בילדער און זכרונות פון מחנה מתיבתא עץ חיים באבוב

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: בילדער און זכרונות פון מחנה מתיבתא עץ חיים באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

באנאנא האט געשריבן:
גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:
די קאנטין:


שיעור נישט פארגעסן צו דערציילן וואס מען האט אלס פארקויפט דארט אינעם קאנטין שטיבל.
כ'ווייס אבער נישט ווי אנצוהייבן... פון אלע סארט סנעקס, אבער נאר די בארביקוי פלעוואר (ווער וועט דען קויפן 'פלעינע' פאטעטא טשיפס אין א קאנטין, כ'מיין ווי ביסטו געבוירן...?), נאשרעיי און קענדיס למיניהם און עטליכע סארט געטראנקן, אייסעס און איינזקרים.

אבער דורכאויס די יארן האבן פארשידענע קאנטין אנפירער אריינגעברענגט: פרישע פאפקארן געמאכט אויפן פלאץ און האלב אויסגעגאסן אויפן פלאר, פיש, דיפס, ווער רעדט נאך איין יאר האט מען געברענגט פון שטאט 'קאטעשניו' און ס'איז געפארן גאנצעטע קאנטעינערס ווי וואסער (קיין וויץ!), מארקערס איז דאך פשוט אז מען דארף דאס פארקויפן אין א בחורים קעמפ ווי יעדע ממש לייגט ארויף זיין נאמען אויף זיינע חפצים :oops:

ווי קען מען פארגעסן "נודל סופ" וואס איז געגאנגען אזוי שנעל ווי נודל סופ אין א קעמפ.. און אינטער די טיש האט זיך געטון אומלעגאלע סחורה, ווענדט זיך וועלכע יארן און תקופות מען האט גערעדט פון. צוגרעטלעך און שפעטער די באטלעך פאר די עלעקטראנישע צוגרעטלעך און אלעס אינדערמיט ה"י

כ'האב מורא אז די ביסט געווען א פיינע בחור ווייל און מיינע צייטן איז דארט געווען די מינינים סענטער...

כ'האב מורא אז די ביסט געווען א פיינע בחור ווייל אין מיין צייטן... מנין??!!?? :oops: :oops: :oops: :oops:

יאפס..אין דעם בונקער איז מען אריין איינס אויף אמאל... חלילה מוותר געווען אויף מנין..
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: בילדער און זכרונות פון מחנה מתיבתא עץ חיים באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

והיא שעמדה האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:
והיא שעמדה האט געשריבן:אז די שרייבסט שוין איז אינטערעסאנט, פארגאנגענעם דאנשטאג האט זיך די טאל אויף די היסטארישער דינגמאנס פערי ברידש געהויבען צו דאפעלט! יא.. גאנצע צוויי דאלער..

א מיט חוצפה דאס...גאנצע צוויי דאלער? ווער קען דאס ערלויבן


.
מנשה רייך
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 09, 2022 10:17 pm

Re: בילדער און זכרונות פון מחנה מתיבתא עץ חיים באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה רייך »

ר' חיים בער ע"ה אין קעמפ
אטעטשמענטס
image (4) (1) (1).jpg
image (4) (1) (1).jpg (37.05 KiB) געזען 770 מאל
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: בילדער און זכרונות פון מחנה מתיבתא עץ חיים באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

בילדער פון רבינו זצ"ל און כ"ק מהרנ"צ זי"ע ויבלחט"א הראש ישיבה שליט"א אין קעמפ (קרעדיט חמרא טבא פון אן אנדערע אשכול)
אטעטשמענטס
93FDED17-BC4E-48B0-8FA2-4E3655A4E183.jpeg
93FDED17-BC4E-48B0-8FA2-4E3655A4E183.jpeg (101.42 KiB) געזען 735 מאל
12C29FA6-F792-49A8-9E4F-138056C71B22.jpeg
12C29FA6-F792-49A8-9E4F-138056C71B22.jpeg (254.05 KiB) געזען 735 מאל
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: בילדער און זכרונות פון מחנה מתיבתא עץ חיים באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

אין וועמען כאפט זיך כ''ק מהרנ''צ אהן אינעם ערשטען בילד ?
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: בילדער און זכרונות פון מחנה מתיבתא עץ חיים באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

אליעזר ווייס האט געשריבן:אין וועמען כאפט זיך כ''ק מהרנ''צ אהן אינעם ערשטען בילד ?

הרה"ג עזריה זושא פאללמאן ז"ל, מנהל מתיבתא
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע: גנזו לצדיקים

Re: בילדער און זכרונות פון מחנה מתיבתא עץ חיים באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

באנאנא האט געשריבן:
והיא שעמדה האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:
והיא שעמדה האט געשריבן:גראדע מינגאו (mingo) ארבעט נאך אין מתיבתא.....

ערענסט?
ער איז שוין אלט געווען מיט א יובל יארן צוריק...


ער ווערט נאר אינגער

כ'געדענק נאך ווי ער פלעגט ארויסלייגן יעדע טאג די זעלבע צאל רעפטלעך ברויט אפילו ס'האט נישט אנגעהויבן צו זיין גענוג, אבער ער פלעגט אייביג ארויסברענגען פולע מער ווען מען האט אים געבעטן. שמעתי אז די סכום וואס ער האט ארויסגעלייגט לכתחילה איז געווען די סכום וואס מען האט אים געזאגט ביים אויפנעמען פארן דשאב און אזוי איז געבליבן... דארפסט מער? זיכער איז דא, נאדיר! אבער אויסלייגן איז די זעלבע ווי אמאל...


