פורים מעזיבוז - י"א טבת

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קראטשין
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 21, 2021 12:46 pm

Re: פורים מעזיבוז - י"א טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראטשין »

פארצייטיש האט געשריבן:
קראטשין האט געשריבן:
פלטי בן רפוא האט געשריבן:
קראטשין האט געשריבן:
עס איז מיר גיט האט געשריבן:ווען האבען זיי עס אנגעהויבען צו האלטן ?

מן הסתם ווען זיי זענען גיווארן נכדי הבעש"ט

ווען חסידות סקווירא איז נולד געווארן זענען זיי שוין געווען נכדי הבעש"ט

נאר בזווג שלישי איז ר' איצקל נכד הבעש"ט

אמת, בזווג שלישי איז ער געווארן א איידעם ביי הרה"ק רבי הערשלע סקווערער זי"ע, וואס איז געווען אן אייניקל פונעם בעל שם זי"ע, און דעמאלטס האט זיך רבי איציקל אריבערגעצויגן צום שטאט סקווירא, ווי ער איז שפעטער געווארן רבי דארט.

פלטי בן רפוא האט געשריבן:און ער האט געפירט באדמורו"ת אין די שטאט פון זיין שווער ר' הערשעלע מסקווירא זצוק"ל, קומט אויס [א דריי מיטן פינגער] אז ווען חסידות סקווירא איז נתייסד געווארן איז ער שוין געווען נכד הבעש"ט

עם הסתלקות אביו בתקצ"ז, ישב כמה שנים בטשערנאביל. בשנת תר"ג לערך התיישב בסקווירא (לאחר שנשא שם את זו' בזוש"ל)
טייערע אידן העלפט ארויס ידידינו מרביץ תורה הגה"צ ר' איבערלעבר שליט"א
איי וועלט ברעכט היסטאריע! - $38,000 קאמפיין אין איין וואך פאר "איבערלעבער"
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
המבקש לכבוד התורה
הק' אבד"ק קראטשין
אוועטאר
א פארצייטישע איד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm

Re: פורים מעזשבוזש - י"א טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פארצייטישע איד »

בן בוזי האט געשריבן:
י"א טבת פלעגט אין דער שטאט מעזשבוזש געפראוועט ווערן אלע יאהר א פורים וואס מען פלעגט ליינען א מגילה און זיך שיקען משלוח מנות איש לרעהו, עכ"כ אז דער אפטער רב פלעגט אפילו גיין בבגדי שבת מיט שטריימל און בעקישע כיום הפורים, אזוי אויך האט מען נישט געזאגט קיין תחנון נישט בו ביום און נישט ביי מנחה פון עשרה בטבת.

גערופען האט מען עס פורים מרדכי, ע"ש דער סיפור הדברים וואס איז געווען מיט א מרדכי ואסתר, ומעשה שהיה כך היה ווי עס האט עס פארציילט ר' חיים יחיאל מיכל ביק ז"ל דער לעצטער רב פון דער שטאט מעזשבוזש.

דאס איז געווען אין די יאהרן פון ת"ח ות"ט ווען כעמליניצקי מיט זיינע באנדעס האבן באראבעוועט גאנצעטע שטעט און אויסגעהרג'ט צענדליגע און הונדערטע טויזנטער אידן איבער גאנץ אוקריינע (דאן אונטער די פוילישע הערשאפט), ווען עס איז כמעט געווען די רייע אויף דער שטאט מעזשבוזש איז געפאלן א פחד אויף די איינוואוינער פון שטאט און זיי זענען געלאפן אין שוהל אריין דאווענען און בעטן צום אייבירשטער ער זאל זיי ראטעווען מיד צר.

איז געווען א איד מיט דער נאמען מרדכי וועלכע האט שטארק איינגעבעטן מיט תפלה ותחנונים און ער האט געבעטן דעם אייבירשטן אז ער זאל קענען מקדש שם שמים זיין ברבים.

נאכן דאווענען איז ער געגאנגען צו די שטאט לייט און זיי געהייסן ארויף גיין אויפן חומה וואס ווי באקאנט איז דער שטאט מעזשעבוזש געווען מוקף חומה, און דארט אויפן חומה זאלן זיי מיט פויקן מאכן א שטארקע גערודער וועלכע זאל פארטייבן די באנדעס, און ער פערזענליך האט באוויזן אן איבער מענשטליכע אקט, ער האט אויף געהויבן א וואגן ווען אויף דעם ליגט א גרויסער פאס וואסער.

ווען די באנדע איז אנגעקומען קיין מעזשבוזש האבן זיי געזעהן די שטארקע גבורה און די קולות וברקים האבן זיי זיך אויסגעדרייט און אפגעטראגן פון דארט.

והעיר מעזשבוזש צהלה ושמחה
איינער האט א מקור צו דעם?
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: פורים מעזשבוזש - י"א טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

א פארצייטישע איד האט געשריבן:

עי’ פרי חדש סי’ תצ’’ו
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4149
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: פורים מעזיבוז - י"א טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

נחוניא האט געשריבן:
היינט נאכט - י"א טבת - איז פורים מעזיבוז, ווען די אידן פון מעזיבוז זענען געווען באלאגערט אינעם גרויסן פעסטונג און די רשעים האבן זיך געוואלט דארט אריינכאפן און זיי אויס'הרג'ענן ה"י. אבער מיט גרויס נסים האט א איד מיטן נאמען מרדכי זיי פארטריבן.
קיין עין הרע
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 05, 2022 4:11 pm

Re: פורים מעזיבוז - י"א טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיין עין הרע »

הבעש''ט האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
היינט נאכט - י"א טבת - איז פורים מעזיבוז, ווען די אידן פון מעזיבוז זענען געווען באלאגערט אינעם גרויסן פעסטונג און די רשעים האבן זיך געוואלט דארט אריינכאפן און זיי אויס'הרג'ענן ה"י. אבער מיט גרויס נסים האט א איד מיטן נאמען מרדכי זיי פארטריבן.

פורים שמח!!
אוועטאר
ישראל קצובר
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 11:43 am
לאקאציע: גליל

Re: פורים מעזיבוז - י"א טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל קצובר »

לכבוד פורים יש להשיג אוזני-המן אצל טעם עדן
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”