היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

איבערבלייבענישען פון ווייט און נאהנט פון די "אנטונינוס וואנט" היינטיגע צייטן
640px-Antoninus_Wall_near_Bar_Hill.jpg
640px-Antoninus_Wall_near_Bar_Hill.jpg (88.11 KiB) געזען 1451 מאל
Antonine_wall.jpg
Antonine_wall.jpg (14.49 KiB) געזען 1451 מאל
א שטיקל היינטיגע צייטן אין גלאסגאו, סקאטלאנד
Antonine_Wall_-_geograph.org.uk_-_49196.jpg
Antonine_Wall_-_geograph.org.uk_-_49196.jpg (148.08 KiB) געזען 1451 מאל
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

דער דעמאלטיגער רוימישער עמפעראר אנטונינוס פיוס
destinationsukantoninewall3.jpg
destinationsukantoninewall3.jpg (8.2 KiB) געזען 1448 מאל
(דער באקאנטער פריינד פון רבי וואס האט געגראבן א טונעל אונטער זיין פאלאץ צו קענען באהאלטענערהייט ביינאכט זיך טרעפן מיט רבי און לערנען פון זיין חכמה - ווי אויך, אין די צייט פון זיין מלוכה האבן די הייליגע תנאים רבי שמעון בר יוחאי און זיין זוהן אלעזר זיך אויסבאהאלטן אין די מערה)
וואס איז, נאכן זיך אויסצייכענען אין אסאך פעלדער אדאפטירט געווארן ווי אן אייגן קינד ביי אדריינוס'ן (דער פריערדיגער עמפעראר/קייסער) אין פאלאץ נאך וואס דער לעצטער האט פארלוירן זיין בכור און יורש לאקיאס אאוליאוס ווען יענער איז געשטארבן.

דאס אים אדאפטירן איז געקומען בתנאי אז אנטונינוס זאגט צו פאר אדריינוס'ן אז בבוא העת וועט ער אדאפטירן אניאס ווערוס זיין פלימעניק (נעפיא בלע"ז) זיין ווייב'ס שוועסטער'ס זוהן און לאקיאס דער זוהן פון אאליאוס ווערוס.

(נאכן טויט פון אנטונינוס האבן די צוויי, צוזאמען געפיהרט דעם רוימישען עמפעריע פון יאר 161 און ווייטער, ווי מיר וועלן שפעטער זעהן.)
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

אין יאר 150 הייבן זיך ווילעס אן צו בויען לענגאויס די בריטישע קאנטריסייד אין צפון ענגלאנד. צושטעלנדיג דעם קאנטריסייד צו די דרום חלק ענגלאנד (לאנדאן און ארום) איז עס גאנץ קליין, אויך, האבן ווייניגער ווי 10 פון זיי פארמאגט א מאזעיק (mosaic) ערד (וואס פלעגט דינען אלץ צייכן אז דאס פלאץ איז באזעצט אויף אן אופן אז סוועט בלייבען פאר יארן).

אין יאר 155 ווערט פארברענט איינס פון די גרעסטע שטעט אין רוים-אקופירטע בריטאניע, סט. אלבאנס אין הערטפארדשיער (א שעה אוועק פון לאנדאן, צו נאורט).

הערטפארדשיער (אין רויט)
395px-Hertfordshire_UK_locator_map_2010.svg.png
395px-Hertfordshire_UK_locator_map_2010.svg.png (77.64 KiB) געזען 1408 מאל
אין יאר 163 ווערן די רוימישע סאלדאטן באפוילן, דורך די צוויי נארוואס ניי-געקרוינטע עמפעררער'ס אניאס ווערוס און לאקיאס (אינעם צווייטען יאהר פון זייער קעניגרייך) צו מאכן א ריקצוג פון דער "אנטונינוס וואנט" צוריק צום "אדריינוס וואנט".
ּ- דער אורזאך דערצו איז טאקע נישט קלאר, אבער די אויפגייענדע "בריגאנטן שבט" אין בריטאניע האבן מעגליך געהאט א האנט דערין אז די רוימער זענען געצוואונגען געווען צו זיך צאמציהען, כדי צו פארשטערקערן די גרעניצען פון די פולשטענדיגע איינגענומענע געגענטער.

