א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

אן לאנגע הקדמות, די ציהל פין די אשכול, איז צו דורךגיין אין קורצן די היסטאריע פין די וועלט בכלל, אין כלל ישראל בפרט ,אויף א קורצע וועג, מזאל עס קענען שיין צאמנעמען אין געדענקן.
וזה החלי בעז"ה
פרק א
מיסאפאטעמיע דאס וויגילע פין ציוויליזאציע

אין די תוה''ק שטייט ,אז די תיבה האט געריהט אויף הרי אררט, און פון דארטן האט די פרישע ציוויליזאציע זיך צושפרייט, ומשם נפוצו על פני כל הארץ, די קינדער פין חם זענען געגאנגען און זיך געבויט שטעט אין ארץ כנען און אין ארץ מצרים, די קינדער פון שם און יפת און א חלק פון די קינדער פין חם זענען לכתחילה געבליבן אין געגנט. אזוי איז אדורך אפאר הונדערט יאר, ביז זיי האבן זיך צאמגענומען אין ארץ שנער, און דארט געבויט א שטאט וכו', און זיי זענען ווייטער צושפרייט געווארן איבער די וועלט.

יעצט, אויספירליך צו פארשטיין פונקטליך ווי יעדע פון דעי אלע ראשי עמים זענען אנגעקומען איז אן אריכות, (דער וואס וויל קען אביסעל קוקן אין אנהייב פון ספר יוסיפון, ווי ער לאזט זיך אביסל אריין אין דעם , היינט מיט די יודישע יוסיפין איז דא מיט מאפעס זייער שיין) וואס נישט אלעס איז קלאר, אבער דאס זעהט אמאל אויס בכלליות , אז במשך פון די נעקסטע 500 יאר, בערך פון אלף ת''ר ביז ב''א ק, איז צושפרייט געווארן פעלקער, אין די גאנצע מיטל מזרח אריין אויף גאנץ צפון אפריקע, און ארויף ביז דרום אייראפע, און אין מזרח ביז אינדיע מיט כינע.

(אגב, לכאורה האבן א גרופע זיך געצויגן ארויף פון כינע ביז צפון מזרח סיביר, און פון דארטן א טאג צוויי רייזע איבערן פאסיפיק, צווישן רוסלאנד און אלאסקע, און פון דארטן מיט די יארן זיך באזעצט אין ביידע אמעריקאנע קאנטינענטן ,און דאס איז די מקור פין די נעטיוו אמעריקענס.)

יעצט אין די היסטארישע וועלט די ערשטע ציוויליזאציע וואס מווייסט פון, (ווייל דאס איז באמת די ערשטע ציוויליזאציע נאכן מבול.) איז די ציוויליזאציע פין מיסאפאטעמיע,(Mesopotamia) א גענט וואס לויפט צווישן די טייכן פרת, (Euphrates river) און דעם חדקל ,(Tigris river) די צוויי טייכן זענען טייכן וואס הייבן זיך אן אין מזרח טערקיי, די פרת הייבט זיך אן אין מיד מזרח טערקיי, די חדקל הייבט זיך אן אין דרום מזרח טערקיי, און ביידע גיסן זיך אריין אונעם פערסישן גאלף, צווישען די צווי טייכן וואס ציהט זיך פין דרום טערקיי ביז אראפ גאנץ איראק ביזן פערסישן גאלף, ווערט אנגערופן מאסאפאטעמיע ,וואס דארטן האט זיך אנגעהויבן די ערשטע ציוויליזאציע.

היסטאריקער געבען אן כל מיני סיבות פארוואס דווקא דארט, אבער אונז דארפן מיר נישט צוקימען צי די שטותים ,זייער פשוט,די תיבה האט גערוהט אויף די הרי אררט, זאגט די תרגום אויף דעם אז דאס איז הרי קרדו, די קורדישע בערג ,דאס איז אין צפון מעריב סיריע, פון דארטן זענען זיי געגאנגען מזרח, צו די נענסטע גרעסטע טייך, (הנהר הגדול נהר פרת){אלע יענע ישובים זענען געווען ארום טייכן ווי מוועל מיר שפעטער זעהן} און זיי זענען אנגעקומען און זיך באזעצט אין די גאנצע ארם נהרים געגנט.
המשך יבא


יישר כח פאר @שטאלצער יוד פארן איבער מאכן די ארטיקל עס זאל זיין מער ליינבאר
לעצט פארראכטן דורך טראכט און חלוםט אום דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 12:32 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שיין, זיי ממשיך
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

זייער אינטערעסאנט

בינעך נייגעריג מער פונקטליך פון ווען אהן האבן די נעיטיוו אמעריקענס שוין געוואוינט דאהי, ביז די (אכזריות׳דיגע) אייראפעיאישע האבן זיי פארטריבן??
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

