ווייסט איר אייער יחוס בן אחר בן עד אדם הראשון?

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

געמעקט וואס?

דער בחור הזעצער איז טאקע אוועק אלס בחור ווייל ער פלעגט בלינד ווערען.
לעצט פארראכטן דורך יוסף שרייבער אום דינסטאג יאנואר 24, 2012 2:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

איטשע האט געשריבן:2. די רעשט יחסנים ביז אדם הראשון איז דורך רש"י, וואס מען ווייסט קוים ווער זיין טאטע'ס טאטע איז געווען, אפאר דורות אינדערמיט ביז הלל הזקן, וואס זיין יחוס צו יהודה אדער בנין איז אויך א שיינע מיסטערי.

רש"י הק'
בן ר' יצחק צרפתי
בן ר' שלמה צרפתי
ב"ב של ר' אליקים
בן ר' אהרן הרופא
בן ר' אתהדם (וי"א אברהם)
בן ר' יוסי
בן רב מניומי גאון
בן ינאי
בן ר' יוסי בעל ס' לולאות שיר
בן נחמן
בן בנו של יוחנן
בן יהושע
בן התנא רבי יוחנן הסנדלר
דור ד' של רבן גמליאל הזקן
בן שמעון הנשיא
בן הלל הזקן (הבבלי)
מבני בניו של בנימין
בנו הצעיר של יעקב אבינו ורחל אמנו
בן יצחק אבינו
בן אברהם אבינו
בן תרח
בן נחור
בן שרוג
בן רעו
בן פלג
בן עבר
בן שלח
בן ארפכשד
בן שם
בן נח
בן למך
בן מתושלח
בן חנוך
בן ירד
בן מהללאל
בן קינן
בן אנוש
בן שת
בן אדם הראשון


הלל הזקן (הבבלי) [הנ"ל]
אמו מצאצאי שפטיה בן דוד המלך וזוגתו אביטל
בן ישי וזוגתו נצבת
בן עובד
בן בועז – אבצן וזוגתו רות
בן שלמא – שלמון – שלמה
בן נחשון
בן עמינדב
בן רם
בן חצרון – יפונה
בן פרץ
בן יהודה
הרביעי מבני יעקב ולאה
בן יצחק אבינו
בן אברהם אבינו
בן תרח
בן נחור
בן שרוג
בן רעו
בן פלג
בן עבר
בן שלח
בן ארפכשד
בן שם
בן נח
בן למך
בן מתושלח
בן חנוך
בן ירד
בן מהללאל
בן קינן
בן אנוש
בן שת
בן אדם הראשון
לעצט פארראכטן דורך יוראפ אום דינסטאג יאנואר 24, 2012 2:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

און איצטערט דער מהרש"ל למשפחת לוריא


רבינו שלמה לוריא המהרש"ל
בן ר' יחיאל לוריא אבד"ק סלוצק
בן ר' אברהם לוריא אבד"ק בריסק ולבוב
בן ר' יחיאל לוריא אבד"ק הראשון בבריסק דליטא
בן ר' אהרן לוריא אבד"ק היילברין מלנדו
בן ר' נתנאל לוריא ממונטובא ואנטוכיה
בן ר' יחיאל לוריא אבד"ק עהרפורט
בן מו"ה ר' שמשון לוריא ז"ל מוורמייזא
בן מו"ה ר' יחיאל ז"ל מערפורט
בן ר' שלמה לוריא
בן ר' שמשון לוריא רופא
בן ר' יחיאל לוריא
בן ר' שלמה לוריא הרופא
בן ר' יחיאל
בן ר' שלמה
בן ר' משה אהרן לוריא אב"ד אורליאנס
בן ר' יצחק
בן ר' אלעזר
בן הגאון אהרן מיוסטינא הרופא
בן הגאון אתדהם
בן הגאון רב יוסי מקונסטנטינא
בן רב מניומי גאון
בן ייני – ינאי מארץ ישראל
בן רב יוסי
בן רב נחמן
בן רב יוחנן (אמורא)
בן רב יהושע – יישוע
בן רבי יוחנן הסנדלר
דור ד' של רבן גמליאל הזקן
ווייטער שוין דערמאנט פריער
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