אין יאר 182 הייבן אן די אויפגייענדע "בריגאנטן שבט" און נאך אנדערע שבטים פון סאוט סקאטלאנד און צפון ענגלאנד צו רעוואלטירן אנקעגן די רוימער.

קאמפפן ציהען זיך פאר יאהרן לענגאויס דעם "אדריינוס וואנט". שטעט אראפציר צו סאוט פון דעם וואנט בויען אויף ווענט אין פארנט זיך צו באשיצן פון די ראיאטן וואס וועלן מעגליך זיך צושפרייטן און גרייכען זייער שטאט.

(פאר די לאנדענע איינוואוינער וועט עס מעגליך דערמאנען אביסל די לאנדאן ראיאטן, וויאזוי מיר האבן דעמאלטס געשפירט ביז מיר האבן געהערט אז זיי שוינען אפ דאס יודישע קווארטל)

אין יאר 197 נאך א לאנג-פארצויגענעם קריגעריי אין רוים ווער סזאל נעמען דעם קאנסול פאזיציע אין בריטאניע ווערט דעצימוס קלאודיעס ענדגילטיג געוועלט צו נעמען די פאזיציע. זיכער צו מאכן אז מווערט פטור פון די קעגנער פונעם לעצטן קומען אריבער הויכראנקיגע קאמאנדירן קיין בריטאניע צו מאכן ארדענונג און פארפעסטיגן רוים אין בריטאניע.

איינמאל זיי זענען שוין אין בריטאניע פראבירן זיי אויך איבערצובויען דאס צובראכענע "אדריינוס וואנט" נאך איבער 15 יאר פון שטויסערייען מיט די אויבערדערמאנטע "בריגאנטן שבט" און די אנדערע שבטים פון צפון ענגלאנד און סקאטלאנד.

אין יאר 209, נאך יארן פון רייבערייען מיט די שבטים, מארשירן די רוימער ארויף צום "אדריינוס וואנט" צו זיך באגעגענען מיט די קאלעדאוניער.

אין דער צייט וואס דער רוימער האבן זיך געגרייט אויף א בלוטיגע קאמפף מיט זיי, האבן אבער די קאלעדאוניער ליבערשט געוואלט א גורילע-סטיל מלחמה. דער דאזיגער פאקט צווינגט די רוימער צו זיך זעצן צום טיש אויף אן אפמאך צווישען די צוויי זייטען און אזוי צו ענדיגען די לאנג פארצויגענע אומרוהען אין די געגענט ארום דעם "אדריינוס וואנט".
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

פאקטיש, איז קיינמאל געלונגען פאר די רוימער איינצונעמען בריטאניע אויפן פולען פארנעם, שטענדיג זענען געווען טיילן וואס זענען געווען אונטער קעמפענדע שבטים, רעבעלן אדער גורילע גרופעס.

אין יאר 211 ווערט בריטאניע צוטיילט אין 2 באזונדערע פראווינצן: סאוט (דרום) בריטאניע, מיט'ן צונאמען "בריטאניע סופעריער" (צו באצייכענען דעם פאקט אז עס איז געווען נענטער צו רוים) מיט לאנדאן ווערנדיג דער הויפטשטאט דערפון, און דער נאורט (צפון) טייל מיט'ן צונאמען "בריטאניע אינפיריער" מיט יארק ווערנדיג דער הויפטשטאט.

אין יאר 250 ערוועקן זיך ווידער די "בריטאניע אינפיריער" גרופעס צו א פרישע אויפשטאנד קעגן "בריטאניע סופעריער" דורך די פּיקטן און סקאטן פון צפון (סקאטלאנד), ווי אויך די "אנגלען", "סאקסען" און "יאטן" פון דייטשלאנד און סקאנדיביע הייבן אן אנשרעקן די רוימישע אייננעמער.
(אינטרעסאנט אז 1700 יאר שפעטער האבן די דייטשען פונעם 19'טען הונדערט נאכאמאל פראבירט זייער מזל, ביי די וועלט מלחמה, ווי ס'איז דאסמאל, בחסדי ה', שוינענדיג די יודן אין ענגלאנד, נישט געלונגען...)



