כת ש"ץ והמסתעף (שם האשכול מלפנים 'נענועים')

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: כת ש"ץ והמסתעף (שם האשכול מלפנים 'נענועים')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: כת ש"ץ והמסתעף (שם האשכול מלפנים 'נענועים')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

קען מען דאונלאודען די שמועסן, אדער מען מוז עס הערן אויף זייער סייט?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
ישראלי
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:26 pm

Re: כת ש"ץ והמסתעף (שם האשכול מלפנים 'נענועים')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלי »

גא"מ לשאלה, עס הערט אויס צו זיין גאר אינטרעסאנט
ישראלי איז די נאמען, יהודי איז די מהות
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: כת ש"ץ והמסתעף (שם האשכול מלפנים 'נענועים')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ווערעצקי האט געשריבן:קען מען דאונלאודען די שמועסן, אדער מען מוז עס הערן אויף זייער סייט?

ישראלי האט געשריבן:גא"מ לשאלה, עס הערט אויס צו זיין גאר אינטרעסאנט

כמיין אז מקען עס דאונלאודן אבער דאס וועט אוועקנעמען די טרעפיק פון זייער וועבסייד

כמיין אז דאס איז די ביסעלע הכרת הטוב וואס מיר קענען צוריקגעבן פאר קו"מ און פאר ר' שמואל פאר די מייסטערהאפטיגע ארבעט וואס זיי שטעלן צו
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
ישראלי
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:26 pm

Re: כת ש"ץ והמסתעף (שם האשכול מלפנים 'נענועים')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלי »

מסתמא האט געשריבן:

ווי אזוי קען איך באקומען א כשר'ע ארץ ישראלדיגע פון נאמבער?

זעה דא

איר זענט טאקע גערעכט, אבער איך האב נישט ליב זיצן אזוי פיל צייט ביים קאמפיוטער.
אפשר איינער וייסט וועלכע קנעפל דארף איך דריקן כדי צוקומען צום שיינע סעריע שיעורים פון היסטאריע דורך הרב פוקס? כ'האב נעכטן פראבירט אויך אין אינטערעסאנטע אפהאנדלונגען און אויך אין די רייכע קרעימל און סי נישטא.
איינער וייסט וואס דארף איך טון צו הערן דעס אויפן טלעפון?

ישראלי האט געשריבן:

סאיז 5-2-1 פון די מעין מעניו
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
ישראלי
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:26 pm

Re: כת ש"ץ והמסתעף (שם האשכול מלפנים 'נענועים')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלי »

ייש"כ
נאך איין קלייינע שאלה, וויאזוי קום איך צוריק צו די פלאץ ווי איך בין געווען?
ישראלי איז די נאמען, יהודי איז די מהות
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: כת ש"ץ והמסתעף (שם האשכול מלפנים 'נענועים')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

זיס האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 25, 2011 11:48 am
איך קום נישט אן צופיל מאריך צו זיין, עכ"פ וועל איך שרייבן בקיצור איבער רבי אברהם היכיני און ווער ער איז געווען.

ווער איז רבי אברהם היכיני?
רבי אברהם איז געווען דער מגיד משרים אין שטאט קאנסטונאנטפול, ער איז געווען א תלמיד פונ'ם רבי יוסף מטראני (א זוהן פונעם מבי"ט פון צפת), און מהר"י וועלכער האט געדינט אלס רב אין קאנסטאנטינאפל. רבי אברהם איז געווען א גרויסער תלמיד-חכם און זייער באליבט ביי די ארטיגע אידן, און האט געהאט א חוש מעורר צו זיין אידישע הערצער צו תשובה דורך זיינע דרשות וואס ער פלעגט כסדר געבן אלס מגיד אין שטאט. ער האט מחבר געווען א ספר מיטן נאמען "הוד מלכות", וואס ענטהאלט הונדערט-און-פופציג מזמורים, די זעלבע צאל ווי דעם ספר תהילים. עס איז אויך פאראן פון אים א ספר מיטן נאמען "חופת אליהו" וואס פיל ספרד'ישע גדולים ברענגען אים אראפ. אויך האט ער מחבר געווען א גאונות'דיגע ספר אויף תוספתא, אבער עס איז פארלוירן געגאנגען מיט די צייט. ער איז אויך געווען א גרויסע מקובל, מחבר געווען פארשידענע חיבורים אויף קבלה, צווישן זיי "ספר רזי לי" און ספר "ווי העמודים" (נישט די באקאנטע), "ווי העמודים" איז א שטארק שבתאי'שע ספר, מיט פיל שבתאי'שע רמזים און געדאנקען.

