.

די ברסלב'ע, און פיל מער די ליובאוויטשער חסידים זענען געווען ממש א דארן אין אויג פאר די יעסוועסקעס, די אידישע קאמוניסטן, ימח שמם

נאדיר א דוגמא

לייען אויף די אייגענע אחריות

רח"ל, ימח שמם, און המליץ איז נאך ערגער וואו דאס אז דו האסט עס נישט געברענגט אהער ?
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

בן בוזי האט געשריבן:כ'זעה דער'עולם איז אביסל אונטערגעשפרינגען, ס'איז אקעי. איך האב זיך באצויגן צו ר"ה תרפ"ט און תר"צ און ווי מ'קען אויסלייענען פון די שטיקל וואס 'יהי כן' האט צוגעצייכנט, האבן זיי הערשט אויף ר"ה תרצ"א געקריגן די ישיבה. די סיבה פארוואס כ'האב געשריבן די אויסדרוק 'צערעמאניעס' איז צוליב דעם וואס די גאנצער שטאט איז זיך צוזאמענגעלאפן בייצווואונען די אומגעווענטליכער ספעקטעקאל -א דאווענען וואס באשטייט פון טאנצן און פאטשן.

אה וועגן דעם האסטו געשריבן צערעמאניעס אהא , איך האב געהערט אנדערע גירסא די גאנצע שטאט איז זיך צוזאמגעלאפן אינמיטן ראש השנה תפלות, ... וועגן א אנדערע סיבה, אלע האבן זיי געהאט הערנער אויפן שדרה אויפגעקריצט נא נח.
כ'וואלט דיר געראטן צו טשיעטן אריין אין ברסלבע קלויז, און אליינס זעהן דעם געהויבענעם דאווענען מיט די פאטשן און דעם טאנצן... אויך מאכן זיי קאזשיגלעך ביים דאווענען, וואס נאך, מ'קען נישט אלעס פארציילן.. מממש אשאד א היסטאריקער זאל נישט אזאנס וויסן.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

רמונים האט געשריבן:
איך האב געהערט אנדערע גירסא די גאנצע שטאט איז זיך צוזאמגעלאפן אינמיטן ראש השנה תפלות, ... וועגן א אנדערע סיבה, אלע האבן זיי געהאט הערנער אויפן שדרה אויפגעקריצט נא נח.
כ'וואלט דיר געראטן צו טשיעטן אריין אין ברסלבע קלויז, און אליינס זעהן דעם געהויבענעם דאווענען מיט די פאטשן און דעם טאנצן... אויך מאכן זיי קאזשיגלעך ביים דאווענען, וואס נאך, מ'קען נישט אלעס פארציילן.. מממש אשאד א היסטאריקער זאל נישט אזאנס וויסן.

:lol: :lol:
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

עס זענען געווען די מוהרא"ש'ס און אודעסר'ס, אדער בערלאנד'ס חברה, נישט די 'נארמאלע'....
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

בן בוזי האט געשריבן:כ'זעה דער'עולם איז אביסל אונטערגעשפרינגען, ס'איז אקעי. איך האב זיך באצויגן צו ר"ה תרפ"ט און תר"צ און ווי מ'קען אויסלייענען פון די שטיקל וואס 'יהי כן' האט צוגעצייכנט, האבן זיי הערשט אויף ר"ה תרצ"א געקריגן די ישיבה. די סיבה פארוואס כ'האב געשריבן די אויסדרוק 'צערעמאניעס' איז צוליב דעם וואס די גאנצער שטאט איז זיך צוזאמענגעלאפן בייצווואונען די אומגעווענטליכער ספעקטעקאל -א דאווענען וואס באשטייט פון טאנצן און פאטשן.

אחר קידה והשתחוויה צום רבין, עס איז נישט קיין אקצעפטירבארער תירוץ.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

יהיה כן האט געשריבן:
רמונים האט געשריבן:אינטערעסאנט אין יהי' כן לינק זעהט מען דארט אז די אידישע קאמוניסטן! פארפירן קעגן די רעגירונג פארן דערלאזן די ברסלבע חסידים דרוקן ספרים און זיך צוזאמקומען אין אומאן, זיי פאדערן פארמאכן די קלויז.

די ברסלב'ע, און פיל מער די ליובאוויטשער חסידים זענען געווען ממש א דארן אין אויג פאר די יעסוועסקעס, די אידישע קאמוניסטן, ימח שמם

נאכדעם פרעגן זיי 'וואס איז די יחוס פון ברסלב'ר חסידות'
דייקא די צוויי האבן זיך די מערסטע געהאלטן אין רוסלאנד בימים ההם (ראיתי פעם בספר)
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

און די צוויי, און טאקע די צוויי 'ארגינעלע', זענען שוין טאקע היינט א זעלטנהייט....
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

פלוני האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
רמונים האט געשריבן:אינטערעסאנט אין יהי' כן לינק זעהט מען דארט אז די אידישע קאמוניסטן! פארפירן קעגן די רעגירונג פארן דערלאזן די ברסלבע חסידים דרוקן ספרים און זיך צוזאמקומען אין אומאן, זיי פאדערן פארמאכן די קלויז.

די ברסלב'ע, און פיל מער די ליובאוויטשער חסידים זענען געווען ממש א דארן אין אויג פאר די יעסוועסקעס, די אידישע קאמוניסטן, ימח שמם

נאכדעם פרעגן זיי 'וואס איז די יחוס פון ברסלב'ר חסידות'
דייקא די צוויי האבן זיך די מערסטע געהאלטן אין רוסלאנד בימים ההם (ראיתי פעם בספר)

זה דבר ידוע
מיינט נישט צו זאגן אז אנדערע חסידות זענען נישט געווען כולם קדושים, וודאי יא, ס'ווייזט נאר אויף גאר א שטארקע אמונה אין השי"ת דייקא במסי"נ.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”