א מאפע פון די אויפשטאנד, די סקאטן און זייערע העלפער פון אויבן און דייטשע גרופעס פונעם רעכטן זייט
invadersdarkages.jpg
invadersdarkages.jpg (22.81 KiB) געזען 1390 מאל
שטיינער פון די פּיקטן געטראפן אין סקאטלאנד
אין דער בילד זעהען מיר די פּיקטן אין א מלחמה (מעגליך אונזער מלחמה מיט די רוימער)
340px-Pictish_Stone_at_Aberlemno_Church_Yard_-_Battle_Scene_Detail.jpg
340px-Pictish_Stone_at_Aberlemno_Church_Yard_-_Battle_Scene_Detail.jpg (52.42 KiB) געזען 1390 מאל
א שטיין, געטראפן אין סקאטלאנד, מיט סימבאלן פון די פּיקטן
360px-Serpent_stone.jpg
360px-Serpent_stone.jpg (49.8 KiB) געזען 1390 מאל
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

אין יאר 255 מיט די פארשטערקערטע אנשרעקן פון די דייטשע שבטים קעגן די רוימער אין סיעבּארן, סאוט'עמפטן, אונטען אין דרום ענגלאנד ווערט די לאנדאן וואנט געבויעט ביים נאורט (צפון) ברעג פונעם ט'עמז טייך.

דער וואנט האט זיך געצויגען פון טאוער הילל אין מזרח צו בלעקפרייערס וואס איז אין מערב און ציהט זיך א לענג פון 2 מייל, ארום אלט שטאט לאנדאן (יאפס, לאנדאן האט אן אלט שטאט).

אויסער איינצעלנע אויסנאמען איז דער גאנצער וואנט געבליבען פאר 1700 יאר אומבארירט, און איז בעיקר געבויעט געווארן צו באשיצן פון די אויבן דערמאנטע פּיקטן. געוויסע היסטאריקער טענהען אז אזוי ווי דער וואנט האט פארמאגט אין זיך אויך אפאר טורעמס געבויעט בעיקר ארום די מזרח טייל פונעם וואנט וואס האט צווישען אנדערע גענוצט אויך פאר אן אפיציעלע היים פאר דער בריטישער גאווערנאר וואס איז געשטעלט געווארן דורך רוים, איז מעגליך אז עס איז געבויעט געווארן דורך אלבינעס, דער גאווערנער פון בריטאניע אין יענע צייט, זיך צו פארזיכערן מיט'ן מאכט זיינעם.

וואס די אורזאך פארן בויען דעם דאזיגען וואנט זאל נאר נישט זיין,איז דער וואנט געווען פון די גרעסטע קאנסטרוקציעס אין רוים-אקופירטע בריטאניע. ס'איז איבערגעבויעט און פארלענגערט געווארן אפאר מאהל דורכאויס די רוימישע תקופה, נוצנדיג ארום 85,000 טאן גרוי-שטיין פון קענט (א געגענט אין ענגלאנד בערך 2 שעה צו פארן פון היינטיגע שטאט לאנדאן.

א שטיקל פון די וואנט אין איינס פון די פלעצער
secretlondoncitywall2.jpg
secretlondoncitywall2.jpg (50.4 KiB) געזען 1329 מאל
א היינטיגע מאפע פון די אלט-שטאט לאנדאן געגענט. מערקט די לאנדאן וואנט (פארצייכנט מיט רויטע פּינס לענגאויס דעם וואנט)
Screenshot 2022-09-21 215501.png
Screenshot 2022-09-21 215501.png (111.16 KiB) געזען 1329 מאל
ענליכע גרויע שטיינער פון קענט געגענט
Ragstone_wall_detail_-_geograph.org.uk_-_2265628.jpg
Ragstone_wall_detail_-_geograph.org.uk_-_2265628.jpg (101.48 KiB) געזען 1329 מאל
)
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

אין יאר 259 טוהען בריטאניע, גאל און שפאניע זיך אפטיילן פון די רוימישע אימפעריע שאפנדיג דעם אזוי-גערופענעם "גאליק אימפעריע".