יוראפ מזל טוב איך בין געווארן א קוזין מיט דיר או פארקערט דו ביזט געווארן מיט מיר

בד"וו וואס פארט עס אינמיטן צוריק פון אדה"ר צו מבני בניו של בנימין?
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

סביב העולם האט געשריבן:יוראפ מזל טוב איך בין געווארן א קוזין מיט דיר או פארקערט דו ביזט געווארן מיט מיר

בד"וו וואס פארט עס אינמיטן צוריק פון אדה"ר צו מבני בניו של בנימין?

ווי זאגט די וועלט: דו ווילסט פרעגן קשיות אדער הערן די מעשה
איך האב עס נישט ארינגעברענגט די מבני בניו של בנימין קומט צו הלל הזקן מצד אביו
איך וועל עס פראבירן צו פאררעכטן
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

קומט אויס אז דער מהרש"ל איז געווען א 33'סטען דור פון רבן גמליאל הזקן, און רש"י א 19'טען דור פון רבן גמליאל הזקן. מיר זענען בערך א 19'טען דור פונעם מהרש"ל (דורך דער סדר הדורות).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

SPUSMN האט געשריבן:אלע אידען זענען קאזינס. דער וועלט זאגט אז ווען צוויי אידען טרעפען זיך און זיי זענען נאך נישט קיין קרובים איז א סימן אז זיי האבען נישט גערעדט גענוג לאנג - לאמיר מסביר זיין.



די פאקטארס וואס איך האב פריער געזאגט זענען, אז אויב איר זענט אן אשכנזי זענט איר ביי לויט דער "לאו אוו פראבעביליטי" אן אייניקען פון רש"י צענדליגע מאל, אויב איר זענט א ספרדי זענט איר לויט דער "לאו אוו פראבעביליטי" אן אייניקען פון דער רמב"ם צענדליגע מאל. עס איז נישט גאראנטירט אז אן אשכנזי איז אן אייניקען פון רמב"ם אדער א ספרדי איז אן אייניקל פון רש"י, אבער עס איז כמעט גאראנטירט אז אן אשכנזי איז אןן אייניקל פון דער רי"ף און דער רמב"ם, ווייל מיר אשכנזים האבען געהאט א סאך ספרדישע זיידעס ווי משפחת אלטשולער און נאך און נאך.

דער סך הכל איז שטוינענד - ליינט און שטוינט!
_________________________________
דער סך הכל איז, אז יעדער איד היינטיגע צייטען איז אן אייניקל פון רוב ראשונים (אשכנזים פון אשכנזישע, און ספרדים פון ספרדישע). יעדער (אשכנזים און ספרדים צוגלייך) זענען אייניקלעך פון יעדען תנא און אמורא וואס האט איבער געלאזט קינדער (פון אלע עשרה הרוגי מלכות) - אזוי זאגט מאטעמאטיקס. אויך אז מיר זענען אייניקלעך פון "יעדען" איד וואס איז געווען ביים חורבן בית שני וואס האט איבער געלאזט א דור נאך זיך. מיר זענען אייניקלעך פון יעדען איד ביים בית ראשון, און פון יעדען איד וואס איז ארויס פון מצרים און געשטאנען ביים בארג סיני מיטען גוף.



ס'איז נישט אינגאנצן אזוי. יעדער איד היינטיגע צייטען איז טאקע אן אייניקל פון רוב ראשונים (אשכנזים פון אשכנזישע, און ספרדים פון ספרדישע). יעדער (אשכנזים און ספרדים צוגלייך) זענען אייניקלעך פון יעדען תנא און אמורא וואס האט איבער געלאזט קינדער, בתנאי אז זיינע דורות זענען נאך זיכער דא. ס,איז HIGHLY PROBABLE אז אסאך פון די ראשונים וכו' און ווער רעדט נאך פון יעדען איד וואס איז ארויס פון מצרים און געשטאנען ביים בארג סיני מיטען גוף איז במשך הדורות נכחד זכרם ל"ע
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:שוועמל הייב נישט אן, וועסט זיך נאך אנשטויסן אין א מאנקי...