זיין מיינונג אויף שבתאות
רבי אברהם איז געווען א הייסער שבתאי, אבער פארט האט ער אנגעקוקט שבתאות מיט אביסל אן אנדערן בליק ווי אנדערע שבתאים.

אין די צייטן פון שבתי צבי האט רבי אברהם זיך צוגעשטעלט צו שבתאות אויף אלע הונדערט פראצענט, און שבתי צבי האט אים מכתיר געווען אלס "שלמה המלך", זאגנדיג אז ער פארמאגט די נשמה פון שלמה המלך און ווען ער (שבתי צבי) וועט נתגלה ווערן אלס משיח, וועט ער זיין שלמה המלך.

אפילו נאכן שמד האט רבי אברהם היכיני אנגעהאלטן זיין אמונה אין שבתי צבי, אבער דא האט ער געהאט אן אנדערע מיינונג ווי אנדערע שבתאים, און אפילו געפירט וויכוחים מיט זיי אין דעם ענין.

רבי אברהם האט געהאלטן אז שבתי צבי'ס שמד איז א ניסיון פון הימל, שבתי צבי האט זיך באמת קיינמאל נישט גע'שמד'ט נאר עס איז אזא אנבלענדעניש פון הימל צו זען אויב אידן וועלן ווייטער מיטגיין מיט שבתי צבי אדער נישט. רבי אברהם האט דאס פארגליכן מיטן עגל, ווען מען האט געזען משה רבינו אין הימל כאילו מלאכים פירן זיין בעטל און אז ער לעבט שוין נישט. רבי אברהם האט געהאלטן אז דאס איז דער ניסיון פון דור און מען מוז נאכגיין שבתי צבי אפילו ווען עס קוקט אויס פונדרויסן אז ער האט זיך גע'שמד'ט.

זיין מיינונג אין דעם ענין איז געווען גענצליך פארקערט פון אנדערע שבתאים, ובראשם פון נתן העזתי. זיי האבן געזאגט מיט א קלארקייט אז שבתי צבי האט זיך גע'שמד'ט און דאס איז גרויסע זאכן, ארויסצונעמען קליפות וואס זענען פארלוירן געווארן ביי די ישמעאלים. נתן העזתי האט כסדר געשריגן אז דאס איז גרויסע ענינים און סודות און שבתי צבי האט געטאן א הייליגע זאך מיטן זיך שמד'ן (עפ"ל), ער האט אפילו געהייסן אנדערע שבתאים אים נאכטון און זיך אויך שמד'ן. פון די אלע משומדים איז שפעטער געגרינדעט געווארן דער רעליגיע מיטן נאמען "דונמא" - דא איז אן אריכות פאר זיך, און עס איז נישט יעצט דער פלאץ דערפאר.

רבי אברהם האט אבער קלאר נישט אזוי געהאלטן. לויט זיין מיינונג האט שבתי צבי זיך קיינמאל נישט גע'שמד'ט. ער האט אויך אפגעהאלטן אנדערע שבתאים וואס האבן זיך געוואלט שמד'ן אזוי ווי שבתי צבי, און האט זיי אפגערעדט דערפון.

מיסטעריע ארום אברהם היכיני
רבי אברהם היכיני איז פארבליבן צווישן אידן ווי א מיסטישע פערזאן, עס איז זייער צומישט ארום אים און קיינער קען נישט הוגה דעת זיין אויף אים:

פון איין זייט ברענגט מען אים אראפ אין די ספרי קודש טראצדעם וואס ער איז געווען א שבתאי, בפרט דער ילקוט מעם לועז ברענגט אים זייער פיל אראפ. אפילו דער ציצת נובל צבי, דער גרעסטער לוחם אויף שבתאות דערמאנט אים בדרך כבוד, און אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן - ווען ער רעדט איבער די מגילת התנינים - שרייבט ער אז ער איז א תלמיד-חכם און ער פארשטייט נישט פארוואס ער האט געטאן אזא משוגעת.

מאידך גיסא: אפילו אין די צייטן וואס ער איז נאך געווען הייס אנגענומען ביי כלל ישראל, נאך איידער שבתי צבי איז ארויפגעקומען, האט ער שוין פארמאגט מאדנע זאכן. קודם כל איז וויכטיג צו באמערקן אז ער האט זיך מצרף געווען צו שבתי צבי, נאך גאנץ אין אנהויב, נאך פאר נתן העזתי האט געוויסט איבער שבתי צבי. אין יענע צייטן איז שבתי צבי נישט געווען באוויסט אין די וועלט און אין די שטעט וואו ער האט געוואנדערט האט ער געהייסן א משוגע'נער, קיינער האט אים נישט אנגעקוקט און מען האט חוזק געמאכט פון אים, אבער רבי אברהם - דער מגיד משרים אין שטאט - האט אין אים געזען א גרויסער מענטש.