אין יאר 274 ווערט דער גאליק אימפעריע בטל צו די רוימישע און ווערט אויס אייגענע "אימפעריע".

ווי באקאנט, זענען די רוימער געווען באוואוסט אין יענע צייטן צו פארשפרייטן זייער פראפעגאנדע אויף פיהל וועגן, איינס פון זיי איז געווען דורך זייערע מטבעות און כדי אויסצופאמפען איבערן וועלט דאס זיי האבן איינגענומען שטיקער פון בריטאניע, און מיטן ציהל צו ווייזען אז עס "באלאנגט" שוין פאר זיי האבן זיי געלאזט וויסען יעדן אז די מטבעות וואס ווערן אנגענומען ביים אדריינוס וואנט וועט אויך ווערן אנגענומען אין רוים אלץ לאקאל און אין אנדערע טעריטאריע וואס רוים האט פארמאגט איבערן וועלט ווי למשל אתונא (ווערט דערמאנט אין גמרא בכורות, געשאצט אלץ די היינטיגע אתונא הויפטשאט פון גריכנלאנד-יון).

גאלדענע און זילבערנע מטבעות פלעגן געדרוקט געווארן דורכן עמפעראר (קייסער) און די קופערנע פלעגט געדרוקט ווערן דורכן סענאט.

אין יאר 286 האבן די רוימער אין בריטאניע אנגעהויבען דרוקן מטבעות אין א ניי אויפגעשטעלטע מינט (דרוקעריי) אין לאנדאן און דערנאך אין יאר 287 אויך אין קאלטשעסטער.

אין יאר 287 דערקלערט זיך קאראוסיעס, אדמיראל פון די רוימישע שיפן, אלץ בריטישער און צפון גאל עמפעראר און הייבט אן דרוקן זיינע אייגענע מטבעות, נוצנדיג דאס ניי אויפגעשטעלטע מינט.

אדריינוס'ער מטבעות וואס זענען גענוצט געווארן אין בריטאניע
hadrianmiddlebrasscoin.jpg
hadrianmiddlebrasscoin.jpg (40.94 KiB) געזען 1324 מאל
- די רוימישע מטבעות זענען געווען צוטיילט אין 3 צענטראלע קלאסן: גאלד - מיט'ן נאמען: אאורעס, זילבער - מיט'ן נאמען: דינעריוס (דינרים) און בראסס - מיט די נעמען: סעסטערטיעס, דעפאנדיעס און אסס.

די ווערד פון די מטבעות
2 אססעס = 1 דיפאנדיעס
2 דיפאנדיעס = 1 סעסטערטיעס
4 סעסטערטיעס = 1 דינעריעס (דינר)
25 דינעריעס = 1 אוארעס
ד. ה. אז סהאט געקאסט 400 בראסס אססעס צו קויפן א גאלדענע אוארעס (ריכטיג אויסגערעכענט?). (היינטיגע צייטן, איז עס 100 פענני'ס פאר א פונט, 100 סענט'ס פאר א דאלער א. א. וו.)

4 סארט ביליגע אייזן. מערקט אז "בראסס" איז נישט "קופפער".
difference-between-copper-brass-bronze.png
difference-between-copper-brass-bronze.png (252.8 KiB) געזען 1324 מאל
זינק.
440px-Zinc_fragment_sublimed_and_1cm3_cube.jpg
440px-Zinc_fragment_sublimed_and_1cm3_cube.jpg (34.96 KiB) געזען 1324 מאל
די היינטיגע ענגלישע 1 און 2 פענני'ס זענען געמאכט פון "זינק" (א גרוי-קאליר מעטאל) איבערגעדעקט מיט א דינע שיכט פון קופפער.
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

מוצש"ק נצבים - ערב ראש השנה תשפ"ג

אין יאר 293 ווערט קעראוסיעס דערמארדעט דורך זיין פינאנצער, אלעקטעס, וואס הייבט אן גלייך דערנאך צו בויען זיין פאלאץ אין לאנדאן צו פארזיכערן זיין אטאריטעט. אויך הייבט ער אהן צו אויפבויען זיינע בארימטע פעסטונגען לענגאויס די בריטישע וואסערן. ביידע, מיטן ציהל צו פארשטערקערן דער פארטיידיגונג קעגן די דייטשע שבטים פון מזרח זייט, און צו זיך שיצן פון רוים, זיי זאלן נישט פראבירן צוריק צו נעמען קאנטראל איבער בריטאניע.