זענען דען אלע מענטשען אייניקלעך פון אדם הראשון?
זע דא אין דעם אשכול איבער דם נושא:
viewtopic.php?f=5&t=12319
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

איך בין אן אייניקל פונעם גולם [לא היה או נברא], סאו וויל איך וויסן צו איך בין פאררעכנט אלס אן אייניקל פונעם מהר"ל צו קענען ציען די יחוס ביז אדם הראשון, און בד"וו וועל איך צובאקומען א היפשע פאר קאזינס, לדוגמא, גולם, מי חכם, הארסי, ספאסמאן
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

הרב יש-להוסיף, אבער פון אברהם אבינו זענען מיר דאך זיכער אלע אידען אייניקלעך.

הרב מילכיגער, וועגען דעם האב איך געשריבען "יעדער (אשכנזים און ספרדים צוגלייך) זענען אייניקלעך פון יעדען תנא און אמורא וואס האט איבער געלאזט קינדער", ועל הכלל כולו יצא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

SPUSMN האט געשריבן:הרב יש-להוסיף, אבער פון אברהם אבינו זענען מיר דאך זיכער אלע אידען אייניקלעך.


איהר מיינט צו זאגען, אז אפילו אם תימצי לומר אז נישט אלע מענטשען זענען אייניקלעך פון אדם הראשון האט דאס נאר געקענט אנהאלטן ביז צום מבול?
סיחון ועוד האבען דאך איבערגעלעבט דעם מבול, איז דארף מען וויסען צו זיי האבען איבערגעלאזט קינדער.

ועוד להוסיף,
אז אפילו פון אברהם אבינו אין ווייטער האט געקענט א אייניקעל דא אין דארט אוועק פאלען, אבער זיינע אייניקלעך זענען צוריק געקומען.
מיש נישט יחוס מיט יהדות, דאס מיינט אפילו א דור האט זיך רח"ל גע'שמד חתונה, זענען זיינע אייניקלעך ווייטער בן אחר בן אויב כאפען זיי זיך צוריק,
אבער אויב די מאמע איז א גויטע קענען זיי האבען דאס מערסטע אויטענטישע יחוס בריעוו ביז אדם הראשון, אבער ווייטער נישט הייסען א איד.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

SPUSMN האט געשריבן:הרב יש-להוסיף, אבער פון אברהם אבינו זענען מיר דאך זיכער אלע אידען אייניקלעך.

הרב מילכיגער, וועגען דעם האב איך געשריבען "יעדער (אשכנזים און ספרדים צוגלייך) זענען אייניקלעך פון יעדען תנא און אמורא וואס האט איבער געלאזט קינדער", ועל הכלל כולו יצא.


איך האב נאר צוגעלייגט אז ס'נישט גענוג אז ער האט איבער געלאזט קינדער, נאר "אז זיינע דורות זענען נאך דא" וד"ב
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
bobke
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bobke »

SPUSMN א וואונדעבארע תגובה
געוואלדיג הנאה געהאט.
בד"וו ווי קען מען זען מער וועגען די לאו אף פראבילעטי?
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

שומר פון אזוי ליינענדיג דיין תגובה האב איך געמאכט א שנעלען חשבון פארקערט אז יעדע דור אראפ דאפעלט זיך בערך די מענטשן, בערך 3000 יאר פון יציאת מצרים איז 150 דורות, 150 מאל 600,000 איז 90,000,000 מיליאן.