הערליך. האמיר געליינט די יוסיפין אויף אידיש. שרייב ווייטער. יעדעס ארטיקל וואס איך ליין, ווער איך געוואויר חידושים.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

יישר כח פאר אלע מחזקים וועל מיר היינט ממשיך זיין בלי נדר
אוועטאר
ארט מיטן יידישן חן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 03, 2020 1:12 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארט מיטן יידישן חן »

טראכט און חלוםט האט געשריבן:
וועל מיר היינט ממשיך זיין בלי נדר
;l;p-
ארט איז שיין,
ווען עס איז מיטן אידישן חן.
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

צדיק בן צדיק האט געשריבן:
זייער אינטערעסאנט

בינעך נייגעריג מער פונקטליך פון ווען אהן האבן די נעיטיוו אמעריקענס שוין געוואוינט דאהי, ביז די (אכזריות׳דיגע) אייראפעיאישע האבן זיי פארטריבן??
פונקטליך ווייסט מען נישט, דאס איז אבער כמעט קלאר אז ביי דריי טויזענט יאר צוריק זענען זיי שוין דא געווען.( שוין געווען דעמאלטס די מאיא קעניגרייך אין צענטרעל אמעריקא )
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין! לאמיר האפן אז ס’וועט זיין א דבר השלם מיט דעם!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

א לינק פאר א מאפע פון מעסעפאטמיע
https://www.history.com/.image/c_limit% ... a_map.webp
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

המשך פרק א
די צייוויליזאציע אין מיסאפאטעמיע

די צייוויליזאציע אין מיסאפאטעמיע, פאר דעי פינף הינדרעדט יאר, איז צוטיילט אין אפאר פעלקער ,די ערשטע וואס מווייסט, איז די שמיר באפעלקערונג ,(SUMER) זייער ציוויליזאציע איז געווען בעיקר סטאנציאנירט, ביי די מער דרום חלק פין מיסאפאטעמיע ,טייל פין זייערע באקאנטע שטעט זענען ,אור* ,ארק,אין ידמת ניסר ,(זעה אויבן אויפן מאפע איז דא צוגעצייכנט** די שטעט פון די שמיר ציוויליזאציע),

די צווייטע גרויסע באפעלקערונג ,איז געווען די קעניגרייך פון אכד, (אכד ואלכד מארץ שנער) דאס איז שוין געווען מער א קעניגרייך , זיי זענען געווען סטאנציאנירט מער צפון פון די שמירים, אבער האבן זיך שפעטער זייער אויסגעשפרייט ,אייננעמענדיג גאנץ שמיר אונטער זיך, מיט א שמיץ אריבער ,פון זייערע באקאנטע שטעט איז כוש***און שיפור .

פין די ציוויליזאציעס איז געבליבן אסאך ארט (ART), ווי אויך געשריבענע ווערק ,זייער לעבן איז געווען געבויט ארום אגריקולטור, וואס צוליב דעם האבן זיי אלע געוואנט ארום די טייכן ,זיי האבן אויכט געמאכט אזוינע יאורות פין די טייכן ביז זייערע פעלדער, אזויווי די מצריים,זיי זענען פארשטייט זיך געווען פיסטע געצן דינער,

די מלכות פון אכד האט זיך אווענטשעלי אויסגעשפרייט, אין איינגענומען די גאנצע געגנט אראפ , און דרום ,ביז נאך די אראבישע פעניסעלע (די אראבישע האלב אינזל), אין אין מזרח זענען זיי אנגעקומען ביז כנען,סגעווען אין יענע געגנט נאך אסאך קלענערע מלוכות, אבער אונז האבן אנגעכאפט די צוויי גרויסע

*אונז וועלן צוריק קומען צו דעי שטאט כלפי די געבירט שטאט פון אברהם אבינו.

**סאיז צוגעצייכנט מיט אזא פארקערטע סגול, סאיז כדאי צו וויסן ,אז אין מאפע שפראך מיינט דעיס אז דארטן איז דא חרבות פון אור אלטע שטאט.

***נישט אויסמישן מיט מלכות כוש, וואס איז געווען אונטער מצרים ביים דרום נילוס ווי סאיז היינט עטיאפיע,( אין ענגליש איז די שטאט אנגערופן KISH, און די מלכות אנגערופן KUSH)
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

דא איז דא אמאפע פון די צוויי מלוכות
https://www.worldhistory.org/uploads/im ... 1650826865
לעצט פארראכטן דורך טראכט און חלוםט אום פרייטאג אוגוסט 12, 2022 3:06 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כח! זייער אינטערעסאנט!