מאפע פון די פילצאליגע פעסטונגען וואס אלעקטעס האט געלאזט בויען לענגאויס די בריטישע וואסערן.
map-saxon-shore-forts.jpg
map-saxon-shore-forts.jpg (84.93 KiB) געזען 1302 מאל
אין יאר 296 זענען די רוימער ווידער דא. אלעקטעס ווערט דערמארדעט אינעם שלאכט נעבן סילטשעסטער אין העמפשייער און בריטאניע ווערט צוריק אונטער רוימישע קאנטראל.

דער סילטשעסטער וואנט ווי די שלאכטן פון די רוימער קעגן אלעקטעס איז פארגעקומען.
silchester-walls.jpg
silchester-walls.jpg (315.74 KiB) געזען 1302 מאל
אין רעזולטאט ווערט בריטאניע צוטיילט אין 4 פראווינצן:

1. מאקסימע קייסעריענציס (נאורט ענגלאנד ביזן "אדריינוס וואנט")
2. בריטאניע פריימע (סאוט ענגלאנד)
3. פלאוויע קייסעריענציס (צענטער און מזרח ענגלאנד)
4. בריטאניע סעקאנדע (היינט וועילס).

סקאטלאנד, ווי ביז יעצט, בלייבט פריי פון רוימישע הערשאפט.



אין יאר 314 ווערט קריסטנטום לעגאל אין רוים-בריטאניע.

אין יאר 343 נעמט דער רוימישער עמפעראר קאנסטענס אונטער א וויזיט קיין בריטאניע. עס איז נישט קלאר דער אורזאך דערפון, אבער ווי געשאצט איז עס פארגעקומען וועגן א מיליטערישע דרינגענדע פאדערונג.

אין יאר 367 פארמירט זיך א בארבאריען-סקאטטן-איירלענד-דייטשלאנד קאארדינאציע-שטיק, ווי צוזאמען באפאלן זיי די רוימער. רויבערייען קומען פאר אין פיהל שטעט לענגאויס דאס לאנד ווי בריטאניע פאלט אין רעזולטאט אריין אין אן אנארכיע (ד. מ. אן קיין געוועלטיגער, אויטאריטעט אדער גאווערנמענט).

אין יאר 369 שיקט רוים אריבער א גרויסע ארמיי צוריק איבערצונעמען דאס מאכט. דער אפעראציע ווערט אנגעפירט אין שפיץ פון דער מיליטערישע קאמאנדיר טעאדאסיעס, און אונטער אים, ווערן די בארבאריען צוריק געשיקט קיין סקאטלאנד.

אין יאר 396 הייבט זיך אן א גרעסערע און שטערקער אריענטירטע אטאקע דורך די בארבאריען. א ריזיגע מיליטער פון רוימישע אימפעריע ווערט ווידער אריבערגעשיקט צו פארטרייבען די אינוואדירער.

אין יאר 399 באהערשט גאנץ רוים-בריטאניע א רוהאיגקייט.

אין יאר 401 ווערן די רוימישע סאלדאטן דרינגענד אהיים גערופן נאך וואס רוים זעלבסט ווערט אטאקירט דורך די דייטשע "וויסיגאט'ן" אין שפיץ פון אלאריק דער 1'טער, וועלנדיג אויסזעקלען רוים און איר איבערנעמען.

יאר 406, 5 יאר שפעטער.
אין די פארבייגייענדע 5 יאר האבן די רוימער אין בריטאניע געליטן פיהל אפטע שטערונגען ביים גרעניץ דורך די בארבאריען, אבער אזויווי אין רוים זעלבסט איז נישט רוהאיג און בלוטיגע שלאכטן קומען כסדר פאר אן אויפהער און וועלנדיג ליבערשט שיצן דאס היימלאנד, איטאליע, הערט רוים אויף צו שיקן הילף פאר זייערע ברודער אין בריטאניע און דעריבער טרעפן זיי זיך מיטאמאהל אליין אויפן מארק...