ס'יתכן אז ס'איז טאקע דא אזויפיל היינט אויב רעכנט מען אלע נדחי ישראל מארבע כנפות הארץ חברים כל ישראל ונאמר אמן ר"ח שבט יהי' אפס ווי בין איך פארפארן דא

ביי די וועי ווען ס'וועט זיין ומלאה הארץ דעה כמים לים מכסים וועט מען ווארשיינליך נישט מאכן קיין פעמעלי בילדער, להערה בעלמא הדין ובעלמא דאתי שונרא ואכלה לגדיא, שוין איך גיי נישט אין קאמפעטישן מיט שטארק זיך שטארק זיך אצינד וויל די ביסט דאך א בן מלך ער ריפט דיך אן מיין קינד. בב"א
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

לויט וויקיפעדיע איז דא 14 מיליאן אידן היינט צוטאגס
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
bobke
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bobke »

אויף אראפ דארף זיין אסאך מער ווי דאפעלט, חוץ אויב די געבסט נאר 4 קינדער פאר א קאפעל אין עווערעדש
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

bobke האט געשריבן:אויף אראפ דארף זיין אסאך מער ווי דאפעלט, חוץ אויב די געבסט נאר 4 קינדער פאר א קאפעל אין עווערעדש

איך האב געלייגט 2 קינער פער מענטש, זיך רעכענען דיג זיך מיט די וואס האבן חלילה נישט געהאט קיין קינדער און די הריגות וואס זענען געווען במשך הדורות, וואס די הריגות איז לכאורה די סיבה פארוואס ס'נישט דא היינט אפי' קיין 80 מיליאן אידן (אפי' פרייע)

ה' ינקום דמם ונקם ישיב לצריו במהרה דידן אמן
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

bobke האט געשריבן:
SPUSMN א וואונדעבארע תגובה
געוואלדיג הנאה געהאט.
בד"וו ווי קען מען זען מער וועגען די לאו אף פראבילעטי?
גוגל "Law of probability", וואס גיט א ליסטע פון מערערע פעלדער ווי דאס ווערט עפלייד, למשל מען קען זעהן "Law of probability genetics".
פאר א כללותדיגע באגריף קוק און וויקיפעדיע ערך "Probability".

געדענק אבער אז דאס האט צוטוהן מיט מאטאמאטישע סטאטיסטיקס, וואס קען מאכען מענטשען לאכען אויב נישט גענוצט ריכטיג. למשל אז צוויי מענטשען סוחרים, איינער האט היי יאר פארדינט א מיליאן דאלער, און דער צווייטער האט פארדינט גארנישט. זאגט דער סטאטיסטיק אז יעדער פון זיי האט פארדינט on-average א האלב מיליאן דאלער. אבער קען דער וואס האט גארנישט פארדינט קויפען מיט דער "עברידז" ברויט פאר זיינע קינדער?

נאך א משל. אן אלטער מענטש פון 100 יאר גייט צום דאקטער פאר זיין יערליכע טשעקאפ, נאכען ענדיגען זאגט ער צום דאקטער "זיך זעהן איבערעס יאר ארום". פרעגט אים דער דאקטער: "די ביזט דאך א 100 יאר אלט, וויאזוי ביזטו אזוי זיכער אז די וועסט נאך לעבען איבערעס יאר"? ענטפערט אים דער אלטער מענטש: "איך גיי לויט דער סטאטיסטיק, דער סטאטיסטיק זאגט אז זייער ווייניג מענטשען שטארבען ביי די 100"!

אן אנדערע האט געזאגט אז ער שלאפט און דער וואנע, ווייל דער סטאטיסטיק זאגט אז קיינער איז נאך נישט געשטארבען שלאפענדיג און די וואנע!