(כ'האב ביי מיר א האלבע באשרייבונג פון היסטאריע פון "שריפט", און מעסאפאטעמיע ('מעסאס' אין גריכיש איז 'צווישן', 'פאטעמיע' איז 'טייכן') איז אנגענומען צו זיין די ערשטע ברייט פארשפרייטע פלאץ פון שריפט. די שומר שריפט. גערופן די "כתב יתידות" ווייל זיי פרעגן שרייבן מיט סימנים פון נעגל ארייגעקריצט אין ליים).

זייט ממשיך ביטע!
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

הערליך, זיי ממשיך.
איך ווייס נישט וואס
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

ענדליך איינער גייט צוריק צום אנהייב פון ווי אלעס האט זיך אנגעהויבן...
זייער שיין און זייער הנאה געהאט זייט ממשיך
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

זייער שיין. איך ווארט אויפן המשך
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

א דאנק טראכט און חלומט
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

א ריזן דאנק! כ׳גלײך זײער די טעמע, און דו שרײבסט פײן!

Can’t wait for more
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

יישר כח! איך ליין מיט דארשט...
אוועטאר
leadership
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 1:57 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leadership »

Thank you האט געשריבן:
יישר כח! איך ליין מיט דארשט...
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

יישר כח פאר אלא מחזקים, וועלמיר היינט מארגן ממשיך זיין בלי נדר.
אוועטאר
שפעטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 12:40 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער »

וואו וואנט מאר!
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

פרק ב צווייטע ציוויליזאציע מצרים און כוש

די צווייטע גרויס ציוויליזאציע איז געווען מצרים און כוש , די צוויי לענדער געפינען זיך איבער די לענג פון די ברעגעס פון די נילוס ,און צפון מזרח אפריקע, מצרים געפינט זיך אויבן צפון פון די נילוס ווי סאיז היינט צפון עגיפטן , און כוש געפינט זיך מער צו דרום אוווא סאיז היינט עטיאפיע.

צוערשט צוויי קליינע הקדמות ,איינס איז וואס מהאט שוין פריער ערווענט, אז די פארצייטישע ישובים האבען זיך אייביג געפונען ארום טייכען, וואס דאס איז געווען אויסנאם ווויכטיג און זייער אגריקולטור סאסייעטי, ווי מהאמיר שוין פריער געזעהן, איז די ערשטע ציוויליזאציע געווען טאקע צוווישן די צוויי טייכן תיגרת מיטן חדקל , און אזוי ווייטער די צווייטע ציוויליזאציע איז געווען ארום דעים נילוס ( אגב אנגעבליך די לענגסטע טייך אויף דער וועלט,סדא וואס טעהנען אז דער עמעזאן איז לענגער, ואכמכ"ל)

יעצט כלפי מצרים און כוש ,איז דעיס נאך פיל פאכיג מער,ווייל די שטח דארטן איז כולו מודבר און נאר ארום די נילוס איז דא בכלל וואקסענדיגע ערד ,איז במילא פארצייטישע מצרים איז געלאפן אין א שטח פון אפאר צענדליגע מייל און ברייט פון די צוויי ברעגעס, (און געוויסע פלעצער נאר אויף איין ברעג פון די נילוס )פאר די קאנטעקסט, געבן זיי אן ,אז בלויז 3% פון די היינטיגע עגיפטן איז געווען באוואונט .

די צווייטע הקדמה, אונז פרובירן און די ערשטע פאר פרקים צו מקיף זיין די ערשטע בערך 500 יאר, ביז די תקופה פון יעקב אבינו { 3,674 יאר צוריק} ( סא מזאל נישט ווערן צימישט, מרעדט פון די ישוב פון מצרים פון יענע תקופה ,מוועל מיר דעקן די נעקסטע תקופה און אנדערע פרקים .(וה''ה אויבן כלפי מעסעפעטאמיע)

איז אזוי די ישוב פון מצרים ,האט זיך אנגעהויבן ביי די זוהן פון חם ,לאמיר זאגן א הינדרעט יאר נאכן מבול ,און סהאט זיך אנגעפאנגען מיט א קעניגרייך וואס ווערט אנגערופן די אלטע קעניגרייך ,(OLD KINGDOM) וואס האט אנגעהאלטן אפאר הונדערט יאר ,

מוועל מיר בקרוב ממשיך זיין
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

א גרױסן שכוח!

שײן און קלאר געשריבן, און זײער א גוטע טאפיק, אינטערעסירט מיר זײער.

ביטע ממשיך זײן אױב מעגליך, הצלחה!
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: א קורצע איבערזיכט איבער די היסטאריע פין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
א גרױסן שכוח!

שײן און קלאר געשריבן, און זײער א גוטע טאפיק, אינטערעסירט מיר זײער.

ביטע ממשיך זײן אױב מעגליך, הצלחה!
ייש''כ פאר די חיזוק געווען זייער פארנומען בלי''נ מארגן מיט א לענגערע המשך
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”