אין יאר 407 טוהען די בריטישע רוימער קרוינען קאנסטאנטין דער 3'טער איינס פון די ארטיגע גענעראלן, אלץ עמפעראר פון די מערב-רוים אימפעריע (בריטאניע און נאך אנדערע מערב לענדער אונטער זייער הערשאפט). דער לעצטער, נעמט פלינק-שנעל צוזאם אן ארמיי און, פארלאזנדיג מיט זיי די בריטישע באדן דורך דעם ענגלישען קאנאל צו אטאקירן די גאול'ן, לאזט ער איבער רוים-בריטאניע אליין זיך צו פארטיידיגען מיט דאס קליין הייפעלע איבערגעבליבענע סאלדאטן. אין אנדערע ווערטער, פארלאזנדיג דאס רוימישע הערשאפט אויף בריטאניע, פאר אייביג!

אין יאר 408, א יאר שפעטער, כאפן די בריטישע איינוואוינער אז זיי זענען נארוואס פריי געווארן פון רוים און ווארפן פולשטענדיג אראפ זייער יאך פון קאנסטאנטין דער 3'טער.

אין יאר 409 נעמען זיך די פארבליבענע בריטישע איינוואוינער צוזאם און פארשיקען די רעשטן פון די רוימישע איינריכטונגען אריבער דעם ים צוריק אהיים! בריטאניע איז יעצט רוימער ריין!

יאר 410.
היסטאריע ווערט פארמירט!

פארשטערקענדע אינוואדירונגען דורך די סאקסאנער, סקאטן פּיקטן און ענגלען הייבן אן מוטשען די בריטאניער. אין אנגסט, ווענדן זיי זיך צום דעמאלטיגען רוימישער עמפערער האנאריעס פאר הילף.

האנאריעס דרייט זיך ארויס און שרייבט צוריק א בריוו, וואס ליינט זיך ווי פאלגענד: ביטע קוקט אריין אין אייערע אייגענע דעפענסיעס! מיינענדיג דערמיט אז קיין שום ווייטערדיגע ארמייען וועלן מער נישט געשיקט ווערן קיין בריטאניע.

דער דאזיגער בריוו פארצייכענט דער אפיציעלע ענדע פון רוים-בריטאניע!

כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר
תכלה שנה וקללותיה - תחל שנה וברכותיה
מיט פארגעניגען
בריטישע קעניג
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

The iconic Round Tower at Windsor Castle is home to hundreds of thousands of documents relating to the history of The Royal Family.

This week, for #ExploreYourArchive Week, we'll be sharing items from the Royal Archives as part of the UK-wide initiative.
FipsHXzWQAACYm2.jpg
FipsHXzWQAACYm2.jpg (86.94 KiB) געזען 1065 מאל
Each day has a different theme. For Day One, we're looking at ‘Maps and Plans’.

Our first document was thought to have been sent to King George III by General William Roy, outlining the origins of what we now know as the Ordnance Survey.
FiqJSlVWYAAMj4U.jpg
FiqJSlVWYAAMj4U.jpg (89.84 KiB) געזען 1065 מאל
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

ערקלערונג פון אונטערן (נעכטיגן) בילד (נדש :wink: )
◄ ווייז ספוילער
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

On Day Two of #ExploreYourArchive Week, the theme is ‘Time’.

King George III was fascinated by scientific instruments and clocks.

In this manuscript he lists the correct sequence of operations for ‘mounting’ - or constructing - a watch.
Fiw7sSqXwAA_oiw.jpg
Fiw7sSqXwAA_oiw.jpg (159.6 KiB) געזען 816 מאל
אונטערן בילד חלק א'
◄ ווייז ספוילער
Fiw7sSxX0AAZ8XA.jpg
Fiw7sSxX0AAZ8XA.jpg (159.94 KiB) געזען 816 מאל
אונטערן בילד חלק ב'
◄ ווייז ספוילער
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

#ExploreYourArchive Week, Day Three: Beards.