אויב עס איז דא א "סיבה" פאלט אוועק די גאנצע סטאטיסטיק ווי און די אויבען דערמאנטע 3 משלים. דא אויך, דער מסבב כל הסיבות האט אריין געלייגט א סיבה פארוואס ביי כלל ישראל זאל זיך פירען למעלה מדרך הטבע (אין מזל לישראל), און די אלע סטאטיסטיקס אויף ארונטער צורייסען כלל ישראל האט נישט קיין האפט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ניק ניק האט געשריבן:שומר פון אזוי ליינענדיג דיין תגובה האב איך געמאכט א שנעלען חשבון פארקערט אז יעדע דור אראפ דאפעלט זיך בערך די מענטשן, בערך 3000 יאר פון יציאת מצרים איז 150 דורות, 150 מאל 600,000 איז 90,000,000 מיליאן.

ס'יתכן אז ס'איז טאקע דא אזויפיל היינט אויב רעכנט מען אלע נדחי ישראל מארבע כנפות הארץ חברים כל ישראל ונאמר אמן ר"ח שבט יהי' אפס ווי בין איך פארפארן דא

ביי די וועי ווען ס'וועט זיין ומלאה הארץ דעה כמים לים מכסים וועט מען ווארשיינליך נישט מאכן קיין פעמעלי בילדער, להערה בעלמא הדין ובעלמא דאתי שונרא ואכלה לגדיא, שוין איך גיי נישט אין קאמפעטישן מיט שטארק זיך שטארק זיך אצינד וויל די ביסט דאך א בן מלך ער ריפט דיך אן מיין קינד. בב"א


אויב יעדען דור טאפעלט עס זיך, דענמאלץ און אכט און א האלב דורות דארף שוין זיין 90 מיליאן (דא איז דער חשבון: 6000000, 1200000, 2400000, 4800000, 9600000, 192000000, 384000000, 768000000, 1536000000), ביים 9'טען דור דארף שוין זיין 153 מיליאן מענטשען, און ביי 150 דורות דארף זיין
856348615623576000000000000000000000000000000000000
מענטשען. וואס איז פשט?

מיר וועלען דאס צו פארשטיין געבען מיט א מעשה וואס דער מהר"ש מבאבוב (השני) זצ"ל האט דערציילט. דער קיקיון דיונה האט געהאט א ברודער זייער א גרויסע עושר. ער האט פארמאגט גאנצע פעלדער און וועלדער. און דרום אמעריקע האט ער פארמאגט אן א שיעור טערעטאריע (אפשר דער שטח פון גאנצע מדינות היינט דארטען). ער האט פארבארגט אוצרות מיט געלט פאר די פוילישע מלוכה. ויהי היום, ער איז געשטארבען נישט איבער לאזענדיג קיין קינדער ל"ע, אבער ער האט איבער געלאזט א שטר אז ער גיט זיין גאנצע פארמעגען צו זיין ברודער דער קיקיון דיונה ויוצ"ח.

ביז דערווייל האט זיך פוילין נישט געיאגט צו באצאלען און, און שנת תקל"ג איז פולין געווארען אויס מדינה און געווארען צוטיילט צווישען רוסלאנד, עסטרייך און פרייסין.

נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז פוילין צוריק געווארען א מדינה און די אייניקלעך פון קיקיון דיונה האבען זיך גערישט צו ברענגען א קלאס עקשען לאו-סוט צום נייעם פוילישען רעגירונג אז זיי זאלאן באצאלען דער חוב וואס זיי זענען שילדיג צו זייער זיידע דער קיקיון דיונה. זענען זיי געקומען צום קדושת ציון זי"ע, און זיי האבען אנגעהויבען מאכען חשבונות. רופט זיך איינער אן, "שטעלט אייך פאר אז אויב אברהם אבינו וואלט אריין געלייגט און באנק איין איינציגע דולער און עס וואלט זיך געטאפעלט יעדע 5 יאר, וויפיל געלט כלל ישראל וואלט היינט פארמאגט?