כ'ווייס אז מען טאר נישט ארויסגעבן די עכטע נעמען פון ניקס, אבער אויב מען קען אפשר מקיל זיין ביי א גוי... ער הייסט עכט פערנאנדא.

א געטרייע גוי, ער זאל האבן אריכת ימים ווייל איך ווייס פשוט נישט וואו מען טרעפט נאך אזוינס.
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: בילדער און זכרונות פון מחנה מתיבתא עץ חיים באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

אה, גוטע צייטן געווען.

ס'ליגט מיר גוט אין די ביינער די צייטן ווען די בחורים האבן אזוי גוט געקענט פארברענגען מיט'ן רב ז"ל און קונה זיין מתורתו וחכמתו. דער פריערדיגער רב ז"ל פלעגט וויילן אויפ'ן זומער אין ווייט-לעיק, און האט געשיקט בנו הגדול דער רב ז"ל צו וויילן מיט די בחורים אין מתיבא קעמפ. דער רב ז"ל איז געווען א פערזענליכקייט אין קעמפ, ווי א שטיקל רבי. ס'בענקט זיך נאך די געשמאקע שירות ותשבחות וואס דער רב האט געפירט פאר די בחורים יעדע פרייטאג-צו-נאכטס וואו מען האט געזונגען ווארימע ניגונים און דער רב האט משמיע געווען דברות קודש. כ'האב ב"ה אסאך קונה געווען פון אים.
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: בילדער און זכרונות פון מחנה מתיבתא עץ חיים באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

מנשה האט געשריבן:אה, גוטע צייטן געווען.

ס'ליגט מיר גוט אין די ביינער די צייטן ווען די בחורים האבן אזוי גוט געקענט פארברענגען מיט'ן רב ז"ל און קונה זיין מתורתו וחכמתו. דער פריערדיגער רב ז"ל פלעגט וויילן אויפ'ן זומער אין ווייט-לעיק, און האט געשיקט בנו הגדול דער רב ז"ל צו וויילן מיט די בחורים אין מתיבא קעמפ. דער רב ז"ל איז געווען א פערזענליכקייט אין קעמפ, ווי א שטיקל רבי. ס'בענקט זיך נאך די געשמאקע שירות ותשבחות וואס דער רב האט געפירט פאר די בחורים יעדע פרייטאג-צו-נאכטס וואו מען האט געזונגען ווארימע ניגונים און דער רב האט משמיע געווען דברות קודש. כ'האב ב"ה אסאך קונה געווען פון אים.

ס'טאקע דא בילדער פון כ"ק די מהרנ"צ'ס הערליכע שבתים, ערב שבת און מלוה מלכה (איין בילד געדענק איך ווי דער רב שפאצירט אויפן סטעידש אין לאנטש רום מיט א זמירות אין האנט), אפשר ברענגסטו
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע: גנזו לצדיקים

Re: בילדער און זכרונות פון מחנה מתיבתא עץ חיים באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

וואס איז וועגן די בערן? איינער האט בילדער דערפון?

דער ערשטער זומער (י"א תשמ"ב) ווען מען האט געזעהן דער ערשטער בער, זענען די בחורים געלאפן טרעפן א קאמערע. איז דארט געשטאנען דער מנהל ר' זושא פאללמאן ז"ל א פארלוינער, 'האט ער געזאגט געזאגט האט ער', "וואס עפעס א קעמרע?! ברענגטס א גאָן!!!"

כ'וויל דא ציטירן פון מיין טאגבוך אן איבערלעבעניש פון קיץ תשס"ג. היות ס'איז אין לשה"ק, בעהט איך אנשולדיגונג פון די אידישיסטן דא, כל א' בשם עילומו יבורך...

"...ואז כבר היו כל המטות חטופות, כי לא הסתדרו מקומות שיספיק לכל אחד. וכך בליתי היום והלילה, עד שסידרו לנו מטות בבנין המקוה הישנה. הבנין הי' חורבה, חלונותיו נשברות, דלת אלמנה, וכל החדר מלא אבק, וכל מיני שרצים מרחשים ומעופפים.
וכבר אני הולך לישן, ויהי בחצי הלילה, ונשמע קול פסיעות צועדות ומתקרבות, והנה הדלת הרעוע הולך ונפתח. ידעתי מאז שבמחנה מתיבתא עץ חיים נמצאים דובים, ובנין המקוה הי' בקצה המחנה ממש סמוך ליער. ותפעם רוחי בקרבי, ולבי דפק באימה, ומלאתי חרדה גדולה וחיל ורעדה אחזתני, והייתי בטוח שסופי מתקרב, ויתקיים בנו מקרא שכתוב אצל הנערים שקלל אלישע.
ואך אין דובים ואין יער, היה זה בחור שלא ידע שיש לנים בבנין מקוה הישנה..."
מנשה רייך
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 09, 2022 10:17 pm

Re: בילדער און זכרונות פון מחנה מתיבתא עץ חיים באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה רייך »

א בריק קיין באבוב...‎‎

א שפאציר איבער די היסטארישע פארצייטישע 'דינגמאנס פערי בריק' וואס איז היפש היימיש פאר אונז...
איינקלאנג וועט איר ליינען אן אינטערסאנטע שילדערונג איבער די באבובער 'מתיבתא קעמפ' בשכינות וועלכע איז אפגעקויפט געווארן פון 'מסד' - א ציונית'ישע קעמפ...

(אין מאמענט מאגאזין דעם וואך)
אטעטשמענטס
IMG_20220713_223513_150.jpg
IMG_20220713_223513_150.jpg (171.17 KiB) געזען 418 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”