In 1896, General Sir Dighton Probyn – who had a resplendent beard – wrote to Queen Victoria expressing his gratitude for his appointment as Grand Cross of the Royal Victorian Order.
FiztGEZXgAEoMOc.jpg
FiztGEZXgAEoMOc.jpg (142.79 KiB) געזען 788 מאל
FiztGEVWIAIki-_.jpg
FiztGEVWIAIki-_.jpg (259.99 KiB) געזען 788 מאל
אונטערן בילד
◄ ווייז ספוילער
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

#ExploreYourArchive Week Day Four: Throwback

The Coronation of King George III and Queen Charlotte took place on 22 September 1761 at Westminster Abbey.

This admission ticket for the Upper Gallery depicts the crowned King and Queen, under the Abbey’s vaulted dome.
Fi4kOYzX0AAa12E.jpg
Fi4kOYzX0AAa12E.jpg (244.82 KiB) געזען 703 מאל
◄ ווייז ספוילער
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

#ExploreYourArchive Week Day Five: Party

In June 1920 a Garden Party was held at Buckingham Palace for recipients of the Victoria Cross (awarded very rarely for valour "in the presence of the enemy"). It was recorded by both King George V and Queen Mary in their diaries.
Fi-CzmtXgAAIUOy.jpg
Fi-CzmtXgAAIUOy.jpg (92.87 KiB) געזען 682 מאל
אונטערן בילד 1
◄ ווייז ספוילער
Fi-CzmgWYAACbb8.jpg
Fi-CzmgWYAACbb8.jpg (138.65 KiB) געזען 682 מאל
אונטערן בילד 2
◄ ווייז ספוילער
Fi-CzmuXEAMXUGA.jpg
Fi-CzmuXEAMXUGA.jpg (365.64 KiB) געזען 682 מאל
אונטערן בילד 3
◄ ווייז ספוילער
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

#ExploreYourArchive Week, Day Six: News.

This letter concerns the appointment of a ‘Court Newsman’ in August 1899. The role involved writing and distributing the Court Circular - the official record of Royal events - to newspapers.
FjFnrD3XwAUf5il.jpg
FjFnrD3XwAUf5il.jpg (85.97 KiB) געזען 660 מאל
FjFnrD5WAAI8HBj.jpg
FjFnrD5WAAI8HBj.jpg (345.72 KiB) געזען 660 מאל
אונטערן בילד
◄ ווייז ספוילער
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

#ExploreYourArchive, Day Seven: Languages.

Queen Victoria was fluent in French and often peppered her diary entries with it. On 1st October 1835 she wrote of her fondness for her Aunt Louisa, saying, 'Elle est une Ange!' (she is an angel!).
FjKsfl8WYAIPgdX.jpg
FjKsfl8WYAIPgdX.jpg (288.38 KiB) געזען 629 מאל
אונטערן בילד
◄ ווייז ספוילער
שלייקעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 12:21 am

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלייקעס »

זײער שײן באשריבן ;l;p-
ס׳דערנאך האסט שױן ארײנגעטרעטן
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

שלייקעס האט געשריבן:
זײער שײן באשריבן ;l;p-
קומט פון דא
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

#ExploreYourArchive Week Day Eight: Humour
FjOdYdQXwAAi3ZS.jpg
FjOdYdQXwAAi3ZS.jpg (90.98 KiB) געזען 587 מאל
There is no evidence in the archives of Queen Victoria saying the famous words ‘We are not amused’, but she did write in her journal on 8 September 1838 that she was "astonished and amused" after falling off her horse.
◄ ווייז ספוילער
שלייקעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 12:21 am

Re: היסטאריע פון ענגלאנד און גרויס בריטאניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלייקעס »

בריטישע קעניג האט געשריבן:
שלייקעס האט געשריבן:
זײער שײן באשריבן ;l;p-
קומט פון דא
טענק יו עניװעיס
ס׳דערנאך האסט שױן ארײנגעטרעטן
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”