ענטפערט דער קדושת ציון: איך וועל אייך פארציילען א מעשה (איך געדענק עס נישט פונקטליך זאל מען מיר פארעכטען די פרטים וואס איך פארדריי):

א מענטש האט אמאל געטוהן פאר א קעניג עפעס אויסטערליש און דער קעניג האט אים דערפאר געוואלט שטארק באלוינען, האט דער קעניג אים געפרעגט וואס ווילסטו אלץ דיין באלוינונג? האט ער גע'ענטפערט, אז מען זאל נעמען א שאך ברעיט וואס האט 64 קעסטעלעך (8X8=64), און מען זאל און דער ערשטע קעסטעלע אריין לייגען איין קערענדעל ווייץ, און נאכדעם זאל מען טאפלען און אריין לייגען און דער צווייטע קעסטעלע 2 ווייץ, און די דריטע קעסטעלע 4 ווייץ, און אזוי אלע 64 קעסטעלעך. לאכט דער קעניג: "נאר דאס בעהטסטו"? אזוינע קליינע השגות? ענטפערט דער מענטש אשר המלך חפץ ביקרו, פרוביר נאר אויס, וועסטו וויסען ווי "ווייניג" איך בעהט. בקיצור צו מאכען א קורצע מעשה לאנג, האט מען געמאכט א חשבון אז דער 64'סטע קעסטעל וועט דארפען האבען 18,446,744,073,709,600,000 קערנדלעך ווייץ, און עס איז נישט דא און דער גאנצער וועלט צוזאם אזוי פיל ווייץ!

זאגט דער קדושת ציון צו זיי: אברהם אבינו האט אונז איבער געלאזט א סאך סאך מער ווי דער עקספאנענשעלי (exponential) חשבון פון שאך ברעיט און געלט און דער באנק גייט, ער האט אונז איבער געלאזט א זייער רייכע ירושה אז מיר זיינע אייניקלעך קענען זאגען "זכור ברית אברהם ועקידת יצחק" וואס אלע געלט און דער וועלט קען עס נישט באצאלען. עד כאן בערך די מעשה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

די פאקט איז אז יעדער צווייטער אין בית המדרש איז אן אייניקל פון דעם ט״ז וכדומה פון יענע תקופה
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

איינער איז אמאל געקומען מיט א מעשה ער איז אן אייניקל פונעם אור החיים הק׳ האט מען אים אפגעשלאגן אז דער אור בחיים האט נישט געהאט קיין קינדער האט ער ווייטער געטענ׳עט איך האב נישט געזאגט א קינד איך זאג כ׳בין אן אייניקל
אוועטאר
geek
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך geek »

שמן למאור האט עס מיר געטראפן http://goo.gl/HH1u9
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כל טוב האט געשריבן:איינער איז אמאל געקומען מיט א מעשה ער איז אן אייניקל פונעם אור החיים הק׳ האט מען אים אפגעשלאגן אז דער אור בחיים האט נישט געהאט קיין קינדער האט ער ווייטער געטענ׳עט איך האב נישט געזאגט א קינד איך זאג כ׳בין אן אייניקל


ווען איינער איז נישט דער אייניקעל נאר דער ווייב איז, זאגט מען אז מען איז אן איר-אייניקעל, אז "איר" איז אן אייניקעל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

SPUSMN האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:איינער איז אמאל געקומען מיט א מעשה ער איז אן אייניקל פונעם אור החיים הק׳ האט מען אים אפגעשלאגן אז דער אור בחיים האט נישט געהאט קיין קינדער האט ער ווייטער געטענ׳עט איך האב נישט געזאגט א קינד איך זאג כ׳בין אן אייניקל


ווען איינער איז נישט דער אייניקעל נאר דער ווייב איז, זאגט מען אז מען איז אן איר-אייניקעל, אז "איר" איז אן אייניקעל.

הייסט עס אז איך קען נאך זיין אן איר אייניקל פון אור החיים דורך מיין ווייב'ס זייט, חצי נחמה
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ביזט א בחור? פארוואס נאר א חצי נחמה, פארוואס נישט א גאנצע נחמה? נישט אז דער אוהחה"ק האט אן אייניקעל נחמה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”