די משוגע'נע חלומות
נאכמער; עס איז פאראן כתבי ידות פון רבי אברהם וואס מען האט קיינמאל נישט געדרוקט. די כבתי ידות זענען מאדנע באשרייבונגען און זאכן פון רבי אברהם, און דאס איז נישט געדרוקט געווארן פאר א סיבה, ווייל דער שיגעון דערפון איז אזוי גרויס אז עס איז שווער משיג צו זיין. איך וועל דא אראפברענגען צוויי חלומות וואס רבי אברהם שרייבט אז ער האט גע'חלומ'ט, און אויב די הנהלה באשליסט אז עס קומט נישט דא, זאלן זיי עס ביטע אויסמעקן: {פארמעקט}

בדרך לצנותא דע"ז, קען אפשר זיין אז בשעת רבי אברהם היכיני האט זיך מחיה געווען אין זיין חלום, איז דער קעמל געווען אין צווייטן צימער און געקייעט מיט א געשמאק די בלעטער פון זיין ספר אויף תוספתא... אזוי האט ער אים צורי-געלאזט... איך וויל נאר מוסיף זיין תוך כדי דיבור, אז אויב מען טאר נישט חוזק מאכן פון רבי אברהם, צי איך שוין צוריק... ווייל דער אמת איז אז עס איז זייער צומישט, גרויסע ברענגען אים אראפ פון איין זייט, און פון די צווייטע זייט איז ער געווען א שבתאי מובהק, סא, איך ווייס נישט וואס צו זאגן...

חכמת שלמה רבתי
איך וויל דא קלארשטעלן, און אביסל צוריקציען פון וואס איך האב פריער געשריבן, אז דער בנות רחל שרייבער איז נישט לגמרי פאלש ווען זי שרייבט אז רבי אברהם היכיני האט מחבר געווען דער ספר "חכמת שלמה רבתי", הגם ער האט עס נישט מחבר געווען, אבער דאס איז א ספר מיט א פירוש אויף דער מגילת התנינים, און דער נאמען פונעם ספר "חכמת שלמה רבתי" נעמט זיך דערפון וואס שבתי צבי האט אים מכתיר געווען אלס "שלמה המלך" און וויבאלד ער האט געפינען די מגילה, הייסט דאס "חכמת שלמה רבתי". אבער עס איז אינטערעסאנט אז פון אלע ספרים וואס רבי אברהם האט מחבר געווען האט די שרייבערין אויסגעקליבן פונקט דער ספר, וואס נישט רבי אברהם איז דער מחבר דערפון.

לסיכום:
איך האב שטארק מקצר געווען במקום שאמרו להאריך, עס איז נאך דא פון אים פיל וואס צו רעדן און שמועסן, נאר די צייט יעצט איז אביסל אנגעשטרענגט, ברוך השם אז עס איז פאר געלט סיבות און פאר פאזעטיווע זאכן - דער אויבערשטער זאל ווייטער העלפן בעסער און שענער. עכ"פ לויט ווי עס קוקט אויס, איז רבי אברהם ממקורו געווען אן ערליכער (אויב מען מעג אזוי זאגן), נאר א היבש איינגערעדטער מענטש מיט פיל דמיונות און מאדנע זאכן, וואס צוליב דעם איז ער פארכאפט געווארן אין שבתאות. עס קען אפשר זיין אז די משוגעת'ן קומען שטענדיג מיט מיט א דזשיניעס קאפ, אזוי ווי אלע גרויסע קעפ זענען פיל מאל זייער מאדנע, און אזוי איז געווען רבי אברהם.

דאס אלעס שרייב איך נאר אויב מען מעג, ווייל עס איז זייער צומישט און מען קען נישט וויסן וואס דארט איז געווען מיט אים. עס איז נאך דא פיל מאריך צו זיין און יעדער קען מוסיף זיין כיד ה' הטובה.
האב איך לעצטנס באגעגנט א כתב יד פונעם ספר חופת אליהו עלהתורה ומועדים פון אברהם היכיני און עס האט בערך 700 בלעטער.
איך ווייס באמת נישט אויב עס איז ראוי לפרסם און זיך פארלאזן אופן שבט מוסר, בעל מעם לועז והחיד"א אדער נישט
די טיטלען פון די וואס ברענגן יא פון עם איז גאר גרויס אבער פון די צווייטע זייט........
למעשה????
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”